שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

האב איך געהערט ביי די כינוס די פייערדיגע דרשה פין הרב טויסיג ווי ער רעדט שטארק איבער דעם לא תתורו אז סאיז נוגע פונקט אזוי ביי נשים, ווי אויך ר'שמעון שפיצער האט עס דערמאנט עטליכע מאל ביי די לעצטיגע שיעורים איבער ולא תתורו, וויל איך וויסען וואס דאס מיינט לגבי נשים, איז שייך שמירת עינים אזוי ווי ביי מענער?
אוועטאר
out of the blue
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 5:53 pm

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך out of the blue »

שמחהלע האט געשריבן:
האב איך געהערט ביי די כינוס די פייערדיגע דרשה פין הרב טויסיג ווי ער רעדט שטארק איבער דעם לא תתורו אז סאיז נוגע פונקט אזוי ביי נשים, ווי אויך ר'שמעון שפיצער האט עס דערמאנט עטליכע מאל ביי די לעצטיגע שיעורים איבער ולא תתורו, וויל איך וויסען וואס דאס מיינט לגבי נשים, איז שייך שמירת עינים אזוי ווי ביי מענער?
פון דעהו טעגליכע אימעיל
d85.JPG
d85.JPG (71.37 KiB) געזען 6404 מאל
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

קונטרס אור העיניים.
viewtopic.php?t=45683&start=525#p3655400
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3099
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

From: דעהו | הלכה יומית < [email protected] >

Subject: אלע הלכות פון שמירת עינים צוזאמען
הלכות שמירת עינים
---
נושא בהלכה זו - נתנדב ע"י:
הרבני הדגול מוה"ר נפתלי צבי ציג הי"ו
Madison Properties
---
הלימוד היום נתנדב:
ע"י הרוצה בעילם שם - לזכות זיווג הגון בקרוב


הסתכלות בנשים – אריינפיר


באמערקונג: כאטש אין אלגעמיין טוען מיר נישט פארברייטערן איבער דער השקפה און יסודות חז"ל אויף די הלכות, נאר מיר גייען בעיקר גלייך צו די עקרי פסקי הלכות, אבער ווען עס קומט צו די הלכות פון קוקן אויף פרויען א.ד.ג., וואס מיר אלע ווייסן אז דאס איז פון די גרעסערע נסיונות אינעם היינטיגן דור בכלל, און בפרט ווען מיר גייען ארויס ארבעטן, סיי ביים ארבעטס-פלאץ, און סיי ביים גיין און קומען פונעם ארבעטס-פלאץ - ספעציעל די וועלכע דארפן זיך דרייען אויף די גאסן, אדער ארבעטן אינדרויסן, ווי צ.ב.ש. סעילס-לייט וואס גייען ארויס זיך טרעפן מיט קאסטומערס, אדער גייען פון געשעפט צו געשעפט א.ד.ג. זוכן קליענטן, און אזוי אויך צו זען וואס מען דארף נאך קויפן, וכדומה, וואס אין די פלעצער זעט מען טאקע ווי דעם לאו פון "ולא תתורו..." - וואס איז פון די זעקס מצוות תמידיות - דארף דער מענטש אייביג געדענקען (עי' ביאור הלכה ריש סי' א') – דערפאר וועלן מיר דאסמאל יא פארברייטערן איבער די יסודות און השקפה פון ענין שמירת עינים, און געוויס וועט דאס זיין פאר אלעמען א גרויסער תועלת.
אכטונג, חשוב'ע פרויען! עס איז כדאי אנצומערקן, אז כאטש אסאך פון די הלכות זענען נוגע מער פאר מענער ווי פאר פרויען, דאך איז וויכטיג אז די נשים צדקניות זאלן אויך מיטהאלטן די הלכות, סיי ווייל עס זענען דא הלכות וועלכע זענען נוגע אויך פאר זיי, ווי עס וועט ערקלערט ווערן, און סיי כדי זיי זאלן זיין געווארנט נישט מכשיל צו זיין די מענער צו זען וואס זיי טארן נישט ח"ו.

די גרויסקייט פון היטן די אויגן

דער "בית יוסף" (אה"ע סי' כ"א, ס"א) ברענגט אין נאמען פון רבינו יונה (אגרת התשובה יט, כ): "דער וואס קוקט אויף פרעמדע פרויען, שוואכט אפ דערמיט דעם כח פון זיין יצר טוב [וואס שטופט דעם מענטש צו טון דעם רצון ה'].
"אבער דער מענטש וואס האלט זיך צוריק און קוקט נישט אויף פרעמדע פרויען, איז זוכה אז זיינע אויגן זעען דאס זיסקייט פונעם באשעפער, ווי חז"ל זאגן אונז (סנהדרין צב.), אז דער וואס האלט צוריק זיינע אויגן פון קוקן אויף פרעמדע פרויען, 'זוכה ומקבל פני השכינה!'".

דער באשעפער זאגט: "דו ביסט פאר מיר!"

עס שטייט אין ירושלמי (ברכות פ"א, ה"ה): דער הייליגער באשעפער זאגט, "אויב גיבסטו מיר דיין הארץ און דיינע אויגן (ד.ה. דו היטסט זיי אפ פון זען און טראכטן וואס מען טאר נישט), ווייס איך אז דו ביסט פאר מיר". דאס ווערט אריינגעטייטשט אין פסוק (משלי כג, כו): "תנה בני לבך לי ועיניך" - גיב מיר, מיין קינד, דיין הארץ און דיינע אויגן, "דרכי תצורנה" – וועסטו אפהיטן מיינע וועגן.
נו, ווער וויל דען נישט זיין פון דעם "באשעפער'ס מענטשן"?!

נישט מורא האבן פון די וואס שפעטן אפ

דער "ספר חסידים" (סי' ט') שרייבט: ווען א מענטש האלט זיך שטארק, נישט צו קוקן אויף פרעמדע פרויען, ספעציעל ווען מען איז צווישן אנדערע וועלכע קוקן יא, צ.ב.ש. אויף א פלאץ וואו עס געפינען זיך פרויען און די ארומיגע קוקן אויף זיי, אבער ער האלט זיך צוריק און קוקט נישט, וועט ער צוליב דעם זוכה זיין צום גוטס וואס דער באשעפער האט אוועקגעלייגט פאר די וועלכע פארכטן זיך פון אים, ווי עס שטייט אין פסוק (תהילים לא, כ): "אשר צפנת ליראיך", און זיינע אויגן וועלן זאט ווערן פון דער ליכטיגקייט פון דער שכינה, "מלך ביפיו תחזינה עיניך!" (ישעיהו לג:טו)

אן עת רצון אז די תפילות זאלן אנגענומען ווערן

דער בעל "שומר אמונים" האט געזאגט (ספר קדושת עינים פ"ה ענף ט', אות תס"א): "ווען א מענטש גייט אויף דער גאס, און עס קומט אים אונטער צו זען עפעס וואס מען טאר נישט, און ער איז זיך מתגבר אויפ'ן יצר הרע און קוקט נישט, איז דאן א שעת רצון אין הימל, און עס איז א סגולה אז וואס דער מענטש וועט דעמאלט בעטן פון השי"ת זאל אנגענומען ווערן".

