הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

תוליכני לשלום
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 4:36 pm

הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוליכני לשלום »

הרה"ח הנגיד ר' יצחק שווארטץ ז"ל
בן הרה"ח ר' יהוסף ז"ל ושם אמו מרת יוטא ע"ה
וחתן הרה"ח ר' פנחס ראזנבערג ז"ל

תרצ"ט - תשע"ד
נטמן בחלקת סאטמאר - ניו דזשערזי

געווען פון די ערשטע תושבים אין קרית יואל

געטוהן גאר אסאך לייסטונגען בגוף ובממון לטובת ק"ק סאטמאר בכלל
און פאר הרה"ק מסאטמאר זי"ע והרבנית הצ' ע"ה בפרט

ער איז געווען לכאורה די ערשטע נגיד צו גיסן געלט פארן רבינס באקוועמליכקייט פערזענליך
וואס איז היינט די נארמע ביי סיי וועלכע רב

אסאך וואס ער האט געטוהן איז באקאנט אבער סאך מער איז אומבאקאנט
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך
עס וואלט געווען כדאי צו פארצייכנען זיינע אויפטוהנגען לטובת הכלל בכלל, ולטובת רביה"ק בפרט,

לְמַעַן יֵדְעוּ דּוֹר אַחֲרוֹן בָּנִים יִוָּלֵדוּ יָקֻמוּ וִיסַפְּרוּ לִבְנֵיהֶם
לעצט פארראכטן דורך תוליכני לשלום אום דינסטאג מאי 07, 2024 1:52 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1807
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

ער האט געמאכט אדער געלאזט מאכן די מארמארענע חלק ארום דער ארון קודש אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל. די זוילן מיט דער גאנצער אויסשטעל.
אוועטאר
never
שר שלשת אלפים
תגובות: 3744
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

געוועזן זייער אן אינטערסאנטע מעשה מיט ר' יצחק.
ער האט דאך געקויפט די ערשטע מאביל פארן רבי'ן זי"ע, די טיר איז געווען אביסל העכער פינעם ערד, אין יעדעס מאל די רבי האט געוואלט ארויפגיין צים מאביל, איז געליגן אזא קליינע טרעפל אינעם מאביל אין דאס האט מען געניצט יעדעס מאל ער האט געוואלט אריינגיין אינעם מאביל איז ער ארויפגעגאנגען אפען טרעפל אין אזוי אריין אינעם מאביל.
איינמאל האט מען געהאט געקלינט די מאביל אין ערגעץ ווי איז ארויסגעפארן די טרעפל פינעם מאביל, אין עס איז נישט געליגן דארטן אפען מינוט.
די רבי האט געדארפט ערגעץ צי פארן אין ר' יצחק איז דארט געוועזן דעמאלט, אין ווען די רבי האט געוואלט אריינגיין אינעם מאביל איז געווארן אזא געטימל , "ברענג די טרעפל, ווי ליגט עס.."
אבער ר' יצחק האט אבער גלייך איינגעזעהן אז עס איז נישט קײן דרך ארץ אז די רבי זאל ווארטן אינדרויסן ביז מען גייט זיך דערמאנען ווי די טרעפל ליגט אין עס ברענגן..
"האט זיך ר 'יצחק אראפגעלייגט אפען ערד לעבן די טיר, אין די רבי האט אויפגעטרעטן אויף אים, אין אזוי אריין אינעם מאביל!"

פשוט אין גראד זיך איבערגעבן פארן רבין מיטן גאנצן נפש!
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

כהאב געהערט אמאל א מעשה
דוכט זיך אז עס גייט מיט אים
די רבי זי"ע פלעגט אים פרעגן יעדע שבת וויאזוי די ביזנעס גייט [קען זיין סאיז געווען פרייטאג צונאכטס ווען דער עולם איז אריבערגעגאנגען זאגן גוט שבת] איינמאל האט ער זיך אנגערופן אז סאיז שבת [אז מען טאר נישט רעדן פון ביזנעס] די רבי האט טאקע אויפגעהערט רעדן וועגן דעם, און זיין ביזנעס איז געגאנגען שלאפן.

