א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מורי ורבותי!!

אוודאי ווייסן מיר אז נישט יעדער טעראפיסט איז א געלונגענער שרייבער און נישט יעדער שרייבער איז א געלונגענער טעראפיסט.

אבער לעצטנס איז גערעדט געווארן א גאנץ שארפע דעבאטע וועגן מענטל העלט אווערנעס, און לענ"ד, איז דער פראבלעם פון אונזער צייט, נישט, אז רעדט נישט גענוג דיבוריםפון אווערנעס, נאר פשוט אז מיר האבן נישט נאכנישט אנטוויקלט א גענוג קלאר-געצילטע שפראך, וואס זאל העלפן מאכן דעם ריכטיגן אווערנעס.

און דאס איז דאך הכל מודים (טאקע?!), אז א ריכטיגע אווערנעס איז נישט די וואס וועט דאס בעסטע העלפן טראגן דעם מענטש צום טעראפיע בענקל, נאר די וואס וועט דאס בעסטע העלפן דעם מענטש צו טוישן דאס וואס ער דארף טוישן.

אבער וויאזוי און פארוואס וועט ער עס טון? ווייל מ'האט אים ציטירט לאטיינישע ווערטער פונעם טעראפיסטישן קוראן?

נישט ער פארשטייט וואס דו ווילסט, נישט ער איז מסכים אז דו ביסט דער וואס דארף אים געבן השקפה, און נישט ער וויל דעם שניט לעבן וואס דו גלייכסט. אלזא, הזאת אווערנעס?

מיר דארפן איינשפאנען אלע שרייבערס און טעראפיסטן דא אויפ'ן וועלטל, און איבערשמועסן אינאיינעם אלערליי מעסעדזשעס פון די נפשית'דיגע פראבלעמען און לעזונגען, נישט אזוי ווייט צוליב'ן ציל פון די נושאים זעלבסט, נאר כדי צו טרעפן און אויסארבעטן דעם ריכטיגן געפאדערטן שפראך, וויאזוי דאס ארויסצוברענגען ביי א היימישן, הייליגן און ערליכן ציבור, וואס וויל נישט און דארף נישט טוישן איר קאליר, אבער יא זיין געזונט!

(דאס וועט לענ"ד אויך העלפן פאר זייער אסאך אנדערע פראבלעמען וואס זענען דיסקוסירט אין יענעם אשכול, און אויך לגבי פארשידענע אנדערע פראבלעמען, ווי לעכער אינעם טעראפיסטישן סיסטעם און צוזאמשטויסן צווישן פראפעסיאנעל און קאמיוניטי).
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום פרייטאג יוני 02, 2023 4:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: די ריכטיגע אווערנעס: טרעפן דעם ריכטיגן ווארט לגבי יעדע נושא אין נפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך גלייב אז דער ערשטער נושא מיט וואס היימישע טעראפיסטן האבן זיך אנגעשטויסן, איז געווען גאווה-ענווה VS סעלף עסטיעם, וואס איך האב שוין ערגעץ געשריבן אביסל דערוועגן. אבער לאמיר פרובירן דא צו מכבד זיין ווער ס'קען געבן די קלארסטע ווערטער וואס פאסן זיך דאס בעסטע אריין אינעם היימישן סיסטעם, אזוי אז א יעדער מלמד אינעם פרומסטן מוסד אין כללי ישראל, זאל באמת מעגן און דארפן רעדן דערפון גענוג.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: די ריכטיגע אווערנעס: טרעפן דעם ריכטיגן ווארט לגבי יעדע נושא אין נפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

