בעסיק טעכנעלאגיע
[size=150] WATS - VOLTS
במילאבין איך ארויס געקומען מיט אסאך אייגענע אומבאשטעטיגטע מסקנות, אנגעהויבן פון די בעסיק עלעטריק כוח, ווי וואס volts איז און וואס איז עס אנדערש פון watts, למשל איך האב מיר געמאכט אזא משל אין קאפ:
וואסעראיז זייער א פארשטענדליכע זאך ווייל מען זעט עס אין פאקט, משא"כ עלעקטער איז נישט קיין ממשות זיך צו קענען פארשטעלן ממילא האב איך מיך ע"פ רוב זיך אלעס פארגעשטעלט אויף וואסער, ווי למשל VOLTS האב איך געניצט ביי וואסער אלס ווי ברייטער א וואסער פייפ איז, דהיינו אז א וואסער פייפ איז א אינטש ברייט קען עס טראגן און זיך א אינטש ברייט וואסער און זיך און נישט מער, ווייל עס קען דאך נישט טראגען צוויי אינטשעס ברייט וואסער און זיך ווייל עס איז דאך נאר א אינטש ברייט.
אבערנאכאלס וועט קענען זיין צוויי די זעלבע איין אינטש פייפס וואס איינס וועט קענען טראגן מער וואסער ווי די אנדערע, דאס וועט זיך ווענדן לויט די שנעלקייט פון די שטראם פון די וואסער, דאס ווערט אנגערופן WATTS.
יעצטוועל מיר עס אראפ שפילן און פאקט, עס איז דא צוויי באלבס וואס ביידע ניצן 110 וואלטס, ד.ה. די זעלבע ברייטע פייפס וואס מיר האבן פריער געשמיעסט, נאר איינס ניצט א גרעסערע שטראם עלעקטער און איינס ניצט ווייניגער דאס איז וואטס, ווייל אויב איז עס פון די אלט מאדישע באלבס וועט עס ניצן גאר גאר אסאך שטראם און קעגן זאץ צו די היינטיגע פארגעשריטענע באלבס וואס מען האט אויס געארבעט אז עס זאל ניצן אסאך ווינציגער.
בעטאריע
לאמירעס בעסער אראפ לייגן דורך מסביר זיין א בעטעריע, די מקור פון עלעקטעריק איז דאך באקאנט אז עס ארבעט אז עס איז דא צוויי מאטריאלן (זינק און קיפער און נאך) וואס איינס שטופט ארויס די ענערגיע און איינס שלעפט אריין און זיך די ענערגיע, די ענערגיע איז א זויער קראפט וואס אסאך מאטריאלן האבן און זיך, ווי למשל לעמאן דזשוס אראנדזש דזשוס און נאך (מער דערוועגן מאכט א פרוסקרובשאן פאר הרב ביללער'ס קונטריסים) און א בעטאריע אנהאלט און זיך אזא באשטאנטהייל אינעווייניג (דאס זעט מען ארויס רינען ווען א בעטאריע ליעקט) און איין זייט בעטאריע וואס שטייט + ליגט די מאטריאל וואס שטיפט ארויס די ענערגיע און די צווייטע זייט בעטעריע איז די אנדערע מאטריאל וואס שלעפט אריין און זיך די ענערגיע.
וועןמען ניצט די בעטאריע טרוקנט זיך אויס די ענערגיע ציביסלעך ביז עס גייט אויס די בעטאריע, יעצט לאמיר זיך פארשטעלן צוויי קאפס וואסער וואס ביידע טוען אנהאלטן זיבן אונסעס וואסער און זיך, און מען נעמט א שטרוי און צוויי מענטשן נעמען זיך טרונקען אן קיין אטעם די גאנצע קאפ אויפאמאל איינער א קליינע דארער אינגל און דער צווייטער אן 18 יעריגער געבויטער בחור, וועמען'ס וועט שנעלער זיין ליידיג? די גרויסע בחור'ס! פארוואס? ביידע האבן די זעלבע סאך וואסער, ביידע האבן די זעלבע שטרוי, ביידע האבן געטרינקן און איין צו, וויאזוי קען זיין אז די גרעסערן'ס האט זיך פריער אויסגעניצט? זייער פשוט, א גרויסער בחור טרינקט שנעלער אויס א קאפ וואסער ווייל ער טרינק מיט א שנעלערע שטראם ווי דעם קליינטשיגן.
