יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

בס"ד

קוק איך מיר ארום דא און וועלטעל און איך זעה אז יעדער שרייבט ארטיקלן יעדער באקומט לייקס און גוטע קאמפלימענטן, און איך טראכט צו מיר, ווי בין איך? ווי זענען מיינע ארטיקלן? ווי איז מיינע לייקס? איך וויל אויך זיין ווי די פעסטע חברה דא וואס דרייען זיך ארום מיט 3 ביפערס אויפן הויזן!

שוין האמער דיסיידעט אז מער קען מען שוין אזוי נישט אנגיין, מען גייט זיך נעמען שרייבן פארן ציבור און קאללעקטען מיין אטענטשען וואס עס קומט זיך מיר.
שוין מ'נעמער די פעדער און די הענט אריין און מען גייט זיך נעמען שרייבן.
אופס, אבער וועגן וואס קען איך שרייבן?
שוין האמער דיסיידעט צו זעהן וואס טוהט זיך און וואס עס פעלט זיך נאך אויסשרייבן וועגן.

גיימיר צום ערשטע זאך די בחצרות אשכול תהא משכבו כפרתו.
האמער אבער 2 פראבלעמען, איינס, די אשכול עקזיסטירט שוין נישט. והשנית אז יעך פארשטיי ניט צו קיין רבי'שע נייעס, פאר סאם ריעזען האב איך קיינמאל נישט געקליקט מיט דעם.

אקעי איז נישט לאמיר זעהן ווי מ'גיימיר ווייטער.

וויל איך גיין צום וועלטליכע נייעס, קען איך אבער נישט. פארוואס ווייל איך בין נישט גוט מיט די רוסישע, און איך האב נישט די אינסייד אינפארמאציע וואס די קארעספעדאנטן האבן, איז פון ווי זאל איך ברענגן נייעס?

צו פאליטישע נייעס פארשטיי איך ווידער נישט איז גיימיר צו עקנאמישע נייעס.

קוק איך מיר ארום צו זעהן וואס מען קען שרייבן, איך קוק רעכטס איך קוק לינקס און איך טראכט צו מיר וואס קען איך שוין שרייבן
@וועקסלער און @מאניש בנבנשתי האבן שוין זיכער אלעס באשריבן.

נאופס דא איז נישט די פלאץ פאר מיר.

שוין לויף איך ארויס פון דארטן איך גיי מיר זיכן גליקן ערגעץ אנדערש.

גיי איך מיר אריבער צום היימישע קרעטשמע אבער בום איך האב שוין נישט קיין געדולד צו שרייבן.....

וואס טוה מיר דא איך דארף דאך שרייבן אן ארטיקל אז נישט גיי איך זיין וועלט'ס נאר.

וויל איך זיך שטארקן אויף מיין יצר הרע, גיי איך ווייטער איך גיי מיר נישט לאזן פון דעם שטן.

קוק איך ווייטער וואס קען איך שרייבן אבער ס'גייט נישט איך ווייס נישט פארוואס.

און דא האב איך מיר געכאפט.........

ניין איך מוז נישט שרייבען.

יא עס איז דא מענטשן וואס קענען שרייבן אבער איך בין נישט פון די.

און ניין עס פאסירט גארנישט אויב איך גיי נישט שרייבן.

איך האב אנדערע מעלות וואס יענער וואס שרייבט האט נישט.

איך ווער נישט שוואכער ווען יענער שרייבט גוט.

יוש כ'האב שוין נישט קיין כח צו שרייבען ווייטער.

עטליעסט גיי איך וויסן פון היינט און ווייטער צו אפרישיעטן מער ווען איינער שרייבט א לאנגע ארטיקל.

עטליעסט גיי איך וויסן וויפיל כח עס קאסט!

עטליעסט גיימיר וויסן וויפיל איינער וואס שרייבט קען נוצן א גוטע קאמפלימענט.

יישר כח פאר אלע שרייבער'ס דא וואס איך האב מיר געלערנט אזוי סאך פון ענק אלע.
איך וואלט אויסגערעכנט מיט די נעמען אבער גיי געדענק פון וועם כ'האב אלץ געלערנט דא גוטע אינפארמאציע!
זאל יעדער וואס האט געשריבן א גוטע ארטיקל דאס נעמען אלץ א פערזענליכע שכ'ח פון מיר!

