א שטיקעלע רמב"ן

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17381
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די וואך אנהייב פרשה לערנען מיר איבער די פטירה פון שרה אמנו, ווי עס שטייט אין פסוק 'וַ תָּמָת שָׂרָה בְּקִרְיַת אַרְבַּע הִוא חֶבְרוֹן בְּאֶרֶץ כְּנָעַן', און איבער דאס קויפן דעם מערת המכפלה איר צו באגראבן דארט, ווי דער פסוק חזר'ט איבער 'וְאַחֲרֵי כֵן קָבַר אַבְרָהָם אֶת שָׂרָה אִשְׁתּוֹ אֶל מְעָרַת שְׂדֵה הַמַּכְפֵּלָה עַל פְּנֵי מַמְרֵא הִוא חֶבְרוֹן בְּאֶרֶץ כְּנָעַן'.

ברענגט דער רמב"ן דריי טעמים פארוואס די פסוק חזר'ט איבער און איז מדייק אז דאס איז געווען אין חברון בארץ כנען.

א. צו ארויסברענגען אז שרה אמנו האט זוכה געווען נפטר צו ווערן אין ארץ ישראל, און צו באגראבן ווערן דארט.

ב. היות אברהם אבינו האט געוואוינט אסאך יארן אין ארץ פלישתים, סיי פאר שרה'ס פטירה, און סיי שפעטער, ווי מיר וועלן בעז"ה אויסשמועסן ווייטער, וויל דער פסוק זאגן אז די מעשה איז געווען אין ארץ כנען, און נישט אין פלישתים.

ג. דער פסוק וויל אונז לאזן וויסן די פונקטליכע מקום הקבורה פון די אבות הקדושים 'באשר אנחנו חייבים לכבד מקום קבורת אבותינו הקדושים'.



דארף מען אבער מאכן סדר אין די פסוקים, ווען האט אברהם אבינו געוואוינט אין ארץ פלישתים, און ווען האט ער געוואוינט אין חברון וואס איז אין ארץ כנען.

קודם וועלן מיר אראפברענגען דא די פסוקים וואס רעדן איבער דעם.

התיישבות בחברון
נאך אאע"ה קומט צוריק פון מצרים, זאגט דער פסוק (בראשית יג, ג) 'וַיֵּלֶךְ לְמַסָּעָיו מִנֶּגֶב וְעַד בֵּית אֵל עַד הַמָּקוֹם אֲשֶׁר הָיָה שָׁם אָהֳלֹה בַּתְּחִלָּה בֵּין בֵּית אֵל וּבֵין הָעָי', דארט קומט פאר א קריגעריי צווישן רועי מקנה אברם און רועי מקנה לוט, אברהם אבינו טיילט זיך אפ, לוט גייט קיין סדום, און אאע"ה (שם יח) 'וַיֶּאֱהַל אַבְרָם וַיָּבֹא וַיֵּשֶׁב בְּאֵלֹנֵי מַמְרֵא אֲשֶׁר בְּחֶבְרוֹן'.

ארום 24 יאהר שפעטער, טרעפן מיר אברהם אבינו בשלישי למילתו, (יח, א) 'וַיֵּרָא אֵלָיו ה' בְּאֵלֹנֵי מַמְרֵא', וואוינט ער נאכאלץ אין אלוני ממרא, וואס געפינט זיך אין חברון.

התיישבות בארץ פלישתים
נאך הפיכת סדום וואס איז געווען צומארגנס, הייבט זיך אברהם אבינו אויף (כ, א) 'וַיִּסַּע מִשָּׁם אַבְרָהָם אַרְצָה הַנֶּגֶב, וַיֵּשֶׁב בֵּין קָדֵשׁ וּבֵין שׁוּר וַיָּגָר בִּגְרָר'.

גרראיז שוין ארץ פלישתים, ווי מ'זעהט אז אבימלך ווערט אנגערופן מלך גרר, און דארט האט ער גענומען שרה, און ווייטער זאגט דער פסוק (כב, לא) 'וַיָּקָם אֲבִימֶלֶךְ וּפִיכֹל שַׂר צְבָאוֹ וַיָּשֻׁבוּ אֶל אֶרֶץ פְּלִשְׁתִּים'.

לידת יצחק והברית עם אבימלך
נאכ'ן נענש ווערן אויפן אוועק נעמען שרה, זאגט אבימלך פאר אברהם (כ, טו) 'הִנֵּה אַרְצִי לְפָנֶיךָ בַּטּוֹב בְּעֵינֶיךָ שֵׁב'.

נאכדעם שטייט לידת יצחק, אן אנצוגעבן דאס פלאץ וואו יצחק איז געבוירן, אבער נאכ'ן סעודה ביום הגמל את יצחק, ווען אברהם אבינו האט פארשיקט הגר, זאגט דער פסוק (כא, יד) 'וַתֵּלֶךְ וַתֵּתַע בְּמִדְבַּר בְּאֵר שָׁבַע'.

אזוי אויך ווייטער (שם כב) שטייט אין פסוק 'וַיְהִי בָּעֵת הַהִוא' זענען אבימלך און פיכול געקומען מאכן א ברית מיט אברהם אבינו, ווען צום סוף שטייט (שם לא-לב) ' וַיִּכְרְתוּ בְרִית בִּבְאֵר שָׁבַע'.

לערנט דער רמב"ן פון דעם, אז גלייך נאך גרר, האט אברהם אבינו אנגענומען אבימלך'ס פארשלאג, און זיך באזעצט אין באר שבע, וואס געפינט זיך אויך אין ארץ פלשתים, און דארט איז יצחק געבוירן געווארן, און אזוי אויך איז אאע"ה געבליבן דארט וואוינען די קומענדיגע תקופה, ווי דער פסוק איז ממשיך (שם לד) 'וַיָּגָר אַבְרָהָם בְּאֶרֶץ פְּלִשְׁתִּים יָמִים רַבִּים'.


און א ראיה אז באר שבע איז אין ארץ פלישתים, און נישט אז אאע"ה האט נאכן וואוינען אין באר שבע זיך צוריק געצויגן קיין פלשתים, ברענגט דער רמב"ן, פון דעם וואס דער פסוק שרייבט נישט ארויס אז אבימלך און פיכול זענען געגאנגען פון גרר קיין באר שבע צו מאכן דעם ברית מיט אאע"ה, ווי דער פסוק שרייבט ביי יצחק (כו, כו) 'וַאֲבִימֶלֶךְ הָלַךְ אֵלָיו מִגְּרָר', נאר וויבאלד עס איז איין לאנד און ביידע זענען אין ארץ פלשתים, מוז מען עס נישט ארויס שרייבן. (הגם אז ביי יצחק איז עס אויך געווען ווען יצחק האט געוואוינט אין באר שבע, נאכאלץ איז עס נישט קיין הכרח צו שרייבן).

עקידת יצחק ופטירת שרה
די שוועריגקייט הייבט זיך אן מיט עקידת יצחק, וואס דער פסוק זאגט אונז נישט ווי אברהם אבינו האט געוואוינט בשעת'ן ציווי, נאר אזויפיהל זעהן מיר אז עס האט גענומען פאר אברהם דריי טעג אנצוקומען קיין ירושלים, צום הר המוריה.

און סוף פונעם פרשה פונעם עקידה שטייט (כב, יט) 'וַיָּשָׁב אַבְרָהָם אֶל נְעָרָיו וַיָּקֻמוּ וַיֵּלְכוּ יַחְדָּו אֶל בְּאֵר שָׁבַע וַיֵּשֶׁב אַבְרָהָם בִּבְאֵר שָׁבַע'.

גלייך דערנאך שטייט די פרשה פון שרה אמנו'ס פטירה, און דארט שטייט 'וַתָּמָת שָׂרָה בְּקִרְיַת אַרְבַּע הִוא חֶבְרוֹן בְּאֶרֶץ כְּנָעַן'. און דער רמב"ן טענה'ט אז אויב שרה איז אוועק אין חברון, מוז זיין אז אאע"ה האט דעמאלטס דארט געוואוינט, ווייל עס קען נישט זיין אז זיי האבן נישט געוואוינט אינעם זעלבן שטאט.


שיטת רש"י והמדרש
איז באקאנט וואס רש"י ברענגט פונעם מדרש, אז די סמיכות פונעם פרשה פון פטירת שרה צו די פרשת העקידה, לערנט אונז אז די צוויי זענען געבינדן איינס מיט'ן צווייטן, אז שרה אמנו איז אוועק ווען דער שטן האט איר מודיע געווען אז אאע"ה איז געגאנגען שחט'ן יצחק.

פון דעם קומט אויס אז פטירת שרה איז געווען אין די זעלבע צייט פון עקידת יצחק, און אויב שרה איז אוועק אין חברון, האט אברהם אבינו דארט געוואוינט בשעת'ן נצטווה ווערן אויפן עקידה, און פון דארט איז ער ארויס קיין ירושלים.

נאך א מקור האט רש"י אז אברהם אבינו האט שוין נישט געוואוינט אין פלשתים ביי שרה אמנו'ס פטירה, ווייל אין פסוק שטייט 'וַיָּגָר אַבְרָהָם בְּאֶרֶץ פְּלִשְׁתִּים יָמִים רַבִּים', און אז דער פסוק זאגט ימים רבים וויל דאך דער פסוק אז מען זאל וויסן ווילאנג עס איז געווען, איז ווי אזוי ווייסן מיר וויפיהל איז ימים רבים, נאר מוז מען טייטשן ימים רבים מיינט נישט אסאך יאהרן, נאר מער יאהרן, דהיינו מער יאהרן וואס זיי האבן געוואוינט אין חברון, וואס דארט האבן זיי געוואוינט ארום 25 יאר, אויב אזוי האבן זיי אין פלישתים געוואוינט 26 יאהר.

און עס קען נישט זיין מער פון דעם אויך נישט, ווייל אויב אזוי האט עס נישט קיין גבול, און מ'וועט ווייטער נישט קענען וויסן ווילאנג זיי האבן געוואוינט דארט, ווען דער פסוק וויל יא אז אונז זאלן דאס וויסן, מילא נוצט מען דעם כלל פון תפסת מרובה לא תפסת, און מ'לערנט אז זיי האבן דארט געוואוינט נישט מער און נישט ווייניגער ווי 26 יאהר.

און היות אז ביי לידת יצחק - וואס איז געווען סוף פונעם ערשטן יאר וואס זיי האבן זיך געצויגן קיין פלשתים - איז שרה געווען 90 יאר, קומט אויס אז ווען שרה איז געווען 115 יאר - 12 יאר פאר איהר פטירה - זענען זיי שוין אוועק געגאנגען פון ארץ פלשתים.


קושיות הרמב"ן על פירש"י

איז אבער שווער צוויי קשיות אויף דעם מהלך.

א. פון חברון קיין ירושלים נעמט נישט מער ווי איין טאג (תנחומא) און ביידע געפינען זיך אין ארץ יהודה (רמב"ן), פארוואס האט גענומען פאר אברהם דריי טעג אנצוקמען פון חברון קיין ירושלים.

ב. אויב אברהם האט געוואוינט דעמאלטס אין חברון, און דארט איז ער געווען גלייך נאכן עקידה 'לספוד לשרה ולבכותה', פארוואס זאגט דער פסוק 'וילכו יחדיו אל באר שבע, וישב אברהם בבאר שבע', וואס איז משמע אז ער האט דארט געוואוינט.


