במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

וועלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 22, 2022 3:17 pm
לאקאציע:אינעם טאפ

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלוועלע »

בלא ניק האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 3:13 pm
יעצט באמערקט די אשכול, עס אז א נושא וואס כמעט יעדער פלאגט זיך דערמיט, -עכ”פ פון צייט צו צייט און מען מיינט נעבעך אז נאר איך גיי עס דורוך און מען שעהמט זיך דערמיט.
הונדערט פראצענט.
און יעדער ווייסט און מוח אז באמת פלאגט זיך יענער אויכעט מיט דעם...
מ'לעבט נאר פאר הונדערט אין צוואנציג יאר!
וועלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 22, 2022 3:17 pm
לאקאציע:אינעם טאפ

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלוועלע »

דער מענעדזשער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 3:19 pm
לאמיר זיין קלאר
דו און איך זענען עס אדורך, און יענער אישי זיכער אויך!

איך וואלט ווען געוואלט ציטירן פון מיינע פריוואטע נאטיצן און אלע מיינע פילינגס בשעת מעשה (יעצט איז נישט בשעת מעשה געלויבט דעם פון אויבן, נישטא קיין ווערטער צו דאנקען דעם אייבערשטן דערפאר)
איך שרייב מיך דארט כמה פעמים זייער אסאך לאגישע טענות און הסברים וואס דער מח האט געהאט צו פארקויפן פארן הארץ, אבער... דער הארץ איז נישט געווען גרייט עס צו אדאפטירן און שפירן למעשה! די פילינגס זענען פארטעמפט און משוגע לאותו דבר, קענסט רעדן צום דופן עקומה, די ראנגלענישן און יסורי הנפש קען מען נישט אוועקווישן מיט לאגיק אזוי במחי יד...

נאר וואס'זשע דען? דאס איז געווען איידער עס איז געווען אן אשכול, איידער כ'האב געוויסט אז עס איז נארמאל, כ'האב געסטראגלט אליינס, כ'האב נישט געקענט רעדן צו קיינעם, דער מח האט זיך אליינס געשלאגן מיטן הארץ.

משא"כ אז מען שרייבט דערפון, 1) דו דערציילסט מיט א מעשה - א פאקטישע מעשה און א פערזענליכע מעשה האט א שטארקערע השפעה.
2) דער מח האט סופארט פון דרויסענדיגע מענטשן, ער איז נישט אליינס אויפן פראנט.
3) און בכלל, איינמאל מען שרייבט דערפון, מען פעיסט עס ברבים, גייט אראפ אסאך פרעשור און אנגעזאמלטע אומבאהאנדלטע געפילן, דאס מאכט אסאך גרינגער דעם לאסט און איז אטאמאטיש אסאך אסאך גרינגער צו באהאנדלען.
און וואס איז דיין פוינט יעצט?
אז כ'זאל שרייבן מיין מעשה דא?
מ'לעבט נאר פאר הונדערט אין צוואנציג יאר!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5538
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

Zeltzer האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:18 pm
בלא ניק האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:08 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:10 pm
איך האב פונקט געטראפן א מורא'דיגע לשון פון חזון איש אין א בריוו, און איך האב זיך דערמאנט פון דעם אשכול...

פארשטייט זיך ס'איז למעלה מהשגתינו.
עשיר אני גם באהבת זולתי, וביחוד לצעיר מזוין בכשרונות, ולב מבין.
צעיר השוקד על התורה, מלבב אותי וצודד את נפשי, וזכרונו ממלא את כל עולמי, ונפשי קשורה בו בעבותות אהבה בל ינתקו
אינטרעסאנט. ווי שרייבט ער עס?
קובץ אגרות חזון איש א'
Screenshot 2023-07-05 151457.jpg
Wow.. לכאורה איז עס איינס פון די בריוון צו ר’ רפאל האלפערין, א קוריאזער איד וועלכער איז אלץ בחור אדורך שווערעקייטן, היינט וואלט מען עס גערופן מוד דיסארדער, ער האט געהאט תקופות פון הפלגה’דיגע התמדה און תקופות פון פארלאשענקייט.. לימים איז ער ארויס פון ישיבה לגמרי און דאן געווארן א פראפעסיאנאלער אטלעט באקסער, ער האט ציבראכן ציגל מיט די בלויזע הענט און זאגאר אריין אין א קעידזש פון לייבן.. דאן איז ער געווארן א ריזן נגיד ווען ער האט געגרינדעט א גלעזער סטאר נעץ.. סוכ”ס איז ער געווען א ריזיגער ת”ח און ארויסגעגעבן פולע אינטערעסאנטע ספרים, זיין פאטער איז געוועזן גאר נאנט צום חזון איש און דער חזון איש האט גענומען דעם בחורס דורכגאנג געפערליך צום הארצן, מקען זאגן אבער אז וזה עמדה לו ווען ער איז סוכ”ס געווען אן ערליכער איד און אויפגעשטעלט א שיינע דור, א נדבן און א ת”ח. א ריזן טייל פון די איגרות חזון איש איז געוואנדן צו אים אלץ בחור, כמעט זיכער אז דער בריוו איז צו אים.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
וועלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 22, 2022 3:17 pm
לאקאציע:אינעם טאפ

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלוועלע »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:03 am

פשששיהא...
מ'לעבט נאר פאר הונדערט אין צוואנציג יאר!
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

תגובה דורך דער מענעדזשער »

וועלוועלע האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 10:41 am
דער מענעדזשער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 3:19 pm
[

כ'האב מיך באצויגן צו
שבתוך הסתרה האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 2:19 pm
איינער האט מיר גע'אישי'ט יעצט אז לאגיק העלפט נישט ווען מ'ליידט פון די נושא ממילא וואס שרייב איך דא צאם

בקיצור, איך ווייס נישט.
וואס למעשה? איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, טו ווי אזוי דו פארשטייסט

כ'האב ארויסגעברענגט אז בכלליות איז גאר א שטארקע זאך און תועלת למעשה דאס בעצם אז מען רעדט דערפון.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29629
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דאס מאכט דעם קאנטעקסט פון דעם בריוו אינגאנצן אנדערש בנוגע דעם אשכול.

