א געוויין פון טרוקענע טרערן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
זאלצמאן
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

א געוויין פון טרוקענע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

האסטו שוין אמאל געזען א מענטש וואס וויינט מיט טרוקענע טרערן?

איך האב אים געזען.

יא, דאס דאס איז זיין טעגליכע סדר היום, מיט דעם שטייט ער אויף אין מיט דעם לייגט ער זיך. זיין קישן זאפט יעדן טאג איין זיינע טרערן וואס ער וויל פארגיסן, אבער זיינע אויגן זענען שוין אויסגעוויינט, זיין טרערן קוואל אפגעטרוקנט, און זיין אויסגעלאשענע שטימע דערציילט איבער א שטומע געוויין וואס באנעמט אים פיר און צוואנציג שטונדן רונדע דעם טאג.

זיין האנט-פלאך איז שוין אויסגעקוועטש פון באגאסן ווערן מיט הארציגע וואונטשן וואס שטעכן אים ביזן זיבעטן ריפ, זיינע געזיכט מוסקלען האלטן זיך ביים איבעררייסן פון זיינע נאכאנאנדע פרואוון אויסצוציען דעם געפאדערטן שמייכל, און די שווארצע רונדן ארום זיינע אויגן פארציילן מיר דעם אומגליקליכן געשיכטע פון א מענטש וואס זעט די וועלט דורך גרויע און פארנעפלטע גלעזער.

איך האב נארוואס פארענדיגט א שמועס מיט א קרוב מיינער, א איד אין די מיטעלע יארן, וואס ווארט נאך ליידער אויף זרע של קיימא. דער איד האלט שוין ד-ר-י-י-ס-י-ג י-א-ר נאך וואס ער איז געשטאנען אונטער די חופה, און האט נאכנישט זוכה געווען צו זען די ליכטיקייט ביים ענדע פונעם טונעל. דרייסיג יאר, דריי הונדערט און זעכציג חדשים וואס ער ווארט און לעכצט צו זען די ישועה, טויזענטער טעג פון פיין, הונדערטער טויזענטער שעות פון יסורי הגוף והנפש נאכאנאנד, און א ענדלאזע טינקעלקייט וואס זעט נישט אויס ווי עס ענדיגט זיך אמאל.

אין א מינוט פון מיטגעפיל האב איך אביסל אריינגעטראכט אין זיין מצב און א שוידער האט דורכגעשניטן מיינע גלידער. דער איד איז אויך געווען אמאל א גליקליכע חתן וואס זיין גרעסטע דאגה איז וואס זיינע חברים זאגן צו זיין נייע שטריימל, ווער ס'גייט זיין זיין חברותא אין כולל, און וואס זיין נייע אשת חיל וועט זאגן צו זיין אוניווערסיטי מתנה. ער איז אויך געווען א לוסטיגע דאגה'לאזע שנה ראשונה יונגערמאן וואס ווייסט שוין פונקטליך וועלכע ביזנעס ער גייט עפענען (נאכן זיך פארהערן הוראה- פארשטייט זיך...), וועלכע קאר ער וויל דרייוון, ער האט אויך ארויסגעהאט שלום בית און חינוך, און גע'חלומ'ט אגאנצן טאג ראזע חלומות פון א גאלדענע לעבן.

ער איז אויך אדורך דעם שטאפל פון ווערן בארואיגט "ס'גארנישט, נישט ביי יעדעם גייט עס אין א מינוט, גיי נאר צו דאקטער פלוני און מומחה אלמוני און דו וועסט ביז א חודש-צוויי אפילו נישט געדענקען אז ס'איז עפעס געווען,", מיט די פולע האפענונג האט ער פאלגזאם אויסגעפאלגט אלע הדרכות וואס גוטע-און יענטישע- אידן האבן אים גע'עצה'ט, בלויז צו ווערן נאכאמאל אנטוישט.

מיט אומבאהאלטענע קנאה האט ער דאן צוגעקוקט ווי זיינע חברים רוקן זיך ווייטער אין לעבן, פראווענען זכרים און ברית'ן, שערן אפ און שרייבן איין זייערע קינדער אין חדר, בעת ער איז נאך שטעקן געבליבן אינעם לאנג פארצויגענעם שנה ראשונה סיטואציע. פרובירט האט ער שוין אלע רפואות וואס די וועלט האט דעמאלטס געהאט צו פארשלאגן, אבער האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אומהילפבאר אין זיין קעיס, מיט א פולע אמונה האט ער פראקטיצירט אלע סגולות וואס האבן אזוי שיין געהאלפן פאר אנדערע, אבער האבן נישט געברענגט קיין רעזולטאטן אין דעם פאל.