יישובים על שיטת רש"י והמדרש
א. אויפן ערשטע קשיא ענטפערט דער רמב"ן, אז לויט דעם מדרש מוז מען זאגן אז היות עס איז נאכנישט געווען די ריכטיגע צייט וואס דער באשעפער האט געוואלט עס זאל זיין די עקידה, האט זיך אברהם אבינו ארומגעדרייט אינעם געגנט דריי טעג, ביז הקב"ה האט איהם געהייסן אויף וועלכע בארג ער זאל אויספירן דעם עקידה.

דער מדרש ענטפערט אויך די קשיא, אז דאס וואס עס האט גענומען דריי טאג, איז געווען וויבאלד דער שטן האט פרובירט אפצושטעלן אברהם אבינו, קומענדיג ווי א טייך און נאך אנדערע מניעות, וואס דאס האט פארשטייטערט די וועג.

ב. אויפן צווייטן קשיא, איז רש"י שוין אליינס מעיר אז וישב מיינט נישט אז אברהם אבינו האט זיך באזעצט אין באר שבע, נאר עס איז א לשון פון עכבה, ער האט זיך אויפגעהאלטן דארט אויפ'ן וועג אהיים פאר עפעס א צורך, און דער רמב"ן איז מסביר, אז אאע"ה האט געוואלט דאנקן דעם באשעפער אז יצחק איז געבליבן לעבן, איז ער געגאנגען צום אשל אין באר שבע וואס דארט האט ער מפרסם געווען דעם באשעפער'ס נאמען אויף א גרויסן פארנעם, און פון דארט איז ער צוריק געגאנגען קיין חברון, ויבא אברהם לספוד לשרה ולבכותה.

דער רמב"ן לערנט אביסל אנדערש ע"פ המדרש, אז די פסוק וילכו יחדיו אל באר שבע, וישב אברהם בבאר שבע', רעדט פון צוויי זאכן, קודם איז אאע"ה געגאנגען קיין באר שבע לויבן הקב"ה ביים אשל, און פון דארט געגאנגען קיין חברון לספוד לשרה ולבכותה. און דערנאך האט אברהם אבינו זיך באזעצט בקביעות אין באר שבע, און דארט האט ער געוואוינט ביז יצחק'ס חתונה, ווי עס שטייט דארט אין פסוק (כד, סב) 'וְיִצְחָק בָּא מִבּוֹא בְּאֵר לַחַי רֹאִי וְהוּא יוֹשֵׁב בְּאֶרֶץ הַנֶּגֶב', און ווי רש"י איז דארט מסביר אז יצחק האט געמאלטס געוואוינט נעבן דער באר לחי רואי, וואס געפינט זיך 'בֵּין קָדֵשׁ וּבֵין בָּרֶד', און דאס איז אין געגנט פון פלשתים וואס איז 'בֵּין קָדֵשׁ וּבֵין שׁוּר', און דער תרגום טייטשט סיי 'שור' און סיי 'ברד' אלץ 'חגרא'.

ענליך צו דעם שטייט אין 'פענח רזא', אז נאכן עקידה האט אאע"ה זיך געוואלט באזעצן אין באר שבע, און ער איז גלייך אהין געגאנגען זיך באזעצן דארט, און געשיקט שלוחים אהינצוברענגען שרה, און הערנדיג אז שרה איז אוועק, איז ער צוריק קיין חברון זיך מטפל זיין מיט איר קבורה.


שיטת הרמב"ן ע"פ פשט
לולי דעם מדרש לערנט דער רמב"ן אז די עקדה איז געווען א תקופה פאר פטירת שרה, נאך אין די תקופה וואס 'וַיֵּשֶׁב בְּאֶרֶץ פְּלִשְׁתִּים יָמִים רַבִּים', וואוינענדיג אין באר שבע, און דערפאר האט עס גענומען דריי טעג אנצוקומען קיין ירושלים. און נאכן עקידה איז אאע"ה צוריק קיין באר שבע, וישב אברהם בבאר שבע פאר נאך א שטיק צייט, און שפעטער איז ער צוריק קיין חברון און דארט איז שרה אוועק.


פי' הש"ך עה"ת
דער ש"ך על התורה גייט אויך מיט דעם דעה אז אברהם אבינו האט נאך געוואוינט בשעת'ן עקידה אין באר שבע, און דערפאר איז אאע"ה נאכן עקידה צוריק געגאנגען קיין באר שבע, אבער ער שטעלט עס צוזאם מיט'ן מדרש אז שרה איז אוועק ביים עקידה. און ער פרעגט טאקע די קשיא, אויב אזוי ווי קומט עס אז שרה איז אוועק אין חברון.

ברענגט ער, שמעתי, אז ווען דער שטן איז געקומען צו שרה דערצילן אז אאע"ה איז געגאנגען שחט'ן יצחק, האט זי איהם נישט געגלייבט, איז זי געגאנגען קיין חברון, און געבעטן פון די ריזן - אחימן ששי ותלמי - וואס האבן דארט געוואוינט, זיי זאלן זיך ארומקוקן אויף דעווייטנס, צו זיי זעהען ערגעץ אברהם מיט יצחק, און זיי האבן איר באשטעטיגט אז זיי זעהען אן אלטער מענטש מיט א מעסער אין די הענט, נעבן א געבינדענעם בחור, און דעמאלטס איז זי אוועק.


דאס פארענטפערט אויך די שוועריגקייט וואס רש"י האט געהאט מיט דעם וואס די פסוק רופט דא צום ערשטן מאל אן חברון מיט'ן נאמען 'קרית ארבע' על שם ארבעה ענקים וואס האבן דארט געוואוינט, וואס מ'טרעפט נישט אז די תורה זאל עס אזוי רופן אין די פריערדיגע מאלן וואס חברון וערט דערמאנט אין פסוק, און דערפאר האט רש"י געברענגט דעם אנדערן פשט, אז עס הייסט קרית ארבע ע"ש די פיר זוגות וואס זענען באגראבן דארט, וואס דאס האט א שייכות דייקא מיט די פרשה, וואס אברהם אבינו האט אפגעקויפט דעם מערת המכפלה משלים צו זיין די פיר זוגות, ווי די מפרשי רש"י זענען מסביר.

אבער לויט דעם מהלך שטימט די פשוטע פשט, אז דער פסוק באטיטלט עס דייקא דא אלץ קרית ארבע, וויבאלד די סיבה פארוואס שרה איז אהינגעגאנגען פון באר שבע, איז טאקע ווייל די ריזן האבן דארט געוואוינט, כדי זיי זאלן בודק זיין צו עס איז טאקע אמת די מעשה פון די עקידה וואס דער שטן האט איר דערציילט.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך
כפתור ופרח

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

לעצט פארראכטן דורך פאנטאזיע פליער אום דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 9:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15761
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מתוק מסודר, פלאס אן הערליכן ש”ך.

שכוח און א לעכטיגן שבת.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

הערליך הערליך

א הארציגן ייש”כ הרב @אור אייניקל, הלואי זאלט איר ממשיך זיין אויף ווייטער
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6587
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

פאנטאזיע פליער האט געשריבן:
יישר כח.
לעצט פארראכטן דורך יעקב פריינד אום דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 10:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

יעקב פריינד האט געשריבן:
די קעפל האסטו נאר געלאזט פון וירא. חוץ פון דעים איז עס זייער גוט.
יישר כח
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6587
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

פאנטאזיע פליער האט געשריבן:
יעקב פריינד האט געשריבן:
די קעפל האסטו נאר געלאזט פון וירא. חוץ פון דעים איז עס זייער גוט.
יישר כח
יישר כח פארן אפדעיטן. CTRL + P
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שיין!

יישר כח
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9436
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

הערליך!

גיין אן.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17381
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת תולדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די וואך טרעפן מיר אן אינטרעסאנטע ויכוח צווישן דעם רמב"ן מיט'ן אבן עזרא, איבער די פינאנציעלע מצב פון יצחק אבינו, סיי אין די צייט פון אנהייב פונעם פרשה, וואס רעדט זיך פון מכירת הבכורה דורך עשו, און סיי אין סוף פונעם פרשה וואס רעדט זיך פון די ברכות וואס יעקב האט צוגענומען פון עשו.


דאס איז פשוט אז אברהם אבינו איז אוועק ווען ער האט געהאט געלט און נכסים, ווי דער פסוק זאגט יענע וואך (כה, ח) וַיִּגְוַע וַיָּמָת אַבְרָהָם בְּשֵׂיבָה טוֹבָה זָקֵן וְשָׂבֵעַ, ולפי פשוטו מיינט עס זאט מיט עניני עולם הזה.

און דאס שטייט דאך אין פסוק פריער (שם ה) וַיִּתֵּן אַבְרָהָם אֶת כָּל אֲשֶׁר לוֹ לְיִצְחָק, מילא ווען אברהם אבינו איז אוועק פון די וועלט, איז יצחק אבינו געווען א רייכע מענטש.

שיטת האבן עזרא
טענה'ט אבער דער אבן עזרא, אז בשעת ווען עשו האט פארקויפט די בכורה פאר יעקב, האט שוין יצחק נישט פארמאגט קיין גרויס פארמעגן, און ער ברענגט אויף דעם דריי ראיות.

א. פון דעם וואס יצחק האט ליב געהאט עשו כִּי צַיִד בְּפִיו, און ווען יצחק האט גענוג געלט צו קויפן עסן וואלט ער נישט געדארפט צוקומען צו עשו.

ב. א בכור באקומט דאך פי שנים בנכסי אביו, און עשו וואלט נישט מבזה געווען דעם בכורה ווען עס טראגט מיט זיך א שיינע פארמעגן.

ג. ווען יצחק אבינו'ס שטוב וואלט געווען געבענטשט מיט שפע, וואלט ער נישט פארקויפט אפילו די חלק הכבוד פונעם בכורה פאר אביסל געקעכטס.


אזוי אויך ברענגט דער אבן עזרא נאך דריי ראיות אז ביי די ברכות איז יצחק אבינו אויך נישט געווען קיין עושר.

ד. פארוואס האט יצחק געדארפט צוקומען אז עשו זאל איהם פאנגען בעלי חיים איהם צו צושטעלן מטעמים צו עסן, אויב האט ער געקענט קויפן מטעמים ווי א גביר.

ה. אויב יצחק איז געווען רייך, וואלט ער אויך געקויפט פאר יעקב 'בגדי חמודות', און ער וואלט נישט געדארפט בארגן עשו'ס בגדים וואס איז געליגן ביי רבקה, ווען ער איז געגאנגען צו יצחק.

ו. ווען יעקב איז אנטלאפן פון זיין טאטנ'ס שטוב, טרעפט מען אז ער האט נישט געהאט קיין לחם לאכול ובגד ללבוש, ווען זיין טאטע האט ווען געלט וואלט ער איהם רבקה אודאי מיט געגעבן גענוג זיך צו שפייזן און זיך פארזארגן אויפ'ן וועג.

און אזוי אויך ווען ער איז געווען 20 יאר ביי לבן, און ער האט געדארפט ארבעטן שווער ביים פאשען די שאף, וואלט זיין מאמע וואס האט איהם ליב געהאט זיכער געשיקט געלט ווען זי האט די מעגליכקייט.


