טאפ לעכער - פאטהאולס - please report

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

טאפ לעכער - פאטהאולס - please report

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

טייערע חברים וידידים כ"א בשמו הטוב יהלל ויבורך, בזמן שהארץ מנוקבת ככברה במלוא מובן המילה, אלע ראודס, הייוועיס און לאקאלע גאסן זענען צובראכן און צולעכערט איבעראל איבער די נעוויארקער גאסן ביטע נעמט אייך די מינוטקעלע אין רעפארטירט וואו עס איז אלץ צובראכן און צוזעצט.

פאר פאטהאולס אין די לאקאלע גאסן:
http://a841-dotvweb01.nyc.gov/Potholefo ... laint.aspx

פאר פאטהאולס און צוזעצטע צוקראכטע הייוועיס:
https://www1.nyc.gov/apps/311universali ... ay+Pothole

ישר כחכם פאר די מיה, בשם אלע ניו יארקער איינוואוינער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

מעיאר דיבלאזיא האט היינט אנגעטין בלויע הויזן גענימען א שאוועל אין האנט אריין און זיך געלאזט פאטאגראפין ווי ער שטאפט צי פאטהאלס אין קווינס.

נא זענט איר נישט פריילעך!!!!! ווען ער קימט ווען קיין וויליאמסבורג אין פארעכט איין פאטהאל מיילע. אבער אין קווינס? שיגינער...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

היצט אינדערפרי איז דער בי. קיו. אי פארן אלטן קאסשעסקאו בריק פון ברוקלין צו קווינס סענטער לעין געבלאקט, די סיבה אן ארויסשטארענדער אייזן א קנאפע 2 - 3 פוס אין די הייך.

שרעקעדיג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6086
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יוש!!!
אפגעזיצן און פאר'תכל'עוועט אגאנצען פרימארגן צוליב די טראפיק סומאכטוכעס, א מין וואגאבונדישע ווירטשאפט טאקע ביי דעם קאצ-קי-יאצקא בריק, ענדליך וואס מען האט שוין דעם ראוד איבערגעדעקט מיט א פרישע שיכט שווארצע ציזאמגעפרעסטע ברעקלעך אין פארעם פון קוילן/פעך האבן זיי די אייזענעס ביי די סיעם צווישן די שטיקער געלאזט אראפציהר פון די שיכט אזוי אז איעדער טראק/באס/קאר וואס בלית ברירה מוז אנקומען צו דעם טייל הייוועי ווערן אויפגעשאקעלט ווי א ווארימער גאז'יגן באטל דזשינדזשער עיל אינמיטן א הייסען תמוז טאג, און אויפגעקלאפט ווי א בונדעל אין א פורים גראגער ביים לעצטן המן געשריי פונעם מגילה.

ואחרון הכביד מיט דעם היינטיגען טראפיק זאווארוכע וואס האט זיך געצויגען ביזן ווערעזאנא בריק...

די גוטע נייעס איז אז עס קומט שוין אויף א נייע בריק און נאכן זיצען פאר די קומענדיגע 4-5 יאר אין א קאשמארישען טראפיק גייט ווערן א לייזונג... ונזכה ונחי' ונראה וכו' לימות המשיח..
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

די סיבה פארוואס די ראוד איז אביסל העכער ווי די איייזענעס האב איך אמאל געהערט אז ביי יעדן רעגן פלעגט אראפרינען אסאך וואסער און פארן ארויפפארן דעם בארג צום בריקל פלעגט אויסקוקן ווי די עף די אר, האבן זיי געמאכט ברייטע סוער דעקלעך אזוי אז די וואסער זאל אריינרינען און נישט רינען ווייטער
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6086
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

דו ווייסט וויזוי מ'מאכט א רוט קאנאל אין רוסלאנד?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ניין, עפעס מיטן ניוטאן קריק קאנאל איבער וואס דער בריק לויפט דורך?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6086
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ניין, אבער בערך א-ווי די דרעיניזש אויפן קאץ-קי-יאצקא, נעמליך; מען שניידט אויף דעם באק אנשטאט גיין דורכן מויל...

