די חצות מנין - ניטל פארמעסט תשע"ג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

די חצות מנין - ניטל פארמעסט תשע"ג

תגובה דורך געלעגער »

פאלגענד זענען די ארטיקלען וואס זענען אריין געקומען צום פארמעסט.

צו קאמענטירן אדער אפגעבן אייער שטימע דריקט דא

פי די עף
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

ארטיקל # 1

תגובה דורך געלעגער »

זינטאג צופרי מיין ווייב וועקט מיר אויף, מאטי ס'איז שוין סוף זמן ק"ש שטיי אויף, איך געב מיר א מארמעל אינטער ממממ... גלעגער... נישט היינט. א וואס? פרעגט זי, זאג איך איר, מער ווי א למדן אז די טאג וואס ווערט ניטל איז דא א ענין צו דאווענען מיט די חצות מנין.... (גלעגער איך קום דיר צוויי שעה שלאף... שכח...)

עס ווערט 10:30 איך גיי און ס'מעדרש מען כאפט א מקוה מיט א לערן פארן דאווענען, איך קוק אויפן זייגער שוין א האלבע שעה פאר חצות!

יאללא מען גייט דאווענען. איך דריי מיר פון איין שטיבל צום צווייטן אלעס ליידיג, ביים לעצטן שטיבל זע איך ווי דריי מענטשן זאגן פארענט, און אזוי יעדע צוויי מינט בליקן זיי ארום.

יאוי קוק דארט משה ער דאווענט יעדן טאג אין מיין מנין... וואס איז היינט געשען מיט עם??? מען זאגט אז ער שטייט קיינמאל נישט אויף שפעט... איך זע ווי ער קוקט אויף מיר, קוקט אויס ער טראכט ס'זעלביגע... איך נעם די גאטס איך גיי צו אים, משה???? דו ביסט דא???? ער ווייזט מיר מיט ביידע הענט אויפן פנים, ווי איינער זאגט איך בין פארשלאפן. איך פרעג אים ניטל...??? ער ווערט רויט גרין און פערפעל...

אין די מין טיים איז שוין אריין געקומען א בוחר'ל האמיר שוין געהאט 5 מען דארף עטליסט נאך איין, אבער נא קיינער קומט נישט.

15 מינוט פאר חצות געט זיך א פליק אויף די טיר, איינער לויפט אריין מיט די רעקל אויף איין הענט אנגעטון ס'אנדערע זייט שלעפט זיך אויפן פלאר, אין איין הענט א קאווע וואס רינט שוין פון ס'קאווע שטיבל אין די אנדערע הענט ס'גארטל, אין די מויל די תפילין בייטעל, די פאות האלב געמאכט, די קאפ דארף ער האלטן שיף ס'היט זאל נישט אראפ פאלן... ממש איך בין געבליבן פארגאפט מיט צוהאלטן אזא זאך ס'ערשטע מאל און מיין לעבען...

ער פרעגט ווען איז חצות? איך זאג אים 15 מינוט, אאהה ס'שפעט!

געט א סיפ דעם קאפי און יאללא ברכי נפשי... נאך מיט א ברען...

יעדע צוויי סעקענדס נו ני חצות... לויפט ארויס און בעט זיך ביי פיר מענטשן זאלן אריין קומען נאר פאר א קדיש, און ער הייבט אן כיפערען אז די אייבישטער זאל אפהיטן...

פאר ברכי לויפט ער ארום זען ווי מען האלט, דער וואס איז געזעצן און פראנט פון מיר האט נאך געהאלטן ביי אשרי, ער נעמט זיך צו ווייזען מיט זיין פינגער אויפן הענט... אויפן וואנט.. דרייט מיטן הענט.. ווייזט אים מיטן פינגער אויפן קאפ.. איך כאפ מיר אז איך האלט מיין ציצית אינמיטן ברוך שאמר... אה מיי גאד נעקסט קום איך... איך מיש שנעל אריבער צו ק"ש... איך זע ווי מיין חבר משה צולאכט זיך, ווייזט מיר מיטן גראבן פינגער...

ער ווארט נישט ער האלט שוין ביי עזרת, ווייזט פאר יעדעם אז עס איז נאו מאנקי ביזנעס מען האט נאך פינעף מינוט.

יעדער געט זיך א הייב אויף מען דאווענט שנעל ש"ע, מען האלט ביי די דריטע ברכה הערט מען שוין שרייען נאאא ס'שפעט, מען יאגט זיך צו קוים וואס מען טרעט אויס האלט ער שוין ביי נקדישך...

איך האב נישט געוויסט ווען צו זאגן אמן און ווען צו זאגן מודים.. און... עושה שלום במרומיו... ואמרו אמן... באאאם שארט סטאפ! יעדער קוקט אויפן זייגער און מען אטעמט אפ! נאך 3 סעקאנדעס צו חצות!

פון דא און ווייטער איז שוין געווען א גיהנם ווייל קיינער האט שוין נישט געהאט קיין חשק זיך צו מצרף זיין ווייל עס איז שוין נאך חצות..

בקיצר עס האט נאך גענומען בערך א האלבע שעה ביז איך בין געווען אינדרויסן...

‫און יעצט פאר זאלצי . דו גייסט כאפן פארן געבען דעם טאפיק!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

ארטיקל # 2

תגובה דורך געלעגער »

דאווענען צוועלווע.

די ווערטער אליין ברענעגען ארויף אזאנע געפילן ווי א יאגעדיגע באשעפעניש וואס לויפט פארסאפעט צו כאפען די מינוטן וואס ער קען סייווי נישט צוריק האבן. דאס אריין וואקן אין שול אזא צייט איז א קאשמאר פאר זיך, מען שפירט ווי די כפרה וואס זיצט אינעם אינטערשטען בעסקעט, און לויט וואסערע גיסטע זיינע אויבערשטע שכנים זענען, לויט דעם שמעקט ער... עפעס אזוי שפירט זיך אריין צו קומען אין שול אזא זייגער.

מען גייט דורך די לחיים טישל און מען שמעקט אז זרח האט געהאט יארצייט היינט און ער האט זיך געלאזט וואוילגיין להנאת בייכער ישראל אבער פאר מיר איז מער גארנישט געבליבן, אפילו די עק פון די קאקאש קוכן וואס ווי עס שיינט איז געווען לרחצה דערפון ווייל ס'קרקע און אלעס ארום האט פלוצים באקומען א נייע קאליר מיט אזאנע שווארצע פאקעדאטס (ווייס וואס איך מיין) אבער דאס קליין שטיקל וואס ליגט דא אזוי פארשעמט איז אויך נאר די עק מיט די ווייסע נאקעטע טייג. די שווארצע אינהאלט איז אויסגעגעסן ווי א גוי מיט יענע מעשה ל"ע... אבער דאס איז נאר די אנפאנג פון די פראבלעם.

דאס זיך טרעפן אן א דבר יום ביומו ביים זיך גיין ווייקן איז עפעס אוועקצומאכן? אונזערע טאטעס האבן נישט פארפאסט קיין מקוה אן ברעכן די אייז און מיר גייען אזוי אין מקוה אן א שטיקל פאפיר צו קלאצן דערין? אל תטוש תורת אמך איז היינט געווארן אזוי לייכטזיניג ממש נישט צום גלייבן. אבער וואס קען מען טון "אז מען האט נישט האט מען נישט" פלעגט פראנץ יוזעף זאגן. שוין, האלטן מיר ביים גיין אן א צעטל. אבער למען השם, א האנטוך א ריינע איז אויך נישטא, נאר די לעצטע –מער לאך ווי האנטוך- איז געבליבן פאר מיר צו נעמען. דאס וואס אלע אידן פון זעקסע ביז יעצט האבן צוריק געווארפן און אויפגעטוישט אטא דאס איז געבליבן פאר מיר. איך ווייס קלאר אז מיט אזא האנטוך גיי איך נישט טריקן ווערן, דאס איז קיין מציאות בעולם. אבער וועגן מראית עין מוז איך עס נעמען. שוין, גיימיר גיין זוכן א פלאץ וואס האט נישט קיין נאסע האנטוך אויפן פלאר און די באנק האט נישט קיין צוויי צענדליגע פייכטע האנטוכער וואס אידן האבן דעראין אריין געלייגט שטיקער אידישקייט און אויסגערוימט די חיצונים פון די אף ורגל. אבער אזאנס איז אויך נישט בנמצא, אלעס איז אנגעווארפן, די לעקטער האלב פארלאשן קיין נארמאלע פלאץ קיין נארמאלע האנטוך קיין צעטל גארנישט! און דא קום איך אן אין בור און איך דארף מיך עפענען א וועג אריין ווייל אויפן דעק שווימען שדים ודענדראפס.

עס צו מאכן קורץ, די מקוה איז געווען א דיזעסטער און יא איך שפיר זיך ווי די הינדל וואס זיצט אונעם קעסטל התחתון...

שחרית... ווער האט נאכנישט געדאווענט שחרית שרייט א אידל מעוטף בטליתו ווען די של ראש הענגט אים אריין אין די אויגן.

שטעלט זיך די לעצטע מנין שחרית היינט שרייט ער, איך לויף מיט אן אימפעט און איך סעטל מיך אויף א פלאץ צו לייגן שנעל טו"ת ווייל מען מוז נאך מאכן די ערשטע האלבע שעה נאך חצות.

צו מיין מזל איז היינט מאנטאג, די דאווענען וויאזוי עס פארט איז א רעדע פאר זיך, דער שרייט שנעלער מען דארף מאכן חצות און דער צווייטער רעגט זיך אז דא יאגט מען זיך נישט. איין אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט, אז די אידן וואס דאווענען טעגליך אין די מנינים האבן זייער אייגנארטיגן וועג פון שמועסן. וואס איך מיין דערמיט איז; ווען איך דאווען אין די נארמאלע צייט לויפט די שמועס לויט וואס עס קאכט זיך יעצט אויפן גאס. דאס הייסט, איינמאל וועט דער אינגערמאן זיין א שופט וואס פארשטייט צו מען קען זיך יא אריין מישן אין קהלישע זאכן אדער דאס איז רעליגיע, איינמאל וועט ער זיין די לויער וואס פארשטייט פונקטליך וואס ר' בעריש האט געמיינט מיט זיין פסק... א וואך שפעטער קען ער ווערן אן עפעלעט ריכטער און ער פארטרעט א פענעל פון עלעף ריכטערס בענאזאם, ווידער גייט דורך א שטיק צייט און דער זעלבער איז א גענעראל וואס פארשטייט צו א מלחמה ווי א געשולטע מארין. און אזוי לויפן די שמועסן און די טעמעס לויט ווי די לופט אין גאס פארט. אבער די אידן ביי די צוועלעווע מנינים וועלן געווענליך רעדן פון א חסידישע מעשה וואס איז נארוואס בייגעפאלן. אדער אויב איז מען אין די גיסטע פון זיך טענה'ן וועט מען אריין ברענגען ציונות וואס דאן איז גאראנטירט אז די טענער גייען גיין הויך און עס גייט זיך ענדיגן מיט א הילכיגן געשריי פון "ימח שמם אלע ציונים" און עס וועט נאכפאלגן מיט א מייקרא פראטעסט אזש ביבי זאל קראכן.

אקעי איך בין פארפארן דאס איז נאר געווען א זייטיגע אנאליז. עכ"פ שטעלט מען זיך שחרית'ן אויב וועל איך אריין גיין אין די דעטאלן וויאזוי יעדענס טלית בייטל זעהט אויס וועל איך פארטיגן די ארטיקל איבערס יאר ניטול. איין זאך יא, רוב האבן די האריגע טלית בייטל מיט א בארדיטשובע סידור דערין, פרעגט מיך נישט פארוואס!

אה און נאך איין זאך, יעדער כמעט איז א כהן אדער א לוי און א בעל קורא פארשטייט זיך. אבער אך און וויי אויב דאס הייסט געליינט. א שטומער וואלט נישט געוואוסט קיין חילוק פון דאס ביז איכה.

איך דארף לויפן ווייל עפעס א בעל דרשן גייט האלטן א שיעור יעצט און מען ווארפט ארויס אלע מתפללים פון דא.

עה.... דאס איז מיין קוואדער נארוואס אראפגעפאלן.. וואטש... כאפ מיין בית'ל... אוי די ציצת האנקעט... איך לויף....
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

ארטיקל # 3

תגובה דורך געלעגער »

איך שטיי אויף אזוי 11:00, איך געב זיך א וואש נעגל וואסער, איך גיי ארויס פון בעט, איך מאך א קאווע, אין בית מעדרש וועט שוין שטייצעך נישט זיין.

איך קום אן, פאנגט זיך אן די פארקינג, פונקט יעצט טרעף איך נישט קיין פארקינג, יעדער איז געקומען דאווענען יעצט, געלעגער מיט זאלצי האבן אפגעמאכט אז מ׳גייט שרייבן ארטיקלעך אויף די צוועלעווער מנין און די גאנצע עולם האט זיך אנגערוקט יעצט.