און מיר זוכן דערווייל א נדבן פון די אלטגעזעסענע פני פון אייוועלט, וואס זאל מענשאנען אלע באגאבטע שרייבערס, טעראפיסטן (און אפשר אויך זאכליכע בעלי השקפה?) צו אנטייל נעמען אין דעם הייליגן פראיעקט.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יעצט זע איך אז ס'איז דא א רייכע אשכול איבער סעלף עסטיעם ( viewtopic.php?t=24419 ) און לאמיר נישט פארגעסן צו דאנקען @fiena nieas דערפאר. אבער לענ"ד איז נאכאלץ נישט ארויסגעקומען קיין גענוג קלארע און פשוט'ע מעסעדזש, וואס זאל העלפן אז א יעדע טאטע\מלמד זאל עס קענען איבערגעבן. איז אפשר קען מען ארבעטן אויף דעם?
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

! סאיז זייער א שטארקע נקודה מען דארף א ריזיגע אויפוואכונג הגם דא אויפן וועלט איז דא זייער אסאך שוין אלטע אשכולות אויף דעם.
שכוח.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

כבוד @המברך יתברך איך וואלט אייך מכבד געווען מיט פתיחה.
הייבט אן, און לאמיר זען ווי עס פארט, איך בין זיכער אז איר האט גאר גאר אסאך אויף דעם נושא,
הצלחה
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

א גרויסן יישר כח @קלארערהייט פאר'ן כיבוד, אבער איך בין באמת נאר דא היינט פאר געציילטע שעות און איך קען נישט מאריך זיין.

אלזא בקיצור הדברים ממש, איז אז מענטש וואס האט נישט קיין סעלף עסטיעם, איז ח"ו זייער שווער פאר אים זיך נישט צו נעמען דאס לעבן ל"ע. און ממילא פארשטייט מען דאך אז סעלף עסטיעם איז זייער וויכטיג. אבער דער טעות וואס מענטשן מיינען איז, אז אויב האב איך נישט כך וכך אטענשאן, כבוד, אנערקענונג וכו' וכו' פון די ארומיגע איז פשט אז איך בין גארנישט ווערד און וכו', וואס דאס צעברעכט סעלף עסטיעם. ווייטער זענען דא מענטשן וואס זענען כסדר אין א פייט פון אָו יעס, אָו נאו, כדי צו זאגן אז עכט זענען זיי יא ווערד אפילו אויב יענער פרובירט אים צו זאגן אז נישט וכו', וואס דאס איז דער גורם פון אלע שוועריגקייטן אין לעבן.

יעצט וואס מיינט סעלף עסטיעם? ענוה. און פשט איז אז מיין לעבן איז גענוג וויכטיג פאר מיר, אפילו אויב קיינער זעט נישט אין מיר קיין שום מעלות שבעולם, און אפילו אויב יעדער דערנידערט מיך ח"ו בכל אופנים שבעולם. מיין לעבן איז וויכטיג און איך מעג טון אלעס וואס איך דארף כדי צו באשיצן מיין לעבן, אבער, איך טאר נישט מאכן קיין שום תנאי, אז מיינע הצלחות און דעטאלן דארפן זיך פירן כך וכך, יעדער דארף מסכים זיין כך וכך, און טאמער נישט איז מיין לעבן חלילה נישט ווערד. חס ושלום, מיין לעבן איז אייביג ווערד. און איך מעג טון אלעס אויף דער וועלט עס צו פארבעסערן און פארשענערן דאס מערסטע וואס איז שייך, פארשטייט זיך אז דער ציבור האט אויך פאדערונגען, און איך מוז אויך הערן וואס זיין זאגן.

און ס'זעט אויס זייער קאמפליצירט, ווייל איך האב געמוזט אריינגיין אין די קאמפליקציעס מיט וואס מענטשן פלאגן זיך, כדי עס צו אביסל אויפפלאנדזשן. אבער באמת וואלט מען געדארפט פרובירן צו זוכן זאכליכע און קאנצעטרירטע מעסעדזשעס וואס זאלן נישט אנטהאלטן אזויפיל (זיכער נישט קיין נעגאטיווע און שעדליכע) פרטים אבער ארויסברענגען קלאר וואס דער מענטש דארף צו הערן.