מיט אלע כוחות האט ער זיך כסדר מחזק געווען און זיך אנגעגארטעלט מיט הויפענעס ביטחון און קוראזש, ביטער שווער איז עס אים געווען צו צוקוקן ווי זיינע באקאנטע אסאך יונגער פון אים ברענגען דורות און גייען פאראויס בשעת זיין באן איז נאך ביים ערשטן סטאנציע. וויפיל טרערן האט אים געקאסט א פשוטע שבת מיט א ליידיגן טיש, א פרייליכע יום טוב ווען ער זינגט אליין, א געהויבענע סדר נאכט ווען יעדער שטאלצירט מיט זיין "וכאן הבן שואל", ווען ער דארף פארבייסן די ליפן און אינזין האבן די אנדערע טייטש אויף די ווערטער.

וויפיל שלאפלאזע נעכט האט ער פארברענגט ווען עס איז נישטא קיינער וואס זאל אים צושטערן דעם שלאף, א ביטערע איינזאמקייט שלאגט אים אין הארץ, א שטעכעדיגע נאכאנאנדע שטילקייט וואס לעכערט אים די אויערן און צוברעכט דאס זעל. שרעקעדיגע מחשבות בוזשעווען אין קאפ, און ביטערע געפילן צוברעכן זיין הערצעלע אין א יאמערליכן געוויין וואס לאזט נאך זיך א ווידערקול העכער ווי א מענטשליכע שכל קען פארנעמען.

ווען איך קוק אויף אים זע איך א פולע סייקל פון האפענונג, אנטוישונג, זיך צוריק מחזק זיין, אנגיין כאילו לא היה, נאכאמאל ערווארטונג, נאכאמאל א קראך, ווידעראמאל זיך אויפהייבן. ער איז שוין אזויפיל מאל דורך דעם רונדע ביז דער פונק האט אנגעהויבן איינגיין, די האפענונג האט אנגעהויבן אויסזען ווייטער און מער אומקלאר, די געפילן- שטעכעדיגע ווי געהויבענע- זענען מער-ווייניגער אראפ פון די מאפע און געווארן אומרעלעוואנט, גארנישט רעדט מער נישט צו אים, ברענגט אים נישט ארויף אדער אראפ, אדער קען אים ארויסשלעפן פונעם גרויען פארשטויבטן קאמער וואו זיין לעבן האט אים איינגעשפארט.

אזוי אויך האט ער שוין אינגאנצן אויפגעהערט פרובירן ארויפצוציען דעם שלייער פון "איך בין נישט קיין נעבעך". אין זיינע אויגן איז שוין זינלאז צו שפילן א אומזינסטיגע אומפרוכטבארע שפיל וואס שלאגט אים נאר צוריק אין פנים ווען גוטהארציגע אידן פארזיכערן אים אז טראץ וואס ער באהאלט זיינע געפילן פארשטייען זיי אים און הערן זיין פיין, ער דארף שוין נישט די אלע זאכן, פארשטיי מיך נישט, פיל נישט מיט מיט מיר, פרעג זיך נישט נאך וואס איך מאך, זיי מיר נישט מחזק, און לאז מיר ביטע אליינס אין מיין פאר'חושכ'טן ווינקל, וואו תוהו און וויסטקייט זענען די דאמינירנדע פאקטארן מן הבוקר עד עולם.

א קראמף שטעכט מיר אין הארץ, ווען איך דערמאן זיך אין די איינציגע פעלער וואס קענען אים נאך בארירן, ווען ער זעהט די קליינע ליכטיגע נשמה'לעך וואס האבן באגליקט זייערע עלטערן וואס וואלטן זיינע אייניקלעך געקענט זיין, די ריינע זיסקייטן וועקן אויף ביי אים זיינע צאפלדיגע געפילן וואס זענען פארט באגראבן טיף טיף, מיט זיינע לעצט פארבליבענע כוחות הנפש נעמט ער זיי אין די האנט, און גלעט זיי מיט אזאנע געגועים וואס קען א פעלז צולאזן, עס עפנט זיך דאן א שפאלט אין זיין נשמה פון ווי עס רינט ארויס אפענע אייטער וואס מאכט יעדעס אויג לאזן א טרער, אבער ווען דער שפיל איז פארטיג, און ער דערזעט זיך אין צענטער פונעם רחמנות סצענע, טרייבט עס אים צוריק אריין נאך טיפער אינעם חלל פון וואו ער האט זיך -קוים א משהו- ארויסדערווישט.