שוין עד כן יעצט האבעך טאקע מער נישט קיין כח צו שרייבן.
אוועטאר
אויס גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:56 pm

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויס גבאי »

זייער שיין נישט געשריבן
האדם לא נברא אלא להתענג על ה'
🗲
אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

אויס גבאי האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 3:02 pm
זייער שיין נישט געשריבן
גלייב מיר ווען איך זאג דיר אז ס'איז מיר זייער שווער אנגעקומען.
און כ'האב שוין געטוען שווערע זאכן און מיין לעבן.
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע:אין באשעפער'ס הענט

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

זייער שיין און יוניק!
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

לא יצאתי ידי חובתי בלייק בלבד.
סאיז א הערליכע שרייבעריי ווערק.
שכוח.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4462
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

זיס ווי צוקער!
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3872
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

הערליך שיין!!!
אוועטאר
פארצייטישער חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 3:24 pm

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער חכם »

זייער שיין איך האב אויך געהאט די געדאנקן אין קאפ און צוגעקומן צום זעלבן החלטה דער פראבלעם איז אז כ'קען אויך נישט טוען וואס די האסט דא געטון
סא חזק ואמץ פאר דיר און אלע שרייבער גייטס אן ווייל אידן האבן הנאה
באקומט סטאקס בחינם!
Robinhood
באקומט $100 ביים עפענן א קרעדיט קארד דורך די לינק
discover credit card
באקומט געלט פאר די געז וואס איר צאלט
Upside
רענט א קאר און באקומט $30
kyte
באקומט $30 ווען איר קויפט מיט
rakuten
ביטע ניצט די לינק'ס זה וזה נהנה
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

פיין (יד"נ) פיין (נד"נ)!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17389
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

נאדיר א דאפלטע לייק

אזוי זאגן דאך חכמינו ז"ל.. מילה בסלע מישתוקא בתרין..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9258
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

זייער פיין הרב fein. אמאל איז דאס אומגעזאגטע אסאך מער ווערט ווי טויזנט ווערטער.

(און דא האבן מיר באקומען ביידע, סיי א פיינעם אומגעשריבענעם ארטיקל, און סיי די טויזנט ווערטער...)
אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 7:24 pm

נאדיר א דאפלטע לייק

אזוי זאגן דאח חכמינו ז"ל.. מילה בסלע מישתוקא בתרין..
ווען מ'רעדט פון א סלע, עכטע געלט, איז טאקע א שווייגעדיגע נישט-געשריבענע מילה ווערט א דאפלטע לייק.

די גמרא זאגט דאך אבער כל הנותן פרוטה לעני מתברך בשש ברכות, והמפייסו בדברים מתברך בי"א ברכות. איז דאך געבן א קאמפלימענט, א לייק, ווערט דאפעלט ווי עכטע גרינע קעש.

איז אפשר די מציאות דא אביסל אנדערש...
---
אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

בשבילי נברא האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 7:54 pm

יישר כח פאר די גוט ווארט!
די שאלה דא גייט ווערן אויב א לייק גייט אויך אריין און די גדר פון דברים אדער נישט ווייל עס קען זיין אז ס'דארף זיין בדברים ממש און נישט נאר מיט א לייק.
העט מען דארפן אריינמישן די תלמידי חכמים דא....

fein האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 8:02 pm

מען גייט נאך אונז פארשיקן צום בית מדרש אשכול.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2717
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

זיער זאפטיג
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5184
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

און איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט...

בלייב נישט שטיין דא, קום אריין אפטער מיט נאך אזעכע ווערק!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4970
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

יישר כח
דארפסט א ביפער?..
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

האסטו וועסטו האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 4:36 am
יישר כח
דארפסט א ביפער?..
האסט א ספעיר? שמייס אהער אבער שוין!
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

יישר כח פאר אלע גוטע ווערטער.
סוף כל סוף איז עס א גוטע פילינג.

די אמת איז אז כ'האב געמיינט אז 2 מענטשן גייען עס אנקוקן און כ'וועל נישט באקומען גארנישט קיין לייקס אבער זעהט אויס אז עפעס ליגט דארט.
וואס ברענגט מיר צוריק צו מיין אריגענעלען פינטעל.