איך יאג זיך מ׳דארף נאך כאפן חצות, ענדליך טרעף איך א פארקינג א בלאק אראפ, שטייצעך ביי א נאו פארקינג סיין, שוין העמיר האבן נאך א ארטיקל אויף די טיקעט וואס איך גיי זיכער כאפן, בלומבערג׳ס חברה העלן זיכער אנקומען, איך יאג זיך אבער איך דארף כאפן די צוועלעווער מנין איך דארף דאך האבן א ארטיקל, שוין העט עס זיין הוצאות שבת וי... סארי הוצאות ארטיקל.

איך פראל אויף די טיר פון בית מדרש און אויטש! ר' יצחק א זיביציג יעריגע איד שטייט די אנדערער זייט און נעמט זיך מאכן קולות: אינגערמאן ווי מיינסטו ביסטו? אביסל דרך ארץ מ'קומט נישט אריין אזוי אין בית מדרש! שטיי אויף אביסל פריער, ביי אונז אינדערהיים אין מארמאראש איז נישט געווען אזאנס א אינגערמאן זאל קומען אזוי שפעט דאווענען, נאך 9:00 איז נישט געווען קיין מנינים מער, ער וואלט נישט גענדיגט ווען נישט איך זאג אים אז איך יאג זיך איך דארף אניאגן די צוועלעווער מנין איך דארף דאך האבן אן ארטיקל.

באמת שטיי איך אויף יעדן טאג סאך פריער היינט איז עפעס אנדערש עס איז געווען נעכטן א קומזיץ און יעצט אן ארטיקל, איך לויף צום מקווה איך טרעף נישט מיין מקווה קארטל, איך פאנג אן ארויס צו שלעפן אלע זאכן פון מיינט טאשן, איך דארף דאך צוויי דאלער, און גארנישט אלעס נעמט זיך פליען, טישאס, צעטלעך, פארשטייט זיך אליינס אלעס איז וויכטיגע צעטלעך למשל די גראסערי ביל מיט די טיי אוווענט צעטיל וואס מיין חבר האט מיר געגבען פרייטיג און מיר אנגעזאגט אז איך מוז קומען פאר אים, וואס הייסט, ער מאכט דאך א טיי אווענט.

ענדליך טרעף איך שוין א פינעווער, וואס טוט מען דא? די מאשין געט דאך נישט קיין טשענדז, איך פאנג אן ארום צו לויפן די בית מדרש אויף צי צ'האקן די פינעווער, טרעף איך אן א בחורל וואס גייט נאך געלט פאר די עזר חתנים פון סאטמער בעט איך אים ער זאל מיר עס אויף האקן, איך האב אים נעבעך געמוזט געבן א דאלער, וואס הייסט? ער האט מיר עס אויף געהאקט?!

איך גיי אריין אין מקווה... איך העל נישט מאריך זיין דא איך דארף דאך שרייבן אן ארטיקל אויף די צוועלעווער מנין נישט אויף די מקווה מיט די אויפשטיין... איך קום שוין ענדליך אריין צום מנין בשעה טובה ומצלחת, איך נעם זיך זיכן א סידור, וואס ווען ווי? די מנין איז געפאקט, געשטאפט, יעדער שטייט מיט די סידור און די הענט און מ'פיקט ארויס, יעדער דארף אן ארטיקל היינט, ענדליך טרעף איך א צופליקטע סידור, פסוקי דזמרה  פעלט אוקיי... דאס איז דאך גוט העמיר ארום שפאצירן און ארום קוקן וואס קען שוין אלץ געשען און די צוועלעווער מנין אז זאלצי וויל אזוי שטארק מאכן א ארטיקל דערויף, איך שפאציר אזוי ארויף און אראפ יענקל שרייט נו.. נו.. חצות שנעלער, די בעל תפילה ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אים היינט, יעדן טאג דאווענט ער ראויג מיט זיינע פאר פאקראצטע חברה קיינער יאגט נישט וואס איז געשען דא היינט?, יענקל געט נישט אויף ער יאגט זיך דאך צום דזאב, ער דאווענט דאך דא נאר פאר אן ארטיקל.

דער חזן ענדיגט און זרח נעמט זיך אינטער ברומען ברוך..... אתה..... נו פאנג שוין אן הויכע שמנה עשרה, עס פאנגט זיך אן א טאנעריי וואס הייסט עס איז נאר דא זעקס מענטשן מ'קען נאך נישט אנפאנגן, יענקל ווייסט נישט פון קיין מעשיות ער שארט זיך צו צום ספרים שאנק ער נעמט ארויס א ריזיגע שולחן ערוך ער נעמט זיך זיכן די הלכה, ער שרייט מ'מעג!!! חצות! נו... פלוצלינג ווערט מיר יעדער דארט א מורא הוראה, ווי וואס ווען ווערט שוין מנין מ'פאנגט אן שמנה עשרה, אונז האמיר אין די מנין אויך אידן וואס מאכן זיכער אז מ'רעדט נישט אינמיטן שמונה עשרה.

נאכן דאווענען שארט זיך צו א ארץ ישראלדיגע איד מיט א שניי ווייסע בארד און קלאפט אויס אויפן בלעמער: ברשות דעם רבין שליט"א און די רב שליט"א די גבאי ראש הקהל ..... ער איז מסביר עפעס א הכנסת אורחים אין ירושלים וואס ברעכט ממש אינטער מ'דארף נאר די הילף פון די חוץ לארץ'דיגע אידן, הקיצור נאכדעם פאנגט ער אן ארום צו גיין נאך געלט איך געב אים שטייצעך א שיינע נתינה, וואס הייסט שטיצן ארץ ישראל'דיגע אידן איז נישט קיין קלייניקייט, די גבאי פון בית מדרש קומט אריין און גייט ארום מיט די פישקע ער שלעפט זיך נעבעך ארום מיט א ריזיגע פושקע, עס מיז דאך זיין איינגעטיילט די קוואדערס, דיימס, ניקעלס, פעניס, דאלער בילס, פלוצלינג געט זיך עס אזא דריי איבער איך האב ממש רחמנות געהאט אויף אים, אלע געלט וואס ער האט צוזאם געקליבן היינט ביי שחרית רוילט זיך ארום און די שטיבל עס איז געווען א שרעקליכע סצענע, שטייצעך אידן רחמנים בני רחמנים העלפן שוין ארויס.

שוין העמיר ענדיגן דא און העמיר לאזן ס'איבריגע....‬

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

ארטיקל # 4

תגובה דורך געלעגער »

ווען איך האב צום ערשט געזעהן די פארשלאג פון הרב געלעגער שליט"א האט עס אין מיר ערוועקט געמישטע געפילען. פון איין זייט האב איך געשפירט שפאנונג און אנגעצויגענקייט צוליב דעם אויפפאדערונג (‪adrenalin‬ בלע"ז – אפשר וועט לכתחילה אריבער מאריך זיין דערין...). עס איז דאך גאנץ אנדערש פון געווענליך ווען איך שרייב אליין א מאמר און איך האף און ווארט (צו-מאל אומזיסט...) דער עולם זאל רעגירען מיט שיינע תגובות פון ייש"כ אדער אנדערע הוספות.‬‬

‫‫דאס מאל אי'דאך גאנץ א צווייטע מציאות. אצינד וועל איך מיך מוזען פארמעסטען מיט א גאנצע באנדע שרייבער פון אייוועלט, און נישט סתם שרייבער נאר די סאמע בעסטע. מ'שטיינס געזאגט בעסטע... עדיות שבעדיות, פון די געלונגעסטע יודישע שרייבער בדורינו. אלזא פארשטייט איהר שוין גאנץ גוט פארוואס מיין הארץ האט געקלאפט ווי א דרייווער וואס זעהט בליטשקענדע בלויע לעקטער הינטער איהם...‬‬

‫‫מצד שני האב איך אויך געשפירט עטוואס א ציפ פון קנאה... ליידער, ליידער, אני הקטן הרוצה בעילום שמי וואס האט זיך שוין איינגערעדט אז ער איז דער גרעסטע פארגינער, א געהעריגע וראך ושמח בלבו'ניק, מוז צום באדויערען מודה זיין אז איך האב נאך נישט גענצליך באזיגט מיין יצר פון קנאה...

[וואס איז געוועהן די קנאה? עס איז נישט וויכטיג אבער אז איהר פרעגט שוין וועל איך זאגען: ווייל מען האט געגעבן פאר ר' זאלץוואסער דעם אויפגאבע פון באשטימען א טעמע. למען האמת מוז איך מגלה דעת זיין דאס בעצם האב איך נישט געמיינט מיר אליין, נאר איך האב מיך אנגענומען פאר די אנדערע שרייבער. הלמאי עס דרייען זיך דא אזעלכע לייבען גייט מען פונקט בעטען זאלץוואסער? וואס איז שוין זיין גדולה?‬‬

‫‫איך מיין נישט חלילה צו בארעדען זאלץוואסער ווייל איך האלט גראדע פון איהם, אבער למעשה איז ער דאך נישט דער גרעסטע דא. מען האט געדארפט מאכען אן אנקעטע וועלכע שרייבער זאל האבען דער רעכט אויס צו וועלן א טעמע, און געבן לכה"פ צעהן אפציעס.

דר'אמת איז דאס אפילו אויב מיין נאמען וואלט נישט געוועהן אויפען רשימה וואלט עס מיר אויך נישט געשטערט, ווייל ווי נישט ווי האלט איך מיר נישט פאר דער בעסטע שרייבער, אבער עכ"פ נישט סתם אנכאפען איין רעלאטיוו-נייע שרייבער אז יעדער מוז אננעמען זיין דעה. עס איז דאך נישט מער ווי יושר אז מען זאל לאזען יעדער האבען א דעה ווער עס זאל קענען באשטימען די טעמע.‬‬

‫‫איך וויל נאכאמאל באטאנען אז איך מיין איבערהויפט נישט מיין אייגענעם כבוד, ווייל באמת מי אנכי? דאס איז נישט קיין פאלשע ענוה ווייל לב יודע מרת נפשו, און איך ווייס גאנץ גוט וואו איך האלט. איך זאג קלאר אז איך מיין דייקא נאר זיך אנצונעמען פאר אלע אנדערע וואס שעמען זיך צו הייבען זייערע שטימע. איך וויל עס זאל זיין דא גערעכטיגקייט, און אלעס זאל זיך פירען מיט דעמאקראטיע. נישט אז איין מנהל אדער אחראי זאל קענען ארויסשטעלען זיין חבר אלץ יושב ראש, אהנע צו-לאזען זאגאר איין אנדערע קאנדידאט. עכ"פ אני את נפשי הצלתי, איך האב מיר אפגעזאגט מיינס, און איך האף אז לעתיד וועט מען געבן פאר יעדן די רעכט צו שטימען.‬‬

‫‫און דער עיקר מען זאל געדענקען אז לא לכבודי אני דורש ולא לכבוד בית אבא נאר כדי דער גאנצע יודישע וועלט זאל זיך הייבען און זיין א געשמאקע פלאץ. וקצרתי במקום שאמרו להאריך, ודי בזה ואכמ"ל ודי. בתקוה לתקנה.]

‫‫אלענפאלס, אז מען האט באשטימט דער טעמע אלץ חצות מנין שחרית בין איך בעצם געשטאנען ביי א גרויס פארלעגנהייט – וואס קען איך דען שרייבען וואס א צווייטער גייט נישט שרייבען (און האט נאך נישט געשריבען)? קלערנדיג אזוי האב איך מיר דערמאנט אין א מעשה פון א רב וואס איז געוועהן צו גאסט אמאל שב"ק אין א שוהל, און מען האט איהם מכבד געוועהן מיט שלש סעודות תורה ממש פון איין מינוט צום צווייטען.‬‬

‫‫דער רב האט זיך דאך נישט געהאט פארגעגרייט, האט ער געזאגט, "רבותי, א גוטע דרשה ענטהאלט דריי אייגענשאפטען:‬‬

‫‫

1) עס מוז זיין א חידוש.

2) עס ברויך זיין אויפען סדרה.

3) עס דארף זיין אמת.

‫‫שמעו נא רבותי, איך וועל זאגען איין זאץ און דערמיט יוצא זיין אלע דריי: איך ווייס נישט וועלכע סדרה עס גייט די וואך!‬‬

‫‫עס איז אויפען סדרה, א חידוש אז א רב ווייסט דאס נישט (בימים ההם), און עס איז ליידער אמת אויך..."

‫‫מיט די מעשה האב איך מיר אליין גענומען א הדרכה וואס צו שרייבען. איך וועל אויך בלויז שרייבען איין זאץ וואס איז סיי א חידוש (איך האף), סיי אויפען סדרה און סיי (ליידער) אמת (און עס רעדט אויך פונעם טעמע הנבחר):

‬היינט, יום א' וארא, בין איך אויפגעשטאנען אזוי שפעט אז איך האב פארפאסט דער חצות מנין!!!‪‬‬‬
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

ארטיקל # 5

תגובה דורך געלעגער »

ביינ'ונז אין שולעכל איז נאר דא צוויי מנינים, איינס איז דער תרח'ס מנין וואס דאוונט 6 אזייגער, נישט קיין חילוק צי עס איז טאג אדער נאכט. ס'צווייטע איז די מתינות מנין וואס נעמט א שעה אנדערהאלבן נישט קיין חילוק צי מ'זאגט תן טל ומטר צי מ'זאגט לברכה אויך... עס נעמט אלס א שעה א האלב.

