נעכטן בשעת א צואווילדעוועטע מחאה אין ירושלים, קעגן דאס לייגן אין תפיסה איינער וואס איז חשוד מיטן פארברענען א סעלפאון געשעפט וואס האט פארקויפט אויך אזעלכע סעלפאונס וואס איז נישט טאלק אונלי מיטן "ועדת הרבנים לעניני תקשורת" סטעמפל, און וואס האט זיך געפינען אין א באוואוינטער בנין, האט א ריזיגע גארבאדזש דאמפסטער צודריקט א יונגע מאמע פון 10 קינדער, די ווייב פון הרה"ח ר' חיים יענקל דז'אלובסקי שליט"א, בשעת זי איז געווען אויף די וועג איינצוקויפן לכבוד שבת, און יעצט געפינט זי זיך אין שפיטאל מורדמת ומונשמת אין א סכנת חיים רח"ל.
זייטס מתפלל פאר מירל בת רחל לאה לרפו"ש.
(אין די צייט איז כדאי צו דערמאנען צו דאווענען פאר אנדערע מיטגלידער אין דער חשובע משפחה וואס דארפן א רפו"ש, מנחם מענדל בן דבורה רייזל און חיים יעקב בן יוכבד מאטיל)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
דער אוקראינער אינערן מיניסטער און דער וויצע אינערן מיניסטער זענען אומגעקומען אין א העליקאפטער קראך אין בראָוואַרי, אין די אומגעגנט פון די הויפטשטאט קיעוו. סך הכל זענען ווייניגסטנס זעכצן אומגעקומען אינעם קראך, אריינגערעכנט צוויי קינדער.