פון דעם אלעס קומט דער אבן עזרא צו, אז אין די תקופה פון פארקויפן די בכורה, ביז נאך די ברכות וואס יעקב האט אוועקגענומען פון עשו, און ער האט צוליב דעם געדארפט אנטלויפן צו לבן, און אזוי אויך אין די תקופה וואס יעקב אבינו איז געווען ביי לבנ'ס שטוב, האט יצחק אבינו נישט געהאט קיין סאך געלט.


דחיות ראיות הנגדיות
דער אבן עזרא ברענגט פינעף טענות וואס געוויסע האבן געהאט קעגן דעם חידוש, און ער ווענדט זיי אלע אפ.

א. אויפ'ן טענה, ווי קען זיין אז ער האט נישט געהאט קיין געלט, נאך וואס זיין טאטע האט איהם איבער געלאזט א גרויסע ירושה, טענה'ט דער אבע"ז אז עס קוקט אויס ווי זיי האבן נאך קיינמאל נישט געזעהן א גביר איז געווארן א יורד, וואס דאס איז מעשים בכל יום אז עשירים פארלירן זייער געלט, און אזוי אויך איז געווען מיט יצחק.

ב. און אויף די וואס פרעגן אויף דעם, פארוואס טאקע איז זיך דאס געקומען פאר יצחק ער זאל פארלירן דאס גאנצע וואס ער האט גע'ירש'נט פון אברהם, אויף דעם טענה'ט דער אבן עזרא אז אונז קענען נישט פארשטיין דרכי ה', און מ'קען די זעלבע פרעגן פארוואס האט דער באשעפער צוגענומען די ראיה פן יצחק אבינו, ווי דער פסוק זאגט (כז, א) 'וַיְהִי כִּי זָקֵן יִצְחָק וַתִּכְהֶיןָ עֵינָיו מֵרְאֹת'.

ג. און אויף די וואס האלטן אז עס איז א פחיתות כבוד פאר יצחק צו זאגן אז ער איז געווען אן ארימאן, טענה'ט דער אבן עזא אז 'עורי לב' האלטן אזוי, און עס איז נישט קיין ריכטיגע טענה, און א ראיה פון אליהו הנביא וואס האט אויך נישט געהאט פאר זיינע געבוריכן, און געדארפט צוקומען א פארשידענע מענטשן זאלן איהם באזארגן זיינע באדערפענישן.

ד. און אויף דעם וואס עס שטייט אין די פסוקים אז יצחק אבינו האט געהאט א גרויסע פארמעגן וואוינענדיג אין באר שבע, (כו, יב-יד) 'וַיִּזְרַע יִצְחָק בָּאָרֶץ הַהִוא וַיִּמְצָא בַּשָּׁנָה הַהִוא מֵאָה שְׁעָרִים וַיְבָרְכֵהוּ ה'. וַיִּגְדַּל הָאִישׁ וַיֵּלֶךְ הָלוֹךְ וְגָדֵל עַד כִּי גָדַל מְאֹד. וַיְהִי לוֹ מִקְנֵה צֹאן וּמִקְנֵה בָקָר וַעֲבֻדָּה רַבָּה וַיְקַנְאוּ אֹתוֹ פְּלִשְׁתִּים'. טענה'ט דער אבן עזרא, אז די פסוקים זענען נישט געשריבן על הסדר, און דאס איז געווען אין יצחק'ס עלטערע יארן, נאך וואס יעקב אבינו איז שוין אנטלאפן פון דארט.

הגם אז ווען יעקב איז צוריק געקומען צו יצחק האט שוין יצחק געוואוינט אין חברון, ווי עס שטייט אין פרשת וישלח (לה, כז) 'וַיָּבֹא יַעֲקֹב אֶל יִצְחָק אָבִיו מַמְרֵא קִרְיַת הָאַרְבַּע הִוא חֶבְרוֹן אֲשֶׁר גָּר שָׁם אַבְרָהָם וְיִצְחָק', קומט אויס פונעם אבן עזרא אז בשעת די ברכות און אזוי אויך אין די תקופה שפעטער האט יצחק אבינו נאך געוואוינט אין באר שבע, און ווי עס איז משמע אין פשטות הפסוק אנהייב פרשת ויצא (כח, י) 'וַיֵּצֵא יַעֲקֹב מִבְּאֵר שָׁבַע', און נישט ווי דער רמב"ן ברענגט דארט פון מדרש רבה (סח, ה) וואס פון דארט איז משמע אז יצחק האט שוין דעמאלטס געוואוינט אין חברון.

ה. און אויף דעם וואס מ'זעהט אז רבקה האט געהייסן יעקב (כז, ט) לֶךְ נָא אֶל הַצֹּאן וְקַח לִי מִשָּׁם שְׁנֵי גְּדָיֵי עִזִּים טֹבִים, האט ער דאך געהאט בהמות, זאגט דער אבן עזרא, אדער איז איהם געבליבן אביסל בהמות, אדער מער ריכטיג אז 'לך נא אל הצאן' מיינט גיי צום פלאץ וואו מ'פארקויפט שאף, 'וקח לי משם' מיינט קויף פון דארט צוויי ציגעלעך.


קושיות הרמב"ן
דער רמב"ן טענה'ט זייער שארף קעגן דעם אבן עזרא, שרייבנדיג 'ורבי אברהם משתבש בכאן מאד', און אויפ'ן משקל הלשון פונעם אבן עזרא אז די וואס האלטן אז ס'איז קעגן יצחק'ס כבוד צו זיין ארים זענען 'עורי לב', פרעגט דער רמב"ן אויפ'ן אבע"ז 'ואני תמה מי עור עיני שכלו בזה'.

א. קודם טענה'ט דער רמב"ן - לפי זיין באקאנטע שיטה אינעם גאנצן תורה - אז די פסוקים גייען אויפן סדר, קומט אויס אז קודם האט יצחק געהאט געלט פון אברהם אבינו'ס ירושה, און עס פארלוירן גלייך דערנאך. שפעטער איז ער צוריק נתעשר געווארן אין ארץ פלישתים, און צוריק פארארימט געווארן ביי די פרשה פון די ברכות, און געדארפט צוקומען צו עשו'ס טובות צו האבן מטעמים, וואס דאס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל.

ב. נאך אברהם אבינו'ס פטירה שטייט אין פסוק (כה, יא) 'וַיְהִי אַחֲרֵי מוֹת אַבְרָהָם וַיְבָרֶךְ אֱלֹהִים אֶת יִצְחָק בְּנוֹ', א ברכה מיינט דאך א תוספת עשירות און נכסים, איז ווי קען זיין אז ביי יצחק איז געווען פונקט פארקערט, און גלייך נאכן באקומען דעם ברכה האט יצחק אלעס פארלוירן.

(והגם רש"י ברענגט פון די גמרא אז די ברכה מיינט 'ברכו בתמחומי אבלים', קען זיין בדרך צחות אז עס איז נישט קיין סתירה צו דעם רמב"ן, ווייל דאס איז אויך א שטיקל נחמה, אז מ'באקומט א שיינע ירושה, ווי עס איז גע'פסק'נט אין הלכה {או"ח סי' רכ"ג סב} אז איינער וואס זיין טאטע האט איהם געלאזט א ירושה, מאכט ער א ברוך דין האמת און אויך א שהחיינו אדער הטוב והמטיב).

ג. און הגם אונז זעה מיר אז אפילו צדיקים וואס האבן געהאט געלט זענען פארארימט געווארן, דאס איז נאר ביי אזעלכע וואס זענען נישט געבענטשט געווארן בפירוש מיט א ברכה פון עשירות פון הקב"ה, אבער די אבות וואס אאע"ה איז געבענטשט געוארן 'ואברכך בממון, און אזוי אויך יצחק האט באקומען די ברכה נאך אברהם אבינו'ס פטירה, קען עס נישט געשעהן, ווי די פסוק זאגט (משלי י, כב) 'ברכת ה' היא תעשיר ולא יוסיף עצב עמה'.

און אויף דעם וואס דער אבע"ז זאגט אז עס איז נישט קיין קשיא פארוואס יצחק האט פארלוירן זיין ירושה, פונקט ווי מיר קענען נישט פארשטיין פארוואס ער האט פארלוירן די ראיה פון די אויגן, טענה'ט דער רמב"ן אז דאס איז א טענה פון 'עורי לב', וויבאלד דאס איז דאך געווען כדי יעקב אבינו זאל באקומען די ברכות.

און נאך טענה'ט דער רמב"ן אז אין פסוק שטייט דאך וַיְהִי כִּי זָקֵן יִצְחָק וְתִכְהֶינָה עֵינָיו, אז עס איז געקומען פון אלטקייט, ווי מ'טרעפט די זעלבע זאך ביי יעקב אבינו (מח, י) וְעֵינֵי יִשְׂרָאֵל כָּבְדוּ מִזֹּקֶן לֹא יוּכַל לִרְאוֹת, און אזוי ואיך ביי אחיה השילוני (מ"א יד, ד), און נאר ביי משה רבינו ברענגט דער פסוק אלץ חידוש (דברים לד, ז) 'לֹא כָּהֲתָה עֵינוֹ'.

ד. מ'זעהט די וואך אז אבימלך האט מורא געהאט פון יצחק, און ער איז געקומען מאכן א ברית מיט איהם ער זאל איהם נישט טשעפענען, זאגנדיג (כו, כח) 'רָאוֹ רָאִינוּ כִּי הָיָה ה' עִמָּךְ', אז יצחק איז ווען אזא שלימזל און ער האט אנגעוואוירן די גאנצע ירושה, וואלט אבימלך נישט געזאגט אזוי.


דחיית ראיות האבע"ז
און די ראיות וואס דער אבע"ז ברענגט צו זיין שיטה ענטפערט דער רמב"ן.

א. אויף דעם וואס מ'זעהט אז יצחק האט ליב געהאט עשו כי ציד בפיו, זאגט דער רמב"ן אז עס איז א דרך כבוד צו געבן פאר שרים און נכבדים פון דעם וואס מ'האט זיך אליינס געפלאגט דערויף, און אליינס געפאנגען, און עשו האט זיך געוואלט חנפ'נען צו יצחק האט ער איהם געברענגט פון זיין פאנג, צו ווייזן אז ער לייגט אריין כח איהם מכבד צו זיין.

ב. דאס וואס עשו האט מבזה געווען די בכורה, זאגט דער רמב"ן אז דאס וואס א בכור באקומט פי שנים אין די ירושה איז א חידוש וואס איז נתחדש געווארן נאך מתן תורה, איז בימי יצחק איז עס נאכנישט אנגעגאנגען, און די בכורה איז נאר געווען אן ענין פון כבוד וואס מ'האט מכבד געווען דעןבכור מער ווי די יונגערע ברודער, און אפשר האט ער אויך באקומען א משהו מער ווי די אנדערע ברודער אין די ירושה, אבער נישט קייו פי שנים, און דאס איז עשו נישט אזוי אנגעגאנגען.

ד. און דאס וואס יצחק האט געבעטן עשו צו פאנגען און איהם ברענגען מטעמים, דאס איז נישט ווייל יצחק האט געדארפט צוקומען דערצו, און אלץ אויסטויש וועט ער איהם בעטשן, נאר יצחק האט געוואלט מעורר זיין די אהבה צו זיין זוהן, כדי בשעת'ן ברכה זאל זיין 'נפשו קשורה בנפשו', און עס זאל זיין מיט'ן גאנצן הארץ, האט ער געזאגט פאר עשו ער זאל איהם ברענגען מטעמים וואס דאס וועט מעורר זיין דאס אהבה, כדי די ברכה זאל זיין בשלימות.