טא וואס רעד איך פון חצות מנין אז ס'איז נישטא?‬‬ אלזא לאמיר קלאר שטעלן וואס איך מיין. עס דאווענען דא אסאך אידן אבער עס איז נישט קיין מנין! איינער דאוונט פון ברכות ביז הודו און לויפט ארויס הכנות, דער צווייטער האלט אינמיטן גיין נאך געלט ער קומט נאר אריין עדות זאגן ביי די קדישים.

נעבן מיר זיצן צוויי אידן אויפן זעלבן מקום קבוע יעדן טאג! כדי צו פארשטיין איז וויכטיג צו געדענקען אז דאס האלט שוין אן יארן לאנג וואס בערל מיט שמערל קומען דאווענען אין דעם חצות מנין און שלאגן זיך אויפן מקום קבוע. ווייסעך ווייטער נישט צו מ'קען זיי רעכענען צום מנין אלס למה סאקע רייעכא.

‫‫אונז האמיר אויך א שיינע פאר בנש"ק'לעך וואס פון הודו ביז קוש זענען זיי מעיין אין גליונות אדער פיקטשער'ס פון די וואך צו זעהן ווער עס האט זיי בעסער געקאווערט... קען מען זיי מצרף זיין? גיי ווייס.

‫‫אזוי באשטייען אונזערע מנינים פון אלע מיני מיטכאפער'ס, מילא האמיר נישט קיין געהעריגן מנין.

אינטערסאנט ביי אונזער חצות מנין איז יענקל הלוי. ער קומט אלס און האלט מיט שוין געדאוונטערהייט. ס'הייסט ער דאוונט פרי אבער ער האט עפעס א תאוה צו זעהן ווי אנדערע מוטשען זיך מיט די צייט. האט ער יעדן טאג א סיבה וואס דארט צו זיין און שאקלען מיטן קאפ אויף ניין פאר גרויס דיסאפראוועל פון דעם מנין. ‫‫אמאל לייגט ער דעמאלס ר"ת, און אמאל שימושא רבא. און אז נישט דארף ער פונקט מעביר זיין די סדרה, און איינוועגס רודפ'ט ער די מענטשהייט איבער חצות. נו! שוין באלד חצות! נאך פינעף מינוט! וואסי מיטענק? אא"וו.

דאס ערגסטע אינאך ווען ער נעמט זיך רודפ'ן ווען חצות איז שוין לאנג פארביי, א שטייגער ווי דער וואס איז געווען דארשטיג אויפן וועג און געהאלטן אין איין קרעכצן אז ער איז דארשטיג און ווען מ'האט אים שוין געגעין וואסער האט ער נישט אויפגעהערט באקלאגן ווי דארשטיג ער איז געווען.

נאך א אינטערסאנטע זאך שפילט זיך דארט אפ: יעדעס מאל האט דער מנין דריי בעלי תפלות! עס איז אזוי במחשבה תחילה. מ'טרעפט נישט קיין בעל תפלה און איינער זאגט אויב די גייסט צו צו פסוקי דזמרה נעם איך דיר איבער ביי ברכו און אזוי ביי שמו"ע. געוויינליך ביי שמו"ע גייט צו איימיצער וואס האלט נאך ביי די שטילע און ער דאוונט די הויכע. אזוי ארום שטייט ער אלקי נצור פאר א וויילע בעפאר תחנון.

אז מ'רעדט שוין פון תחנון איז ביי דעם מנין לגמרי נישטא אזא זאך! דארט ווערן אלע לומדים, און מיטן גראבן פינגער איז מען מורה היתר אז דער מנין איז דאך עניוועי כמאן דליכא מילא וואס דארף מען זאגן תחנון ודי.

בקיצור אונזער חצות מנין איז איינס אין די וועלט און איך האב נישט נערוון ווייטער צו שרייבן.

ביי ביי‬‬.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

ארטיקל # 6

תגובה דורך געלעגער »

א פארמעסט! יויש ס'ז עקסייטינג. גיימער אלע קענען וואוטען... (בד"וו בתר גברא אזלינן אדער שמא קא גרים?)

פיין. פארדעם בינעך דא. כאמעך צוגעגרייט צוויי אנגעשפיצטע בלייען, א מעקער, א קאווע, אויסגעלאשן דער סעלפאון, אויס 'געפלאגד' דער הויז פאון, ארויסגענומן א העפט פון שאפע, געעפענט צום צווייטן בלאט און געשריבן דער טיטל:

דער חצות מנין !

ניין, ס'נישט גוט. וואס פעלט אויס צו שרייבן 'דער'? גענוג סזאל שטיין חצות מנין! און דעטס איט. צוויי מאל אונטערגעשטראכן און יעצט קעמער זיך נעמען צום ארבעט...

נאו, ס'נאך אלץ נישט גוט. דער '!' קומט נישט אריין. ס'ז טאטעלי איבעריג. אפגעריסן דעם בלאט, איבערגעשריבן חצות מנין , צוויי מאל אונטערגעשטראכן און יאלא, געגאנגן...

איימינוט... צוויי מאל? ס'האט א פשט? וואסי שלעכט מיט איין אונטערשטראך? און אמערעט שוין, ס'הייסט אויף יודיש אן אונטערשטראך אדער סתם א שטראך? עניוועי כ'פארקריך דאך, לאמיר איינמאל פאר אלעמאל אנהייבן דעם ארטיקל מיין חצות מנין , איינמאל אונטערגעשטראכן און דעטס איט...

אוי א בראך, כ'בין געווען אזוי פחז כמים'דיג אז כ'האב בטעות געשריבן 'מיין' חצות מנין. יעצט גיין זיך אנפאנגן די תגובות...מיינס, דיינס, ס'נישט ממש מיינס, ס'איז ממש דיינס, יו געט דע פוינט, יו געט דע בילד... יו געט דע פוינט!

פארפאלן, כ'על מוזן נאכאמאל פראבירן. באט דער מאל איזעס טאקע די לעצטע מאל. איי דאונט קער וויאזוי ס'קומט אויס, כ'מאך נישט איבער...

א נייע בלאט. נאכאמאל אויסגעשפיצט די בלייען. א פרישע קאווע (דער אנדערע איז שוין געווארן קאלט). אנגעצונדן די סעלפאון צו טשעקן אויב ס'דא עפעס וויכטיגע מעסעדזשעס (וואס מיינט עטס?) און נאכאמאל אויסגעלאשן. זיך געמאכט באקוועם אויפן בענקל, צוויי מאל געהיסט, און געשריבן חצות מנין מין איין אונטערשטראך.

אלזא חצות מנין, הע? וואס קעמען דען זאגן וואס אנדערע האבן נאכנישט געזאגט? בכלל מנינים און מקואות אידעך עפעס א ארטיקל פאר נייגעקומענע, און כ'מיין כ'קען זאגן גר ותושב אנכי עמכם. כ'בינישט אזוי לאנג דאהי אבער כ'בין דאך נישט קיין נובי בלעז (עט ליסט נישט מיט דעם ניק...).

אויך האבעך מורא אז וואס איך קען, קען יענער, און וואס יענער קענישט, קען איך אויך נישט, בלייבט דאך נאר וואס יענער... יו געט דע פוינט... סאו וואו איז דער מקום הניחו להתגדר? אבער וואזשע קעמען אז זאלץוואסער יר"ה האט אזוי באשלאסן, עמער מוזן עפעס ארויסקוועטשן.

הכלל, וועגן די יודן וואס דאווענן דארט אידעך נישט טרעסאנט צו רעדן ווייל ס'עט שוין עניוועיס ווערן באשריבן. איבער דעם הלוך ילך האבעך אויך נישט וואס מוסיף צו זיין. וויזוי א יום הקריאה זעט אויס ווייסט שוין יעדער... סאו וואס יא?

איין קליינע עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט היינט (כ'בין ספעשעלי געגאנגן זען וואס צו שרייבן) עמער דא אראפלייגן:

דער 'חצות מנין' האט זיך קוים נישט מיר נישט דיר דורכגעשטופט בעפאר חצות (עכ"פ זיי האבן אנגעפאנגן ברכת יוצר אור בעפאר איין מינוט נאך חצות), סאו היינט באקומן זיי נאך א 'טשעק' אין דע באקסל.

אויסער איין יוד, עמער עים רופן ר' חיים (ווייל אזוי הייסטער), איז אנעכטע חסיד'ישע יוד מיט אלע פיטשיווקעס, וואס ווייסט נישט פון קיין חכמות צו זאגן. פיר מינוט איידער חצות איז ער הערשט געלאפן אין מקוה (דער מקוה קארטל ארבעט נישט נאך צוועלפע, און די חכמות פון 'א האלבע שעה נאך חצות' גילטן נישט דארט...). ווי אנעמתע פארצייטישע כניאק וואס עקלט זיך נישט פון די מקוה וואסערן האט ער זיך גוט אויסגעווייקט ווי ס'פאסט פאר א חסיד'ישע הכנה לתפלה (פארגעסטס נישט אז מקוה במקום שויער...), און בערך צוואנציג מינוט נאך חצות האט ער זיך ארויסגערוקט...

ראשית כל האטער נאך געמאכט די פאות (נישט חלילה געקרייזעלט כמנהג מאדערנע, נאר גוט צושלאכעט למען דעת אז ער איז טאקע אן כניאק), געטרונקן נאך א קאווע זשאסט אין קעיס ער האט נישט מכוון געווען אלע כוונות אין מקוה, ביז ענדליך פערציג מינוט נאך חצות האטער אנגעהויבן אדון עולם מיט אזא נעימות אזש מ'האט געקענט אויסגיין.

צו הודו איז ער ארומגעלאפן אין גאנצן בנין, אריינגעשלעפט מענטשן פון פאליש, מקוה, גאס און וואו נישט צו קענען זאגן קדיש... ברוך שאמר האטער געזאגט הויעך מיטן זידיטשובער נוסח. פותח את ידיך האטער זעקס מאל איבערגעזאגט ביזער איז געווען שור אזער האט מכוון געווען. צו ברכו איז ער ווידער ארומגעלאפן אריינשלעפן מענטשן פון פאליש, מקוה... יו געט דע פיקטשער.

כ'על נישט באלעמוטשען מיט זיין גאנצע דאווענען, נאר שפרונגן גלייך צום פאנטשליין ווען ר' חיים האט שוין געהאלטן ביי אשרי ובא לציון. יעצט האט ער שוין אביסל צייט און מנוחה, און ער קען זיך צושארן צו א קופקע מיטהאלטן די פאליטיק, ווען בשעת מעשה ליינט ער די וויכטיגע מעסעדזשעס אויפן בלעקבערי (מיטן ר"ת תפיליו שטייצעך – נאר וואדען...).

אדהכי ואדהכי האט זיך אנגעפאנגן דער האלב צווייער מנין מנחה. זיי ווילן שוין אנהייבן אשרי באט זיי זען ס'פעלט איין מענטש צום מנין. איינער פון די מתפללים האט געטרייד זיין לאק (בלע"ז) און געט א פרעג פאר ר' חיים'ן, "ווילסט אפשר מיט דאווענען מיט אונז?"

מורי רבותי, אלמלי געלעגער פאררופט דעם פארמעסט נאר כדי איך זאל זוכה זיין צו זען וואס מיינט אן אמת'ע ירא חטא, דיינו. ר' חיים איז אויפגעשפרונגן מיט אזא פחד ואימה אזש כ'על עס נישט פארגעסן עד יום מותו. מיט ציטערדיגע הענט און פיס ודומה כמי שכפאו שד האט ער אויסגעשריגן בקולי קולות, " וואס?!  וואאאס?! איך זאל דאווענען מנחה גדולה???!!! "
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

ארטיקל # 7

תגובה דורך געלעגער »

יראתי בקלאפטי ארטיקלי להתחיל, ווער נאך ווי מיר ווייסט מך ערכי, אבער אשא עיני אל ההרים אל תקרא ההרים אלא השרייבערס, איך גיי נישט מזכיר נשמות זיין די אלע אלט-קרעטשמע ניקלעך די גדולי הראשונים און ב"ה אכשר דרא און כהיום יום האבען מיר זיך נישט וואס צו שעמען מיט אונזערע אחרונים און אפילו אחרוני אחרונים, וואס פון זיי קען מען זיך לערנען א פרק בכתיבה כדבעית למהוי.

סהדי במרמים אז דער טעמע איז מיר נישט געווען אזוי צום הארצען, איך האב דאך פוטער אויף די נאז (כ'קען ווען בעצם זאגען אויף די גאנצע קאפ צו אפילו די גאנצע גוף יו געט די פוינט) ווען מען רעדט פון די צוועלף אזייגער מנין, אבער אויב אזוי גזר געלעגער יתברך אענה לו בקיבארדי.