כנעם נישט קיין אחריות אויף די ווארהייט פון די מעשה, אדרבה אויב איינער ווייסט זאל ער ביטע זאגן
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
חבר
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2015 12:28 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר »

גאלדגרוב האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:53 am
ער האט געמאכט אדער געלאזט מאכן די מארמארענע חלק ארום דער ארון קודש אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל. די זוילן מיט דער גאנצער אויסשטעל.
אז מען גייט נאנט קען מען זען זיין נאמען איינגעקריצט.
אטעטשמענטס
איינגעקריצט.JPG
איינגעקריצט.JPG (49.9 KiB) געזען 2735 מאל
אדם אשר
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 23, 2023 11:41 am

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם אשר »

כרוספדין האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 10:26 am
ר’ יצחק שווארטץ ז”ל פון קר”י האט געהאט אין זיין באזיץ א קוטשמע פון רביה”ק הדברי יואל ז”ל
אדם אשר
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 23, 2023 11:41 am

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם אשר »

ווי עס קוקט אויס איז דאס ר׳ יצחק׳ס ברודער
viewtopic.php?t=48041
עמך יוד
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 11:06 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמך יוד »

געווען אמאל און די לעצטע יארן פון רבי'ן מוצאי שמחת תורה דער רבי איז צוריק געפארן קיין בעלהארבער מיט'ן מאביל און ר' יצחק איז געווען שטארק בגילופין (כמנהג בית אבותיו קאסאן) און נישט געווען דארט, געווענליך ווען מ'איז געפארן מיטן מאביל איז ר' יצחק מיט געפארן, דער רבי האט געלאזט וויסן אז מ'פארט נישט אן אים מ'איז אים געגאנגען אויפזוכן און ארויף געברענגט פארשלאפן אין מאביל, און מ'איז נאר אזוי צוריק געפארן.
דער רבי האט זיך געשפירט זייער באקוועם אין זיין געגענווארט, ער איז געווען אויסערגעווענליך געטריי צום רבי'ן אויף א פערזענליכע אופן, נישט אלעס קען מען אפי' ארויס שרייבן.
לעצט פארראכטן דורך עמך יוד אום דינסטאג מאי 07, 2024 11:27 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עדות ביהוסף
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדות ביהוסף »

אדם אשר האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:17 am
ווי עס קוקט אויס איז דאס ר׳ יצחק׳ס ברודער
viewtopic.php?t=48041
ריכטיג.
און ר' יצחק האט אים זייער געשטיצט און געהאלטן פון אים.
די צוויי ברודער האבן ציזאמען געלערנט אין נייטרא ביי הר"ר מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל
אוועטאר
never
שר שלשת אלפים
תגובות: 3744
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

הייליגע טאטע האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 10:54 am
כהאב געהערט אמאל א מעשה
דוכט זיך אז עס גייט מיט אים
די רבי זי"ע פלעגט אים פרעגן יעדע שבת וויאזוי די ביזנעס גייט [קען זיין סאיז געווען פרייטאג צונאכטס ווען דער עולם איז אריבערגעגאנגען זאגן גוט שבת] איינמאל האט ער זיך אנגערופן אז סאיז שבת [אז מען טאר נישט רעדן פון ביזנעס] די רבי האט טאקע אויפגעהערט רעדן וועגן דעם, און זיין ביזנעס איז געגאנגען שלאפן.

כנעם נישט קיין אחריות אויף די ווארהייט פון די מעשה, אדרבה אויב איינער ווייסט זאל ער ביטע זאגן
יאפ.
עס איז אמת.
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5473
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אטעטשמענטס
IMG-20130916-WA019.jpg
IMG-20130916-WA019.jpg (68.44 KiB) געזען 2376 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

תוליכני לשלום
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 4:36 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוליכני לשלום »

ק/פ פון ברוך דיין האמת אשכול

דער נפטר ר' יצחק ז"ל האט מיר אמאל פארציילט ביי א נושא אז מהאט איינמאל אריינגעטראגן דעם רבי ז"ל מסאטמאר אין א שבת אדער יו"ט איך געדענק נישט איך מיין די צווייטע טעג פסח האט ער געזאגט ער איז מיטגעפארן ער האט געסאפט ביי זיך אינדערהיים ווי ער האט געהאט גרייט אפאר פעקליך 100'ערס ער האט מיט גענימען אין ווען מען איז אנגעקימען ביים האספיטל האט ער פאר יעדע איינגעשטעלטר וועם ער האט געזען האט ער געבען א 100ער און מ'דארף נישט צילייגן אז אלעס איז געפארן שנעל און מהאט קערגענימען אויפן רבי'ן דאס שנעלסטע וואס מעגליך איז ביז אפאר שעה האט מען שוין אפערירט דעם רבי'ן יהי זכרו ברוך


