א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?
די פראבלעם איז אוודאי נישט געבינדן בלויז צו קליינע קינדער, דאס נעמט אריין קינדער אין יעדן עלטער, אבער ווי פארשטענדליך איז יעדע סטעידזש א אנדערע מעשה אינגאנצן, און די פאסיגע מהלך אויף גרויסע קינדער איז טאטאל אנדערש ווי די מהלך וואס וועט ארבעטן אויף קליינע קינדער, איז די סיבה פארוואס מיין פראגע באציט זיך צו קליינע קינדער איז גאנץ איינפאך, נעמליך, דאס איז מיר נוגע אויף למעשה. בעיקר רעד איך פון א פיר יעריג קינד וואס פאלגט נישט, פשוטו כמשמעו, דאס קינד וועט כסדר טון פארקערט ווי מ'הייסט, און מיט א ספעציעלע הנאה און געשמאק, געווענליך מיט א שמייכל אויף די לעפצן.
איך בין א פשוט'ער יונגערמאן, נישט קיין מבין, מומחה, אדער עקספערט. איך בין קיינמאל נישט געגאנגען צו קיין קלאסן אדער קורסן, זיך קיינמאל נישט געלערנט עפעס א ספעציעלע מהלך אין חינוך, און כמעט קיינמאל נישט געליינט קיין חינוך ארטיקלען אין די אויסגאבעס. איך פרוביר פשוט צו מקיים זיין דעם חנוך לנער על פי דרכו לויט מיין איינפאכן פארשטאנד, דאס איז אבוויעסלי נישט גרינג און קאסט אסאך כוחות, אבער מ'פרובירט וואס מ'קען, ווי ערווענט בין איך נישט קיין ספעציאליסט און כ'בין נישט באקאנט מיט די פארשידענע וואונדערליכע מעטאדן וואס זענען פארהאן, איך פרוביר פשוט צו מחנך זיין די קינדערלעך לויט וויאזוי איך פארשטיי, לויט וויאזוי ס'קוקט מיר אויס אויפן מינוט אז ס'וועט זיין א תועלת. אמאל איז עס א צוקערל, אמאל א מתנה'לע, און אמאל א פעטשל. צומאל ארבעט עס, און מער מאל ארבעט עס נישט.
איך פארשטיי אז יעדעס קינד איז א וועלט פאר זיך און ס'איז שווער צו געבן אנווייזונגען אויף א ספעציפישן פאל אן זיין באקאנט מיט דאס קינד, דאך אבער איז זיכער דא געוויסע נקודות וואס קענען ארבעטן און טוען פאקטיש ארבעטן פאר רוב דורכשניטליכע קינדער, ביי איינעם מער און ביי איינעם ווייניגער, אבער ס'איז זיכער דא אויסגעפרואווטע מהלכים וועלכע העלפן אויף למעשה.
איז ווי דערמאנט רעד איך דא פון א פיר יעריג קינד, וואס קען אסאך מאל זיין וואויל און פאלגזאם אבער וועט זייער אסאך מאל דירעקט נישט פאלגן און מיט א ספעציעלע הנאה דערביי. וואס מיר האבן שוין פרובירט העלפט א מכה, גוטן אדער בייזן, פעטש אדער נאש, פראגראמען אדער שטראפן, צומאל העלפט עס פאר איין טאג און צומאל דאס אויך נישט. מיר האבן שוין פרובירט פארשידענע וועגן און מהלכים, אבער כמעט גארנישט העלפט נישט. דעריבער האב איך באשלאסן דא אפצושרייבן מיין פראבלעם און בעטן הילף פונעם ציבור, אפשר וועל איך דא טרעפן דעם פאסיגן מהלך. און דערפאר בעט איך, סיי ווער עס ווייסט פון א ווירקזאמע מהלך וואס קען העלפן אויף קליינע קינדער וואס האלטן נישט ביים פאלגן בשום אופן זאל עס ביטע דא מיטטיילן אז איך און אנדערע זאלן אויך קענען נהנה זיין דערפון, ולמצוה גדולה יחשב.
א גרויסן יישר כח פון פאראויס פאר אייער הילף.