געוועזן זייער אן אינטערסאנטע מעשה מיט ר' יצחק. ער האט דאך געקויפט די ערשטע מאביל פארן רבי'ן זי"ע, די טיר איז געווען אביסל העכער פינעם ערד, אין יעדעס מאל די רבי האט געוואלט ארויפגיין צים מאביל, איז געליגן אזא קליינע טרעפל אינעם מאביל אין דאס האט מען געניצט יעדעס מאל ער האט געוואלט אריינגיין אינעם מאביל איז ער ארויפגעגאנגען אפען טרעפל אין אזוי אריין אינעם מאביל. איינמאל האט מען געהאט געקלינט די מאביל אין ערגעץ ווי איז ארויסגעפארן די טרעפל פינעם מאביל, אין עס איז נישט געליגן דארטן אפען מינוט. די רבי האט געדארפט ערגעץ צי פארן אין ר' יצחק איז דארט געוועזן דעמאלט, אין ווען די רבי האט געוואלט אריינגיין אינעם מאביל איז געווארן אזא געטימל , "ברענג די טרעפל, ווי ליגט עס.." אבער ר' יצחק האט אבער גלייך איינגעזעהן אז עס איז נישט קײן דרך ארץ אז די רבי זאל ווארטן אינדרויסן ביז מען גייט זיך דערמאנען ווי די טרעפל ליגט אין עס ברענגן.. "האט זיך ר 'יצחק אראפגעלייגט אפען ערד לעבן די טיר, אין די רבי האט אויפגעטרעטן אויף אים, אין אזוי אריין אינעם מאביל!"
פשוט אין גראד זיך איבערגעבן פארן רבין מיטן גאנצן נפש!
כהאב געהערט אמאל א מעשה דוכט זיך אז עס גייט מיט אים די רבי זי"ע פלעגט אים פרעגן יעדע שבת וויאזוי די ביזנעס גייט [קען זיין סאיז געווען פרייטאג צונאכטס ווען דער עולם איז אריבערגעגאנגען זאגן גוט שבת] איינמאל האט ער זיך אנגערופן אז סאיז שבת [אז מען טאר נישט רעדן פון ביזנעס] די רבי האט טאקע אויפגעהערט רעדן וועגן דעם, און זיין ביזנעס איז געגאנגען שלאפן.
כנעם נישט קיין אחריות אויף די ווארהייט פון די מעשה, אדרבה אויב איינער ווייסט זאל ער ביטע זאגן
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
ר׳ יצחק האט געלאזט שרייבען פארן רבין א קליין ספר תורה וואס איז מיטגעפארן מיטן רבין ווי אימער און די רבי איז געטאנצען דערמיט די הקפות אויף די עלטערע יארן, לויט די יודען פון יענעם דור איז ער געווען דער ערפינדער פון דיע מיני השגות פון מכבד זיין און מיקר זיין כבוד צדיקים, וואס איז שוין היינט א ברייט אנגענומענע זאך
אן אונטרעסאנטע שמועס וואס ער האט געהאט מיטן רבין ז״ל האב איך אמאל געהערט פארציילען די רבי איז געפארן אויפן פליגער קיין פלארידע צו ווי, און ר׳ יצחק האט זיך אויסגעגאסען זיין שווער הארץ איבער פארשידענע שוועריקייטען וואס ער איז אריבער, (ווי באקאנט האט דער יוד גאר אסאך מיטגעמאכט) בתוך הדברים רופט זיך די רבי אן ״ווייסט וואס איך וועל דיר זאגען ר׳ יצחק איך האב נאך און מיין לעבן קיין גוטן טאג נישט געהאט״!!, ווי צו זאגען אז איך מאך אויך אסאך מיט, ס׳גייט מיר אויך נישט גוט, און די רבי פארטראכט זיך א מינוט און רופט זיך אן מיט שמייכל איין גוטען טאג האב איך יא געהאט וואס איך געדענק, דאס איז געווען ווען איך בין געווען א קינד און איך האב מיך אנגעבארגט מיט געלט און געהאט חובות פאר פארשידענע צדקות (ווי באקאנט האט די רבי עוסק געווען און צדקות שוין פון אלץ קליין קינד ממש) און ס׳איז אנגעקומען צום טאטען (די קדושת יו״ט) אז איך בין שילדוג געלט פאר מענטשען, די טאטע האט מיר געלאזט רופען אן פארגעהאלטען, דערנאך געזאגט, יעצט איינמאל וועל איך דיר אויסצאלען די חובת, און מער זאלסטו נישט טוען אזעלעכע זאכען, די גוטע טאג וואס איך האב דעמאלט געהאט אז איך האב געקענט אנהייבען מיט א פרישקייט האב איך שוין קיינמאל נישט געהאט!!!