בעצם איז עס פון איין זייט א פארווייטאגטע טעמע אויף די פאר'תכלעטע שעות פונעם פרימארגען, אבער מצד שני אין שמחה כשמחת כאפען חצות ביים נאז און דערנאך א גלעזל משקה משיירי הצעהן אזייגער מנין ווען די יעקעס קומען שוין צוגיין אויף מנחה.

יעצט, אזוי ווי איך האב שוין זוכה געווען צו דאווענען מיט אט דעם פלאות'דיגע מנין ברחבי תבל מבארא פארק עד בני ברק, און יעדע פלאץ האט זיך זיין באזונדערע חן, איז מיר שווער צו פיקען א פעווערעט, אבער דאך תדיר ושאינו תדיר אידאך תדיר קודם, עלעך געבען דאס כבוד פאר מיין סעמי קביעות'דיגע ביהמ"ד.

גענוג א לאנגע הקדמה? פיין איך קום אט שוין צו צום פוינט.

די פלאץ: שחרית בביהמ"ד פ. בעיר ל. בתקופת החורף בשעה 11:30 ותקופת הקיץ בשעה 12:30.

די קערעקטערס: 

הרב חיים איז די מנין רב, עט עטץ דאך פרעגען וואס אידאס אזאנס א מנין רב? עלעך אייך ערקלערן, לעולם וואלט ער געוואלט האבען א ביהמ"ד און די פול ווארקס אבער וואס זאל ער טוהן אז לא נתמזל מזליה באגענוגט ער זיך מיט די רבנות פון אונזער מנין'דל.

ר' גרשון דער שמש און אלס פארזארגער. (וי"א זארגער)

ר' נח איז א סקווערער אינגערמאן וואס הייבט בעצם אן צו דאווענען מיטען 9 אזייער מנין, אבער סאם האו ביז ער טוהט אן די תפילין האלט מען שון ביי מנין דנן.

ר' שלום, א ליבאוויטשער עובד וואס איז מקפיד צו לערנען א שעה תניא פארען דאווענען און חת"ת מיט א שלינג משקה דערנאך.

ר' אהרן איז דער גבאי הביהמ"ד וואס פירט א ענדלאזע קריג מיט אט די פעניאקעס.

ר' יאנקל איז א זיידענע ש"ר אינגערמאנשיק וואס זוכט נעבעך יעדען טאג וועם ער קען א פראסק געבען מיט זיין ארבע קאנטשיק, אבער אזוי ווי דער עולם קען עם שוין מוז ער נעבעך ווארטען ביז די מאחרים לבוא יאגען זיך אריין און זיי צאלט ער שוין בכפלים, כמעט נישט דא ווער עס איז נישט זוכה צו פילען זיין התלהבות דקדושה.

ר' ישכר איז אזא איפכא מסתברא'ניק, דאס הייסט אז ביי זיין רבי'ס ביהמ"ד הייסט ער נישט א חסיד איי איי יי, אבער דא אין פ. ווערט ער איבערגעפארעמט צו א פלאם פייערדיגע חסיד וואס קאכט און זידט לכבוד זיין רבי.

ר' יוסף א פארצייטעשע צייט שלעפער וואס האט זיך נאך געדרייט ביים רבין זי"ע און האלט זיינע זמנים בערך, ער איז שטענדיג א בעלן צו פארציילען פאר די 'היינטיגע יונגעלייט' א פארצייטיש סיפור אדער מימרא.

ר' ברוך איז א וועלטס סוחר ד.ה. אז חוץ פון לעבן אויפען פעטערס (בצירוף זיין עזר'טעס) חשבון האט ער נאך נישט פארדינט קיין רויטען גרייצער, אבער רעיונות ווי צו פירן די וועלטס געשעפטן האט ער גענוג און נאך.

ר' יאיר איז דער פאליטיקאנט פונעם קרעמל, נישטא קיין פאליטישע פארמעסט אויף אונזער וועלטל וואס ער 'קאווערט' נישט, גראדע צולאך איך מיר צומאל ווי ער זאגט אזוי נאך גאנצע שטיקער פונעם זימבאבווא (גוט געספעלט?) פרעזידענטליכע פארמעסט ווען ניטאמאל זיין נאמען קען ער ארויסזאגען, אבער פארוואס זאל איך קאליע מאכען זיינע חלומות.

ר' שמואל איז דער בעל מחשבה פונעם גרופע, ער דאווענט נישט סתם אזוי אפ און פטור אן עסק, ער דאווענט כמונה מעות בשעת זיינע מחשבות פליען ארום אן די העכערע ספערן, עם קענט איר נאך טרעפן מיט די טו"ת ווען די דריטע מנין מנחה זוכט א צענטער.

ר' ליבל איז באמת א סוחר וואס פאלט אריין צו אונז אינעם מנין סטרעיט פראם די עירפארט און האט א באזונדערע הנאה ווען מען פרעגט עם נאכען גומל בענטשען פון ווי ער קומט אטע איצט.

ר' הערשל איז דער פרומער וואס שרייט אייביג ברוך שאמר אויף די העכסטע טאן ווען דער עולם האלט ביי שמו"ע, זעהט אויס ער האט הנאה צו הערן די ששששש שששש וואס דאס איז נאטורליך גורם.

ר' גבריאל איז אביסעל בארירט דארטען אויבען, ד.ה. ער אליינס האלט נישט אז עפעס איז ראנג מיט עם, אבער מער מאל ווי נישט וועט איר זעהן ווי נאך א שמועס/שרייעריי מיט עם מאכן מענטשן מיט זייערע פינגער דעם אוניוועראלע תנועה ביים קאפ.

ר' זרח איז נעבעך דער נעבעך וועם מען קען א געוואלדיגע טובה טוהן פשוט עם צו געבען א ליסענינג אויער.

ר' סוקי אז א רוסישער בעל תשובה וואס זעט אויס אז צופיל עברי האט מען עם נישט אויסגעלערנט, דאווענט ער יעדען טאג מדעקל לדעקל.

ר' פנחס איז פון בריסקער טייג געקנויטען, דערצו האט ער פארשידענע חזו"א שטריכען אין זיך, ממילא יוצא צו זיין כל הדיעות והשיטות זאגט ער איבער יעדעס ווארט 4 מאל. (אפשר קעקעקעקעקצט ער פשוט)

ר' גאבי איז דער קופקע פירער, דער פאסטען פון קופקע פירערשאפט איז דאך יוניק צו די פאלק וואס זאגט יעדען צופרי שלא עשני גוי, און אונזער ר' גאבי נוצט עס אויס ביז צום מאקסימום.

ר' יחצל כשמו קיין הוא ער איז דער משמח אלוקים ואדם, אמאל איז עס אייגענס און רוב מאל איז עס געמאלענע ווערטלעך.

דשאני איז דער ערל וואס רייניגט, מיט עם איז אזוי, אויב האט זיין פעווערעט טיעם געוואנען דעם פארמעסט, עט ער דיר לאזען זיך אריינכאפען אינעם מקוה ווען עס איז שוין אופיציעל פארמאכט, אבער אויב זיין טיעם איז ארויס ידם על התחתונה זאל דער פון אויבן דיר אפהיטען וואס פארא שמיציג מול דער קען עפענען.

יעצט רבותי האט איר א שטיקעל בליק אויף (א חלק פון) די קערעטערס אין מיין מנין, אי"ה נעקסטע ניטל וועלן מיר אי"ה ממשיך זיין אראפצולייגן א טיפיקל טאג.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

ארטיקל # 8

תגובה דורך געלעגער »

ווען געלעגער האט זיך מיט מיר פארבינדן צו שרייבן אן ארטיקל איבער דעם חצות מנין פון שחרית, האב איך אים גלייך געזאגט אז ס'מאכט נישט קיין סענדז (סטריט), ווייל מיט וואס איז דען אנדערש די צוועלווער מנין פון דעם אכטער מנין?‬

‫אלס אן הקדמה איז וויכטיג צו וויסן, אז איך האב די זכי' זיך צו ציילן צווישן די שטענדיגע מתפללים פונעם חצות היום מנין, און איך זעה נישט מיט וואס דאס איז אנדערש פון סיי וועלכע אנדערע מנין.‬

‫קודם זאלסטו וויסן מיין טייערע געלעגער (יא די ניק), אז מיין טייערע געלעגער (נישט די ניק) איז אסאך שולדיג אין דעם וואס איך בין א מעמבער קבוע אינעם חצות מנין. ווייסט דאך, ווילאנג מ'זעהט זיך ארויס פון געלעגער נעמט אפאר שעה, און זעלבסטפארשטענדליך אז די אנדערע מנינים האלטן נישט ביים ווארטן אויף מיר, ממילא קומט אויס אויטאמאטיש אז איך מוז דאווענען מיט'ן צוועלעווער מנין.‬

‫אבער ווען דו וואלטסט אמאל געדאווענט מיט מיין מנין, וואלטסטו געזען אז ס'איז גארנישט פאני דערמיט און ס'איז בכלל נישט ווערד צו מאכן אן ארטיקל דערפון.

די מנין הייבט זיך אן געהעריג ביי ברוך שאמר און ענדיגט זיך געהעריג ביי ובא לציון, אזוי ווי די אנדערע מנינים. ס'איז טאקע דא מענטשן וואס זענען ממהרים לצאת ומאחרים לבוא, אבער דאס איז נישט דער רוב פונעם מנין.‬

‫די אידן וואס דאווענען מיט'ן חצות מנין, קומען אן געהעריג מיט נאסע פיאות אזוי ווי די אידן אין אנדערע מנינים, און שמעקן פון די זעלבע דאוו זייף ווי די אידן פון אנדערע מנינים. אפשר זענען זיי אביסל פרישער, אפשר אביסל מער אויסגעשלאפן, אבער ביסודם זענען זיי די זעלבע סארט אידן.‬

‫די טעמעס וואס ווערן אויסגעשמועסט ביז ברוך שאמר, זענען אויך די זעלבע ווי ביי אנדערע מנינים. ביים חצות מנין רעדט מען געהעריג פון ראמני/אבאמא, פיסקעל קליפה (נישט פארמישן מיט די קעי-די-סי וואס האט נישט קיין קליפות), אבאמא קעיר, שידוכים צענטער, ראשי תיבות אויף 2013, ריווערדעיל'ס חתונה, די פרייזן פון מילך, דאפלטע ניקס, און ועל כולם אז "לעיזער האט געמופט".

אפשר ביי די קאווע איז דא א שטיקל חילוק, ווייל די אידן פונעם אכטער מנין טרינקען א קאווע שטייענדיג אין פינף מינוט, משא"כ די חצות אידן טרינקען דעם קאווע במשך א שיעור כדי אכילת שני פרסים און טוען דאס געווענליך אנגעלאנטערהייט, אבער למעשה באשטייט די קאווע פון די זעלבע באשטאנדטיילן, די זעלבע לעפל צוקער, די זעלבע רויטע מילך (קרעדיט: מערשל הייזליש), ממילא איז דאס די זעלבע סארט קאווע.

וועגן דעם האלט איך אז ס'איז נישט קיין יושר צו מאכן חוזק פון די חצות דאווענערס כאילו זיי זענען פון אן אנדערן פאלק.‬

‫און נאך א קשיא האב איך צו די חוזק-מאכערס. ראש השנה ווען דו ענדיגסט דאווענען דריי אזייגער, דעמאלטס פארשטייסטו אז ס'איז פאסיג צו דאווענען מנחה גלייך נאכדעם, איא? דו ביזט אפילו מסביר פאר דיין שטוב אז ס'איז ממש ווי געגאסן אז מ'קען דאווענען אלע תפלות פון טאג אויפאמאל, כאילו ס'האט גארנישט מיט דיין פוילקייט צוריקצולויפן אין ביהמ"ד פאר נאך א "ובכן תן פחדך" שמו"ע.