ווייל עס מיינט אז דער חזו"א רעדט נישט באמת פון זיך, נאר פון די חשיבות פון ר' רפא'.
אוועטאר
בלא ניק
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 26, 2023 2:42 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא ניק »

דער מענעדזשער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 12:10 pm
וועלוועלע האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 10:41 am
דער מענעדזשער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 3:19 pm
[
משא"כ אז מען שרייבט דערפון, 1) דו דערציילסט מיט א מעשה - א פאקטישע מעשה און א פערזענליכע מעשה האט א שטארקערע השפעה.
2) דער מח האט סופארט פון דרויסענדיגע מענטשן, ער איז נישט אליינס אויפן פראנט.
3) און בכלל, איינמאל מען שרייבט דערפון, מען פעיסט עס ברבים, גייט אראפ אסאך פרעשור און אנגעזאמלטע אומבאהאנדלטע געפילן, דאס מאכט אסאך גרינגער דעם לאסט און איז אטאמאטיש אסאך אסאך גרינגער צו באהאנדלען.
און וואס איז דיין פוינט יעצט?
אז כ'זאל שרייבן מיין מעשה דא?
כ'האב מיך באצויגן צו
שבתוך הסתרה האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 2:19 pm
איינער האט מיר גע'אישי'ט יעצט אז לאגיק העלפט נישט ווען מ'ליידט פון די נושא ממילא וואס שרייב איך דא צאם

בקיצור, איך ווייס נישט.
וואס למעשה? איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, טו ווי אזוי דו פארשטייסט

כ'האב ארויסגעברענגט אז בכלליות איז גאר א שטארקע זאך און תועלת למעשה דאס בעצם אז מען רעדט דערפון.
צו וזירוז לבעל חובת התלמידים אות ב’
אמור מעתה, טוב לו לאדם לרשום את כל מחשבותיו. לא לעשות שם בחבר חבור, רק לחרות את עצמו עלי נייר, ולקיים את כל גלגלי הנפש נפילותי׳ עם עליותי׳. וכל עצמותה, צורתה השגתה, וקנינה, שקנתה לה במשך חיי׳, תעמודנה חי׳, לחיות חיי נצח בקרב אוכלי׳ ובולעי׳, תתפשט דור ותלבש דור.

https://www.sefaria.org/Tzav_VeZeruz.1.2
פאר פיזיקעל ברעין טעראפי נוצט מען די " Brainstorm " מעטאד.
פאר מער, שיקט מיר אישי.
מפורסם
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:36 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפורסם »

איז אזוי

נאכן ליינען דאס גאנצע אריכות (31 בלעטער) וועל איך צולייגן מיינע געדאנקען

איך האב זיך פארשריבן נאוט'ס במשכ'ן ליינען די תגובות, און איך וועל פרובירן צו זיין די קלארסטע וואס שייך.

נקרש א' - חבר
איינ'ס איז געווען מיט א בחור אין ישיבה, וואס האט געקראשט אויף מיר, און איך האב דאס אויפגעכאפט, ס'מיר געקראכן אויף די געהירן, אבער פרובירט צו זיין נייס צו אים, איך וועל נישט מאריך זיין אין אלע שוועריקייטן וואס דאס ברענגט מיט (גיין צו א משפחה שמחה, און אנשטאט צו קענען פארברענגען מיט די קאזינ'ס געהעריג, האב איך געדארפט בעיביסיטן מיין קורש, וכן עוד רבות, שבתים, ימים טובים, וואכן טעג, יומא דפגרא'ס, רבי'שע שמחות וכו'), ביז איינמאל ווען איך האב דורך געטון די נושא מיט אן איינגעשטעלטער אין ישיבה, וואס פארשטייט צו נפש האדם, האט ער געזאגט, אז די ריכטיגסטע איז איך זאל אפהאקן מיט אים, אבער נישט סתם, נאר אים זאגן איין מאל אין פנים אריין (נישט ברבים) זיי מיר געזונט, איך וויל דיר מער נישט קענען, אבער ער האט מיר געבעטן ווארטן, ווייל קודם וויל ער מאכן א קשר מיטן בחור, כדי דער בחור זאל האבן צו וועמען זיך אויסצורעדן.

נאך אפאר טעג זאגט ער מיר, אז ער איז שוין גרייט, און איך קען אפהאקן מיט אים, יענע נאכט האב איך אים אין דארמעטארי געזאגט (מיר זענען פאשטענדליך געשלאפן אין איין צימער), זיי מיר געזונט, איך בין נישט אינטרעסירט מער צו זיין דיין חבר!!! קודם האט ער געמיינט ס'איז א ווערטל, אבער נאכדעם וואס איך האב אים איגנארירט כפשוטו פאר א וואך צייט, האט ער פארשטאנען אז דאס איז דאס, און זיך אסאך אויסגעוויינט צום איינגעשטעלטער.

איך בין געווארן א נייער מענטש, ארויס פון א ארויפגענצווינגענע תפיסה, אבער יענער האט זיך געדרייט אן א קאפ, אפאר מאל פרובירט שיקן רחמנות'דיגע מעסידזשעס, אבער איך האב אלעס איגנארירט (בהוראת דעם איינגעשטעלטער), נאך א יאר, האט מיר דער איינגעשטעלטער געזאגט, אז ס'איז צייט איך זאל אים איבערבעטן, כדי ער זאל נישט בלייבן מיט א שווער הארץ, אבער אנגעווארנט, איך זאל קלאר מאכן, אז איך בעהט אים נאר איבער פאר די הארצ'ווייטאג וואס ער האט באקומען צוליב דעם, אבער נישט אויף דעם טאט וואס איך האב געטון.

כהיום (קרוב צו 20 יאר שפעטער) בין איך מיט אים א רעגולער חבר פון ישיבה, כלומר ווען מיר טרעפן זיך רעדן מיר אפאר מינוט, און שוין.

