מיינע לאקשן... גיי אריין אויף דיין אייגענע אחריות. 2.0

אחראי: אחראי

אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

מיינע לאקשן... גיי אריין אויף דיין אייגענע אחריות. 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

נאך יארן אין אלטן בעסמעדרעש, גיימער אריבער אינעם פרישן לאקאל. אט האט איר. לאכט מיט אפעטיט.

ריעל לייף קרעטשמע..

חזק הנגזל.

דער עולם גלייכט טשאלנט?

אלטערנאטיווע אינספיראציע.

נאט'ס!..

די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט.

שטיצט אונזערע שטיצער..

פופצי'ס פראפייל אויף מיר... (נאר נקמה, גיי קוק וואסע כ'האב געשריבן אויף אים אביסל פריער..)

בויכדריקעניש אפיציעל.

שטורעמפיש: לאָסט!...

הייל גרין!...

כ'געב מיר אונטער. (דעץ סיריעס..)

ליצים!..

וואס מיינט תכונת הנפש? נזיר און סוטה וואקלענישן. *הארי&שפיגל פראיעקט*

כָּל רֹאַי יַלְעִגוּ לִי יַפְטִירוּ בְשָׂפָה יָנִיעוּ רֹאשׁ. (פאעזיע.)

שווער כאב א תורה..

גע'פאָרקאָש'ט. דערלייכטערט.

פליזזז.. אמרי נא חמותי את..

א מעסעדש פארן מלאך. (הייליג.)

וויסט א קורס? האסטע!

סוד של פלאטשקע!..

האט הנאה.

הארי.

ביי!..

----

געלייגט די ארטיקלען דא אינעם אשכול, אויב האט איר הנאה געהאט, דאן דריקט דעם לינק, און לאזט איבער אייער קאמענטאר.

א דאנק! ביי!..
לעצט פארראכטן דורך הארי פלארי אום דינסטאג פעברואר 06, 2024 8:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

ריעל לייף קרעטשמע..... איינער איז אי"ן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

איך האב א געפערליכע בויך דריקעניש אין איך וויל עס ארויסקרעמפן דא פאר די ווירטואלע קרעטשמע מיטגלידער

והנה.... איך האב א אינערליכע הרגשה אז עס מוז ברויך דארף געעפנט ווערן בינונז אין ווילי א קרעטשמע א עכטע!

מאליגע צייטן פארן קריג איז אין יעדע שטאט געווען א קרעטשמע ווי איטליכער איד האט געקענט אריינגיין זיך דערכאפן דאס הארץ כאפן א טענצל כאפן א קיפקע עס איז געווען דער צענטער פון שטאט ווי דער נייעס זאגער איז געזיצן אין דערציילט נייעס פארן ציבור וואס האט געשלינגען מיט דארשט

פלעגן דארט זיצן גוים אין טרינקן ביר פון א באטל ל"ע זיצן אין א קיפקע שון שמועסן גוישע נייעס שעלטן אויף אידן מיט א זאפטיגן שפיי נאכער אילוזירן אז סאנטא מאריא גייט מארגן האלבערנאכט אראפקומען הרגענען אלע רייכע אידן זיך אויפשעלן טאנצן א קאדאטשקע ביז אויס

שוואכע אידן פלעגן דארט שפילן קארטן אין צובייסן מאמאליגע יותר מכזית נאכער פלעגן זיי טרינקן 'יענעם טראפ' אין אויספאטשקען זייער געלט אין אהיימקומען טויט שפעט צו די קולות פון ס'רעבצין (ווער ס'האט געהאט)

פשוטע פאכלייט פלעגן אלע טאג אריינגיין כאפן א טרינק זעקסע ניינציגער צו האבן כח צו גיין ארבעטן

בוטשער יונגען פלעגן קומען פאר א שארפן שלינג וויסקי צווישן איין בוטשעריי אין צווייטן

