@עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

טישטוך האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן: זייער שיין @טישטוך.
אבער מיט עומד שטימט עס נישט. פינטל.

דער מהות שטימט טאקע נישט אזוי ווייט, אבער אז מ'גייט אריין אין דיטעלס, האט דער טישטוך גאר פיין צוגעטראפן......

וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן וואס עס שטימט נישט... עפעס אין מיינע געדאנקען זעה איך דיר אויף וואלעבאוט סטריט מער ווי אויף אכצנטע עוועניו...

א לענגערע באריכט איבער דיין פאנטאזיע וועט בעז''ה נאכפאלגן,

וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פון דיר אויך אויף וויפיל און וואס כ'האב צוגעטראפן,

אפשר מאכט מען דעם זעלבן דיעל ווי ביים פאנטאזיע?

אדרבה, אבער איך וויל ווארטן אויף דיר קודם (אויב מעגליך)...

נישט קיין פראבלעם,

מ'וועט טוען דערון היינט בעז''ה.
אוועטאר
היטשינער
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע:שעפעלע בארג

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטשינער »

עומד מן הצד האט געשריבן: נעקסט אן דע ליין איז ''היטשינער''

מיר פאנטאזירן...................

אונז ווארטן מיט שפאנונג
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע
(הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)

בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

היטשינער האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן: נעקסט אן דע ליין איז ''היטשינער''

מיר פאנטאזירן...................

אונז ווארטן מיט שפאנונג

וועט ווארשיינליך געשריבן ווערן היינט בעז''ה.
אוועטאר
הויפט
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 11, 2021 8:22 pm
לאקאציע:ביים דעסק

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויפט »

וואס איז מיט אן אנאליז אויף מיר
איך בין באהויפטעט געווארן צו זיין הויפט
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

היטשינער האט געשריבן: זיך געשטעלט אין די רייע ווי א וואולע אינגעלע
יישר כח

האבעך מורא דער וואויל אינגעלע וועט מיר נאך באלד איבערדרייען דא, לאמיר איהם כאפן ווילאנג ער איז נאך וואויל.............

היטשינער:

א לעבעדיג פרייליך קינד איז ער געוועזן, אלץ געהאט זיסע מימרא'לעך ומליצות אויפן צונג, ער האט קיינמאל נישט באגעגנד דער פראדוקט וואס רופט זיך ''בושה'', נישט ווייל ער האט איהם פיינט געהאט, ער האט פשוט נישט געוואוסט וואס דאס מיינט, ער פלעגט קענען צוגיין צו עלטערע און שטערקערע פון איהם, און פרעגן שאלות אדער זאגן הערות, און נישט געטראכט קיין מינוט וויאזוי יענער וועט רעספאנדן דערצו, און ער האט אפי' נישט באמערקט און צוריקגעקוקט צו די מאדנע בליקן וואס האבן זיך כסדר געדרייעט ארום איהם, נאר אנשטאט, איז ער שוין געווען פארנומען מיט'ן נעקסטן פראיעקט וואס איז איהם געליגן צו ערלעדיגן אין זיין פארנומענעם סדר היום,

געווען פון די סארט קינדער וואס האבן געהאט רייס קעיק מיט פרעצל'ס פאר ריסעס, ביי זיי אונדערהיים איז ''קאשע'' געווען פון די שטערקסטע מאכלים, און ער פלעגט זיך אויפטוען דערמיט אין חדר, און גערן מסביר געווען פאר דאס מערהייט אין כתה, וואס האבן די סארט מאכלים קיינמאל באגעגנד, וואס קאשע איז, און מצליח געווען אראפצולייגן דעם טרוקענעם ביליג'ן מאכל מיט די שענסטע פארבן, און ס'וואלט זיך געקענט דאכטן, אז באמת וואלט מען געברויכט ברענגען קאשע פאר'ן קרבן פסח, נאר פשוט אלץ חוק בלי טעם, ברענגט מען צלי אש,

אויפגעוואקסן איז ער, אין גאר אן עקסטרעמע סאטמארע פאמיליע, ווי מ'האט אלעס גענומען צום שטערקסטן עקסטרעם וואס נאר שייך, זיינע עלטערן האבן עס טאקע געטוען מער אויף א רואיגער אופן, אבער היטשיל'ע, האט עס גענומען נעקסט לעוול, און כסדר פארטיידיגט דעם הייליגן שיטה פונעם ויואל משה, און נישט נאר דאס וואס די רבי האט קלאר געשריבן בספריו הקדושים, נאר אפילו אזוינע זאכן וואס היטשי האט אריינגעלייגט אלץ חלק פונעם שיטה, האט ער געקעמפט דערפאר מיט ציין און נעגל, ווייל דאס וואלט ''זיכער'' די רבי געטוען אין אזא מצב, און נישט פארשטאנען וויאזוי מ'קען אפי' טראכטן אנדערש, ( דיסקלעימער: כ'ווייס נישט וואס היטשינער'ס שיטות זענען, כ'מיין די געדאנק שבו, איך בין אויך א סאטמאר'ער ),