היטן די אויגן ספעציעל ביים ארבעטס-פלאץ

אין ספר "טהרת הקודש" (מבעל שומר אמונים זצ"ל, מאמר שמירת עינים פ"ד), וואו ער ברענגט ארויס די גרויסקייט פון היטן די אויגן, שרייבט ער צווישן די שורות:
"...ספעציעל איינער וועלכער דארף זיך באשעפטיגן מיט פרויען, צ.ב.ש. ער פירט א געשעפט און פרויען קומען דארט כסדר אריין (בפרט ווען עס איז א פרוי וואס איז נישט אנגעטון בצניעות), און ער האט א מעגליכקייט (נסיון) צו קוקן אויף זיי, און ער האלט זיך צוריק און שטארקט זיך, נישט צו קוקן, רופט מען דאן אויס אין הימל, 'גיט כבוד פאר דעם מענטש!' און די גאנצע פמליא של מעלה רוישט, ווי אזוי א מענטש אויף דער וועלט האלט זיך צוריק פון א פון אזא נסיון, און דאס שטארקן זיך אויף דעם נסיון קען אים אייביג ביישטיין, און קיין בריה ווייסט נישט פון זיין התגברות און זכות, נאר דער בורא כל עולמים אליין".
ער פירט אויס: "און אפילו דו [דער בעל נסיון] וועסט אויך נישט וויסן די גרויסקייט, וואס דו האסט אלץ אויפגעטון. איך שרייב עס דיר נאר כדי דו זאלסט וויסן וואס עס שטייט פאר דיר".

דער שורש פון דער מצוה

פאלגנד זענען די ווערטער פונעם "ספר החינוך" (סי' שפ"ז), ערקלערנדיג דעם שורש המצוה פון היטן די אויגן און הארץ (מחשבה):
"מיין קינד, זאלסט כסדר געדענקען די ווערטער פון חז"ל (אבות ד, ה), 'עבירה גוררת עבירה', און 'מצוה גוררת מצוה', ווייל אויב וועסטו וועלן נאכגעבן איין מאל דיינע שלעכטע תאוות, וועט עס ברענגען אז דו זאלסט זיי נאכגעבן עטליכע מאל; ווידער, אויב וועסטו זיין א גבור, זיך שטארקן אויף דיין יצר און איינהאלטן דיינע אויגן פון זען שלעכטס, וועט עס דיר גרינגער מאכן זיך איינצוהאלטן אסאך מאל!
"די זאכן קענען ציען דעם מענטש אזוי ווי וויין ציט א שיכור. ווער עס טרינקט וויין, איז וואס מער ער טרינקט, אלץ מער וועט עס אים ציען צו טרינקען נאך, און ווילאנג ער טרינקט וועט דער שיכור קיינמאל נישט זאט ווערן. אבער אויב ער טרינקט א גלאז וואסער אנשטאט וויין, וועט דער כח פונעם וויין אפגעשוואכט ווערן, און דאס וועט ברענגען אז דער רייץ וועט זיך אפשטילן.
"דאס זעלבע איז ביי יעדן מענטש. וואס מער מען געוואוינט זיך צו נאכצוגעבן די תאוות, ווערט דער יצר הרע אלץ שטארקער פון טאג צו טאג, אבער ווען מען האלט זיך צוריק דערפון, וועט מען דורך דעם זיין א צופרידענער מענטש שטענדיג".
אויף די ווערטער פונעם "ספר החינוך", שרייבט דער "מנחת חינוך": "אויב וועסטו לייגן די ווערטער אויף דיין הארץ, אשריך וטוב לך!"

די יסודות פונעם איסור

אין די הלכות פון היטן די אויגן און נישט קוקן וואס מען טאר נישט, זענען פאראן אסאך פרטים, ווי צ.ב.ש. די כוונה ביים קוקן; אויף וועם און וואס מען קוקט; אא"וו. פאלגנד זענען אויסגערעכנט די פארשידענע איסורים פון קוקן און די פסוקים פון וואו מען לערנט עס ארויס. אין די שפעטערדיגע אימעילס, וועלן מיר בעזהי"ת דורכגיין די פינקטליכע פסקי הלכות:

• עס שטייט אין פסוק (במדבר טו, לט): ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זונים אחריהם. פון דעם פסוק לערנט מען ארויס, אז עס איז אסור פאר א פרעמדן מאן און פרוי צו קוקן איינער אויפ'ן אנדערן מיט א כוונה פון אן עבירה, אדער ווען דער מענטש קוקט מיט כוונה זיך אנצוזעטיגען און הנאה האבן פון דאס קוקן אליין.
(עס איז א מחלוקת אין די ראשונים, צי דער לאו רעכנט אריין יעדע סארט הנאה וואס דאס קוקן ברענגט, צ.ב.ש. הנאה פון דער שיינקייט פונעם מענטש, וועלעכע איז די זעלבע הנאה ווי ווען מען זעט א שיין בילד אדער האריזאנט, - וואס די הנאה איז צוליב דער שיינקייט און איז נישט געבונדן צו דעם ספעציפשן פערזאן - אדער דער לאו איז נאר ווען די הנאה קומט פונעם מהות און פערזאן, ד.ה. א מאן וואס האט הנאה פון זען א "פרוי" - נישט דווקא איר שיינקייט - אדער א פרוי וואס האט הנאה פון זען א "מאן"; אבער אנדערע סארטן הנאות - צ.ב.ש. הנאה פון שיינקייט - זענען נישט אסור צוליב דעם לאו, נאר עס איז איינגערעכנט אינעם לאו פון "ונשמרתם", ווי ווייטער ערקלערט.)
(ע"פ גמרא ברכות יב:; סמ"ק מצוה ל'; חרדים פכ"ב מל"ת מהתורה התלויות בעינים; ספר החינדוך מצוה שפ"ז; משנ"ב סי' ע"ה, סק"ז; חוט שני עמ' ל"ט; ועי' לבושה של תורה סי' ע')

• עס שטייט אין פסוק (דברים כג, י): ונשמרת מכל דבר רע. פון דעם פסוק לערנט מען ארויס, אז עס איז אסור פאר א מאן צו קוקן אויף א פרוי, אפילו נישט מיט א ספעציעלע כוונה פון עבירה. (ע"פ גמרא עבו"ז כ.; סמ"ק מצוה ל'; חרדים פכ"ב מל"ת מהתורה התלויות בעינים)

• עס שטייט אין פסוק (ויקרא יח, ו): איש איש את כל שאר בשרו לא תקרבו לגלות ערוה. פון דעם פסוק לערנט מען ארויס, אז אויב א פרעמדער מאן און פרוי קוקן איינער אויפ'ן אנדערן מיט א כוונה צו טון אן עבירה, אדער מיט א הנאה פון נאנטקייט, איז מען עובר אויפ'ן הארבן איסור פון "אביזרייהו דגילוי עריות", וואס איז "ביהרג ואל יעבר". (סנהדרין ע"ה.; נמוקי יוסף והר"ן שם; רמ"א יו"ד סי' קנ"ז; ש"ך שם סק"י; חוט שני אה"ע עמ' מ'; ועי' אגרות משה אה"ע ח"א סי' נ"ו)

• עס שטייט אין פסוק (איוב לא, א): ברית כרתי לעיני, מה אתבונן על בתולה. פון דעם פסוק לערנט מען ארויס, אז דער איסור צו קוקן אויף א פרעמדע פרוי גייט אן אויך ביי אן אומפארהייראטע פרוי. (שו"ע אה"ע סי' כ"א ס"ג)

קוקן אויף א פרעמדע פרוי

1. עס איז אסור פאר א מאן צו קוקן אפילו נאר אויפ'ן קליינעם פינגער פון א פרעמדע פרוי, אפילו אויב עס ברענגט נישט צו הרהור אדער אנדערע מכשולות. (שו"ע אה"ע סי' כ"א, ס"א; או"ח סי' ע"ה; ברכות סא.; משנ"ב סי' ע"ה, סק"ז)
חז"ל זאגן (ברכות סא.), אויב א מאן קוקט אויף א פרוי מיט כוונה, דעמאלט "אפילו דער מענטש איז פול מיט תורה און מעשים טובים אזוי ווי משה רבינו, וועט ער נישט ריין ווערן פון דער שטראף פון גיהנום".