איז ר' איד טייערער, פארוואס פארגינסטו מיר נישט אין א פשוט'ן מיטוואך צו דאווענען שחרית און תיכף דערנאך א מנחה גדולה כדבעי למהוי? וואס ארט דיך אז א איד וועט זיך נישט דארפן יאגן היינט צו מנחה?‬

‫איך פארשטיי, דו ביזט מסתמא פון די געציילטע געליטענע וואס האבן נאך א דזשאב און דארפן נעבעך זיך אויסיאגן די נשמה יעדן צופרי צו לויפן צו די ארבעט, אז דער בעה"ב דיינער מיט די הויזן-טראגער און די איינגעדרייטע בארד זאל דיר קענען קריכן אויף די געהירן. דיין ווייטאג איז פארשטענדליך, אבער דאס מיינט נישט אז דו האסט א רעכט חוזק צו מאכן פון די נארמאלע מענטשן וואס דאווענען ווי נארמאלע מענטשן ווען די זון שיינט בלי ספק אין הארץ פון וויליאמסבורג כחום היום, אדער ווי מר. פאוטאשאפ זאגט: "בחצות שארפ" (נישט פארמישן מיט "דזשי שארפ").‬

‫דו ווייסט אז ס'איז דא א גאנצע כולל וואס איז ספעציעל געווידמעט פאר אונז אידן וואס דאווענען ביי חצות? אויב האסטו נאכנישט געהערט פונעם "כולל חצות", פארפאסטו אסאך ישועות און מופתים!‬

‫ממילא וויל איך דיך בעטן באצייטנס: חזור בך! געדענק: העברת פי ה' היא לא תצלח! אדרבה, אנשטאט צו מאכן חוזק פון די ערליכע אידן וואס זענען מקיים דעם "איזהו עצל, כל מי שיש לו שחרית סמוך למנחתו", טרייב ענדערש קאטאוועס פון די זולל וסובא'ניקעס וואס דאווענען זיבן אזייגער כדי צו קענען אכט אזייגער שוין האלטן נאך א גלעזל משקה און א טשיז דעלקעלע!‬

‫יחי!‬

‫יעצט אנטשולדיגטס מיר; איך ברויך גיין כאפן א מערבית...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

ארטיקל # 9

תגובה דורך געלעגער »

הוי האב איך א שווערע ארבעט, כ'קעניש געהעריג ניצן מיין סטייל פון שרייבן, ווייל דעמאלטס וועטעך יעדער גראד כאפן, אז איך בין דער שרייבער פון דעם ארטיקל, אידעך שוין נישט אינטערעסאנט, אבער פון די אנדערע זייט, קען דאך עס ווערן אויס אריגינעל, עמער מוזן טראכטן עפעס אן עצה וואס צו טון.

סאו וואסי געבליבן די טאפיק? אה די חצות מנין! סאו לאמער זען וואסידא צו שרייבן דערוועגן.

איז אזוי, איך בין אמאל שוין זייער לאנג צוריק געווען א שטיקל תושב ביי די חצות מנין, און כאטש ס'פלעגט מיך באדערן ווען איך האב נישט געפילט פאר וויכטיג צו דאווענען פריער, אבער ס'האט מיך נישט אזוי געשטערט די רואיגקייט פון דעי וואס דער מנין איז ביי זיי א לכתחילה.

אבער צייטן האבן זיך געביטן, איך בין געווארן ביזי, און מיט די צייט אויך אנגעפאנגען פראבירן צו כאפן סוף זמן תפילה, אזוי אז ווען איך בין אמאל אריין געפאלן ביים חצות מנין, און כאב געקענט באטראכטן דעי מנין אלץ א דרויסענדיגער, איזעס מיר שוין געווארן קאמיש, די גאנצע מעשה.

און לאמער גיין צוביסלעך, פון וועלעכע מיני מענטשן דעי מנין איז אלץ צוזאמגעשטעלט, קודם עמער רעדן פון די אנוסים, ווי למשל אז מ'האט געהאט אן עמוירזשענסי שוין פון פארטאגס פארן זמן תפילה, און קוים ממש יעצט געענדיגט דערמיט, מ'לויפט מיט איין אימפעט, א חלק פון זיי גלייבן ניטאמאל אז זיי גייען נאך אפילו טרעפן מזומן אין בית מדרש, אמער זיי זענען קיינמאל ניש אין יענע צייט אין שול, איז פון וואו זאל זיי טאקע בייפאלן אז די שול אינאך אפילו אפן אזוי שפעט.

זיי קומען אריין, די אויגן עפענען זיך א-ווי א בחינה פון והאיש משתאה, אזוי אזויפיל מענטשן האבן געהאט היינט אן עמוירזשענסי? און יעדער פון זיי אין א צווייטע פלאץ? ווייל איך האב דאך קיינעם פון זיי ניש באמערקט דארט ווי איך בין.

דערנאך הייבט ער אן צו קוקן מי ומי ההולכים, וואס טוטצעך דא, באמערקט ער, אז האלב פון דעם עולם האלט שוין ביי תהלים, אבער אין פאקט הערן זיינע אנגעשפיצטע אויערן ווי דער בעל תפילה זאגט די ברכות מיט אזא התעוררות וואס קוים אין די ימים נוראים שפירטער אזאנס.

ער האט נישט צופיל צייט, ער הייבט אן ברכו נפשי, ער שעמט זיך עס צו זאגן הויעך, ווייל ער איז פשוט נישט צוגעוואוינט אז מ'קען עס זאגן געהעריג צוועלעוו אזייגער אויך.

דערנאך איז דא נאך א חלק אנוסים ביי דעם מנין, זיי זענען פארשלאפן נעבעך, ס'זאלזעך ניש מאכן, ס'זענען דא וואס זענען נאר היינט פארשלאפן, און ווי אויך זענען דא וואס פארשלאפן נעבעך יעדן טאג, גיי פרעג זיי, עסטו גראד זען, אז זיי ווילן יעדן טאג אויפשטיין צייטליך, אבער נאך אלעם עריז נענטער צו אונס ווי צו שוגג.

אבער פון וועם מיר וועלן מאכן די ארטיקל זענען דעי וואס זענען געהעריג אויף, און זיי קענען זיך פשוט נישט גלייבן אז דעי וואס דאווענען פריער מיינען עס ערענסט, זיי באגרייפן פשוט ניש די יאגעניש, מ'קומט אריין צום מנין, און ענדליך דער בעל תפילה שטרעקט אויס די קליינע פינגער פון די צווייטע הענט אדער פון די ערשטע הענט די צווייטע מאל, א-ווי צו זאגן, מ'האמער צען.

אבער ווי וואס ווען, יענער איז גוטמוטיג, מיך רעכן פאר א חלבנה, איך האב גענוג צייט, און אזער זאגט אז ער יאגטצעך ניש, זאלט איר אים גלייבן, ער שמייסט ארויף דעם טלית אויפן אקסעל, און נעמט באלד ארויס די בלעקבערי, און ער פארט אריין דערין א-ווי ער וואלט קיינמאל אפילו נישט געמאכט א סטאפ אינמיטן, גיי ווייס צו וואס ער דארף א טלית דערפאר.

דער בעל תפילה ווערט נערוועז, ערידעך אין יאר, און דרייצעך אויס, ער ציילט מענטשן, סיי די פון די פרישע מנין, און סיי די פון די אלטע מנין, און וויל אנפאנגען צו ראקן א קדיש אזאנס און אזעלעכס, אבער אופס, איינער פון די פריערדיגע מנין, האט ענדליך געענדיגט זיינע פינף קאפיטלעך תהלים, און פריער אידעך קיין מנין נישט געוועזן, סאו האקטער אריין, והכן פרנסתינו וכו' דער אפגעשמוסענער בעל תפילה ווערט נישט פארלוירן, ווען יענער איז פארטיג, איז היס קדיש אהן היס וועי, טאקע ניש די קדיש דרבנן, ער כאפט אריין א קדיש יתום, ער וועט שוין באלד זען צו דעיס זאל זיין א קרעדיט אויף א קדיש וואס ער האט פארפאסט, אדער זאלעס טאקע זיין פאר די תהלים וואס ער גייט באלד אפשר נישט זאגן, ס'ווענצעך אינעם מצב.

אזוי ווי ער ענדיגט מיטן קדיש יתום, נאך מיטן זעלבן אטעם, וכן שני כתובים וכו', יתגדל און די קדיש ראקט, און יאלא הודו מיט א ברען. און דאן הייבטצעך אן זיינע יסורים, ער מאלט די ווערטער א-ווי די מעל צום מצות באקן און הייבט אן ארום צו לויפן ווי א פארסאפעטער צו מאכן זיכער אז דער עולם איז מיט אים, אבער דאן הייבט זיך אן דער בראך, רוב עולם פון די פריערדיגע מנין אישוין נישטא, און פאר די נייע מנין, האטער 7, און 2 פון די לעצטע מיני וואס איך האב פריער דערמאנט, ס'הייסט אז ביידע מיט די טלית אויפן פלייצע, איינער מיט די בלעקבערי, און דעראנדערער מיט א וויכטיגע פאון קאול מיט זיין בלויע ציינדל אויפן אויער, און ווארפט מיט די הענט הסברים א-ווי דער אנדערער זאל ווען האבן א סקרין און זעט אלע זיינע מאוומענטס.

ער פראבירט זיי צו געבן אזא שאקל צו, אבער האט ער באקומען א קאלטן בליק אויף צוריק, א-ווי צו זאגן, ביסט פארדרייט, דו מיינסט טאקע אז איך האלט שוין ביים דאווענען? איך ווארט אויף די נעקסטע מנין. ער פראבירט נישט נאכאמאל, ער שטעלטצעך ביים עמוד און ער פארט ווייטער, און ער האפט אז סוף כל סוף, וועטער ביי שמונה עשרה יא האבן עפעס מער ווי יעצט.

אט מארשירט אריין א פריש יודל, ער קען זיך גוט אויס מיטן גאנצן ארום, מ'גייט מאכן א מנין, איי איינער גוסס'ט דא מיט א מנין, דעיס גייטעם נישט אן, מ'גייט דאווענען, מ'ענדיגט מאכן אלע פאון קאלס, וואס מ'האט נישט אנגעיאגט צו מאכן אויפן וועג אראפ צום בור, און ס'זעלביגע אויפן וועג ארויף פון מקוה צום שול אין די מיענטיים ווערט די שול האלב ליידיג, און ווען ער איז ענדליך רעדי, האלט די פריערדיגע מנין ביי אשרי ובא לציון, און ער האט שוין געלייגט תפילין, קיין מנין פאר אים איז נישט דא, באט ער האט עקספיריענס דערמיט, דעיסיז נאו פראבלעם, ער האט שוין פיל גרעסערע פראבלעמען געסאלווט.

די אנדערע מנין דאווענט ווייטער, און פאר יעדע קדיש גייט מען דוירך שבעה מדורי מענטשן, איינער לאצעך יא איינער ניש, באט סוף כל סוף, האלטער ביי קדיש נאך עלינו, און יא, די תהלים קדיש פארן דאווענען וועט זיין גוט פאר היינט אנשטאט.

דער יעניגער הייבט אן צו דאווענען, שחרית. איי מ'קען שוין נישט דאווענען, דעיסיז נישט אייער פראבלעם, און ווי ס'זעט אויס איזעס זיין פראבלעם אויכניש, ער ווערט אפילו נישט דערשראקן ווען ער טרעפט זיך אליינס אינעם שטיבל.

אין די זייטיגע שטיבל, הייבט מען אן זוכן א מנין פאר מנחה אלל אוו עי סאדען דער יעניגער איז אין, ער קוקט ארום, עריז דער צענטער געווען, מלך יחיד וכו' חי העולמים יתגדל וכו' ברכו און באמס, עריז צוריק צו זיין פלאץ אין ליידיגן שטיבל, דעי ניין אנדערע, ווייסן נאכנישט וואס מיט זיי האט פאסירט, באט יענער א-ווי גארניש האט פאסירט, שפרייזט מיט גרויסע טריט פארויס מיט יוצר, און געסטס וואהט, זיין מזל האט אים געשפילט, און דארט זענען נאך אלץ געווען נאר 9.

ער רייט ארויס, גאל ישראל, ברוך אתה, און פארט אראפ ביז נאך אתה קדוש, און ער אטעם'ט אפ, אראפ געלייגט אן עבודה קיינעהארע.

א צענטער איז אנגעקומען, די ערשטע מנין מנחה שטעלט זיך, און א היכי תמצא, זעט אויס א מנהג, א קליין חלק זענען געווען אין טלית ותפילין, זעט אויס זיי בענקען זיך צו די אלטע מנהג אז מ'איז געגאנגען א גאנצן טאג מעוטף בטלית ותפילין, ממילא האט מען גע'מנחה'ט אויך דערינען.

דער יעניגער איז אבער נאכנישט פארטיג, סידעך מאנטיג, מ'ברויך ליינען, נו רבותי ווער האט נאכנישט געהערט ליינען, אה סידא 4 חברה, נו געגאנגען, העי, ווארט נאר אפאר מינוט, איך וויל ליינען, אבער סידעך נאר דא 4, נו מ'מעג, וואס פארגינסטו נישט אז איינער גייט הערן ליינען, הא? יעמוד, אוי וויי איינער וויל עולה זיין שלישי, באט ער וויל אויך, ער האט שוין זייער לאנג נישט עולה געווען, זייט דאנערשטאג, איי יענער וויל עס אנשטאט א שטיקל גומל, סאו, זעט ער נישט יענעם.