למען האמת; כ'גלויב אז דאס זיינען ניט קיינע דרעיניזשעס, באט העי יו קנעווער נאוי...
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

נעקסטיים דו זיצט דארט אין טרעפיק גיב א קוק אראפ, לכאורה איז יא דא לעכער דארט...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6086
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אפשר וועל'ך באלד דארט זיין אבער א דרעינידזש קען נאך אלס זיין פלאך מיטן ראוד, א-ווי עס זענען דא ביי אסאך לאודינג דאקס. עס מוז נישט קומען מיט אזא טיפע שניט אינעם ראודוועי, עס'ז פשוט נישט נארמאל די זעצעס דארט.

בד''וו, כ'טראכט היצט ווי פאר א גוט יאר האט בכךל געקענט זיין דארט פלאדזדעס? די ראוד איז דאך אזוי לעכעריג...
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

די 311 עפפ קומט מיר גאנץ גוט צוניץ פאר די פאטהאולס, שוין עטליכע מאל געהאט פאטהאולס אויף מיין טעגליכע ראוט, ביים דורכפארן מאך איך ריפארט א פאטהאול און ער כאפט אויף מיטן דזשי.פי.עס די לאוקעשאן, מיט צוויי קנעפלעך איז די זאך ערלעדיגט, געווענליך איז עס אין די נעקסטע 2-3 טעג פארראכטן, כ'ווייס נישט צו וועגן מיין ריפארט אבער פארראכטן איז עס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6086
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

מען קען זיי טעקסטען אויך.
די נומבער איז: 311-692.

זיי טעקסטען צוריק און פארלאנגען א נואמען, נומבער & אויב שייך אן אימעיל אדרעסס.

איך קען זיי טעקסטען צב"ש:
Brooklyn; 245 kent Ave, Pothole.
דאס איז שנעל, קורץ און טאא דע פוינט.
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6086
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

שנאפס האט געשריבן: נעקסטיים דו זיצט דארט אין טרעפיק גיב א קוק אראפ, לכאורה איז יא דא לעכער דארט...

ווי האסטו אזוי גוט געוואוסט? יאפ, כ'בין טאקע געווען דארט נעכטן אין טראפיק און באטראכט די טיעפע קריצן, זיי זענען נישט קיין דרעינס, זיי זענען די סיעם צווישן די שטיקער דעק פונעם בריק, געאייגענט עס זאל האבן מאוומענט, אזוי מאכט מען בריקן, און אז ס'יז לעכעריג דאן לאזט עס אויטאמאטיש אדורך רעגן, אבער קיין דרעינס זענען זיי נישט. און אפילו ווען יא וואלט דאס נישט געברויכט זיין אזוי זעצענדיג.

באט עניוועיס, דער איז לייט ביי די ענד אף די טונעל... כ'מיין בריקל..
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מאנ-יימער האט געשריבן: די 311 עפפ קומט מיר גאנץ גוט צוניץ פאר די פאטהאולס, שוין עטליכע מאל געהאט פאטהאולס אויף מיין טעגליכע ראוט, ביים דורכפארן מאך איך ריפארט א פאטהאול און ער כאפט אויף מיטן דזשי.פי.עס די לאוקעשאן, מיט צוויי קנעפלעך איז די זאך ערלעדיגט, געווענליך איז עס אין די נעקסטע 2-3 טעג פארראכטן, כ'ווייס נישט צו וועגן מיין ריפארט אבער פארראכטן איז עס.

שוין פרובירט, אבער ביז וואו וואס ווען זעמיר דאך שוין עטליכע גאסן פראנהויז.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

farshlufen האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן: די 311 עפפ קומט מיר גאנץ גוט צוניץ פאר די פאטהאולס, שוין עטליכע מאל געהאט פאטהאולס אויף מיין טעגליכע ראוט, ביים דורכפארן מאך איך ריפארט א פאטהאול און ער כאפט אויף מיטן דזשי.פי.עס די לאוקעשאן, מיט צוויי קנעפלעך איז די זאך ערלעדיגט, געווענליך איז עס אין די נעקסטע 2-3 טעג פארראכטן, כ'ווייס נישט צו וועגן מיין ריפארט אבער פארראכטן איז עס.