ער האט א גוט פיסקל, און א זעלטענע סענס אף הומאר, וואס ביחד מיט זיין ברייטע רינדיכיגער געשטעל, וועט מען נישט ברויכן מער, ווי כאפן א בליק אויף איהם, און ס'וועט גענוג צו לאכן פאר'ן טאג, בקיצור, א געשולטער לץ, וועט זיך מחי' זיין איהם צו טרעפן, און איהם צולייגן אויף פיצ פיצלעך, אבער נישט געזארגט, היטשינער וועט שטיין אויף זיינע רעכטן, און וועט זיך נישט לאזן צוטרעטן, און וועט מיט אזא חסיד'שקייט צוריקענטפערן דעם יעניגן, ווען א ברייטע שמייכל וועט זיך ארויסזעהן פון די געשוואלענע באקן, ''זאג נאר, די שפירסט דיך אזוי מסודר מיט זיך, אז די קענסט שוין לאכן פון א צווייטן'', און וועט נאכפאלגן מיט חסיד'שע טשעפערייען, ווי למשל ''חובת הלבבות האסטו שוין אמאל געלערנט??'', די ווייסט דען דעם חובת האדם בעולמו??, פארוואס לעבסטו אויף די וועלט??'', ''וויפיל האסטו זיך שוין צוגעגרייט כדי שתכנס לטרקלין??, ס'איז עפעס הפקר וועלט??'', און וועט אוועקגיין פונעם סצענע אזוי שמח וטוב לב, ווען אויפן גענאק זיינער וועט מען דערקענען דעם רויטען פריש געבאקענער פרענק, וואס איז א סימן אויף זיינע שווערע ארבעט וואס ער האט דא דעליווערט זיך צו פארטיידיגן,

ער איז א שטארק פרומער מצד אחד, ער גלייכט צו דאוענען אין די סידורים מיט די אינטערסאנטע אותיות, און וועט זיך ווארפן בשעת'ן דאווענען, אזש ס'וועט זיך דאכטן, אז דער בעל שם האט איהם אראפגעשיקט דא, צו מתקן זיין די פרישע תיקונים וגילגולי נשמות, וואס זענען אפירגעקומען לאחר פטירתו, אבער מצד שני, וועט ער נישט האבן קיין פראבלעם צו זיצן און קוואקענען ביז אין די שפעטע נאכט שעות, און אויב דער תיקון וועט איהם זייער שטארק שמעקן אין נאז אריין, וועט ער זיך ערלויבן אן אייער קיכל געטינקען אינעם טיד ביטס הערינג, על אף וואס ער האלט נאך פאר'ן מקוה, שוין אפגערעדט אז ער האלט פאר'ן דאווענען, וואס געשעהט נישט געווענליך נאר סמוך לחצות ממש, און אפטמאל נאכדעם אויכעט, וואס דעמאלטץ וועט ער זיך שפירן ווי דער ריבניצער, אדער רביה''ק מ'סאטמאר, וואס האבן דאך אויך געדאווענט שפעט, און ס'וועט זיין אינטערסאנט מיטצוהאלטן 3'ע נאכמיטאג, ווי היטשינער שטייט מיט טלית אויפן פלייצע, און גרייט זיך אן די סידורים, און מאכט זיך גרייט פאר א פלאמעדיגן דאווענען, און בשעת מעשה, כאפט ער נאך אריין א לשון הרע'לע, אדער א גוטע דזשאק, אבער ער וועט זיך תיכף דערנאך געבן אזא קלאפ צוזאם די הענט, און זיך פארמאכן די אויגן, און אויסשרייען בקול רעש גדול דעם ''להתעטף בציצית'', ווען פארשידענע קאכעדיגע תנועות וועלן זיך דערקענען אויף זיין פארשוויצטע גרויסער פנים,

דער סיסטעם, איז דער גרעסטער שטער ביינום, ער דערהייבט נישט ווען עפעס גייט מיט א סיסטעם, ער איז א ריכטיגער חסיד'שער איד, וואס וועט אפלאכן פון די שטאטישע משוגע'תן לגבי קאוויד, און אלעס ארום, ער וועט נישט דערהייבן די סארט מענטשן, וואס שיקן זייערע קינדער אין א ישיבה למציונים, זיך אויסדיקענדיג דערביי ''הייסט די לאזט מיינע קינדער מיט די שוואכע בחורים, ווער נעמט די אחריות??'' דיין קינד איז דען טאקע אזא מציון, אז ער קען שוין נישט לערנען אין א נארמאלע סאטמארע ישיבה וואס איז נתייסד געווארן דורך רבינו הק'??'', אזוי וועט ער פרובירן צו רעדן און מסביר זיין אויף יעדע אופן, די אלע '' נארמאלע מענטשן'', וואס קענען זיך נישט זעהן מיטפארן מיט'ן פשוט'ן המון עם, און ער וועט זיך נישט אפהאלטן פון חוזק מאכן און אראפברענגען די סארט מענטשהייט צו יעדע צייט,

אויסזעהן:

א הויכער ברייט-ביינערדיגער געשטעל, א היפש שמאלע שטאפן הוט, וואס שטומט נישט אזוי ווייט מיט'ן געשטעל זיינער, א רויטער פרצוף באדעקט מיט רויטע האר, זיין פנים איז שטארק באוואקסן, א מזל אז די האר האבן רחמנות געהאט, און איהם איבערגעלאזט א ליידיג מקום ביים נאז, וואס דאס ערמעגליכט איהם אז זיין געדעכטע רויעך וואס קומט כסדר ארויס פון איהם, זאל קענען קומען אהן קיין שטער, הגם וואס ער איז נאך ניטאמאל קיין דרייסיג, גייט ער שוין אבער מיט איינגעזינקענע SAS שיך, דער גרויסער ראבער וואס האלט אונטער די ספעציעל גרויסע שיך, איז שוין צוגאנגען, פון די משא כבידה וואס ער האט געברויכט טראגן, זיינע צוויי פאדערשטע ציין, קומען איהם אביסל ארויס, וואס דאס מאכט איהם אייביג אויסזעהן ווי ער גרייט זיך אויסצופלאצן אין א הילכיגער געלעכטער, אבער ס'נישט געפערליך, ווייל דאס מערהייט פון טאג שמייכלט ער עניוועי, זייענדיג א געשמאקער אנגענומער מענטש אין יעדעס פלאץ ווי ער טרעט נאר אריין.