חסידישע אידן פלעגן אריינקומען פאר א שארפן טרינק הערן א מעשה פון א צדיק אויב דער אלטער ר' מעשיל איז פונקט דארט געווען האט מען געקענט אפזיצן דארט לאנגע שעות אין שלינגען יעדעס ווארט וואס ער האט דערציילט וועגן אמאליגע צדיקים דערנאך זיך ארויסלאזן אין א פייערליכן טאנץ "אוי ווי שלעכט איז צו זיין א מתנגד" צו די אנטריסטונג פון די מתנגדים וואס פלעגן זיצן אין גלאצן מיט רינדעכיגע אויגן

וויין מבינים פלעגן אנקומען אכטער צייט טועם זיין א פיינעם וויין אין פארפירן א רואיגע שמועס

בחורים פלעגן זיך אריינשמוגלען אין קרעטשמע כאפן א שנעלע טרינק ווערן גוט שיכור אין צוריקלויפן אין ישיבה נערווירן די מנהלים אזויווי "שיכורע בחורים".....

ערב פסח טעג איז די גאנצע שטאט אפגעזיצן דארט ביזן באגינען לאזנדיג די ווייבער פסחדיג מאכן אוי פלעגט זיין לאנגע נעכט גאנץ יאר האט מען געווארט אויף ערב פסח ווען די גאנצע שטאט קליין אין גרויס איצל פיצל שמיצל איז אפגעזעצן אין קרעטשמע

דאס פלעגט זיין אמאל........

נאמאר דא..........

אין ס'מוז שוין צוריק זיין ס'שוין כמעט ערב פסח די גאנצע שטאט דרייט זיך ארום קיינער וויסט נישט ווי מען דארף זיצן דער עולם איז פארטריבן אין יעדער פראדוצירט קארני וויצן לאור המצב אייוועלט איז אנגעשטויסן אלע קיאסק זענען שמוציג פון בחורישע ווירטשאפט ווילי קאכט ווי א קעסל פיל מיט פרעש ס'זעהט אויס ווי חברון ביי שרה אימנו'ס לוויה אין ווי ננוה נאך דעם וואס יונה האט אויסגערופן דארט מיט א מייק אז מדאף טשיבע טון

סאו מיינעך אז סיז העכסט צייט צו עפענען א גרויסע קרעטשמע אפשר אין די ארמערי אדער כווייסנישווי דארט זאל זיין צוגעשטעלט 24 וויין ביר ברוינפן טשולענט קישקע קוגל יאפטשיק גאלע לעבער הערינג אייער קיכלעך דער עולם זאל זיצן דארט אין פארברענגען זייערע טעג מיט קארטן קוויטלעך טשעקערס שאך מענאפעלי יעדער זאל זיצן דארט אן די היט אין רעקל (אפשר אויך אן זאקן... כפי המצב) קיינער זאל נישט אריינברענגען קיין פאונס דארט דער עולם זאל דארט קאלעצן זייערע טעג אין שוין

דער עולם איז אין?
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

חזק הנגזל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

חזק הנגזל אדר א' תשפ'ב


די דריטע מאל וואס איך האב 'איר' געטראפן איז געווען אין יחוד שטיבל מיט פארוויינטע אויגן העלא מאמי האב איך איר געזאגט זי האט מיר געענפערט מיט געפיל העלא טאטי

כ'האב גלייך געמאכט א דיסקלעימער... טאטי מיט א סמ'ך ניט מיט א גימל..... (םחחחחח)

זי האט זיך צושמייכלט ווייל זי האט געכאפט די דשאוק. זוי טראכטעך.....

עניוועיס שיינע חתונה געווען און א אנהייב צו אונזערע גליקליכע טעג וואס מיר האבן פארברענגט צוזאמען לאנגע שעות אויפן טעלעפאן צו דיסקוסירן ווואס זי זאל מאכן פאר פרישטאג טאנא צו אייער... כ'הא געהאלטן 'בשיטה' אייביג וואס זי האט בעסער ליב.....

אזוי זענען אונזערע טעג געפארן ווי א באן ביז יענעם ליל שישי וואס צוליב גאר פארשטענדליכע סיבות האט מיר מיין קאפ דיקטירט אז כ'מוז מאכן היינט א פשעווארסקע קוגל...