שוין פרובירט, אבער ביז וואו וואס ווען זעמיר דאך שוין עטליכע גאסן פראנהויז.

באלד וועלן זיי נאך אריינקלאפן ביי אייך אינדערהיים פאררעכטן דארט די טעפ
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6086
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

די עפפ אדער טעקסט איז אזא באקוועמע זאך אז נאר, אנשטאט זיצן מיט א קלאץ'טע וואס נאכן איבערפרעגן צענדליגע מאל צי פארשטיין אז מ'רעדט נישט פון א פאט-האול ביזן פארשטיין וועלכע גאס דאס איז פונקטליך און נאכן אפליינען א גאנצע עמוד מיט קלארשטעלונגען.. אין ציגאב צום הקדמה פון 5 מינוט ביז מ'יז זוכה אז איינער דערבארעמט זיך נאר אויפציהויבען דעם טרייבל פאר אייך...
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

פליגל האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן: נעקסטיים דו זיצט דארט אין טרעפיק גיב א קוק אראפ, לכאורה איז יא דא לעכער דארט...

ווי האסטו אזוי גוט געוואוסט? יאפ, כ'בין טאקע געווען דארט נעכטן אין טראפיק און באטראכט די טיעפע קריצן, זיי זענען נישט קיין דרעינס, זיי זענען די סיעם צווישן די שטיקער דעק פונעם בריק, געאייגענט עס זאל האבן מאוומענט, אזוי מאכט מען בריקן, און אז ס'יז לעכעריג דאן לאזט עס אויטאמאטיש אדורך רעגן, אבער קיין דרעינס זענען זיי נישט. און אפילו ווען יא וואלט דאס נישט געברויכט זיין אזוי זעצענדיג.

באט עניוועיס, דער איז לייט ביי די ענד אף די טונעל... כ'מיין בריקל..


די זעצעס פאנגען זיך שוין אן היפש פארן בריק אויפן ברוקלין זייט, סא ס'מוז נישט זיין אז דער איז לייט וואטעווער...

(אויפן קווינס זייט קומענדיג צום בריקל רעד איך בכלל נישט, יענס איז איין גרויסע לאך אריינגעפילט אפאר אונסעס ראוד אז מ'זאל נישט אראפפאלן)
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

טאפ לעכער - פאטהאולס - please report

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

ניס קראכער האט געשריבן:
לעמאן סאדע האט געשריבן:
לעמאן סאדע האט געשריבן: די ראוד'ס אויף עקריס קוקט אויס ווי נאך א דראן אטאקע


שנעלע ארבייט געמאכט

היינט מיט א פילן קרפט פון צענדליגע ארבייטער'ס מיט גרויסע מעשינערי אראפגעגראבן שליש בקרקע און געהעריג איבער געפלאסטערט

נישט סטאפ א פעטש אויף א פעטש

ווען זיי ענדיגן שיקט זיי ביטע צום FDR דרייוו, א פחד א שרעק דארט!

ווען זיי ענדיגן שיק זיי צום מאנהעטן ברידש! (לאוער לעוול-צו מאנהעטן) א פחד און א שרעק איז נישט דאס ווארט, באמת.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאפ לעכער - פאטהאולס - please report

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מרבה לשובע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:59 pm

Re: טאפ לעכער - פאטהאולס - please report

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרבה לשובע »

נעכטן געפארן אויפן טראוועי זייער פיין איבערגעמאכט א מחי'
סמאד!!!
---
אגב איך האב געהערט אז מען גייט ארפאנעמען אלע סיינס פון ווען מען פארט אריין פון NJ צו NY welcome to NY
ווייל מען שפירט עס ממילא אויף די ניו יארקע צוהאקטע ראודס...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”