איך קען עס נישט יעצט טון אליין, איך וואלט געבעטן אז ס'זאל ווערן אויסגעארבעטן דורך א דיסקוסיע וואס זאלן פליסן אין מיין אפוועזנהייט, און איך וועל בעזהשי"ת צוריקקומען ווען ס'וועט זיין שייך און צולייגן מיינע צוויי סענט אויב ס'וועט נאך אויספעלן.

א גרויסן יישר כוח יעדער און ה' יצליח דרכיכם!!

עס איז דא א ניגון "אני יוסף" וואס ברענגט אביסל ארויס דער נקודה פון "סעלף עסטיעם", אפשר קען עס זיין בייהילפיג.
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

וויאזוי האט נאר סטאלין געזאגט, "אז דו קאנטראלירסט די שפראך, קאנטראלירסטו די מוחות..."
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך פרוביר גארנישט צו קאנטראלירן, אדרבא, צו לערנען וויאזוי א מענטש קען פילן גוט אן צו דארפן קאנטראלירן.
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

וואוו! וואוו! דעיס איז זייער א וויכטיגע נושא, וואס קען אריינגיין גאר טיעף..

לאמיר אריינווארפן מיין פראגע..
וויאזוי פילט מען גוט אויב מ'איז נישט די בעסטע און א געוויסע געביט? וואס איז די מענטש'ס איידענטיטי פארוואס ער איז נישט איבריג דא?
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

איך פארשטיי, מיין פוינט איז פארוואס קען מען נישט לאזן טעראפי וויאזוי עס איז; "טעראפי" מיט אירע נאקעטע מעלות און חסרונות; פארוואס די פעקעדזשינג, פארוואס?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

צו @באטל וואסער , מיין תירוץ איז, אז טעראפי אזויווי ס'איז, איז נישט פאסיג אין אונזער סביבה, און בפרט אז ביי די וואס באטראכטן CBT אלס פאקט אן די פאריכטונג פון DBT, טוט עס מער שאדן ווי ריווח, אויך אינעם געביט פון טעראפי.

צו @גראַדע , א יישר כח פאר דיין פראגע, ווייל דאס קלארט אויס דעם וועלטס טעות לגבי סעלף עסטיעם. די סיבה פארוואס מ'ניצט דאס ווארט "סעלף" איז נישט ווייל איך דארף "זוכן" חשיבות פאר "מיר" ענדערש ווי פאר אנדערע. דאס איז בכלל נישט די נקודה, און אדרבה, ווען מ'זעט חשיבות אין אנדערע, זעט מען עס בעסער אין זיך (מ'קען מאריך זיין אין דעם...). ס'איז ווייל מיין חשיבות איז נישט אנגעוואנדן לויט וויפיל ריווח איך ברענג פאר'ן ציבור, און צי זיי אנערקענען עס אדער נישט, ס'איז תלוי אין ווי שטארק איך אנערקען אליינס אין מיין חשיבות אלס חלק אלוק ממעל און אלס HUMAN BEING.

לאמיר קוקן אויף א בהמה און א חיה, צי פרעגן זיי אויך איבער כסדר "פארוואס האט אויסגעפעלט אז איך זאל באשאפן ווערן??", אדער ניין, זיי עסן און שלאפן און גייען, און טוען וואס זיי דארפן, פילנדיג ביי זיך גענוג ווערד אויף צו קענען טון די אלע זאכן. יעצט דאס אז איך האב אויך שכל, און מעגליכקייט אהערצושטעלן זאכן לטובת הציבור, מאכט מיך נישט ווייניגער, און שטעלט נישט ארויף קיין מארטגעדזש אויף מיר אז אויב איך שטעל עס נישט גענוג גוט צו, בין איך גארנישט ווערד. נאר אדרבא, איך בין ווערד אן דעם אויך, אבער כל שכן מיט דעם. אפגעזען צי אנדערע אנערקענען עס אדער נישט.

