דאס מיינט צומישט!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע:נעבן וואנט

דאס מיינט צומישט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

ר' יעקב שטיין. ווי מיר קענען עים איזער גאנץ א הויכע יונגערמאן. כ'מיין נישט הויעך אין געוואוקס נאר הויעך אויפן קול. ווען מ'זעט עים אין שול שטייט ער און פירט אן א קופקע אויפן העכסטן וואליום. און ווען מ'זעט עים אין גאס רעטער געווענליך אויפן סעל – עט ליסט לאמיר האפן ער רעט אויפן סעל ווייל רעדן רעטער און זען קעמעניש קיינם – טאקע מיט א הילכיגע שטימע למען ישמעו וילמדו (חיריק יוד) וילמדו (פתח למד) וכו' וכו'.

וואס רעטער אונזער ר' יעקב (אדער ווי דע 'חברים' רופן עים: 'טיפש')? איז אזוי, קודם כל ווייסטער אלע פאליטיק בחצרות הקדושים, אבער חלילה ער רעט קיינמאל נישט קיין פאליטיק. אדרבה, ער'ז אזוי מקפיד אויף דעם אז מ'קען קיין ווארט פאליטיק נישט ארויסציען פון זיין מויל, באט איין זאך יא, טאמער זאגט איינער א ווארט וואס מ'קען פארשטיין פונעס אז יענער ווייסט נישט דער 'אמת' דעמאלטס ווען ר' יעקב 'נאר' אויסגלייכן די ענינים. און ער'ז דאך נישט מער ווי גערעכט, דען ווי קעמען לאזן א איד בלייבן מיט א טעות?

אמאל מאכט זיך אפילו יענער זאגטעם גארנישט, באט ס'דאכט זיך נאר פאר ר' יעקב אז יענער 'פארשטייט נישט', וועט ער פשוט מחמת זיין גאלדענע מדות און ווייכע הארץ יענעם אביסל אויפקלערן, יענער זאל זיך נישט שעמען צו קומען אין בית מעדריש אדער גיין אין מקוה.

און אז מ'דערמאנט שוין מקוה, דארט איז יענקי דער גאנצע בשעת מעשה. ער פארברענגט דארט א לענגערע צייט – אמער טאר מען דען זיך איילן ביי קדושה וטהרה זאכן? – און ביני לביני מאכטער א ס"ה פון אלע נייעס איבערן וועלט, און לייגט צו זיינע אנאליזן. ס'מעך א גרויסע וואונדר פארוואס קאלמעוואסער האט עים נאכנישט אינטערוויוד...

כ'פארצייל ווי לאנג ער ווייקט זיך אין מקוה נישט אלס לשון הרע נאר פארקערט אלס לימוד זכות, מ'זאל פארשטיין פארוואס ביי אשרי ובא לציון טוטער שוין אויס זיין ר"ת תפילין (אין א גוטע טאג) און יאגט זיך ארויס פון שול. ביי חסידים האט מען דאך געוואוסט אז די הכנה למצוה איז גרעסער ווי דער מצוה אליינס, סאו וואס קענער טון אויב ס'בלייבט שויניש גענוג צייט צו דאווענען נאך זיין לאנגע מקוה?


היינט אינדערפרי האבעך געדאווענט אין זיין מנין און כ'אבאמערקט א וואונדערליכע זאך. מ'האט שוין געהאלטן ביי קוה אל ה' און יענקי איז נאך געשטאנען באקליידט און באבינדען מיטן טלית ותפילין. כ'ווייס נישט פארוואס באט ס'מעך געקומן טרערן אין די אויגן, איין קלייניגקייט – א יונגערמאן טוט תשובה אין חודש אלול און נעמט זיך צום דאווענען. כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ער'ז טאקע אן ערנסטע יונגערמאן, נאר אומגעקערט, כ'פלעג אראפקוקן אויף עים און באטראכט אלס ליידיגגייער. זע'עך שוין אז מ'קעניש וויסן ווער ס'ז פארפוילט און ווער נישט.