דיזעלבע וועט זיין מיט א בעטעריע, מען קען עס ניצן פאר א פלעשלייט וואס דאן וועט די בעטאריע זיך האלטן פאר א טאג צייט, און מען קען עס ניצן פאר א קליפ פען וואס דאן וועט עס ארבעטן בלויז פאר 2-3 שעה ווייל א מאטאר טרונקט שנעלער ענערגיע ווי א פלעשלייט כאטשיג ביידע האבן די זעלבע בעטאריעס, איי וועסטו פרעגן זאל מען לייגן מער בעטאריעס פאר די קליפ פען? ניין, דאס וועט פארערגערן דעם מצב ווייל עס וועט געבן צו סאך אויפאיינמאל, די מאטאר דארף נישט מער ענערגיע אויפאמאל ווייל אויב יא וועט עס קראכן, די מאטאר קען נישט דערהייבן מער ענערגיע אויף איינמאל ער דארף פשוט שנעלערע ענערגיע ד.ה. מער WATTS.
נאכדעםוועט זיין א זאך וואס פעלט זיך יא אויס מער ענערגיע אויפאיינמאל ד.ה. און אונזער שפראך א ברייטערע פייפ, דאן וועט מען דארפן צולייגן מער באטעריעס, ד.ה. מער VOLTS, למשל א פיאנע דארף מער ענערגיע אויף איינמאל ווייל די ספיקערס און נאך זאכן דערפון פארלאנגען מער ענערגיע אויף איינמאל.
וואנט אוטלעט
דיזעלבע כללים גייען אן ביי א וואנט אוטלעט, א נארמאלע היטער ניצט די זעלבע 110 VOLTS וואס א הויז אוטלעט געט ארויס די זעלבע ווי א גלאו גאן, די חילוק איז אז די היטער וועט ניצן בערך 1500 WATTS ווייל עס ציעט אסאך שנעלער ענערגיע און די גלאו גאן וועט ניצן צווישן 10 און 25 WATTS, די זעלבע זאך, אן אלטע באלב וועט לאמיר זאגן ניצן 100 WATTS און די היינטיגע LED וועט ניצן בערך 2 (!) WATTS אדער גאר ווייניגער ד.ה. אז א היטער ארבעט לאמיר זאגן א האלבע שעה וועט עס האבן געניצט 30 מינוט 1500 WATTS. דרייסיג מאל 1500 = 45,000. בשעת א LED באלב וועט ארבעטן צוויי וואכן און א צו, ד.ה. א טאג איז 24 שעה און א שעה איז 60 מינוט, 24 מאל 60 = 1440, 14 טעג מאל 1440 (צוויי וואכן איז 14 טעג לויט מיין לוח) = 20,160 יעצט די באלב האט געניצט יעדע פון די מינוט בערך צוויי WATTS איז 2 מאל 20,160 = 40,320! ניטאמאל וויפיל א היטער האט געניצט און א האלבע שעה! ד.ה. ע"פ חשבון א היטער ניצט 750 מאל שנעלער וויפיל א LED ניצט! ד.ה. אויב קאסט א LED פאר די עלעקטריק ביל א חודש 10 צענט [סענט...] (בערך) קאסט א היטער 75 דאללער! אדרבה רעכנט עס אליינס אויס!