נקרש ב' - ראש ישיבה
דער צווייטער נקרש, האב איך געהאט גאר אן אינטרעסאנטע, איך בין אריין לערנען אין ישיבת .... און בחורים קומען צו צו מיר, און זאגן מיר, אקעי דו גייסט ווערן דער ראש ישיבה'ס חבר, ווייל ער האט זייער ליב אזעלכע בחורים ווי דיר! איך בין געכאפט געווארן אין שאק, איך בין געווען א נייער בחור אין ישיבה, פון וואו ווייסן די בחורים אז דער ראש ישיבה גייט זיך פארליבן אין מיר (איך בין שפעטער געוואר געווארן אבער כמובן אכהמ"ל הן מחמת גילוי והן מחמת...) וכך הוה, דער ראש ישיבה האט דאס קלאר און שארף ארויסגעוויזן אויף גאר א גראבע פארנעם, פון איין זייט האב איך דאס נישט אויסגעהאלטן, אבער פון די אנדער זייט האט דאס מיר געגעבן א גרינע ליכט צו טון אין ישיבה וואס איך וויל, ווען למשל דער ראש ישיבה האט פארלאנגט אז אלע בחורים דארפן טון ... האב איך געוויסט אז איך דארף נישט, וכך הוה, אנדערע זענען שטרענג באשטראפט געווארן, און איך נישט, עד כדי כך בחורים האבן אים אפן געפרעגט פארוואס 'מפורסם' מעג און איך נישט, אויף וואס דער ראש ישיבה האט געענטפערט 'ווייל איך האב אים ליב' (כנראה קומט דאס פון ווייניג שכל, אדער גיי ווייס וואס), למעשה האט דאס אזוי אנגעהאלטן די פאר יאר אין ישיבה, ווען איך קען גארנישט טון צו דעם (מען קען נישט איגנארירן דעם ראש ישיבה) און איך פלעג אסאך פארברענגען מיט אים (גראדע א קלוגער איד מדור הקודם, וואס אסאך האט מען געקענט פון אים הערן, אבער אסאך מאל איז דאס געווען זייער נערווירנד),

ווען ער איז געגאנגען באזוכן אדמורי"ם וכדו' האט ער מיר מיטגענומען, צו קענען ווייזן וואספארא גוטע בחורים לערנען ביי אים אין ישיבה (און איך און ער האבן געוויסט אז דאס איז נאר א תירוץ פאר די באבע, אין ישיבה האבן געלערנט אסאך בעסערע בחורים פון מיר, באמבע"ס אבער שוין).

נאך די חתונה, האב איך אים איין מאל צוליב געטון און אים ארויף באזוכן, אבער מיט דעם האט זיך דאס געענדיגט, איך האב אים דעליטעט פון מיין מוח, און שוין.

קורש ונקרש
אין די זעלבע ישיבה, האב איך געהאט א חבר, וואס פון נאנטשאפט האט זיך דאס דערקייקלט ביז 'קראש', אבער ס'איז געגאנגען ביידע וועגן, פון איין זייט האבן מיר אסאך פארברענגט, פון די אנדער זייט ווען מיר האבן נישט געקענט זיין צוזאמען, האט דאס געפערליך ווייגעטון ביידע זייטן, דאס האט אנגעהאלטן קרוב צו צוויי יאר, (איך וועל נישט מאריך זיין אין פרטים, ווייל אלעס איז שוין אויסגעשמועסט בין התגובות ביז אהער, דורך די אנדערע חשוב'ע ניקים), איין מאל ווען איך בין געווען מיט מיר אליינ'ס, האט דער אויבערשטער געהאלפן, און איך האב געהאט א טיפע שמועס מיט מיר אליינ'ס, צו זיך דורך קוקן עד כמה איז דאס 'אהבת חברים' און פון וואו איז דאס 'חולת אהבה', ס'איז געווען פעינפול און שניידעדיג, אזש איך האב געקלערט אז איך דארף דא אפהאקן לטובת שנינו, אבער נישט געהאט די גבורת הנפש דאס צו טון, האב איך זיך אויסגעשטעלט א סדר היום צו פעלן פון ישיבה וויפיל איך קען נאר (איך האב דאך געקענט טון וואס איך וויל כנ"ל) און ס'האט זיך צוביסלעך אויסגעקלארט, ביז איך בין געווארן מיט אים א נארמאלער חבר (מיט וועמען איך האלט נאך אן קשר עד עצם היום הזה, ווען פון די אנדערע בחורים אין ישיבה האב איך מיט קיין איינעם קיין שייכות היינט, חוץ ווען מען טרעפט זיך וועט מען רעדן א מינוט בערך), אבער דאס קרישות האט נאכגעלאזט (עכ"פ פון מיין זייט, פון זיין זייט ווייס איך נישט, און איך וויל אים נישט פרעגן, ווייל אלעס האבן מיר גערעדט, חוץ פון דעם נושא).

ס'איז וויכטיג צו קלאמאכן, אין די אנפאנג ס' יארן, איז ארויס געקומען גליונות מיטן נאמען 'אחדות' געאייגענט פאר בחורים (עברית אין ארץ ישראל, און אויף אידיש דאהי), ווי זיי האבן אמאל זייער שיין צולייגט איבער קראשן א בחור, ווי אזוי דער קראשער רעכנט אויס צו טרעפן דעם נקרש אויף אלע מיני וועגן, צו באקומען זיין אויפמערקזאמקייט, זיי האבן דאס אזוי גוט צונומען, אז דאס האט מיר געגעבן דעם ריכטיגן חומר למחשבה צו קענען כאפן וואס גייט פאר (איך האב יעצט אויפגעזיכט אין מיינע ארכיוונ'ס די אלטע געליונות, אבער דערווייל נאכנישט געפונען).

אהבת חברים
כהיום, בין איך זייער א באליבטער, און א חברותי, וואס מאכט איך זאל האבן א וועלט מיט חברים, דאך קען איך נאר זאגן אויף דריי אז זיי זענען אמת'ע נאנטע חברים, ווען איינער פארשטייט נישט וואס דאס מיינט, וואלט ער דאס באטיטלט 'קראש', אבער ס'איז ווייט נישט אזוי (און איך שרייב דאס, נאר כדי צו קלארשטעלן, אז כהיום איז נאך אויך דא אמת'ע אהבת חברים, נישט ווי איינער וויל אפפרעגן וואס דער תגובה שרייבט )

מיט די חברים (כמובן הכל כפי המבייש והמתבייש, לויט די וואוינארט צו טעלעפאנען אדער בריוון, אדער פנים אל פנים), מיט אים (מכאן ואילך וועל איך זיך באציעהן באופן יחיד, ועל שלשתם כולו יצא) וועל איך זיך עפענען, אלע מיינע דורכמאכענישן (כמובן עד כמה מען קען זיך עפענען, אבער אסאך ווייטער ווי צו סתם חברים / מענטשן וכדו')
מיר האבן גערעדט אפן מיט דעם חבר איבער אונזער פריינדשאפט, אז דער תכלית איז צו צוקומען צו וואס דער רבי ר' אלימלך שרייבט אין צעטל קטן 'לספר בכל פעם לפני המורה לו דרך השם ואפילו לפני חבר נאמן כל המחשבות'.
דער עיקר פארוואס א מענטש האט מורא זיך צו עפענען פאר זיין חבר, איז ווייל ער האט מורא ער וועט אים אראפ קוקן, אבער אויב איז מען באמת נאנטע חברים, ווייסט מען און מען פילט, אז יענער וועט דיר נישט אראפ קוקן ער ווייסט ביסט א מענטש, מיט נסיונות, שוועריקייטן, מיטמאכענישן, דורכגענג, וכדו', און ב"ה מיר שטייגן צוזאמען בעבודת ה', ווען איך גיי דורך א שוועריקייט האב איך צו וועמען צו רעדן, (אן צו ווארטן אז ער זאל צוריק 'רעדן' צו מיר ווען ער דארף, ווען מען איז גענוג נאנט געשעהט דאס במילא, אבער אויב ווארט מען אויף דעם, איז דאס א סימן אז די אהבה איז נישט צווייזייטיג).

