פירוש המילות אויף הגדה של פסח

ספרי קודש אויפן וועב

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

the collector
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 09, 2016 11:25 pm

פירוש המילות אויף הגדה של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך the collector »

פשוט מאמע לשון טייטש האט איינער עפעס גוטס
איך זיך נישט קיין שיינע ווערטעלך נישט קיין מעשיות, פשוט עברי טייטש.
האט איינער אין באזיץ?
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

גאר גאר אסאך ווי הייבט מען אן?
גיי אריין אין דיין לאקאלע ספרים סטאר, און הייב אן קוקן וועלכע געפאעלט דיר די בעסטע.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
the collector
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 09, 2016 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך the collector »

סאדאם חוסעין האט געשריבן: גאר גאר אסאך ווי הייבט מען אן?
גיי אריין אין דיין לאקאלע ספרים סטאר, און הייב אן קוקן וועלכע געפאעלט דיר די בעסטע.

איך זיך דאך טעקס?
שינאוואחסיד
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 10:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שינאוואחסיד »

הָא לַחְמָא עַנְיָא דאס איז די ארימע ברויט
דִּי אֲכָלוּ אַבְהָתָנָא וואס אונזערע עלטערן האבן געגעסען
בְּאַרְעָא דְמִצְרָיִם אין לאנד מצרים
כָּל דִּכְפִין יעדער וואס איז הונגעריג
יֵיתֵי זאל קומען
וְיֵכוֹל און ער זאל עסן
כָּל דִּצְרִיךְ יעדער וואס דארף
יֵיתֵי זאל קומען
וְיִפְסַח און ער זאל מיטהאלטן דעם יו"ט פסח
הָשַּׁתָּא דאס יאר
הָכָא זענען מיר דא אין גלות
לְשָׁנָה הַבָּאָה דאס קומענדיגע יאר
בְּאַרְעָא דְיִשְׂרָאֵל האפן מיר צו זיין אין ארץ ישראל
הָשַּׁתָּא דאס יאר
עַבְדֵי זענען מיר קנעכט
לְשָׁנָה הַבָּאָה דאס קומענדיגע יאר
בְּנֵי חוֹרִין: וועלן מיר שוין זיין פריי (פון גלות)


טאטע לעבן איך וויל דיר פיר קשיות פרעגן:
מַה נִּשְׁתַּנָּה פארוואס איז פארענדערט געווארן
הַלַּיְלָה הַזֶּה די נאכט פון פסח
מִכָּל הַלֵּילוֹת: פון אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר?
די ערשטע קשיא איז:

שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר

אָנוּ אוֹכְלִין עסן מיר
חָמֵץ וּמַצָּה סיי חמץ און סיי מצה
הַלַּיְלָה הַזֶּה אבער די נאכט פון פסח
כֻּלּוֹ מַצָּה: עסן מיר נאר מצה?
די צווייטע קשיא איז:
שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר
אָנוּ אוֹכְלִין עסן מיר
שְׁאָר יְרָקוֹת פארשידענע גרינצייג
הַלַּיְלָה הַזֶּה אבער די נאכט פון פסח
מָרוֹר: איז א מצוה צו עסן מרור?

די דריטע קשיא איז:
שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר
אֵין אָנוּ מַטְבִּילִין טינקען מיר נישט איין
אֲפִילוּ פַּעַם אֶחָת אפילו איין מאל אויך נישט
הַלַּיְלָה הַזֶּה אבער די נאכט פון פסח
שְׁתֵּי פְעָמִים: טינקען מיר איין צוויי מאל?
1) איין מאל די כרפס אין זאלץ וואסער.
2) און איין מאל די מרור אין חרוסת.

די פערטע קשיא איז:
שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר
אָנוּ אוֹכְלִין עסן מיר
בֵּין יוֹשְׁבִין סיי זיצענדיג
וּבֵין מְסֻבִּין און סיי אנגעלאנט
הַלַּיְלָה הַזֶּה אבער די נאכט פון פסח
כֻּלָּנוּ מְסֻבִּין עסן מיר אלע אנגעלאנט?
טאטע לעבן איך האב דיר געפרעגט פיר קשיות זיי מוחל ענטפער מיר א תירוץ!



עֲבָדִים הָיִינוּ קנעכט זענען מיר געווען
לְפַרְעֹה צו פרעה
בְּמִצְרָיִם אין לאנד מצרים
וַיּוֹצִיאֵנוּ און ער האט אונז ארויסגעצויגען
יְיָ אֱלֹקֵינוּ דער אייבערשטער אונזער באשעפער
מִשָּׁם פון דארט
בְּיָד חֲזָקָה מיט א שטארקע האנט
וּבִזְרוֹעַ נְטוּיָה און מיט א אויסגעשטרעקטע ארעם
וְאִלּוּ לֹא הוֹצִיא הַקָּבָּ"ה און ווען דער אייבערשטער וואלט נישט ארויסגעצויגען
אֶת אֲבוֹתֵינוּ אונזערע עלטערן
מִמִּצְרַיִם פון לאנד מצרים
הֲרֵי אָנוּ וואלטן מיר
וּבָנֵינוּ און אונזערע זיהן
וּבְנֵי בָנֵינוּ און די זיהן פון אונזערע זיהן
מְשֻׁעְבָּדִים הָיִינוּ אינטערטעניג וואלטן מיר געווען
לְפַרְעֹה צו פרעה
בְּמִצְרָיִם אין מצרים
וַאֲפִילוּ כֻּלָּנוּ חֲכָמִים און אפילו מיר אלע זענען קלוגע
כֻּלָּנוּ נְבוֹנִים מיר אלע זענען פארשטענדליכע
כֻּלָּנוּ זְקֵנִים מיר אלע זענען אלטע לייט
כֻּלָּנוּ יוֹדְעִים אֶת הַתּוֹרָה מיר אלע קענען די תורה
מִצְוָה עָלֵינוּ דאך איז א מצוה אויף אונז
לְסַפֵּר צו דערציילן
בִּיצִיאַת מִצְרָיִם אין די ניסים פון יציאת מצרים
וְכָל הַמַּרְבֶּה און יעדער וואס פארמערט
לְסַפֵּר צו דערציילן
בִּיצִיאַת מִצְרַיִם אין די ניסים פון יציאת מצרים
הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח: דער איז געלויבט.
מַעֲשֶׂה עס איז געווען א מעשה
בְּרַבִּי אֱלִיעֶזֶר וְרַבִּי יְהוֹשֻׁעַ, וְרַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה, וְרַבִּי עֲקִיבָא, וְרַבִּי טַרְפוֹן,
שֶׁהָיוּ מְסֻבִּין אז זיי זענען געווען אנגעלענט
בִּבְנֵי בְרַק אין בני ברק
וְהָיוּ מְסַפְּרִים און זיי האבן דערציילט
בִּיצִיאַת מִצְרַיִם אין די ניסים פון יציאת מצרים
כָּל אוֹתוֹ הַלַּיְלָה די גאנצע נאכט פון פסח
עַד שֶׁבָּאוּ ביז זיי זענען געקומען
תַלְמִידֵיהֶם זייערע תלמידים
וְאָמְרוּ און זיי האבן געזאגט
לָהֶם צו זיי
רַבּוֹתֵינוּ אונזערע רבי'ס
הִגִּיעַ עס האט שוין דערגרייכט
זְמַן די צייט
קְרִיאַת שְׁמַע צו ליינען קריאת שמע
שֶׁל שַׁחֲרִית: פון אינדערפרי.



בָּרוּךְ הַמָּקוֹם געלויבט איז דער אייבערשטער
בָּרוּךְ הוּא געלויבט איז ער
בָּרוּךְ געלויבט איז
שֶׁנָּתַן תּוֹרָה דער וואס האט געגעבן די תורה
לְעַמּוֹ צו זיין פאלק
יִשְׂרָאֵל די אידן
בָּרוּךְ הוּא: געלויבט איז ער.
כְּנֶגֶד קעגן
אַרְבָּעָה בָנִים פיר קינדער
דִּבְּרָה תוֹרָה האט די תורה גערעדט (אז מען זאל ענטפערן אויף זייער קשיות פסח ביינאכט)
1) אֶחָד חָכָם איינער איז א קלוגער
2) וְאֶחָד רָשָׁע און איינער איז רשע
3) וְאֶחָד תָּם און אייינער איז נישט פארשטענדליך
4) וְאֶחָד און איינער איז
שֶׁאֵינוֹ יוֹדֵעַ לִשְׁאוֹל: וואס פאר שטייט נישט צו פרעגן.



וְהִיא און די צוזאג פונם אייבערשטן (פאר אברהם אבינו ביי די ברית בין הבתרים)
שֶׁעָמְדָה דאס איז וואס איז בייגעשטאנען (ווייל זיי האבן געוואוסט אז זיי וועלן אויסגעלייזט ווערן)
לַאֲבוֹתֵינוּ פאר אונזערע עלטערן
וְלָנוּ און פאר אונז
שֶׁלֹא אֶחָד בִּלְבָד ווייל נישט נאר איינער אליין (איין גוי, איין פאלק)
עָמַד איז אויפגעשטאנען
עָלֵינוּ אויף אונז
לְכַלּוֹתֵנוּ אונז צו פארלענדן
אֶלָּא נאר
שֶׁבְּכָל דּוֹר וָדוֹר אין א יעדע דור און דור
עוֹמְדִים שטייען זיי אויף (די רשעים)
עָלֵינוּ אויף אונז
לְכַלּוֹתֵנוּ אונז צו פארלענדן
וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא און דער אייבערשטער
מַצִּילֵנוּ ראטעוועט אונז
מִיָּדָם: פון זייער הענט.







רַבָּן גַּמְלִיאֵל הָיָה אוֹמֵר רבן גמליאל פלעגט זאגן
כָּל שֶׁלֹּא אָמַר יעדער וואס האט נישט געזאגט
שְׁלֹשָה דְבָרִים אֵלּוּ דער טעם פון די דריי זאכן
בַּפֶּסַח אין פסח
לֹא יָצָא האט ער נישט יוצא געווען
יְדֵי חוֹבָתוֹ זיין חוב (פון זאן די הגדה – סיפור יציאת מצרים)
וְאֵלּוּ הֵן: און דאס זענען די דריי זאכן
פֶּסַח. מַצָּה וּמָרוֹר: פסח, מצה, און מרור.


פֶּסַח דעם קרבן פסח
שֶׁהָיוּ אֲבוֹתֵינוּ אוֹכְלִים וואס אונזערע עלטערן האבן געגעסן
בִּזְמַן אין די צייט
שֶׁבֵּית הַמִּקְדָּשׁ הָיָה קַיָּם וואס דער בית המקדש איז געשטאנען
עַל שׁוּם מָה? וועגן וואס האבן זיי דאס געגעסן?
עַל שׁוּם פון וועגן
שֶׁפָּסַח ווייל ער האט איבערגעהיפט
הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא דער אייבערשטער
עַל בָּתֵּי אויף די הייזער
אֲבוֹתֵינוּ פון אונזערע עלטערן
בְּמִצְרַיִם. אין מצרים.
שֶׁנֶּאֱמַר אזוי ווי עס שטייט אין פסוק
וַאֲמַרְתֶּם און עטץ זאלטץ זאגן
זֶבַח פֶּסַח הוּא דאס איז א שעכטונג פון א קרבן פסח
לַה צום אייבערשטען
אֲשֶׁר פָּסַח וואס ער האט איבערגעהיפט
עַל בָּתֵּי אויף די הייזער
בְנֵי יִשְׂרָאֵל פון די אידישע קינדער
בְּמִצְרַיִם אין מצרים
בְּנָגְפּוֹ ווען ער האט געקלאפט (גע'הרג'ט)
אֶת מִצְרַיִם די מצריים
וְאֶת בָּתֵּינוּ און אונזערע הייזער
הִצִּיל האט ער געראטעוועט
וַיִּקֹּד הָעָם און דאס פאלק האט געקניעט
וַיִּשְׁתַּחֲווּ: און זיי האבן זיך געבוקט. וועגן דריי גוטע בשורות:
1) אז מען גייט אויסגעלייזט ווערן.
2) אז מען גייט אריינגיין אין א"י.
3) אז מען וועט האבן קינדער.



מַצָּה זוּ די מצה
שֶׁאָנוּ אוֹכְלִים וואס אונז עסן
עַל שׁוּם מָה? וועגן וואס עסן מיר דאס?
עַל שׁוּם פון וועגן
שֶׁלֹּא הִסְפִּיק עס האט נישט געהאט קיין צייט
בְּצֵקָם זייער טייג
שֶׁל אֲבוֹתֵינוּ פון אונזערע עלטערן
לְהַחֲמִיץ צו ווערן זויער
עַד שֶׁנִּגְלָה ביז עס האט זיך אנטפלעקט
עֲלֵיהֶם אויף זיי
מֶלֶךְ מַלְכֵי הַמְּלָכִים דער קעניג איבער אלע קעניגן
הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא דער אייבערשטער
וּגְאָלָם. און ער האט זיי אויסגעלייזט.
שֶׁנֶּאֱמַר אזוי ווי עס שטייט אין פסוק
וַיֹּאפוּ און זיי האבן געבאקן (די אידן)
אֶת הַבָּצֵק די טייג
אֲשֶׁר הוֹצִיאוּ וואס זיי האבן ארויסגעצויגן
מִמִּצְרַיִם פון מצרים
עֻגֹת מַצּוֹת מצה קיכעלעך
(פארוואס איז עס נאר געווען מצה)
כִּי לֹא חָמֵץ ווייל עס איז נאכנישט געווארן זויער
כִּי גֹרְשׁוּ ווייל זיי זענען פארטריבן געווארן (דורך פרעה מיט די מצריים)
מִמִּצְרַיִם פון מצרים
וְלֹא יָכְלוּ און זיי האבן נישט געקענט (די אידן)
לְהִתְמַהְמֵהַּ זיך צו פארזוימען (אין מצרים, במילא האט זיך עס גלייך אפגעבאקן – פון די זון)
וְגַם צֵדָה און אויך שפייז
לֹא עָשׂוּ האבן זיי נישט געמאכט (די אידן)
לָהֶם: פאר זיי. (די אידן פאר זיך אליין)


מָרוֹר זֶה די מרור
שֶׁאָנוּ אוֹכְלִים וואס אונז עסן
עַל שׁוּם מָה? וועגן וואס עסן מיר דאס?
עַל שׁוּם פון וועגן
שֶׁמָּרְרוּ זיי האבן פארביטערט
הַמִּצְרִים די מצריים
אֶת חַיֵּי אֲבוֹתֵינוּ דאס לעבן פון אונזערע עלטערן
בְּמִצְרַיִם אין מצרים
שֶׁנֶּאֱמַר אזוי ווי עס שטייט אין פסוק
וַיְמָרֲרוּ און זיי האבן פאביטערט (די מצריים)
אֶת חַיֵּיהֶם זייער לעבן (פון די אידן)
בַּעֲבֹדָה קָשָׁה מיט שווערע ארבעט
בְּחֹמֶר מיט ליים
וּבִלְבֵנִים און מיט ציגל
וּבְכָל עֲבֹדָה און מיט אלע ארבעט
בַּשָּׂדֶה אין פעלד
אֵת כָּל עֲבֹדָתָם אלע זייערע ארבעט (פון די מצריים)
אֲשֶׁר עָבְדוּ וואס זיי האבן געארבעט (די מצריים)
בָהֶם מיט זיי (מיט די אידן)
איז געווען בְּפָרֶך: מיט שווערע ארבעט וואס צוברעכט דעם גוף.
שואל כענין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל כענין »

