חכמה בגוים תאמין ? אלבערט איינשטיין דערציילט
יא אידן זענען נאטורליכע ברודער, מיר שטאמען אלע פון איין טאטן אברהם, מיר זענען אלע אנגעהאנגן אינעם זעלבן דורות קייטעלע, וואס אירע רינגעלעך זענען אויסגעשפרייט אין אלע עקן פון די אוניווערס, און גוטע פריינט זענען מיר ווייל אז מיר זענען אנאנימע ווירטואלע מענטשן אן פנים'ער, אן קיינע גרימאסן, אן קיינע אנשטעלן, אן קיינע מינע'ס אויסגעגאסן, זענען מיר אויטאמאטישע גוטע פריינט! די קאלטע קאמפיוטער פארנעמט אסאך דעות, די ברייטע אינטערנעץ פארטראגט אסאך פארשידענהייטן, און אזוי ארום בלייבן אלע ברודערליך און צוגענגליך......
איצט: מיין היסטאריע ווייסט דאך יעדעס קינד, "אלבערט איינשטיין", ווער האט פון אים נאכניש געהערט! איינשטיין איז דאך דער גרויסע פיזיסיסט, דער גרויסער סייענטיסט, דער ריזיגער רעוועלוציאנער, די ערפונדער פון די רעלאטיווע לערונג, איינשטיין! האט געטוישט די מאפע פון די וועלט, ער האט גע'עפענט די וועלט צו נוקלאערע רעאקטארן, אטאמישע וואפן, מיט זיי האט מען געפארטיגט די בלוטיגע וועלט קריג, מיט איר האט די קאלטע קריג זיך אנגעווארעמט, דאס איז וואס האלט די וועלט געשפאנט, און אויף די העכסטע וואכזאמקייט, און זי איז אויף די גרויסע שאך ברעטל פון די וועלטס פאליטיק שפיל!
איך בין געוועהן א ריזיגע מאטעמאטישע פיליזאפף. איך האב געלעבט א פיליזאפישער לעבן, ווייל מיינע געבענטשטע געצייג אין מיין מח, האט מיר דאס ערלויבט, איך האב געוואונען א נאבעל פרייז אין פיזיקע, אבער דערנאך האב איך געגארט און געלעכצט צו קריגן אויך די נאבעל פרייז פאר שלום, וואס איז מיר קאטעגאריש צוריקגעווארפן געווארן, מען האט מיר אנגעהויבן פארצוווארפן-אז איך האב געבויעט די וועלטס חורבן, איך האב אנגעזייעט א קערנדל צו פארטיליגן נישט צו מאכן וואקסן, איך האב פארוואנדלט די וועלט אין א מער סכנה'דיגע פלאץ ווי איך האב איר געפונען, איך האב פראקטיצירט טויט און פארדארבנקייט!!!
סוף פון מיין לעבן, האב איך אסאך אינטערווענצירט ביי די גרויסמאכטן וואס האבן זיך מיט מיינע טרעפונגען געהאלזט, און ביי די סאסייעטיס וואס האבן געמיינט אז מיט מיינע שאפונגען וועלן זיי געוועלטיגן מער, אז זיי זאלן אפשאפן די איינשטיין טעאריע פון איר למעשה'דיגן באנוץ, אבער אויף טויבע אויערן, איז מיין געבעט געפאלן, זיי האבן טריאומפירט, מיט מיין חכמה, און געפאכעט די וועלט לענדער, און געפויסטעט זייערע הענט בלייכערהייט!!!
אלזא! איך בין דורכגעפאלן, מיינע שטודיעס האבן געברענגט מער שאדן ווי נוצן, בין איך צובראכן ווי א שארב געווארן א ווילדער אקטיוויסט, און עולה געוועהן קיין ישרא' ווי מיינע דארטיגע ברודער האבן מיר אויפגענומען מיט ברייטע ארעמעס, און געוואלט פיל כבוד צוטיילן, איז די כבוד אבער נישט געוועהן וואס איך האב געגלוסט, איך בין מיר צוריקגעפארן קיין ניו ג'ערסי און אויסגעלעבט מיין לעבן "אויף אביסעלע אמונה אין דעם גט'ליכן ג-ט, מיט וועם איך האב מיך געטראפן אין פילע געלעגנהייטן אין די טיפסטע סייענטיפישע לערנונגען, איך האב אים נישט געקענט אויסמיידן ווייל איך האב אים איבערראל געזעהן, איך האב געשפירט געטליכקייט דורך מיין טיפע פיליזאפיע,...איך האב מיך מיט דעם אביסעלע דערפרייט אויף מיין לעצטע וועג, און רואיגערהייט געאטעמט פון זיין לופט, ווילאנג ער האט מיר געלאזט!
יעצט טייערע ברודער! ווי חכמה קען ברענגן: בין איך א ביישפיל. אבער וואס גרעסערע חכמה קען ברענגן זענט איר תורה טרייע אידן די ביישפיל....איצט מוז איך טיפ אריינאטעמען, און זיך צו אייך שפעטער צוריקקערן...