זען א פרעמדע פרוי

2. עס זענען דא צוויי וועגן ווי אזוי א מענטש קען קוקן אויף א זאך, צ.ב.ש. א האנט: אדער קען מען קוקן מיט א כוונה עס צו באטראכטן, אזוי אז מען וועט וויסן ווי אזוי יעדער פינגער האט אויסגעקוקט, ווי לאנג און ברייט עס איז, א.א.וו.; אדער קען מען זען די האנט, אָן צולייגן קאפ צו וואס מען זעט, ד.ה. מען וועט נישט קוקן און נישט באמערקן די פרטים פון דער האנט, נאר מען וועט בלויז וויסן אז מען זעט א האנט.
די פוסקים שרייבן, אז דער איסור צו קוקן אויף א פרוי איז ווען מען קוקט, ד.ה. מען לייגט צו קאפ און מען באטראכט וואס מען זעט, אבער אויב מען זעט בלויז אז עס איז דא א פרוי און מען באטראכט נישט די פרטים ווי אזוי זי קוקט אויס, איז דאס מותר מעיקר הדין. (עס איז כדאי אנצומערקן, אז עס קען צומאל זיין, אז נאכ'ן "זען" יענעם אסאך מאל אָן באטראכטן, וועט מען שוין אויך וויסן פרטים פונעם אויסזען, אבער דאס איז נישט ווייל מען האט "געקוקט", נאר ווייל מען האט שוין אזויפיל מאל "געזען".) (יש"ש פ"ב דכתובות; משב"ז סי' ע"ה, סק"א; משנ"ב שם, סק"ז; שו"ת אגרות משה או"ח ח"א סי' מ'; עי' חוט שני אה"ע עמ' מ"ב)

(זע פאלגנדן אימעיל וועגן אויסנאמען פון דעם היתר.)

ביישפיל פון זען און קוקן
• ווען א מענטש גייט אריין אינמיטן וועג אין א געשעפט עפעס קויפן, און ווען עס קומט צו באצאלן קומט אים אויס צו קוקן און רעדן א מינוט מיט'ן געשעפטסמאן - אויב וועסטו אים פרעגן א פאר מינוט שפעטער, "ווי אזוי האט אויסגעקוקט דער געשעפטסמאן?" "וואס איז געווען דער קאליר פון זיינע האר, שווארץ אדער ברוין?" א.א.וו. - וועט דער מענטש נישט געדענקען. די סיבה איז, וויבאלד ער האט נישט "געקוקט" און צוגעלייגט קיין קאפ צו וואס ער זעט, נאר ער האט בלויז "געזען" דעם געשעפטסמאן און נישט מער. (אויב עס איז אין א געשעפט וואו ער קויפט כסדר, וועט ער אפט מיט דער צייט שוין וויסן מער פרטים איבער יענעמ'ס אויסזען, וויבאלד ער האט אים שוין עטליכע מאל געזען.)

דער אונטערשייד צווישן זען און קוקן
3. דאך איז כדאי צו וויסן, אז דער אונטערשייד צווישן "קוקן", וואס איז אסור, און "זען", וואס איז מותר מעיקר הדין, איז זייער א קליינער, און צוליב דעם דארף מען זען מחמיר צו זיין ווען מעגליך, וויבאלד פון א פשוט'ן "זען" קען מען זייער גרינג אנקומען צו "קוקן" און באטראכטן, וואס איז אסור מעיקר הדין. (עי' שבט הלוי ח"ו סי' קכ"ט, אות י"ג; שו"ת אגרות משה ח"א סי' מ')

ווען עס גייט נישט אן דער היתר פון "זען"

4. פלעצער פון א פרוי וואס עס איז דער סדר צו זיין צוגעדעקט, און אוודאי ווען זי איז נישט געקליידט בצניעות, איז אלעמאל אסור אפילו נאר צו "זען". (משב"ז סי' ע"ה, סק"א; משנ"ב שם, סק"ז; עי' חוט שני אה"ע עמ' מ"ב)
5. אזוי אויך א פרוי וועלכע איז אנגעטון ספעציעל עלעגאנט, דארף מען מחמיר זיין אפילו בלויז איר צו "זען". (חוט שני אה"ע עמ' מ"ב; לבושה של תורה סי' ע', אות ג'; שאילת יעקב סי' נ"א; עי' מלבושי מרדכי - צניעות סי' ו' ס"י בהערה)
6. אויב דאס "זען" ברענגט דעם מענטש צו הרהורים, אדער ער האט הנאה פון "זען", איז דאס אלעמאל אסור. (חוט שני אה"ע עמ' מ"ב; שו"ת אגרות משה ח"א סי' מ')

מצד המוסר און אן אדם חשוב

7. אפילו ווען עס איז מותר מעיקר הדין צו "זען", שרייבן די פוסקים אז מצד המוסר, זאל מען מחמיר זיין נישט צו זען. (משב"ז סי' ע"ה, סק"א; משנ"ב שם, סק"ז; עי' חוט שני אה"ע עמ' מ"ב)
8. אזוי אויך אן אדם חשוב דארף אלעמאל מחמיר זיין נישט צו זען קיין פרויען.
(משב"ז סי' ע"ה, סק"א; משנ"ב שם, סק"ז; עי' חוט שני אה"ע עמ' מ"ב)

א שפיגל און בילדער

9.דער איסור צו קוקן אויף א פרעמדע פרוי גייט אן אויך ווען מען זעט איר דורך א שפיגל אדער אויף א בילד (אויף פאפיר אדער עלעקטראניש), ווידעא, אד"ג. (שו"ת שבט הלוי ח"ב סי' ב'; שו"ת מנחת יצחק ח"ב סי' פ"ד, ט'; ועי' שו"ת דברי מלכיאל ח"ג סי' נ"ח)
10. און אוודאי איז קוקן אויף פריצות'דיגע בילדער, ווידעאס, א.ד.ג. גאר א הארבער איסור. (שו"ת דברי מלכיאל ח"ג סי' נ"ח; שו"ת באר משה ח"ג סי' קנ"ד, וח"ד סי' קמ"ז, סקכ"א; ישראל קדושים פ"ו)

• א ספעציעלע פארזיכטיגקייט פאדערט זיך ביים ארבעטס-פלאץ, נישט צו באשטעלן און אוודאי נישט לייענען קאטאלאגן א.ד.ג. וועלכע אנטהאלטן אויסגעלאסענע בילדער וואס עס איז אסור צו קוקן דערויף. אין פאל וואס מען איז שטארק אנגעוויזן צו קוקן אין א געוויסן קאטאלאג וואס האט אין זיך אויך אומאויסגעהאלטענע בילדער, דארף מען זען אז די אומאיידעלע בילדער זאלן פריער ווערן ארויסגענומען דערפון.