פארענטפערט?
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

@המברך יתברך איך האב עקספעקטעד די ענטפער פון חלק אלוק ממעל, וואס דעיס אליין דארף ווען זעטיגן דאס מענטש..

אבעעער, דא קומט די גרויסע אבער. וועסט מוזן מודה זיין אז רוב מענטשען ווייסן פון דעים, און מיט דעים אלעם העלפט עס זיי נישט, סא איי געסס זיי פילן עס נישט, טא וויאזוי מאכט מען אז מ'זאל עס שפירן?!?

צו מאכן שטערקער מיין קשיא, איז ביי א גוי שייך סעלף עסטיעם?
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ס'איז נישט גענוג אז מ'ווייסט אין טעראריע אז מ'איז א חלק אלוק ממעל, די נקודה איז צי מ'איז צופרידן מיט דעם נאטירליכן איך וויאזוי דער באשעפער האט מיך באשאפן, אנדעם וואס איך זאל דארפן איבערצייגן פאר יעדן אז איך בין אזוי מורא'דיג געלונגען און טויגליך. דער מענטש וואס גלייבט טאקע אז ער איז א חלק אלוק ממעל אבער דאך איז ער נישט צופרידן, איז ווייל ער מיינט נאכאלץ אז ווייל\טראץ ער איז א חלק אלוק ממעל, דארף ער דאך ערצייגן עפעס אויסטערליש וואס זאל אים שענקען א געטליכן אומבאזיגבארן סטאטוס, וואס דאס איז נישט אמת און איז שעדליך. אין דער רגע וואס א מענטש ווערט איבערצייגט אז זיין בלויזן עקזיסטענץ בארעכטיגט אים פאר די לופט וואס ער אטעמט אא"וו, וועט ער אנפאנגען פילן נאטירליך גוט מיט זיך אליין, אפילו אויב ער איז ח"ו נישט משיג דעם טיפקייט פון זיין א חלק אלוק ממעל.

פונדעסטוועגן וועט אן אויפריכטיגער מענטש, אייביג ווערן צוגעשטופט צום איבערצייגונג אז ער איז א חלק אלוק ממעל, ווייל ווילאנג ער וועט עס נישט אנערקענען, וועלן אים די דורכפעלער פאטשן אין פנים. און ער וועט זיך איבערצייגן אז די אנגעגעבענע תירוצים פארדרייען און פארקריפלען אים בלויז, אבער העלפן אים נישט ארויס.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:38 pm
איך פארשטיי, מיין פוינט איז פארוואס קען מען נישט לאזן טעראפי וויאזוי עס איז; "טעראפי" מיט אירע נאקעטע מעלות און חסרונות; פארוואס די פעקעדזשינג, פארוואס?
און איך וויל צולייגן נאך א נקודה, אז מיין ציל איז נישט צו צולייגן נאך פעקעדזשינג, נאר אדרבה, צו נעמען דער נאקעטער רפואה אן דעם אומנויטיגן און שעדליכן פעקעדזשינג וואס באגלייט עס ליידער.
קלאר און דייטליך
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 11:03 pm

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאר און דייטליך »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 3:04 pm
א גרויסן יישר כח @קלארערהייט פאר'ן כיבוד, אבער איך בין באמת נאר דא היינט פאר געציילטע שעות און איך קען נישט מאריך זיין.

אלזא בקיצור הדברים ממש, איז אז מענטש וואס האט נישט קיין סעלף עסטיעם, איז ח"ו זייער שווער פאר אים זיך נישט צו נעמען דאס לעבן ל"ע. און ממילא פארשטייט מען דאך אז סעלף עסטיעם איז זייער וויכטיג. אבער דער טעות וואס מענטשן מיינען איז, אז אויב האב איך נישט כך וכך אטענשאן, כבוד, אנערקענונג וכו' וכו' פון די ארומיגע איז פשט אז איך בין גארנישט ווערד און וכו', וואס דאס צעברעכט סעלף עסטיעם. ווייטער זענען דא מענטשן וואס זענען כסדר אין א פייט פון אָו יעס, אָו נאו, כדי צו זאגן אז עכט זענען זיי יא ווערד אפילו אויב יענער פרובירט אים צו זאגן אז נישט וכו', וואס דאס איז דער גורם פון אלע שוועריגקייטן אין לעבן.

