רבי אהרן ראזענפעלד זצ"ל רב ביפו יצ"ו - יוה"ק תשנ"ו, ומשפחתו
און צו זיין מוטער הצדיקת מרת פעסל ע"ה טאכטער פון הג"ר יעקב וואלף הכהן ראוז, דער ערשטער חסידישער איד אין שטאט סאטמאר, עוד הסתופף בצל הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע והרה"ק מרוזין זי"ע. זיין שוואגער (זיין שוועסטערס מאן) איז געווען הג"ר צבי יונתן שווארטץ זצ"ל, וואס דער קדושת יום טוב זי"ע פלעגט איינשטיין ביי אים זאגנדיג אז רבי צבי יונתן איז זוכה צו גילוי אליהו (רבי צבי יונתן איז געווען די זיידע פון משפחת שטערן מגבעת שאול). די צוויי שוואגערס האט מען געהאלטן פאר בעל שמ'סקע אידן.
אין זיינע קינדערישע יארן האט ער געלערנט מיט זיין טאטן. ביי די 10-11 יאר האט ער געלערנט ביי הג"ר אשר אנשיל כ"ץ זצ"ל אין ניר-מעדיעש בשנת תרע"ב און תרע"ג. די מעשה איז געווען אזוי, אלס אינגל האט ער געבעטן אז ער וויל שוין פארן אין א ישיבה לערנען. ביי די 9 יאר איז ער געלאפען אליין ביז צום דערנעבענדיגן שטאט ניר-מעדיעש און זיך אנגעגעבן אז ער איז געקומען לערנען און זיך אריין געזעצט אין בית המדרש. די עלטערן זעען אז עס ווערט שפעט און זייער קינד איז נישט דא, מען האט אים ארום געזוכט און זיין טאטע האט פארשטאנען וואס האט געמוזט דא געשען, איז ער אריבער קיין ניר-מעדיעש און טאקע דארטן געטראפן זיין קינד זיצן ביי א גמרא לערנען. איז ער אריין צום רב און דערציילט וואס דא איז געשען, איז דער רב אריבער געגאנגען צום קינד און אים געגלעט און געזאגט אז ער איז נאך צו יונג דא צו זיין און ער זאל קומען אין א יאר ארום וכן הוה. די יאר וואס ער איז געבליבן אין פאיע האט ער געלערנט ביים רב פון שטאט הגאון רבי אהרן מרדכי ליעבערמאן זצ"ל אבד"ק פאיע.
נאכדעם איז ער געגאנגען לערנען ביי הגה"ק בעל שבט מיהודה מסאטמאר זצ"ל צוויי יאר פון שנת תרע"ד ביי די 14 יאר, אין יענע צייט איז א שכנות'דיגע דערפל פון סאטמאר געקומען בעטן ביים שבט מיהודה זצ"ל צו שיקן א בעל תפלה אויף די ימים נוראים, און דער רב האט אהין געשיקט דעם 15 יעריגע בחור'ל, און זייט דעמאלטס פאר 80 יאר איז ער געווען בעל תפלה אין די ימים נוראים. און דערנאך בשעת תרע"ו איז ער געפארן לערנען ביים מאקעווער רב הגה"ק רבי משה פארהאנד זצ"ל (וואס איז געווען זיין ברודער'ס [רבי אפרים אבד"ק סענדרא] שווער). ביים ערשטן וועלט מלחמה בשנת תרע"ח האט ער נישט געקענט צוריק פארן קיין מאקאווע איז ער געבליבן לערנען אין פאיע ביים רב פון שטאט דער שפעטערדיגער צעהלימער רב, דער צעהלימער רב האט געהאט א ישיבה אין פאיע פון 80 בחורים. דערנאך האט ער געלערנט דריי זמנים משנת תר"פ ביים וויטקא רב זצ"ל אין פוסטא-דאראש. דערנאך בקיץ תרפ"א האט אים זיין ברודער געבעטן צוריקצוקומען לערנען אין מאקאווא, און פון דארט איז ער געפארן לערנען ביים קרן לדוד זצ"ל ביז זיין חתונה ח' חשון תרפ"ד.
בשעת'ן קריג איז ער געווען אין בערגען בעלזען וואו ער האט מיטגעמאכט דעם ביטערן קריג, נאכן באפרייאונג איז ער געפארן קיין א"י, אין תשי"א האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין א ביהמ"ד אין יפו, וואו ער האט געדינט אלס רב ביז תשכ"ב ווען ער איז געפארן קיין אמעריקא און זיך באזעצט אין וויליאמסבורג.
בשנת תשמ"א האט ער זיך ארויסגעצויגן קיין קרית יואל צו וואוינען נעבן די קינדער, וואו זיין איידעם האט אים געעפנט א ביהמ"ד.
ער איז נפטר געווארן ליל יו"כ תשנ"ו והובא למנוחות בביה"ח בקרית יואל
יהא זכרו ברוך
- אטעטשמענטס
-
- Picture5.jpg (86.61 KiB) געזען 3586 מאל
-
- מצבה
- מצבה.jpg (183.24 KiB) געזען 3591 מאל
-
- מצבת הרבנית
- 2169.jpg (206.24 KiB) געזען 3591 מאל