גארנישט פערזענליך, ס'איז אלץ הוילע פאנטאזיע'ס ממש.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע:בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

אנבעליוועבל!!!

איך גיי אייך דא פארטרויען מיט א געוואלדיגער סוד... איך בין אויך א היטשינער, און איך קען טאקע היטשינער פון היטשין.

איך קען היטשינער אויף מער ווי א פערזענליכער שטייגער, עומד האט דא צוגעטראפן צו יעדן דעטאל וואס איז נאר שייך, און חוץ פון עטליכע מילדע טעותים מיט וועלכן היטשינער טוט בכוונה פארדרייען די אייוועלטער, האט ער דא אראפגעלייגט דעם פראפיל פון היטשינער אויף א מאסשטאבליכער פארנעם און ער האט נישט אויסגעלאזט קיין כי הוא זה אפילו פון דעם געשטאלט זיינער!

קיין שטאפענער קאפעלוטש טראגט ער נישט, זיינע פאדערשטע צאן זענען היבש איינגעצוימט, קיין רויטער איז ער אויך נישט, און אויך שטאמט ער דירעקט נישט פון קיין סאטמארע בעגראונד, אבער דאס איז וואס ער איז היינט, און דעריבער האסטו נישט געמאכט קיין טעות...

שוין, מער פון דעם וועט זיין גילוי...
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6385
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

זייער שטארק.

עומד מריקט זיך ב"ה.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

הויפט האט געשריבן: וואס איז מיט אן אנאליז אויף מיר

נישט קיין פראבלעם,

די ווייסט אבער וויפיל ס'ווארטן בעפאר אייך, איא?
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

טישטוך האט געשריבן:

אנבעליוועבל!!!

איך גיי אייך דא פארטרויען מיט א געוואלדיגער סוד... איך בין אויך א היטשינער, און איך קען טאקע היטשינער פון היטשין.

איך קען היטשינער אויף מער ווי א פערזענליכער שטייגער, עומד האט דא צוגעטראפן צו יעדן דעטאל וואס איז נאר שייך, און חוץ פון עטליכע מילדע טעותים מיט וועלכן היטשינער טוט בכוונה פארדרייען די אייוועלטער, האט ער דא אראפגעלייגט דעם פראפיל פון היטשינער אויף א מאסשטאבליכער פארנעם און ער האט נישט אויסגעלאזט קיין כי הוא זה אפילו פון דעם געשטאלט זיינער!

קיין שטאפענער קאפעלוטש טראגט ער נישט, זיינע פאדערשטע צאן זענען היבש איינגעצוימט, קיין רויטער איז ער אויך נישט, און אויך שטאמט ער דירעקט נישט פון קיין סאטמארע בעגראונד, אבער דאס איז וואס ער איז היינט, און דעריבער האסטו נישט געמאכט קיין טעות...

שוין, מער פון דעם וועט זיין גילוי...

גאר אינטערסאנט צו הערן, א יישר כח רב טישטוך פארן איבערגעבן די געוואלדיגע נייעס,

יעצט ווארט מיר אויף היטשינער זאל באשטעטיגן דעם דעסקריפציע, און זאגן וואס מ'האמיר צוגעטראפן און וואס נישט.
אוועטאר
הויפט
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 11, 2021 8:22 pm
לאקאציע:ביים דעסק

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויפט »

עומד מן הצד האט געשריבן:
הויפט האט געשריבן: וואס איז מיט אן אנאליז אויף מיר

נישט קיין פראבלעם,

די ווייסט אבער וויפיל ס'ווארטן בעפאר אייך, איא?

יא איך ווייס אבער קודם שטעל איך מיר אין די שורה
איך בין באהויפטעט געווארן צו זיין הויפט
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

טישטוך האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:
מיר ווארטן מיט שפאנונג סיי אויף דאס אויספראקן דעם אויספראקעניש, און סיי אויף די פרישע פראקעס וואס די גרייטסט זיך מיר צו דערלאנגען.

לאמיר איצטערט אביסעלע צולייגן דאס ענין:
טישטוך האט געשריבן: קודם כל אויף דאס וואס דו האסט געשריבן... איך האב עס געוויזן פאר א באקאנטער דא אויף אייוועלט, ער האט זיך געווארפן פאר געלעכטער (איך האב שוין מורא אז דאס ביסטו...) דו האסט כמעט אלעס צוגעטראפן, חוץ די פאקטן איבער מיין געשטאלט וועלכע זענען כמעט ווי פארקערט...

טישטוך האט געשריבן: יעצט צו דיר, אט איז די ביאגראפיע פון עומד מן הצד:

עומד איז געווען א יונגל פון וויליאמסבורג וועלכער האט געטראגן פלאסטישע ברילן נאר ווייל דאס האט אים די מאמע געקויפט. ער וואלט ווען געגאנגען מיט פיאות אונטערן אויער אויב וואלט ער ווען געבוירן געווארן אין פלעטבוש, נאר ווייל ער איז נישט געבארן דארטן טראגט ער עס נישט. ער איז היבש א פאלגזאמער און שטילער, ער האט אסאך געקלערט אלס קינד און געוואלט וויסן זאכן, דעריבער האט ער שטענדיג געליינט 'יפה בעתו' און 'מעלות'. ער האט זיך נישט ליב געהאט צו אנרופן ברבים, דעריבער האט ער ליבערשט געוואלט זען זאכן מיט א דרויסנדיגער בליק און אויב האט ער געהאט א גוטס אויפן צינגל האט ער עס דארט געלאזט.