אדער ווי מ'זעהט מיר ביי אלישע אז ווען ער האט געהערט א ניגון האט עס איהם דערפרייט, און דורך דעם האט שורה געווען די נבואה וואס קומט מתוך שמחה, האט יצחק געוועלט זיין בשמחה דורך די מטעמים וואס עשו וועט איהם ברענגען, כדי מעורר צו זיין די רוח הקודש וואס זאל ברנעגען די ברכה.

ה. און דאס וואס יעקב האט געדארפט אנטוהן עשו'ס בגדי חמודות, מיינט עס נישט אז יעקב האט נישט געהאט קיין שיינע קליידער, נאר היות יעקב האט מורא געהאט אז יצחק זאל נישט דערקענען אז דאס איז יעקב, האט ער אנגעטוהן עשו'ס קליידער וואס ער פלעגט לייגן מיט געוויסע בשמים וואס וואקסן די פעלדער ווי ער האט זיך געדרייט זייענדיג אן 'איש שדה', כדי יצחק שמעקן די שמעק פון עשו'ס בגדים, און נישט דערקענען אז דאס איז נישט עשו.

און אזוי איז טאקע געווען, אז יצחק האט אויספרובירט דעם ריח, ווי די פסוק זאגט (כז, כז) 'וַיָּרַח אֶת רֵיחַ בְּגָדָיו וַיְבָרֲכֵהוּ וַיֹּאמֶר רְאֵה רֵיחַ בְּנִי כְּרֵיחַ שָׂדֶה וגו'.

ו. און דאס וואס רבקה האט נישט מיט געשיקט מיט יעקב גאלד און זילבער אויפ'ן וועג, איז די טעם ווייל ווען רבקה שיקט איהם מיט געלט, וואלט דאס נאך מער אויפגערעגט עשו, און דאס וואלט צוגעברענגט אז עשו זאל לאקערן אויף איהם און איהם אומברענגען.

און אין מדרש (ב"ר סח, ב) שטייט - ווי באקאנט - אז רבקה האט איהם יא מיט געשיקט גענוג געלט, נאר אליפז בן עשו איז איהם נאכגעלאפן און איהם אלעס צוגענומען.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

פשיהא ממש אזאנס אין אזעלכס...
יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
טאוסטעד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2020 12:08 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאוסטעד »

א ריזיגן דאנק!
לייגסט עס אראפ מיט א געוואלדיגע קלארקייט

האסט מיר מחיה געווען די געבסט מיר חשק צו לערנען רמב”ן על התורה נאכן לערנען דא לערענט זיך עס אינעוויניג אינגאנצן אנדערש
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

05 א שטיקעלע רמבן - תולדות.pdf
(224.46 KiB) געווארן דאונלאודעד 51 מאל
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2361
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

מורא'דיג! מורא'דיג! א ריזן דאנק.

לפי רש"י אז די מכירת הבכורה איז געווען יענעם טאג וואס אברהם אבינו איז נפטר געווארען, קען מען לכאו' נישט זאגען ווי די אבע"ז אז יצחק אבינו האט שוין בו ביום פארלוירן דאס גאנצע געלט... נאר דאס וועט זיין א ראיה צום רמב"ן אז באותם הימים האט די בכור נישט באקומען פי שנים (אדער אז זיך צו ראטעווען פונעם שטארבען דורך הונגער, האט עשיו מסכים געווען אויך אויף דעם, ווי ס'איז פשוט פשט אין פסוק הנה אנכי הולך למות וכו').
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

Wowowow ריזיגער יש׳כ
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17381
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פנימחדשות האט געשריבן:
מורא'דיג! מורא'דיג! א ריזן דאנק.

לפי רש"י אז די מכירת הבכורה איז געווען יענעם טאג וואס אברהם אבינו איז נפטר געווארען, קען מען לכאו' נישט זאגען ווי די אבע"ז אז יצחק אבינו האט שוין בו ביום פארלוירן דאס גאנצע געלט... נאר דאס וועט זיין א ראיה צום רמב"ן אז באותם הימים האט די בכור נישט באקומען פי שנים (אדער אז זיך צו ראטעווען פונעם שטארבען דורך הונגער, האט עשיו מסכים געווען אויך אויף דעם, ווי ס'איז פשוט פשט אין פסוק הנה אנכי הולך למות וכו').
גערעכט.

דער רמב"ן שרייבט אזויפיל, אז די מכירה איז געווען פאר זיי זענען געווען פערציג יאהר, ווייל נאר שפעטער שטייט 'ויהי עשו בן ארבעים שנה'.

חוץ אויב מ'וועט זאגן, אז אאע"ה איז דאך אוועק ערב פסח, און די פסח'דיגע הוצאות האבן איהם ארים געמאכט...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15761
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הכרתי באור אייניקל משעבר ועכשיו ביותר, יוש ביסטו הייליג.

איצערט ווילעך שוין קענען דעם עלטער זיידן. שכוח שכוח שכוח שכוח.

שוין געלערנט דעם מחלוקת פעמים רבות, אבער ווי דער אינגערמאן פארציילט דאס האט גאר אנאנדער טעם.

ווערטערלאז
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

ר' אוראייניקל איך ווארט אומגעדולדיג......
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17381
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת ויצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די פרשה הייבט זיך אן די וואך, וַיֵּצֵא יַעֲקֹב מִבְּאֵר שָׁבַע וַיֵּלֶךְ חָרָנָה. וַיִּפְגַּע בַּמָּקוֹם וַיָּלֶן שָׁם וגו'.

זענען דא פארשידענע זאכן וואס מ'דארף צונעמען צו פארשטיין די פסוקים.
מיר וועלן קודם מסביר זיין לפי שיטת רש"י.

מקום מגורי יצחק - שיטת רש"י
צום ערשט, דאס וואס שטייט וַיֵּצֵא יַעֲקֹב מִבְּאֵר שָׁבַע, ווי מ'לערנט לכאורה פשט אין פסוק איז באר שבע דער פלאץ ווי יצחק האט דאן געוואוינט, ווי עס שטייט אין פסוק יענע וואך (כו, כג) וַיַּעַל מִשָּׁם בְּאֵר שָׁבַע, און עס שטייט נישט אז יצחק האט זיך אוועק געצויגן פון דארט. און דארט איז פארגעקומען די מעשה פון די ברכות וואס יעקב האט צוגענומען פון עשו, און פון דארט איז יעקב ארויס קיין חרן.

און אזוי זענען די מפרשי המדרש מדייק פונעם מדרש וואס רש"י ברענגט אראפ, 'לא היה צריך לכתוב אלא וילך יעקב חרנה, ולמה הזכיר יציאתו, אלא מגיד שיציאת צדיק מן המקום עושה רושם', איז משמע פון רש"י אז דאס אז יעקב אבינו איז געווען אין באר שבע, און פון דארט געגאנגען קיין חרן איז נישט קיין חידוש אז דער פסוק זאל עס דארפן דערמאנען, ווייל עס איז א דבר פשוט אז ער איז פון דארט ארויס, וויבאלד דארט איז געווען יצחק'ס וואוינארט.

און אזוי איז אויך משמע אינעם אבן עזרא יענע וואך, ווי מיר האבן שוין געשריבן דארט, אז דאס וואס שטייט אין פסוק אז יצחק איז רייך געווארן אינעם לאנד פלשתים - וואס אין יענע געגנט איז באר שבע, ווי דערמאנט אין פרשת חיי שרה - איז געווען נאך וואס יעקב אבינו איז אנטלאפן פון דארט קיין חרן, מילא קומט אויס אז בשעת יעקב'ס ארויסגיין האט נאך יצחק געוואוינט אין פלשתים.

און דאס וואס שטייט קומענדיגע וואך (לה, כז) וַיָּבֹא יַעֲקֹב אֶל יִצְחָק אָבִיו מַמְרֵא קִרְיַת הָאַרְבַּע הִוא חֶבְרוֹן, דאס איז ווייל ערגעץ אין די 36 יאהר וואס יעקב איז נישט געווען אינדערהיים איז יצחק אריבער קיין חברון.

און הגם חז"ל זענען אונז מגלה אין מס' מגילה (יז.) אז יעקב אבינו איז נישט געגאנגען גלייך פון זיין טאטנ'ס שטוב קיין חרן, נאר ער האט זיך קודם אוסבאהאלטן אינעם בית המדרש פון עבר 14 יאר, זאגט שוין דער מהרש"א אויפן ארט, אז עבר'ס ישיבה איז אויך געווען אין באר שבע, און דארט איז יעקב געווען די 14 יאר, און ווי עס איז מרומז אינעם ווארט באר שבע וואס האט אין זיך די אותיות פון עבר און ארבע עשר,און פון דארט איז יעקב אבינו געגאנגען קיין חרן.


ווייטער זאגט דער פסוק וַיֵּלֶךְ חָרָנָה, ליינט זיך לכאורה אז יעקב אבינו איז געגאנגען פון באר שבע גלייך קיין חרן. און לויט דעם איז דער ויפגע במקום געווען נאכ'ן אנקומען קיין חרן, וואס דאס שטימט נישט מיט דעם וואס חז"ל דרש'נען - ווי רש"י ברענגט אראפ - אז 'במקום' גייט אויפן הר המוריה וואס איז נאך אין ארץ ישראל.

ברענגט רש"י אויף דעם צוויי תירוצים. איינס ע"פ פשט אז וילך חרנה מיינט נישט אז ער איז שוין געגאנגען קיין חרן, נאר אז ער איז ארויס אויפן וועג קיין חרן. און די צווייטע וואס די גמרא דרש'נט אז נאך ואס ער איז שוין אנגעקומען ביז חרן, האט ער זיך מיישב געווען 'אפשר שעברתי על מקום שהתפללו בו אבותי ואני לא התפללתי', און ווען ער האט געוואלט צוריק גיין, 'קפצה לו הארץ'.


מקום החלום - משמעות הגמ'
יעצט דארף מען דן זיין, וואו איז פארגעקומען די מעשה מיט'ן חלום.

לכאורה לויט ווי חז"ל דרש'נען - ווי פריער געברענגט - אז 'במקום' מיינט דער הר המוריה, קומט לכאורה אויס אז דער חלום איז געווען אין ירושלים ביים מקום המקדש, וואס אויף דעם פלאץ פאסט זיך צו זאגן אֵין זֶה כִּי אִם בֵּית אֱלֹקִים וְזֶה שַׁעַר הַשָּׁמָיִם, ווי רש"י טייטשט אז ביידע גייען אויפ'ן מקום המקדש, וואס איז א בית אלקים, און אויך א פלאץ פאר קבלת התפילות. אדער ווי רש"י ברענגט פונעם מדרש, צו פארענטפערן פארוואס שטייט צוויי מאהל 'זה' 'וזה', און נישט אין זה כי אם בית אלקים ושער השמים, אז 'שער השמים' גייט אויפ'ן בית המקדש של מעלה וואס איז מכוון צום ביהמ"ק של מטה וואס ווערט אנגערופן 'בית אלקים'.

