גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6411
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

אין א שיינע זוניגע טאג איז דאס געווען. קיין וואלקענעס האט מען נישט געזען אויפן האריזאנט. א הערליכע בלויע הימל האט געשמייכלט צו מיר. ווי זאגנדיג – אן קיין שטימע – לאז דיך פירן. ס'גייט אויפן ריכטיגן וועג.

איך כשלעצמי בין געווען היבש צומישט און אויפגעשאקלט פון מיין נייע פאזיציע. נאך א וויילע זיצן אן קיין שום ארבעט פאר מיר וואס צו טוען. געהאט דא און דארט עפעס. אבער נישט גענוג אז איך זאל פילן אז איך ווער אויסגענוצט באמת צו די זאך וואס איך בין געמאכט געווארן.

און טאקע אין דעים שיינעם טאג בין איך ברוך השם געכאפט געווארן דורך א אינגערמאן. גראדע מער א בעל בתי'שער. אבער עס איז קענטיג געווען אויף זיין געזיכט אז ער אויך איז היבש סורפרייזד און אנגעצויגן פון אויפנעמען נאך איינעם אויפן שטעלע.

ווי איך האב פארשטאנען – זיך צוהערנדיג ווי ער רעדט אויפן טעלעפאון – איז דאס נישט אזא אפטע זאך פאר אים, ממילא איז עס געווען גאנץ אנגעצויגן פאר אים אויך.

מזל טוב כ'האב א נייע בעל הבית.

ווי פארשטענדליך זענען זאכן געפארן געשמירט אנהייב. איך האב געטוען מיינע פליכטן פלייסיג. אן קיין בלינק מיט די אויגן. ער האט געהייסן עפעס. אדער געבעטן עפעס. וואזשע ס'זאל נאר נישט זיין, בין איך אייביג געווען גרייט רייט עוועי. איך בין באמת געווען איבערגעגעבן. און ווי כ'האב דאן פארשטאנען האט מיין בעל הבית זיך זייער געפריידט מיט מיר, און האט זיך גאר גרויס געהאלטן מיט מיר! ווי כ'האב מיך אונטערגעהערט אפאר מאל ווען ער האט מיר מיטגענומען צו וויכטיגע מיטונג'ס מיט די קליענטן זיינע.

ארויסצוברענגן א עפיזאד ווי געטריי איך בין געווען צו אים. געדענק איך. ווען ער האט חתונה געמאכט. בין איך געווען מיט אים פון אנהייב די חתונה ביז ממש נאך די מצוה טאנץ! כ'האב ממש געפילט ווי כ'דארף עס טוען פאר אים. אזוי געטריי בינעך געווען.

אזוי איז אריבער א שיין שטיק צייט. איך טוע מיינס. און ער גיבט מיר מיין לחם לאכול. און שטייצעך א באנוס צו די זייט ווען ער האט פארשטאנען אויפן ווינק אז איך דארף עס.

די שיינע תקופה איז אבער אריבער גאנץ שנעל. און קוקנדיג יעצט צוריק, האט דאן גארנישט געטוען אנדייטן, אז דאס רעדל גייט זיך אזוי שנעל דרייען פון איין מינוט אויפן צווייטן.

פלוצלינג האב איך אנגעהויבן פילן עפעס זייער שטארק אז איננו אתנו כתמול שלשום. דער בעל הבית האט שוין נישט אויף מיר די גינסטיגע בליק וואס ער האט געהאט אנהייב.

און דאס איז געפאלן אויף מיר ווי א שטארקע לאסט. היות כ'בין געווען גאר נאנט צו אים – אלס זיין פערזענליכע אסיסטענט – האב איך אנגעהויבן צו זעהן די אמת'ע פנים פון מיין בעל הבית. ווער ער איז באמת אינעווייניג ווען קיינער זעהט נישט.

די ארבעט וואס ער האט אנגעהויבן ארויפלייגן פלעגט ווערן מער און מער שווערער. ער האט אנגעהויבן פארלאנגן פון מיר אסאך מער זאכן און ער האט מיר ליטערלערי אנגעהויבן צו אביוזן מיט סתם מיר מאכן שוויצן פאר גארנישט. געהייסן מיטקומען מיט אים צו אלע זיינע ביזנעס מיטונגן און אפילו סתם צו די הוליען מיט זיינע זיינס-גלייכן חברים.

ווען כ'קוק יעצט אויף צוריק, ווער איך ממש כעס'יג זען ווי אזוי ער האט מיר געפירט ביי די נאז. נאר זייענדיג אין באקס האב איך נישט אזוי שטארק אין אכט גענומען ווי שטארק ער האט מיר אויסגענוצט.