ווען יענעם איז עפעס שווער שפירט מען דאס גלייך, וכן להיפך, אבער מען געדענקט אז יענער דארף האבן זיין אייגענע ספעיס, ער האט נאך מענטשן צו וועמען ער רעדט, ער האט אנדערע מיט וועמען ער לערנט, ער האט נאך מענטשן מיט וועמען ער פארברענגט, וכו' וכו', דברים פשוטים מאוד, וואס מען וואלט נישט געדארפט אויסשמועסן, ווען נישט ס'איז דא אן ערפל אויף דעם נושא. מען ווערט נישט אנגעווייטאגט ווען מען זעהט אים רעדן מיט א צווייטן, אדער אז א צווייטער באקומט זיין עטענטשען, און דאך איז מען זייער צוגעבינטן איינער צום צווייטן (נפשות'דיג), ווייל די אהבה איז נישט געוואנדן אין פעולות, וואס דעמאלט'ס קענען די פעולות ווידערשפעניגן אין די פריינדשאפט. און אזוי ווי מען האט אים באמת ליב, פארגינט מען אים עס זאל אים גוט זיין, און ער זאל האבן וויפיל חברים ער וויל וכו' וכו'.

כמובן ער ווערט נישט נארוועיז ווען איך זיך זיין קורבה, און איך ווער נישט נארוועז ווען ער זיכט מיין קורבה, מען איז העכסט נארמאלע חברים, און די אנדערע חברים ווייסן אז מיר צוויי זענען איינ'ס, און גאר נאנטע חברים, אזש ווען עפעס קומט פאר מיט איינע פון אונז, וועט מען אטאמאטיש פרעגן ביים צווייטן וואס גייט פאר מיטן חבר.

בכלל אן אמת'ער חבר, וויל מען זיין גוט'ס און ער וויל מיין גוט'ס (און מען וואלט געדארפט געבן אין די ישיבות (און אפשר אויך פאר טאטע'ס) א שמועס וואס מיינט 'ליב' און וואס מיינט 'אמת'ע ליבשאפט' ס'וואלט געלעיזט אסאך פראבלעמען, א מענטש מעג הערן די ווערטער 'איך האב דיר ליב', נאר היינט לעבן מיר אין אזא קראנקע וועלט, וואס גלייך טראכט מען פון וד"ל ואכמ"ל וכדו' נעבעך, אבער אין אמת'ן איז זייער געזונט זיך ארויס צו געבן, און מען מעג און דארף אויסדריקן אהבה ברגש ובדיבור איינער צום צווייטן, אויף א גענוזטע וועג, וואס דאס העלפט נאר צו צו עבודת ה').

א גוטער און אמת'ער חבר, וויל מען אים געפעלן, באופן פון 'קנאת סופרים תרבה חכמה', מען וויל דאווענען ערליך, און זיך אויפפירן ווי ס'פאסט און ווי מען דארף, אזוי ווי חז"ל זאגן אונז איבער אהרן הכהן, אז דורך דעם וואס ער האט זיך באפריינדעט מיט די מענטשן, האבן זיי געטראכט, ווי אזוי קען איך טון אזוי און אזוי, אהרן הכהן איז דאך מיין חבר, און ס'פאסט נישט איך זאל טון אזוי און אזוי.

אזוי אויך איז דא דער ענין פון הכנעה פאר א חבר, דאס מיינט נישט בטל ווערן במציאות און ווערן אויס זיך, נאר אוועק לייגן דעם זיך, כדי צו קענען מקבל זיין פון א חבר ווען ער זאגט ריכטיגע רייד, אבער פארשטענדליך אז דאס דארף קומען פון עבודה, און נישט פון עפעס אנדערש.

דערצו: מען דארף געדענקען, יענעם ליב האבן באמת, מיינט נישט ליב האבן זיין געשטאלט, זיין גוף, נאר ליב האבן זיין נפש (דאס מיינט אהבת נפש), ליב האבן דעם איד שבו, און נישט דעם גוף שבו.
אהבה גופני דאס קען גיין נענטער צו 'קראש' אדער צו די וד"ל און אכמ"ל סעקשן.

והבן כי קצרתי.

און דער באשעפער זאל אלעמען לעכטיג מאכן, מען זאל קענען גיין אויף די ריכטיגע און געזונטע וועגן.
איש נבון
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 6:15 pm
לאקאציע:אויף דער וועלט

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש נבון »

WOW הערליך געשריבן שקויעך!!!
אויב ווילסטו באקומען א Voter Registration Form אויף די פאסט שיק דיין מעילינג אדרעס צו מיין אימעיל.
וועלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 22, 2022 3:17 pm
לאקאציע:אינעם טאפ

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלוועלע »

זייער זייער שיין באשריבן, א ריזיגן ש'כח!!
מ'לעבט נאר פאר הונדערט אין צוואנציג יאר!
וועלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 22, 2022 3:17 pm
לאקאציע:אינעם טאפ

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלוועלע »

דער מענעדזשער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 12:10 pm
וועלוועלע האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 10:41 am
דער מענעדזשער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 3:19 pm
[
משא"כ אז מען שרייבט דערפון, 1) דו דערציילסט מיט א מעשה - א פאקטישע מעשה און א פערזענליכע מעשה האט א שטארקערע השפעה.
2) דער מח האט סופארט פון דרויסענדיגע מענטשן, ער איז נישט אליינס אויפן פראנט.
3) און בכלל, איינמאל מען שרייבט דערפון, מען פעיסט עס ברבים, גייט אראפ אסאך פרעשור און אנגעזאמלטע אומבאהאנדלטע געפילן, דאס מאכט אסאך גרינגער דעם לאסט און איז אטאמאטיש אסאך אסאך גרינגער צו באהאנדלען.
און וואס איז דיין פוינט יעצט?
אז כ'זאל שרייבן מיין מעשה דא?
כ'האב מיך באצויגן צו
שבתוך הסתרה האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 2:19 pm
איינער האט מיר גע'אישי'ט יעצט אז לאגיק העלפט נישט ווען מ'ליידט פון די נושא ממילא וואס שרייב איך דא צאם