-----

דער קלאנג פונעם שעפלעפל האט אפגעהילכט אינעם גאנצן חלל פונעם טאפ נאכפאלגנדיג מיט שטילן קלאנג פון די אויפגעברויזטע צוהאקטע לאקשן (חחח..... שרייבעריש....) פונדרויסן פון טאפ האט זיך עס דערהערט אלס א שטילן קלאנג וואס מ'קען לכאורה ניש הערן ביז די בעדרום. זוי האבעך געמיינט....

געאיילטע סליפערישע טריט האבן זיך דערהערט לענגאויס דעם האלוועי אלזא 'זי' האט עס שוין איינמאל געהערט.......

זי קוקט מיט ערשיטערונג אויפון טאפ אין געט א פרעג וואס איז דאס געטראכט האבעך צו בארואיגן די געמיטער מיט א ווערטל זאגעך איר ס'הייסט פאטעטא קוגל...... זי קוקט מיר אן מיט פארשנדע אויגן ווואס זוכט דא לאקשן? אה... א ווערטל וואס מ'דארף מסביר'ן איז ניש אינטערעסאנט דריי איך צוריק צו ערנסט..... ס'הייסט דיין פאטעטא קוגל האט אויך גאנצע לאקשן אינסייד..... וואאאאאאא זי האצעך באליידיגט אין ווארפט צוריק ווייל די גיבסט נישט קיין געלט פאר קיין נייע מיקסער.... בקיצור ס'געווארן פרייליך.....

פון צווי שטילע טויבן אויף רואיגע וואסערן איז אונזער הויז טראנספארמירט געווארן צו צוויי קעצלעך וואס רייסן זיך טאג אין נאכט......

זי האט אנגעהויבן צו האלטן איר כתובה אין די טורבאן לעדל פאר דשאסט אין קעיס.....

יעדן טאג איז געווען חאגע ביינונז אידערהיים מיר האבן מחליט געווען אז מ'דאף גיין צו טעראפי... מ'איז געגאנגען צו עפעס א חשובע יוד ער האט גערעדט צו ביידן אבער ער האט גארנישט געטוהן למעשה סא איז ווייטער געווען פרייליך

ביזזזזזזזזזז ר' יואל איז געוואויר געווארן ער'ט זיך אריינגעלייגט אין אונזער קעיס ער האט מיר געשיקט צו איין מומחה איר האט ער געשיקט צו א צווייטן דא איז געקומען די ריכטיגע שפע.... איך האב געקריגן רויטע פילן זי האט באקומען גרינע ס'געווען ממש א שמחה.... מיר האבו זיך צוזאמען ארומגעדרייט פארגלייזטערהייט כ'האב באקומען צודרייטע קאנפידעץ זי נאכמער... כ'הא געהערט איין טאג ווי זי בארימט זיך ביי די באס סטאפ אז זי האט שוין פארלוירן פופציג פונט ביי עפעס א דייעט... די גאנצע וואס מ'זעהט דא איז נאר פון די פילן......

איין שווערע אינצידענט האט זיך געמאכט איין טאג האב איך פאר אמיסטעיק גענומען אירע סחורה אין זי האט גענומען מיינע אוי איז דאס געווען א פארטי....... איך בין געזיצן אויפן קאוטש אין געוויינט...... זי האט געווילדעוועט..... זייט דעמאלטס האלט איך עס אין מיין תפילין בייטל....

אונזער יונגעלע איז געווארן עלטער אין דער קלוגער ר' יואל האט גלייך אנגעזעהן איןאים סימנים פון ADHD נאך מזל מ'האט עס שוין באמערקט ביי די פריסטע יוגנט פון דריי חדשים אזוי האט מען עס געקענט באצייטנס ראטעווען אונזער שלוימי האט גלייך אנגעפאנגען צו גיין אין א חדר פון ספעציעלע קינדער אין איז שוין תיכף געגאנגען מיט די דיקע בלויע גלעזער וואס אלע קינדער זיין גאטונג גייען נאך א קורצע צייט איז שוין שלוימי ארויף אויף פילן..... ב'ה ער פארשעמט נישט די משפחה

דאס איז די גליקליכע ענדע מיר נעמען אלע פילן ב'ה אין מיר זענען נארמאלער פון נארמאל איי פארוואס כ'פירמעך אויף פאני?..... ר' יואל האלט אז ס'איז נארמאל....