שמירת עינים פאר פרויען

11. ביי פרויען און מיידלעך גייט אויך אן דער איסור פון "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם".
א פרוי טאר נישט קוקן אויף פרעמדע מענער אדער אויסגעלאסענע מענטשן מיט א כוונה פון עבירה, אדער ווען זי טוט זיך אנזעטיגן מיט הנאה פון דאס עצם אויף קוקן אויף דעם מענטש (אדער פונעם פריצות פונעם מענטש), אבער סתם אזוי מעג זי קוקן (נישט נאר "זען" אזוי ווי ביי א מאן).
(חינוך מצוה שפ"ג; שו"ת שבט הלוי ח"ה סי' קצ"ז, אות ב'; שו"ת אגרות משה אה"ע ח"א סי' ס"ט; חוט שני אה"ע עמ' מ"ג; שו"ת אז נדברו חי"ב סי' ל"ט; ועי' בשו"ת באר משה ח"ד סי' קמ"ז, אות כ"ג)
12. מען מעג קוקן אויף א צדיק אדער אן ערליכן איד, אפילו ווען מען האט שטארק הנאה אז מען זעט די צורה פונעם צדיק, וויבאלד די הנאה איז נישט פון זען דעם מאן, נאר מ'קוקט אויפ'ן צדיק צוליב דער קדושה וואס רוט אויף אים און זיך אפצולערנען פון זיינע ערליכע וועגן, און דאס ברענגט דעם הנאה. (לבושה של תורה סי' ע"ט, אות י"א)

ביישפיל צו פארשטיין דעם איסור פאר א פרוי

ווען מען וויל קויפן א פראדוקט און מען באטראכט די פרטים דערפון, און עס איז דא דערויף אן אויסגעלאסן בילד, איז כמעט אוממעגליך פאר א מאן צו קוקן דערויף אָן נכשל ווערן מיט ראיות אסורות. א פרוי מעג אבער קוקן דערויף, ווילאנג עס איז נאר כדי צו וויסן די דעטאלן פונעם פראדוקט. אויב באטראכט זי דאס בילד און האט הנאה פון קוקן אויפ'ן אויסגעלאסנקייט, אדער אויב עס ברענגט איר צו א הרהור עבירה, איז דאס אסור פאר א פרוי, פונקט ווי פאר א מאן.

אויב מ'באמערקט בטעות א ראיה אסורה

13. דער "טור" (או"ח סי' א' ס"א) איז דאס מרמז אין די באוואוסטע ווערטער פון רבי יהודה בן תימא (אבות ה, כג) "קל כנשר" - א מענטש דארף זיין פלינק ווי אן אדלער, ד.ה. אז ווען ער באמערקט א ראיה אסורה, זאל ער תיכף ומיד אוועקקוקן, נישט עובר צו זיין אויפ'ן לאו פון "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם".
14. אויך נאכדעם וואס מען האט אוועקגעקוקט, זאל מען אכטונג געבן נישט איבערצוטראכטן וואס מ'האט געזען, כדי נישט נכשל צו ווערן אינעם איסור פון הרהור, נאר מען זאל אריינטון דעם קאפ אין אנדערע זאכן, ווי דער כלל איז, אז ווען מען טראכט פון איין זאך קען מען נישט אין דער זעלבער צייט טראכטן פון א צווייטע זאך.

זהירות פאר פרויען

15. עס איז דא אן איסור גורם צו זיין אז א צווייטער איד זאל עובר זיין אן עבירה. דעריבער ליגט א חיוב אויף א פרוי זיך צו פירן און גיין אנגעטון איידל און באשיידן, כדי נישט צו ברענגען א שטרויכלונג פאר א פרעמדן מאן. (דאס איז אויסער די אנדערע טעמים אויף די חיובים פון צניעות.) (רמב"ם סה"מ לאווין רצ"ט; פרהמ"ש שביעית פ"ה מ"ו; רבינו יונה אגרת התשובה דרש ג' נ"ח; ועיין שו"ת שבט הלוי ח"ב סי' ס"ב וח"ה סי' צ"ד; שו"ת להורות נתן סוף ח"ה בקונטרס מבעד לצמתיך פ"ה אות ג')
16. א פרוי וואס ארבעט צווישן מענער דארף ספעציעל אכטונג געבן צו גיין אנגעטון צניעות'דיג, איידל און פשוט - וואס ווייניגער צירונגען, פארב אויפ'ן פנים, און נישט מיט שמעקעדיגן פארפיום. און אוודאי זאל נישט גיין געקליידט אויף אן אופן וואס ברענגט אויפמערקזאמקייט – ווי קורצע און שמאל-געפאסטע קליידער, קליידער וואס דעקן נישט צו אלע חלקים פונעם גוף ווי עס דארף צו זיין, ווי אויך אומאיידעלע און אומאויסגעהאלטענע שייטלעך, א.ד.ג., וויבאלד די אלע זאכן ברענגען גרויסע מכשולות פאר די מענער וואס קומען מיט איר אין בארירונג. (דאס איז חוץ פון די חיובים מדין צניעות.)

אייגנטימער און מענעדזשערס

17. איז כדאי אריינצושרייבן אינעם ביזנעס-קאנטראקט פאר נייע ארבעטארינס, אז זיי דארפן אכטונג געבן צו גיין אנגעטון איידל און צניעות'דיג און זיך אויפפירן פראפעסיאנעלאון אנשטענדיג ביים ארבעטס-פלאץ. אזוי אויך זאל מען דורכאויס דעם יאר, ספעציעל אינעם זומער-סעזאן, ארויסשיקן כסדר אימעיל-דערמאנונגען א.ד.ג. וועגן די קליידונגס-פארשריפטן פונעם ארבעטס-פלאץ.

אחריות אויפ'ן געשעפטס-אייגנטימער

18. א קליידונג-געשעפט דארף זיכער מאכן אז אלע קליידער וואס ווערן דארט פארקויפט זענען אויסגעהאלטן לויט דער הלכה און די גדרי צניעות, ווייל עס איז אן איסור צו פאבריצירן אדער פארקויפן נישט-צניעות'דיגע קליידונג פאר אידישע פרויען. (עס גייט אריין אין עטליכע הארבע איסורים, "מסייע לדבר עבירה", "מכשיל את הרבים", און נאך.) (עי' שו"ת שבט הלוי ח"ב סי' ס"ב, וח"ד סי' א'; דרשות שבט הלוי ח"ב עמ' קכ"ג)
19. עס ליגט אן אחריות אויף א געשעפטס-אייגנטימער וואס פארקויפט זאכן וועלכע זענען פאבריצירט געווארן דורך גויאישע קאמפאניס און האבן אויף זיך אויסגעלאסענע בילדער, צו פארדעקן די בילדער, כדי נישט מכשיל צו זיין די קאסטומערס. (עי' שו"ת שבט הלוי ח"ב סי' ס"ב, וח"ד סי' א'; דרשות שבט הלוי ח"ב עמ' קכ"ג)

פּראפיל און "סקרין-סעיווער" בילדער

20. ווי שוין דערמאנט, איז דא אן איסור גורם צו זיין א שטרויכלונג פאר א צווייטן איד. דעריבער דארף מען אכטונג געבן אז די בילדער וואס מען שטעלט אן אויפ'ן סעלפאן- אדער אימעיל-פּראָפיל (profile picture) א.ד.ג. זאלן זיין אויסגעהאלטענע, כדי נישט מכשיל צו זיין די וואס מען שטייט מיט זיי אין פארבינדונג.
21. אזוי אויך ווען מען שטעלט אן א "סקרין-סעיווער" (screensaver) אדער "וואָלפּעיפּער" (wallpaper) אויפ'ן קאמפיוטער, לעפּטאפּ א.ד.ג., דארף מען אכטונג געבן אז דאס בילד זאל זיין אויסגעהאלטן, נישט מכשיל צו זיין די מיטארבעטער אד"ג.