אקעי, אנגעהויבן האסטו עפעס שרעקליך גוט, טאקע געהאט פלאסטישע ברילן, כ'וואלט נישט געזאגט אז די סיבה איז געווען ווייל מיין מאמע האט מיך עס געקויפט, מיין מאמע גראדע האט יא אריינגעלייגט שטארקע כוחות כ'זאל אויסזעהן נארמאל, און זי וואלט מן הסתם יא הנאה געהאט פון שנערע ברילן, אבער דער סיבה איז מער געווען, וויבאלד ס'מיר באמת נישט אנגעגאנגען, ועד היום הזה, ווער ס'קען מיך ווייסט, אז זיך צושטעלן און געפעלן שטייט מיר דאס לעצט אויפן סדר היום,

טאקע געווען א פאלגזאמער און שטילער, און יא כ'האב געהאט א שרעקליכער שטארקע נטי' צו זעהן און וויסן זאכן, אבער קיינמאל קיין נערוון נישט געהאט צו ליינען די מעלות אדער יפה בעטו, אין פאקט, האבעך נישט געליינט בכלל קיין סאך אפילו נישט אין די בחור'ישע יארן אויך נישט, כ'האב מקיים געווען אסאך דעם שאל אביך ויגדך, און בדרך כלל האט מיין פאטער שוין דורכגעטאן פאר מיר אלע נושאים, זייענדיג די זעלבע טיפ ווי מיר, אבער מיט א שטארקע נטי' צו ליינען אויכעט,

כ'האב זיך טאקע כמעט נישט אנגערופן ברבים, אבער כ'געדענק זיך נישט וועלן אזוי שטארק זאגן עפעס, כ'האב געהאט ב''ה מיינע אייגענע חסידים מיט וועם מ'האט זיך ענדזשויט,
טישטוך האט געשריבן: ער איז זייער א טיפער טראכטער, דעריבער, אויב האט ער געהאט א מלמד וואס האט זיך געדרייט מיט א שטיקל שליים אויף די וואנצעס, האט עומד שוין נישט געקענט אויסהערן מער וואס ער האט צו זאגן, ווייל זיין קאפ איז זיך פארלאפן צום שליימעלע, און ער האט פילאזאפירט וויאזוי פונקטליך עס האט געלאנדעט אויף די וואנצעס, און אויך האט ער אויסגערעכנט מאטעמאטיש וואו עס וועט אראפפאלן, און וויאזוי דער מלמד וועט עס אפווישן. עומד האט נישט געקענט פאקוסירן אויף צוויי זאכן, זיין גרונטליכער קאפ האט נאר ערלויבט צו קלערן און רעכענען איין זאך אויפאמאל, אבער וואס עס האט פראצעסירט איז געבליבן דארטן כבוד סיד שאינו מאבד טיפה.

:lol::lol::lol::lol:

דאס איז ממש ווי געגאסן, את חטאי אני מזכיר, ליידער זעמיר אסאך שולדיג אין דאס ארויסברענגען די שוואכקייטן פון די מלמדים, אויפן מינוט איז עס טאקע געווען געשמאק, אבער ס'איז נישט די תורה'דיגע וועג, און מ'האמיר שוין אסאך חרטה געהאט דערויף, כ'געדענק א מעשה, ווען א מלמד האט באמערקט אז כ'האב זיך פארקלאצט אויף זיינע תנועות, האט ער פארקירעוועט דאס ענין, און אנגעהויבן פארזאגן פאר די קינדער פון א צווייטע פרשה די חומש, און איך האב אזוי שיין נאכגעזאגט, נישט כאפענדיג ווי דער גאנצער עולם איז שטיל געבליבן, און זיך געווארפן פאר געלעכטער פון מיר, שוין, יענער האט אויך פארשטאנען צו די מלאכה, און געוואלט אביסעלע נקמה נעמען,

א גרונטליכער זעמיר טאקע אויכעט, אבער צומאל קען עס שטארק שטערן דאס לערנען, וויבאלד מ'קען זיך נישט זעהן גיין ווייטער איידער מ'פארשטייט יעדעס ווארט פון די גמ' רש''י תוס',

טישטוך האט געשריבן: עומד איז נישט געווען פון די וועלכע האבן זיך באטייליגט אין די פראגראמען אין ישיבה, ער האט פלייסיג געלערנט, אבער ער האט נישט געהאט קיין נערוון צו באריכטן פארן משגיח איבער זיינע שעות רצופות. אויך איז ער נישט געשלאפן אין דארמעטארי ווייל ער האלט זייער שטארק פון פאמיליע לעבן, ער האט געהאט אן אייגענע באטל קאווע אין ישיבה ווייל ער דולדט נאר טעיסטערס טשויס, און דאס איז אויך נאר איינמאל א טאג - אינדערפרי. יא, עומד איז א פריער אויפשטייער, אפילו ווען ער לייגט זיך שפעט שטייט ער נאכאלס אויף פרי, ער איז נישט מקפיד צו דאווענען מיט די זעלבע מנין יעדן טאג, אבער ער איז יא מקפיד צו דאווענען דורכאויס די זעלבע האלבע שעה צווישן ניינע און ניין דרייסיג, אויב פערטיגט ער דאס דאווענען צו שפעט ווערט ער נערוועז.