כ'אשוין אנגעפאנגן טראכטן וויזוי כ'קענעם מחזק זיין און צושטופן ער זאל אנהאלטן זיינע גוטע קבלות אויף ווייטער. כ'אניש געוואלט סטאמעזוי צוגיין און עים זאגן ווייל כ'קענאך קאליע מאכן און מ'קעניש וויסן ווער ס'ראנגעלט זיך, האבעך מעך גוט איבערגעוואויגן און אפגעציילט מיינע רייד, ביז כ'אגעהאט א פארטיגע דרשה פון דזשאסט דע רייט בעלענס פון חיזוק, מוסר און פריינטליכקייט, און דעמאלס האבעך עס געזען...

ווען דער ש"ץ האט אנגעהויבן קדיש בעפאר עלינו האט יענקי אריינגעשטעקט זיין האנט אינעם טלית בייטל און עס דארט געלאזט!

יעצט האבעך שוין אלץ פארשטאנען! נאכאמאזעל אז כ'האב עים נישט געזאגט מיין דרשה ווייל כ'וואלט פלעין געווארן חוזק. כ'ווייס שוין יעצט גענוי פארוואס ער'ז נאך אין בית מעדריש!

מ'כאפט שוין? נאכנישט?

שופר בלאזן!


ס'קומט חודש אלול און סאדענלי זעט מען אידן קומן מיט געשוואלענע טלית בייטלעך צו שול, איינער מיט א ירושה שופר, א צווייטע מיט א שופר וואס ער'ט אמאל געקויפט אויף א נסיעה קיין א"י, א דריטע מיט א שופר אזוי קליין ווי א כשר'ע סעלפאון, א פערטע מיט איינס אזוי גרויס ווי אן אייפעד, און א פיפטע מיטן שופר פון פאליש וואס ער'ט בטעות אריינגעלייגט אין טלית בייטל ערגעץ אין די ל' יארן.
הגזירה שוה שבהם אז יעדע רעטזיך איין ער קען בלאזן, און יעדער האפט אפשר היינט וועטעס עים געלונגען צו זיין דער בעל דבר, כ'מיין בעל תוקע אין זיין מנין. וועט מען זיך וואונדערן וואסי דען דער גרויסע תורה, אז ער וויל בלאזן זאל ער בלאזן, אניין?

במחכ"ת דאסי נישט קיין שאלת חכם, און איינער וואס פרעגט די שאלה צריך בדיקה אחריו ווייל ס'זעט נישט אויס ער דאווענט נישט שחרית מיט מנין – עכ"פ נישט ביז שופר בלאזן!

לאמעך ערשט אויס'משל'ן וויזוי ס'זעט אויס. אינמיטן ביהמ"ד אויפן באלעמער ליגט דער שופר פון שול איידעלערהייט ווי גלייך ער ווייסט גארנישט וואסערע מאכט ער האט און וואסערע קנאה שנאה ער גייט יעצט אנזייען. נאך ווען מ'האלט בערך ביי פיטום הקטורת ווערט אן אנגעצויגענקייט אין די לופטן וואס די מבינים קענען באלד דערשפירן. אלע קאנדידאטן קוקן אויפן שופר מיט נערוועזקייט זען צי ס'קומט נישט איינער און כאפט עס אויס.

איי גיי צו און נעם עס – וויל דאך קיינער נישט אויסזען ווי א כאפער. ער ווארט מ'זאל אנקומן צום לעצטן אמן נאך עלינו און איין צדיק'ל זאל זיך אנרופן "ווער קען בלאזן?"
אויף דעם איזער שוין גרייט און דאן וועטער גלייך געבן א ברים ארויס אזוי האלבוועגס צו זיך אליין "ס'נישט דא קיין צווייטע? פיין געב אהער דעם שופר..."
ווען דאס פאסירט ברויך דער בלאזער שוניש קיין פרישטאג אוניש קיין לאנטש. ווער רעט נאך טאמער ער'ז יענען טאג גאר בא'מזל'ט און איינער'ז עים גאר מכבד, "ר' חיים, איר קענט בלאזן?" יעמאלט קענער שוין פאסטן ביזן קאווע נעקסטע צופרי.

