אנכי אנכי הוא מנחמכם (אמת'ע מעשה שהי')

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3033
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

אנכי אנכי הוא מנחמכם (אמת'ע מעשה שהי')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אנכי אנכי הוא מנחמכם (אמת'ע מעשה שהי')

אין א שיינעם צופרי נאכן דאווענען באגעגן איך מיינס א ידיד און זאגט מיר די בשורה טובה, ס'קומט מיר א מזל טוב! ס'איז מיר געבוירן א צווילינג און איך געב קידוש דעם שבת!, מזל טוב! מזל טוב! זאג איך אים, אזא שמחה, א צווילינג, קעניינעהארע, הער אויס זאג איך אים, דו ווייסט, דו זאגסט מיר יעצט וועגן א צווילינג איך האב פונקט געליינט א אינטרעסאנטע מעשה וועגן א צווילינג וזהו:

עס איז געוועהן דא א גאליצאנער איד מיטן נאמען ר' אלעזר שענדארף ז"ל (געהייסן אלעזר נאך הרה"ק ר' אלעזר מריישא) ס'איז דא א ספר פון אים מיטן נאמען חשבה לדעת, דארטן אין די הקדמה ברענגט ער א מעשה פלא, אז אין די ערשטע יארן דאהי אין אמאריקא (אנהייב י' יארן) איז אים געבוירן א צווילינג - 2 יונגלעך, איז ער אריין צו מרן מהריט"ב מסאטמאר זי"ע אפנעמען דעם מזל טוב, און גלייך האט אים דער רבי געואונטשן מזל טוב מזל טוב, האט ער פארשטאנען אז דער רבי איז מרגיש אז ער האט געהאט א צווילינג ווייל דער רבי האט אים דאפלט געוואונטשן, האט ער גערופן דעם רבי'ן אויף סנדקאות אין סאלקא ביהמ"ד.

ווען דער רבי איז אנגעקומען צום ברית האט דער רבי באמערקט דעם סטראפקובע רב זיצן דארט, האט דער רבי געפרעגט דעם בעל שמחה ר' אלעזר, דו האסט דא דעם סטראפקוב'ע רב און דו ביסט מיר מכבד מיט סנדקאות?, זאגט ר' אלעזר, כ'האב געמיינט אז דער רבי ווייסט איך האב געהאט א צווילינג דערפאר גיב איך איינס פארן רבי'ן און איינס פארן סטראפקובע רב, וכן הוי, די צוויי צדיקים האבן זיך איינגעטיילט מיט די כיבודים פון סנדקאות ביי די צווילינג יונגלעך.

צו די סעודה איז דער רבי אוועק געגאנגען און דער סטראפקובער רב איז געבליבן, דער סטראפקוב'ע רב האט געזאגט תורה ובתוך הדברים האט ער זיך געוואנדן צום בעל שמחה, אלעזר! איך זעה אז דו ביסט זייער צובראכן, דא ביסטו הערש אדורך אזא שווערע מלחמה, און האסט נאכנישט קיין לייטישע דירה, און קיין געהעריגע פרנסה, און דא האט דיר דער באשעפער אריין גערוקט א צווילינג, זאלסט אבער וויסן, אז נאך די אלע צרות וואס מיר האבן מיטגעמאכט, ווען עס זענען פארלוירן געווארן אזויפיל אידישע קינדער, יעצט איז דער צייט וואס דער אייבישטער בעט זיך איבער מיט אונז און האט דיר געשאנקען א צווילינג!!!

איך האב גענדיגט די מעשה צו פארציילן פאר מיין ידיד סתם אזוי, נישט קלערנדיג קיין שום כוונה, איך האב סתם געמאכט א גזירה שוה צווילינג – צווילינג, און פארטיג, עטליכע וואכן שפעטער זיכט מיר מיין חבר אויף, און נעמט מיר אפיר און פרעגט מיר, זאג, די מעשה וואס דו האסט מיר דערציילט פון דעם איד מיטן סטראפקוב'ע רב וואס האט געהאט א צווילינג, ווי שטייט דעי מעשה?, זאג איך אים ווי איך האב געזעהן די מעשה, אין יענעם ספר אין די הקדמה.

מיין חבר לאזט מיר נישט ווארטן און זאגט מיר אפן, דו ווייסט דאך אז איך האב נישט לאנג צוריק מיטגעמאכט א שווערן פעקל, ווען איך האב פארלוירן א קינד אין זיינע שענסטע יארן, יא יא, איך דערמאן מיר טאקע די צער וואס אלע ידידים האבן דעמאטץ מיטגעשפירט, דו ווייסט אז פון דעמאטץ ליגט מיר א שווערע ווייטאג אין הארץ, און די גאנצע משפחה איז טיף אינעווייניג פאר'צערט, אבער ווי נאר דו האסט מיר דערציילט די מעשה אז מיטן צווילינג האט זיך דער אייבישטער איבערגעבעטן, האט עס מיר ממש מחזק געוועהן, און די גאנצע רוח אין שטוב און ביי אלע קרובים איז געווארן אנדערשט, מיר האבן אנגענומען דעם צווילינג ווי איין שטיק טרייסט.