כמעט אלעס איז אמת, אבער די מהות איז ווייט נישט אמת, כ'בין קיינמאל קיין מפונק נישט געווען, כ'האב ענדערש געטרינקען די פארשינקענע קאווע פון די ישיבה, ווי איידער זיין פארנומען מיטן אייגענעם באטל טעסטער'ס טשויס, און ווי אויך, האמיר געקענט אריינכאפן קרוב צו א מנין קאווע'ס א טאג מיט א רואיגקייט, ווייל כמעט מיט יעדעס ציגרעטל אידאך מיטגעקומען א קאווע,

א פריע אויפשטייער בינעך, פשוט ווייל דאס לעבן האט זיך מיר אזוי אויסגעשטעלט, אבער דאנט ווארי, ווען מ'האט די צייט, באצאלט מען די שעות בכפלי כפלים, מ'שרעק מיר זיך נישט צו ערלעדיגן גאנצעטע געפערטיגטע בייגעלעך, פריש ארויס פון אויוון, אויב די צייט ערלויבט עס, און ווי אויך וועל מיר נישט מקפיד זיין בכלל צו דאווענען פרי ליידער, אבער געווענליך וועט מען טאקע דאווענען צווישן ניינע און ניין דרייסיג, באט אהן א פרעשור,
טישטוך האט געשריבן: עומד האט נאך קיינמאל נישט פארגעסן צו זאגן יעלה ויבוא, אבער ער האט שוין פאראויסגעשאצט אויף פילע בעלי תפילה אז זיי וועלן יא פארגעסן (נישט אז ער האט זיי דערמאנט, ער האט זיך נאר געפרייט אז ער האט ריכטיג צוגעטראפן...)

:lol::lol:

ווי געגאסן. פינטל.
טישטוך האט געשריבן: עומד איז מיטגעגאנגען מיטן סיסטעם ווייל ער גלייבט דערין, ער האלט אז אן דעם איז נישט ווערד די גאנצע זאך, אבער פאר זיך איז ער ברייטער און ער קען יא אמאל נעמען א זוהר מיטן פירוש פון ר' דניאל פריש און עס אריבערבלעטערן. עומד איז היינט א אינגערמאן וואס ארבעט נישט אליין, ער איז איינגעשטעלט ביי איינעם וואס איז מער זיין חבר ווי זיין בעה"ב און ער טוט אן ארבעט וואס פאדערט עקספיריענס.

די סיסטעם חלק ביסטע גערעכט, אבער כ'בין אייביג גרייט אפצונויגן פונעם סיסטעם אויב איז עס א שטער מיט תורתינו הקדושה, כפי דרך הסלולה לנו מריבה''ק הויואל משה זצוק''ל, דאס איז נר לרגלי, און ווי לאנג דער סיסטעם איז נישט קיין סתירה דערמיט, וועל מיר זיך שפירן זייער באקוועם אונעם סיסטעם,

עומד ארבעט טאקע ''מיט'' איינעם, וואס יענס פארלאנגט זיך עקספיריענס, יענר איז ב''ה ''נישט'' מיין בעה''ב,
טישטוך האט געשריבן: עומד רייכערט מארלבארא לייטס פון ניו יארק נאר ווייל ער האט זיך צוגעוואוינט דערצו, אבער ער האלט נישט דערפון עכט, זיינע פושקעס וועלן שטענדיג זיין האלב פארזיגלט און ער נעמט נישט ארויס די סילווער פעיפער פון פארנט. ווען עומד ליינט א ביכל פון יאיר וויינשטאק וועט ער געווענליך מאכן די תנועות פון דעם מדובר אין די געשיכטע - און אויב קיינער איז נישט אין צימער וועט ער אויך צומאל נאכמאכן די שטימע פון זיינע פאנטאזיעס.

;l;p-;l;p-;l;p-

איין זאך נישט גערעכט, גראדע האלט איך זייער שארק פון מארלבארא לייטס, כ'פארנעם נישט קיין אנדערע סארטן, דער פארזיגעלטער פושקע, האט שוין שטומפיג באשטעטיגט אלץ קראנט,

ליידער האבעך ליעב נאכצומאכן תנועות פון געוויסע מענטשן (אוממענטשן) וועם איך קען, אבער נישט פון מיינע פאנטאזיע'ס, אדער פון ביכלעך,
טישטוך האט געשריבן: געשטאלט: עומד איז מיטלגארטיגער הייעך, גאר דאר, ער האט א שווארצע רעקל אבער ער טראגט נישט קיין וועסטל אונטער דעם, ער האט א לויזער פארקאש ציצית מיט פראנזן וועלכע פלאטערן ארויס טיילמאל ווען זיין רעקל איז אפן. ער גייט מיט א פלאכע הוט וואס ער האט געקויפט פינף יאר צוריק אבער עס זעט נאך אויס ניי, און ער וועט אייך זאגן אז ער האט עס נאך קיינמאל נישט איבערגעמאכט - ווייל ער לייגט עס אריין מיט אן ערליכקייט אין די באקס יעדע נאכט.

וויבאלד ער וואוינט אין שטאט האט ער נישט קיין אייגענע קאר, אבער ער דינגט אפט א וויהיקל ווען ער פארט קיין מאנסי אדער אפסטעיט, זומער נעמט ער א קיע אפטימע און ווען ער גיבט עס צוריק איז עס ריינער ווי ווען ער האט עס באקומען. ער האט שווארצע האר און שווארץ-ווייסע ברילן, ער זעט אויס זייער דורכשניטליך אויב מען באמערקט נישט זיינע טיפע דורכגרונטליכע אויגן וועלכע קוקן ארויס שארף פון די ברילן. ער האט א גאר איידעלע שמייכל און דערפאר האט אים זיין באבע זייער שטארק ליב, אויך וועט ער אייביג נעמען די קאקאש קעיק וואס זי באט אים אן און ער וועט עס נישט ארויסווארפן פאר אירע אויגן...

מיט די געשטאלט האסטו זייער שוואך צוגעטראפן, ממש יעדע זאך קען מען זאגן פונקט פארקערט.
טישטוך האט געשריבן: עומד, עס איז ערב שבת ביי מיר אין ירושלים, איך וועל נאך ממשיך זיין ווייטער בעז"ה נאך דיין המשך אויף מיר...

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-

אין מילים, א געואלדיגער ארבעט געמאכט.