מיין טאטע האט מיר אמאל דערציילט אז פורים פלעגט ער האבן צוויי קעסטלעך איין קעסטעל איז געווען אנגעפולט מיט פופציגערס און די צווייטע מיט הודערטערס, און יעדע בחור האט באקומען א פופציגער און יעדע אונגערמאן א הונדערטער און נישט פארגעסען מ'רעדט דא פון א פערציג יאר צוריק. (מיין טאטע האט געהאט א לאנגע בארד אלס בחור האטער געקענט ארויס שלעפן פון אים א הונדערטער)


ר' יצחק איז געווען פון די ערשטע נגידים פונעם נייערן דור אין אמעריקע, און ריזיגע מאס צדקות וואס גייען ארויס פון אלע נגידים היינט איז אים צו פארדאנקען, די אלטע אונגארישע אידן פון וועמען מיר באקומען ניקלעך ביים גיין נאך געלט, האבן נישט געטוישט זייער מענטאליטעט ווייל זיי זענען געווארן נגידים. ער אבער האט ווי געהויבן דעם סטאנדארט, וואס אלע אנדערע האבן בלית ברירה געמוזט נאכטאנצן, און אנהייבן צו געבן געלט בלי גבול, גרויסע געלטער א.א.וו.


דער רבי זי"ע האט'ם אמאל גערופן: "יצחק האסט מיך מחי' געווען".
לעצט פארראכטן דורך תוליכני לשלום אום דינסטאג מאי 07, 2024 1:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
תוליכני לשלום
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 4:36 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוליכני לשלום »

דאכט זיך אז די מנורה האט רביה"ק מסאטמאר זי"ע אמאל גענוצט.

קען עס איינער באשטעטיגן?
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2770
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

תוליכני לשלום האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:43 pm
ק/פ פון ברוך דיין האמת אשכול

דער נפטר ר' יצחק ז"ל האט מיר אמאל פארציילט ביי א נושא אז מהאט איינמאל אריינגעטראגן דעם רבי ז"ל מסאטמאר אין א שבת אדער יו"ט איך געדענק נישט איך מיין די צווייטע טעג פסח האט ער געזאגט ער איז מיטגעפארן ער האט געסאפט ביי זיך אינדערהיים ווי ער האט געהאט גרייט אפאר פעקליך 100'ערס ער האט מיט גענימען אין ווען מען איז אנגעקימען ביים האספיטל האט ער פאר יעדע איינגעשטעלטר וועם ער האט געזען האט ער געבען א 100ער און מ'דארף נישט צילייגן אז אלעס איז געפארן שנעל און מהאט קערגענימען אויפן רבי'ן דאס שנעלסטע וואס מעגליך איז ביז אפאר שעה האט מען שוין אפערירט דעם רבי'ן יהי זכרו ברוך


מיין טאטע האט מיר אמאל דערציילט אז פורים פלעגט ער האבן צוויי קעסטלעך איין קעסטעל איז געווען אנגעפולט מיט פופציגערס און די צווייטע מיט הודערטערס, און יעדע בחור האט באקומען א פופציגער און יעדע אונגערמאן א הונדערטער און נישט פארגעסען מ'רעדט דא פון א פערציג יאר צוריק. (מיין טאטע האט געהאט א לאנגע בארד אלס בחור האטער געקענט ארויס שלעפן פון אים א הונדערטער)


ר' יצחק איז געווען פון די ערשטע נגידים פונעם נייערן דור אין אמעריקע, און ריזיגע מאס צדקות וואס גייען ארויס פון אלע נגידים היינט איז אים צו פארדאנקען, די אלטע אונגארישע אידן פון וועמען מיר באקומען ניקלעך ביים גיין נאך געלט, האבן נישט געטוישט זייער מענטאליטעט ווייל זיי זענען געווארן נגידים. ער אבער האט ווי געהויבן דעם סטאנדארט, וואס אלע אנדערע האבן בלית ברירה געמוזט נאכטאנצן, און אנהייבן צו געבן געלט בלי גבול, גרויסע געלטער א.א.וו.
דעי צדקה טיילן קומט אין די בלוט... זיין מאמע ע”ה, די באוואוסטע ”באבע יוטעלע”, פלעגט שטילערהייט טיילן צדקה ביד רחבה, כ’האב געהערט האר-אויפשטעלנדע מעשה’ס וויאזוי דעי צדיקת האט געטיילט מיט גרויסע השגות, און אויך האט זי זיכער געמאכט אז די געלט קומט אן בדרך כבוד, דורך א דריטע מענטש וכדומה, אז יענער זאלן נישט פילן חס ושלום ווי א נצרך.
און דא זעהט מען אז דער זוהן רבי יצחק ע”ה איז געגאנגען ווי מען זאגט נעקסט לעוועל מיט זיינע צדקות פאר כלל ישראל. יש אם למסורה..
יהא זכרם ברוך.
צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:22 pm
דער רבי האט נישט אנגעקוקט די אמעריקאנער רעגירונג אלס א פירמע וואס פלאנצט איין טשיפס דורך וואקסינען
תוליכני לשלום
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 4:36 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוליכני לשלום »