און הגם עס שטייט ווייטער אין פסוק (יח-יט) וַיַּשְׁכֵּם יַעֲקֹב בַּבֹּקֶר וַיִּקַּח אֶת הָאֶבֶן אֲשֶׁר שָׂם מְרַאֲשֹׁתָיו וַיָּשֶׂם אֹתָהּ מַצֵּבָה וַיִּצֹק שֶׁמֶן עַל רֹאשָׁהּ. וַיִּקְרָא אֶת שֵׁם הַמָּקוֹם הַהוּא בֵּית אֵ-ל וְאוּלָם לוּז שֵׁם הָעִיר לָרִאשֹׁנָה, זעהן מיר דאך אז יעקב אבינו האט אוועק געשטעלט דעם שטיין אינעם פלאץ וואס הייסט לוז, וועט מען מוזן זאגן אז לוז דאס איז ירושלים, און יעקב אבינו האט עס גערופן בית א-ל.

און אזוי איז אויך משמע אין גמרא (פסחים פח.) אז ויקרא שם המקום ההוא בית א-ל, גיט ארויף אויפן מקום המקדש, אז יעקב אבינו האט עס גערופן 'בית', ליינט זיך אויך אז דאס איז געווען אין ירושלים.


מקום החלום - שיטת רש"י
לערנט אבער רש"י אז דאס קען נישט זיין, ווייל אין מדרש (ב"ר סט, ו) שטייט אז ר' יהודה ב"ר סימון זאגט אז דער לייטער האט יעקב אבינו געזעהן אנהייבנדיג פון מקום המקדש, ביז בית א-ל, זעהן מיר אז דאס זענען צוויי אנדערע פלעצער.

מכח דעם איז רש"י מחדש, אז די קפיצת הדרך וואס יעקב האט געהאט איז נישט געווען אז ער איז אנגעקומען שנעלערהייט צום הר המוריה, נאר אויך דער הר המוריה איז ארויס געריסן געווארן פון פלאץ, און עס איז אנקעגן געקומען יעקב אבינו, און דערפאר שטייט 'ויפגע במקום', אז ביידע זענען געגאנגען, און איינער האט אנגעטראפן דער צווייטן, און דער פלאץ ווי זיי האבן זיך צוזאמען געטראפן האט געהייסן לוז, און דארט איז פארגעקומען דעם חלום, און דאס אויפשטעלן די מצבה צומארגנס.

מילא קומט אויס אז ווען יעקב אבינו האט א נאמען געגעבן פאר דעם פלאץ 'בית א-ל', האט ער גערעדט פונעם הר המוריה וואס איז דעמאלטס געווען אין לוז, מילא קומט אויס אז סיי לוז און סיי דער מקום המקדש זענען ביידע גערופן געווארן 'בית א-ל'.


לויט דעם קומט לכאורה אויס אן אינטרעסאנטע חידוש, וואס כ'האב נישט געטראפן רעדן אין די מפרשים, אין פרשת וישלח האט הקב"ה געהייסן פאר יעקב (לה, א) קוּם עֲלֵה בֵית אֵ-ל און דארט זאל ער מקיים זיין דעם נדר וְהָאֶבֶן הַזֹּאת אֲשֶׁר שַׂמְתִּי מַצֵּבָה יִהְיֶה בֵּית אֱלֹקִים, שטייט ווייטער אין פסוק (שם, ו) וַיָּבֹא יַעֲקֹב לוּזָה אֲשֶׁר בְּאֶרֶץ כְּנַעַן הִוא בֵּית אֵל, זעהט מען אז 22 יאר שפעטער איז דער שטיין נאכאלץ געווען אינעם שטאט לוז, וואס דאס קען זיין אויף דריי אופנים. אדער אז דער הר המוריה איז גלייך צוריק געגאנגען קיין ירושלים, אבער דער מצבה איז געבליבן אין לוז, אדער איז דער הר המוריה געבליבן אין לוז אלע יארן ביז יעקב אבינו איז צוריק געקומען. אדער קען אויך זיין אז כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, און דעמאלטס איז דער בארג נאכאמאהל געקומען פון ירושלים קיין לוז.

העיר לוז
אז מיר קוקן אריין אין ספר יהושע (טז, ב) טרעפן מיר דעם שטאט לוז אויפן דרום גרעניץ צווישן די חלק פון שבט יוסף - דהיינו בני אפרים - מיט שבט בנימין, ווען דער שטאט לוז געפינט זיך אינעם חלק פון שבט אפרים. און ווייטער (יח, יג) ווערט עס נאך אמאל דערמאנט אז דאס איז דער לוז וואס טראגט אויך דעם נאמען בית א-ל.

נאך זעהן מיר דארט (יח, כב) אז אינעם חלק פון שבט בנימין געפינט זיך אויך א שטאט מיט'ן נאמען בית א-ל, און רש"י איז מסביר, אז דאס איז דער שטאט בית א-ל וואס ווערט דערמאנט אין פרשת לך לך, אז אברהם אבינו האט אויפגעשטעלט זיין געצעלט מזרח זייט פון בית א-ל, און דאס איז נישט די זעלבע בית א-ל וואס די פסוק רעדט ביי אונז.


מקום הסולם - שיטת רש"י
יעצט האט רש"י נאך א שוועריגקייט, אין מדרש איז דא נאך א דעה פון ר' יוסי בן זמרא אז דער לייטער איז געווען פון באר שבע וואס ווערט דערמאנט אין פסוק פאר די מעשה, ביז דעם מקום המקדש וואס דארט איז 'בית אלקים'.

אבער לויט ווי רש"י קומט אויס אז יעקב אבינו איז בשעת מעשה געשלאפן אין בית א-ל, איז שווער וואס האט ער פונקט יעצט גע'חלומ'ט אזא חלום, וואס האט בכלל נישט קיין שייכות מיט'ן פלאץ ווי ער געפינט זיך יעצט, נאר מיט צוויי אנדערע פלעצער. און אויך פארוואס האט ער נאכן חלום געזאגט אז דער פלאץ ווי ער איז יעצט - וואס דאס איז לוז - איז א 'בית אלקים' און א 'שער השמים', און עס א נאמען געגעבן 'בית אל', ווען דער חלום האט נישט געהאט קיין שייכות מיטן פלאץ ווי ער איז יעצט.

מילא איז רש"י מחדש אז די צוויי דעות אין מדרש זענען נישט קיין מחלוקת, נאר זיי רעדן פון צוויי אנדערע חלקים פונעם לייטער, ר' יוסי בן זמרא רעדט פונעם אונטערשטן האלב, וואס האט זיך אנגעהויבן אין באר שבע, און איז אנגעקומען ביז העכער'ן מקום המקדש אין ירושלים, און ר' יהודה ברבי סימון רעדט פונעם צווייטן האלב וואס גייט פונעם מקום המקדש ווייטער ביז העכער לוז. מילא קומט אויס אז לכו"ע האט דער חלום א שייכות מיט'ן שטאט לוז ווי יעקב האט גע'חלומ'ט דעם חלום.


סיכום שיטת רש"י
וואס קומט אויס אז רש"י'ס מהלך אין די פרשה איז געבויט אויף אפאר יסודות , וואס איינס ברענגט צו צום צווייטן.

א. וואס רש"י האט גענומען פון ר' יהודה בר סימונ'ס ווערטער אז דער לוז וואס די פסוק דערמאנט דא איז נישט ירושלים.

ב. היות אז יעקב אבינו האט צומארגנס געשטעלט די מצבה און גערופן דעם פלאץ ווי ער האט גע'חלומ'ט בית א-ל, מילא מוז מען מחדש זיין אז דער הר המוריה איז אהין געקומען, כדי דער נאמען בית א-ל זאל האבן א שייכות מיט'ן מקום המקדש ווי די גמרא זאגט.

ג. און אזוי אויך מוז מען זאגן אז ר' יוסי בר זמרא איז מודה אז די לייטער איז געגאנגען ביז לוז און זיך נישט געענדיגט אין ירושלים, כדי עס זאל האבן א שייכות מיט'ן פלאץ ווי די חלום איז געווען.


קושיות הרמב"ן
דער רמב"ן פרעגט אפאר קושיות אויף רש"י'ס שיטה.

א. אויף דאס וואס רש"י איז מחדש אז דער קפיצת הדרך מיינט אז דער בארג איז איהם אנטקעגן געקומען, טענה'ט דער רמב"ן אז די גמרא (סנהדרין צה.) שטעלט צוזאם דעם קפיצת הדרך, מיט די קפיצת הדרך פון אליעזר עבד אברהם, וואס דארט איז פשוט אז ער איז אנגעקומען אין חרן שנעלער, און נישט אז חרן איז ארויס געריסן געווארן פון פלאץ און איהם אנטקעגן געקומען.

ובפרט אז אין מדרש (ב"ר נט, יא) לערנט די מדרש ארויס אז יעקב האט געהאט קפיצת הדרך, מיט א גזירה שוה, ביי אליעזר שטייט 'וַיֵּלֶךְ' אֶל אֲרַם נַהֲרַיִם, און ביי יעקב שטייט 'וַיֵּלֶךְ' חָרָנָה, קומט אויס אז ביידע זענען געווען אויף די זעלבע אופן.

ב. נאך פרעגט דער רמב"ן, ממה נפשך אויב איז דער בארג איהם אקעגן געקומען, פארוואס איז עס נישט געקומען ביז דארט וואו ער איז געווען נעבן חרן, וואס האט אויסגעפעהלט אז יעקב זאל אליינס צוריק גיין א מהלך פון אפאר טאג ביז בית אל וואס געפינט זיך אין צענטער פון א"י, און הערשט דארט איז איהם דער בארג אנטקעגן געקומען.

און עס קען נישט זיין אז די סיבה איז ווייל יעקב האט קודם געדארפט אנקומען צוריק קיין ארץ ישראל, ווייל בית א-ל איז נישט ביים גרעניץ פון חרן קיין א"י, וואס דאס איז אסאך מער אויף צפון זייט, און דער בארג וואלט איהם דארט געדארפט אנטקעגן גיין.

ג. דאס וואס רש"י לערנט אריין אין ר' יוסי בן זמרא וואס זאגט אז שיפועו של סולם איז אנגעקומען העכער'ן מקום המקדש, מיינט די אינמיטן פונעם לייטער, פרעגט דער רמב"ן קודם אז די לשון ליינט זיך נישט אזוי. און צווייטנס, די מיטן פונעם לייטער ווייזט נישט אויף עפעס א ספעציעלקייט מער ווי די אנדערע חלקים פונעם לייטער, נאר די אנהייב און די ענדע ווייזן אז דער פלאץ האט עפעס א חשיבות, איז פון ווי האט יעקב געזעהן די חשיבות פונעם מקום המקדש, וואס איז 'בית אלקים' און 'שער השמים'.


שיטת הרמב"ן
קומט דער רמב"ן צו אז עס זענען דא צוויי דעות אין חז"ל, און נישט אז אלע דעות זענען מודה איינער צום צווייטן.

נאך איז דער רמב"ן מחדש, אז דאס אוועק שטעלן די מצבה און רופן דעם פלאץ בית א-ל איז נישט געווען אויף די זעלבע פלאץ ווי ער האט גע'חלומ'ט דעם חלום, נאר אינדערפרי האט יעקב אבינו גענומען דעם שטיין צום פלאץ ווי ער האט געזעהן די שפיץ פונעם לייטער, וואס ווייזט אז דארט איז דא אן עפענונג אז די תפילות און קרבנות זאלן ווערן אנגענומען אין הימל, היות די מלאכים זענען פון דארט ארויף, און דארט האט ער אוועק געשטעלט די מצבה.