הרב שינאווא מען קען אפשר מזכה זיין מיט די גאנצע הגדה???
ישר כח
שינאוואחסיד
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 10:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שינאוואחסיד »

דאס איז די ארימע ברויט הא לחמא עניא
וואס אונזערע עלטערן האבן געגעסען די אכלו אבהתנא
אין לאנד מצרים בארעא דמצרים
יעדער וואס איז הונגעריג כל דכפין
זאל קומען ייתי
און זאל עסן ויכול
יעדער וואס דארף כל דצריך
זאל קומען ייתי
און זאל מיטהאלטען דעם יום טוב פסח ויפסח
דאס יאר זענען מיר נאך דא השתא הכא
אבער דעם קומענדיגן יאר לשנה הבאה
האפען מיר צו זיין אין ארץ ישראל בארעא דישראל
דאס יאר זענען מיר נאך קנעכט השתא עבדי
דאס קומענדיגן יאר לשנה הבאה
האפען מיר צו זיין פרייע מענטשען בני חורין:

"טאטע לעבן, איך וויל דיר די פיר קשיות פרעגען"

פארוואס איז פארענדערט געווארן מה נשתנה
די נאכט פון פסח הלילה הזה
פון אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר מכל הלילות
די ערשטע קשיא איז:
אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר שבכל הלילות
עסן מיר אנו אוכלין
סיי חמץ און סיי מצה חמץ ומצה
די נאכט פון פסח הלילה הזה
עסן מיר נאר מצה כלו מצה
די צווייטע קשיא איז:
אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר שבכל הלילות
עסען מיר אנו אוכלין
פארשידענע גרינצייגן שאר ירקות
די נאכט פון פסח הלילה הזה
איז א מצוה צו עסן מרור מרור
די דריטע קשיא איז:
אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר שבכל הלילות
טונקען מיר נישט איין אין אנו מטבילין
אפילו איין מאל אויך נישט אפילו פעם אחת
די נאכט פון פסח הלילה הזה
טונקען מיר איין צוויי מאהל שתי פעמים
(איין מאל כרפס אין זאלץ וואסער און איין מאל מרור אין חרוסת
די פערטע קשיא איז:
אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר שבכל הלילות
עסן מיר אנו אוכלין
סיי זיצענדיג בין יושבין
און סיי אנגעלענט ובין מסובין
די נאכט פון פסח הלילה הזה
עסען מיר נאר אנגעלענט כלנו מסובין
"טאטע לעבן" איך האב דיר געפרעגט פיר קשיות, זיי מוחל, און ענטפער מיר א תירוץ"

קנעכט זענען מיר געוועהן עבדים היינו
צו פרעה אין מצרים לפרעה במצרים
און דער אויבערשטער האט אונז ארויסגעצויגען ויוציאנו ד' אלקינו
פון דארט משם
מיט א שטארקע האנט ביד חזקה
און מיט א אויסגעשטרעקטע ארעם ובזרוע נטויה
און אויב דער אויבערשטער וואלט אונז נישט ארויסגעצויגען ואלו לא הוציא הקב"ה
פון מצרים ממצרים
וואלטען מיר הרי אנו
און אונזערע קינדער ובנינו
און אונזערע קינד'ס קינדער ובני בננו
אינטערטעניג וואלטן מיר געוועהן משעבדים היינו
צו פרעה אין מצרים לפרעה במצרים
און אפילו מיר זענען אלע קלוגע ואפילו כלנו חכמים
אלע פארשטענדיגע כולנו נבונים
אלע אלטע לייט כלנו זקנים
מיר ווייסן אלע כלנו יודעים
די גאנצע תורה את התורה
איז א מצוה אויף אונז מצוה עלינו
צו דערציילען לספר
פון יציאת מצרים ביציאת מצרים
און יעדער וואס מערט וכל המרבה
צו דערציילן לספר
פון יציאת מצרים ביציאת מצרים
דער ווערט געלויבט הרי זה משובח

עס איז געוועהן א מעשה מעשה
מיט רבי אליעזר ברבי אליעזר
און רבי יהושע ורבי יהושע
און רבי אלעזר דער זוהן פון עזריה ורבי אלעזר בן עזריה
און רבי עקיבא ורבי עקיבא
און רבי טרפון ורבי טרפון
וואס זיי זענען געזעצען אנגעלענט שהיו מסובין
אין בני ברק בבני ברק
און זיי האבען דערציילט והיו מספרים
וועגין יציאת מצרים ביציאת מצרים
יענע גאנצע נאכט כל אותו הלילה
ביז זיי זענען געקומען עד שבאו
זייערע תלמידים תלמידיהם
און זיי האבען געזאגט ואמרו
צו זיי להם
אונזערע רבי'ס רבותינו
עס איז שוין געקומען דער זמן הגיע זמן
צו ליינען קריאת שמע פון שחרית קריאת שמע של שחרית

האט געזאגט רבי אלעזר דער זוהן פון עזריה אמר רבי אלעזר בן עזריה
איך בין הרי אני
אזוי ווי זיבעציג יאהר אלט (זיין בארד איז אים געווארען ווייס און ער האט אויסגעזעהן ווי זיבעציג יאר אלט) כבן שבעים שנה
און איך האב נישט באזיגט אויסצוווייזען ולא זכיתי
אז עס זאל דערמאנט ווערן שתאמר
דאס ארויסגיין פון מצרים יציאת מצרים
ביינאכט אויך בלילות
ביז דער זוהן פון זומא האט גע'דרש'נט עד שדרשה בן זומא
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק שנאמר
פון וועגין דו זאלסט געדענקען למען תזכור
דעם טאג פון דיין ארויסגיין את יום צאתך
פון לאנד מצרים מארץ מצרים
אלע דיינע לעבענסטעג כל ימי חייך
(ווען עס וואלט נאר געשטאנען) די טעג פון דיין לעבן ימי חייך
(וואלט מען עס נאר געמוזט דערמאנען) בייטאג הימים
(אבער ווייל עס שטייט )אלע דיינע לעבנסטעג כל ימי חייך
(דארף מען עס דערמאנען אויך) ביינאכט הלילות
און די חכמים זאגען וחכמים אומרים
(ווען עס וואלט נאר געשטאנען) די טעג פון דיין לעבן ימי חייך
(וואלט מען עס נאר דערמאנט) אויף די וועלט העולם הזה
(אז עס שטייט ) אלע דיינע לעבנסטעג כל ימי חייך
(וועט מען עס אפילו דערמאנען) ווען משיח וועט קומען, דאס ווארט "כל" טוט מרבה זיין. להביא לימות המשיח
דאס הייסט ר' אלעזר בן עזריה זאגט אז כאטש ער איז ווי איינער וואס איז שוין זיבעציג יאר האט ער נאך נישט זוכה געוועהן אז מען זאל אננעמען די הלכה ווי ער האט גע'פסק'נט –אז מען דארף דערמאנען יציאת מצרים יעדע נאכט און נישט נאר בייטאג ביז בן זומא האט עס איבער געוויזען מיט דעם פסוק למען תזכור וכו' און מיר דערמאנען טאקע יציאת מצרים בייטאג און ביינאכט אין דעם קאפיטל פון "ויאמר)

געלויבט איז דער אויבערשטער ברוך המקום
געלויבט איז ער ברוך הוא
געלויבט איז דער וואס האט געגעבען די תורה ברוך שנתן תורה
צו זיין פאלק ישראל לעמו ישראל
געלויבט איז ער ברוך הוא
א קעגען פיר סארט קינדער כנגד ארבעה בנים
רעדט די תורה דברה תורה
איינער א חכם אחד חכם
און איינער א רשע ואחד רשע
און איינער א תם ואחד תם
און איינער וואס ווייסט נישט צו פרעגן ואחד שאינו יודע לשאול
וואס זאגט דער חכם חכם מה הוא אומר
וואס זענען די מצוות מה העדות
און די געזעצען והחקים
און די דינים ומשפטים
וואס ער האט באפוילן אשר צוה
דער אויבערשטער אונזער באשפער ה' אלקינו
אייך אתכם
און דו זאלסט אים אויך זאגען ואף אתה אמר לו
די דינים פון קרבן פסח כהלכות הפסח
מען טאר נישט ענדיגען די סעודה אין מפטירין
נאכ'ן עסען דעם קרבן פסח אחר הפסח
מיט אנדערע מיני זיסע עסען (אפיקומן מאכט אפיקו מן) נעמט ארויס נאך עסען ווייל מען טאר גארנישט עסען) אפיקומן

וואס זאגט דער רשע רשע מה הוא אומר
וואס איז דער ארביט מה העבודה הזאת
צו אייך לכם
צו אייך און נישט צו אים לכם ולא לו
און ווייל ולפי
ער האט זיך ארויס געצויגען שהוציא את עצמו
פון כלל ישראל מן הכלל
האט ער געלייקענט כפר
אין באשפער בעיקר
און אויך דו ואף אתה
מאך אים אייליג זיינע זעהן (אזוי ווי ווען מען עסט א זויערע זאך ווערען די צעהן אייליג) הקהה את שניו
און זאג צו אים ואמר לו
וועגין דעם (איך זאל טוהן מצות) בעבור זה
האט דער אויבערשטער געטוהן (נסים) צו מיר עשה ה' לי
ווען איך בין ארויסגעגאנגען פון מצרים בצאתי מממצרים
צו מיר און נישט צו אים לי ולא לו
אויב ער וואלט דארט געוועהן אלו היה שם
וואלט ער נישט געווארן אויסגעלייזט לא היה נגאל

וואס זאגט דער תם תם מה הוא אומר
וואס איז דאס מה זאת
און דו זאלסט אים זאגען ואמרת אליו
מיט א שטארקע האנט בחזק יד
האט השי"ת אונז ארויסגעצויגען הוציאנו ה'
פון מצרים ממצרים
פון קנעכט הויז מבית עבדים

און דער וואס ווייסט נישט וואס צו פרעגען ושאינו יודע לשאל
זאלסט אנפאנגען רעדען צו אים את פתח לו
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק שנאמר
און זאלסט דערציילען והגדת
פאר דיין זוהן לבנך
אין יענעם טאג ביום ההוא
אזוי צו זאגען לאמר
וועגין דעם (אז איך זאל טוהן מצות) בעבור זה
האט דער אויבערשטער געטוהן (נסים) עשה ה'
צו מיר לי
ווען איך בין ארויסגעגאנגען בצאתי
פון מצרים ממצרים

איך וואלט געקענט מיינען יכול
אז פון ר"ח ניסן אהן (בין איך מחויב אין די מצוה פון סיפור יציאת מצרים) מראש חודש
לערנעט אונז דער פסוק תלמוד לומר
"אין יענעם טאג" ביום ההוא
ווען עס וואלט נאר געשטאנען "יענעם טאג" אי ביום ההוא
וואלט איך געקענט מיינען יכול
אינמיטען טאג ( ווען מען גרייט צו דעם קרבן פסח) מבעוד יום
לערנט אונז דער פסוק תלמוד לומר
וועגין דעם בעבור זה
וועגין דעם קען איך נישט זאגען אנדערש בעבור זה לא אמרתי
נאר אלא
אין די צייט בשעה
וואס עס איז דא מצה און מרור שיש מצה ומרור
ליגען פאר דיר מונחים לפניך

פון אנפאנג מתחילה
געצענדינער עובדי עבודה זרה
זענען אונזערע עלטערין געוועהן היו אבותינו
און יעצט ועכשיו
האט אונז דער אויבערשטער דערנענטערט קרבנו המקום
צו זייין דינסט לעבודתו
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק שנאמר
און יהושע האט געזאגט ויאמר יהושע
אזוי זאגט דער אויבערשטער כה אמר ד'
דער באשעפער פון די אידן אלקי ישראל
אין די אנדערע זייט טייך בעבר הנהר
זענען געזעצען ישבו
אייערע עלטערן אבותיכם
פון אייביג מעולם
תרח דער טאטע פון אברהם תרח אבי אברהם
און דער טאטע פון נחור ואבי נחור
און זיי האבען געדינט ויעבדו
פרעמדע אפגעטער אלהים אחרים
און איך האב גענומען ואקח
אייער פאטער (אברהם) את אביכם
פון אנדערע זייט טייך מעבר הנהר
און איך האב אים געפירט ואולך אותו
אין גאנצען לאנד כנען בכל ארץ כנען
און איך האב געמערט וארבה
זיינע קינדער את זרעו
און איך האב אים געגעבען ואתן לו
דעם זוהן יצחק את יצחק
און איך האב געגעבען פאר יצחק ואתן ליצחק
דעם יעקב און דעם עשו את יעקב ואת עשו
און איך האב געגעגעבן פאר עשו ואתן לעשו
דעם בארג שעיר את הר שעיר
ער זאל עס ירש'נען לרשות אותו
און יעקב און זיינע זין ויעקב ובניו
האבען גענידערט קיין מצרים ירדו מצרים

געלויבט ברוך
דער וואס היט שומר
זיין צוזאג הבטחתו
צו די אידן לישראל
געלויבט איז ער ברוך הוא
וואס דער אויבערשטער שהקב"ה
האט אויסגערעכנט חשב
די ענדע פון גלות את הקץ
צו טוהן לעשות
אזוי ווי ער האט געזאגט כמה שאמר
ביים בונד צווישען די שטיקער (פלייש) בברית בין הבתרים
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק שנאמר
און ער האט געזאגט צו אברם ויאמר לאברם
וויסען זאלסט דו וויסן ידוע תדע
אז פרעמדע כי גר
וועלען זיין דיינע קינדער יהי' זרעך
אין א לאנד וואס איז נישט זייער'ס בארץ לא להם
פיר הונדערט יאר ארבע מאות שנה
און אויך דאס פאלק וגם את הגוי
וואס האט זיי געמאכט ארביטען אשר יעבודו
וועל איך משפט'ן דן אנכי
און דערנאך ואחרי כן
וועלען זיי ארויס גיין יצאו
מיט א גרויס פארמעגען ברכוש גדול

און דער צוזאג והיא
איז בייגעשטאנען שעמדה
פאר אונזערע עלטערען לאבותינו
און צו אונז ולנו
ווייל נישט נאר איינער שלא אחד בלבד
איז אויפגשטאנען איבער אונז עמד עלינו
אונז צו פארלענדען לכלותינו
נאר אלא
אין יעדען דור שבכל דור ודור
שטייען זיי אויף אויף אונז עומדים עלינו
אונז צו פארלענדען לכלותינו
און דער אויבערשטער והקדוש ברוך הוא
ראטעוועט אונז מצילנו
פון זייערע הענט מידם