בילדער און ווידעאס אויף "לינקד-אין" א.ד.ג.

22. עס זענען דא געוויסע פלאטפארמעס וועלכע ווערן גענוצט אין דער ביזנעס-וועלט, צ.ב.ש. "לינקד-אין" (LinkedIn), אין וועלכע מען קען גרינגערהייט, מיט איין קוועטש, מאכן אז פיל מענטשן זאלן באקומען ווידעאס און בילדער פון אנדערע (מען זאל נישט ארויסנעמען פון דא א היתר פאר'ן באנוץ מיט די פלאטפארמעס - דאס זאל יעדער פרעגן זיין רב און מורה דרך; מיר שרייבן נאר וועגן דעם מציאות הדברים), און עס קען אומווילנדיג געשיקט ווערן א ווידעא פון א פרוי פאר אלע קאנטאקטן, צווישן זיי אויך מענער, וואס דורך דעם קען מען זיין א מכשיל את הרבים; כל-שכן ווען עס האנדלט זיך פון א ווידעא אדער בילד פון א פרוי וועלכע גייט אנגעטון אויסגעלאסן. מען דארף שטארק אכטונג געבן אז דאס זאל נישט פאסירן.

פארקויפן אנליין

23. א באזונדער זהירות פאדערט זיך פאר די וועלכע פארקויפן פראדוקטן "אנליין", ווי צ.ב.ש. אויף "עמעזאן", נישט ארויסצושטעלן קיין בילדער אדער ווידיאס (צ.ב.ש. צו מארקעטן דעם פראדוקט א.ד.ג.) וועלכע קענען מכשיל זיין אנדערע מיט ראיות אסורות, אפילו ווען רוב באזיכער אויפ'ן וועבסייט זענען גויים, און אוודאי נישט ארויסשטעלן קיין פריצות'דיגע בילדער, וואס דאס גרעניצט זיך מיט הרבע איסורים פון "לפני עיוור לא תתן מכשול", מסייע לדבר עבירה, און מכשיל את הרבים, און אין געוויסע פעלער מיט דער הארבער עבירה פון חילול השם. (תשובות גדולי הפוסקים הנמצאים במערכת)


וויפיל מען דארף זען אז עס זאל נישט שטערן
ווען מען רעדט פון שמירת עינים, זענען דא אזעלכע וואס זאגן, "כ'פארשטיי נישט וואס מען וויל. איך האב שויך געזען זאכן, און מיר שטערט עס נישט, ס'געשעט גארנישט צו מיר", אא"וו. וועלן מיר ברענגען א מעשה וואס עס האט דערציילט דער באוואוסטער מגיד הרה"ג רבי שלום שרגא פייש פאפלאנאש שליט"א:
ארום 600 יאר צוריק, האט געלעבט א גרויסער גדול, רבי יעקב יום טוב ליפהאזען, באוואוסט אלס רבי יום טוב מליפהאזען, וועלכער האט אסאך עוסק געווען אין עניני הכלל און איז געווען א מקורב למלכות.
ויהי היום, האט דער קעניג אים געשיקט רופן און געפרעגט: "זאג מיר נאר, איז דאס אמת אז אידן לייגן אריין בלוט אין די פסח'דיגע מצות?!"
רבי יום טוב האט פארשטאנען אז דער קעניג הייבט אן גלייבן אין די נידערטרעכטיגע בלוט-בלבולים קעגן אידן, און אז דאס ברענגט נישט קיין גוטס, האט רבי יום טוב אים געענטפערט: "הויכגעשעצטער קעניג! איך וויל אייך בעטן א זאך: דאס קומענדיגע מאל וואס איינער וועט פאראורטיילט ווערן צו טויט-שטראף, זאל מען אויספירן דעם אורטייל אין הארץ פון אידישן קווארטל."
דער קעניג האט פארשטאנען, אז געוויס ליגט עפעס א חכמה אין די רייד, האט ער דערויף איינגעשטימט.
איין טאג איז געכאפט געווארן אין לאנד א שפיאן, און ער איז פאראורטיילט געווארן צום טויט. דער קעניג האט געהאלטן ווארט, און אין א קורצע צייט האט מען געהערט אויסרופן אין אלע גאסן פון שטאט, אז אויפצומארגנס וועט מען הענגען דעם געכאפטן שפיאן אין צענטער פון אידישן קווארטל.
אויפצומארגנס, האבן אלע טאטעס און מאמעס אין אידישן קווארטל שנעל געכאפט זייערע קינדער, גרויס און קליין, זיי אריינגענומען אין די הייזער, טיף אין די אינעווייניגסטע צימערן, און הערמעטיש פארשלאסן די טירן און אראפגעלאזט די ליילעכער אויף די פענסטער, אז די קינדער זאלן נישט צוזען מיט די אויגן די שוידערליכע סצענע, ווי א מענטש ווערט אומגעברענגט.
דערווייל איז אנגעקומען א גרויסער המון פון גויים, וועלכע האבן געשטראמט צום אידישן קווארטל. אויך דער קעניג איז אנגעקומען צווישן די פארזאמלטע. מען האט געברענגט דעם שפיאן, אים געשטעלט אויף דער טריבונע און פארצויגן דאס שטריקל אויף זיין האלדז. א וויילע האט ער זיך געראנגלט, און דאן האט ער אויסגעהויכט דעם לעצטן אטעם, און דער לעבנסלאזער קערפער איז געבליבן הענגען אויף דער סלופע, צום פייערליכן געשאל פון די פארזאמלטע.
אין יענעם מאמענט איז אנגעקומען א איד און צוגעטראטן צום קעניג. דאס איז געווען אונזער רבי יום טוב. "הויכגעשעצטער קעניג!" האט ער געזאגט. "איך האב צו אייך א פראגע: צי זעט איר שטיין דא איין איד צווישן די פארזאמלטע?"
דער קעניג קוקט זיך אום, רעכטס, לינקס, פון פארנט, פון הינטן, אויף אלע זייטן. "ניין," ענטפערט ער. "איך זע נישט קיין איינציגן איד."
"פארוואס זענען נישט פאראן דא קיין אידן?" פרעגט ווייטער רבי יום טוב. "וואו זענען אלע אידישע איינוואוינער?"
"כ'ווייס נישט," זאגט דער קעניג. "דו ביסט דאך א איד, וועסטו בעסער וויסן. זאג דו."
"אדוני המלך!" רופט אויס רבי יום טוב. "איך האב צו אייך א פראגע. ווען דער קעניג זעט אזא סצענע, ווי מען הרג'עט א מענטש - וואס טראכט בשעת מעשה זיין הויכגעשעצטע מאיעסטעט?"
"וואס כ'טראכט?" זאגט דער קעניג. "כ'טראכט, אז ס'איז זייער אנגענעם צו זען אזא ספעקטאקל, ווי מען רוימט אפ מיינע שונאים."
"איז דאס אייך אלעמאל געווען אזוי אנגענעם?" פרעגט רבי יום טוב.
"ניין," זאגט דער קעניג. "איך וועל מודה זיין, אז כ'האב נישט אלעמאל געהאט אזא געשמאק דערצו. ווען איך בין געווען פינף יאר אלט, בין איך דאס ערשטע מאל גענומען געווארן אין יאגד, זען ווי מען פאנגט חיות. איך האב געזען ווי מען שיסט א הערש - און דערנאך האב איך נישט געקענט שלאפן די גאנצע נאכט. אזוי איז עס געווען עטליכע מאל, ביז מיט דער צייט, נאכ'ן זען אזויפיל רציחות, האב איך זיך צוגעוואוינט דערצו, און נישט נאר וואס עס איז מיר נישט שווער און עס רודערט מיך נישט אויף, נאר כ'האב אפילו א געשמאק דאס צו זען!"
זאגט רבי יום טוב צום קעניג: "אויב אזוי, האב איך צו אייך, הויכגעשעצטער קעניג, נאך איין פראגע: אויב וואלט דאס אמת געווען אז אידן קוילען א קריסטליך קינד אין צוגרייטונג צום אידישן יום טוב פסח, וואלטן דאך געדארפט זיין דא פארזאמלט, נאך אזויפיל יארן צוזען די מארד-ריטואלן, טויזנטער אידישע צושויער וואס זאלן שטיין און אנקוועלן פון דער צערעמאניע ווי מען הענגט א מענטש צום טויט. פארוואס איז דאן קיין איד דא נישט פאראן? נישט אנדערש, נאר אידן האבן נאך קיינמאל נישט בייגעוואוינט אזא סצענע ווי א מענטש ווערט ערמארדעט, און עס וואלט געווען פאר זיי אומדערטרעגליך דאס צו זען. נו, בלייבט עס נאך היינט א פראגע, צי אידן קוילען א קריסט אריינצולייגן זיין בלוט אין די מצות?..."