דעת ר' יוסי בן זמרא לפי הרמב"ן
דער רמב"ן איז אויך מקדים א מדרש (ב"ר סח, ה) וואס דארט איז משמע נישט ווי עס איז משמע אין רש"י - ווי אויבנדערמאנט - אז יצחק אבינו האט נאך געוואוינט אין באר שבע ווען יעקב אבינו איז אוועק פון דארט, נאר אז יצחק האט שוין דאן געוואוינט אין חברון.

דער מדרש זאגט אז יעקב אבינו ווער ער איז ארויס פון זיין טאטנ'ס שטוב, איז ער ערשט געגאנגען קיין באר שבע, וויבאלד דארט האט זיך הקב"ה באוויזן צו יצחק אבינו ווען ער האט געוואלט גיין קיין מצרים, און איהם געהייסן בלייבן אין ארץ פלשתים. האט האט יעקב אבינו אויך געוואלט באקומען א הוראה פון אויבן וואס צו טוהן לגבי דאס ארויסגיין קיין חוץ לארץ.

קומט אויס פון דעם מדרש אז יצחק איז נישט געווען דעמאלטס אין באר שבע, נאר יעקב אבינו איז אהין געגאנגען פון זיין טאטנ'ס וואוינארט, מילא איז מסתבר אז יצחק האט שוין דאן געוואוינט אין חברון, דארט ווי יעקב אבינו איז שפעטער צוריק געקומען צו יצחק.

לויט דעם איז דער רמב"ן מסביר, אז די פסוק זאגט ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה, צו זאגן אז יעקב אבינו איז נישט געגאנגען גלייך פון זיין טאטנ'ס שטוב - וואס איז אין געווען חברון - קיין חרן, נאר ער איז קודם געגאנגען קיין באר שבע, און פון דארט איז ער געגאנגען קיין חרן.

יעצט איז דער פסוק מפרט וואס איז פארגעקומען ווען ער איז געגאנגען קיין באר שבע, ויפגע במקום מיינט ער איז אנגעקומען צום פלאץ באר שבע, און דארט האט ער זיך געלייגט שלאפן און גע'חלומ'ט דעם מורא'דיגן חלום, און באקומען א הבטחה אז ער קען גיין קיין חו"ל און דער באשעפער וועט איהם אפהיטן ביז ער קומט צוריק קיין א"י.

לויט דעם איז די לייטער וואס ער האט געזעהן אין חלום איז געווען מוצב ארצה אין באר שבע, וואס איז טאקע א פלאץ וואס איז ראוי פאר התגלות השכינה, וואס דאס איז געווען די סיבה פארוואס ער איז אהינגעגאנגען, וראשו מגיע השמימה העכער'ן מקום המקדש וואס איז אין ירושלים וואס דארט זענען די מלאכים ארויף אין הימל.

דערפאר האט יעקב אבינו געזאגט ביים אויפשטיין, אֵין זֶה כִּי אִם בֵּית אֱלֹקִים, גייט אויפ'ן שפיץ פונעם לייטער, דארט איז ראוי צו בויען דעם בית אלקים, וְזֶה, גייט אויף דא אין באר שבע, איז דער שַׁעַר הַשָּׁמָיִם, דהיינו א גוטע פלאץ צו דאווענען צום באשעפער, היות עס איז א מקום הראוי פאר התגלות השכינה.

פון דארט האט יעקב אבינו גענומען דעם שטיין און געגאנגען קיין ירושלים, ווי ער האט געזעהן די שפיץ פונעם לייטער, וואס לויט ר' יוסי בן זמרא האט עס אויך געהייסן לוז, און דאס איז נישט דער לוז פון ספר יהושע וואס איז אין חלק פון אפרים, און דארט האט ער געשטעלט דעם מציבה, זאגנדיג 'והאבן הזאת אשר שמתי מצבה יהיה בית אלקים', און ער האט גערופן דעם פלאץ 'בית א-ל', ווי די גמרא זאגט אין פסחים אז 'יעקב קראו בית'.

און דער שטאט 'בית א-ל' וואס ווערט דערמאנט אין ספר יהושע צווישן די שטעט פון שבט בנימין, רעדט מען טאקע פון ירושלים וואס איז בחלקו של בנימין, און יעקב אבינו האט עס א נאמען געגעבן 'בית א-ל', און דאס איז נישט דער בית א-ל וואס אאע"ה האט אויפגעשטעלט זיין געצעלט למזרחו, ווייל יענע שטאט האט שוין געהייסן בית א-ל בימי אברהם.

פון דארט איז יעקב אבינו געגאנגען קיין חרן, ווי דער פסוק זאגט אין אנהייב 'וילך חרנה', און טאקע מיט א קפיצת הדרך ווי דער מדרש לערנט ארויס פון אליעזר.


שיטת ר' יהודה ברבי סימון
אבער די גמרא אין חולין וואס לערנט אז די מעשה איז געווען נאך וילך חרנה, און דעמאלטס האט יעקב אבינו זיך מיישב געווען צוריק צו גיין צום הר המוריה, וקפצה לו הארץ, און דארט האט דער באשעפער געזאגט 'צדיק זה בא לבית מלוני ויפטר בלא לינה', לויט דעם איז די חלום געווען אויפן הר המוריה וואס געפינט זיך אין ירושלים.

און לויט די דעה איז דער לייטער אין חלום געווען מוצב ארצה ביים הר המוריה, וראשו מגיע השמימה העכער'ן שטאט לוז אינעם חלק פון בני אפרים, ווי ר' יהודה ברבי סימון זאגט אין מדרש, און לויט די דעה זענען עס טאקע צוויי באזונדערע פלעצער.

לויט דעם האט יעקב אבינו געזאגט, אֵין זֶה כִּי אִם בֵּית אֱלֹקִים, אויף דעם ארט ווי די לייטער האט זיך אנגעפאנגען, דא איז ראוי צו אוועקשטעלן דעם בית המקדש, וְזֶה שַׁעַר הַשָּׁמָיִם גייט אויפ'ן שפיץ פונעם לייטער פון ווי די מלאכים זענען אריין אין הימל, וואס דאס איז א סימן אז דארט איז א פלאץ וואס איז ראוי פאר עבודת השם.

און פון דארט האט יעקב אבינו געטראגן דעם שטיין קיין לוז, ווי ער האט געזעהן דעם שער השמים, און עס דארט אוועק געשטעלט אלץ מצבה, און דעם שטאט לוז האט ער גערופן בית א-ל, און נישט ירושלים.


יישוב שיטת רש"י
א. אויף דעם וואס דער רמב"ן פרעגט אז פון אליעזר זעהט אז קפיצת הדרך מיינט נישט אז דער פלאץ איז אנטקעגן געקומען, נאר אז דער מענטש איז אהינגעגאנגען, טענה'ט דער מזרחי אז לויט רש"י איז אויך אליעזר'ס קפיצת הדרך געווען אויף דעם אופן, אז חרן האט זיך דערנענטערט צום פלאץ ווי ער איז געווען, און נישט אז ער איז אנגעקומען קיין חרן שנעלער.

ב. אויף די טענה פונעם רמב"ן פארוואס איז נישט די בארג געקומען ביז חרן, זאגט דער מזרחי, אז היות בית אל איז דאך אויך א מקום הראוי לקבלת התפילות, וואס דערפאר האט יעקב אבינו עס גערופן 'בית א-ל', האט דער באשעפער געוואלט אז יעקב אבינו'ס תפילה זאל זיין אויף ביידע פלעצער צוזאמען.

ענליך צו דעם ענטפערט דער מהר"ל, אז דער מקום המקדש קען מען נישט ברענגען קיין חוץ לארץ, און אפילו אין א"י דארף עס זיין אין א מקום קדוש, מילא איז געגאנגען נאר ביז לוז, וואס דארט איז געווען א קדושה.


און דאס וואס איז משמע אין גמרא אז גלייך ווען יעקב אבינו האט געטראכט צוריק צו גיין איז ער אנגעקומען צום הר המוריה, און דער רמב"ן זאגט אז לויט רש"י איז יעקב אבינו קודם צוריק געגאנגען אפאר טאג ביז לוז און הערשט דאן איז דער הר המוריה אנגעקומען דארט, טענה'ט דער מזרחי אז עס קען זיין אז עס זענען געווען צוויי קפיצת הדרך'ס, איינס אז יעקב אבינו איז אין די רגע אנגעקומען קיין לוז, און באותו זמן איז דער הר המוריה איהם אנטקעגן געקומען קיין לוז, ווי ביידע האבן זיך צוזאם געטראפן.

(לויט דעם איז אויך פארענטפערט די ערשטע קשיא אויף נאך אן אופן, וויבאלד לויט דעם איז רש"י אויך מודה אז עס איז דא געווען א קפיצת הדרך ווי יעקב איז אנגעקומען שנעלערהייט קיין לוז).

ג. אויפן טענה פונעם רמב"ן וואס ווייזט די מיטן פונעם לייטער אויפן מעלה פון מקום המקדש, זאגט דער מהר"ל, אז בעצם וואלט דאך דער חלום געקענט זיין מיט א גלייכע לייטער ארויף צו גיין פון אונטן ביז אויבן, נאר די סיבה פארוואס עס איז געווען א שיעפע לייטער, איז צו ווייזן אז אויבן אין הימל וואס איז כולו רוחניות איז ווייט פונעם עולם הזה וואס איז א גשמיות'דיגע וועלט, מילא האט יעקב אבינו געזען די לייטער וואס איז מקשר צווישן די גשמיות'דיגע ערד צום הימל ווי עס גייט שיעף, צו ווייזן אז מ'דארף זיך דערווייטערן מער און מער פון די גשמיות אנצוקומען אויבן.

אבער אויפ'ן פלאץ פונעם בית המקדש, הגם עס געפונט זיך אינעם גשמיות'דיגע וועלט, איז עס אבער א מקום רוחני, און דארט קומען זיך ביידע צוזאמען, און דאס איז מרמז אויפ'ן מיטן פונעם לייטער, וואס איז די פלאץ ווי די גשמיות'דיגע ערד און די רוחניות'דיגע הימל טרעפן זיך צוזאם, צו ווייזן אז מקום המקדש איז אויך מקשר ביידע זאכן.

החילוקים בין שיטת רש"י ורמב"ן
קומט אויס למעשה האבן מיר 5 חילוקים צווישן די צווי שיטות.

א. וואו יצחק האט געוואוינט בשעת די ברכות, רש"י לערנט אין בער שבע, און דער רמב"ן לערנט אין חברון.

ב. וואו די מעשה מיט'ן חלום איז געווען, לויט רש"י איז עס געווען אויפן הר המוריה וואס האט זיך דעמאלטס געפונען אין לוז, און לויט'ן רמב"ן איז עס א מחלוקת צו עס איז געווען אין באר שבע אדר אין הר המוריה וואס איז אין ירושלים.

ג. וואו דער לייטער וואס יעקב אבינו האט געזעהן איז געשטאנען. לויט רש"י איז עס לכו"ע געגאנגען פון באר שבע ביז לוז, און די מיטן איז געווען אקעגן ירושלים. לויט'ן רמב"ן איז עס א מחלוקת צו פון באר שבע ביז ירושלים, צו פון ירושלים ביז לוז.