יעמוד, אה ער טרעפט אן עצה, מ'וועט נישט האבן קיין כהן, און מ'האט 3 עליות. אבער דאך, ער האט נאר צען, און א כהן איז אינקלאדעט, סאו יעמוד צום דריטן מאל, און דער כהן גייט צו, ער כאפט אריין 2 עליות, סינישטא קיין לוי, און עריז עולה שלישי, מ'גייט הגבה, און הערשט דעמאלטס באמערקט ער אין דעם אנדערן וואס האט אזוי שטארק געוואלט עולה זיין צו מאכן א ברכו, און יענער טענה'טצעך מיט אים, כאב געוואלט עולה זיין, נו גוט, באט סיז מיין מנין, (וואס?) אבער איך האב געוואלט מאכן א ברכו, כאגעהאט א שטיקל עקסידענט, אההההה א ברכו האסטו געוואלט מאכן, נו זאג שנעל הויעך ברכו, סינאך דא מנין, און יענער זעט אז איינער ווייסט וואס ס'טיצעך, געט א שריי ברכו, און דער עולם לאכט, און מ'זאגט נאך ברוך השם המבורך, און שחרית אינקלאדעט מנחה איז פארטיג פאר היינט!

גיימער עסן פת שחרית!!!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

ארטיקל # 10

תגובה דורך געלעגער »

פארכאפט ביי טעראריסטן.

סיז א פינקע מיטוואך אינדעפרי, איך האב פארברענגט נעכטן נאכט ביז פארטאגס. (פרעגניש מיט וואס ווייל סיז גילו. [אאפס א נייע סטראשע...{איכער האסט נאכעפעס רינגעלעך צו בארגן?}]). בקיצור די קינדערלעך זענען שוין אלע אויף די באסעס, און איך ראולמעך נאך אין בעט פון איין זייט צום צווייטן, איך געב א שלעפ דעם באגאבונד הנקרא "וועקער זייגער", און ער פארציילט מיר אז סיז בכלל ניש שפעט, סישוין סאך שפעטער.

איך שפרונג ארויס פון בעט, און איך ווינדער מיך צו איך וועלנאך בכלל טרעפן 10 אידן און אזא שפעטע שעה וואס האבענאך ניש געדאווענט, איך פליה צום שול, מיט א מזרח ווינט פון אינמיטן זומער אין מדבר סאהארא. איך שפרינג אריין אין מיק, (איך שיק "שוין" א אנטשולדיגונג צום שרייבער פון "מקוה שפרינגערס הערט אויף). מ'טומער זיך אן מיט א זעלטענע זריזות וואס כאשויניש געטון זייט די פערצן יאר ווען סיז געווען א חבורה אויף דעם אין מיין ישיבה, דא איז מיר די גרשון דע יענקעלע פיין צוניץ געקומען. און דא פלוצים האצעכעס אנגעהויבן.

האלוי! נו!!

א צענטער!!

וואס צענטער!! כבוד התורה!

ארויס!!

אריין!!

סוף זמן תפילה!

ווער האט דיך געפרעגט? שעות זמניות!

נו!! שאאא!

איך ווער צומישט, די אדראנעלין האט אנגעהויבן צו פאמפען אין מיר אויף גאר הויכע נאמבערס, איך בין ארויס ארויסגעלאפן פון מקוה מיט אפענע שיך בענדלעך, אומגעמאכטע פיאות, די הוט אין איין האנט, די רעקל אין די צווייטע האנט וואס האצעך למען השם געמוזט איינהאנקערן אינעם טוירן סטייל.

איך קום ארויס צו א אימפאזאנטע סומאטוכע, ס'טוצעך אויף טישן אין בענק, דער טעגליכער בעל תפילה פונעם צוועלעווער מנין האצעך ארום דערזעהן מיט בלויז ששה מתפללים, און ער האט דעסיידעוועט אריינצוריקן אינעם מנין דעם סאמען רב פונעם שול מיט זיין חברותא, אז זיי זאלן מצרף זיין צום מנין, אנשטאט זיך אראפציען דעם טלית און איינמאכן פאר בושות אז ער דאווענט הערשט יעצט, סיז געווארן א גאנצער געטומעל כנ"ל, למעשה האב איך געזעהן דא א געלעגנהייט צו ראטעווען דעם מצב, און איך מורמל שעמעוודיגערהייט ארויס אז איך האלט נאך אויך פארן דאווענען, הס נשלך בביהמ"ד, אלעס האצעך אפגעשטעלט קוקן אויף מיר, הייסט אז מ'דאף שויניש מצרף זיין דעם רב? מ'דאף זיך שויניש אנעמען פאר זיין כבוד? מ'מעג שוין יא דאווענען נאך סוף זמן תפילה?.

א קיצור איך קער מיר אין א ווינקעלע, איך הייב אן לשם יחוד, סיז א קארגע 20 מינוט צו חצות, ווער איך הערשט געוואר אז יעצט הייבצעכעס גאר אן. אמער, יענקל שלעפער איז הערשט אקורשט ארויסגעקומען פון הכנות שטובל, וואסיזער שולדיג אז סיז געווען א לענגערע פארזעצונג אין צייטונג די וואך?, און דער בעל תפילה הייבט אן צו מאכן קולות, "איך וועלניש ווארטן אויף דיר! איך האב דיר געווארנט!" און אט נעמט ער זיך ציילן. דאסיז א פאך וואס מ'דאף האבן אין די האנט אין ארדער צו ווערן קוואליפיצירט אלס שפעטע בעל תפילה, מ'דאף קענען ציילן א מינימום פון 13 מאל פון קדיש ביז נאך תתקבל, אויב קענסטו ניש ציילן דעמאלטס פארגעריט, נאך א וויכטיגע זאך איז צו קענען אפאר לשון קודש ווערטער, ווי ששה מתפללים, תשעה עונים, שומע כעונה, און די דאזיגע פראזן ווארפט מען אריין אנע באשטימטע סדר ווען מ'וויל איינעם טארבעצען. אקיצור ער ציילט שוין ביז ניין, און דא האט ער מיך געפאקט, יא, געפאקט דעם טוטער, "דו! אינגערמאנטשיק! נו??!! לייג שוין תפילין!!" האט זיין שטימע אפגעדונערט. און דאסיז געווען די אנהויב פון א סעריע רדיפות, "זאגניש פארנט" "דאווען שנעלער" "לאז אויס פסוקי דזמרה" "נו!! ביסט דער צענטעער!" "נא, נו, נע, נוי" ממש קיין רגע מירניש געלאזט מנוחה.

און דער בעל תפילה איניש געווען אליין, ווער עסיז נאר אנגעקומען דארט ווי דער בעל תפילה האט געהאלטן, האט תיכף ומיד גענומען די לייצעס אין די האנט אריין און זיך ארויפגעווארפן אויף די אנדערע מתפללים ווי א הונגעריגע מאמע טייגער אויף א טויטע סקאנק. מ'האט געטריבן און געטרייבערט אז סיז געגאנגן א רויך.

ענדליך נאך 4 מינוט, יעדער האלט שוין ביי גאל ישראל, פלוצלינג, געט דער בעל תפילה א ציה אראפ דעם טלית ותפילין, לייגטעס אזוי ספאנטאניש אראפ אויפן טלית בייטעל און רייסט ארויס! מאכנדיג זיין וועג צווישן די פארווינדערטע בליקן גראד צום צייטונג וואס יענקל שלעפער האט פריער איבערגעלאזט.

אויפן וועג געטער א ווינק צו מיר, זיין היינטיגער קרבן אז איך זאל צוגיין צום עמוד, איך האניש געוויסט צו איך דאף דא לאכן צו וויינען, קיין צוויי ברירות האבעך סייווי ניש געהאט, יעדער האט גענאקעט צו מיר, איך גיי צו, זאג א צובראכענעם גאל ישראל, און הייב אן שאמענעסערע, ניש וויסענדיג אז איך האב וואס צו בעטן, סיז געווען מזלי חזי.... אזוי ווי דער ערשטער כיפעריאק האט אויסגעטרעטן, האצעך גראד אנגעהויבן דער פסס פפססס פססס, וואס טועך דא? איך האלט נאך ביי רפאינו. איך הייב אן זאגן שנעלער, אבער ווי וואס ווען, אין דע מין טיים האט שוין נאך איינער אויסגעטרעטן, און ער האט אנגעהויבן צו לייגן ר"ת הויך אז די שיידלעך זאלן זעצן, און איך זאל אינאיינוועגס כאפן די מעסעדש. איך יאג מיך אונטער, איך עספיע קוים אריינצוכאפן א תפילה קצרה ביי שומע תפילה אז איך זאלעס דורך מאכן לעבעדיגערהייט, עד שנעשה כל הגולה כמדורת אש, קלאפענישן און זעצענישן מיט ציצקענען אזש כאגעמיינט אז מ'קלאפט ביי המן.

איך האב שנעל אפגעזאגט און אויסגעטרעטן, נאר געוואר צו ווערן אז האלב קלאפערס האבן שוין טאקע געענדיגט, אאבער די אנדערע האלב דאווענען נאך פעסט שטילע שאמענעסרע, אדער יאגן זיי זיך למפרע, אדער קלאפן זיי צוריק אז די אנדערע זאלן זיי שטיל.

יעצט האצעך די קלאפעריי אנגעהויבן פריש, ווי נאר איך האב אויסגעטרעטן האבעך מיר גענומען ציילן. נו,   סישוין דא פיר, די חברה שרייען איך זאל שוין אנהייבן איניש ווארטן אויף קיינעם, מעט מצרף זיין די פיר ווענט מיט צוויי ספרי תורה און סיז צען. די שמו"ע דאווענערס קלאפן אריין אז ס'גייט א רויך, למעשה ביז א קארגע פינף מינוט אישוין יעדער געווען אויסגעטרעטן. ווי נאר איך הייב אן ברוך, הערעך סאפעדיגע טריט מיט קולות וברקים "האלאו!! ווארט!! דער פאריגער בעל תפילה איז פונקט יעצט ריין געווארן, ער ווילנאך אנטון צוריק טו"ת און דאווענען שמו"ע מיטן בעל תפילה, און איך מוז ווארטן אויף אים. ער האט געהאט מזל אז איך האשוין אנגעהויבן די ברכה, וועיניש ביניך שויניש דארט!!. איך האב געזאגט שטייט צום טאקט פון די ציצקעס און קלאפערייען פון די מתפללים.

עענדליך געענדיגט שמו"ע, ס'ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן, איך דערזעה מיך ביי תחנון, רבוש"ע וואס טוט מען דא?? מ'זאגט יא אדער מ"זאגט ניש? סיז זיכער א האלבע מנין וואס האלט יא ביים זאגן, און די אנדערע האלב גייען הרג'נען מענטשן אויב זאגט מען יא. איך האב מיך פארמאכט די אויגן און אנגעהויבן יהיו לרצון שטיל, אוי באשעפער, די קולות האבן זיכער געקענט אויפוועקן א טויטן טויבער... יא, ניש, ארויף אראפ. ביז איינער האט געזאגט אז עריז נעכטן געווען ביי א וואכנאכט, האבעך ענדליך אפגעאטעמט און געזאגט קדיש.

די חברה תחנון זאגערס האבעניש געקענט אראפ שלינגען אזא דורכפאל, האבן זיי אפירגעזוכט נאך קדיש דעם וואסיז געווען ביים וואכנאכט, אבער הילד איגגו, דער בחור האט אפגעטראגן בעוד חאלעמויט, פאר מעטעם קענען אויספארשן. דעי חברה האבענעס נעבעך ניש געקענט אראפשלינגן, אלץ תשובת המשקל האבן זיי זיך פארגענומען צו זאגן תחנון יעדעס מאל סיז דא א ברית אין די נעקסע 3 חדשים...., אבער אזויפיל האבעך פארדינט אז פון מיר האט מען פארגעסן, ביי תתקבל אישויניש געווען קיין מנין ווייל 3 אירע זענען דעך געלאפן זוכן דעם בעל ה'וואכנאכט, אבער קדיש האט מען מיר געהייסן זאגן.

אזויפיל האבעך ארויסגענומען, אז דעי מענטשן זענען נעבעך מרי לב אנע דשאב, און זיי געבן זיך אויס דורך טרעטן אויף יענעם. זאל איך טאקע האבן אפגעקומען מיינס, און זאל דער אייבערשטער זיי אלע באגליקן מיט פרנסה און אזוי עלמערינז האבן נחת....
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

ארטיקל # 11

תגובה דורך געלעגער »

שרויף די טעמע!

אנומעלט האבן זיך צוזאמגענומען אפאר קרעטשמעריסטן און ווי סאדיסטן באשלאסן ארויסצולייגן א טעמע וואס רוב עולם איז נישט באקאנט דערמיט, נעמליך די צופארענע אידעלעך וואס דאווענען טעגליך שחרית אין די צייט וואס רוב באזעסענע מענטשן האבן שוין איינגעשלינגן די טאמס נאכן מיטאג סעודה.

איך האב טאקע צוגעשטימט זיך צו באטייליגן אינעם אזוי-געגארטן פארמעסט, ווייל איככה אוכל וראיתי באבדן ניטל'תי, קען איך דען שטיין פון דער זייט און צוקוקן ווי די טייערע ניטל צייט צורינט אונטער די הענט און עס קומט נישט ארויס דערפון עפעס זאכליך, א דבר גוש, וואס זאל זיין דערין כדי להחיות בהם נפש כל חי, אלע איי-וועלט'ניקעס וואס דרייען זיך נעבעך ארום טאג און נאכט זוכנדיג מיט מה-טובו ליכט עפעס אן אינטערסאנטע ארטיקל צו ליינען, נאכדעם וואס אלע פיר און פינף ווערטער אשכולות קריכן זיי שוין פון די נעזער און די גלעזער על אפם ועל טפם.

