אויפסעטן מיין נייע אייפאד ווי א מענטש
שוין לאנג וואס איך וויל קויפן אן אייפאד, ב"ה יעצט לכבוד פורים הממשמש ובא האב איך זיך פארגינט אן עפל אייפאד נענאו.
נישט האבענדיג קיין שום עקספיריענס מיטן אייפאד פון פארדעם האב איך זיך דערשראקן צו זעהן אז איך קען גארנישט טוהן דערמיט אהן איי טאונ'ס, נישט קיין דאונלאודן נישט קיין SD קארטל, גארנישט!
יעצט אזוי ווי איך קען זיך נישט אויס און די נייע וועלט וואס האט זיך מיר געעפנט מיט איי טאונ'ס, און נישטערן האט מיר נאר געמאכט מער צומישט איז די איינציגסטע אויסוועג די חברים דא.
מיין שאלה איז איין ווארט:
ווי אזוי דערזעה איך ארויף אלע מיינע מוזיק וואס איך האב אויף כמה וכמה SD קארטלעך אויף מיין נייע אייפאד.
[אויב דארף יעדע ניגון צוקומען צו א גאנצע פראסעס דעמאלטס איז די מקח בטל למפרע פון מיין זייט, איז דא א וועג עפל זאל זיך צושטעלן צום ביטול?]
(בד"וו בין איך סתם נייגעריג פארוואס אז מען קען גיין גראד גייט מען קרום מיט גאנצעטע געזעצן, וואס קען מען נישט האנדלען ווי א נארמאלער מענטש???)
#עפל אטעטוד...