פארבלאנדזשטע מחשבות

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לחם לאכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

פארבלאנדזשטע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

די קליינע ווייסע ברעקעלעך האבן זיך קוים אנגעהויבן באהעפטן, פארמירנדיג א ציכטיגע פאנאראמע,
די לעכטיגע העל בלוי קאליר פון די שיינעדיגע פרי מארגען
בשעת א לויטער ווייסע צידעק, דעקט איבער די שטילע גאסן, צוגיסט א רואיגקייט אויפן גאנצען האריזאנט,
די ווארעמע זון שטראלן שפיגלן זיך אפ אויף די שיפע דעכער,
שאפנדיג אז דאס בילד זאל ארויס שרייען
מה רבו מעשיך השם!

פון דא דארט זעהט זיך אן אויף די אויסגעשפרייטע צודעק אנגעצייכנטע פיס טריט פון די געציילטע פארבייגייענדע
אין די איצטיגע פריע שטונדן,
איך שפאציר געמיטליך מיט לייכטע טריט אויף די פרישע ווייכע שניי,
אריין אטעמען די קלארע לופט זיך דערקוויקענדיג מיט יעדע שפאן פאראויס,

די קילע פארטאגס ווינטיל צובוזשעוועט זיך, צי פלאטערנדיג די זוים פון מיין ווארעמע מאנטעל
מיר אריין שלעפנדיג אין אן אנגענעמע וועלט, ארומגענומען מיט א העכערע אטמאספערע,
אין די הונטערגרונט הער איך די זיסע מעלאדי פיו די זינגעדיגע פייגלעך
וואס ערגענצן די ריינע סצענע ווי די גאנצע בריאה איז איינגעהילט אין א גלאנצענדן ווייס,
ווען מיטאמאל .....

מיין אטעם ווערט פארהאקט, מיינע מוסקלן פארשטייפט, אין מיינע אויגן פארוסן,
איך שפיר א טיפער זעץ לאנדן הארט נעבן מיין הארץ, נאך איידער איך האב אפ' עספעיט זיך צי אריעטירן,
האט נאך געפאלגט די צווייטע מיט נישט ווייניגער קראפט פונעם פריעדיגן

די פרידלעכע שפאציר איז געקומען צי האסטגן אפשטעל,
אינגאנצן באנומען קוק איך ארום מיט פארלוירענע בליקן
ווען פאר מיינע פינקלדיגע אויגן שפרינגען די איידעלע ווערטער
חנון המרבה לסלוח.....

----

לעכטיגע ברידער מיינע,
אין די געהויבענע מאמענטן ווען אינז בעטן זיך אויס ביים ליבער פאטער
אלע אונזער באדערפענישן,
וואס פאר א פנים טראגט עס ווען אונזער קאפ,
אנשטאטס אריינקלערן אין די ב'חנ'טע ווערטער
האט זישט בעסער'ס ווי צי זיין פארנימען מיט הוילע שטותים,
איז נאך דא א גרעסערע שאנדע ווי דעם?
אז ביים לויבן, אין פארהייליגען, אונזער זיסע טאטע זאל מען נישט האבן
די מינדערסטע אנונג וואס עס באדייט די ווערטער וואס מ'האט נאר וואס ארויסגעזאגט,


חבר טייערע,
גערעכט אז היינטיגע צייטן איז ביטער שווער פאר אינזער
קליינע מוחות זיך צי מצמצם זיין, אין אינזין האבן, גאנץ שמו"ע ווי עס באדארף צי זיין
אבער טאקע ציליב דעם וואס די האלטסט אפ דיינע מחשבות פון אוועק וואנדערן צי צוועק-לאזע ערטער,
איז עס אסאך חשוב'ער פארן בורא עולם, אונזער אלמעכטיגן גאט,
וואס בלייבט קיינעם נישט שולדיג,
לעכצט נאך יעדע טראפעלע מי אין פאלג וואס מ'האט פאר זיינעט וועגן
שטערנג זיך אן זיך צי קאנצעטרירען אין די הייליגע ווערטער,

און אין דעם זכות זאלסטו קענען בעטן אין אויספועלן פון אונזער
גרויסע באשעפער אלעס וואס די באגערסט נאר!

אסאך הצלחה!!
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4827
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: פארבלאנדזשטע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

שטארק
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
מפעם לפעם
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 1:22 pm

Re: פארבלאנדזשטע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפעם לפעם »

לייק!
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: פארבלאנדזשטע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

מעכטיג
YOUR ADD HERE

CALL: 1-800- YOSSELE
אויף איין פוס
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:13 pm

Re: פארבלאנדזשטע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויף איין פוס »



יעצט געליינט אינעם פעקל

האסט א גוטע פעדער,

סראנג פוינט!!!
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: פארבלאנדזשטע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

סהאט מיר געכאפט א ציפ.
צוויי גראשן
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 10, 2024 10:46 am
לאקאציע:מאנסי

Re: פארבלאנדזשטע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גראשן »

יופ האסמיר געכאפט!! ווען די פאונט אין שפרייך זענען אויף איין בלעטל איז עס ציענדיג
האסעל+סטראגעל=א גרויסן סוקסעס ראטע
מעכיל פון שול
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2024 2:36 am

Re: פארבלאנדזשטע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכיל פון שול »

מאורידיג!!! זייער גוט געשריבן! צים פינטעל..
ס'נישט קיין פראבלעם צי האבן א פראבלעם, אבער צי האבן א פראבלעם אז מ'האט א פראבלעם איז א גרויסע פראבלעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”