אבער דאס האב איך נישט געשריבן אויפן קאנטראקט אז איך וועל מיך האלטן צום טעמע פון די צוועלפ'ער פאלאץ, אלזא פלאץ! שרויף די טעמע, און איך וועל שרייבן פון א זאך וואס דרוקט מיר אויפן געוויסן שוין א לענגערע צייט, א זאך וואס רויבט מיר צו די מנוחה שבת איין שבת אויס, און איך האב שוין אפילו אמאל כמו צוגעזאגט צו שרייבן דערוועגן אבער לא עלתה בידי, ועכשיו הגיע הזמן, אוי הגיע זמן געילתכם, מען גייט שרייבן אביסל איבער דעם גיעול נפש, וכולי האי ואולי וועלן זיך מיינע געפילן בארוהיגן.

איידער איך הייב אן, מילין צו רעדן, וויל איך שפרעכן דירעקט צו דעם באטרעפנדן מענטש. ערעב איד! איך בין זיכער אז איר גייט קיינמאל נישט ליינען דיזע רייד, ווייל נישט נאר האט איר נישט קיין צוטריט צום אייוועלט, נאר אפילו צום ווירקליכן וועלט האט איר קיין מגע ומשא ניקס! איך וואלט אפילו געגאנגען אזוי ווייט צו זאגן אז אבות אבותיכם, פון אלע צדדים, האבן קיינמאל מיט די וועלט קיין אפיר געהאט, ווייל אנדערש זעה איך נישט וויאזוי עס האט געקענט פון זיי ארויסקומען אזא פארעך, און פארעך איז א טיטל.

לאמיר אבער נישט כאפן דעם פישל פאר די נעץ, און פאוואליע פאוואליע שילדערן על מה יצא הקצף הזה, וואס האט פאסירט אז איך שוים אזוי ווי א גלעזל ביר וואס איז אומבאוואוסטזיניג אריינגעשאטן געווארן אין א גלעזל וואס איר גרונט איז נאך נאס געווען פון בלעקטשערי סאודע.

איר כאפט נישט וואס איך רעד? איך רעד פון ערפארונג, דעם שבת האט דאס ביי מיר פאסירט, קוקט דערפאר אין די מיטלסטע בלעטער פון די בולעטין.

איך דאווען אין א שוהל. מזל טוב. דאס האסטו זיכער געקלערט און געוויס געוואוסט. אבער איך קען דאך נישט אנהייבן די מעשה פון דעם צענטערפונקט, אלזא פריי זיך אז איך פאנג-אן-פון-אנפאנג, כנוסח פנחס בלייך רב הראשי ד'פיאנג-יענג. אין דעם שוהל זענען נאטורליך דא מערערע טישן. עס איז דא לאנגע רייעס פון באהאפטענע טישן ברייט-אויס דעם גאנצן שוהל. מיין שביתה האב איך קונה געווען פאר צוויי דריי הונדערט רייניש, שוין אריינגערעכנט די קינדער זיץ, נאנט צום עפי-צענטער פון אזא דריי-טישן-לאנגע-רייע.

דא קומט ווען א בילד, אבער לכתחילה-אריבער איז פארנומען מיט די היץ כוואליעס פון די ראדיא פריקווענסיס און איך קען אים נישט באמוטשן מיט א בילד פון אן אנדערע סוגיא לעת כזאת. איבערצוגיין ביז אהער. איך דאווען אין א שוהל, די שוהל פארמאגט לאנגע רייעס פון טישן, מיין זיץ פלאץ איז ביי אזא דריי גע'טיש'עכץ וואס מען קען נישט ארויסגיין צווישן איינס און די אנדערע, ווייל זיי זענען קאנעקטירט, איר קענט אידיש?. אויב איינער וויל ארויסגיין פון זיין ארט, דארף ער גיין הונטער אלע זיינע שכינים, צו מזל דארף מען קיינעם נישט אונטערהייבן, זינט יעדער זיצט אויף זיין אייגענע בענקל.

איך האלט אז דער עולם פארשטייט נאכנישט וואס איך רעד דא. וועל איך יא פרובירן מאכן א שטיקל דיאגראם:

דא זענען די טישן פון בית המדרש פלוני ---- ---- ----. איר זעהט דא דריי טישן וואס יעדע איינס פארמאגט פיר זיץ פלעצער? איך אויך נישט, אבער דאס איז דאס בעסטע וואס איך קען טוהן אייך מסביר צו זיין די זאך אויף א ניטל נאכט.

מיין פלאץ איז בערך דא: ---- ---_- ----. איר זעהט מיין בענקל איז אביסל ארויסגעריקט? איך האב מיך אונטערגעהויבן אביסל פארן בילד.

דער אוממענטש פון וועמען איך בין אויסן צו שפרעכן דא, זיצט נעבן מיר: ---- --_-- ----. בעסער געזאגט, ער איז געזיצן נעבן מיר, ווייל שוין עטליכע וואכן וואס איך פארמייד מיך פון מיין פלאץ, נישט קענענדיג אויסהאלטן זיין געמויזעכטס, עיין לקמן. וואס האט דער געביין מיר געטוהן? גארנישט. ער טשעפעט נישט קיין פליג. ער איז באמת א פיינע נשמה. עס איז נאר עטליכע לויזע שרויפלעך אין זיין געבוי וואס האבן מיר צוגעשטופט צו מאכן א שנעלע דיאגנאזע אן טוישן מיט אים קיין ווארט, אז ער פארמאגט אינדערהיים אזעלכע קליינליכע פלעשעלעך וואס ווערן כסדר איבערגעפולט און אויסגעלערט מיט טייערע און וויכטיגע רינדעכיגע אדער לענגלעכיגע באשטאנדטיילן.

ווען ער דאווענט שמונה עשרה, געדויערט די ערשטע ברכה אזוי לאנג ווי מען דארף ווארטן אויף דעם בעל תוקע ביי די שטילע תקיעות, דאס איז בערך אזוי לאנג ווי עס געדויערט מיר צו ענדיגן די גאנצע שמונה עשרה און ווארטן ביז דער בעל תפילה הייבט אן און דערגרייכט צו קדושה. און זיין ערשטע ברכה ווערט ארויסגעזאגט מיט אלע פיטשעווקעס.

פיטשעווקעס האב איך געזאגט? פיטשעווקעס וואלט איך נישט צוטרענצעלט געווארן, ער זאגט ארויס יעדע ר' מיט אזא שליקעכץ וואס פארהאנקערט זיך צווישן די בערג פון עזאזל און די רעשטעלך פלייש וואס האבן זיך אריינגעכאפט צווישן זיינע ברעיסעס ביי טועמיה פון די פארגאנגענע וואך. יעדע פערטע ווארט ווערט איבערגעזאגט פיר מאל עד אשר יצא הספק מלבו אדער לבו מן הספק, אבער לב שכינו האלט שוין ביי כלות, און דערפאר האב איך טאקע געטוישט פלאץ מיט מיין לינקע שכן, יעצט הער איך נאר די העכערע תנועות ווי צב"ש די ענדע תי"ו'ס און פ-צ'ס פון די ערשטע ברכה, און נעם נישט יעצט קיין סידור בודק צו זיין אויב דארט געפונט זיך בכלל א פ"ץ, ווייל מיין שכן דאווענט אויסעווייניג.

דאס איז אלעס אבער בלויז קליינע קארטאפל אקעגן די הויפט צרה וואס איך לייד פון אים, א צרה וואס האט דערווייל קיין דיאגנאזע, אבער לצורך הארטיקל וועלן מיר דאס אנרופן ואל הסינק רץ השכן. דער שכן האט א ליעקעדזש אין די זויער פייפס פון זיין נאניע, און יעדע פינפטע מינוט כאפט זיין האנט א שפאציר צום נאז פאפיר שאכטל וואס איז שיין פלאצירט סמוך ונראה צו זיין סידור'ל, אבער אנשטאט ער זאל זיך אפווישן די נאז און גיין ווייטער, אנטשולדיגט, גיין ווייטער איז דאס וואס ער טוהט למעשה, איך מיין צו זאגן אנשטאט ער זאל זיך אפווישן די נאז און אונטערלייגן די טישו אונטערן סידור אזוי ווי ששים ריבוא מתפללים טוען טאג טעגליך און וואך וואכליך, האט ער זיך איינגעפירט א מנהג טוב אז ער שפאצירט דערמיט צום מיסט קאסטן וואס געפונט זיך נעבן דעם וואסער לייטונג, און אגב גררא געט ער זיך שוין א וואש די האנט.

דערווייל האב איך נאכנישט באשלאסן אויב זיין עיקר מטרה איז צו שליידערן דעם אויסגענוצטן פאפירל אין אשפה אריין, און נאך בדרך אגב וואשט ער זיך די האנט, אדער טאמער ניין, בעוד כברת ארץ שפאצירט ער צום סינק כדי זיך צו וואשן די הענט פון די שרעקליכע טומאה וואס רופט זיך בלאזן די נאז, און אז ער איז שוין דארטן, איז משום אל תמנע טוב מבעליו ווערט ער לויז פון דעם באוואסערטן פאפירל.

יעצט, ער קען גיין זיין יעדע-פאר-מינוט'ליכע נסיעה פון די רעכטע זייט, וואו ער גייט אדורך אלע שכנים פון זיין רעכטע זייט, און ער קען אויך גיין פון די לינקע זייט, וואו ער שפאנט אדורך מיין ארט און שפאצירט אויף מיינע נערוון קראצנדיג מיט די אייזערנע טעפס אויף מיין רויען נערוו. למען הלאקשן ולמען הנערוון רעכנט ער רוב מאל אויס אדורכצוגיין מיין זיץ פלאץ, אפילו אין פאל די רעכטע זייט איז גענצליך ליידיג פון מתפללים און אויף די לינקע זייט זיצן פיר פינעף מענטשן.

יעדע תפלה באשלוס איך אז איך גיי אפציילן וויפיל מאל ער גייט ארויס במשך איין דאווענען, און אים קאנפראנטירן ביים ענדע דאווענען מיט א פונקטליכע דין וחשבון וויפיל מאל ער האט זיך געבלאזן די נאז, וויפיל מאל דערפון ער איז ארויס צו רעכטס און מיר פארשוינט אן אויפברויז און וויפיל מאל צו לינקס ארויפשלעפנדיג מיין בלוט דרוק ביז די העכערע אשכול.

ווען עס קומט אבער למעשה בין איך צו איידל אים צו זאגן א ווארט, געב איך אים בלויז א גוט שבת ברום און גיי אהיים אנגעצויגן און אויפגעגעסן פון אינעווייניג, אנע קידוש צווישן זעקס און זיבן.

אבער אלעס האט זיך זיין צייט, און ניטל תשע"ג איז געקומען די צייט אויסצוגיסן דעם עפיזאד דא אויפן אייוועלטל, איך האף אז דער עולם האט הנאה געהאט, ווייל איך עס מיך אויף דערפון וואך נאך וואך, זאל כאטש איינער מאכן דערויף א ברכת הנהנין.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

ארטיקל # 12

תגובה דורך געלעגער »

דאן האט דער בראווע פרינץ אנגעהויבן צו פאכן זיין שווערד מיט אימפעט, דער איבעראשטער דראגען איז גאר ווילדער געווארן מאכטפולע צינגען פייער האבן געשפריצט פון זיין מויל און געדרויעט צו פארלענדען יעדן וואס שטייט אים און וועג. ווען פלוצלינג אן קיין פריערדיגע ווארענונג האט זיך דער גרויזאמע מאנסטער געגעבן א דריי אויס צו מיר, זיינע פיינטליכע אויגן האבן טיעף אריינגעקוקט אין מיין, אט עפענט ער אויף זיין מויל, ניצוץ אחד יוצא און איך בין גוט פאר מוצא. א שרעקליכע פחד האט מיר ארומגענומען, און א קאלטע שווייס האט מיר באגאסען איך האב געוואלט אנהייבן צו שרייען און דאן האב איך מיך אויפגעוועקט.

איך האב געגעבן א קוק אויפן זייגער און מיין טויט שרעק איז פארוואנדעלט געווארן צו א נערוועזע געפיהל, א ביטערע טעם איז מיר געקומען אין מויל, יא היינט וועל איך אויך מוזן דאווענען מיט די לעגענדארע 12 אזייגער מנין. די קישקעס האבן זיך מיר אנגעהויבן צו דרייען, און די געדערים איז מיר געגאנגען קאפויער אזש איך האב שוין ליבערשט מסכים געווען צו באקעמפען דעם ווילדן דראגען.