גיי ארויס און לערען צא ולמד
וואס האט לבן הארמי געוואלט מה בקש לבן הארמי
צו טוהן פאר יעקב אבינו לעשות ליעקב אבינו
ווייל פרעה האט נישט גוזר געוועהן (אומצוברנגען ) שפרעה לא גזר
נאר אויף די אינגלעך (און נישט די מיידליך) אלא על הזכרים
און לבן האט געוואלט אויסרייסען אלע ולבן בקש לעקור את הכל
ווי עס שטייט אין פסוק שנאמר
דער ארמי האט געמאכט פארלירן מיין טאטע ארמי אבד אבי
און ער האט גענידערט קיין מצרים וירד מצרימה
און ער האט דארט געוואוינט (צייטווייליג) ויגר שם
מיט אקליינע צאהל במתי מעט
און ער איז דארט געוועהן צו א פאלק ויהי שם לגוי
גרויס גדול
שטארק עצום
און פיל ורב
פרעה האט נאר גוזר געוועהן צו פארלענדען די זכרים אבער לבן האט געוואלט אלע אומברענגען דאס איז געוועהן ווען ער איז יענע נאכט נאכגעלאפען יעקב און השי"ת האט זיך באוויזען צו אים און אים געווארענט נישט צו טוהן קיין גוטס אדער שלעכטס


און זיי האבען גענידערט קיין מצרים וירד מצרים
געצווינגען אנוס
לויט'ן באפעל פון אויבערשטען על פי הדבור
און ער האט דארט געוואוינט ויגר שם
דאס קומט צו לערנען שלא ירד יעקב אבינו מלמד
אז יעקב אבינו האט נישט גענידערט שלא ירד יעקב אבינו
זיך צו באזעצען אין מצרים (אויף שטענדיג) להשתקע במצרים
נאר דארט צו וואוינען אביסל אלא לגור שם
ווי עס שטייט אין פסוק שנאמר
און זיי (די שבטים) האבען געזאגט צו פרעה ויאמרו אל פרעה
צו וואוינען אין דעם לאנד לגור בארץ
זענען מיר געקומען באנו
ווייל ס'איז נישט דא קיין פאשע פאר די שאף כי אין מרעה לצאן
וואס איז צו דיינע קנעכט אשר לעבדך
ווייל עס איז שווער דער הונגער כי כבד הרעב
אין לאנד כנען בארץ כנען
און יעצט זאלען זיך באזצעען ועתה ישבו נא
דיינע קנעכט עבדיך
אין לאנד גשן בארץ גושן
דער בעל הגדה גיט צו הוספות אויפ'ן פריערדיגען פסוק ער שטעלט זיך אפ אויף יעדעס ווארט פון דעם פסוק און ערקלערט מער בפרטיות טייל מאהל גיבט ער אויך צו א ראי' פון תנ"ך

מיט א קליינע צאל במתי מעט
אזוי ווי עס שטייט כמה שנאמר
מיט זיבעציג נפשות בשבעים נפש
האבען דיינע עלטערין גענידערט ירדו אבותיך
קיין מצרים מצרימה
און יעצט האט דיך השי"ת געמאכט ועתה שמך ד' אלקיך
אזוי ווי די שטערען פון הימל ככוכבי השמים
צו פיל לרוב
און ער איז דארט געווארען צו א פאלק ויהי שם גוי
עס קומט צו לערנען מלמד
אז די אידן זענען געוועהן אויסגעצייכנט (אנגעזען) שהיו ישראל מצונים
דארט שם
שטארק עצום
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק כמה שנאמר
און די אידישע קינדער ובני ישראל
האבען זיך געמערט פרו וישרצו וירבו
און זיי האבען זיך געשטארקט ויעצמו
זייער זייער במאד מאד
און די ערד איז פיל געווארען ותמלא הארץ
מיט זיי אותם
און פיל ורב
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק כמה שנאמר
זיי האבען זיך געמערט ווי די גראז פון פעלד רבבה כצמח השדה
האב איך דיך געגעבען נתתיך
און דו האסט זיך געמערט ותרבי
און די ביסט גרויס געווארען ותגדלי
און דו ביסט געקומען ותבאי
באקליידעט מיט צירונג בעדי עדים
האסט געהאט סימנים פון ערוואקסענקייט (א פאלק) שדים נכוני ושערך צמח
און די ביסט ליידיג אן מצות, נישט ווערדט דערצי ואת ערום ועריה
די אידן האבען זיך געמערט און השי"ת האט אונז אויסגעלייזט כאטש מיר האבען נאכנישט געהאט קיין אייגענע זכותים דערצו
און איך בין אריבערגעגאנגען אויף דיר ואעבור עליך
און איך האב דיר געזעהן ואראך
איינגעטונקען מתבוססת
אין דיין בלוט (פון קרבן פסח און דם מילה) בדמיך
און איך האב געזאגט צו דיר ואומר לך
מיט דיין בלוט וועסט דו לעבן (אין דעם זכות) בדמיך חיי
און די מצרים האבען אונז שלעכטס געטוהן וירעו אתנו המצרים
און זיי האבען אונז געפייניגט ויענונו
און זיי האבען געגעבען אויף אונז ויתנו עלינו
א שווערע ארביט עבודה קשה
און די מצרים האבען אונז שלעכטס געטוהן וירעו אתנו המצרים
אזוי ווי עס שטייט כמה שנאמר
לאמיר זיך קליגען איבער אים הבה נתכחמה לו
טאמער וועט ער זיך מערן פן ירבה
און עס וועט זיין והיה
אז עס וועט זיך טרעפן א מלחמה כי תקראנה מלחמה
און ער וועט זיך פארמערען אויף אונזער פיינט ונוסף גם הוא על שנאינו
און ער וועט מלחמה האלטען מיט אונז ונלחם בנו
און ארויף גיין פון לאנד (מצרים) ועלה מן הארץ
די מצרים האבען מורא געהאט אז די אידן וועלן ווערן צו אזא גרויס פאלק האבען זיי זיך געקלוגט און ארויסגעגעבן די גזירה אז מען זאל אריינווארפען די אינגלך אין טייך
און זיי האבען אונז געפייניגט ויענונו
אזוי וועס שטייט אין פסוק כמה שנאמר
און זיי האבען ארויף געלייגט אויף אים וישימו עליו
הערען פון שטייער שרי מסים
כדי זיי צו פיייניגען בסבלותם למען ענותו
מיט זייערע שווערע ארביט בסבלותם
און זיי האבען אויפגעבויט ויבן
שטעט פאר אוצרות ערי מסכנות
פאר פרעה לפרעה
דעם פתום את פתום
און דעם רעמסס ואת רעמסס
און זיי האבען אונז געגעבען שווערע ארביט ויתנו עלינו עבודה קשה
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק כמה שנאמר
און די מצרים האבען געמאכט ארביטען ויעבידו מצרים
די אידישיע קינדער את בני ישראל
מיט שווערע ארביט בפרך
זיי האבען אונז געפייניגט מיט זייערע שטייערען און מיטן מאכען אויפבויען די צוויי שטעט און חוץ דעם זיי געפייניגט מיט שווערע ארביט
מיט דעם האט מען געענדיגט דערציילען ווי אזוי די אידן האבען געשריגען צו השי"ת און השי"ת האט זיי אויסגעהערט און געזעהן זייער פיין און זיך דערמאנט אין זיין בונד וואס ער האט צוגעזאגט פאר די אבות אויסצולייזען די אידן און יעצט גייט דער בעל הגדה אנהייבען אויסצורעכענען ווי אזוי עס איז געקומען די גאולה

און דער אויבערשטער האט אונז ארויסגעצויגען ויוציאנו ד'
פון מצרים ממצרים
מיט א שטארקע האנט ביד חזקה
און מיט א אויסגעשטרעקטע ארעם ובזרוע נטויה
און מיט גרויס פארכט ובמורא גדול
און מיט צייכענס ובאותות
און מיט וואונדער ובמופתים
און השי"ת האט אונז ארויסגעצויגען ויוציאנו ד'
פון מצרים ממצרים
נישט דורך א מלאך לא על ידי מלאך
און נישט דורך א פייערדיגע מלאך ולא על ידי שרף
און נישט דורך א שליח ולא על ידי שליח
נאר דער אויבערשטערשטער אלא הקב"ה
אליין מיט זיין כבוד בכבודו ובעצמו
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק שנאמר
און איך וועל אדורכגיין ועברתי
דאס לאנד מצרים בארץ מצרים
אין יענע נאכט (ט"ו ניסן) בלילה הזה
און איך וועל שלאגען והכיתי
יעדען עלצטען כל בכור
פון לאנד מצרים בארץ מצרים
פון א מענטש מאדם
ביז א בהמה עד בהמה
און אלע מצרישע אפגעטער ובכל אלהי מצרים
וועל איך באשטראפען אעשה שפטים
איך בין דער אויבערשטער אני ד'
און איך וועל אדורך גיין ועברתי
אין לאנד מצרים בארץ מצרים
איך און נישט קיין מלאך אני ולא מלאך
און איך וועל שלאגען והכיתי
יעדען עלצטען כל בכור
איך און נישט א ברענערדיגע מלאך אני ולא שרף
און אין אלע מצרישע אפגעטער ובכל אלהי מצרים
וועל איך באשטראפען אעשה שפטים
איך אני
און נישט קיין שליח ולא השליח
איך בין דער אויבערשטער אני ד'
איך בין עס אני הוא
און נישט קיין אנדערע ולא אחר
מיט א שטארקע האנד ביד חזקה
דאס איז א מכת דבר זו הדבר
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק כמה שנאמר
אט הנה
די האנט פון אויבערטשען יד ד'
איז אנגעגרייט הויה
אין דיינע בהמות במקנך
וואס זענען אין פעלד אשר בשדה
אין די פערד בסוסים
אין די אייזלען בחמורים
אין די קעמלען בגמלים
אין די רינדער בבקר
און אין די שאף ובצאן
זייער א שווערע הונגער דבר כבד מאד
דער יד חזקה דאס איז געוועהן וואס אלע בהמות זענען אויסגעשטארבען
און א אויסגעשטרעקטע ארעם ובזרוע נטויה
דאס איז דער שווערד זו החרב
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק כמה שנאמר
און זיין שווערד איז אויסגעשטרעקט וחרבו שלופה
אין זיין האנד בידו
גענייגט נטויה
איבער ירושלים על ירושלים
דער בעל הגדה ברענגט א ראי' פון א פסוק און דברי הימים אז דאס ווארט נטויה גייט ארויף אויף א שווערד ווען דער מלאך האט געציילט די אידן האט השי"ת געשיקט א מגיפה אלץ שטראף און דארט שטייט אז דוד האט געזעהן א מלאך צווישען הימעל און ערד און אין זיין האנט האלט ער א שארפע שווערד נטויה אויסגעשפרייט איבער ירושלים .פון דעם פסוק איז א ראי' אז עס שטייט בזרוע נטויה מיינט עס דער שווערד

און גרויס פארכט ובמורא גדול
דאס איז דער אנטפלעקונג פון די שכינה זו גלוי השכינה
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק כמה שנאמר
אדער האט דען דער אויבעשטער שוין אמאהל געפריווט או הנסה אלקים
צו קומען אין א לאנד לבא
צו נעמען פאר זיך לקחת לו
איין פאלק פון צווישען אן אנדער פאלק גוי מקרב גוי
מיט פראוווינגען במסות
מיט ציייכענס באותו
און מיט וואונדער ובמופתים
און מיט א מלחמה (א קריג) ובמלחמה
און מיט א שטארקע האט וביד חזקה
און מיט אן אויסגעשטרעקטע ארעם ובזרוע נטויה
און מיט גרויסע פארכטיגקייטען ובמוראים גדולים
אזוי ווי אלעס ככל אשר
וואס ער האט געטוהן צו אייך אשר עשה לכם
אייער בשאעפער ד' אלקיכם
אין מצרים במצרים
פאר דיינע אויגען לעיניך
און מיט צייכענס ובאותות
דאס איז דער שטעקן זו המטה
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק כמה שנאמר
און דעם דאזיגען שטעקען ואת המטה הזה
זאלסט דו נעמען אין דיין האנט תקח בידך
וואס דו וועסט אשר תעשה
מיט אים בו
די צייכענס את האותות
און מיט די וואונדער ובמופתים
דאס איז מכת דם זה הדם
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק כמה שנאמר
און איך וועל געבען ונתתי
וואונדער מופתים
אויף די הימעל בשמים
און אויף די ערד ובארץ
בלוט דם
און פייער ואש
און רויעך וואס גייט ארויס אזוי ווי א טייעלבוים ותמרות עשן