לעניננו: ווען א מענטש קוקט אויף אן אויסגעלאסן בילד און זאגט, "מיר שטערט עס נישט", א.ד.ג., קומט עס בדרך כלל נישט פון דעם וואס ער איז גאר שטארק אויסגעארבעט און עס האט נישט אויף אים קיין השפעה, נאר אדרבא, ווייל עס איז שוין ביי אים א געוואוינהייט און ער קען עס שוין דערהייבן... ווי דער סאטמארער רבי בעל "דברי יואל" זצ"ל האט אמאל געענטפערט פאר איינעם וואס האט פרובירט זיך געבן אזא אויסרייד – "וואס איז די פראבלעם? מיר שאט עס נישט..." – זאגנדיג: "וויפיל האסטו געדארפט זען אז עס זאל דיר מער נישט שטערן?..."

די וועלט איז אויסגעשלאסן פון אונז
מיר וועלן מסיים זיין די הלכות פון שמירת עינים מיט גאר א באלערנדן מוסר השכל וואס גיט דעם ריכטיגן בליק און מחשבה, ווי אזוי צוצוגיין די נושא:
לאמיר אריינטראכטן א מינוט, ווי אזוי עס גייט צו ווען מען פירט גאר טייערע חפצים פון איין פלאץ צום אנדערן, ווי דימאנטן, קעש צום באנק, אד"ג.
די גאנצע פראצעדור פונעם אריבערפירן די חפצים איז גאר שטארק באוואכט מיט אלע סארטן זיכערהייט-מיטלען וואס נאר שייך: מ'טראגט די סחורה אין געפאנצערטע אויטאמאבילן. די דרייווער און מיטפארער זענען באוואפנט און אנגעטון אין שוץ-קליידער. דערנאך, ביים אפלאדענען דעם מאטעריאל, איז די געביידע ארומגענומען מיט א צוים און שטרענג באוואכט. מ'דארף אריינרופן צום אויפזעער פון דער געביידע, אז מ'וויל אריינפירן די סחורה, א.א.וו. אויף יעדן טריט און שריט.
איינער וואס ארבעט א גאנצן טאג אויף אזא פלאץ קען זיך שפירן איינגעשפארט און באגרעניצט; מ'קען זיך נישט באוועגן פריי און האבן צופיל פארבינדונג מיט דער דרויסנדיגער סביבה. דער אמת איז אבער נישט אזוי, ווייל דער מענטש וואס געפינט זיך אינעווייניג ווייסט, אז ס'איז פונקט פארקערט – נישט ער איז אויסגעשפארט פון דער וועלט, נאר די וועלט איז אויסגעשפארט פון אים! די אוצרות דא אינעווייניג זענען אזוי טייער, אז עס מוז זיין שטרענג באוואכט און באשיצט.
דאס זעלבע אויך ווען א קעניג אדער פרעזידענט גייט אויפ'ן וועג, אין באגלייטונג פון וועכטער פון פארנט און פון הינטן, פון אלע זייטן, מיט געווער און ספעציעלע זיכערהייט-מאסנאמען. די שוץ-מיטלען זענען דא, נישט אויף צו באדראען אדער ענג מאכן פאר'ן קעניג; פארקערט, זיי היטן אים פון דרויסנדיגע פיינט און גיבן אכטונג אויף זיין זיכערהייט און כבוד.
די זעלבע זאך איז ווען עס קומט צו שמירת עינים. אשר בחר בנו מכל העמים. מיר זענען אויסדערוועלט און חשוב'ער פון אלע פעלקער. די אויגן זענען פון די טייערסטע ארטיקלען וואס מיר פארמאגן. אלץ וואס מיר זעען גייט אריין אין אונז, און מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז די אלגעמיינע גאס זאל זיך אריינכאפן און אונז שעדיגן. דעריבער מוזן מיר זיך גאר שטארק באשיצן און פארטיידיגן. מען שפארט מען אויס די גאנצע וועלט פון אונז!
(גליון העולמי, מאמר התחזקות שמירת עינים)



זיך איינצושרייבן צו באקומען די דעהו טעגליכע אימעיל קליקט דא
נושא בהלכה זו נתנדב ע"י:

צו וואלענטירן און העלפן דעהו אויף צו קענען אהערשטעלן די רייכע אימעילס
קליקט דא
מנדב צו זיין א טעגליכע אימעיל, און אזוי אויך פאר אלע אנדערע נדבות
קליקט דא
איבערצוגעבן א מעשה, דבר חיזוק, אדער סיי וועלכע הערות און קאמענטארן
קליקט דא
איר קענט איוך שיקן אן אימעיל צו [email protected] |אדער קענט איר רופן 929-367-7664
פאר סיי וועלכע נדבות קענט איר אויך רופן דעם אטאמאטישע נדבה ליין 845-237-3880
זיך איינצושרייבן צו באקומען די דעהו טעגליכע אימעיל קליקט דא

דעהו הלכה יומית
תחת פיקוחו של
הגה"צ רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ שליט"א
דומ"ץ סקווירא ב"פ
Copyright © 2022 Doeihu Daily Halacha
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

שמחהלע האט געשריבן:
האב איך געהערט ביי די כינוס די פייערדיגע דרשה פין הרב טויסיג ווי ער רעדט שטארק איבער דעם לא תתורו אז סאיז נוגע פונקט אזוי ביי נשים, ווי אויך ר'שמעון שפיצער האט עס דערמאנט עטליכע מאל ביי די לעצטיגע שיעורים איבער ולא תתורו, וויל איך וויסען וואס דאס מיינט לגבי נשים, איז שייך שמירת עינים אזוי ווי ביי מענער?
הגאון רבי שמשון פינקוס אין זיין ספר נפש חי' האט זייער א שיינע שמועס בנוגע שמירת עינים ביי פרויען, איך לייג א לינק וואו ער רעדט דערפון, אבער ס'איז כדאי צו זען דעם גאנצן פרק

https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=43
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