מיין געטרייע וועקער זייגער איז געווען משתומם, נאכן דינען מיר אזוי איבערגעגעבן אזויפיהל יאר פארוואס איז ער היינט זוכה צו אזאלעכע בייזע בליקן פון מיר, איך האב נישט געהאט קיין צייט רחמנות צו האבן אויפן זייגער, אומגעשמאקע זכרונות פון די נישט לאנג פארגאנגענהייט איז מיר ארויפגעשווימען ווען איך האב צום ערשטן מאל איבערגעלעבט אזא חציו לכם חצות מנין.

די מקוה - ב"ה ס'איז ליידיג פון מענטשן, ווי ס'זעהט אויס וועל איך זיין אריין און ארויס אין נאו טיים, די פראבלעם איז אבער געווען אז פון די 3 מענטשן וואס זענען יא דארט געווען האט פונקט איינער געדארפט זיין "תנחום".

נאו- דער תנחום איז פון די פארשוינען וואס ווען איך זעה אים אויפן גאס קראס איך שנעל אריבער דעם צווייטן זייט און ווען ס'איז שוין צי שפעט פאר דעם שלעפ איך שנעל ארויס דעם סעל פאון איך הייב אן צו פירן א העפטיגן שמועס, יעצט האט מיך דער נודניק געהאט געקארנערט פאר 15 מינוט.

די בור - אויב מיינט עטס אז די וואסער איז שמיציג צופרי ווייסט עטס נישט וואס הייסט שמיציג, מ'האט געקענט שניידן דיקע רעפטלען פון די וואסער, אינאף סעיד.

ב"ה איך האב עס דורעכגעלעבט און ארויס בשלום פון מקוה און זיך געגרייט צו דאווענען שחרית בדחילי ווען דאן האב איך מיך באגעגענט מיט עטליכע קארעקטערס וואס איך זעה נישט יעדן טאג. אט איז א טייל;

ר' אנטשיל - ער איז די פינקטליכסטע מענטש וואס איך האב נאר אמאל באגעגענט. ביי א חופה קומט ער אן פינקטליך נאכן ציקראכן דעם גלעזל, ביי א דרשה קומט ער אן פינקטליך ביי קדיש, ביי א אינטערנעט אסיפה קומט ער אן ביים טאנצען, און ביי וואלן קומט ער אן ביים ציילן, יו געט די פיקטשער? דער אנטשיל כאפט יעדן טאג חצות, כלומר אונז פאלנע אידן זענען נישט זוכה צו מקיים זיין דעם הלכה פון שלחן ערוך צו דאווענען פאר חצות, ער -אנטשיל- איז עס מקיים יעדן טאג באימה וברסת ווען ער כאפט חצות. "מיינע שפעטע מלאכים טראגן ארויף אלע שפעטע תפילות" אייסערט ער שטענדיג.

זעקל בער - דער איד האלט שוין באמת נאך א לאנגע טאג ארבייט, שוין אויסגעווארפן צענדליגע שטויסן-פארקעווילן, שוין געמאכט עטליכע פאוני קאללס, באוואשן עטליכע אידן, מקיים געווען דעם מלחמה לה' בעממממלק, שוין מקטרג געווען אויף אידן יעצט קען ער זיך שטעלן דאווענען.

מעכעלע - א אינגערמאן א בנש"ק'ל מיט די שמונה בגדים דרייט זיך ארום אין שטיבל ווען ער באשפריצט אלעמען מיט די מקוה וואסער וואס טריפט אראפ פון זיינע געדעכטע פאות, ער האלט זיינע ברילן אויפן שפיץ נאז מיט א מינע פון חשיבות, און האלט דעם טלית אויפן פלייצע פאר לאנגע מינוט'ן ארומשפרייזענדיג 'גאנגנעם' זיך אינטער-מורמעלנדיג, נקבים נקבים לעכערליך לעכערליך, איי וויי ריבונו של עולם חלילים חלילים פייפערליך פייפערליך, געוואלד געשריגן אלו ואלו נשרפים.

יאנקעל - א קעכער אין א לאקאלע מוסד וואס האלט שוין יעצט נאכן אריינשטעלן די ברוינע סחורה אין די לויזע אייער און נאכן צושטעלן די פארווע טשולענט פאר לאנטש, דער יאנקל האט זיך גענומען פאר זיין עולם הבא מסכת צו מוסר'ן יעדן שנה יונגערמאן וואס ער זעהט דאווענען שפעט, און טאקע ווי די שטייגער ווי די אמעליגע מוחיכים שוינט ער נישט קיינעם.

אויך איז יאנקעל אין טשארזש פון די תיקון פאר די חצות מנין, ער שאפט קעיק פון פריזער און בראנפען געמישט אין איין באטעל פון עטליכע סארטן.

ווער נאך? איך קען רעדן און רעדן אן נישט האלטן אין ערגעץ, דער זקן וואס די בעט פארגעסט אים אויסצושפייען, דער גוט זאגער וואס קען אלע יארצייטן, דער רעטייערי וואס טענה'ט אז ער דאווענט שפעט ווייל דאן איז די לאך אין הימל שוין ברייט געעעפענט, דער בחור'ל וואס.. עקטשעלי איך ווייס נישט זיין דיעל. שטייען זיך אזוי באנאזאם תנחום מיט אנטשיל, זעקל בער מיט מעכעלע, יאנקעל מיט אני הקטן און פארגיסן א ווארעמע תפילה צו ג-טיניו, און דאן...

האב איך מיך אויפגעוועקט..‬.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

ארטיקל # 13

תגובה דורך געלעגער »

בס"ד

חצות חצות... הימל און ערד און חצות... כ'האב באמת נישט געקלערט צו שרייבן אן ארטיקל, ווייל כ'ברויך כאפן חצות, אבער אחר שובי ניחמתי צו רעדן פון די האלבע שעה נאך חצות... וואס ביי מאנכע ווערט דאס אנגערופן חצות!

לאמיר זען וואס וועט דא ארויסקומען פון די געדעכענישן פון די מוח קוועלער.

ער רעגט זיך נאך.

8:30: דער זייגער קלינגט, דררררררררר... יואלי, ס'שפעט, דארפסט כאפן זמן קרי"ש, איך מוז שוין גיין צו די ארבעט, נו, יואלי, איך פארשפעטיג צו די ארבעט... אקעי איך בין שוין אויף...

(חחח, איר קענט דאס? ער איז גאר אויף...)

איך בין שוין אויף, (אביסל גערעגט, זי פארשטייט נישט וואס זי האט דא חוטא געווען...) זעסט נישט? מען עפענט אזוי ברייט די אויגן, מ'וואשט אפילו נעגל וואסער, א מורמל מודה אני, איך בין אויף, קענסט רואיג גיין... ער זעצט זיך אפילו אויף... זאל זי מיינען אז ער שטייט שוין אויף.

אקעי סאו העוו עי נייס דעי... יא יא, הצלחה...

כ'מיין אז עס איז דיר כדאי דו זאלסט זיך צו-יאגן, דיין ראה"כ זאל נישט אראפ רעכענען אזויפיל, פארגעס נישט, מארגן איז דער ערשטער און אונז האבן נאכנישט גרייט די רענט...

א קלאפ אין טיר, אהה, זי גייט זי גייט... מ'ווארט אויס, ביז עס הערט זיך די פארשליס פונעם שלאס, און... איר האט צוגעטראפן, א צי ארויף מיטן דאכענע ביז איבערן קאפל און ויחלום שנית...

10:00: טררר, דער טעלעפאן קלינגט, טרררר, דער סעלפאון צוזינגט זיך, אשת חיל מי ימצא, און דער פרישער אינגערמאן חלומט אזוי שיין אריין פון זיין חתונה ווי דער בדחן האט אויסגעזינגן דעם אשת חיל...

10:07: אשת חיל מי ימצא... טררררר... די שטוב טעלעפאן באמבערט מיט קראפט איבערן מעבל שטיק, נישטא אבער צו וועם צו רעדן...

10:39: דער קלאץ הייבט זיך אן צו רירן. ער ציעט אזוי אויס די הענטעלעך צום טאטן אין הימל, אוי באשעפער אין הימל, כ'גלייב נישט, וויפיל אזייגער איז? געט א קוק אויף די מיס"ד קאלל"ס, 25 קאלל"ס אויפן סעל. די אשת חיל, - אהה, דאס איז געווען דער חלום! - שוין כ'על איר זאגן אז כ'האב נישט געזען, ס'איז געווען אויף סיילענד... (זי האט דאך גענימען דעם מתמיד פון ישיבה) די חברותא אין כולל, אה, 5 וואויס מעילס, אויפ'ן טעלעפאן 7 קאלל"ס...

מ'שטייט אויף די לינקע זייט, אנגעצויגן, מיט טענות אויף די האלבע וועלט, נו יעצט מוז מען דאך נאך טרינקען א קאווע אויך, און דאן קומט די הכנות, ווען צו מזל מיט צוקנייטשטע פיאות לויפט ער שוין כאפן; די האלבע שעה נאך חצות....

ער קוקט אויפ'ן זייגער, ער קלערט אזוי אז ער האט נאך צייט צו כאפן חצות. כאפט ער א שמיעס מיטן חבר וואס ער האט פונקט געטראפן, ער שמועסט אזוי געמיטליך, ביז ער כאפט זיך אז ער דארף נאך כאפן חצות אויך... ער טראכט צו זיך וואס מאכסטו זיך משוגע? ס'איז דאך שוין סייווי שפעט אין דער וועלט אריין, פארשטייסט נישט?

ניין. אבער כ'דארף זיין אין כולל... אקעי. פליז. כ'קען נישט אזוי, נו נו... אזוי ווערט ער משוגע פון זיך אליינס, צעריסן און צופליקט פון דעם קאנפליקט.

ס'איז שפעט אבער ער קען זיך נישט יאגן, דער מוח יאגט אים אבער ער דערהייבט עס נישט...

חצות אנטלויפט? נו, ס'שפעט... ער יאגט זיך און מאכט זיינע הכנות געלאסן, כ'מיין, ער קאן דאך נישט מיט קיין פרעשור צוגיין צום דאווענען, ער דארף די יושעוו הדאאס, ער רעגט זיך, אבער האט צייט ווי דער גלות....

שוין, לאמיר זיך געבן א יאג צו. אוי, סארע בושות ווארט מיך אפ אין כולל, שוין ווייטער פארשלאפן, כ'וועל שוין כאפן פונעם ראה"כ סיי ווי...

ער ווערט מוטלאז, פרובירט ער זיך צוהערן צו א נייעס קופקע, אפשר דאס וועט אים געבן די ערווארטעטע פרישקייט, ביני לביני נעמט ער נאך א קאווע פון מאשין.

ער לויפט נאך כאפן דעם בור פאר דער גוי לאזט ארויס די וואסער, מיט האלבעטע ווערטער וברמזי ידים קראצט ער אויס פארן פוילישען ער זאל האלטן די וואסער נאך אביסל, אריינפלאטשקענדיג רעגט ער זיך פארוואס עס איז שמוציג די מקוה וואסער, די שאוערס ארבעטן שוין נישט, און דער אנדערער בור איז אייז קאלט. סארא מין בעס'מעדרעש דא, מ'קען נישט צושטעלן קיין נארמאלע מקוואות...

ענדליך לויפט ער ארויס אזוי האלב צוגעקנעפלט, איין קנעפל פון אויבן פארמאכט די העמד און נאר די מיטלסטע פון די וועסטל, שוין שיף דער רעקל, גרייט צו הנחת תפילין, דאס בענדל ארום די לענדן, ווען א להיתעטעיף געט א שיס ארויס אזוי הויך, א פליק די ציצית פון אלע זייטן, ווען אינמיטן דרייען די רצועות פרעגט אים איינער צו ער האט שוין געדאווענט? מיט א שנעלקייט וואס פארשעמט נישט דעם בעסטן פיילעט רוקט ער ארויף דעם של ראש, דאן נעמט מען זיך מאלן מיט א מאשין מיל, אינמיטן ווייזט מען, נו נו, אויפ'ן האנט פון אויבן, מיינענדיג, אז עס איז שפעט צו... די האלבע שעה נאך חצות. דערנאך נא נא, דהיינו, גיי נישט ארויס, מיר דארפן מנין...

אההההה, אפגעאטעמט, געכאפט די חצות. כ'מיין די האלבע שעה נאך חצות...

ביז דריי מינוט שוין נישטא קיין זכר פונעם מנין. ער איז שוין אויפ'ן וועג צום כולל, דער אנדערער צו די ארבעט, און די פענסיע\באנק קוועטשער רעגן זיך די איבריגע האלבע טאג פארוואס יענער האט צושטערט דעם מנין... הלמאי, ווי יאגט ער זיך דער פרישער אינגערמאנטשיק???
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

צו קאמענטירן אדער אפגעבן אייער שטימע דריקט דא
אטעטשמענטס
די חצות מנין.pdf
(239.26 KiB) געווארן דאונלאודעד 825 מאל
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

פיינעל ריזאלטס

תגובה דורך געלעגער »

צו וויסן די פיינעל ריזאלטס דריקט דא .
פארשפארט

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”