האט איינער בילדער פון ר' יצחק מיטן רבין?
תוליכני לשלום
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 4:36 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוליכני לשלום »

משפחת ר' יהוסף שווארטץ ז"ל עמיגרירט פון אנטווערפן, אנגעקומען קיין ניו יארק י"א אייר תשי"ג.
זיך באזעצט אין ווילאמסבורג
Jeno איז ר' יצחק
אטעטשמענטס
record-image_ (18).jpg
record-image_ (18).jpg (310.48 KiB) געזען 2063 מאל
תוליכני לשלום
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 4:36 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוליכני לשלום »

די רביצין הרבנית הצדיקת מרת אלטא פיגא ע"ה
מיט ר' יצחק שווארטץ ז"ל און ר' ראובן פאלקאוויטש הי"ו
אטעטשמענטס
4554578.png
4554578.png (248.59 KiB) געזען 1942 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

תוליכני לשלום האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 2:36 pm
משפחת ר' יהוסף שווארטץ ז"ל עמיגרירט פון אנטווערפן, אנגעקומען קיין ניו יארק י"א אייר תשי"ג.
זיך באזעצט אין ווילאמסבורג
Jeno איז ר' יצחק
וואוינענדיג אין אנטווערפן האט ר' יצחק געלערנט ביי הג' רב קאפעלמאנן ז"ל אין קאפעלן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
עמך יוד
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 11:06 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמך יוד »

תוליכני לשלום האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:46 pm
דאכט זיך אז די מנורה האט רביה"ק מסאטמאר זי"ע אמאל גענוצט.

קען עס איינער באשטעטיגן?
באשטעטיגט!!
די מנורה באלאנגט היינט פאר הרה״ח ר׳ משה שמואל זופניק נ״י
עמך יוד
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 11:06 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמך יוד »

ר׳ יצחק האט געלאזט שרייבען פארן רבין א קליין ספר תורה וואס איז מיטגעפארן מיטן רבין ווי אימער און די רבי איז געטאנצען דערמיט די הקפות אויף די עלטערע יארן, לויט די יודען פון יענעם דור איז ער געווען דער ערפינדער פון דיע מיני השגות פון מכבד זיין און מיקר זיין כבוד צדיקים, וואס איז שוין היינט א ברייט אנגענומענע זאך
עמך יוד
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 11:06 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמך יוד »

אן אונטרעסאנטע שמועס וואס ער האט געהאט מיטן רבין ז״ל האב איך אמאל געהערט פארציילען
די רבי איז געפארן אויפן פליגער קיין פלארידע צו ווי, און ר׳ יצחק האט זיך אויסגעגאסען זיין שווער הארץ איבער פארשידענע שוועריקייטען וואס ער איז אריבער, (ווי באקאנט האט דער יוד גאר אסאך מיטגעמאכט)
בתוך הדברים רופט זיך די רבי אן ״ווייסט וואס איך וועל דיר זאגען ר׳ יצחק איך האב נאך און מיין לעבן קיין גוטן טאג נישט געהאט״!!, ווי צו זאגען אז איך מאך אויך אסאך מיט, ס׳גייט מיר אויך נישט גוט, און די רבי פארטראכט זיך א מינוט און רופט זיך אן מיט שמייכל איין גוטען טאג האב איך יא געהאט וואס איך געדענק, דאס איז געווען ווען איך בין געווען א קינד און איך האב מיך אנגעבארגט מיט געלט און געהאט חובות פאר פארשידענע צדקות (ווי באקאנט האט די רבי עוסק געווען און צדקות שוין פון אלץ קליין קינד ממש) און ס׳איז אנגעקומען צום טאטען (די קדושת יו״ט) אז איך בין שילדוג געלט פאר מענטשען, די טאטע האט מיר געלאזט רופען אן פארגעהאלטען, דערנאך געזאגט, יעצט איינמאל וועל איך דיר אויסצאלען די חובת, און מער זאלסטו נישט טוען אזעלעכע זאכען, די גוטע טאג וואס איך האב דעמאלט געהאט אז איך האב געקענט אנהייבען מיט א פרישקייט האב איך שוין קיינמאל נישט געהאט!!!
אדם אשר
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 23, 2023 11:41 am