רבי עקיבא וויל אויפווייזען אז מצרים איז געשלאגען געווארען מיט 50 מכות און ביי ים זענען זיי געשלאגען געווארען מיט 250 מכות ווייל ר' עקיבא הייבט אן רעכענען די מכות פון די לשונות פון חרון אפו אנשטאט פון עברה האט מען 4 עקסטערע לשוונת פון שטראף קומט אויס אז יעדע מכה האט אין זיך געהאט 5 מכות 5 מאהל 10 = 50
און ביים ים איז דאך געוועהן 5 מאהל אזויפיהל מכות ווי אין מצרים איז 5 מאהל 50 קומט אויס 250 מכות ביים ים
פארוואס זוכן זיי ארויסצוברענגען וואס א גרעסערע צאל מכות אין מצרים! ווייל עס שטייט אין קריאת שמע אז אויב דו וועסט צו הערן צו השי"ת און טוהן זיינע באפעלען דאן כל המחלה אשר שמתי במצרים " יעדע קראנקהייט וואס איך האב געבערנגט אין מצרים "לא אשים עליך" וועל איך נישט ברענגען אויף דיר "כי אני ד' רופאך" ווייל איך בין השי"ת דיין היילער וויל מען אויסרעכענען ווי מער מכות עס זאל חלילה נישט קומען אויף אונז קיין איינס פון די אלע מכות און אז מען האט ג'עדינט אויסרעכנען וויפיהל מכות השי"ת האט געברענגט אויף די מצריים הייבען מיר יעצט אהן אויסרעכענען וויפיל טובות השי"ת האט געטוהן מיט אונז
פיל גוטע מעלות כמה מעלות טובות
האט השי"ת געטוהן מיט אוז למקום עלינו
ווען ער וואלט אונז בלויז ארויסגעצויגען פון מצרים אלו הוציאנו ממצרים
און ער וואלט זיי נישט באשטראפט ולא עשה בהם שפטים
וואלט אונז גענוג געוועהן דיינו
ווען ער וואלט בלויז געשטראפט די מצרים אלו עשה בהם שפטים
און וואלט נישט געשטראפט זייערע ע"ז'ס ולא עשה באלהיהם
וואלט אונז גענוג געוועהן דיינו
ווען ער וואלט בלויז באשטראפט זייערע ע"ז 'ס אלו עשה באלהיהם
און וואלט נישט גע'הרג'ט זייערע בכורים ולא הרג את בכוריהם
וואלט אונז גענוג געוועהן דיינו
ווען ער וואלט נאר גע'הרג'עט זייערע בכורים אלו הרג את בכוריהם
און וואלט אונז נישט געגעבען זייער געלט ולא נתן לנו את ממונם
וואלט אונז גענוג געוועהן דיינו
אויב ער וואלט אונז געגעבען זייער געלט אלו נתן לנו את ממונם
און וואלט אונז נישט געשפאלטען ולא קרע לנו
דעם ים את הים
וואלט אונז גענוג געוועהן דיינו
אויב ער וואלט געוועהן פאר אונז געשפאלטען דעם ים אלו קרע לנו את הים
און ער וואלט אונז נישט דורכגעפירט ולא העבירנו
אין אים אין די טרוקעניש בתוכו בחרבה
וואלט אונז גענוג געוועהן דיינו
אויב ער וואלט אונז אדורכגעפירט אלו העבירנו
אין אין אים אין די טרוקעניש בתוכו בחרבה
און וואלט נישט דערטראנקען אונזערע באליידיגערס ולא שקע צרינו
אין אים אין ים בתוכו
וואלט אונז גענוג געוועהן דיינו
אויב ער וואלט דערטראנקען אונזערע באליידיגער אין אים אלו שקע צרינו בתוכו
און וואלט נישט באזארגט ולא ספק
אונזערע באדערפענישען צרכנו
אין מדבר במדבר
40 יאהר ארבעים שנה
וואלט אונז גענוג געוועהן דיינו
אויב וואלט ער באזארגט אונזערע באדערפענישען אלו ספק צרכנו
אין די מדבר 40 יאהר במדבר ארבעים שנה
און וואלט אונז נישט געגעבען צו עסען ולא האכילנו
דעם מן את המן
וואלט אונז גענוג געוועהן דיינו
אויב ער וואלט אונז געגעבען צו עסען דעם מן אלו האכילנו את המן
און וואלט אונז נישט געגעבען דעם שבת ולא נתן לנו את השבת
וואלט אונז גענוג געוועהן דיינו
אויב ער וואלט אונז געגעבען דעם שבת אלו נתן לנו את השבת
און ער וואלט אונז נישט דערנענטערט ולא קרבנו
פאר דעם בארג סיני לפני הר סיני
וואלט אונז גענוג געוועהן דיינו
ווען ער וואלט אונז דערנענטערט אלו קרבנו
פאר דעם בארג סיני לפני הר סיני
און וואלט אונז נישט געגעבען די תורה ולא נתן לנו את התורה
וואלט אונז גענוג געוועהן דיינו
אויב ער וואלט אונז געגעבען די תורה אלו נתן לנו את התורה
און ער וואלט אונז נישט אריינגעפירט ולא הכניסנו
צו ארץ ישראל לארץ ישראל
וואלט אונז גענוג געוועהן דיינו
אויב ער וואלט אונז אריינגעפירט אלו הכניסנו
צו ארץ ישראל לארץ ישראל
און ער וואלט אונז נישט אויפגעבויט ולא בנה לנו
דעם בית המקדש את בית הבחירה
וואלט אונז גענוג געוועהן דיינו
איז א ודאי און ודאי על אחת כמה וכמה
א פיל פאכיגע דאפעלטע טובה טובה כפולה ומכופלת
פון אויבעשרטען צו אונז למקום עלינו
אז ער האט אונז ארויס געצויגען פון מצרים שהוציאנו ממצרים
און ער האט זיי באשטראפט ועשה בהם שפטים
און ער האט באשטראפט זייערע ע"ז'ס ועשה באלהיהם
און ער האט געהרג'עט והרג את בכוריהם
און ער האט אונז געגעבען זייער געלט ונתן לנו את ממונם
און ער האט אונז געשפאלטען דעם ים וקרע לנו את הים
און ער האט אונז אדורך געפירט אין אים אין ים והעבירנו בתוכו בחרבה
אין די טרוקעניש בחרבה
און ער האט דערטראנקען אונזערע באליידיגערס ושקע צרינו בתוכו
אין אים אין ים בתוכו
און ער האט באזארגט אונזערע באדערפינישען וספק צרכנו
אין די מדבר 40 יאהר במדבר ארבעים שנה
און ער האט אונז געגעבען צו עסען דעם והאכילנו את המן
און ער האט אונז געגעבן דעם שבת ונתן לנו את השבת
און ער האט אונז דערנענטער פאר'ן בארג סיני וקרבנו לפני הר סיני
און ער האט אונז ארייגעפירט קיין ארץ שיראל והכניסנו לארץ שיראל
און ער האט אונז אויפגעבויט דעם בית המקדש ובנה לנו את בית הבחירה
צו פארגעבען אלע אונזערע זונד (דורך ברענגען קרבנות) לכפר על כל עונותינו

רבן גמליאל האט געזאגט רבן גמליאל היה אומר
יעדער וואס האט נישט געזאגט כל שלא אמר
די דריי זאכן שלשה דברים אלו
אין פסח בפסח
האט נישט יוצא געועוהן די מצוה פון סיפור יציאת מצרים לא יצא ידי חובתו
און דאס זענען זיי ואלו הן
פסח מצה ומרור פסח מצה ומרור
דער קרבן פסח פסח
וואס אונזערע עלעטרין האבען געגעסען היו אבותינו אוכלים
ווען דאס בית המקדש איז געשטאנען בזמן שבית המקדש היה קים
פארוואס (עסען מיר דאס) על שום מה
ווייל השי"ת האט איבערגעהיפט על שום שפסח הקב"ה
אויף די הייזער פון אונזערע עלטערין על בתי אבותינו
אין מצרים במצרים
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק שנאמר
און איר זאלט זאגען (פאר די קינדער) ואמרתם
דאס איז א קרבן פסח פאר השי"ת זבח פסח הוא לד'
וואס ער האט איבערגעהיפט אשר פסח
אויף די הייזער פון אידישע קינדער על בתי בני ישראל
אין מצרים במצרים
ווען ער האט געפלאגט בנגפו
די מצרים את מצרים
און אונזערע הייזער ואת בתינו
האט ער געראטעוועט הציל
און דאס פאלק האט געקניט (ווען זיי האבען געהערט די בשורה) ויקד העם
און זיי האבען זיך געבוקט וישתחוו

די מצה מצה זו
וואס מיר עסן שאנו אוכלים
פארוואס (עסן מיר דאס) על שום מה
ווייל עס האט נישט געהאט גענוג צייט על שום שלא הספיק
די טייג בצקם
פון אונזערע עלטערין של אבותינו
צו ווערן זויער ( צו יערן) להחמיך
ביז עד
עס האט זיך אנפלעקט שנגלה
צו זיי עליהם
דער קעניג פון אלע קעניגען דער אויבערשטער מלך מלכי המלכים הקב"ה
און ער האט זיי אויסגעלייזט וגאלם
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק שנאמר
און זיי האבען געבאקען ויאפו
דעם טייג את הבצק
וואס זיי האבען ארויסגעצויגען אשר הוציאו
פון מצרים ממצרים
קיכעלכך מצות עגת מצות
ווייל עס איז נישט געווארען חמץ כי לא חמץ
ווייל זיי זענען פארטריבען געווארען כי גרשו
פון מצרים ממצרים
און זיי האבען זיך נישט געקענט זוימען ולא יכלו להתמהמה
און אויך שפייז( פאר'ן וועג) וגם צדה
האבען זיי נישט געמאכט צו זיי לא עשו להם

די מרור מרור זה
וואס מיר עסען שאנו אוכלים
אויף וואס איז דאס על שום מה
ווייל די מצריים האבען דערביטערט על שום שמררו המצרים
דאס לעבן פון אונזערע עלעטרין את חיי אבתינו
מיט שווערע ארביט בעבודה קשה
מיט ליים בחמר
און מיט ציגעל ובלבנים
און מיט יעדע ארביט פון פעלד ובכל עבדה בשדה
אלע זיעירע ארביט את כל עבדתם
וואס זיי האבען געארביט מיט זיי אשר עבדו בהם
איז געוועהן שווערע ארביט בפרך

אין יעדען דור בכל דור ודר
איז א איד מחויב חייב אדם
זיך פארצושטעלין לראות את עצמו
אזוי ווי ער איז ארויס געגאנגען פון מצרים כאלו הוא יצא ממצרים
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק שנאמר
און זאלסט דערציילען דיין זוהן והגדת לבנך
אין יענעם טאג ביום ההוא
וועגען דעם בעבור זה
האט דער אויבערשטער געטוהן צו מיר עשה ה' לי
ווען איך בין ארויס פון מצרים בצאתי ממצרים
נישט נאר אונזערע עלטערין לא את אבתינו בלבד
האט דער אויבערשטער אויסגעלייזט גאל הקב"ה
נאר אלא
אויך אונז אף אותנו
האט ער אויסגעלייזט מיט זיי גאל עמהם
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק שנאמר
און אונז ואותנו
האט ער אויסגעצויגען פון דארט הוציא משם
כדי אונז צו ברענגען למען הביא אותנו
אונז צו געבין לתת לנו
דאס לאנד את הארץ
וואס ער האט געשוואוירען אשר נשבע
צו אונזערע עלטערין לאבותינו

און וועגין דעם (צוליב אלע נסים) לפיכך
זענען מיר מחויב אנחנו חייבים
צו דאנקען להודות
צו לויבען להלל
צו רימען לשבח
צו באשיינען לפאר
צו דערהייבען לרומם
צו פארהערליכען להדר
צו בענטשען לברך
צו הויכעשעצען לעלה
און צו פארעהרן ולקלס
צו דעם למי
וואס האט געטוהן שעשה
צו אונזערע עלעטרין לאבותינו
און צו אונז ולנו
די אלע נסים את כל הנסים האלו
ער האט אונז ארויסגעצויגען הוציאנו
פון קנעכטשאפט מעבדות
צו פרייהייט לחרות
פון טרויער מיגון
צו פרייד לשמחה
און פון פינסטערנישט ומאפילה
צו א גרויס ליכטיגקייט לאור גדול
און פון אינטערטעניגקייט ומשעבוד
צו אויסלייזונג לגאולה
און מיר וועלן זאגען פאר אים ונאמר לפניו
א נייעם געזאגג שירה חדשה
לויבטס השי"ת הללו קה
הללו עבדי ה'
(תהלים קי"ג)
הַלְלוּיָהּ לויבט דעם אויבערשטען
הַלְלוּ איר זאלט לויבען
וואס איר זענט
עַבְדֵי ה' קנעכט פון השי"ת (אבער די רשעים זאלען נישט לויבען)
הַלְלוּ אֶת שֵׁם ה': לויבט דעם נאמען פון אויבערשטען
וואס זאלט איר לויבען - אז
יְהִי שֵׁם ה' זאל זיין דער נאמען פון השי"ת
מְבֹרָךְ געבענשט
מֵעַתָּה וְעַד עוֹלָם: פון יעצט ביז אייביג
מִמִּזְרַח שֶׁמֶשׁ פון מזרח זייט וואו די זון שיינט אויף
עַד מְבוֹאוֹ ביז מערב זייט וואו די זון גייט אונטער
איבער די גאנצע וועלט
מְהֻלָל שֵׁם ה': איז געלויבט דער נאמען פון השי"ת
רָם עַל כָּל גּוֹיִם ה' דער אויבערשטער איז נאך מער דערהויבען פון די לויב וואס אלע פעלקער לויבען איהם
עַל הַשָּׁמַיִם כְּבוֹדוֹ: אויף דעם הימעל איז זיין כבוד, - די מלאכים פון הימעל פארשטייען בעסער צו לויבען השי"ת
די גוים זאגען ווייל עס איז "על השמים כבודו" וועגען דעם קוקט זיך נישט אום דער אויבערשטער וואס טוט זיך אויף די וועלט
אבער מיר אידען זאגען
מִי כַּה' אֱלֹקֵינוּ ווער איז נאך אזוי ווי אונזער ג-ט
וואס כאטש
הַמַּגְבִּיהִי לָשָׁבֶת: וואס ער וואוינט דערהויבען
פון דעסט וועגען
הַמַּשְׁפִּילִי לִרְאוֹת נידערט ער צו זעהן אלעס וואס ווערט געטוהן (ביי אלע באשעפענישען)
בַּשָּׁמַיִם וּבָאָרֶץ: סיי אויף די הימעל און סיי אויף די ערד
דורך דעם וואס דער אויבערשטער קוקט זיך אום אויף אלעס, איז ער
מְקִימִי מֵעָפָר דָּל ער טוט אויף הייבען פון שטויב דעם ארימאן
מֵאַשְׁפֹּת פון מיסט (וואס איז נאך ערגער פון שטויב)
יָרִים אֶבְיוֹן: הייבט ער אויף דעם אביון (וואס איז נאך מער ארים ווי א דל)
ער הייבט אויף זייער כבוד, אויף אזוי ווייט, - אז
לְהוֹשִׁיבִי ער טוט זיי באזעצען
עִם נְדִיבִים מיט גרויסע הערן
און נישט מיט סתם הערן, נאר -
עִם נְדִיבֵי מיט גאר גרויסע הערן
עַמּוֹ: פון זיין פאלק (וואס די אידען זענען פון די חשוב'בסטע הערן)
אזוי אויך וועט דער אויבערשטער דערהייבען
מוֹשִׁיבִי ער וועט צוריק באזעצען
עֲקֶרֶת די עקרה (דאס מיינט ארץ ישראל בזמן הגלות, וואס איז געגליכען צו א פרוי אהן קינדער)
הַבַּיִת אז זי וועט האבען א הויז געזינד (קינדער)
אֵם הַבָּנִים זי (ארץ ישראל) וועט זיין גלייך צו א מאמע מיט קינדער
שְׂמֵחָה וואס איז אייביג פריילאך
און וועגען די אלע וואונדערליכע זאכען
הַלְלוּיָהּ לויבט השי"ת

הללויה - עס איז דא א מחלוקת אין מסכת פסחים דף קי"ז ע"א וואס דער טייטש פון הללויה איז: ר' יוחנן לערנט הללויה איז איין ווארט, עס איז טייטש לויבט השי"ת, רב לערנט אז עס איז צוויי ווערטער, הללו - לויבט, יה - אסאך.