וואס געשעט אבער אויב קיינער רופט זיך נישט אן? צו דעם איז שוין אויך דא א פארטיגן פלאן. מ' כאפט אליין אן דעם שופר מיט אן אייזערנעם פעסטהאלטונג, אזש ווען דער שופר וואלט נישט געווען אזוי הארט וואלטעס צוברעקלט געווארן, און מ'דרייט זיך אויס צום שול מיט א שאלה, "איינער קען בלאזן?"

פארשטייט זיך מ'געבט נישט קיין טשאנסן פאר קיינם זיך אנצוטראגן, ווי אויך קוקט מען נישט קיינם גראד אין די אויגן מ'זאל נישט חלילה באמערקן ווי א צווייטע רופט זיך אן. ווען מ'הערט נישט (אדער מ'וויל נישט הערן) קיין ענטפער, ציט מען איין די פלייצע מיט א געמאכטע מינע פון בלית ברירה עלעך זיין דער מזכה את הרבים, און מ'בלאזט.


דאס אלעס וואלט געווען בסדר, און מ'וואלט זיך סאמהאו אן עצה געגעבן היינט און מארגן מיך, איבערמארגן דיך, און זוי ווייטער. דער חורבן איז אבער די שופרות אין די טלית בייטלעך!

דער זאך איז אזוי, בעפאר קדיש נאך עלינו קעמען זיכער נישט שפאצירן צום באלעמער ווייל מ'וויל נישט יעדער זאל זען ווי מ' פייגערט פארן שופר. שטעלט מען זיך אוועק ביי א סטראטעגישן ארט אז קיינער אין שול זאל נישט זיין נענטער און נישט האבן א בעסערע וועג צו באלעמער, און מ'גרייט זיך שוין באלד נאך איהש"ר וועט מען צוביסלעך זיך צורוקן נענטער און נענטער און אזוי ווען דער צדיק פון שול פרעגט "ווער קען בלאזן" וועט דער שופר שויניש מער זיין מחוסר צידה.

אידעך אבער רבות מחשבות בלעקיש און נאך איידער מ'קען אויסשטרעקן דער האנט צו נעמן דעם שופר האט שוין אן אנדערע יוד ארויסגעשלעפט זיינס פונם טלית בייטל און יעצט איז געים אווער. סא'שאד זיך צו רעגן אפילו ווייל יענער האט היינט געוואונען!

וואס טוט א מיטגעמאכטע נאך דאס פאסירט צוויי-דריי מאל? ער ברענגט אליין מיט א שופר אינם טלית בייטל!

מיינט עטס יעצט גייטעס שוין יא גלאטיג? א נעכטיגן טאג! יעצט אי'דעך דער בראך אז מ'קעניש ארויסשלעפן דעם שופר צו פרי ווייל נישט יעדער ברויך וויסן ווי שטארק מ'פייגערט דערויף, און טאמער שלעפט מען עס ארויס צו שפעט קעמען חלילה בלייבן ממש חוזק ווען פונם אנדערן עק שול נעמט זיך א יוד בלאזן און דער שטייט ווי א נאר מיטן שופר אין האנט.

וועגן דעם איז פון ווען מ'האלט ביי תלמידי חכמים מרבים שלום שטייען טאקע אלע קאנדידאטן מיט די הענט אינם טלית און יעדער ווארט אויפן פאסיגן האלבע סעקונדע ווען מ'וועט קענען ארויסשלעפן ס'שופר און בלאזן – און מיט דעם קומעך צוריק צו מיין מעשה ווען כ'אב היינט געזען ר' יעקב שטיין ווי ער האלט דעם שופר...


א מין חוצפה! שוין א גאנצע דאווענען וואס כ'שפאציר ארום אין שול טשעקן צי ס'נישט דא קיין קאמפיטישן, און גאנץ שמונה עשרה האבעך פאנטאזירט ווי כ'גיי היינט בלאזן אזש ס'וועט גיין א רויעך. און דא קומט דער טראטשיק און וויל מעך צושטערן די פלענער...

