אלע סארטן אידענטיטעטן

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

אלע סארטן אידענטיטעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

די וועלט באשטייט פון אסאך סארטן מענטשן און עס איז וויכטיג פאר א מענטשט זיך צי אידענטיפיצירן פון וואספארא סארט מענטשן ער איז, און פון וואספארא גרופע ער באשטייט. אין דעם אשכול וועט מען אויסשמועסן אלע סארטן וועגן וויאזוי מען קען זיך אידענטיפיצירן, אויב מאך איך א טעות ביטע פארעכטס מיך, עס זענען זיכער פארהאן אסאך מער גרופעס וואס איך אליין ווייס נישט.

לאמיר אנהויבן מיט, רעליגיע, קולטור, עטנישע גרופע, פאלק, בירגער, קהילה, געזעלשאפט, ראסע,שבט,לאנד,ציוויליזאציע, באפעלקערונג, קווארטאל, אפשטאם,

רעליגיע,
רעליגיע איז די גלויבן, די דריי מערסט באקאנטע רעליגיעס זענען,אידן, קריסטן און מוסולמענער.

קולטור,
קולטור איז די טראדיציע שפראך קליידונג וואס ווערט געשאפן ביי א גרופע מענטשן, רעליגיע קען צומאל אויך זיין א חלק פון קולטור, צב"ש איסלאם איז פון די קולטור פון די אראבישע פאלק.

עטנישע גרופע
ווען מענטשן אידענטיפיצירן זיך מיט א ספעציפישע קולטור ווערן זיי אנגערופן א עטנישע גרופע, צב"ש די אראבער זענען א עטנישע גרופע מיט א אייגענע שפראך און קולטור.
אידן זענען אויך אן עטנישע גרופע מיט אן אייגענע קולטור.
אין די אידיש עטנישע גרופע זענען אויך פארהאן סאב-עטנישע גרופעס צב"ש די ספרדים און די אשכנזים זענען סאב-עטנישע גרופע פון די אידיש-עטנישע גרופע.

לאנד
ווען מענטשן ווואוינען אין א דעזעגניטע שטח און עס ווערט געפירט דורך א רעגירונגס ווערט עס א גערופן א לאנד

פאלק
עס זענען פארהאן צוויי סארטן פעלקער
איינס
מענטשן וואס וואוינען אין לאנד ווערן די מענטשן אנגערופן די פאלק פונעם לאנד צב"ש די אמעריקאנער פאלק.
צוויי
א עטנישע גרופע קען אויך ווערן אנגערופן א פאלק צב"ש די אראבישע פאלק.

אידן זענען א פאלק ווייל זיי זענען אן עטנישע גרופע כאטש זיי פארמאגן נישט קיין לאנד.
אויב איינער פון אינדיע איז זיך מגייר איז ער לויט די אלגעמיינע וועלט נישט פון די אידישע פאלק, ווייל ער איז נישט פון די אידיש-עטנישע גרופע און ער ווואוינט נישט אין קיין אידישע לאנד, אבער לויט די תורה ווערט ער יא פאררעכנט אלס א חלק פון עם ישראל.
אן אראבישע איד ווואוינט אין אמעריקע איז ער אונטער דריי פעלקער, די אמעריקאנער פאלק, די אראבישע פאלק אין די אידישע פאלק.


בירגער
בירגער און פאלק זענען ענליך, די חילוק איז נאר אז בלויז מיטן ווואוינען איז מען א חלק פונעם פאלק, אבער צו זיין א בירגער דארף מען האבן א לעגאלע סטאטוס מיט די רעכטן און התחייבות פון די לאנד.


ראסע
ראסע איז די חילוקים וואס מען דערקענט אויף די קערפער צב"ש די הויט קאליר אדער די אויגן פארעם.
עטליכע ראסע ביישפילן זענען די שווארצע ראסע, די ווייסע ראסע, די אזיאנע ראסע.
אידן זענען אונטער די ווייסע ראסע זיי פארמאגן נישט קיין אייגענע ראסע.
געוויסע האבן געוואלט אריינלייגן אידן אונטער א נייע ראסע וואס ווער אנגערופן די סעמיטישע ראסע וויבאלד אידן שטאמען פון שם בן נח און זיי רעדן די סעמיטישע שפראך. לשון הקודש אראביש און אראמיש ווערן אנגערופן סעמיטישע שפראך.
פון דארט נעמט זיך די טערמין אנטיסעמיט.
למעשה ווערט היינט צו טאג יעדע שונא ישראל אנגערופן אנטיסעמיט אפילו עס האט נישט מיט ראסיזם.
אן אראבער קען אויך ווערן אנגערופן אנטיסעמיט כאטש ער איז אויך פון די זעלבע סעמיטישע ראסע.
אפריקאנער אמעריקאנער זענען אן עטנישע גרופע וואס שטאמען פון די שווארצע ראסע און זענען פון די אמעריקאנער פאלק.


שבט,
א פארמאכטע גרופע פון מענטשן וואס פארמאגן די זעלבע קולטור אדער אפשטאם.


געמיינדע
א גרופע פון מענטשן וואס וואוינען אינאיינעם און פארמאגן די זעלבע כאראקטער .