בקיצור, איך ווייס נישט.
וואס למעשה? איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, טו ווי אזוי דו פארשטייסט

כ'האב ארויסגעברענגט אז בכלליות איז גאר א שטארקע זאך און תועלת למעשה דאס בעצם אז מען רעדט דערפון.
הונדערט פראצענט, ווי מער מ'רעדט פון עפעס אלס מער מאכט עס די מענטש קלארער און עס גיבט די סעלושן פאר די מענטש וואס צו טוען, און אויכעט בארואיגט עס די פילינגס .
לעצט פארראכטן דורך וועלוועלע אום מאנטאג יולי 10, 2023 3:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מ'לעבט נאר פאר הונדערט אין צוואנציג יאר!
אוועטאר
שבתוך הסתרה
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:13 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתוך הסתרה »

מפורסם האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 5:15 pm
הערליך שיין הרב @מפורסם
כ׳האף נאר אז די תגובה דיינער ווייט מאריך ימים זיין, אז נישט וועסטו מוזן ארויסנעמען אפאר ליינס.
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח @מפורסם סאיז הערליך קלאר.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

מפורסם האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 5:15 pm
איז אזוי וכו'
(איך ווייס נאכנישט ווי אזוי מען דערמאנט איינעם אין א תגובה אן ציטירן)

דו ברענגסט עס ארויס אזוי גוט פון אזוי פיל קוק ווינקלען, מיט אזא פליסיגע און פארשטענדליכע שפראך, נקודות קולע אל השערה אז כ'האב נישט קיין ווערטער...
וועסט מיר מוזן אנטשולדיגן...
נעם וויפיל גרינע דו דארפסט אויף מיין חשבון...
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
מפורסם
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:36 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפורסם »

שבתוך הסתרה האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 6:28 pm
מפורסם האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 5:15 pm
הערליך שיין הרב @מפורסם
כ׳האף נאר אז די תגובה דיינער ווייט מאריך ימים זיין, אז נישט וועסטו מוזן ארויסנעמען אפאר ליינס.
ייש"כ פאר דיר און פאר אלע מחזקים.

נ.ב. איך האב געדארפט אנהייבן מיט א ש'כוח פאר דיר, פארן זיין דער פותח האשכול, צו אנרירן דעם אנגעווייטיגטן טעמע, און דערצו אזוי שיין און קלאר ארויס ברענגען, נאר נישט געוואלט אריין קריכן אין ש'כוח'ס ווייל דעמאלט'ס ווערט מען נישט פארטיג (ס'דא נאך א שיינע פאר וואס דארפן באדאנקט ווערן פארן ארויס קומען מיט זייער סטארי, נאר דער עיקר קומט פאר דיר, פארן דאס עפענען, והכל נזקף לזכותך).
מפורסם
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:36 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפורסם »

דער מענעדזשער האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 8:06 pm
מפורסם האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 5:15 pm
איז אזוי וכו'
(איך ווייס נאכנישט ווי אזוי מען דערמאנט איינעם אין א תגובה אן ציטירן)

דו ברענגסט עס ארויס אזוי גוט פון אזוי פיל קוק ווינקלען, מיט אזא פליסיגע און פארשטענדליכע שפראך, נקודות קולע אל השערה אז כ'האב נישט קיין ווערטער...
וועסט מיר מוזן אנטשולדיגן...
נעם וויפיל גרינע דו דארפסט אויף מיין חשבון...
ייש"כ

און עקסטער א ייש"כ פארן אוועק געבן אזוי פיל צייט (איך ווייס יא אז יעדע תגובה קאסט דאס דם התמצית, און געדויערט זייער לאנג, שרייבן און מעקן, און גרויס מחשבה און מנפה זיין בי"ג נפה, אויף יעדע ווארט צו ס'מעג געשריבן ווערן, און צו ס'גוט געשריבן ווערן)

גאט זאל דיר באצאלן, און געבן די ריכטיגע כוחות הנפש אויף ווייטער.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2598
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 12:12 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:03 am
Zeltzer האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:18 pm
בלא ניק האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:08 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:10 pm
איך האב פונקט געטראפן א מורא'דיגע לשון פון חזון איש אין א בריוו, און איך האב זיך דערמאנט פון דעם אשכול...

פארשטייט זיך ס'איז למעלה מהשגתינו.

אינטרעסאנט. ווי שרייבט ער עס?
קובץ אגרות חזון איש א'
Screenshot 2023-07-05 151457.jpg
Wow.. לכאורה איז עס איינס פון די בריוון צו ר’ רפאל האלפערין, א קוריאזער איד וועלכער איז אלץ בחור אדורך שווערעקייטן, היינט וואלט מען עס גערופן מוד דיסארדער, ער האט געהאט תקופות פון הפלגה’דיגע התמדה און תקופות פון פארלאשענקייט.. לימים איז ער ארויס פון ישיבה לגמרי און דאן געווארן א פראפעסיאנאלער אטלעט באקסער, ער האט ציבראכן ציגל מיט די בלויזע הענט און זאגאר אריין אין א קעידזש פון לייבן.. דאן איז ער געווארן א ריזן נגיד ווען ער האט געגרינדעט א גלעזער סטאר נעץ.. סוכ”ס איז ער געווען א ריזיגער ת”ח און ארויסגעגעבן פולע אינטערעסאנטע ספרים, זיין פאטער איז געוועזן גאר נאנט צום חזון איש און דער חזון איש האט גענומען דעם בחורס דורכגאנג געפערליך צום הארצן, מקען זאגן אבער אז וזה עמדה לו ווען ער איז סוכ”ס געווען אן ערליכער איד און אויפגעשטעלט א שיינע דור, א נדבן און א ת”ח. א ריזן טייל פון די איגרות חזון איש איז געוואנדן צו אים אלץ בחור, כמעט זיכער אז דער בריוו איז צו אים.
דאס מאכט דעם קאנטעקסט פון דעם בריוו אינגאנצן אנדערש בנוגע דעם אשכול.