אויפן מאמענט האבעך מעך געקלערט אז כ'גיי עים צופיקסען און היינט וועל איך כאפן דעם שופר יהיה מאשע יהיה. וואס מיינט עטס? חלומות און דמיונות! ביי ועל כן נקוה האט שוין יענקי געהאט דעם שופר גרייט ביי זיינע ליפן אז דער מינוט דער חזן זאגט ושמו אחד, יא קדיש נישט קדיש, גייט ער בלאזן!

וכך הוה! דער חזן האט זיך צוזינגען ושמו אחד און יענקי נעמט בלאזן...

שברים...

וואס? מ'הייבט אן ביי שברים? הע הע, ער'ט נעבעך פראבירט אנצוהייבן מיט תקיעה אבער דער שטן האט זיך אריינגערוקט און פונם תקיעה איז געווארן א שברים, אז ס'האט געסאונד בערך אזוי:
טוו בפפפ אוווו פסססס טוווהאאא פפפפ (ס'שווער אויסצו'משל'ן מיט אותיות באט יו געט דע פוינט...)

וואס זאלעך ענק זאגן –דער אייבישטער האט מעך ליב! אזא נקמה שוין לאנג נישט געהאט! געהאט א שווערע נסיון פון בנפול אל תשמח...
ענדליך האט יענקי דורך געקעקעצט דע בלאזעכץ מיט בושות און שטילערהייט אוועק געפאקט זיין שופר. איז דארט געווען אן חשוב'ע איד וואס האטעם געוואלט טרייסטן און האט זיך אנגערופן, "דער עיקר איז מ'צומישט דעם שטן..."

איך האמעך נישט געקענט איינהאלטן און אריינגעזאגט, "צומישט דעם שטן? אונז זעמער אלע געווען צומישט! קיינער האט נישט געוואוסט צי ס'ז א תקיעה צי א תרועה, צי ער בלאזט יא צי ער בלאזט נישט..."


האטס מעך א לעכטיג יאר!
אטעטשמענטס
צומישט.pdf
(50.89 KiB) געווארן דאונלאודעד 137 מאל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פשיהא, אזא לאנגס און ברייטס איבער אזא קלייניקקייט... יישר כח מכה'לע.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

חחחחחחח פפפפפפססססזזזזז (דאס איז אויסגעשאסען, נאר "ס'שווער אויסצו'משל'ן מיט אותיות באט יו געט דע פוינט...")

אבער דארפסט נישט זיין אזוי ברוגז, כ'מיין אנגעהויבן דעם ארטיקל האסטו מיט "ר' יעקב", און גענדיגט מיט "יענקי"!! שוין געהערט אזאנס, איינער האט אויסגעכאפט דיינע פאפערייען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

גוט אראפגעלייגט דער 'שופר רעיס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

לא'מיר האפען דער שטן וועט טאקע ווערן צומישט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע:נעבן וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

לכאורה האט געשריבן: פשיהא, אזא לאנגס און ברייטס איבער אזא קלייניקקייט... יישר כח מכה'לע.


דעיס איז ביי דיר א קלייניגקייט? קוקט אויס דו בוזט פון די אנגעבלאזענע נישט פון די בלאזערס.
אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע:נעבן וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: חחחחחחח פפפפפפססססזזזזז (דאס איז אויסגעשאסען, נאר "ס'שווער אויסצו'משל'ן מיט אותיות באט יו געט דע פוינט...")

אבער דארפסט נישט זיין אזוי ברוגז, כ'מיין אנגעהויבן דעם ארטיקל האסטו מיט "ר' יעקב", און גענדיגט מיט "יענקי"!! שוין געהערט אזאנס, איינער האט אויסגעכאפט דיינע פאפערייען.


טשעפע נישט - מ'קעניש וויסן ווער ס'ראנגעלט זיך!:wink:
אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע:נעבן וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

אנעים זמירות האט געשריבן: לא'מיר האפען דער שטן וועט טאקע ווערן צומישט.


באט נאר דער שטן נישט דער גאנצע קהל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מכה בדופן האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן: פשיהא, אזא לאנגס און ברייטס איבער אזא קלייניקקייט... יישר כח מכה'לע.


דעיס איז ביי דיר א קלייניגקייט? קוקט אויס דו בוזט פון די אנגעבלאזענע נישט פון די בלאזערס.