אפשר העלפסטו מיר ארויס מיט די פאנטאזיע'ס דא?
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

עומד מן הצד האט געשריבן: ס'וואלט זיך געקענט דאכטן, אז באמת וואלט מען געברויכט ברענגען קאשע פאר'ן קרבן פסח, נאר פשוט אלץ חוק בלי טעם, ברענגט מען צלי אש

:lol::lol::lol:
די פראז גייט אריין אין די ביכער אלס די "הגדרה פון די יאר"
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

נעקסט אן דע ליין איז ''פאסט טרעגער''

מיר פאנטאזירן................
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3437
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

עומד מן הצד האט געשריבן: נעקסט אן דע ליין איז ''פאסט טרעגער''

מיר פאנטאזירן................

א ציטער האט מיר ארומגענימען און אלע ביינער.............

מען רוקט שוין די בענק פארן יום הדין..................
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

היטשינער האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן: נעקסט אן דע ליין איז ''היטשינער''

מיר פאנטאזירן...................

אונז ווארטן מיט שפאנונג

יעצט ווארטן מיר מיט שפאנונג אויף דיין אפהאנדלונג אויפן פאנטאזיע, אויב מעגליך.
אוועטאר
היטשינער
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע:שעפעלע בארג

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטשינער »

עומד מן הצד האט געשריבן:
היטשינער האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן: נעקסט אן דע ליין איז ''היטשינער''

מיר פאנטאזירן...................

אונז ווארטן מיט שפאנונג

יעצט ווארטן מיר מיט שפאנונג אויף דיין אפהאנדלונג אויפן פאנטאזיע, אויב מעגליך.

מיר דארפן מאכן צייט דערפאר.
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע
(הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)

בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע:בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

היטשינער האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:
היטשינער האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן: נעקסט אן דע ליין איז ''היטשינער''

מיר פאנטאזירן...................

אונז ווארטן מיט שפאנונג

יעצט ווארטן מיר מיט שפאנונג אויף דיין אפהאנדלונג אויפן פאנטאזיע, אויב מעגליך.

מיר דארפן מאכן צייט דערפאר.

ווען קענען מיר באשטעלן אן אודיענץ?
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

ברעיקינג! ברעיקינג!

ווי דער עולם האלט דא מיט וואס טוצעך, די ליניעס זענען שרעקליך לאנג, אפאר מנינים אידן זיצן און ווארטן דא אונעם ווארט צימער, נעכטן האט דער עיר קאנדישן נישט געארבעט, היינט האט זיך אויסגעניצט די וואטער קאלער, און פאלענד ספרינג וואטער, וועט שוין נישט דעליווערן פאר שבת, בקיצור, מ'פרובירט טאקע צושטעלן וויפיל ס'שייך, אבער פארט זעמיר נאר בשר ודם, און מ'קען נישט אלץ נאכיאגן די דימענד,

ואשע''כ, האמיר זיך געוואנדן צו ידידינו הרב טישטוך זז''ג, און געפרעגט אויב ער וויל ארויסהעלפן אביסעלע מיט די עבודת הקודש, זעהנדיג די פאנטאזיע וואס ער האט געשריבן אויף מיר, בינעך זיכער אז ער האט די פאך אין די האנט, ער פארשטייט דערצו, און וועט אוודאי אראפלייגן א בעסערע ארבעט ווי מיר,

הרב טישטוך, האט הארצן גערן מסכים געווען, און ער שטייט דא מיט אונז קאמפס גרייט, און וועט אביסעלע פארגרינגערן די מצב, און פאנטאזירן דעם עולם,

אבער אזוי ס'וועט דאך זיין אזעלכע וואס ווילן דווקא א געוויסע פאנטאזיע, ( כ'גלייב דער עולם וויל ענדערש רב טישטוך ), זאל מען ביטע קומען צו מיר אין אישי, און מעלדן וועלכער מ'וואלט ענדערש געגליכן, און מ'וועט פרובירן צושטעלן יעדעם איינעם כפי אוות נפשו.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע:בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

פארוואס אבער מיינסטו אז איך וועל קענען בעסער? כ׳פרעג סתם
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

איך דארף פון ביידע....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

פאסט טרעגער האט געשריבן: @ עומד, איך ליג אויפן פלאר פון די פאנטאזיעס,

ביטע שטעל מיר אריין און די רייע, שכוח

געגאנגען, לאמיר זעהן וואס מ'וועט קענען שרייבן אויפן פאסט טרעגער.................

פאסט טרעגער:

א פרייליך אבער באשיידן קינד געוועזן, ער האט געהאט אסאך צו פארציילן און זאגן, אבער זייענדיג גאר א טיפער נפש, האט ער זיך ליבערשט צוריקגעהאלטן פון צופיל זיין צווישן עולם, וויבאלד ער האט אלץ מורא געהאט וויאזוי זיינע דיבורים וועלן אויסנעמען ביים ציבור, און אויב האט ער זיך שוין יא אמאל ערלויבט און זיך נישט געקענט איינהאלטן פון אריינווארפן עפעס צום שיחה, האט ער עס שוקל געווען, און שטארק מהרהר געווען אחריו, און טויזענט מאל חרטה געהאט פארן זיך אנרופן, נעמליך, ער האט זיך אביסעלע צוקעקעצט ביי דאס לעצטע פאראגראף, און ער האט אפי' געזעהן די מאדנע בליקן מיט וואס מ'האט איהם אנגעקוקט בשעת מעשה,