ווייל עס מיינט אז דער חזו"א רעדט נישט באמת פון זיך, נאר פון די חשיבות פון ר' רפא'.
אין די הקדמה צו דעם ספר, שרייבט ער זיין גאנצע לעבנס ראלער קאוסטער
און איז מעתיק די בריוו פון חזו"א צו אים
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2598
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

@מפורסם , ס'איז מיר נישט איינגעפאלן אז א "טיטשער פעט" -ווי מ'פלעגט עס רופן אין מיינע צייטן- האט מיט לימירענס/קראש,
אויב יא, קען איך רילעיטן דערצו,

איינעע פון מיינע מלמדים אין א העכערע כתה האט מיר פשוט געלאזט טון וואס איך האב געוואלט, און מיר אויך אמת'דיג אסאך געבויעט,

ס'האט מיר בכלל נישט געשטערט, און עד היום ווען ער טרעפט מיר פריידט ער זיך זייער צו מיר, ותו לא

אינטערעסאנט אז אפילו נאכן ליינען דא אזוי פיל, האב איך עס בכלל נישט צוזאמגעשטעלט מיט די סוגיא
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6631
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:03 am
Zeltzer האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:18 pm
בלא ניק האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:08 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:10 pm
איך האב פונקט געטראפן א מורא'דיגע לשון פון חזון איש אין א בריוו, און איך האב זיך דערמאנט פון דעם אשכול...

פארשטייט זיך ס'איז למעלה מהשגתינו.
עשיר אני גם באהבת זולתי, וביחוד לצעיר מזוין בכשרונות, ולב מבין.
צעיר השוקד על התורה, מלבב אותי וצודד את נפשי, וזכרונו ממלא את כל עולמי, ונפשי קשורה בו בעבותות אהבה בל ינתקו
אינטרעסאנט. ווי שרייבט ער עס?
קובץ אגרות חזון איש א'
Screenshot 2023-07-05 151457.jpg
Wow.. לכאורה איז עס איינס פון די בריוון צו ר’ רפאל האלפערין, א קוריאזער איד וועלכער איז אלץ בחור אדורך שווערעקייטן, היינט וואלט מען עס גערופן מוד דיסארדער, ער האט געהאט תקופות פון הפלגה’דיגע התמדה און תקופות פון פארלאשענקייט.. לימים איז ער ארויס פון ישיבה לגמרי און דאן געווארן א פראפעסיאנאלער אטלעט באקסער, ער האט ציבראכן ציגל מיט די בלויזע הענט און זאגאר אריין אין א קעידזש פון לייבן.. דאן איז ער געווארן א ריזן נגיד ווען ער האט געגרינדעט א גלעזער סטאר נעץ.. סוכ”ס איז ער געווען א ריזיגער ת”ח און ארויסגעגעבן פולע אינטערעסאנטע ספרים, זיין פאטער איז געוועזן גאר נאנט צום חזון איש און דער חזון איש האט גענומען דעם בחורס דורכגאנג געפערליך צום הארצן, מקען זאגן אבער אז וזה עמדה לו ווען ער איז סוכ”ס געווען אן ערליכער איד און אויפגעשטעלט א שיינע דור, א נדבן און א ת”ח. א ריזן טייל פון די איגרות חזון איש איז געוואנדן צו אים אלץ בחור, כמעט זיכער אז דער בריוו איז צו אים.
דיין אבסעסיע צו לייגן יעדע רוחניות׳דיגע נסיון into מענטל העלטה איז שוין געפארן צו ווייט… ר׳ רפאל ז״ל איז געווען א נשמה גבוה, א טייערע גרויסע איד, מיט אבנארמאלע כוחות, עליות און ירידות. בכלל נישט קיין קוריאזער. און פאר סיבה האט די חזו״א וואס האט נישט ליב געהאט עפעס אנדערש אויסער השי״ת און זיין תורה אזוי געגאנגען אין לעבן אז רפאל זאל בלייבן ערליך. די חזו״א האט געזעהן זאכן וואס דו און איך זעען נישט.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5538
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

בניהו האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 12:16 am
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:03 am
Zeltzer האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:18 pm
בלא ניק האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:08 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:10 pm
איך האב פונקט געטראפן א מורא'דיגע לשון פון חזון איש אין א בריוו, און איך האב זיך דערמאנט פון דעם אשכול...

פארשטייט זיך ס'איז למעלה מהשגתינו.

אינטרעסאנט. ווי שרייבט ער עס?
קובץ אגרות חזון איש א'
Screenshot 2023-07-05 151457.jpg
Wow.. לכאורה איז עס איינס פון די בריוון צו ר’ רפאל האלפערין, א קוריאזער איד וועלכער איז אלץ בחור אדורך שווערעקייטן, היינט וואלט מען עס גערופן מוד דיסארדער, ער האט געהאט תקופות פון הפלגה’דיגע התמדה און תקופות פון פארלאשענקייט.. לימים איז ער ארויס פון ישיבה לגמרי און דאן געווארן א פראפעסיאנאלער אטלעט באקסער, ער האט ציבראכן ציגל מיט די בלויזע הענט און זאגאר אריין אין א קעידזש פון לייבן.. דאן איז ער געווארן א ריזן נגיד ווען ער האט געגרינדעט א גלעזער סטאר נעץ.. סוכ”ס איז ער געווען א ריזיגער ת”ח און ארויסגעגעבן פולע אינטערעסאנטע ספרים, זיין פאטער איז געוועזן גאר נאנט צום חזון איש און דער חזון איש האט גענומען דעם בחורס דורכגאנג געפערליך צום הארצן, מקען זאגן אבער אז וזה עמדה לו ווען ער איז סוכ”ס געווען אן ערליכער איד און אויפגעשטעלט א שיינע דור, א נדבן און א ת”ח. א ריזן טייל פון די איגרות חזון איש איז געוואנדן צו אים אלץ בחור, כמעט זיכער אז דער בריוו איז צו אים.
דיין אבסעסיע צו לייגן יעדע רוחניות׳דיגע נסיון into מענטל העלטה איז שוין געפארן צו ווייט… ר׳ רפאל ז״ל איז געווען א נשמה גבוה, א טייערע גרויסע איד, מיט אבנארמאלע כוחות, עליות און ירידות. בכלל נישט קיין קוריאזער. און פאר סיבה האט די חזו״א וואס האט נישט ליב געהאט עפעס אנדערש אויסער השי״ת און זיין תורה אזוי געגאנגען אין לעבן אז רפאל זאל בלייבן ערליך. די חזו״א האט געזעהן זאכן וואס דו און איך זעען נישט.
קוק אן, איר זענט ערלויבט צו האלטן אז סאיז אן אבסעסיע און אז כבין געגאנגען צו ווייט.. אבער כמעג אויכעט מחולק זיין און מיך האלטן ביי מיינס. לענ”ד נאכן ליינען זיין ביאגראפיע דעטאלירט בינעך געקומען צו מיין מסקנה, סאיז טאקע נישט מער ווי מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום מאנטאג יולי 10, 2023 12:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6631
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 12:12 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:03 am
Zeltzer האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:18 pm
בלא ניק האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:08 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:10 pm
איך האב פונקט געטראפן א מורא'דיגע לשון פון חזון איש אין א בריוו, און איך האב זיך דערמאנט פון דעם אשכול...