מאטאר
יעצטלאמיר זיך צירוק קערן צו מיינע כללים, אזוי ווי די אויבן דערמאנטיגע ארטיקל (קוק ביי טענעלאגיע אפטיילונג ביי ערפונדיגן וועגן די מאגנאטישע באן) האט דערמאנט אז דארט ווי עס איז דא אן עלעקטריק שטראם ווערט עס אויך א מעגנאטישער כח, איך האב עס אויספרובירט (ביי בערך ניין יאר אלט) און עס האט געארבעט וואונדערבאר, דאס איז א מאטאר, עס איז ארומגענומען פון אלע זייטן מיט א דינע ווייער (און הרב ביללער'ס שפראך: דראנט בלע"ז) און איין שפיץ גייט צו די פלאס זייט פון די בעטאריע און די אנדערע שפיץ ווייער ווערט קאנעקטעט צו די אנדערע זייט בעטאריע און דו ענערגיע נעמט זיך אדורך לויפן, די פלאס שטופט אריין ענערגיע און און די מיינעס שלעפט אריין און זיך די ענערגיע וואס קומט פון דו פלאס און מאגנעט לויפט נאך דעם שטראם און דרייט זין דערפאר ארום און ארום אונדערמיט פון דער וייער וואס איז ארום איר, דאס איז א מאטאר גאר און קורצן (די מאגנעטישע שלעסער ארבעטן אויך'ט אזוי, עס ליגט א גרויסע מאגנעט אויפן טיר און אוין שוועל ליגט א גרויסע שטיקל אייזן וואס ווען מ'שפארט צו דעם טיר ווערט אקטיווירט דערין עלעקטער און די מאגנעט קלעפט זיך צו דערצו, ממילא ווען די בחורים און ישיבה האבן געוואלט עפענען א טיר האט מאן אויסגעלאשן די ברעקער'ס און די שלאס איז אויס קאפעלידזש מאכער...).
באלב
אבאלב איז א זאך פארזיך וואס איך האב אויך אויס פרובירט דורכן נעמען א דינע זילבער פעיפער און ארויף געלייגט אויף א באקסעדיגע בעטאריע (א באקסעדיגע בעטאריע האט און זיך זעקס בעטאריעס) און עס צוגעליגט עס זאל אן רירן די פלאס מיט די מיינעס באנעזאם און עס האט זיך אנגעצינדן, דאס געשעהט ווייל פון די גרויסע שטראם וואס פארט דארט דורך מאכט אנגעהיצט די ווייער און פון גרויס היץ גליעט די ווייער און עס שיינט, פשוטו כמשמעו. (דאס איז נאר די אלטע בעטאריעס, היינטיגע LED איז שוין אזאך פארזיך).
דיסיבע פארוואס א ווייער קען ווערן איבער געהיצט איז, וויבאלט די שטראם עלעקטער פארט דארט דורך צו שנעל, ממילא טאר מען נישט ניצן קיין דינע עקסטענשן ווייער פאר זאכן וואס ניצן אסאך WATTS ווי למשל די אויבן דערמאנטע היטער פשוט ווייל עס קען זין נעמען ברענען די ווייער פון גרויס דערהיצונג.
דאסאיז מער ווייניגער וואס איך האב דורך שטודירט די חילוק פון VOLTS און WATTS פאר קשיות און הערות און פאר אינפארמאציע איבער נאך ערפונדיגן, איז יעדער געלאדנט צו פרעגן און אפ-פרעגן, איך האף אז איך וועל יעדעם ציפרידן שטעלן.
ספיקער
יעצטוועל איך אראפשרייבן מיינע שטודיעס איבער א ספיקער, איך האב אויספרובירט איך מיין אז ביי די צוועלעף במילא קען מען מיך גרינג אפפרעגן אבער איך מיין אז ס'איז אקוראט וויבאלד עס האט זיך געהאט גוט אויס געארבעט.
איךהאב צענימען אפאר ספיקערס און איך האב געזעהן אז אלעס איז ארומגענומען מיט א דינע ווייער אריין קומענדיג פון איין זייט און ארויס גייענדיג פון די צווייטע זייט און איין שפיץ ווערט א פלאס און איין שפיץ ווערט א מיינעס, און עס לויפט ארום א מאגנעט און די ווייער איז צוגעקלעפט צו א דינע פלעסטיק אדער פעיפער ווענט זיך ווי קלארער די ספיקער איז געווען.