זאגט ער ווייטער, איך האב גערעדט קיין ירושלים צו איינע פון די דארטיגע צדיקים (א באקאנטע מקובל ומשפיע וועלכע איז אנגענומען ביי אלע קרייזן) און פארציילט די מעשה, האט ער מיר געבעטן ביטע ברענג מיר דער מקור אויף די מעשה מ'קען דערפון האבן שטארקע ניצן, דערפאר האב איך דיר יעצט געבעטן דעם מקור ווי ס'שטייט די מעשה.

גלייך איז מיר דורך געלאפן אין די מחשבה, נחמו נחמו עמו, זאגן חז"ל נחמה בכפלים, ווען עס קומט א דאפלטע נחמה איז דער צייט ווען קב"ה בעט זיך איבער מיט כלל ישראל, און דאס איז דער כפל הלשון, אנכי אנכי הוא מנחמכם.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

אוי דער אייבישטער בעט זיך איבער מיט אונז. דאס איז דאך עפעס א מורא'דיגער געדאנק! מורא'דיג מורא'דיג!

יישר כח ר' שאץ!
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4497
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

געוואלדיג! ייש"כ.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

געוואלדיגע געשיכטע! ישר כח.
שויתי'ניק אין א צווייטע אשכול האט געשריבן: ..........
הרב עסטרייכער דערציילט אפט דאס פאלגנדע: הרב הגאון, דער פוסק הדור, ר' שמואל הלוי וואָזנער שליט"א, האָט ביי א געלעגנהייט געזאָגט, אז מען זעט אַז אידן זענען היינט זוכה ב"ה צו זען א פערטן און אפילו א פינפטן דור פון אייניקלעך בלע"ה, א זאַך וואָס מען האָט כמעט נישט געזען פאר'ן קריג, און מיר ווייסן וואס די תורה הקדושה זאָגט, אַז אויב איינער איז עובר אויף "וטבחו ומכרו" (ער גנב'עט א בהמה און שעכט עס, אדער פארקויפט עס) דארף ער באַצאָלן "ד' וה'" (פיר אדער פינף). וויבאלד עס איז ליידער ביי אונז אידן מקויים געוואָרן "וטבחו ומכרו" - מען האָט אונז אויסגעשאכטן, זעקס מיליאָן אידן! – באַצאָלט אונז דער אויבערשטער צוריק מיט ד' וה', אז מען איז בלעה"ר זוכה צו זען פיר און פינף דורות!
..........
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

געוואלדיע סיפור! א טרייסט אויפן הארץ!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35711
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מאנ-יימער האט געשריבן: געוואלדיע סיפור! א טרייסט אויפן הארץ!
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Elvin
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elvin »

אזויווי איך האב שוין אמאהל דא געשריבן, בדידי הוה עובדא אז ליידער האב איך אמאהל טראגיש פארלוירן א זיס קינד און איבעריאר געהאט א צווילינג
יא! אנכי אנכי הוא מנחמכם!!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31439
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

גייסטרייכיג.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
Elvin
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elvin »

סאכדעס האט געשריבן: גייסטרייכיג.


it's a bit a funny word, i never heard it, can you please explain it??
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31439
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

גייסטרייכיג געווען גאווענדן צום פותח האשכול, אז די מעשה וואס ער באשרייבט, איז זייער א רייכע מעשה גייסטיש, און ווי אויך איז דאס רייך אזש דאס טוט באגייסטערן די געפילן. (בבחי' מים אחרונים וואסער..) על כל פנים, עס איז נישט ממש געווען געוואנדן צו דיין מעשה.