פארוואס דערצייל איך עס אייך פשוט אז אויב איר גייט דורך אזא איבערגאנג זאלט איר וויסן וואס ר' יואל האט מיר אמאל געזאגט 5 פיי'ס זענען די יסוד פאר אגליקליך לעבן

פ'ארדרייט

פ'רייליך

פ'לינק

פ'ארגעסן

פ'ארגיין

פ'ארקויף

פ'ליה

איינמאל איר האט די דאזיגע אינסטרוקציעס זענט איר פארזיכערט צו א גליקליך לעבן




בריוו צו די רעדאקציע:

לכבוד די חשובע אויסגאבע חזק הנגזל

קודם כל שכח פאר אייער הייליגע ארבעט
אבער עס וואנדערט מיר ווי קען זיין אז אזא אויסגאבע ווי הנגזל וואס איז בארימט מיט איר אידישע שפראך אויף א הויכע ניווא האט פארזעהן אזא פשוטע זאך ווי דאס אז האסטע איז א לשון זכר אין האסטו א לשון נקיבה אין האסט איז פארווע

ענטפער פון רעדאקציע:

יישר כח פאר אייער הערה אין מ'זעהט אויף אייך אייער אינטליגענציע אינעם אידישן שפראך אבער איר האט פארזעהן אז ווען לשון פועל פאלט אויף לשון נפעל אדער אויף לשון נסתר ווערט זכר נקיבה ווייל דער לשון נוכח בלא בלא בלא........

בריוו 2)

מיר ווארטן שוין פונעם פאריגן חזק הנגזל אויפן יעצטיגן אבער איין קליינע הערה

וויאזוי גלייכט איר צו נערוון קראנקע צו קענסער ליידנדע קענסער ציפט טאקע אביסל אבער ס'קומט בכלל נישט צו צו BPD ליידנדע וואס ליידן א גאנצן טאג אויך וויאזוי איר גלייכט עס צו צו די מלחמה געליטענע ווייזט איר א גרינגשעצונג פאר די חשובע נערוון קראנקע צווישן זיי גאר חשובע ראשי ישיבות אין געלונגענע מחנכות

ענטפער פון די רעדאקציע:

איז זענט גערעכט אבער איר דארפט פארשטיין בלא בלא בלא


דיסקלעימער:ס'ניש אייגנס כאבעס געליינט ערגעץ......... ביי!
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

דער קאר האט זיך רואיג געקוילערט אויף די ראודס מאכנדיג דעם רושם פון א קאר וואס פארט אויפן ראוד אין דאס איז טאקע געווען די פאקט. א געניט חסידיש אויג האט אבער געקענט באמערקן אז ס'רעדט זיך דא פון א הייימישן אינגערמאן וואס האלט אינמיטן טיילן טועמי' פאר זיינע קינדער בשעתן אנהאלטן פאכמאכניש דעם רעדל מאנעוורירנדיג די בי קיו אי טרעפיק מאכנדיג זיין וועג צו א שבת התוועדות מיט זיין שווער'ס משפחה

זיצעך אזוי ביים רעדל די קינדער טאנצן אויף מיינע געהירן מיט עקסטאז פונעם טאטנס ביזי הענט וואס קען פארלוירענערהייט סטראשענען אז ווען מקומט אן טוט ער אויס זיין פאסיק. זיי ווייסן סייווי אז טאטי טוט נישט אויס זיין פאסיק. ווייל ס'קען קומען פאטאלע קאנסקעווענצן אזויווי פאריגעס מאל אין תורה מוזעאום ווען טאטי האט געהאט א בענדעידש אויף זיין קניען פאר ווער ס'האט באמערקט