גערעכט, חכם עדיף, איך בין ליידער נישט פון די חכמים וואס טויגן צו דיזע חכמה ואינה מלאכה.
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע:בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

גראדע קען איך דעם יענקי שטיין פון די שטיין משפחה.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מכה בדופן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: חחחחחחח פפפפפפססססזזזזז (דאס איז אויסגעשאסען, נאר "ס'שווער אויסצו'משל'ן מיט אותיות באט יו געט דע פוינט...")

אבער דארפסט נישט זיין אזוי ברוגז, כ'מיין אנגעהויבן דעם ארטיקל האסטו מיט "ר' יעקב", און גענדיגט מיט "יענקי"!! שוין געהערט אזאנס, איינער האט אויסגעכאפט דיינע פאפערייען.


טשעפע נישט - מ'קעניש וויסן ווער ס'ראנגעלט זיך!:wink:

:lol::lol:
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

געלאכט א גוטס, אראפגעלייגט מיט אלע כליפערליך, אלול מעג מען אויך א שמייכל טוהן, יש"כ דופן.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חחחח, די לייגסט עס אראפ געוואלדיג.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

למעלה משבעים האט געשריבן: חחחח, די לייגסט עס אראפ געוואלדיג.

איך האב שטארק הנאה געהאט
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

געוואלדיגע ארטיקעלע סוויט
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

חחחח... אזוי מידערהייט האסטו מיר געמאכט גוט לאכן.

יעצט ברענג אהער דעם יענקי, לאמיר הערן וויאזוי זיין טאג איז געווען נאכן געוואונען די שופר קאנטעסט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

ווי דער לייגט אראפ די פייט צווישן די בלאזערס... נישט נארמאל... יויש.. מארגן לאז איך מיין שופר אינדערהיים, פיניש...
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

שוין לאנג נישט געהאט אן ארטיקל ווי מ'לאכט יעדע שורה און דאך איז יעדע איינציג ווארט אמת ויציב...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע:נעבן וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

משזר האט געשריבן: גראדע קען איך דעם יענקי שטיין פון די שטיין משפחה.


אמת כ'אנישט איבערגעטריבן?
אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע:נעבן וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

וואסערפאל האט געשריבן: געלאכט א גוטס, אראפגעלייגט מיט אלע כליפערליך, אלול מעג מען אויך א שמייכל טוהן, יש"כ דופן.


כליפער דיך גוט אויס אויף יום כיפור.
אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע:נעבן וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

כ'על מאכן א קולאן ארים...

ייש"כ אלע מגיבים.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איך האב זיך היינט דערמאנט פון דעם ארטיקעל. ס'ז נאך בעסער ווי כ'האב געדענקט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32846
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

רט,צום צווייטן מאל געליינט און געלאכט א גוטס.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3874
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ווען כ'זאל אזוי צעשמירן דעם יישר כח ווי דו האסט צעשמירט דעם געשיכטעלע, קענעך דשוינען יענקל צוקערמאן ...

ע"כ קח נא את ברכותי בצירוף ידותי, ויהיו נא כאילו הייתי פורטם.
;l;p-;l;p-;l;p-
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

אזוי פארדרייט דעם שטן אז ער בלייבט שוין צודרייט ביז משיח'ס טאג
אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע:נעבן וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

היינט צופרי איז מעך ב"ה יא געלונגען צו פארכאפן ס'בלאזן. נאכן דאווענען האט מעך איינער געפרעגט אויב כ'האב געזען דעם ארטיקל וועגן שופר בלאזן - א חבר זיינע האטעס ארויסגעפרינט...

בזכות דעם האבעך אפגעשריבן נאך אן ארטיקל , ווענגלייך א קורצע, אבער המשך יבוא בל"נ ובעזה"י.

אויך האבעך איבערגעמאכט דעם פידיעף, ווייל אויב פרינט מען עס יא ארויס זאלעס כאטש זיין צודערזאך.
אטעטשמענטס
צומישט.pdf
(159.53 KiB) געווארן דאונלאודעד 104 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”