און יעצט ווייס איך שוין נאך בעעסער ווי שטארק עס מיינט פאר איינער וואס שרייבט א לענגער ארטיקל, א גוט ווארט מיט א לייק.

איך הייב שוין אן טראכטן פון שרייבן מער אפט.......

אבער כ'האב נישט וועגן וואס צו שרייבן........
אוועטאר
twin towers
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 22, 2023 7:54 pm

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך twin towers »

fein האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 3:44 pm
יישר כח פאר אלע גוטע ווערטער.
סוף כל סוף איז עס א גוטע פילינג.

די אמת איז אז כ'האב געמיינט אז 2 מענטשן גייען עס אנקוקן און כ'וועל נישט באקומען גארנישט קיין לייקס אבער זעהט אויס אז עפעס ליגט דארט.
וואס ברענגט מיר צוריק צו מיין אריגענעלען פינטעל.

און יעצט ווייס איך שוין נאך בעעסער ווי שטארק עס מיינט פאר איינער וואס שרייבט א לענגער ארטיקל, א גוט ווארט מיט א לייק.

איך הייב שוין אן טראכטן פון שרייבן מער אפט.......

אבער כ'האב נישט וועגן וואס צו שרייבן........
אזוי ווי די זינגער די ערשטע מאל וואס ער נעמט א מייק אין האנט אריין, טראכט ער נעע ס'נישט פאר מיר... , אבער איינמאל ער באקומט שוין די 'עטענשן' קען ער שוין נישט אפ לאזן די מייק...
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

זאגסט גוט..
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17699
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פיין געשריבן
אוועטאר
או אינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 8:05 pm

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך או אינו »

fein האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 3:44 pm
יישר כח פאר אלע גוטע ווערטער.
סוף כל סוף איז עס א גוטע פילינג.

די אמת איז אז כ'האב געמיינט אז 2 מענטשן גייען עס אנקוקן און כ'וועל נישט באקומען גארנישט קיין לייקס אבער זעהט אויס אז עפעס ליגט דארט.
וואס ברענגט מיר צוריק צו מיין אריגענעלען פינטעל.

און יעצט ווייס איך שוין נאך בעעסער ווי שטארק עס מיינט פאר איינער וואס שרייבט א לענגער ארטיקל, א גוט ווארט מיט א לייק.

איך הייב שוין אן טראכטן פון שרייבן מער אפט.......

אבער כ'האב נישט וועגן וואס צו שרייבן........
איך מיין אז דיין עכטע פראבלעם איז מער אז דו האסט צופיל זאכן וועגן וואס צו שרייבן
פרעגט די הייליגער רש"י או אינו?

דיסקלעימער! איך פרעג ווייל איך וויל וויסן
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

נישט מיר נישט דיר האסטעך שוין ערווארבען אזא 50 לייקס, קענסעך שוין קויפן ביפערס.. (ווי בין איך?!?)
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

Re: יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

או אינו האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 2:57 pm
fein האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 3:44 pm
יישר כח פאר אלע גוטע ווערטער.
סוף כל סוף איז עס א גוטע פילינג.

די אמת איז אז כ'האב געמיינט אז 2 מענטשן גייען עס אנקוקן און כ'וועל נישט באקומען גארנישט קיין לייקס אבער זעהט אויס אז עפעס ליגט דארט.
וואס ברענגט מיר צוריק צו מיין אריגענעלען פינטעל.

און יעצט ווייס איך שוין נאך בעעסער ווי שטארק עס מיינט פאר איינער וואס שרייבט א לענגער ארטיקל, א גוט ווארט מיט א לייק.

איך הייב שוין אן טראכטן פון שרייבן מער אפט.......

אבער כ'האב נישט וועגן וואס צו שרייבן........
איך מיין אז דיין עכטע פראבלעם איז מער אז דו האסט צופיל זאכן וועגן וואס צו שרייבן
איך ווייס נישט וואס די האסט געמיינט ווען די האסט עס געשריבן.
אבער ס'האט מיך געמאכט טראכטן.
איך נעם עס אלץ א קאמפלימענט.
שכח!
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”