אויסערליך האט ער זיך פארשטאנען מיט יעדעם, ער האט יעדעם געקענט פון אויבנאף, אזוי, אז אויב האט ער געוואלט בארגן א פענסיל ביי שיין שרייבן, אדער אויב האט ער אמאל עפעס איבערגעלאזט אין לאנטש רום, האט ער געהאט אסאך וואס זענען איהם אקעגן געקומען בעצה ותושי', אבער א נאנטער חבר, מיט וועם מ'קען לאכן און פארברענגען געשמאק, אדער זיך אויסגעבן די ווייטאגן וואס דרוקן אויפן הארץ, האט ער כמעט נישט געהאט, אבער נישט ווייל ער איז געווען א פארמאכטער נפש, בכלל נישט, ער איז געווען גרייט זיך צו עפענען און מאכן א קשר מיט עפעס א נאנטער חבר, נאר ס'איז איהם פשוט נישט באשערט געווען, און מיר זענען נישט אין הימל דאס צו פארשטיין,

שוין פון קינדווייז אהן, האט ער געהאט א געוויסע ווארימקייט צו אידישקייט, וואס ער האט נישט געוויסט פונקטליך וויאזוי עס איינצוקעשן, ער איז געווען פון די סארט קינדער וואס בערך אין כתה ז' פלאנירט מען אויס דעם פונקטליכער דרך אשר ילך בה, וואס דאס וועט איהם פירן צום ענדגילטיגן ציל, צו אויסוואקסן ווי משה רבינו, מ'איז כסדר פארנומען מיט צעטלעך און פלענער, פונקטליך ווען מ'זאל אויפשטיין, וואס ליינט זיך געווענליך בערך אזוי: ''בשעה 3:30 בבוקר הוא זמן קימה לי, ותיכף אחר, בערך 10 מינוט, יאמר ברכת התורה באש ובפלאם פייער, 4:00 אני ילך לגמרא ללמד את התורה וכו'.....'' { יא, יא, טשעקט נאר אויס אייערע ברודער'ס אדער בחורל'ס טאשן, אזוי קוקן אויס די צעטלעך, וואס ווערן געשריבן אין א עלטער ווען די לשה''ק איז נאכנישט געהעריג דעוועלעפט }, און ער האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס זיין מאמע האט איהם נישט געלאזט אויפשטיין בעפאר זעקסע, און אין מח האט ער אפילו געקלערט, אז זיין מאמע פארשטייט נישט צו עבודת ה', און זיך געברענגט ראיות פון פארשידענע צדיקים וואס האבן שוין אין זיין עלטער געבראכן די אייז אין מקוה, טא פארוואס קען ער נישט זיין ווי זיי??,

כהיום, האט ער זיך שוין בערך אויסגעלערנט וויאזוי מ'דיעלט מט אזוינע הרגשים, ער פארמאגט טאקע ווייטער דאס ווארימקייט צו אידישקייט, און פרובירט טאקע מקיים צו זיין דעם אם תעירו וכו', און עס אריינלייגן אין א כלי, אבער ער קען זיך שוין, און ווייסט אז ווי נאר די הרגשים וועפן אויס, וויל מען זיך צוריק זעהן מיט'ן סמארטפאון, און זיך ארומדזשאקן מיט די חברים אויף וואטסעפ, ואשע''כ, וועט ער זיך נישט קיין סאך צוטוען מאכן פון די התעוררות'ער וואס כאפט איהם כסדר אהן, נאר ער וועט ענדערש אויסניצן דעם התעוררות ביי אזוינע פלעצער ווי מ'טראגט נישט קיין גילטי פילינג'ס דערנאך, א שטייגער ווי מחזק זיין תלמידי חכמים, אדער אויסהערן א שיינע שיעור פון ר' מיילעך בידערמאן, בקיצור, ער וועט זעטיגן דעם צמאון זיינער מיט אזוינע זאכן וואס וועלן איהם לאזן ווייטער מיט די גשמיות כדמעיקרא,

( ביי מיינע פאנטאזיעס גלייכעך צו געבן מוסר, וואס זאלעך טוען ס'איז א חלק פון מיין הנאה, סתם אזוי וואלטעך עס נישט געטאן, אבער אזוי ווי ס'איז דאך מילא א פאנטאזיע, זאל עס שוין גיין אלל דע וועי, און יעצט ביסטו געפאלן א קרבן צו מיינע מוסר שמועסן, איז אזוי:

@פאסט טרעגער טייערער, זאלסטו וויסן איין זאך, דער רבוש''ע האט שטארק הנאה געהאט פון דיינע קבלות טובות אלץ בחור, על אף וואס ס'האט נאר אנגעהאלטן פאר איין טאג, און צומאל דאס אויך נישט, דער רבוש''ע האט נישט געזיכט אז די זאלסט מקיים זיין דיינע קבלות, ער האט נישט פארלאנגט די זאלסט אויפשטיין 3'ע פארטאגס ביי די צען יאר, ''רחמנא ליבא בעיא'', דער רבוש''ע האט ליעב צו זעהן דיין ריין הערצעלע וואס איז משתוקק איהם צו דינען, דער פראבלעם איז נאר געווען, אז די מיט דיין יונגע שכל האסט געמיינט אז די מיזט אויספירן דיינע גראנדיעזע שאיפות, און אויב האסטו עס נישט באוואוזען, האסטו אינגאנצן אויפגעגעבן, מיין טייער קינד, די האסט געמאכט א גרויסער טעות!