פארשטייט זיך ס'איז למעלה מהשגתינו.

אינטרעסאנט. ווי שרייבט ער עס?
קובץ אגרות חזון איש א'
Screenshot 2023-07-05 151457.jpg
Wow.. לכאורה איז עס איינס פון די בריוון צו ר’ רפאל האלפערין, א קוריאזער איד וועלכער איז אלץ בחור אדורך שווערעקייטן, היינט וואלט מען עס גערופן מוד דיסארדער, ער האט געהאט תקופות פון הפלגה’דיגע התמדה און תקופות פון פארלאשענקייט.. לימים איז ער ארויס פון ישיבה לגמרי און דאן געווארן א פראפעסיאנאלער אטלעט באקסער, ער האט ציבראכן ציגל מיט די בלויזע הענט און זאגאר אריין אין א קעידזש פון לייבן.. דאן איז ער געווארן א ריזן נגיד ווען ער האט געגרינדעט א גלעזער סטאר נעץ.. סוכ”ס איז ער געווען א ריזיגער ת”ח און ארויסגעגעבן פולע אינטערעסאנטע ספרים, זיין פאטער איז געוועזן גאר נאנט צום חזון איש און דער חזון איש האט גענומען דעם בחורס דורכגאנג געפערליך צום הארצן, מקען זאגן אבער אז וזה עמדה לו ווען ער איז סוכ”ס געווען אן ערליכער איד און אויפגעשטעלט א שיינע דור, א נדבן און א ת”ח. א ריזן טייל פון די איגרות חזון איש איז געוואנדן צו אים אלץ בחור, כמעט זיכער אז דער בריוו איז צו אים.
דאס מאכט דעם קאנטעקסט פון דעם בריוו אינגאנצן אנדערש בנוגע דעם אשכול.

ווייל עס מיינט אז דער חזו"א רעדט נישט באמת פון זיך, נאר פון די חשיבות פון ר' רפא'.
די חזו״א האט געהאט צו אים א נישט נארמאלע געפיל. ער שרייבט צו אים אויסדרוקן פון אהבה וואס ער האט כמעט נישט געשריבן.

עס האט אבער טאקע נישט קיין שייכות מיט די אשכול. די צדיקים זענען נישט געפאלן פאר קראשעס ח״ו זיי האבן געזעהן אסאך אסאך טיפער און ווייטער
לעצט פארראכטן דורך בניהו אום מאנטאג יולי 10, 2023 12:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני הוא הנער, נער המדבר
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6631
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 12:23 am
בניהו האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 12:16 am
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:03 am
Zeltzer האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:18 pm
בלא ניק האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:08 pm

אינטרעסאנט. ווי שרייבט ער עס?
קובץ אגרות חזון איש א'
Screenshot 2023-07-05 151457.jpg
Wow.. לכאורה איז עס איינס פון די בריוון צו ר’ רפאל האלפערין, א קוריאזער איד וועלכער איז אלץ בחור אדורך שווערעקייטן, היינט וואלט מען עס גערופן מוד דיסארדער, ער האט געהאט תקופות פון הפלגה’דיגע התמדה און תקופות פון פארלאשענקייט.. לימים איז ער ארויס פון ישיבה לגמרי און דאן געווארן א פראפעסיאנאלער אטלעט באקסער, ער האט ציבראכן ציגל מיט די בלויזע הענט און זאגאר אריין אין א קעידזש פון לייבן.. דאן איז ער געווארן א ריזן נגיד ווען ער האט געגרינדעט א גלעזער סטאר נעץ.. סוכ”ס איז ער געווען א ריזיגער ת”ח און ארויסגעגעבן פולע אינטערעסאנטע ספרים, זיין פאטער איז געוועזן גאר נאנט צום חזון איש און דער חזון איש האט גענומען דעם בחורס דורכגאנג געפערליך צום הארצן, מקען זאגן אבער אז וזה עמדה לו ווען ער איז סוכ”ס געווען אן ערליכער איד און אויפגעשטעלט א שיינע דור, א נדבן און א ת”ח. א ריזן טייל פון די איגרות חזון איש איז געוואנדן צו אים אלץ בחור, כמעט זיכער אז דער בריוו איז צו אים.
דיין אבסעסיע צו לייגן יעדע רוחניות׳דיגע נסיון into מענטל העלטה איז שוין געפארן צו ווייט… ר׳ רפאל ז״ל איז געווען א נשמה גבוה, א טייערע גרויסע איד, מיט אבנארמאלע כוחות, עליות און ירידות. בכלל נישט קיין קוריאזער. און פאר סיבה האט די חזו״א וואס האט נישט ליב געהאט עפעס אנדערש אויסער השי״ת און זיין תורה אזוי געגאנגען אין לעבן אז רפאל זאל בלייבן ערליך. די חזו״א האט געזעהן זאכן וואס דו און איך זעען נישט.
קוק אן, איר זענט ערלויבט צו האלטן אז סאיז אן אבסעסיע און אז כבין געגאנגען צו ווייט.. אבער כמעג אויכעט מחולק זיין. לענ”ד נאכן ליינען זיין ביאגראפיע דעטאלירט בינעך געקומען צו מיין מסקנה, סאיז טאקע נישט מער ווי מיין מיינונג.
איך האב אויך שטארק דורכגעטוהן זיין לעבן.

ביי דיר עקזעסטירט אזא זאך ווי א מלחמה צווישן צד הקדושה און פארקערט?