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם אשר »

ער האט געבויט די סוכה פארטש אויף 500 בעדפארד?
לעצט פארראכטן דורך אדם אשר אום מיטוואך מאי 08, 2024 8:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ישי כץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

געהערט אמאל אז אלס אינגערמאן נאך פארן האבן געלט האט ער אמאל געזעהן דעם רבי'ן אינמיטן דאווענען זיכן א ריינע ביה"כ און די רבי האט געהאט חלישות הדעת וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט און ר' יצחק האט עס באמערקט און ער האט דאן פארפירט ביי די הנהלת הקהילה אז די רבי דארף האבן א פריוואטע ביה"כ און ער האט אליינס געשאפן די געלט דערפאר
תוליכני לשלום
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 4:36 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוליכני לשלום »

געהערט פון א איד וואס האט שפאצירט מיט זיין טאטע מיטן רבין אין פלארידא
האט די טאטע געזאגט פאר זיין זוהן, די וועסט זעהן אין עטליכע מינוט וועט אנקומען ר׳ יצחק שווארטץ און די רבי וועט אים זען, וועט זיין פנים אויפשיינען און וועט זיך קענטבאר שטערקער פרייען צו ר' יצחק ווי צו סיי וועם.

וכך הוה.
לעצט פארראכטן דורך תוליכני לשלום אום מיטוואך מאי 08, 2024 9:58 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עמך יוד
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 11:06 pm

Re: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ ז"ל - י"ב תשרי תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמך יוד »

ער האט זיך פאריפען אלץ תלמיד פון ר׳ מיכאל בער ז״ל, און די בראשית יארן און א אמעריקע האט ר׳ מיכאל בער געהאט א פארעם און ישיבה, ווי מען האט געהאדעוועט בהמות.
(נ.ב. איינע פון ר׳ מיכאל בער׳ס וויזיעס וואס האט זיך נישט אויסגעארבעט, איז געווען צי אויסהאלטען די ישיבה און שאפען איינקונפטען פון אויפהאלטען אן אגריקולטור פארם, און ווי אויך פאר א חלק בחורים זאל דאס דינען ווי א פלאץ עוסק צי זיין בישיבה של עולם אפגעזינדערט פון די גויאישע גאס, פון דעים קומט די לעגאלע נאמען פון די נייטרע ישיבה נאך ביז היינט ״yashiva farm settlements״)

עכ״פ איינמאל איז פארגעקומען א מעשה מיט בחורים וואס האבען זיך נישט גוט אדערעך געקומען מיט איינע פון די בעלי חיים און מ׳האט עם מסדר געווען אויף אייביג…,
די הנהלת הישיבה האט זיי געוואלט אהיים שוקען פון ישיבה, ר׳ יצחק אלץ בחור האט נישט געוואלט מצער זיינע עלטערן האט ער געלאזט וויסען אז ער נעמט נישט אן די גזירה און ער גייט נישט אהיים, ר׳ מיכאל בער האט עם געלאזט רופען פרעגען וואס איז דאס אזיינס ??, האט ער מסביר געווען אז זיי האבען א שטוב מיט קינדער און די טאטע איז זייער טרוד זיי מפרנס צי זיין און ס׳קומט עם אן מוראדיג שווער און קען בשום אופן נישט צילייגען נאך שוועריקייטען אויף די עלטערען, ר׳ מיכל בער האט געזען די געטריישאפט פון עם צי זיינע עלטערן האט ער זייער הנאה געהאט און געלאזט די זאך לויפען און עם געגעבען גערעכט מיט די החלטה.
(דרך אגב ר׳ יצחק האט במשך ימי חיו גאר אסאך ארויסגעהאלפען און זיך איבערגעגעבען פאר זיינע עלטערן, און ממש ווי אויסגעהאלטען, און חתונה געמאכט די געשוויסטער)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”