תג נוצער האט געשריבן:
שמחהלע האט געשריבן:
האב איך געהערט ביי די כינוס די פייערדיגע דרשה פין הרב טויסיג ווי ער רעדט שטארק איבער דעם לא תתורו אז סאיז נוגע פונקט אזוי ביי נשים, ווי אויך ר'שמעון שפיצער האט עס דערמאנט עטליכע מאל ביי די לעצטיגע שיעורים איבער ולא תתורו, וויל איך וויסען וואס דאס מיינט לגבי נשים, איז שייך שמירת עינים אזוי ווי ביי מענער?
הגאון רבי שמשון פינקוס אין זיין ספר נפש חי' האט זייער א שיינע שמועס בנוגע שמירת עינים ביי פרויען, איך לייג א לינק וואו ער רעדט דערפון, אבער ס'איז כדאי צו זען דעם גאנצן פרק

https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=43
שכוח! זייער אינטערעסאנט!
אוועטאר
איש יהודי בשושן
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2022 12:10 pm

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש יהודי בשושן »

איך וועל דא ציטירן וואס איך האב שוין געשריבן און די אשכול אויף ר׳ שרגא געשטעטנער ע״ה

עס האט מיר פארציילט א אינגערמאן וואס בדידיה הוי עובדא. שרגי געשטעטנער ע״ה האט גע׳טענה׳ט מען דארף היטען די אויגן פאר יעדע פרייז און אויב מ׳וויל קען מען. און דער אינגערמאן האט גע׳טענה׳ט אז למעשה איז נישט אייביג מעגליך אינגאנצען, אוודאי מ׳פראבירט אויף וויפיל מעגליך אבער אויף צורך מסחר מעז מען אמאל פארקיקען למחצה לשליש ורביע…

האט אים שרגי ע״ה געזאגט בקול רם ״אינגערמאן!! קוק אריין און מיינע אויגן… די זעסט די אויגן… די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!״

און ער זאגט אים ווייטער ״איך זאג עס דיר, נישט ווייל איך האלט זיך גרויס, אין נישט ווייל איך האב א קליינע ייצר הרע, וויסען זאלסטו אז די גרעסטע ייצר הרע און גאנץ ניו יארק זיצט ביי מיר און הארץ, איך זאג עס דיר ווייל איך וויל דיר ווייזען אז עס איז יא מעגליך!!!״

און שרגי פלעגט פארן אויף טרעיד שויס צי מאנהעטטען און לאס וועגעס אין דאך האט ער עס באוויזן!!
ס׳איז לא יאומן ווער דער שרגי ע״ה איז געווען!
אוי לנו אז מיר האבן אים פארלוירן!!!!
לאמיר זיך מחזק זיין און יראת שמים און לימוד התורה זאל עס זיין לעילו נשמתו הטהורה ״שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד״
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3099
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

הרה"ג ר' אהרן טויסיג שליט"א
שמירת העינים

https://www.kolhalashon.com/New/Shiurim ... =%20Hebrew
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אב בחכמה
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 6:36 pm

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב בחכמה »

פריילאך האט געשריבן:
מיר וועלן מסיים זיין די הלכות פון שמירת עינים מיט גאר א באלערנדן מוסר השכל וואס גיט דעם ריכטיגן בליק און מחשבה, ווי אזוי צוצוגיין די נושא:

לאמיר אריינטראכטן א מינוט, ווי אזוי עס גייט צו ווען מען פירט גאר טייערע חפצים פון איין פלאץ צום אנדערן, ווי דימאנטן, קעש צום באנק, אד"ג.
די גאנצע פראצעדור פונעם אריבערפירן די חפצים איז גאר שטארק באוואכט מיט אלע סארטן זיכערהייט-מיטלען וואס נאר שייך: מ'טראגט די סחורה אין געפאנצערטע אויטאמאבילן. די דרייווער און מיטפארער זענען באוואפנט און אנגעטון אין שוץ-קליידער. דערנאך, ביים אפלאדענען דעם מאטעריאל, איז די געביידע ארומגענומען מיט א צוים און שטרענג באוואכט. מ'דארף אריינרופן צום אויפזעער פון דער געביידע, אז מ'וויל אריינפירן די סחורה, א.א.וו. אויף יעדן טריט און שריט.

איינער וואס ארבעט א גאנצן טאג אויף אזא פלאץ קען זיך שפירן איינגעשפארט און באגרעניצט; מ'קען זיך נישט באוועגן פריי און האבן צופיל פארבינדונג מיט דער דרויסנדיגער סביבה. דער אמת איז אבער נישט אזוי, ווייל דער מענטש וואס געפינט זיך אינעווייניג ווייסט, אז ס'איז פונקט פארקערט – נישט ער איז אויסגעשפארט פון דער וועלט, נאר די וועלט איז אויסגעשפארט פון אים! די אוצרות דא אינעווייניג זענען אזוי טייער, אז עס מוז זיין שטרענג באוואכט און באשיצט.

דאס זעלבע אויך ווען א קעניג אדער פרעזידענט גייט אויפ'ן וועג, אין באגלייטונג פון וועכטער פון פארנט און פון הינטן, פון אלע זייטן, מיט געווער און ספעציעלע זיכערהייט-מאסנאמען. די שוץ-מיטלען זענען דא, נישט אויף צו באדראען אדער ענג מאכן פאר'ן קעניג; פארקערט, זיי היטן אים פון דרויסנדיגע פיינט און גיבן אכטונג אויף זיין זיכערהייט און כבוד.

די זעלבע זאך איז ווען עס קומט צו שמירת עינים. אשר בחר בנו מכל העמים. מיר זענען אויסדערוועלט און חשוב'ער פון אלע פעלקער. די אויגן זענען פון די טייערסטע ארטיקלען וואס מיר פארמאגן. אלץ וואס מיר זעען גייט אריין אין אונז, און מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז די אלגעמיינע גאס זאל זיך אריינכאפן און אונז שעדיגן. דעריבער מוזן מיר זיך גאר שטארק באשיצן און פארטיידיגן. מען שפארט מען אויס די גאנצע וועלט פון אונז!
(גליון העולמי, מאמר התחזקות שמירת עינים)
ישר כח
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
https://drive.google.com/file/d/1Krxea9 ... BeaBs/edit
די ספר וועט דיר לערנען אז נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב א איד זאל נאר נישט זיין בלייבט ער א הייליגע איד!
מצוות כרימון
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2022 10:59 am

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצוות כרימון »

משגיח כללי
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 8:57 pm

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח כללי »

איך זיך די מאמר התחזקות פון חג הפסח תשפ''ב ביטע
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

משגיח כללי האט געשריבן:
איך זיך די מאמר התחזקות פון חג הפסח תשפ''ב ביטע
https://yiddishevinkel.com/wp-content/u ... %A9-90.pdf
אב בחכמה
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 6:36 pm

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב בחכמה »

די רבינו בחיי שרייבט אויפן פסוק יראת ה' היא אוצרו איז ער איז מסבר וואס לייגט מען און א אוצר נאר א טייערע זאך עפעס וואס מען האט נישט סתם אזוי, כביכול ביים אייבערשטן איז נאר דא איין זאך וואס ער האט נישט און דאס לייגט ער און זיין אוצר, דאס איז יראת שמים, ווייל דאס איז איין זאך וואס ליגט נאר בידו פון די מענטש הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים און דאס האט ביי אים די גרעסטע חשיבות

זיין הייליגע לשון: וכן אמרו עוד (ישעיה לג) יראת ה' היא אוצרו, או יאמר יראת ה' שהיא אצל היראים היא אוצרו שגונז אותה להם. וטעם שהזכיר ביראה לשון אוצר, כי אין ביד המלך לעשות אוצר אם לא יקבץ ממון מאחרים, ומה שהוא מקבץ וגונז ביחוד ההוא יקרא אוצר, וכן היראה אינה בידי שמים ולכך יקראנה אוצר. והא למדת שהיראה עיקר הכל וגדולה היא משאר המדות והיא העולה על כל המצות.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
https://drive.google.com/file/d/1Krxea9 ... BeaBs/edit
די ספר וועט דיר לערנען אז נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב א איד זאל נאר נישט זיין בלייבט ער א הייליגע איד!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8797
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

געהערט די וואך זייער א שטארקע ווארט בשם הג"ר עזריאל טויבער ז"ל

אונזער תורה און מצות איז ווייט ווייט פון גלייך צו די תורה און מצות פון די פריערדיגע דורות, מ'וויל טון א מצוה, מ'איז נישט זיכער אויב מ'האט דאס געטון בשלימות, מיטן גאנצן הידור, איין זאך וואס איז די זעלבע אויב נישט אויף א שטערקערן פארנעם ווי די פריערדיגע דורות, דאס איז שמירת עינים!