די ארגסטע איז געווען אין זיינע צופרי שעות דער פלעגט אריינקומען ווילד, נאך מיט די פיאות צופלאטשקעט. נאך פאר די מקוה. און מאכן מהומות אויב עפעס איז נישט געווען ווי געפלאנט. נישט איינע מאל בין איך באגאסן געווארן מיט זיין קאווע און מיט א טוץ קללות. ממש ס'געווען שרעקליך דאס באנעמונג זיינע צופרי.

שרייבנדיג די שורות קומט מיר ארויף נאך אן עפיזאד וואס ליגט מיר נאך היבש אין די ביינער. געווען איז דאס אין א גרויסע שניי, ווען ער האט מיר גערופן צו די ארבעט. כ'האב דאן נישט געפילט אמבעסטן, האב איך איגנארירט די נאכאנאנדע רופן זיינע. דער אבער האט נישט נאך געלאזט. ער האט מיר ממש געפייניגט כ'זאל קומען צו די ארבעט. די קולות זיינע ליגן מיר נאך אין די ביינער. מיט קוים א געמוט האב איך מיר אויפגעהויבן און געגאנגן צו די ארבעט. איי די וועגן! אוי איז עס געווען גליטשיג. כ'האב ממש געפילט אז דאס איז עס כ'בלייב דא.. אים איז אבער גארנישט אנגעגאנגן. דער חכם שרייעט נאך יעצט. "רוען וועסטו אין קבר. יעצט זאלסטו מיר באדינען!"

מיט ביטערניש האבן מיר די געפילן אנגעהויבן נאגן טאג נאך טאג. וואס וויל מיין בעל הבית פון מיר?! וואס אביוזד ער מיר אזוי?! איך דארף דען נאך לויפן אלע זיינע קאפריזן?! היינט בארג ארויף, מארגן בארג אראפ?! אודאי קען איך פארשטיין אז איך אלס ארבעטער קען מאכן אמאל פראבלעמען און עס איז דא זאכן וואס געפעלן נישט מיין בעל הבית, אבער עס איז דא א נארמאלע מהלך ווי אזוי מען ברויך זיך אומצוגיין.

כ'וועל נישט זאגן. ס'געווען געציילטע מאל וואס ער האט געפילט אז ער האט איבערגעצויגן די שטריקל – לדעתו... – דאן האט ער מיר ארויסגענומען פאר אזא שטיקל טריעט. געגעבן א
קלאפ אין פלייצע, א שטיקל באנוס. אבער די קומענדיגע טאג איז געווען גלייך מפטירין כדאתמול...

בצר לי האב איך געכאפט א שטילע שמועס מיט מיינע אנדערע געציילטע קאלעגעס – ווען מיין בעל הבית האט שטייצעך נישט געזען – כ'האב געמוזט וויסן וואס זיי פילן, צו זיי ווערן אויך אביוזד, און וואס זיי טוען דערצו.

כולם פה אחד האבן צוגעשאקלט מיטן קאפ. אז יא. אונז זעמיר ביטער אריינגעפאלן מיט א בעל הבית. אבער ס'איז וואס ס'איז, און מען גארנישט טוען. צו מיין טענה אז יעדער זאל ארויסגיין פון דא אויף איינמאל. האט קיינער דאס נישט געוואלט אננעמען זינט זיי האבן גע'טענה'ט אז זיי זענען שוין צו שטארק אריינגעדרייעט צו קענען ארויסגיין פון די פלאץ.

מיר איז אבער דאס בכלל נישט געפאלן. ס'הייסט אז עס איז נישט דא קיין וועג ארויס?! נישט דא אזא זאך! אייביג איז דא א וועג ארויס.

נו, בין איך געשטאנען און געווארט אויפן ריכטיגן מינוט ווען כ'וועל מיך קענען זיך ארויסדרייען פון זיינע הארטע אייזענע פויסטן.

און א קילן פרי מארגן איז עס געווען. א פארכמארעטען הימל האט זיך באוויזן אויפן האריזאנט. שטארקע טראפענעס האבן נאס געמאכט די גאנצע ארום. ווען דער בעל הבית האט זיך אויפגעוועקט און א שרעקליכע מאד. געמאכט האט ער יאמערליכע קולות, אזש די גאנצע ארום האט זיך געווארפן ווי א אומשולדיג קליין צווייגעלע אויף ווילדע ים כוואליעס. זייענדיג צוזאמען אינדרויסן אויפן וועג צו די ארבעט האט ער מיר - נישט מער און נישט ווייניגער - געגעבן אזא שטופ אריין מיט כעס אין א טיפען לאך אנגעפילט מיט בלאטע...

אינגאנצען פארשעמט און צוקלאפט האב איך יענע רגע אפגעמאכט.

גענוג איז גענוג! אלעס האט א שיעור !!!

אן קיין שום מעלדונג פון פאראויס האב איך מיר געגעבן א לייג אראפ פלאך אויפ'ן ערד. דו גיי ווייטער אבער איך ארבעט מער נישט פאר דיר.