יעצט וואס מיינט סעלף עסטיעם? ענוה. און פשט איז אז מיין לעבן איז גענוג וויכטיג פאר מיר, אפילו אויב קיינער זעט נישט אין מיר קיין שום מעלות שבעולם, און אפילו אויב יעדער דערנידערט מיך ח"ו בכל אופנים שבעולם. מיין לעבן איז וויכטיג און איך מעג טון אלעס וואס איך דארף כדי צו באשיצן מיין לעבן, אבער, איך טאר נישט מאכן קיין שום תנאי, אז מיינע הצלחות און דעטאלן דארפן זיך פירן כך וכך, יעדער דארף מסכים זיין כך וכך, און טאמער נישט איז מיין לעבן חלילה נישט ווערד. חס ושלום, מיין לעבן איז אייביג ווערד. און איך מעג טון אלעס אויף דער וועלט עס צו פארבעסערן און פארשענערן דאס מערסטע וואס איז שייך, פארשטייט זיך אז דער ציבור האט אויך פאדערונגען, און איך מוז אויך הערן וואס זיין זאגן.

און ס'זעט אויס זייער קאמפליצירט, ווייל איך האב געמוזט אריינגיין אין די קאמפליקציעס מיט וואס מענטשן פלאגן זיך, כדי עס צו אביסל אויפפלאנדזשן. אבער באמת וואלט מען געדארפט פרובירן צו זוכן זאכליכע און קאנצעטרירטע מעסעדזשעס וואס זאלן נישט אנטהאלטן אזויפיל (זיכער נישט קיין נעגאטיווע און שעדליכע) פרטים אבער ארויסברענגען קלאר וואס דער מענטש דארף צו הערן.

איך קען עס נישט יעצט טון אליין, איך וואלט געבעטן אז ס'זאל ווערן אויסגעארבעטן דורך א דיסקוסיע וואס זאלן פליסן אין מיין אפוועזנהייט, און איך וועל בעזהשי"ת צוריקקומען ווען ס'וועט זיין שייך און צולייגן מיינע צוויי סענט אויב ס'וועט נאך אויספעלן.

א גרויסן יישר כוח יעדער און ה' יצליח דרכיכם!!
יעדער וואס האט נישט קיין סעלף עסטיעם איז עים זייער שווער זיך נישט צו נעמען די לעבן סיריעסלי???
אוועטאר
שטרענגע מענטש
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 06, 2021 12:06 pm

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרענגע מענטש »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 3:04 pm
א גרויסן יישר כח @קלארערהייט פאר'ן כיבוד, אבער איך בין באמת נאר דא היינט פאר געציילטע שעות און איך קען נישט מאריך זיין.

אלזא בקיצור הדברים ממש, איז אז מענטש וואס האט נישט קיין סעלף עסטיעם, איז ח"ו זייער שווער פאר אים זיך נישט צו נעמען דאס לעבן ל"ע. און ממילא פארשטייט מען דאך אז סעלף עסטיעם איז זייער וויכטיג. אבער דער טעות וואס מענטשן מיינען איז, אז אויב האב איך נישט כך וכך אטענשאן, כבוד, אנערקענונג וכו' וכו' פון די ארומיגע איז פשט אז איך בין גארנישט ווערד און וכו', וואס דאס צעברעכט סעלף עסטיעם. ווייטער זענען דא מענטשן וואס זענען כסדר אין א פייט פון אָו יעס, אָו נאו, כדי צו זאגן אז עכט זענען זיי יא ווערד אפילו אויב יענער פרובירט אים צו זאגן אז נישט וכו', וואס דאס איז דער גורם פון אלע שוועריגקייטן אין לעבן.
שרעקליכע שטות אריינצוברענגען די לעבן אין בילד
במחילת כבוד המברך
זיי שוין שטיל דארטן!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