אבער באמת אריין, אז דו פרעגסט שוין יא, העל איך עפענען א מויל מיט וואסער. הרב עלווין (it's a bit a funny word, i never heard it, can you please explain it??) קיין ווערטער האב איך נישט פאר דיר, איך האב נישט געשפירט אין מיין לעבן אזא צרה, און איך האף אז איך וועל דאס קיינמאל נישט אריבערגיין, און קיין שום אנדערע איד אויך נישט. אבער ליהפטר בלא כלום אי אפשר, די טרערן רינען דאך פארט פון מיינע אויגן, אויב ביסטו יא דורך אזא נאנטע קאנעקשן מיט'ן באשעפער, אויב האט יא דער באשעפער דיך אויסדערוועלט און געזאגט דו ביסט פון מיינע וואס איך שרייב 'את אשר יאהב ה' יוכיח', אויב ביסטו יא אריבער די קאשמאר אריבערצוגיין דאס בעטעלע פונ'ם קינד און עס זען ליידיג, און עס איז נישט געווען ווער עס זאל ערפילן איר חלל, נאר השי"ת און די אמונה אין אים, דאן וויל איך דיר זאגן, אז איך אפילו כ'וויל נישט אז קיין שום איד זאל האבן אזא צרה, בין איך דיך אויף א וועג מקנא, דו האסט געהאט א מעגליכקייט וואס איך האב קיינמאל נישט געהאט אויף אזא אופן.
נישט חלילה אז דו דארפסט איצט לויפן צו אן עין הרע אפשפרעכער, אבער זאלסט וויסן אז דו און דיינס גלייכן האבן מורא'דיגע זכותים, דער רבוש"ע האט אדורכגעשיינט זיין אור דורך דיר, דו ביסט געווען דער פענסטער, כ'בין זיכער אז צנדליגער אויב נישט הונדערטער - אויב נישט מער - האבן געהאט הרהורי תשובה. דאס זענען זכותים וואס איז נישט אוועקצומאכן כלאחר יד, און איך האב נישט קיין ווערטער אפילו דאס צו באשרייבן.
דאס אז השי"ת אליינס האט דיך געטרייסט מיט אן 'אנכי אנכי' מיט א צווילינג, דאס שרייבט ארויס דאס וואס איך האב געשריבן, ה' נתן וה' לקח, דער אויבערשטער געט און נעמט, אבער אז דער באשעפער נעמט און ער געבט אפ, דאס פארציילט מען נישט ביי קיין קבורה, דאס פארציילט מען אויף שמחות.
מיין הארץ איז מורא'דיג אויפגעשטורעמט פון דיין אמונה פשוטה בה', הלוואי מי יתן והי', אז יאך זאל אויך זען דעם באשעפער דורך די כלים וואס ער געט מיר, און נישט חלילה בועט זיין בטובתו. כ'שטעל זיך פאר אז זינט די טראגעדיע (ריכטיג? מסתמא) האבן דייינע אלע אנדערע קינדער באקומען אן אנדער פשט און אן אנדערע הבנה. איא? אבער אינ'אמת'ן איז דאס פאר יעדן איד וואס האט נאכנישט פארלוירן קיין קינד, מ'דארף דאס נאר פרובירן צו זען.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יישר כח שאץ!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13906
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ישר כח ש"ץ מ"ץ
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28487
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

כמעט ענינא דיומא
סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמס »

וואס?
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

דאס איז א שיינע אשכול, כ״י....
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע:בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

לכאורה האט געשריבן: כמעט ענינא דיומא

שכוח פארן ארויףברענגען שטארק הנאה געהאט. און געהאט א גרויסע חיזוק און מיין שווערע דאורךגאנג
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע:נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

זייער שיין, שכח פאר'ן ארויפברענגען
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע:אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

לכאורה האט געשריבן: כמעט ענינא דיומא
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

א שטארקער און אמת׳ע סיפור.
מענינא דיומא
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע:עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

יא מזעט בחוש ווי דער אייבערשטער פארלאזט קיינעם נישט
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4096
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יישר כח פארן ארויפברענגען
זייער עמאציאנעל
ביידעלע
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידעלע »

עס איז ידוע די מעשה אז בערך שנת תשט"ו ווען דער סאטמאר רבי זי"ע איז צוריק געקומען פון ארץ ישראל נאך א שווערע מערכה, האט א יוד ארויסגענומען זיין זוהן פון סאטמאר חדר און אריינגעשטעלט אין אן אנדערע מוסד. א קורצע צייט נאכדעם איז ל"ע דאס קינד קראנק געווארן און נפטר געווארן. דער איד איז געקומען מפייס זיין דעם רבין, דער רבי האט געענטפערט אז עס איז זיכער נישט גשעהן צוליב זיין הקפדה זאגענדיג אז ער איז מתפלל דריי מאל א טאג אז זיין הקפדה זאל נישט שאטען, דער רבי האט אנגעווינטשען דעם איד " דער אייבישטער זאל דיר באצאלן בכפלים". א יאר דערנאך האט דער איד געהאט א צווילינג.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

מורא'דיג! די צושטעל צום נחמה בכפליים איז געוואלדיג!

(אגב, הרב שאץ, אמת'עמעשה שהי', איז נישט אפשר א דאפעלט לשון?)
אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאמעטוכע »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן: מורא'דיג! די צושטעל צום נחמה בכפליים איז געוואלדיג!

(אגב, הרב שאץ, אמת'עמעשה שהי', איז נישט אפשר א דאפעלט לשון?)

סאיז עניני דיומא צי רעפלעקטירן דעם נחמה בכפלים...

ערנסט גערעדט איז די סיפור גאר א עמאציאנאלע און פאסיגע פארן זמן יישר כח פארן שרייבער און פארן ארויפברענגער סאיז א בחינה פון טעם זקנים... באזונדער איז חשוב די פערל ווערטער פון סאכדעס דארט אינדעטמיט להשיב רוחות זועמות.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”