~~~תקנות הקרעטשמע - עצה טובה~~~
מיר ברענגן דא אריבער די "תקנות הקרעטשמע - עצה טובה" פארווארט וואס האט פראמינענט פיגורירט אויפן פאדערשטן בלעטל פון די קרעטשמע אין אלט-שטאט, מיר ווילן בעטן איטליכן מיטגליד דאס איבערצוליינען, און אריינקלערן אויב ער האלט איין די תקנות און פארשריפטן וואס פארלאנגן זיך צו זיין א שרייבער ביי אונז אין "היימישע קרעטשמע". המנהלים
ליתר שאת האבן די פרישע חברי הנהלה אויך אונטערגעשריבן אויפן דאקומענט.
גרויזאמער, איך_הער
תקנות הקרעטשמע - עצה טובה
ברוך הבא!
מיט גרויס כבוד און עהרע טוען מיר אייך ענטפאנגען צו די געשמאקסטע פורום אויף הייד פארק 'היימישע קרעטשמע'!
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן.
דער פורום פארמאגט עטליכע אבער גאר וויכטיגע תקנות ווי פאלגענד:
1)בשום פנים ואופן, נישט שרייבן עפעס וואס קען באיזה אופן בשוגג או במזיד, במישרין או בעיקיפין מצער זיין סיי וועמען.
מיר ווילן אויך מדגיש זיין: 'היימישע קרעטשמע' איז נישט געגרינדעט אויסצודרוקן קולי מחאות אויף סיי וואספארא עוולה קעגן אידישקייט.
2)סיי וואספארא זאך וואס גרעניצט זיך אפילו ברמז רמיזה מיט לשון הרע ומחלוקת וועט נישט טאלערירט ווערן.
3)כמובן מאיליו איז די קרעטשמע נישט קיין פלאץ פאר קיין שום פקפוק פון ניבול פה. [הוספה: לינקס צו יו-טוב זענען פארבאטן]
און איצט א פערזענליכע בקשה פאר די חשובע מיטגלידער.
וויבאלד מיר טוען נישט מעקן, פאררעכטן, אדער צופיצן קיינע תגובות נאר באופן ווען עס פעלט זיך באמת וויכטיג אויס, דעריבער ווילן מיר אייך בעטן אלץ עצה טובה אז אייער/אונזער קרעטשמע זאל זיין און פארבלייבן אן אינטערעסאנט און צוציענד פלאץ פאר אלע ליינער.
* איידער איר דרוקט אראפ "שלח תגובה" ובפרט בעפאר איר עפנט אן אשכול, ביטע, טראכט אריין פאר א קליינטשיגע מינוט אויב דער אשכול, תגובה וועט זיין פארשטענדליך, ליינבאר, און אינטערסאנט.
* זייט נישט קיין עניו, לייגט ווען אימער צו א תגובה אפילו איר האלט אז אייער צוגאבע איז פילייכט נישט אזוי אינטערסאנט.
* ביטע, ווען איר זעט אן ארטיקל וואס שמעקט אייך, באדאנקט זיך דערויף ברבים, דאס איז די גאזאלין פון די קרעטשמע.
בעיקר געדענקט! נוצט אייער אייגענע שכל, מיר פארלאזן זיך אויף אייך.
א הארציגן יישר כח פאר אייער קאאפעראציע!
הנהלת 'היימישע קרעטשמע'.
יאנאש, סאכדעס, קרעמער, פענסטער, בןהרחמן, יענטאאש, נאטוביזי,
ליתר שאת האבן די פרישע חברי הנהלה אויך אונטערגעשריבן אויפן דאקומענט.
גרויזאמער, איך_הער