קלאר און דייטליך האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 1:39 am

יעדער וואס האט נישט קיין סעלף עסטיעם איז עים זייער שווער זיך נישט צו נעמען די לעבן סיריעסלי???
אויב די סעלף עסטיעם איז ביי זערא, ליידער יא.
שטרענגע מענטש האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 1:55 am
שרעקליכע שטות אריינצוברענגען די לעבן אין בילד
במחילת כבוד המברך
א סייט ווערט געראנקט לפי ערך וואס ס'ווערט גערעדט דארט רוב צייט. פון דעם קען מען זען ווער ס'איז א פאטענציאלער ליינער דארט, און לויט דעם ווערט גע'משפט וואס ס'מעג דארט געזאגט ווערן און וואס נישט.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

הארי פלארי האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 3:35 am
וווען די אלע מעשה'לעך קומען ווען מיטן ציהל ארויסצוברענגען א נקודה. און ברענגט עפעס זאכליך מיט א מעשה צי די זייט קענעך פארשטיין א צד אז מען זאל עס מעגן שרייבן.

פאקט איז אז מ'שרייבט מעשיות אין די וועלט אריין, סתם זיך צי קאכן און קייען די נושאים, און נאך שרייען אז דאס איז אווערנעס (וואס?) איז א שרעקליכע עוולה.

---

די תאווה פון אסאך מענטשן צי זיין ביזי מיט אזעלכע פראבלעמען ברענגט אז אומפראפעסיאנאלע מענטשן זאלן זיך אריינמישן אין דעם תחום, בלויז ווייל אומ'אחריות'דיגע מאגאזינען האבן מפקיר געווען די נושא פאר פובליק דעבאטע.

די קאסעקווענצן פון אומפראפעסיאנאלן דארף מען נישט אויסשמועסן. גאר ביטער.
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 2:29 am
קלאר און דייטליך האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 1:39 am

יעדער וואס האט נישט קיין סעלף עסטיעם איז עים זייער שווער זיך נישט צו נעמען די לעבן סיריעסלי???
אויב די סעלף עסטיעם איז ביי זערא, ליידער יא.
און אויך אויב ער האט נישט עפעס אנדערש מיט וואס זיך צו דיסטרעקטן.

אסאך מענטשן האבן גאר שוואכע סעלף עסטיעם, אבער סוסייד איז נישט אויפן מעניו, וויבאלד זיי פולן זיך אן מיט אנדערע גוטע הרגשים.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

זיך אנפילן מיט גוטע הרגשים קען אויסהיילן דעם שוואכקייט פון סעלף עסטיעם, אבער אויב פאר סיי וועלכע סיבה, ווערט עס נישט אויסגעהיילט, דאן בלייבט עס א פראבלעם.

(הערה: נישט יעדער וואס רעדט פון די אייגענע חסרונות, האט א שוואכע סעלף עסטיעם און נישט יעדער וואס בלאזט ארויס זיינע מעלות, האט א געזונטע סעלף עסטיעם. א געזונטע סעלף עסטיעם, מיינט א פאזיטיווע "הרגש" איבער זיך, ווען מ'קען גרינג מודה זיין אין חסרונות, ווייל איך בין גוט אפילו אזוי. און א נישט געזונטע סעלף עסטיעם, מיינט אז מ'האט א נעגאטיווע הרגש איבער זיך, אז אויב קומט ארויס אפילו נאר איין חסרון, דאן בין איך ח"ו א פארטיגער).
דער קעניג
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2023 2:47 pm

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קעניג »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:53 pm
צו @באטל וואסער , מיין תירוץ איז, אז טעראפי אזויווי ס'איז, איז נישט פאסיג אין אונזער סביבה, און בפרט אז ביי די וואס באטראכטן CBT אלס פאקט אן די פאריכטונג פון DBT, טוט עס מער שאדן ווי ריווח, אויך אינעם געביט פון טעראפי.