געהערט אמאל אז אלס אינגערמאן נאך פארן האבן געלט האט ער אמאל געזעהן דעם רבי'ן אינמיטן דאווענען זיכן א ריינע ביה"כ און די רבי האט געהאט חלישות הדעת וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט און ר' יצחק האט עס באמערקט און ער האט דאן פארפירט ביי די הנהלת הקהילה אז די רבי דארף האבן א פריוואטע ביה"כ און ער האט אליינס געשאפן די געלט דערפאר
געהערט פון א איד וואס האט שפאצירט מיט זיין טאטע מיטן רבין אין פלארידא האט די טאטע געזאגט פאר זיין זוהן, די וועסט זעהן אין עטליכע מינוט וועט אנקומען ר׳ יצחק שווארטץ און די רבי וועט אים זען, וועט זיין פנים אויפשיינען און וועט זיך קענטבאר שטערקער פרייען צו ר' יצחק ווי צו סיי וועם.
ער האט זיך פאריפען אלץ תלמיד פון ר׳ מיכאל בער ז״ל, און די בראשית יארן און א אמעריקע האט ר׳ מיכאל בער געהאט א פארעם און ישיבה, ווי מען האט געהאדעוועט בהמות. (נ.ב. איינע פון ר׳ מיכאל בער׳ס וויזיעס וואס האט זיך נישט אויסגעארבעט, איז געווען צי אויסהאלטען די ישיבה און שאפען איינקונפטען פון אויפהאלטען אן אגריקולטור פארם, און ווי אויך פאר א חלק בחורים זאל דאס דינען ווי א פלאץ עוסק צי זיין בישיבה של עולם אפגעזינדערט פון די גויאישע גאס, פון דעים קומט די לעגאלע נאמען פון די נייטרע ישיבה נאך ביז היינט ״yashiva farm settlements״)
עכ״פ איינמאל איז פארגעקומען א מעשה מיט בחורים וואס האבען זיך נישט גוט אדערעך געקומען מיט איינע פון די בעלי חיים און מ׳האט עם מסדר געווען אויף אייביג…, די הנהלת הישיבה האט זיי געוואלט אהיים שוקען פון ישיבה, ר׳ יצחק אלץ בחור האט נישט געוואלט מצער זיינע עלטערן האט ער געלאזט וויסען אז ער נעמט נישט אן די גזירה און ער גייט נישט אהיים, ר׳ מיכאל בער האט עם געלאזט רופען פרעגען וואס איז דאס אזיינס ??, האט ער מסביר געווען אז זיי האבען א שטוב מיט קינדער און די טאטע איז זייער טרוד זיי מפרנס צי זיין און ס׳קומט עם אן מוראדיג שווער און קען בשום אופן נישט צילייגען נאך שוועריקייטען אויף די עלטערען, ר׳ מיכל בער האט געזען די געטריישאפט פון עם צי זיינע עלטערן האט ער זייער הנאה געהאט און געלאזט די זאך לויפען און עם געגעבען גערעכט מיט די החלטה. (דרך אגב ר׳ יצחק האט במשך ימי חיו גאר אסאך ארויסגעהאלפען און זיך איבערגעגעבען פאר זיינע עלטערן, און ממש ווי אויסגעהאלטען, און חתונה געמאכט די געשוויסטער)