בצאת ישראל
(תהלים קי"ד)
בְּצֵאת יִשְׂרָאֵל מִמִצְרָיִם ווען די אידען זענען ארויס געגאנגען פון מצרים
(ישראל איז א העכערע מדריגה פון יעקב, דאס מיינט שבט לוי וואס זיי האבען נישט געארבעט ביי די מצריים, ממילא האבען זיי זיך נישט אויס געמישט צויישען די מצריים און גערעדט זייער שפראך) נאר אפילו -
בֵּית יַעֲקֹב דאס הויז געזינד פון יעקב, איז ארויס
מֵעַם לֹעֵז: פון א פאלק וואס רעדט א פרעמדע שפראך (נישט לשון הקודש)
דאס הויז געזינד פון יעקב האט אויך נישט גערעדט די שפראך פון די מצריים (שלא שינו את לשונם)
דעמאלס ווען די אידען זענען ארויס פון מצרים ...
הָיְתָה יְהוּדָה לְקָדְשׁוֹ האט השי"ת אויסגעוועהלט שבט יהודה פאר זיין הייליגקייט (אז די מלוכה זאל זיין צו שבט יהודה) ווייל ......
הָיְתָה יְהוּדָה לְקָדְשׁוֹ שבט יהודה האט געהייליגט דעם אויבערשטען'ס נאמען מיט דעם וואס דער נשיא פון שבט יהודה נחשון בן עמינדב איז דער ערשטער אריינגעשפרונגען אין דעם ים
יִשְׂרָאֵל השי"ת האט גענומען די אידען
מַמְשְׁלוֹתָיו: אז ער זאל געוועלטיגען איבער זיי
די אידען זענען מער נישט אונטער די הערשאפט פון מצרים
הַיָּם רָאָה דער ים האט געזעהן אז די אידען קומען אריין אין ים (ים סוף)
וַיָּנֹס איז ער אנטלאפען, דאס וואסער האט זיך געשפאלטען
הַיַרְדֵּן אויך דער טייך ירדן
ווייל אלע וואסערן פון די גאנצע וועלט האבען זיך געשפאלטען
[אדער ווען יהושע איז געגאנגען מיט די אידען איינעמען ארץ ישראל האט זיך דער ירדן געשפאלטען]
יִסֹּב לְאָחוֹר האט זיך אומגעקערט אויף צוריק
הֶהָרִים רָקְדוּ כְאֵילִים די הויכע בערג האבען געשפרונגען אזוי ווי יונגע שאף
גְּבָעוֹת כִּבְנֵי צֹאן: און נידריגע בערג האבען געשפרונגען אזוי ווי יונגע שאף
בשעת דער אויבערשטער האט געגעבען די תורה פאר כלל ישראל
מַה לְךָ הַיָם וואס איז מיט דיר דו ים (ים סוף)
כִּי תָנוּס אז דו אנטלויפסט
הַיַרְדֵּן דער טייך ירדן
תִּסֹּב לְאָחוֹר: אז דו קערסט דיך צוריק
אזוי אויך פרעגט מען
הֶהָרִים די הויכע בערג
תִּרְקְדוּ כְאֵילִים פארוואס שפרינגט איהר אזוי ווי ווידער
גְבָעוֹת די נידריגע בערג (פארוואס שפרינגט איהר)
כִּבְנֵי צֹאן: אזוי ווי יונגע שאף
ענטפערן זיי אלע - אז זיי שפרינגען ווייל זיי האבען מורא
מִלִּפְנֵי אָדוֹן פאר דעם האר פון די וועלט
חוּלִי אָרֶץ וואס ער האט באשאפען די ערד
מִלִּפְנֵי אֱלוֹקַ יַעֲקֹב: פון פאר דעם ג-ט פון יעקב
הַהֹפְכִי הַצּוּר וואס ער קען איבער קערען א פעלזן
אֲגַם מָיִם צו א איינזאמלונג פון וואסער
חַלָמִישׁ און דער שטארקע שטיין וואס הייסט חלמיש
קען ער אויך איבער קערען
לְמַעְיְנוֹ מָיִם: צו א קוואל וואסער
אזוי אויך קען דער אויבערשטער מאכען פון אונז וואסער - טריקעניש


געלויבט ביסט דו באשעפער ברוך אתה ה'
אונזער באשעפער אלקינו
דער קעניג פון די וועלט מלך העולם
וואס דו האסט אונז אויסגעלייזט אשר גאלנו
און האסט אויסיגעלייזט אונזערע עלעטרין וגאל את אבותינו
פון מצרים ממצרים
און האסט אונז געמאכט דערגרייכען והגיענו
צו דער דאזיגען נאכט הלילה הזה
צו עסען אין אים לאכול בו
מצה און מרור מצה ומרור
אזוי כן
דער אויבערשטער אונזער באשעפער ד' אלקינו
זאל אונז מאכען דערגרייכען יגיענו
אויך צו די אנדערקע ימים טובים למועדים ולרגלים אחרים
וועלכע קומען אהן צו אונז הבאים לקראתינו
צו פרידען לשלום
מיר זאלען זיך פרייען שמחים
מיט'ן אויפבוי פון דיין שטאדט בבנין עירך
און לוסטיג זיין וששים
מיט דיין דינסט בעבודתך
און מיר זאלען עסן דארט ונאכל שם
פון דעם קרבן (חגיגה) מן הזבחים
און פון דעם קרבן פסח ומן הפסחים
וואס זייער בלוט וועט דערגרייכען אשר יגיע דמם
אויף די וואנט פון דיין מזבח על קיר מזבחך
צו דיין באוויליגונג לרצון
און מיר וועלן דיר לויבן ונודה לך
מיט א נייע געזאגנג שירה חדשה
אויף אונזער אויסלייזונג על גאולתינו
און אויף די באפרייאונג פון אונזער נפש ועל פדות נפשנו
געלויבט ביסט דו באשעפער ברוך אתה אתה ד'
דער אויסלייזער פון אידן גאל ישראל

גיס אויס שפוך
דיין צארן חמתך
אויף די גוים אל הגוים
וואס אשר
קענען דיך נישט לא ידעוך
און אויף די קעניגרייכן ועל ממלכות
וואס אשר
אין דיין נאמען בשמך
רופן דיך נישט (זענען נישט מתפלל צו דיר) לא קראו
ווייל ער האט פארלענדט כי אכל
דאס אידיש פאלק את יעקב
און זיין וואוינונג (בית המקדש ) ואת נוהו
האבען זיי פארוויסט השמו
גיס אויס שפך
אויף זיי עליהם
דיין צארן זעמך
און דיין גרום צארן וחרון אפך
וועט זיי דערגרייכען ישיגם
זאלסט זיי נאכיאגען מיט צארן תרדוף באף
און זאלסט זיי פארטיליגין ותשמידם
פון אונטערן הימעל פון באשעפער מתחת שמי ה'

לא לנו
(תהלים קט"ו א' - י"א)
לֹא לָנוּ נישט פאר אונזערט וועגען
ה' זאלסטו השי"ת מאכען די אלע נסים
לֹא לָנוּ נישט פאר אונזערט וועגען
כִּי לְשִׁמְךָ נאר פאר דיין נאמען (וואס איז פארשוועכט צווישען די פעלקער)
תֵּן כָּבוֹד זאלסטו געבען כבוד (פאר דיין נאמען)
עַל חַסְדְּךָ דורך דיינע חסדים וואס דו טוסט מיט אונז
עַל אֲמִתֶּךָ: און דורך דעם וואס דו מאכסט דיינע רייד אמת (ווען דו ביסט מקיים וואס דו האסט אונז צוגעזאגט)
לָמָּה יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם פארוואס זאלען די גוים זאגען (רייד וואס טוט פארשוועכען דיין נאמען)
ווען זיי זאגען
אַיֵּה נָא אֱלֹקֵיהֶם וואו איז יעצט זייער ג-ט
וואס דער אמת איז
וֵאלֹקֵינוּ בַשָׁמָיִם אונזער ג-ט איז אין הימעל אזוי ווי ביז יעצט
כֹּל אֲשֶׁר חָפֵץ עָשָׂה: אלעס וואס ער וויל טוהן, טוט ער
עֲצַבֵּיהֶם זייער פלאג - וואס זיי האבען זיך געפלאגט צו מאכען זייער עבודה זרה,
וואס איז געמאכט פון
כֶּסֶף וְזָהָב זילבער און גאלד
מַעֲשֵׂי יְדֵי אָדָם: געמאכט דורך מענטשען
אפילו אויב זיי מאכען אויף זיי - אויף די עבודה זרה
פֶּה לָהֶם א צורה פון א מויל אויף זיי
וְלֹא יְדַבֵּרוּ קענען זיי נישט רעדען
עֵינַיִם לָהֶם זיי האבען א צורה פון אויגען
וְלֹא יִרְאוּ: קענען זיי נישט זעהן
אָזְנַיִם לָהֶם זיי האבען א צורה פון אויערן
וְלֹא יִשְׁמָעוּ קענען זיי נישט הערען
אַף לָהֶם זיי האבען א צורה פון א נאז
וְלֹא יְרִיחוּן: קענען זיי נישט שמעקען
יְדֵיהֶם זיי האבען א צורה פון הענט
וְלֹא יְמִישׁוּן קענען זיי נישט טאפען
רַגְלֵיהֶם זיי האבען א צורה פון פיס
וְלֹא יְהַלֵּכוּ קענען זיי נישט גיין
לֹא יֶהְגּוּ בִּגְרוֹנָם: זיי קענען נישט אפילו ארויס געבען א קול פון א קערכץ פון זייער האלדז,
זענען מיר יעצט מתפלל
כְּמוֹהֶם אזוי ווי זיי
אזוי ווי די עבודה זרה, וואס האט נישט קיין שום כח צו טוהן קיין שום פעולה
יִהְיוּ עֹשֵׂיהֶם זאלען זיין אויך אזוי די וואס מאכען די עבודה זרה
און אזוי זאל אויך זיין
כֹּל אֲשֶׁר בֹּטֵחַ בָּהֶם: די אלע וואס גלייבען אין עבודה זרה
יִשְׂרָאֵל דאס אידישע פאלק
בְּטַח בַּה' פארזיכער דיך אין השי"ת
עֶזְרָם זייער הילף
וּמָגִנָּם און זייער באשיצער
הוּא: איז ער אייביג געווען
בֵּית אַהֲרֹן דאס הויז געזינד פון אהרן (דאס זענען די כהנים און לוים)
בִּטְחוּ בַה' פארזיכערט אייך אין השי"ת (אין דעם זכות וואס איר טוט די עבודה אין בית המקדש)
עֶזְרָם זייער הילף
וּמָגִנָּם און זייער באשיצער
הוּא: איז ער געווען פאר זיי, אין אלע זייערע צרות
יִרְאֵי ה' די וואס האבען אסאך יראת שמים (דאס זענען די גרים)
בִּטְחוּ בַה' פארזיכערט אייך אין השי"ת
עֶזְרָם זייער הילף
וּמָגִנָּם און זייער באשיצער
הוּא איז ער געווען אין אלע דורות פאר די גרים

ה' זכרנו
(תהלים קט"ו י"ב - י"ח)
ה' זְכָרָנוּ השי"ת וואס האט אונז אייביג געדענקט צום גוטען
יְבָרֵךְ זאל אונז בענשטען
וועם זאל ער בענטשען
יְבָרֵךְ אֶת בֵּית יִשְׂרָאֵל ער זאל בענשטען די גאנצע הויז געזינד פון כלל ישראל
און אויך
יְבָרֵךְ אֶת בֵּית אַהֲרֹן: זאל ער בענשטען די הויז געזינד פון אהרן (דאס מיינט די כהנים און לוים)
און אויך
יְבָרֵךְ יִרְאֵי ה' זאל ער בענשטען די וואס האבען אסאך יראת שמים (די גרים)
הַקְּטַנִים עִם הַגְּדוֹלִים: די קליינע קינדער צוזאמען מיט די גרויסע (די ערוואקסענע)
וואס איז די ברכה מיט וואס ער זאל זיי בענטשען - אז
יֹסֵף ה' עֲלֵיכֶם דער אויבערשטער זאל שטענדיג פארמערען אויף אייך
עֲלֵיכֶם וְעַל בְּנֵיכֶם: אויף אייך און אויף אייערע קינדער
און נאך מער פון דעם
בְּרוּכִים אַתֶּם לַה' איהר זאלט זיין געבענטשט צו השי"ת
עֹשֵׂה שָׁמַיִם וָאָרֶץ: וואס ער האט באשאפען הימעל און ערד
הַשָּׁמַיִם שָׁמַיִם לַה' דער אויבערשטער האט די הימלען פאר זיך צו וואוינען
פון דעסט וועגען איז השי"ת משגיח אלעס אויף די ערד

וְהָאָרֶץ נָתַן לִבְנֵי אָדָם: און די ערד האט ער געגעבען פאר מענטשען צו וואוינען,
און ער געבט שכר פאר די וואס עס קומט זיי שכר, זאלט איהר זיין פון די וואס באקומען ברכות אויף די ערד,
לֹא הַמֵתִים יְהַלְלוּ יָ-הּ די רשעים (וואס ווערען אנגערופען ביי זייער לעבען מתים) לויבען נישט השי"ת
וְלֹא כָּל יֹרְדֵי דוּמָה: און נישט ווען זיי נידערען אין קבר, (ווייל די רשעים טוהן נישט קיין תשובה אפילו ווען זיי זענען ביי די טיהר פון גיהנם)
וַאֲנַחְנוּ נְבָרֵךְ יָ-הּ אבער מיר אידען לויבען השי"ת
מֵעַתָּה יעצט, אויף די וועלט
וְעַד עוֹלָם ביז אייביג, אויף יענער וועלט
הַלְלוּיָהּ לויבט השי"ת

אהבתי
(תהלים קט"ז א' - י"א)
אָהַבְתִּי איך האב ליב (און גליסט)
כִּי יִשְׁמַע ה' אז השי"ת זאל צו הערען
אֶת קוֹלִי תַּחֲנוּנָי דאס קול פון מיין געבעט
נאך א פשט
אָהַבְתִּי איך האב ליב השי"ת
כִּי יִשְׁמַע ה' ווייל השי"ת הערט צו
אֶת קוֹלִי תַּחֲנוּנָי דאס קול פון מיין געבעט
כִּי הִטָּה אָזְנוֹ לִי ווייל ער האט צוגעבויגען זיין אויער צו מיר
וּבְיָמַי און אלע מיינע טעג
אֶקְרָא: רוף איך נאר צו השי"ת
אין די טעג פון מיינע צרות בעט איך ער זאל מיר העלפען, און ווען השי"ת לייזט מיך אויס פון די צרות לויב איך איהם
אֲפָפוּנִי עס האבען מיר ארום גענומען
חֶבְלֵי מָוֶת גרופעס פון שונאים, וואס ווילען מיר הרג'נען
וּמְצָרֵי שְׁאוֹל און צרות, וואס ברענגט א מענטש צום קבר
מְצָאוּנִי האבען מיך אנגעטראפען
צָרָה וְיָגוֹן אֶמְצָא: צרות און ליידען טוה איך געפונען
ווען די אלע צרות זענען געקומען אויף מיר
וּבְשֵׁם ה' אֶקְרָא אין דעם נאמען פון השי"ת טו איך רופען
און איך בעט
אָנָּה ה' איך בעט דיר השי"ת
מַלְּטָה נַפְשִׁי: ראטעווע מיין זעהל, פון די אלע צרות
חַנוּן ה' דו ג-ט ביזט דאך א לייטזעליגער (דו העלפסט אפילו מען איז נישט ווערט דערפאר)
וְצַדִּיק און א גערעכטער (אויב דער מענטש איז ראוי צו געהאלפען ווערען)
וֵאלֹקֵינוּ מְרַחֵם אונזער ג-ט איז א דערבארימדיגער (אפילו אויב דער מענטש איז שולדיג האסטו רחמנות אויף איהם)
שֹׁמֵר פְּתָאיִם ה' השי"ת היט אפ די נאראנים וואס קענען זיך נישט אליין קיין עצה געבען ווי אזוי זיך אליין צו היטען - זיי פארלאזען זיך נאר אויף דיר
וועגען דעם
דַלּוֹתִי ווען איך בין פארארימט געווען (ווען איך האב נישט געהאט קיין אייגענע הילף)
וְלִי יְהוֹשִׁיעַ: ביסטו געווען צו מיר א הילף
און ווען דוד פלעגט ענדיגען זיין תפלה, פלעגט ער נאכדעם זאגען
שׁוּבִי נַפְשִׁי מיין נפש קער צוריק
לִמְנוּחָיְכִי צו דיין רוה (דו האסט שוין נישט וואס צו זארגען)
ווייל
כִּי ה' גָמַל עָלָיכִי: ווייל השי"ת האט אוודאי דיך באלוינט מיט גוטס
אזוי ווי ער האט ביז יעצט געטוהן מיט דיר - און דוד רעכענט אויס ...
כִּי חִלַּצְתָּ נַפְשִׁי דו האסט ארויס געצויגען מיין זעהל
מִמָוֶת פון טויט
און דו האסט אויך צוריק געהאלטען
אֶת עֵינִי מיינע אויגען
מִן דִמְעָה פון טרערען (איך זאל נישט דארפען וויינען אויף מיינע צרות)
אֶת רַגְלִי מיינע פיס - האסטו צוריק געהאלטען
מִדֶּחִי: פון פארשטויסען ווערען
איך זאל נישט דארפען לויפען פון איין פלאץ צו א צווייטען
נאר וואו דען גיי איך
אֶתְהַלֵּךְ לִפְנֵי ה' איך גיי פאר השי"ת
בְּאַרְצוֹת הַחַיִּים אין ארץ ישראל
וואס ווערט אנגערופען "ארצות חיים" ווייל די ערשטע וואס וועלען אויף שטיין צו תחיית המתים וועלען זיין אין ארץ ישראל
הֶאֱמַנְתִּי איך האב געהאט גרויס אמונה
כִּי אֲדַבֵּר ווען איך האב גערעדט
וואס דעמאלס בין איך געווען
אֲנִי עָנִיתִי מְאֹד: איך בין געווען זייער געפייניגט
וואס האב איך גערעדט - און ווען האב איך גערעדט
אֲנִי אָמַרְתִּי איך האב געזאגט
בְחָפְזִי ווען איך האב מיך געאיילט
ווען איך בין אנטלאפען פון שאול המלך וואס ער האט מיך געוואלט הרג'ענען און איך בין געווען אין א גרויסע סכנה
כָּל הָאָדָם יעדער מענטש וואס זאגט, אז איך וועל נישט זיין קיין קעניג
כֹּזֵב זאגט ליגענט
ווייל איך האב מיך געשטארקט מיט בטחון אז השי"ת וועט מקיים זיין די הבטחה אז איך וועל ווערען קעניג