אויבגעדענקט איר פון חדר האט מען געפלעגט נעמען צוויי קאפס און צובינדן א בענדל צו ביידע קאפס און מען האט אריין גערעדט און איין קאפ און מען האט עס געהערט און די צווייטע קאפ, וואס'פשט? פשוט א קול איז א ממשות פונקט ווי ווען מ'קלאפט אויפן טיש הערט זיך א קלאנג אן דעם וואס איינער זאל רעדן אדער שרייען, ממילא ווען מרעדט אריין און די קאפ האט געדריזלט לויט די קול וואס מען האט גערעדט אויך די צווייטע קאפ און די דינע פלעסטיג קאפ האט אויפ געשפילט די קול לויט די דריזלען.
מעןזעה דאס אויך, ווען איינער זאל זיין ארום גענומען מיט א פלעססטיג בעג אינגאנצן געסיעלט, וועט ער נאך אלס אלעס פונקטליך א דורך הערן, וויאזוי? די זעלבע סיבה ווייל די פלעסטיג שפילט מיט די קול ווייל די קול דריזלט און די לופטן און די פלעסטיג שפילט עס איבער, (דאס איז אויך א ווידער קול ווייל א געוויסע געגנווארט שפילט צירוק די קול לויט די דריזל וואס זי באקומט פון די קול).
איזדי ספיקער האבן מיך דערמאנט פון די קאפס און חדר און איך האב שוין געוויסט אז די ספיקער שפילט אויף א קול לויט וויאזוי די ווייער וואס עס איז צוגעקלעבט צו איר דריזלט, אבער וויאזוי דריזלט די ווייער?
גאנץפשוט! וויאזוי מיר האבן שוין פריער ביי די מאטאר אויסגעשמיעסט האט עלעקטער א כח צו אויפשפילן א מאגנאטישער כח, ממילא די אפאראט וואס ווערט קאנעקטעט צו די ספיקער ד.ה. א סידי פלעיער אדער סיי וואס שיקט ארויס לעקטער לויט די קול וואס דארף יעצט שפילן אויף די טעיפ, דאן הייבט אן די ווייער אויף די פלעסטיג צו ווערן א מעגנאטישע כח געוואנדן לויט די קול (שווער מסביר צו זיין, איך פרוביר מיין בעסט) און די ווייער דריזלט לויט די כח און די פלעסטיג וואס עס איז צוגעקלעבט דערצו שפילט אויף די קול פון די דריזלען פונקט ווי די אנדערע קאפ וואס איז צוגעבינדן מיט א בענדל!
איךהאב עס דעמאלטס אויספרובירט, איך האב גענומען א שטיקל סקאטש טעיפ ארום געדרייט ארום א פען א דינע דינע ווייער און דערנאך עס ארויף געקלעבט אויף דעם סקאטש טעיפ און איין עק קאנעקטעט צו א סי די פלעיער ווי די פלאס פאר די ספיקער האט געדארפט ווערן קאנעקטעט און די אנדערע עק האב איך קאנעקטעט צו די מיינעס ווי די ספיקער האט געדארפט ווערן קאנעקטעט, און דערנאך האב איך גענימען א רינדעכיגע פלאטשיגע מאגנעט און עס אריינגעלייגט און די לאך פון די ארום געדרייטע וויער דארט ווי די פען איז פריער געליגן און עס האט זיך געהערט א שטילע שטילע געזאנג, איך האב אפי' געקענט נאך זינגען דעם פאפולערן ניגון (מסתמא איז עס געווען הכל יודוך אדער אהבת עולם תביא להם...).
איךהאף איך האב עס גוט אראפ געלייגט, אויב נישט קען יעדער פרעגן.
נעמטאון אכט, אלעס איז אייגענע השערות וואס איך האב אליינס אויספרובירט און דערגאנגען במילא וועל איך מיך נישט פילן באליידיגט אז דו פרעגסט מיר אפ.
הצלחה רבה![/size]