איך בין נישט מחולק מיט פסיכישע מעדיצין. איך זאג נאר אז נישט אלעמאל קען מען שפרינגען צו מסקנות באזירט אויף וואס מען האט געליינט.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5538
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

בניהו האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 12:24 am
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 12:23 am
בניהו האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 12:16 am
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:03 am
Zeltzer האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:18 pm

קובץ אגרות חזון איש א'
Screenshot 2023-07-05 151457.jpg
Wow.. לכאורה איז עס איינס פון די בריוון צו ר’ רפאל האלפערין, א קוריאזער איד וועלכער איז אלץ בחור אדורך שווערעקייטן, היינט וואלט מען עס גערופן מוד דיסארדער, ער האט געהאט תקופות פון הפלגה’דיגע התמדה און תקופות פון פארלאשענקייט.. לימים איז ער ארויס פון ישיבה לגמרי און דאן געווארן א פראפעסיאנאלער אטלעט באקסער, ער האט ציבראכן ציגל מיט די בלויזע הענט און זאגאר אריין אין א קעידזש פון לייבן.. דאן איז ער געווארן א ריזן נגיד ווען ער האט געגרינדעט א גלעזער סטאר נעץ.. סוכ”ס איז ער געווען א ריזיגער ת”ח און ארויסגעגעבן פולע אינטערעסאנטע ספרים, זיין פאטער איז געוועזן גאר נאנט צום חזון איש און דער חזון איש האט גענומען דעם בחורס דורכגאנג געפערליך צום הארצן, מקען זאגן אבער אז וזה עמדה לו ווען ער איז סוכ”ס געווען אן ערליכער איד און אויפגעשטעלט א שיינע דור, א נדבן און א ת”ח. א ריזן טייל פון די איגרות חזון איש איז געוואנדן צו אים אלץ בחור, כמעט זיכער אז דער בריוו איז צו אים.
דיין אבסעסיע צו לייגן יעדע רוחניות׳דיגע נסיון into מענטל העלטה איז שוין געפארן צו ווייט… ר׳ רפאל ז״ל איז געווען א נשמה גבוה, א טייערע גרויסע איד, מיט אבנארמאלע כוחות, עליות און ירידות. בכלל נישט קיין קוריאזער. און פאר סיבה האט די חזו״א וואס האט נישט ליב געהאט עפעס אנדערש אויסער השי״ת און זיין תורה אזוי געגאנגען אין לעבן אז רפאל זאל בלייבן ערליך. די חזו״א האט געזעהן זאכן וואס דו און איך זעען נישט.
קוק אן, איר זענט ערלויבט צו האלטן אז סאיז אן אבסעסיע און אז כבין געגאנגען צו ווייט.. אבער כמעג אויכעט מחולק זיין. לענ”ד נאכן ליינען זיין ביאגראפיע דעטאלירט בינעך געקומען צו מיין מסקנה, סאיז טאקע נישט מער ווי מיין מיינונג.
איך האב אויך שטארק דורכגעטוהן זיין לעבן.

ביי דיר עקזעסטירט אזא זאך ווי א מלחמה צווישן צד הקדושה און פארקערט?
יא, אבער בדרך כלל מלובש אין פשוטע גשמיותדיגע לבושים. ואסביר, מקען ליידן אויף מוד דיסארדער און זיין א גאנצער קדוש אדער א גאנצער ט**. מענטל אישוס דעצידירט לגמרי נישט ערליכקייט.
לדוגמא אין די נושא פון ש”ץ ימ”ש, זעהט מען דער ציצית נובל צבי עס אראפלייגן ווי א מענטל נערוון סיטשועישאן בשעת וואס ר’ יעקב עמדין לייגט דאס אראפ ווי א קליפה., נו איז עס א מחלוקה? לענ”ד ניין. חוץ ש”צנס ביי-פאולער האט ער בפועל אויסגעדריקט מיט זיך די שטן אליינס, ער איז געווען ווי א מרכבה פאר די טומאה. ווען ער זאל ווען זיין ערליך וואלט ער נישט אפגעפירט כלל ישראל. מעגליך ער וואלט סתם געהאט גייסטישע יסורים.. מעגליך אז זיינע גייסטישע יסורים וואלטן אים מזכך געווען צו ווערן משיח (ווי גדולים וואס האבן געהאלטן אז עפעס א נקודה אמיתית האט ער געהאט אין זיך וואס ער האט אנגעוואוירן). אזוי צו אזוי, לענ”ד א מלחמה מיטן צד הטומאה איז זעלטן א נאקעטע מלחמה בלי לבוש, און מיטן אדרעסירן די לבוש (אין אונזער פאל גייסטישע פראבלעמען) און צוריקשטעלן די מענטש אויף די גלייכע רעלסן גייסטיש קען מען אנהייבן לערנען מיט יענעם יראת שמים און מוסר.

דאס איז מיין ארימע פארשטאנד אין די נושא לע”ע.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6631
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אמת ויציב יעדע ווארט. אבער, מ׳קען ליידן פון רוחניות׳דיגע עקסטרעמע עליות און ירידות און נישט זיין גייסטיש קראנק, און די זעלבע פארקערט.

מ׳דארף זיין א יחיד מומחה דאס צו דיאגניזירן

@מסתמא. (מיין מענשאן ארבעט נישט..)
אני הוא הנער, נער המדבר
מפורסם
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:36 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפורסם »

אפגעגאלט האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 12:03 am
@מפורסם , ס'איז מיר נישט איינגעפאלן אז א "טיטשער פעט" -ווי מ'פלעגט עס רופן אין מיינע צייטן- האט מיט לימירענס/קראש,
אויב יא, קען איך רילעיטן דערצו,

איינעע פון מיינע מלמדים אין א העכערע כתה האט מיר פשוט געלאזט טון וואס איך האב געוואלט, און מיר אויך אמת'דיג אסאך געבויעט,

ס'האט מיר בכלל נישט געשטערט, און עד היום ווען ער טרעפט מיר פריידט ער זיך זייער צו מיר, ותו לא

אינטערעסאנט אז אפילו נאכן ליינען דא אזוי פיל, האב איך עס בכלל נישט צוזאמגעשטעלט מיט די סוגיא
מוזט דאס טאקע נישט צוזאמען שטעלן, ס'קען זיין ער האט פארשטאנען צו דיין נפש, און געוויסט אז אזוי וועט דיר זיין בעסער, ווי דו ביסט אליין מעיד אז ער האט דיר אסאך געבויעט, און ס'האט דיר נישט געשטערט

איך האב אויך געהאט א מגי"ש וואס האט גוט פארשטאנען צו מיר און מיר אסאך געבויעט, געגעבן פרייהייט מער ווי געווענליך, (אבער אונטער זיין קאנטראל), און נאך היינט ביך אין נאנט צו אים
ער פארשטייט גוט צו נפש האדם (און טוט מיט אסאך בחורים און יונגעלייט), נישט אלעמאל מוז דאס האבן מיט קראשן וכדו'.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”