ליגנדיג אויף די ערד – טאקע צוקלאפט און אן קיין שום לופט אין מיינע לונגן – האב איך נאך געזען ווי דער בעל הבית מיינע שטעלט זיך האסטיג אפ. מיט א שרעק אין זיינע אויגן וואס כ'האב קיינמאל פריער נישט געזען. ווען כ'פארשטיי אז דאס מאל האט ער פיינעלי פארשטאנען אז ער האט איבערגעטריבן... אבער איך גיי נישט צוריק בשום אופן!



קענסט גיין צום מעקעניק לייגן א נייע רעדל...
אוועטאר
מזונות ראול
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 24, 2023 12:45 pm

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזונות ראול »

וואףףף! א לייק איז נישט גענוג
אויף מיינס א תגובה מאכט מען א מזונות אפילו במקום סעודה, פאר א נאך ברכה איז גענוג א לייק
די רבי איז געזונט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:32 pm

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רבי איז געזונט »

מעשה שהיה????
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2723
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

וואס איז נייעס! קנאקעדיג!!
מוה"ר אברהם שאר שליט"א: איזהו גיבור הכובש את יצרו. נישט יענעמ'סיצר הרע, נישט יענעמ'ססמארטפאון. 🔊
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15627
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שוין לאנג נישט געדארפט איבערליינען אן ארטיקל פונעם ערשטן אות נאכן ענדיגן!

ART

מאמעמיע, א ראולערקאוסטער איז אן אנדערסטעיטמענט... געהעריג געטראכט ביי יענע פאראגראף וואסערע חיזוק/מוסר איך גיי שרייבן...
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

פיין
😅👍👍
ריברענדיג.....
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

וואו!

איבערגעליינט!

טאלאנט!
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


אוועטאר
שטענדיג צופרידען
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2021 4:47 pm

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטענדיג צופרידען »

זעהט זייער אויס אז פון די טאג וואס די בעל הבית האט זיך אנגעהויבן צו פירן שלעכט, האט ער ווייערשיינדליך געליטן אויף א נערוועס ברעיק דאן.
{אויב דעי מעשה איז ריכטיג}
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

געדארפט איבער ליינען צוויי דריי מאל...
האסט אונז גענומען אויף א פיינע רייד.
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

טאלאנט אויף א לעוועל!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע:ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

סהאט גענומען א מינוט צו כאפן
ביסט פיין
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

מיין בעה”ב ליינט עס יעצט! לויט מיינע אנווייזונגען....
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

סאו איי געס, די נמשל איז אז דו גייסט אויסטוהן די גלעזער אויפן גאס! יהיה מה שיהיה...?
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

אייזן!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

יישר כח ר' @יעקב פריינד עס איז מאסיוו
אן עקסרע דאנק פארן מנהל @יאנאש פארן מודיע זיין אז מען דארף אהער קומען
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3099
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »



@יאנאש שיקט אהער דא, אבער ער ווארענט נישט פארדעם אז ביים לעצטע שורה וועט די קאפ כאפן א 8.8 ערדציטערניש אויפן ריכטער וואג...
מצות
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 08, 2021 8:10 pm

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצות »

ווען די נער וואלט נישט געווען מיינס וואלט איך מיטגעלאכט

ליידער אבער בין איך איינמאל געווען דאס רעדל

יוא האט דאס ארויפגעברענגט מיט אלע קאלירען מיין מעשה
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

יוי בוזטו פיין!
די צעמישעניש ביים לעצטע שירה איז נאכמער ווי די צעמישעניש ביים דור הפלגה.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

וואףף האסטו געמאכט א דזשאב מיט מיר!!!!

חילך לאורייתא!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
מצה טאש
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:46 pm

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה טאש »

אייזן!!!

די ווערטער האבן אן אנדערע באדייט נאכן ליינען צום צווייטן מאל
ערענסטער פארשוין
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 3:40 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערענסטער פארשוין »

זייער פיין.
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

נישטא קיין ווערטער, כ'בין ממש אויסגעגאנגען פאר דיר.
נאך די לעצטע שורה בין איך געלאפן איבער בעטן מיין קאר...
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלף
תגובות: 1614
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

יייייוווווווייייי

ההנהנננההנ




(דאס איז וואס קומט ארויס פון מיינע לעפצן יעצט....)
אוועטאר
מאנכע זאגען
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 2:55 pm

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנכע זאגען »

שייף עייל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:16 pm

Re: גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שייף עייל »

שטענדיג צופרידען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:52 pm
זעהט זייער אויס אז פון די טאג וואס די בעל הבית האט זיך אנגעהויבן צו פירן שלעכט, האט ער ווייערשיינדליך געליטן אויף א נערוועס ברעיק דאן.
{אויב דעי מעשה איז ריכטיג}
ליין נאכאמאל פון אנהויב ביזן סוף וועסט וויסן אויב ס'איז אמת........
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”