מה אשיב
(תהלים קט"ז י"ב - י"ט)
מָה אָשִׁיב לַה' וואס קען איך צוריק צאהלען פאר השי"ת
כָּל תַּגְמוּלוֹהִי פאר די אלע גוטע באלוינונגען
עָלָי: וואס ער האט געטוהן פאר מיר
כּוֹס א כוס וויין פון די נסכים וואס מען ברענגט צו א קרבן תודה
וואס איך האב צוגעזאגט, וועגען ....
יְשׁוּעוֹת די אלע ישועות, וואס השי"ת האט מיט מיר געטוהן
אֶשָּׂא וועל איך ברענגען, צו דעם בית המקדש
וּבְשֵׁם ה' אֶקְרָא: און איך וועל אויס רופען מיט לויב דעם אויבערשטענס נאמען אויף דעם כוס, ווייל "אין אומרים שירה אלא על היין"
נְדָרַי לַה' די אלע נדרים וואס איך האב צוגעזאגט צו ברענגען פאר השי"ת ווען איך בין געווען אין א עת צרה
אֲשַׁלֵּם וועל איך יעצט באצאהלען
נֶגְדָה נָּא לְכָל עַמּוֹ: אין געגענווארט פון זיין גאנצען פאלק, כדי מפרסם צו זיין דעם נס
השי"ת האט מיר געוויזען, אז
יָקָר עס איז שווער
בְּעֵינֵי ה' אין די אויגען פון השי"ת
הַמָּוְתָה לַחֲסִידָיו: אז זיינע חסידים (די ערליכע) זאלען שטארבען
דעריבער האט מיר השי"ת מציל געווען פון מיינע שונאים
אָנָּה ה' איך לויב דיר השי"ת פאר די אלע חסדים וואס דו האסט געטוהן מיט מיר
פארוואס האסטו געטוהן פאר מיר די אלע חסדים, ווייל ....
כִּי אֲנִי עַבְדֶּךָ ווייל איך בין דיין קנעכט, איך בין געטריי פאר דיר
און נישט ווי סתם א קנעכט - נאר
אֲנִי עַבְדְּךָ בֶּן אֲמָתֶךָ און בין א קנעכט א זוהן פון דיין דינסט
מען קען נישט פארגלייכען די ארבעט פון א קנעכט וואס מען קויפט, צו די ארבעט פון א קנעכט וואס איז אויפגעוואקסען אין הויז, ווייל ער איז מער אונטערטעניגט. דעריבער זאט דוד המלך איך בין פון קינדווייז איינגעלערנט דיך צו דינען - און וועגען דעם ....
פִּתַּחְתָּ האסטו געעפענט
לְמוֹסֵרָי: אלע מיינע שטריקען - די אלע צרות אין וועלכע איך בין געווען איינגעבינדען
לְךָ אֶזְבַּח פאר דיינעטוועגען וועל איך שחט'ן
זֶבַח תּוֹדָה א קרבן תודה, פאר די אלע נסים
וּבְשֵׁם ה' אֶקְרָא: און אין די נאמען פון השי"ת וועל איך אויסרופען, אז אלע זאלען הערען ווי איך לויב דיר
נְדָרַי לַה' אֲשַׁלֵם די אלע קרבנות וואס איך האב צוגעזאגט צו ברענגען פאר השי"ת ווען איך בין געווען אין א עת צרה וועל איך ברענגען
נֶגְדָה נָּא לְכָל עַמּוֹ: אין געגענווארט פון זיין גאנצען פאלק
בְּחַצְרוֹת בֵּית ה' די אלע וואס געפונען זיך יעצט אין הויף פון אויבערשטענ'ס הויז (בית המקדש)
בְּתוֹכֵכִי יְרוּשָׁלָיִם וועלכע געפינט זיך אין מיטן ירושלים
ווען איהר וועט הערען די אלע נסים וואס ער האט געטוהן מיט מיר, דעמאלס
הַלְלוּיָהּ: לויבט השי"ת

הללו
(תהלים קי"ז)
הַלְלוּ אֶת ה' לויבט השי"ת
כָּל גּוֹיִם אלע פעלקער
שַׁבְּחוּהוּ טוט רימען השי"ת
כָּל הָאֻמִּים: אלע קעניגרייכען
דארפען מיר אידען אוודאי לויבען השי"ת, ווייל ....
כִּי גָבַר ווייל ער האט געשטארקט
עָלֵינוּ אויף אונז אידען
חַסְדּוֹ זיינע חסדים
וֶאֱמֶת ה' לְעוֹלָם און דער אויבערשטער האט אמת געמאכט זיינע ווערטער וואס ער האט צוגעזאגט פאר אונזערע עלטערן אויף אייביג
און וועגען דעם
הַלְלוּיָהּ: לויבט השי"ת

הודו לה'
(תהלים קי"ח)
הוֹדוּ לַה' לויבט השי"ת
כִּי טוֹב ווייל ער איז גוט
כִּי לְעוֹלָם חַסְדוֹ: ווייל זיין חסד איז אויף אייביג
יֹאמַר נָא יִשְׂרָאֵל זאלען די אלע וואס ווערען אנגערופען ישראל, זאגען הודו לה', ווייל ....
כִּי לְעוֹלָם חַסְדוֹ: ווייל זיין חסד איז אויף אייביג
יֹאמְרוּ נָא בֵית אַהֲרֹן די כהנים און לוים וואס שטאמען פון אהרן זאלען זאגען הודו לה', ווייל ....
כִּי לְעוֹלָם חַסְדוֹ: ווייל זיין חסד איז אויף אייביג
יֹאמְרוּ נָא יִרְאֵי ה' זאלען די אלע וואס האבען אסאך יראת שמים (די גרים) זאגען הודו לה', ווייל ....
כִּי לְעוֹלָם חַסְדוֹ: ווייל זיין חסד איז אויף אייביג

מן המצר
מִן הַמֵּצַר פון ענגשאפט,
ווען איך בין געווען

קָרָאתִי יָּ-הּ האב איך גערופען צו השי"ת, אז ער זאל מיר העלפען
און איך האב זוכה געווען אז
עָנָנִי ער האט מיך גענטפערט
און ער האט מיר געשטעלט
בַמֶּרְחָב אין דער ברייטקייט (ארויס פון ענגשאפט)
יָ-הּ: דער אויבערשטער
ה' לִי ווען דער אויבערשטער איז מיט מיר
לֹא אִירָא האב איך פאר קיינעם נישט מורא
ווייל
מַה יַּעֲשֶׂה לִי אָדָם: וואס קען דען א מענטש טוהן צו מיר, אויב השי"ת איז מיט מיר
ה' לִי ווען דער אויבערשטער איז מיט מיר
בְּעֹזְרָי צו מיין הילף, זיך צו שטעלען קעגען מיינע שונאים
וַאֲנִי אֶרְאֶה בְשֹנְאָי: זעה איך אין מיינע שונאים, גלייך זייער מפלה
טוֹב עס איז בעסער
אפילו נאר
לַחֲסוֹת זיך צו באשיצען
אפילו דער אויבערשטער האט מיר נאך גארנישט צוגעזאגט
בַּה' אין השי"ת
מִבְּטֹחַ פון זיך צו פארזיכערען
בָּאָדָם: אין א מענטש - אפילו דער מענטש האט מיר צוגעזאגט צו העלפען
טוֹב לַחֲסוֹת עס איז בעסער, אפילו נאר זיך צו באשיצען
בַּה' אין השי"ת
מִבְּטֹחַ פון זיך צו פארזיכערען
בִּנְדִיבִים: אין הערען (חשובע מענטשען)
כָּל גּוֹיִם סְבָבוּנִי אפילו ווען אלע פעלקער טוהן מיר ארום רינגלען
בְּשֵׁם ה' אין נאמען פון השי"ת, טוה איך מיר פארלאזען
כִּי אֲמִילַם: אז איך וועל זיי פארשניידען
סַבּוּנִי זיי נעמען מיך ארום
גַם סְבָבוּנִי זיי נעמען מיך נאכאמאהל ארום - מיך צו הרג'ענען
בְּשֵׁם ה' און נאמען פון השי"ת, טוה איך מיר פארלאזען
כִּי אֲמִילַם: אז איך וועל זיי אלע פארשניידען
סַבּוּנִי זיי נעמען מיך ארום
כִדְבֹרִים אזוי ווי בינען, (אזוי ווי די בינען נעמען ארום א כלי וואס איז דא אין דעם האניג)
בין איך מתפלל און איך האף, אז ....
דֹּעֲכוּ אז זיי זאלען אוועק שפרינגען
כְּאֵשׁ קוֹצִים אזוי ווי די פייער פון דערנער, (וואס לעשט זיך שנעל אויס)
בְּשֵׁם ה' אין נאמען פון השי"ת טוה איך מיר פארלאזען
כִּי אֲמִילַם: אז איך וועל זיי פארשניידען
דָּחֹה דְחִיתַנִי דו (מיין שונא) האסט מיר געשטויסען ביז ...
לִנְפֹּל אז איך זאל אראפ פאלען
אפילו איך בין שוין געפאלען
וַה' עֲזָרָנִי: האט מיר השי"ת נאך אלץ געהאלפען
עָזִּי דאס שטארקייט
וְזִמְרָת און דאס פארשניידען, פון דעם שונא
יָ-הּ קומט פון השי"ת
וַיְהִי לִי לִישׁוּעָה: דאס איז געווען פאר מיר צו א הילף, אז איך זאל געראטעוועט ווערען פון מיינע שונאים
קוֹל רִנָּה א קול פון געזאנג
וִישׁוּעָה און א קול פון לויב אויף די ישועה
וועט זיין
בְּאָהֳלֵי צַדִּיקִים אין די געצעלטען פון די ערליכע אידען
וואס זיי וועלען געבען א שבח והודאה פאר השי"ת פאר די אלע נסים וואס ער האט געטוהן
און וואס וועט זיין זייער געזאנג, אז ....
יְמִין ה' עֹשָׂה חָיִל: השי"ת רעכטע האנט געבט די שטארקייט, אז מען זאל זיך קענען נוקם זיין אין די שונאים
יְמִין ה' רוֹמֵמָה די רעכטע האנט פון השי"ת וועט אייביג זיין דערהויבען (עס וועט קיינמאהל נישט ווערען שוואך)
יְמִין ה' עֹשָׂה חָיִל: און די רעכטע האנט וועט ווייטער געבען שטארקייט
כנסת ישראל ווען זי איז אין גלות איז זי מתפלל צו השי"ת
לֹא אָמוּת איך וויל נישט שטארבען, דורך מיינע שונאים
כִּי אֶחְיֶה נאר איך וויל בלייבען לעבען
אזוי וועל איך קענען
וַאֲסַפֵּר מַעֲשֵׂי יָ-הּ: און דערציילען די אלע וואונדערליכע זאכען וואס השי"ת האט געטוהן מיט מיר
יַסֹּר יִסְּרַנִי יָּ-הּ אפילו ווען השי"ת האט מיר געשטראפט מיט יסורים אין גלות (כדי איך זאל אויסגעלייטערט ווערען פון מיינע עבירות)
וְלַמָּוֶת אבער אינגאנצען איבער געגעבען צו מיינע שונאים, צום טויט
לֹא נְתָנָנִי: האט ער מיר נישט געגעבען
ווען משיח וועט קומען, און דער בית המקדש וועט אויף געבויט ווערען, וועט כנסת ישראל זאגען
פִּתְחוּ לִי עפענט פאר מיר
שַׁעֲרֵי צֶדֶק די טויערן פון גערעכטיגקייט
אָבֹא בָם איך וועל אריין קומען אין זיי
אוֹדֶה יָ-הּ: איך וועל לויבען השי"ת פאר אלע חסדים
וועלכע זענען די "שערי צדק"
זֶה הַשַּׁעַר דאס איז די טויער
לַה' וואס דאס איז די הויז פון השי"ת (פון בית המקדש)
צַדִּיקִים יָבֹאוּ בוֹ: וואס צדיקים קומען אריין אין איהם צו לויבען דער אויבערשטער
און דארט ביי די טויערן פון בית המקדש, זאגט כנסת ישראל
אוֹדְךָ וועל איך דיר השי"ת דאנקען
כִּי עֲנִיתָני ווייל דו האסט מיר גענטפערט (ווען איך האב מתפלל געווען צו דיר)
וַתְּהִי לִי לִישׁוּעָה: און דו ביסט געווען צו מיר צו א הילף
אפילו מיר זענען געווען א גאנצען צייט אין גלות אזוי ווי ....
אֶבֶן א שטיין (דאס מיינט כנסת ישראל)
מָאֲסוּ הַבּוֹנִים וואס די בוי מיינסטערס (די אלע גוים) האבען פאר מיאוס'ט
הָיְתָה זענען מיר אבער יעצט געווארען
לְרֹאשׁ פִּנָה: צו א הויפט ווינקעלשטיין
און אלע וועלען מודה זיין
מֵאֵת ה' נאר פון דער אויבערשטער
הָיְתָה זֹּאת איז דאס געשעהן (געקומען די הילף פאר די אידען)
עס איז אמת, אז ...
הִיא נִפְלָאת עס אזי טאקע ווינדערליך און פארהוילען
בְּעֵינֵינוּ: פון אונזערע אויגען, ווי אזוי מיר זענען אנגעקומען צו אזוי גרויסע מדריגה
וואס
זֶה הַיּוֹם דעם דאזיגען טאג פון דער גאולה
עָשָׂה ה' האט השי"ת געמאכט, פאר אונז
וועגען דעם
נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בוֹ: אז מיר זאלען זיין לוסטיג און פריילעך אין איהם (כביכול בהקב"ה)
אבער יעצט ווען מיר זענען נאך אין גלות בעטען מיר
אָנָּא ה' איך בעט דיר השי"ת
הוֹשִׁיעָה נָּא: העלף שוין, יעצט
אָנָּא ה' איך בעט דיר השי"ת
הַצְלִיחָה נָא: טוה אונז באגליקען שוין יעצט
ווען דער בית המקדש וועט אויף געבויט ווערען, וועלען די כהנים זאגען פאר די מענטשען וואס קומען ארויף צו די בית המקדש
בָּרוּךְ הַבָּא געבענטשט זאל זיין דער וואס קומט
בְּשֵׁם ה' מקריב זיין קרבנות פאר'ן נאמען פון השי"ת
בֵּרַכְנוּכֶם מיר בענטשען אייך מיט די ברכה
מִבֵּית ה': מיט די השפעות וואס קומען פון הויז פון השי"ת
אֵ-ל ה' השי"ת איז דער שטארקער ג-ט
וַיָּאֶר לָנוּ און ער האט אונז באלאכטען, און ארויס גענומען פון גלות
דעריבער
אִסְרוּ חַג בַּעֲבֹתִים בינדט צו אייער קרבנות פון יום טוב מיט שטריק
עַד ביז עס וועט קומען די צייט פון יום טוב
וואס דעמאלס וועט מען שפריצען דאס בלוט
קַרְנוֹת הַמִּזְבֵּחַ: אויף די עקען פון דעם מזבח
און דער מענטש וואס וועט ארויף קומען צו דעם בית המקדש וועט זאגען
אֵ-לִי אַתָּה דו השי"ת ביסט מיין שטארקע באשעפער
וְאוֹדֶךָּ און איך וועל דיר דאנקען
אֱלֹקַי דו ביסט מיין ג-ט
אֲרוֹמְמֶךָּ: און איך וועל דיר דערהייבען
נאכדעם וואס דער מענטש האט דאס געזאגט וועלען די כהנים און לוים זאגען פאר דעם מענטש
הוֹדוּ לַה' לויבט השי"ת
כִּי טוֹב ווייל ער איז גוט
כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל זיין חסד איז אויף אייביג