ד. וועלכע פלאץ יעקב אבינו האט גערופן שער השמים, לויט רש"י איז דא צוויי פשטים, צו אויפ'ן ביהמ"ק של מטה וואס איז מקום לקבלת התפילות, אדער בית המקדש של מעלה וואס איז מכוון קעגן ביהמ"ק של מטה, און לויט'ן רמב"ן איז עס א מחלוקת צו אויף באר שבע וואס איז ראוי לגילי שכינה, צו אויף לוז וואס איז ראוי לעבודת השם.

ה. וואו יעקב אבינו האט געשטעלט די מצבה, און גערופן דאס פלאץ בית א-ל, לויט רש"י אויפן הר המוריה וואס איז אין לוז, און ביידע האבן באקומען דעם נאמען, און לויט'ן רמב"ן איז עס א מחלוקת צו אין ירושלים, צו לוז.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15761
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איי איי איי, א זיסקייט אין אלע גלידער
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך שיין

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17381
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת וישלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הייבן מיר אן די וואכעדיגע פרשה וַיִּשְׁלַח יַעֲקֹב מַלְאָכִים לְפָנָיו אֶל עֵשָׂו אָחִיו אַרְצָה שֵׂעִיר שְׂדֵה אֱדוֹם.

דארף מען אויסשמועסן, ווי איז יעקב אבינו געווען ביים שיקן די מלאכים, און ווי איז דאס 'ארץ שעיר שדה אדום', און ווי קומט עשו אהין.

אויך דארף מען פארשטיין פארוואס דער פסוק רופט דא אן דעם פלאץ 'ארצה שעיר', און אין אנדערע פלעצער ווערט עס אנגערופן 'הר שעיר'.


מקום מגורי עשו
וועלן מיר קודם אנהייבן ביים סוף פסוק, וואס מיר זעהן אז עשו איז דעמאלטס געווען אין ארץ שעיר, וואס לכאורה שטימט דאס נישט מיטן פסוק ווייטער אין די פרשה (לו, ו-ז) וַיִּקַּח עֵשָׂו אֶת נָשָׁיו וְאֶת בָּנָיו וְאֶת בְּנֹתָיו וְאֶת כָּל נַפְשׁוֹת בֵּיתוֹ וְאֶת מִקְנֵהוּ וְאֶת כָּל בְּהֶמְתּוֹ וְאֵת כָּל קִנְיָנוֹ אֲשֶׁר רָכַשׁ בְּאֶרֶץ כְּנָעַן וַיֵּלֶךְ אֶל אֶרֶץ מִפְּנֵי יַעֲקֹב אָחִיו: כִּי הָיָה רְכוּשָׁם רָב מִשֶּׁבֶת יַחְדָּו וְלֹא יָכְלָה אֶרֶץ מְגוּרֵיהֶם לָשֵׂאת אֹתָם מִפְּנֵי מִקְנֵיהֶם, וואס דארט שטייט אז נאר נאך וואס יעקב איז צוריק געקומען צו יצחק קיין חברון, האט זיך עשו אויפגעהויבן מיט זיין גאנצע משפחה און געגאנגען קיין שעיר.

פי' בעלי התוס' - אצל משפחת אשתו
זאגן די ראשונים, אז יענע צייט האבן נאך עשו מיט זיין משפחה געוואוינט אין ארץ כנען, נאר עשו האט זיך געדרייט אין שעיר, די בעלי התוס' זאגן ווייל איינע פון זיינע ווייבער איז געווען אָהֳלִיבָמָה בַּת עֲנָה, וואס איז געווען פון שעיר החורי'ס משפחה, וואס האבן געוואוינט אין שעיר ווי די פסוק דערמאנט ווייטער (לו, כ), מילא איז ער אויך געווען דארט צומאהל, און אהין האט יעקב געשיקט די שליחות.

פי' הספורנו - מלחמה עם בני שעיר
דער ספורנו זאגט, עס שטייט דאך אין פרשת דברים (ב, יב) וּבְשֵׂעִיר יָשְׁבוּ הַחֹרִים לְפָנִים וּבְנֵי עֵשָׂו יִירָשׁוּם וַיַּשְׁמִידוּם מִפְּנֵיהֶם וַיֵּשְׁבוּ תַּחְתָּם, האט עשו דעמאלטס געהאלטן אינמיטן פירן די מלחמה, און דערפאר איז ער געווען דעמאלטס אין שעיר, און די געגנט וואס ער האט שוין איינגענומען האט געהייסן 'שדה אדום' על שמו.


פי' הרמב"ן - היה שר בארץ שעיר
דער רמב"ן לערנט, אז דעמאלטס איז נאך עשו געווען בשלום מיט די משפחה פון שעיר, נאר ער האט געהאט א שטיקל מלוכה דארט, זיייענדיג א שר, און האבנדיג פיר הונדערט אנשי הצבא אונטער איהם.

און נאך מער לייגט דער רמב"ן צו, אז דאס וואס די לאנד האט געהייסן שעיר, איז געווען לכבודו, ווייל עשו איש שעיר איז געווען דארט א שר, און שעיר החורי וואס איז געווען פון די יושבי הארץ פריער, האט גאר געהייסן על שם דעם לאנד וואס ער האט אויף דעם מושל געווען, וואס האט גאר געהייסן על שם זיין צוגעקומענע אייניקל עשו. און דערפאר רופט איהם דער פסוק 'שעיר החורי', מדגיש צו זיין אז דא רעדט מען נישט פון עשיו וואס האט אויך געהייסן שעיר, וויבאל ער איז געווען א האריגע, און איהם האט מען גערופן 'שעיר האדומי', נאר דא רעדט מען פונעם אנדערן שעיר וואס שטאמט פונעם חורי'שע פאלק, וואס האט אזוי געהייסן נאכן לאנד זיינער.

אויב אזוי אז עשו איז געווען אן איש מכובד דארט, פארוואס האט ער געדארפט פירן א מלחמה, זאגט דער רמב"ן אז עס זענען געווען צוויי חלקים אין שעיר. איינס איז דאס גלייכע לאנד, וואס האט געהייסן 'ארץ שעיר', און דאס בארג וואס האט געהייסן הר שעיר. און די פעסטנגען צו באשיצן דאס לאנד זענען געווען אויפן בארג, דהיינו 'הר שעיר', וואס פון דארט קען מען בעסער אפהיטן דאס לאנד.

איז קודם ווען עשו האט געוואוינט אין ארץ שעיר, האט עס קיינעם נישט געשטערט, און ער איז גאר געווען א כבוד פארן לאנד, אבער נאך וואס עשו האט אהינגעברענגט זיי משפחה, האט ער זיך געוואלט באזעצן אין 'הר שעיר' ביי די פעסטונגען, און דאס האבן זי שוין נישט געוואלט, ווייל זיי האבן מורא געהאט אז ער וועט זיי איבערנעמען, מילא האט עשו געפירט מיט זיי א מלחמה, און ער האט מנצח געווען, דערפאר זאגט די פסוק כִּי יְרֻשָּׁה לְעֵשָׂו נָתַתִּי אֶת "הַר שֵׂעִיר", ווייל צו באקומען דעם בארג האט ער געדארפט אן עקסטערע סייעתא דשמיא.


קושיית הטור על הרמב"ן ויישובו
דער טור אין זיין פי' עה"ת מוטשעט זיך מיט'ן רמב"ן'ס אויפטוה אז די לאנד האט געהייסן שעיר על שם עשיו, ווייל מ'טרעפט שוין אין פרשת לך לך נאך בימי אברהם (יד, ו) וְאֶת הַחוֹרִי בְּהַרֲרָם שֵׂעִיר, זעהט מען אז דאס פלאץ האט שוין דעמאלטס אזוי געהייסן.

אבער אין אמת'ן איז עס נישט אזא שטארקע קשיא, ווייל מ'זעהט דאך דארט אויך אז דער פסוק רופט אן אין דרום ארץ ישראל (שם ז) שְׂדֵה הָעֲמָלֵקִי, און דער רמב"ן ברענגט דארט א צד, אז הגם עמלק איס נאך נישט געווען געבוירן דעמאלטס, האט עס משה רבינו אזוי אנגערופן, ווייל בימיו האט עס אזוי געהייסן, און אויב אזוי קען זיין די זעלבע זאך לגבי שעיר, אז משרע"ה רופט עס אזוי, ווייל ווען ער האט אפגעשריבן די תורה האט עס אזוי געהייסן.

נאר לויטן רמב"ן אליינס, וואס ער וויל דארט זאגן אז עס איז שוין געווען א פריערדיגע עמלק, און על שמו האט יענע פלאץ געהייסן שדה העמלקי, און די באקאנטע עמלק בן אליפז האט שוין געהייסן על שמו פון יענעם, לויט דעם איז שוין יא א הערה.


יעצט דארף מען וויסן פון ווי האט יעקב געשיקט די שלוחים.

שיטת רש"י ואבע"ז - חרן בצפון א"י

יעקב אבינו איז דאך יעצט געווען אויפן וועג פון חרן צוריק צו חברון ווי יצחק האט געוואוינט, דארף מען וויסן אוואו חרן איז.

ביים געבורט פון בנימין, איז רש"י מסביר דעם נאמען בנימין, 'נראה בעיני, לפי שהוא לבדו נולד בארץ כנען, שהיא בנגב כשאדם בא מארם נהרים, כמו שנאמר בנגב בארץ כנען, הלוך ונסוע הנגבה', זעהן מיר פון דעם אז חרן - ווי די אנדערע שבטים זענען געבוירן - געפינט זיך אין צפון פון ארץ ישראל. און אזוי קומט אויך אויס פון אבן עזרא אנהייב פרשה, אז חרן געפינט זיך העכער ארץ ישראל פון צפון זייט.

נאך לערנען מיר אין רש"י סוף פרשת ויצא (לב, ב) וְיַעֲקֹב הָלַךְ לְדַרְכּוֹ וַיִּפְגְּעוּ בוֹ מַלְאֲכֵי אֱלֹקִים, זאגט רש"י 'מלאכים של ארץ ישראל באו לקראתו, ללותו לארץ', זעהן מיר פון דעם אז יעקב אבינו איז שוין דעמאלטס אריין אין ארץ ישראל, און דערפאר זענען שוין די מלאכי ארץ ישראל איהם געקומען באגלייטן.

קומט אויס פון דעם אז יעקב אבינו איז דעמאלטס געווען אין ארץ ישראל, דהיינו מערב זייט פונעם ירדן, און מער צו צפון זייט פון ארץ ישראל, העכער חברון וואס איז אנהייב דרום ארץ ישראל.


קושיות הרמב"ן
אויף דאס וואס רש"י שרייבט אז יעקב אבינו איז שוין געוען אין ארץ ישראל, און די מלאכי א"י זענען איהם געקומען באגלייטן, פרעגט דער רמב"ן דריי קשיות.

א. די וואך שטייט שוין נאכן שיקן די מנחה פאר עשו (לב, כג) וַיַּעֲבֹר אֵת מַעֲבַר יַבֹּק, און די פסוק זאגט אין פרשת חקת (כא, כד) אז נחל יבוק איז געווען ביים גרעניץ צווישן ארץ סיחון און עמון, וואס געפינען זיך נאך אין עבר הירדן המזרחי.