צו @גראַדע , א יישר כח פאר דיין פראגע, ווייל דאס קלארט אויס דעם וועלטס טעות לגבי סעלף עסטיעם. די סיבה פארוואס מ'ניצט דאס ווארט "סעלף" איז נישט ווייל איך דארף "זוכן" חשיבות פאר "מיר" ענדערש ווי פאר אנדערע. דאס איז בכלל נישט די נקודה, און אדרבה, ווען מ'זעט חשיבות אין אנדערע, זעט מען עס בעסער אין זיך (מ'קען מאריך זיין אין דעם...). ס'איז ווייל מיין חשיבות איז נישט אנגעוואנדן לויט וויפיל ריווח איך ברענג פאר'ן ציבור, און צי זיי אנערקענען עס אדער נישט, ס'איז תלוי אין ווי שטארק איך אנערקען אליינס אין מיין חשיבות אלס חלק אלוק ממעל און אלס HUMAN BEING.

לאמיר קוקן אויף א בהמה און א חיה, צי פרעגן זיי אויך איבער כסדר "פארוואס האט אויסגעפעלט אז איך זאל באשאפן ווערן??", אדער ניין, זיי עסן און שלאפן און גייען, און טוען וואס זיי דארפן, פילנדיג ביי זיך גענוג ווערד אויף צו קענען טון די אלע זאכן. יעצט דאס אז איך האב אויך שכל, און מעגליכקייט אהערצושטעלן זאכן לטובת הציבור, מאכט מיך נישט ווייניגער, און שטעלט נישט ארויף קיין מארטגעדזש אויף מיר אז אויב איך שטעל עס נישט גענוג גוט צו, בין איך גארנישט ווערד. נאר אדרבא, איך בין ווערד אן דעם אויך, אבער כל שכן מיט דעם. אפגעזען צי אנדערע אנערקענען עס אדער נישט.

פארענטפערט?
איך וויל בעסער מסביר זיין און איין ווארט א קינד ווערד געבוירן ער פילט באמת אז ער איז גוט וויאזוי ער איז נישט קיין חילוק ווי מיעס ער איז און וויפיל טראבל ער מאכט ווייל זיין טאטע מאמע געבן אים אויך דע געפיל ווען ער ווערט עלטער דו אנקאנדישענאל לאוו סטאפט זיך[סווערט דיסעפלין אויף נישט א געזונטע אויפן] הייבט ער אן פילן ער איז נאר גוט ווען ער דעליווערט זהו הפראבלעם ווען אונז וואלטן גוט אריינגעטראכט דערין און אונז וואלטן עס עקסארסייזט יעדן טאג וואלטן אונז געפילט גוט נישט קיין חילוק וואס, איך קען נאך אסאך טיפער אריינגיין דעיס איז אויפן שפיץ גאפל
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א ריכטיגע אווערנעס דארף האבן די ריכטיגע ווערטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

זייער גוט. רעד ווייטער.

גראַדע האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:38 pm
וואוו! וואוו! דעיס איז זייער א וויכטיגע נושא, וואס קען אריינגיין גאר טיעף..

לאמיר אריינווארפן מיין פראגע..
וויאזוי פילט מען גוט אויב מ'איז נישט די בעסטע און א געוויסע געביט? וואס איז די מענטש'ס איידענטיטי פארוואס ער איז נישט איבריג דא?
@דזשי רי בי , אפשר קענסטו ארויסהעלפן דא?!
(בעסער אויב דו קענסט ליינען פון אנפאנג).
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”