יְהַלְלֽוּךָ די אידען וועלן דיך לויבן
יְיָ אֱלֹהֵֽינוּ באשעפער אונזער גאט
כָּל מַעֲשֶׂיךָ, אויף אלע דיינע ווערק וואס דו האסט געמאכט,
וַחֲסִידֶֽיךָ צַדִּיקִים און דיינע חסידים ערליכע אידען
עוֹשֵׂי רְצוֹנֶֽךָ, וואס טוען דיין ווילן
וְכָל עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל און דיין גאנץ פאלק אידען וועלען
בְּרִנָּה יוֹדוּ מיט געזאנג דאנקען
וִיבָרְכוּ און זיי וועלען בענטשען
וִישַׁבְּחוּ און זיי וועלען רימען
וִיפָאֲרוּ און זיי וועלען באשיינען
וִירוֹמְמוּ און זיי וועלען דערהייבען
וְיַעֲרִֽיצוּ און זיי וועלען פארמעכטיגען
וְיַקְדִּֽישׁוּ און זיי וועלען הייליגען
וְיַמְלִֽיכוּ און זיי וועלען מאכען פאר א קעניג
אֶת שִׁמְךָ דיין נאמען
מַלְכֵּֽנוּ, אונזער קעניג
כִּי לְךָ טוֹב ווייל פאר דיר איז גוט
לְהוֹדוֹת צו לויבען
וּלְשִׁמְךָ און פאר דיין נאמען
נָאֶה לְזַמֵּר, פאסט צו זינגען
כִּי מֵעוֹלָם וְעַד עוֹלָם ווייל סיי און די וועלט און סיי אין עולם הבא
אַתָּה אֵל ביזט דו דער גאט
שינאוואחסיד
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 10:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שינאוואחסיד »

הוֹדוּ לַיָי לויבט דעם אויבערשטן כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד (נישט ווי א בשר ודם וואס איז באגרעניצט און נאר צייטווייליג)
כִּי טוֹב, ווייל ער איז גוט
הוֹדוּ לֵאלֹהֵי הָאֱלֹהִים, לויבט דעם גאט פון די מלאכים כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
הוֹדוּ לַאֲדֹנֵי הָאֲדֹנִים, לויבט דעם אויבערשטן וואס ער איז דער הער פון די הערשאפטן (די זון און לבנה און שטערן א.ד.ג. וואס זיי געוועלטיגן אויף דער ערד אבער השי"ת איז דער הער איבער זיי און זיי טוען נאר לויט'ן ווילן פון השי"ת) כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
לְעֹשֵׂה נִפְלָאוֹת גְּדֹלוֹת לְבַדּוֹ, לויבט דעם אויבערשטן וואס ער טוט גרויסע וואונדערליכע זאכן אליין, (בשעת השי"ת האט באשאפן די אלע ווינדערליכע זאכן, די זון, לבנה, און די הימלען, איז נאך קיין מלאך נישט באשאפן געווארען) כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
לְעֹשֵׂה הַשָּׁמַֽיִם בִּתְבוּנָה, לובט דעם אויבערשטן וואס ער מאכט דעם הימעל מיט פארשטאנד כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
לְרוֹקַע הָאָֽרֶץ עַל הַמָּֽיִם, לויבט דעם אויבערשטן וואס ער שפרייט אויס די ערד איבער'ן וואסער (דאס איז א וואונדערליכע זאך ווייל די טבע פון וואסער איז עס זאל ארויף קוועלן אין די הויך, און עס וואלט פארפלייצט די טריקעניש) כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
לְעֹשֵׂה אוֹרִים גְּדֹלִים, לויבט דעם אויבערשטן וואס ער באשאפט די גרויסע באלייכטערס כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
אֶת הַשֶּֽׁמֶשׁ די זון,
לְמֶמְשֶׁלֶת בַּיּוֹם, צו געוועלטיגן בייטאג (צו ווארעמן און עס זאל זיין ליכטיג און צו שיינען אויף תבואה און פירות זאלן זיין גוט רייף צו עסן און דאס איז א וואונדערליכער און שטענדיגער חסד) כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
אֶת הַיָּרֵֽחַ די לבנה,
וְכוֹכָבִים און שטערן,
לְמֶמְשְׁלוֹת בַּלָּֽיְלָה, צו געוועלטיגן ביינאכט (די לבנה און יעדער שטערן באזונדער האבען א כח אויף די פירות, און גרינצייג, און שטיינער, און אנדערע זאכען וואס זענען אויף די וועלט, און דאס איז א שטענדיגער חסד פון השי"ת) כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
לְמַכֵּה מִצְרַֽיִם לויבט דעם אויבערשטן וואס ער האט געשטאפט די מצריים
בִּבְכוֹרֵיהֶם, מיט זייערע ערשט-געבוירענע (מיט זייערע אייגענע בכורים האט השי"ת געשטראפט די מצריים, ווען די בכורים האבען געהערט אז משה רבינו ווארענט אויף די לעצטע מכה האבען די בכורים געהרג'עט פיעלע פון זייערע עלטערן ווייל זיי לאזן נישט ארויס די אידן) כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
וַיּוֹצֵא יִשְׂרָאֵל און ער האט ארויס געצויגען גי אידן
מִתּוֹכָם, פון צווישען זיי כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
בְּיָד חֲזָקָה מיט א שטארקע האנט
וּבִזְרֽוֹעַ נְטוּיָה, און מיט א אויסגעשטרעקטע ארעם, (האט השי"ת ארויס-געצויגן די אידן פון מצרים) כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
לְגֹזֵר יַם סוּף לִגְזָרִים, לויבט דעם אויבערשטן וואס ער האט געשפאלטענט דעם ים סוף אויף צוועלף (12) טיילען (שטיקער) כדי יעדער שבט פארזיך זאל גיין צוזאמען כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
וְהֶעֱבִיר יִשְׂרָאֵל בְּתוֹכוֹ, און האט דורכגעפירט די אידן אין טיפעניש פונעם ים אין טרוקעניש כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
וְנִעֵר פַּרְעֹה וְחֵילוֹ בְיַם סוּף, און האט אויסגעמישט פרעה און זיין מיליטער אינ'ם ים סוף (אזוי ווי מ'מישט אויף אן עסענווארג אין א טאפ און מ'קערט איבער וואס איז אונטען זאל זיין אויבן און וואס איז אויבען גייט ארונטער) כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
לְמוֹלִיךְ עַמּוֹ בַּמִּדְבָּר, לויבט דעם אויבערשטן וואס ער האט געפירט זיין פאלק אין וויסטן מדבר, (בייטאג מיט'ן וואלקען-זויל און ביינאכט מיטן פייער זויל, און השי"ת האט זיי האט זיי באזארגט אלע באדערפענישן) כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
לְמַכֵּה מְלָכִים גְּדֹלִים, לויבט דעם אויבערשטן וואס ער האט צעקלאפט גרויסע קעניגן (וועלכע געוועלטיגט אין ארץ ישראל) כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
וַיַּהֲרֹג און האט גע'הרג'עט
מְלָכִים אַדִּירִים, מעכטיגע קעניגן כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
לְסִיחוֹן מֶֽלֶךְ הָאֱמֹרִי, סיחון דער קעניג פון אמורי כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
וּלְעוֹג מֶֽלֶךְ הַבָּשָׁן, און דער עוג דער קעניג פון בשן (האט השי"ת אומגעברעגט ווייל זיי האבען זיך אנטקעגן-געשטעלט קעגען די אידן) כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
וְנָתַן אַרְצָם לְנַחֲלָה, און השי"ת האט געגעבן זייער לאנד, פאר א ירושה כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
נַחֲלָה דאס איז א ירושה
לְיִשְׂרָאֵל עַבְדּוֹ, צו זיין קנעכט, דאס אידישע פאלק כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
שֶׁבְּשִׁפְלֵֽנוּ ווען מיר זענען געווען אין נידעריקייט (אין מצרים)
זָֽכַר לָֽנוּ, האט השי"ת אונז געדענקט כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
וַיִּפְרְקֵֽנוּ און ער האט אונז אויסגעלייזט
מִצָּרֵֽינוּ, פון אונזערע פיינט די מצריים, (און האט אונז באוויזן די פילע ניסים) כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
נוֹתֵן לֶֽחֶם לויבט דעם אויבערשטען וואס ער גיט שפייז
לְכָל בָּשָׂר, פאר אלע באשעפענישן, כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד

הוֹדוּ לויבט
לְאֵל הַשָּׁמָֽיִם, פאר'ן באשעפער וואס גרייט-אן שפייז אין הימל פאר אלע באשעפענישן, כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ: ווייל אויף אייביג איז זיין גענאד
אין דעם מזמור שטייט זעקס און צוואנציג (26) כי לעולם חסדו, אנטקעגן די 26 דורות וואס השי"ת האט געשפייזט די וועלט מיט זיין חסד ביז מתן תורה