קווארטאל
א ספעציעלע שטח פון א גרעסע שטאט ווערט אנגערופן קווארטאל, צב"ש די אידישע קווארטאל פון ברוקלין.

געזעלשאפט
געזעלשאפט איז אן אייגנארטיגע קולטור וואס ווערט געשאפן דורך מענטשן וואס וואוינען אינאיינעם. צב"ש די מענטשן פון די אידישע קווארטאל פארמאגן א ספעציעלע געזעלשאפט.

ציוויליזאציע
א פארגעשריטענע געזעלשאפט ווערט אנגערופן ציוויליזאציע.
אוועטאר
עובר ושב
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

Re: אלע סארטן אידענטיטעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובר ושב »

איך האב מיך אייביג געמיטשעט איבער צי טייטשען די מאמר פין האמונות והדעות, מאמר השלישי; צווי ואזהרה ז׳- רבינו סעדיה גאון

לפי שאומתינו בני ישראל אינה אומה אלא בתורותיה
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אלע סארטן אידענטיטעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

א דאנק @טוב לב , זייער קלאר.

הנאה געהאט פונעם געדאנק אז אן אראבישער איד איז אונטער דריי פעלקער.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: אלע סארטן אידענטיטעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

די ביסט זייער גיט
גיי אן,
שכך שכך !!
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: אלע סארטן אידענטיטעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

קולטור וואלט איך ענדערש געפרעימט אלס מנהגים
די אנגענומענע וועג וויאזוי זיי פירן זיך מיט עסן, קליידונג און בכלל אלגעמיינע אויפפירעכטץ
למשל די יאפאנעזע קולטור איז צי עסן רייז מיט טשאפ סטיקס און צו באגריסן א חבר דורך אראפבייגן דעם קאפ
סהאט כמעט נישט מיט רעליגיע
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אלע סארטן אידענטיטעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

ענדלעך האט שוין איינער מיר אראפ געלייגט די אלע נעמען וואס ס’מיינט!

.זייער זייער גוט
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
ביני לבין עצמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 6:30 am
לאקאציע:סטאק צווישן מיין מח און מיין הארץ

Re: אלע סארטן אידענטיטעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביני לבין עצמי »

טוב לב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 5:13 pm

קולטור,
קולטור איז די טראדיציע שפראך קליידונגוואס ווערט געשאפן ביי א גרופע מענטשן, רעליגיע קען צומאל אויך זיין א חלק פון קולטור, צב"ש איסלאם איז פון די קולטור פון די אראבישע פאלק.

עטנישע גרופע
ווען מענטשן אידענטיפיצירן זיך מיט א ספעציפישע קולטור ווערן זיי אנגערופן א עטנישע גרופע, צב"ש די אראבער זענען א עטנישע גרופע מיט א אייגענע שפראך און קולטור.
אידן זענען אויך אן עטנישע גרופע מיט אן אייגענע קולטור.
אין די אידיש עטנישע גרופע זענען אויך פארהאן סאב-עטנישע גרופעס צב"ש די ספרדים און די אשכנזים זענען סאב-עטנישע גרופע פון די אידיש-עטנישע גרופע.
הערליכע ליסטע.

קליינטשיקע הערה'לעך;

1. ווי @אנגעשאשקעטער האט אנגעמערקט, קען דער קאנצעפט פון קולטור אנגעקוקט ווערן א טראפ מער פארצווייגט, ארייננעמענדיג אין באטראכט נאך עלעמענטן - ווי מנהגים, אמונות (ביליעפס - לאו דוקא בקשר לרעליגיע), וועליוס, ארט (וויזועלע ארט, ליטעראטור, מוזיק ועוד), און נאך. [אדער אפשר אן אנדערע מהלך, 'געלערנטע ביהעיוויערס וואס גייען אריבער דורך סאציאליזאציע', דאס הייסט ידיעות, סקילס, און מעשים, וואס יחידים זענען קונה מצד היותם חלק פון א ספעציפישן קולטור]

2. 'עטנישע גרופע' איז נישט סתם דער היכי תמצי וויאזוי קולטור איז - פשוט קאנצענטרירט אין א גרופע פון מענטשן. ס'איז נאר א 'חלק' פון קולטור. (א קולטור קען ענטהאלטן אין זיך פארשידענע עטנישע גרופעס). בעת וואס עטהניסיטי (?) איז מער א משותף'דיגע ירושה'דיגער ענין מיט אדער דער זעלבער היסטארישער בעקגראונד (א 'העריטעדזש'), אדער דער זעלבער שפראך, אדער דער זעלבער ייחוס, איז קולטורמער א מין דיינאמיק 'וועג פון לעבן' וויאזוי א גרופע פון מענטשן טוען זיך אייניג אויסדריקן.
אם אין אני לי מי לי וכשאני @ביני ל בין עצמי מה אני
אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

Re: אלע סארטן אידענטיטעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

זייער קלאר מסביר געווען!
שכח!
לכאורה איז אידישקייט נישט פון די דריי באקאנטסטע רעליגיעס.
בודהיסט און הינדו זענען מער באקאנט.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”