יעצט ווען די קוקסט עס שוין יא מיט א מוחין דגדלות, ביסטעך שוין יא ערוואקסן, איז אפשר געקומען די צייט צוריק מעוור צו זיין די לעכטיגע הרגשים, דערמאן דיך נאר, האסטו נישט דעמאלטץ געשפירט עפעס העכערקייט??, איז עס נישט געווען בעסער ווי די גרעסטע תענוגי גשמי וואס איז דא???, קומענדיגעס מאל ס'מאכט זיך דיר אזא התעוררות, מאך א כלי מפואר דערפון, האק אריין א ליל שישי, לייג אראפ א דאווענען מיט מתיקות און חיות, ס'דארף נישט אנהאלטן, אבער כאפ כאטש וואס די קענסט, פארוואס זאלסטו סתם שטילן דיין נפש וואס גלוסט און איז משתוקק צו עפעס העכער'ס, מיט אביסעלע אויסגעוועפטע סעלצער, דערלאנג איהם כאטש א ווארימע קאווע, זאל ער הנאה האבן............. )

ער איז זייער אן איידעלער, ווי מ'רופט עס ''א נייס גיי'', ער וועט גאר שטארק אפבאכט געבן אויף יענעמ'ס געפילן, עפעס נישט פשוט, וואס דאס איז לכאורה א תוצאה פון זיינע אייגענע טיפע הרגשים, וויבאלד ער ווייסט וויאזוי ס'שפירט זיך ווען איינער טרעט אויף די געפילן, עד כדי כך, אז ער וועט ממש ליידן אויף OCD, ווען ס'קומט צו די זאכן, ער וועט קענען האלטן אינמיטן א געשמאקע שמועס מיט איינעם ווי מ'ווערטעלט זיך אהין און צוריק געשמאק, ווען פלוצלינג וועט ער ווערן אזוי כמו ערנסט, און זיך אנרופן ''כ'האף האסטעך נישט באליידיגט'', וואס מיט דעם וועט ער געווענליך פאר'הרג'ענען דעם גאנצן שמועס, וואס וועט שוין נישט קענען פארן אזוי סמאט און געשמירט ווי ביז איצט, מיט די דאזיגע דיבורים איז עפעס א אומזעהבארע אביעקט אריין צווישן זיי, וואס פארפעסטעט דעם גאנצן אוויר, און אפי' @פאסט טרעגער ווייסט אז דאס איז וואס גייט געשען, טוט ער עס אבער ווייטער מחמת זיין שטארקע פחד נישט צו פארשעמען קיינעם, און ווי געזאגט מיינעך אז ס'גרעניצט זיך היפש מיט OCD',

און בכלל איז ער היפש א ווייכער בטבע, ער ווערט שנעל נתפעל פון זאכן, און האט נישט מורא צו זיין נכנע אונטער א צווייטן, וואס דאס ברענגט אז ער יאגט זיך בכלל נישט צו עפענען זיין אייגענע ביזנעס, און איז מורא'דיג רואיג און צופרידן דארט ווי ער שטייט, און ווי ער דרוקט זיך אליינס כסדר אויס ''ס'פעלט מיר עפעס יעצט?'', און באמת איז ער טאקע צופרידן, וויבאלד ער נעמט נישט זיין חיות פון לעבן אויף מותרות, ער וועט ענדערש זיך ענדזשוין מיט אזעלכע קומזיצן און סתם געשמאקע שמועסערייען אין די משפחה, און וועט טאקע הנאה האבן צו גיין צו שמחות, ווי מ'טרעפט זיך אביסעלע צוזאם, און דאס וואס ער ברויך פאר די צרכי יום יום, האט ער ב''ה גענוג, פון וואס ער איז העכסט צופרידן ב''ה,

אויסזעהן:

מער א נידריגער דארער, אין די נידריגע ביז מיטעלע צוואנציגער יארן, א שיין געפיצט שטאפן הוט, מיט אזעלכע רימלעס גלעזער וואס ליגט איהן אונטער די דינע ברוינע לופטיגע פיאות, ער וועט געבן א רושם ווי א היפשער צוזאמגענומער מסודר'דיגער מענטש, וואס שטייט אויף זיינע רעכטן מיט א רשעות, אבער ער איז בכלל נישט דאס, און ווי געשריבן איז ער גאר א ווארימע נשמה, און לאזט זיך אראפ צו יעדעם איינעם, אויף זיין בליק וועט מען אלץ דערקענען זיין צמאון, וואס וועט אלץ זיין צו עפעס אנדערש, לדוגמא, ווען ער שטייט אין קאווע שטיבל ווארטענדיג אז די מענטשן בעפאר איהם זאלן פריי מאכן דעם באטל מילך, וועלנדיג פארענדיגן דעם יוחד השלם פון וואס דער קאווע באשטייט, וועט זיך דערקענען עפעס אזא תשוקה אויף זיין פנים, ער וועט אזוי נאכקוקן די באטל מילך ווי מ'טרענספערט עס פון הענט צו הענט, און פון זיינע אויגן וועט זיך ארויסשרייען ''מי יתן והי', אז דער באטל מיך זאל שוין גרייכן מיינע הענט..'', ( כ'ווייס נישט צו דער עולם כאפט וואס כ'מיין, אבער די שטארקע בעלי הרגש וועלן זיכער כאפן ), נישט אז ער לעכצט אזוי שטארק צו דאס באטל מילך, נאר בטבע איז ער געבענטשט מיט אזא צורה, וואס געבן איהם זייער שטארק די הרגשים, און ס'וועט זיך כסדר דאכטן אז ממש ער גייט אויס פאר כך וכך.

גארנישט פערזענליך, ס'איז אלץ הוילע פאנטאזיע'ס ממש.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

טישטוך האט געשריבן: פארוואס אבער מיינסטו אז איך וועל קענען בעסער? כ׳פרעג סתם

אזוי שפיר איך, נאכ'ן זעהן דיין פאנטאזיע אויף מיר.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Wow
האסט געבויעט א גאנצע קעיס אויף דעם פאסט טרעגער!
קיפיראפ!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

נעקסט אן דע ליין איז ''מתמודד''

ווי הייבט מען אן פאנטאזירן?..............
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

קישקעס פארדרייט אין א זייט.
מיינע באקן געשטרעקט גלאט.
פאר דעם אויג וואס זעהט ווייט.
הלא הוא דער מייסטער @עומד מן הצד.....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”