ב. אזוי אויך שטייט ווייטער אין פסוק (לג, יז) אז יעקב אבינו האט געוואוינט א שטיק צייט אין סוכות, און אין ספר יהושע (יג, כז) ווען די פסוק רעכנט אויס די שטעט פון בני גד אין עבר הירדן, ווערט אויסגערעכנט די שטאט סוכות, זעהן מיר אז עס איז נאך געווען אין עבר הירדן.

און אפילו מען וועט זאגן אז עס איז נישט די זעלבע סוכות וואס די פסוק רעדט דא, שטייט דאך אין מדרש רבה (עח, טז) 'כל אותן החדשים שעשה יעקב אבינו בסוכות היה מכבד את עשו באותו הדורון', מוז דאך זיין אז עס איז נאך געווען אין געגנט פון הר שעיר, וואס איז אין מזרח זייט פונעם ירדן, און ער האט נאך מורא געהאט פון עשיו.

ג. דער רמב"ן לערנט פשט אין דעם וואס שטייט ווייטער (לג, יח) וַיָּבֹא יַעֲקֹב שָׁלֵם עִיר שְׁכֶם אֲשֶׁר בְּאֶרֶץ כְּנַעַן בְּבֹאוֹ מִפַּדַּן אֲרָם, אז דאס דער פסוק ברענגט א ארויס אז דאס איז געווען יעקב'ס ערשטע סטאנציע אין ארץ כנען, און דערפאר שטייט וַיָּבֹא יַעֲקֹב שָׁלֵם, ווייל דארט האט ער מער נישט מורא געהאט פון עשיו, צו ווייל עס איז שוין נענטער צו יצחק'ס שטאט און דארט וועט עשיו איהם מער נישט טשעפען, צו ווייל די איינוואוינער וועלן איהם העלפו לכבוד יצחק וואס איז געווען א חשובער מענטש ביי זיי, צו אלץ זכות ארץ ישראל, אבער עכ"פ קומט אויס פון דעם אז ביז אהער איז יעקב נאך נישט געווען אין ארץ ישראל.


און אויף דעם וואס רש"י שרייבט אז חרן איז צפון פון ארץ ישראל, פרעגט דער רמב"ן נאך צוויי קשיות.

ד. חרן ווערט יענע וואך אנגערופן (לעיל כט, א) 'ארץ בני קדם', און אזוי אויך אין פרשת בלק (במדבר כג, ז) 'הררי קדם', ווייל חרן איז אין מזרח זייט פון ארץ ישראל.

ה. אויב חרן איז אין צפון ארץ ישראל, האט דאך יעקב אויפן וועג קיין חברון בכלל נישט געדארפט אריבערגיין ארץ אדום ווי עשו איז געווען ווי פריער דערמאנט, אויב אזוי פארוואס האט ער געדארפט שיקן שלוחים און מתנות צו עשו.


און מען קען אויך נישט לערנען אז אפילו ארץ ישראל איז נישט דרום פון חרן ווי די אנדערע שבטים זענען געבוירן, האט בנימין האט געהייסן בן ימין על שם וואס ער איז געבוירן אין די דרום זייט פון ארץ ישראל, ווייל ווי די פסוק זאגט אין ירמיה (לא, יד) קוֹל בְּרָמָה נִשְׁמָע נְהִי בְּכִי תַמְרוּרִים רָחֵל מְבַכָּה עַל בָּנֶיהָ, קומט אויס אז רחל איז אוועק אינעם שטאט 'רמה', און דארט איז בנימין געבוירן.

און אונז טרעף מיר צוויי פלעצער אין ארץ ישראל וואס הייסן רמה אינעם געגנט פון בית א-ל וואס פון דארט איז יעקב יעצט געקומען, איינס אין בנימין'ס חלק אין ספר יהושע (יח, כה), און איינס אין חלק פון אפרים אין ספר שופטים ביי דבורה (ד, ה) בֵּין הָרָמָה וּבֵין בֵּית אֵל בְּהַר אֶפְרָיִם, און סיי אפרים'ס חלק און סיי בנימין'ס חלק זענען נישט אין דרום ארץ ישראל, נאר מער אינמיטן א"י און ארויף צו צפון.


(למעשה נאך וואס דער רמב"ן איז געקומען קיין ארץ ישראל, האט דער רמב"ן אליינס צוריק געצויגן פון דעם וואס ער לערנט דא אז רחל איז אוועק אין שטאט רמה, נאכן זעהן די מציאות אז פון קבר רחל ביז'ן שטאט רמה בחלק בנימין אז א ווייטע מהלך פון פיר פרסאות, און צו דעם רמה בחלק אפרים איז עס א מהלך פון צוויי טעג, נאר די פשט אין פסוק קול ברמה נשמע מיינט, אז איר קול פון געוויין איז אזוי גרויס, אז מען הערט עס ביזן שטאט רמה אינעם חלק פון איהרע קינדער די בני בנימין, אויף וועם זי באוויינט אז זיי זענען נישט דא).


שיטת הרמב"ן
מילא לערנט דער רמב"ן אז חרן געפינט זיך גאר אין מזרחית דרומית פון ארץ ישראל, אויף מזרח זייט פון ארץ אדום וואס איז ביים ווינקל פון מזרחית דרומית ווי רש"י שרייבט פרשת מסעי (במדבר לד, ג), און כדי צו גיין פון דארט קיין חברון וואס איז אין דרום ארץ ישראל, האט יעקב אבינו געדארפט אריבערגיין ארץ עמון ומואב וואס איז נעבן אדום, מילא האט ער מורא געהאט פון עשו וואס איז דארט געווען, און ער האט אהינגעשיקט די שלוחים און די מתנות.

און דאס וואס יעקב אבינו האט געגעבן דעם נאמען בנימין, לערנט דער רמב"ן אז רחל האט איהם גערופן בן אוני, וואס איז א לשון פון אבילות ואוננות, און יעקב אבינו האט געוואלט אויסטייטשן דעם נאמען אויף גוטס, האט ער עס אפגעטייטשט אלץ לשון פון כח, ווי עס שטייט אין פרשת ויחי (מט ג) 'כחי וראשית אוני', דערפאר האט ער איהם גערופן בנימין, ווייל ימין ווייזט אויף כח און גבורה, ווי דער פסוק זאגט (תהלים כא, ט) 'ימינך תמצא לכל שונאיך' און נאך.


יישוב שיטת רש"י
א. אויפ'ן טענה אז פון דעם וואס יעקב אבינו איז שפעטער אריבער ביי מעבר יבק איז א ראיה אז עס איז נאך געווען אין מזרח זייט ונעם ירדן, ענטפערט דער מזרחי, אז דער טייך יבק לויפט פון מזרח קיין מערב, און עס גייט אריין פון עבר הירדן קיין ארץ ישראל אויך, און יעקב אבינו איז אריבער דעם חלק טייך וואס געפינט זיך אין מערב זייט פונעם ירדן.

ב- ג. אויף דעם וואס דער רמב"ן איז מדייק דעם לשון וַיָּבֹא יַעֲקֹב שָׁלֵם עִיר שְׁכֶם אֲשֶׁר בְּאֶרֶץ כְּנַעַן, אז דאס איז געווען די ערשטע אפשטעל אין ארץ ישראל, טענה'ט דער מזרחי אז עס איז נישט קיין ראיה, ווייל שפעטער שטייט אויך (לה, ו) וַיָּבֹא יַעֲקֹב לוּזָה אֲשֶׁר בְּאֶרֶץ כְּנַעַן.

און דאס וואס שטייט וַיָּבֹא יַעֲקֹב שָׁלֵם, מיינט נישט ווי דער רמב"ן לערנט אז יעצט זייענדיג אין א"י האט ער מער נישט מורא געהאט פון עשו, נאר ווי רש"י טייטשט 'שלם בגופו, שנתרפא מצלעתו. שלם בממונו, שלא חסר כלום מכל אותו דורון'. אדער ווי דער אבע"ז טייטשט אז די פסוק זאגט אז ביז אהער האט איהם קיינער נישט געקענט מזיק געווען, נאר פון יעצט און ווייטער איז איהם געשעהן די מעשה פון דינה.

און לויט דעם איז שוין לכאורה אויך פארענטפערט די ראיה פונעם רמב"ן אז סוכות מוז זיין אינעם געגנט פון שעיר, וויבאלד יעקב האט נאך מורא געהאט דארט פון עשו, דאס איז נאר לויט דעם רמב"ן'ס פשט אז אין א"י האט ער שוין נישט מורא געהאט, אבער לויט רש"י און די אבע"ז איז נישט קיין ראיה.

א-ב-ג. דער מהר"ל ענטפערט אבער אז רש"י איז אויך מודה אז יעקב אבינו איז נאך דעמאלטס געווען אין עבר הירדן, און דארט איז ער אריבער דעם יבק, און אזוי אויך סוכות איז אין עבר הירדן. נאר דאס וואס רש"י שרייבט אז די מלאכי ארץ ישראל זענען איהם אקעגו געקומען, דאס איז ווייל ווי לאנג יעקב איז נאך אנטלאפן פון לבן, איז נאך נישט זיכער אז ער וועט אנקומען קיין ארץ ישראל, אבער איינמאל ער האט שלום געמאכט מיט לבן, און ער גייט קיין ארץ ישראל, זענען איהם שוין די מלאכי א"י אקעגן געקומען קיין חוץ לארץ, איהם צו באגלייטן אויפ'ן וועג קיין א"י.

ד. דאס וואס חרן ווערט אנגערופן ארץ בני קדם, זאגט דער מזרחי אז דאס איז ווייל חרן איז נישט ממש צפון ארץ ישראל, נאר צפונית מזרחית.

ה. און אויף דעם וואס דער רמב"ן טענה'ט אז לויט רש"י האט יעקב בכלל נישט געדארפט אריבערגיין עשו'ס געגנט, זאגט דער מזרחי אז היות אז חברון איז דרום ארץ ישראל, און שעיר איז דאך דערנעבן ביים ווינקל פון דרומית מזרחית, האט יעקב מורא געהאט אז עשו וועט הערן אז יעקב איז דא נאנט וועט ער קומען איהם שעדיגן.

און דער מדרש האט טאקע טענות אויף יעקב, זייענדיג ממשיל דעם הנהגה צו איינער וואס טרעפט אן א שלאפעדיגע הונט, און ער ציהט איהם ביים אויער זיכער צו מאכן אז ער שלאפט טאקע, וואס דאס וועקט אויף דאס הונט, און נעמט איהם ארויס פון די כלים. אזוי אויך האט יעקב אליינס גורם געווען אז עשו זאל איהם אקעגן קומען דוך דעם וואס ער האט איהם געשיקט שלוחים, איז דאך משמע אז ווען נישט וואלט עשו בכלל נישט געוואוסט אז יעקב איז צוריק געקומען.


שיטת האבע"ז
אבער דער אבן עזרא, מכח דעם טענה פון דעם רמב"ן פארוואס האט יעקב געדארפט שיקן שלוחים צו עשו, אויב קומט ער פון צפון ארץ ישראל, איז ער מוכיח פון דעם אז ארץ אדום געפינט זיך גאר אויך ביים צפון זייט פון ארץ ישראל, צווישן חרן און ארץ ישראל, און יעקב אבינו האט דארט געדארפט אריבערגיין, ודלא ווי רבי סעדיה גאון שרייבט אז שעיר איז אינעם געגנט פון מדבר סיני און מדבר פארן.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליכע שטיקל

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”