שמירת עינים איז איין זאך, נישט קוקן! און דאן האסטו דאס געטון מיטן זעלבן שלימות ווי אמאל!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

עיין בן איש חי פרשת ואתחנן שנה ראשונה בהקדמה מה שפירש בזה וז"ל:

ואחר עליה של גן עדן התחתון, יש עליה גדולה ממנה, שהיא בגן עדן העליון, ושם הנשמה נזונית בראיה שמסתכלת בזיו השכינה,ועל זה אמרו רבותינו זכרונם לברכה, עולם הבא אין בו אכילה ושתיה, אלא צדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם, ונהנין מזיו השכינה, והוא הנאה בעינים שלהם, ולכן עשה השם יתברך שלשה איברים אלו, פה חוטם עין, זה למעלה מזה, כפי סדר מדרגות ההנאות שיש לאדם בזה אחר זה כאמור, ובזה פירשתי בסייעתא דשמיא, רמז הכתוב בן פורת יוסף בן פורת עלי עין, כי הצדיק נקרא יוסף, על דרך שאמרו רבותינו זכרונם לברכה, תלמידי חכמים כל זמן שמזקינין, דעתן מתוספת עליהם, ואחר עולם הזה, הוא בן פורת בגן עדן, שיש לו חן מחודש בהנאתו להיות ניזון מן הריח, ואחר חן זה, עוד יש לו חן נוסף, וזהו בן פורת עלי עין, שיהיה נזון ונהנה בראית העין וזהו תכלית הנאתו:

ולכן צריך האדם להזהר בעולם הזה בפגם המגיע לעיניו יותר מכל האיברים, יען כי כל אבר שחוטא הגוף בו, הנה הוא פוגם כנגדו באבר של נשמתו, ומאחר שתכלית המעלה של הנאת נשמת האדם הוא בעינים, לכך צריך לקדש ולטהר העינים שלו, בהיותו בעולם הזה, יותר מכל איברים שלו.
עבד אברהם
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 23, 2020 5:21 pm

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבד אברהם »

פארשער האט געשריבן:
משגיח כללי האט געשריבן:
איך זיך די מאמר התחזקות פון חג הפסח תשפ''ב ביטע
https://yiddishevinkel.com/wp-content/u ... %A9-90.pdf
קען איינער ביטע אהער ברענגען אויף PDF ?
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

איינער מיט די נומבער פין די טהור עינים האטליין?
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3099
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

718-977-5554

אשכול איבער עינים

viewtopic.php?f=3&t=53111
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6612
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

שמחהלע האט געשריבן:
איינער מיט די נומבער פין די טהור עינים האטליין?
עינים האט א האטליין, טהור עינים געט ארויס די גליונות. צוויי צדיקים וואס ארבעטן צוזאמען צו מוסיף זיין קדושה אין כלל ישראל
אני הוא הנער, נער המדבר
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

שכוח תזכו למצוות!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4139
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: זיך שטארקן אויף עדיקשאן = יסורים ממרקת..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

פריילאך האט געשריבן:
מורא'דיגע חיזוק ווערטער... פונעם הייליגן ישמח משה זצוק"ל
ווען מיר פרובירן זיך צו מקדש ומטהר זיין.. און מען מוטשעט זיך יעדן מינוט ווידער..

הילולת מרן ה’ישמח משה’ הרה”ק רבי משה בן רבי צבי הירש זי”ע ועכ”י אמן.

היה אדוק בחטא ופרש ממנו, נחשב לו כתשובת המשקל


ונזכיר מכתב יד שכתב הישמח משה מה שנגלה לו בחלומו, חלום אמת.

"ביום ראש חודש אב תקמ”ד בבוקר ואני בחלומי ואלי דבר יגונב, שאם אדם חטא כל
ימיו, או משוקע לגמרי בעבירות, או היה אדוק בעבירה אחת בקשר אמיץ, ואח”כ
מתחרט ובוכה בכיה רבה ומקבל על עצמו שלא יעשה עוד, אע”פ שעבר על חייבי
כריתות ומיתות בית דין נמחל לו ואינו צריך עוד תשובת המשקל, כי היסורים שיש
לו לעזוב את החיבור והאדיקות שהיה לו בחטא זה, נחשב לו ככפרת תשובת
המשקל
. כי כל מה שנתנו הראשונים והאריז”ל תשובת המשקל היה בחטא שלא
היה משוקע בה, רק צריך להתענות כנגד מה שכאילו נהנה מן העבירה, אך אין לו
חיבור חזק שיצטרך להתייסר בניתוקו, משא”כ כשהיה רגיל בעבירה, הרי בכל
עת שיצרו תוקפו לעשות את המורגל, והוא פורש ועוזב עוד פעם ועוד פעם בכל
הכוחות, יש לו צער הגוף לזבוח את יצרו בכל פעם ופעם, ואין לך תשובת המשקל
גדול מזה
, ועל זה נאמר, ‘כולו הפך לבן טהור’, כיון שהיה משוקע לגמרי בחטא,
ע”י שפורש ממנו הרי הוא טהור ואין צריך לתשובת המשקל.

והקשה בחלום, שמא יטעה אדם לומר לאחר שחטא רק מעט, אולי עדיף ח”ו
שישתקע יותר בחטא כדי שאח”כ כשיפרוש, יהיה לו הצער כתשובת המשקל.
על זה אמרו חז”ל ‘אחטא ואשוב אחטא ואשוב אין מספיקין בידו לעשות תשובה’,
גם כשסיבת החטא הוא על מנת לשוב בתשובה שלימה.. וכתב ‘וכן אמרו לי
[בחלום] על איש אחד שהיה כנ”ל’. עד כאן החלום, ברוך ה’ כי חפץ חסד הוא’.
די ווארט איז שטארק נתפרסם געווארן דורך המגיד ר׳ מנשה ישראל רייזמאן ביי זיין טעגליכע שיעור
ער רעדט וועגן עדיקשען צו עבירות וכו׳ אז דאס אפגעוואוינען איז די תשובה וכו
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3099
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

די לעצטע פאר גליונות. אינקלאדינג די וואכעדיגע לך-וירא

גליון טהור עינים יודיש
https://drive.google.com/drive/folders/ ... B-xEKyX8b_

גליון טהור עינים לה"ק
https://drive.google.com/drive/folders/ ... 7RNtzrmvu4
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3099
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

הרב בערל גורעלניק קומט אריין זייער קלאר אין גליון טהור עינים..
אטעטשמענטס
1
1
SnipImage (1).JPG (190.42 KiB) געזען 885 מאל
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”