פירוש המלות – נשמת כל חי

נִשְׁמַת כָּל חַי די נשמה פון יעדן לעבעדיגן
תְּבָרֵךְ אֶת שִׁמְךָ זאל לויבן דיין נאמען
ה' אֱלֹקֵינוּ דער אויבערשטער אונזער באשעפער
וְרוּחַ כָּל בָּשָׂר און דאס (לעבענס) גייסט פון יעדן באשעפעניש
תְּפָאֵר וּתְרוֹמֵם זאל באשיינען און דערהייבן
זִכְרְךָ מַלְכֵּנוּ תָּמִיד דיין געדענקעניש אונזער קעניג שטענדיג
מִן הָעוֹלָם פון דער וועלט (עולם הזה)
וְעַד הָעוֹלָם און ביז יענער וועלט (עולם הבא)
אַתָּה קֵל ביזטו דער באשעפער
וּמִבַּלְעָדֶיךָ און אויסער דיר
אֵין לָנוּ מֶלֶךְ האבן מיר נישט קיין קעניג
גּוֹאֵל און אויסלייזער
וּמוֹשִׁיעַ און העלפער
פּוֹדֶה וּמַצִּיל וואס לייזט אונז אויס און טוט אונז ראטעווען
וּמְפַרְנֵס און שפייזן
וְעוֹנֶה און ענטפערן
וּמְרַחֵם און דערבארעמען
בְּכָל עֵת צָרָה אין יעדע צייט פון א צרה
וְצוּקָה און ענגשאפט
אֵין לָנוּ מֶלֶךְ האבן מיר נישט קיין קעניג
עוֹזֵר וואס העלפט
וְסוֹמֵךְ און טוט (אונז) אונטערלעהנען
אֶלָּא אָתָּה נאר דו (רבש"ע)
אֱלֹקֵי הָרִאשׁוֹנִים דער באשעפער פון די ערשטע (פריערדיגע דורות)
וְהָאַחֲרוֹנִים און פון די לעצטע (שפעטערדיגע דורות)
אֱלוֹקַּ כָּל בְּרִיוֹת דער באשעפער פון אלע באשעפענישן
אֲדוֹן כָּל תּוֹלָדוֹת דער האר פון אלע געבוירענע
הַמְּהֻלָּל וואסער איז געלויבט
בְּרוֹב הַתִּשְׁבָּחוֹת מיט פיהל לויבונגען
הַמְּנַהֵג עוֹלָמוֹ בְּחֶסֶד דער וואס פירט זיין וועלט מיט גענאד
וּבְרִיּוֹתָיו בְּרַחֲמִים און זיינע באשעפענישן מיט דערבארעמקייט
וה' עֵר און דער אויבערשטער איז וואכעדיג
הִנֵּה לֹא יָנוּם אט ער דרימעלט נישט
וְלֹא יִישָׁן און שלאפט נישט
הַמְעוֹרֵר יְשֵׁנִים דער וואס טוט ערוועקן די שלאפעדיגע
וְהַמֵּקִיץ נִרְדָּמִים און דער וואס מאכט וואכעדיג די טיעף-פארשלאפענע
וְהַמֵּשִׂיחַ אִלְמִים און דער וואס מאכט רעדן די שטימע
וְהַמַּתִּיר אֲסוּרִים און דער וואס בינדט אויף די איינגעשפארטע
וְהַסּוֹמֵךְ נוֹפְלִים און דער וואס לעהנט אונטער די געפאלענע
וְהַזּוֹקֵף כְּפוּפִים און דער וואס שטעלט אויף די איינגעבויגענע
וְהַמְּפַעֲנֵחַ נֶעֱלָמִים און דער וואס טוט אויפדעקן די באהאלטענע
וּלְךָ לְבַדְּךָ און נאר צו דיר אליין
אֲנַחְנוּ מוֹדִים טוהן מיר דאנקן
וְאִלּוּ פִינוּ און (אפילו) אויב אונזער מויל
מָלֵא שִׁירָה כַּיָּם וואלט פול געוועהן מיט לידער ווי דער ים
וּלְשׁוֹנֵנוּ רִנָּה און אונזער צונג פול מיט געזאנג
כַּהֲמוֹן גַּלָּיו אזוי ווי זיינע פיהלע-כוואליעס
וְשִׂפְתוֹתֵינוּ שֶׁבַח און אונזער ליפן וואלטן געוועהן פול מיט לויב
כְּמֶרְחֲבֵי רָקִיעַ אזוי ווי די ברייטקייט פון הימל
וְעֵינֵינוּ מְאִירוֹת און אונזערע אויגן וואלטן געלאכטן
כַּשֶּׁמֶשׁ וְכַיָּרֵחַ אזוי ווי די זון און די לבנה
וְיָדֵינוּ און אונזערע הענט
פְרוּשׂוֹת וואלטן געוועהן אויסגעשפרייט (מיט תפלה)
כְּנִשְׁרֵי שָׁמָיִם אזוי ווי אדלערס פון הימל
וְרַגְלֵינוּ און אונזער פיס
קַלּוֹת כָּאַיָּלוֹת וואלטן געוועהן גרינג אזוי ווי די אינדן
אֵין אָנוּ וואלטן מיר נישט געקענט
מַסְפִּיקִים לְהוֹדוֹת לְךָ גענוג דאנקן צו דיר
ה' אֱלֹקֵינו דער אויבערשטער אונזער באשעפער
וֵאלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ און דער באשעפער פון אונזער עלטערן
וּלְבָרֵךְ אֶת שִׁמְךָ און צו לויבן דיין נאמען (רבש"ע)
מַלְכֵּנוּ אונזער קעניג
עַל אַחַת מֵאָלֶף (אפילו נאר) אויף (א חלק פון) איינע פון טויזענט
אֶלֶף אַלְפֵי אֲלָפִים און טויזענט מאהל טויזענט טויזענטערס
וְרִבֵּי רְבָבוֹת פְּעָמִים און צעהנדליגע צעהן טויזענטערס מאהל
הַטּוֹבוֹת די גוטס (וואס מיר האבן באקומען פון דיר)
נִסִּים וְנִפְלָאוֹת די נסים און די וואונדער
שֶׁעָשִׂיתָ וואס דו האסט געטוהן
עִם אֲבוֹתֵינוּ וְעִמָּנוּ מיט אונזערע עלטערן און מיט אונז
מִלְּפָנִים פון פריער (דיגע טעג)
מִמִּצְרַיִם גְּאַלְתָּנוּ פון מצרים האסטו אונז אויסגעלייזט
ה' אֱלֹקֵינוּ דער אויבערשטער אונזער באשעפער
וּמִבֵּית עֲבָדִים פְּדִיתָנוּ און פון קנעכטן-הויז האסטו אונז באפרייט
בְּרָעָב זַנְתָּנוּ אין (צייט פון) הונגער האסטו אונז גשפייזט
וּבְשָׂבָע כִּלְכַּלְתָּנוּ און אין (צייט פון) זעט האסטו אונז עהרנערט
מֵחֶרֶב הִצַּלְתָּנוּ פון שווערד האסטו אונז געראטעוועט
וּמִדֶּבֶר מִלַּטְתָּנוּ און פון מארד האסטו אונז גרעטעט
וּמֵחֳלָיִם רָעִים וְרַבִּים און פון פיהלע שלעכטע קראנקהייטן
וְנֶאֱמָנִים (וואס האבן אויסגעפירט זייערע שליחות) בנאמנות (צו שטראפן דעם מענטש)
דִּלִּיתָנוּ האסטו אונז אויפגעהויבן
עַד הֵנָּה עֲזָרוּנוּ ביז יעצט האט אונז גהאלפן
רַחֲמֶיךָ דיין דערבארעמקייט
וְלֹא עֲזָבוּנוּ חֲסָדֶיךָ און עס האבן אונז נישט פארלאזט דיין גענאד
ה' אֱלֹקֵינוּ דער אויבערשטער אונזער באשעפער
וְאַל תִּטְּשֵׁנוּ און (מיר בעהטן) פארלאז אונז נישט
ה' אֱלֹקֵינוּ לָנֶצַח רבש"ע אונזער באשעפער, אויף אייביג
עַל כֵּן דעריבער
אֵבָרִים שֶׁפִּלַּגְתָּ בָּנוּ די גלידער וואס דו האסט איינגעטיילט אין אונז
וְרוּחַ וּנְשָׁמָה און דער לעבענס-גייסט און נשמה
שֶׁנָּפַחְתָּ וואס דו האסט אריינגעבלאזן
בְּאַפֵּינוּ אין אונזער נאז
וְלָשׁוֹן אֲשֶׁר שַׂמְתָּ און די צונג וואס דו האסט געלייגט
בְּפִינוּ אין אונזערע מויל
הֵן הֵם אט זיי (טאקע)
יוֹדוּ וִיבָרְכוּ טוהען דאנקן און לויבן
וִישַׁבְּחוּ וִיפָאֲרוּ און ריהמען און פארהערליכן
וִישׁוֹרְרוּ וִירוֹמְמוּ און זינגען און דערהייבן
וְיַעֲרִיצוּ וְיַקְדִּישׁוּ און שטארקן און הייליגן
וְיַמְלִיכוּ און מאכן קעניגן
אֶת שִׁמְךָ מַלְכֵּנוּ תָּמִיד דיין נאמען אונזער קעניג, שטענדיג
כִּי כָל פֶּה דען (עס פאסט אז) יעדעס מויל
לְךָ יוֹדֶה זאל דיר דאנקן
וְכָל לָשׁוֹן און יעדעס פאלקס שפראך
לְךָ תִשָּׁבַע זאל צו דיר שווערן
וְכָל עַיִן און יעדעס אויג
לְךָ תְּצַפֶּה זאל צו דיר האפען
וְכָל בֶּרֶךְ און יעדע קניה
לְךָ תִכְרַע זאל זיך צו דיר בייגען
וְכָל קוֹמָה און יעדעס שטייענדיגע (באשעפעניש)
לְפָנֶיךָ תִשְׁתַּחֲוֶה זאל זיך פאר דיר ביקן
וְכָל הַלְּבָבוֹת און אלע הערצער
יִירָאוּךָ זאלן דיך פארכטן
וְכָל קֶרֶב וּכְלָיוֹת און אלע געדערעם און נירן
יְזַמְּרוּ לִשְׁמֶךָ זאלן זינגען צו דיין נאמען
כַּדָּבָר שֶׁכָּתוּב אזוי ווי די רייד וואס שטייט (אין פסוק)
כָּל עַצְמוֹתַי תֹּאמַרְנָה אלע מיינע ביינער וועלן זאגן
ה' מִי כָמוֹךָ רבש"ע, ווער איז דען אזוי ווי דו
מַצִּיל עָנִי וואס ראטעוועט דעם ארימאן
מֵחָזָק מִמֶּנּוּ פון דעם וואס איז שטערקער פון אים
וְעָנִי און אן ארימאן
וְאֶבְיוֹןֹ און א זייער-שטארקער ארימאן
מִגּוֹזְלו פון דעם וואס וויל אים בארויבן
מִי יִדְמֶה לָּךְ ווער איז (דען) גלייך צו דיר
וּמִי יִשְׁוֶה לָּךְ און ווער איז אייניג מיט דיר
וּמִי יַעֲרָךְ לָךְ און ווער קען זיך פארמעסטן מיט דיר
הָאֵל הַגָּדוֹל הַגִּבּוֹר וְהַנּוֹרָא דער גרויסער, שטארקער און פארכטיגער באשעפער
קֵל עֶלְיוֹן דער אויבערשטער ג-ט
קוֹנֵה שָׁמַיִם וָאָרֶץ וואס האט באשאפן הימל און ערד
נְהַלֶּלְךָ מיר וועלן דיך לויבן
וּנְשַׁבֵּחֲךָ און מיר וועלן דיך ריהמען
וּנְפָאֶרְךָ און מיר וועלן דיר פארהערליכן
וּנְבָרֵךְ און מיר ווילן בענטשן
אֶת שֵׁם קָדְשֶׁךָ דיין הייליגן נאמען
כָּאָמוּר אזוי ווי עס שטייט (אין תהלים)
לְדָוִד וואס דוד המלך האט מחבר געוועהן
בָּרְכִי נַפְשִׁי אֶת ה' מיין זעהל, טו לויבן הקב"ה
וְכָל קְרָבַי און אלע מיינע אינערליכע איברים
אֶת שֵׁם קָדְשׁוֹ (לויבן) זיין הייליגן נאמען
הָאֵל בְּתַעֲצֻמוֹת עֻזֶּךָ דער באשעפער מיט דיין מעכטיגן שטארקייט
הַגָּדוֹל בִּכְבוֹד שְׁמֶךָ דער גרויסער, מיט (דעם וואס אלע געבן) כבוד צו דיין נאמען
הַגִּבּוֹר לָנֶצַח דער שטארקער, ביז אייביג
וְהַנּוֹרָא בְּנוֹרְאוֹתֶיךָ און דער פארכטיגער מיט דיינע פארכטיגקייטן
הַמֶּלֶךְ הַיּוֹשֵׁב דער קעניג וואס זיצט
עַל כִּסֵּא רָם וְנִשָּׂא אויף א הויכע דערהויבענעם שטוהל (דער כסא הכבוד)

שׁוֹכֵן עַד,
מָרוֹם וְקָדוֹשׁ שְׁמוֹ:
וְכָתוּב,
רַנְּנוּ צַדִּיקִים בַּיְיָ,
לַיְשָׁרִים נָאוָה תְהִלָּה.
בְּפִי יְשָׁרִים תִּתְרוֹמָם
וּבְשִׂפְתֵי צַדִּיקִים תִּתְבָּרֵךְ
וּבִלְשׁוֹן חֲסִידִים. תִּתְקַדָּשׁ
וּבְקֶֽרֶב קְדוֹשִׁים תִּתְהַלָּל:

וּבְמַקְהֲלוֹת
רִבְבוֹת עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל,
בְּרִנָּה יִתְפָּאַר
שִׁמְךָ מַלְכֵּֽנוּ,
בְּכָל דּוֹר וָדוֹר,
שֶׁכֵּן חוֹבַת כָּל הַיְצוּרִים,
לְפָנֶֽיךָ יְיָ אֱלֹהֵֽינוּ,
וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵֽינוּ,
לְהוֹדוֹת לְהַלֵּל לְשַׁבֵּֽחַ לְפָאֵר לְרוֹמֵם לְהַדֵּר וּלְנַצֵחַ לְבָרֵךְ לְעַלֵּה וּלְקַלֵּס,
עַל כָּל דִּבְרֵי
שִׁירוֹת וְתִשְׁבָּחוֹת
דָּוִד בֶּן יִשַׁי עַבְדְּךָ מְשִׁיחֶֽךָ: דוד דער זוהן פון ישי דיין קנעכט דיין געזאלבטער


ובכן און אזוי אויך
ישתבח שמך זאל זיין גערימט דיין נאמען
לעד אויף אייביג
מלכנו אונזער קעניג
האל דער גאט
המלך הגדול דער גרויסער קעניג
והקדוש און הייליגע
בשמים ובארץ אויף'ן הימל און אויפ'ן ערד
כי לך נאה ווייל פאר דיר פאסט צו זאגן
ה' אלהינו ואלהי אבותינו דער אייבערשטער אוזנער גאט און דער גאט פון אונזער עלטערן
שיר ושבחה ליד און רימען
הלל לויב
וזמרה און געזאנג
עז שטארקייט
וממשלה און געוועלטיגונג
נצח אייביגקייט
גדלה גרויסקייט
וגבורה און שטארקייט
תהלה לויב
ותפארת און שיינקייט
קדשה הייליגקייט
ומלכות און קעניגרייך
ברכות בענטשן
והודאות און דאנקן
לשמך הגדול והקדוש צו דיין גרויסע און הייליגע נאמען
ומעולם און פון אייביג אן
ועד עולם און ביז אייביג
אתה אל ביסטו גאט
ברוך אתה ה'
אל דער גאט
מלך דער קעניג
גדול גרויס
ומהלל בתשבחות און געלויבט מיט רימונג
אל ההודאות דער גאט וואס אים קומט צו דאנק
אדון הנפלאות דער האר פון וואונדער
בורא כל הנשמות דער באשעפער פון אלע נשמות
רבון כל המעשים דער האר פון אלע ווערק
הבוחר וואס קלויבט אויס
בשירי זמרה אין לויב געזאנג פון די אידן
מלך יחיד דער איינציגער קעניג
אל חי העולמים דער גאט וואס באלעבט אלע וועלטן



חסל סידור פסח
געענדיגט חסל
דעם סדר פון פסח סידור פסח
אזוי ווי די הלכה כהלכתו
אזוי ווי אלע זיינע דינים און געזעצען ככל משפטו וחקתו
אזוי ווי מיר האבען זוכה געוועהן כאשר זכינו
אפצורעכטען דעם סדר לסדר אותו
אזוי זאלען מיר זוכה זיין כן נזכה
אים צו טוהן (אין בית המקדש) לעשותו
באשעפער (וואס איז לויט ער) זך
וואס רוהט אין הימעל שוכן מעונה
שטעל אויף קומם
די געמיינדע פון די פארזאמעלטע קהל עדת
דאס אידישע פאלק ווער קען ציילען מי מנה
אין די נאנט בקרוב
זאלסט דו פירן נהל
די וועלכע זענען פעסט איינגעפלאנצט נטע כנה
אויסגעלייזט פדיום
צו ציון לציון
מיט געזאנג ברנה
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

וואס איז טייטש הקהה את שיניו ?
דער באר האברהם הגדה טייטשט "אייליג"
איך האב נאכגעקוקט און יחזקא' י"ח פסוק ב'
אבות אכלו בוסר ושיני בנים תקהינה
און נישט געטראפען אין מצודות
אין א בליץ פאסט פון HAKHEL
We are instructed by the Ba’al Haggadah to “Hakheh Es Shinav.” This is often misinterpreted/translated as knock out the Rasha’s teeth. In truth, it means to blunt his teeth. Hakheh is spelled with a Kuf not a Kaf.

איך מיין אז BLUNT= שטומפיג מאכען איז א טעות
בוסר איז הארט?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

OOPS
מיין נ"ך האט פיצעלע אותיות האט איך נישט געזעהן אין מצודות ציון
"תקהינה" - ענין חלישת השיניים לחתך המאכל וכן אם קהה הברזל (קהלת י)ור"ל שנחלש הברזל לכרות העץ
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


שואל כענין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל כענין »

WOW WOW !!! א גרויסן יישר כח אויך דעם האב איך מיך נישט גערישט
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3770
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: פירוש המילות אויף הגדה של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

שכוח שיניאווחסיד
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע:אויפן זייגער

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

קיקיון האט געשריבן: OOPS
מיין נ"ך האט פיצעלע אותיות האט איך נישט געזעהן אין מצודות ציון
"תקהינה" - ענין חלישת השיניים לחתך המאכל וכן אם קהה הברזל (קהלת י)ור"ל שנחלש הברזל לכרות העץ

וע"ע תענית ז, סע"ב. וראה נגעים פ"ד מי"א (ובסנהדרין פז, ב. כתובות עה, ב. נזיר סה, ב. נדה יט, א), ובמפרשים שם (ושם).
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד) .
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הספרים”