איך זיץ און טראכט פון אים, און א געוויין שטיקט מיר אין האלז, טרערן הייבן אן גלעטן מיינע בעקעלעך, דאס איז די איינציגסטע זאך וואס איך קען יעצט טון, פארגיסן אביסל טרערן אנשטאט אים, פילן אביסל די פיין וואס דערקוטשעט אים שוין ניטאמאל, און באוויינען א מענטש וואס קען זיך שוין נישט באוויינען, מיין הארץ בלעזלט מיט אומדערטרעגליכע ברויזנדע הרגשים, פון וואס איך קען נישט- נישט מיר און נישט אים- באפרייען.

בעפאר איך נעם זיך צום איינציגן מיטל וואס ארבעט, פאר אים, פאר מיר, און פאר יעדעם איינעם, נעמליך דער תהילימ'ל וואס שפרייט אויס זיינע בלעטער צו איינזאפן מיינע פארטרערטע בקשות, און טראגט עס ארויף גלייך צום ריכטיגן דעסטינאציע, נעם איך אפאר מינוט צו אפקלאפן אפאר בעטנדיגע שורה'לעך צו מיינע חברים, און סתם מיטפילנדע אידן. איך וויל זיי מיטשלעפן אויף דעם איד'ס רייזע, שפירטס אביסל פאר אים, נעם דעם תהילים, אדער זיי מקדיש א מינוט'קעלע אויף מאמע לשון, בעט אויך פונעם קל רחום, זאל ער שוין צוזען די אומגעהויערע פיין, זיין-און אסאך אנדערע אין ענליכע מצבים, און שיקן פאר זיי אלע לעכטיגע השפעות, און אויפרעכטן אלע מצפים לישועתו, בקרוב ממש.

ירחם המרחם. בשורות טובות.
העלפער
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:36 am
לאקאציע:ביהמ"ד

Re: א געוויין פון טרוקענע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלפער »

הארצרייסענד! אוי באשעפער ווי לאנג נאך
😥😥😥😥😥😥
נאר מיט שמחה קען מען פועל'ן
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: א געוויין פון טרוקענע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

😭😭😭
יונה פון נינוה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:51 pm

איין רגע, וואס איז די מוסר השכל ?
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19052
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: א געוויין פון טרוקענע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

די רבושע זאל שוין אויפריכטן אלע אידישע שטובער!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע:אין באשעפער'ס הענט

Re: א געוויין פון טרוקענע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

😭

האסט א גוטע שפראך.

באשעפער העלף אז @זאלצמאן זאל קענען באשרייבן די ברית אי''ה
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
אוועטאר
א שטיק געפיל
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 2:31 pm

Re: א געוויין פון טרוקענע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטיק געפיל »

זאל שוין זיין איבער'ס יאר א שמעון
מ'דארף נישט אנזעצן און נישט האבן קיין געלט פאר רענט כדי צו ווערן א עושר און זיין סוקסעפול
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א געוויין פון טרוקענע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

האסט מיך בארירט!!
וואס א גאלדענעם פעדער קען נישט טוען צו א מענטש, קען א צובראכן הארץ!!
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: א געוויין פון טרוקענע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

בעסער ווי גיט ארויסגעברענגט
אן פיינעם פעדער
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: א געוויין פון טרוקענע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

אוי יוי יוי יוי אוי באשעפער ראאחמים...
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
מאיר מאניש
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:34 pm

Re: א געוויין פון טרוקענע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר מאניש »

אוי טאטע האב שוין רחמנות.....😭
אוועטאר
גרעיט עיגען
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 18, 2024 10:40 am
לאקאציע:קאיסק

Re: א געוויין פון טרוקענע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט עיגען »

WOW @זאלצמאן האסט נאס געמאכט מיין קיבארד פון טרערן אין געברענגט ''מער''' ווי חומר למחשבה צו מיין הארץ אין מוח פאר יודן אין די מצב
זאל די אייבערשטער זיי אלע העלפן בקרוב
נעה איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער...
איך האלט פשוט אז ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
אוועטאר
זאלצמאן
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

Re: א געוויין פון טרוקענע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

יהודה אריה האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 11:39 pm
😭

האסט א גוטע שפראך.

באשעפער העלף אז @זאלצמאן זאל קענען באשרייבן די ברית אי''ה
א שטיק געפיל האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 12:18 am
זאל שוין זיין איבער'ס יאר א שמעון
אמן!

און שכח פאר אלע לייקענער און קאמענטירער.
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: א געוויין פון טרוקענע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 9:57 pm

וויפיל שלאפלאזע נעכט האט ער פארברענגט ווען עס איז נישטא קיינער וואס זאל אים צושטערן דעם שלאף...
די שורה האט מיך געכאפט... גוטע פעדער = גוטע פוינט!
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”