עניוועיס מ'קומט אן. שטייט שוין מיין טעטיגער שוואגער מיט א סטאפ סיין קומענדיג א ביסל נענטער ווערט קלאר כאבעם אינטערגעשאצט. זיין אינציאטיווע איז קרעיזי! ער האט גענומען די סימבאל פון טעגלאשער כ'א כסליו דריי יאר צוריק אין ארויפגעלייגט אויף דעם 'שבת התוועדות-משפחת קארן'. ער שטייט פארשוויצט דערנעבן אין פראדוצירט היימישע 'וועלעט פארקינג' באריכאשעם

מ'פעקלט אריין אין דעם גרויסן געביידע זוכנדיג דעם צימער. באקומען האב איך א צימער גאנץ כמעשה ווערסעס די אנדערע

נאכדעם בין איך אריינגעקומען צו די קינדער צימער. ליגט דארט 20 בעטן צוזאמגעשטיפט מיין חסידשע שוואגער שטייט דארט אין פראקלאמירט אנטשלאסן אז זיין יונגל שלאפט נישט דא ס'איז אביזרייהו דאביזרייהו בעסקיצער.... ס'קעפל ארבעט אים פיין....

אונטן אין לאבי זיצט מיין שווער מיט נאסע פייקעלעך אנגעהאלטן אויף זיין מיינוס גלעזער (נישט פארמישן מיט פלאס... יענץ גייטער באלד אנטוהן) אין לערנט ארעכייעם קאדעש צובייסנדיג עפל קוגל מיט אפעטיט

א סעקונדע כ'אב פארגעסן אייך פארצושטעלן מיין משפחה ס'איז גאנץ טיפיקל מיין שווער איז אנפאנג סיקסטי'ס א מידל עידש יוד אין באלאנגט אין א מידל עידש האום

מיינע שוואגערס דער עלטסטער האט שוין חתונה געמאכט א קינד אין איז א אקטיווער גבאי אין א גרויסע שוהל ליידט אויף אפיציעלקייט אבסעסיעס

נאכדעם קומט א מארגעדש בראקער. מלמד. חרדי וואס טוט אביסל עסקנות. עמעזאן. תלמיד חכם. אגעפארענער. איי טי-טעטיגער. כולל יונגערמאן. גרוש. מיידל. צוויי בחורים. דעטס איט. כא פארגעסן איך בין ערגעץ אינמיטן. מיין פראפעסיע: אייוועלט.....

צוריק צום ענין די קינדער זענען ביים וואסער (מסתמא כאפסטו אז ס'איז אין סיגעיט... חכם איינער....) מיין ב'ב העט זיי שוין באלד אנפראקן פארן זיך באזאמטיגן נאר א רחמנות אויף זיי אז די אלע שעלס וואס זיי האבן צוזאמגענומען גייט גיין אין גארבעדש

מנחה איז מיין שווער צוגעגאנגען נאכגעמאכט דעם רבי'ן ז'ל אקוראט. מיין עלטסטע שוואגער האט געקריגן קבלת שבת. קונצליך געדרייט צווישן פינטשיק אין קאסקיאסקאו מיט הארץ וואס קען מאכן בלינדע שטיינער קרעכצן מיט אנגסט. ווי דער שווער האט זיך אויסגעדריקט נאכן דאווענען נע!.... דער היינטיגער דור.... וואס פארשטייען זיי צו א גוט שטיקל יאסעלע.... קרעכצט אפ אין זאגט נאכאמאל איבער ב'חיימענדל'ס דשאוק וועגן יאסעלע אין צולאכט בגפו

ענערוועיס דער בעל תפילה זינגט א מארש אויף לכה דודי (בשיטה) דער עולם הארמענייזט אזוי קאנטרי מאו'ד. ביי בואי שלום נעמט מיין חסידישע שוואגער זיינע צוויי פיצי יונגלעך טאנצט מיט זיי בשלהבת טאהש קודש אין שלעפט מיט זיינע צוויי יונגלעך צו דער ערד בשעת ער מאכט צוריק צו די וועלקארו פון זיין הויזן

דער באם שטייט פאסיוו אין שמועסט מיט א נעפיו כאילו די גאנצע געטענץ בארירט אים נישט. דער בעל תפילה קלאטשט טאקטפולע קלאטשערייען. דער שווער טאנצט דריי טריט אהין אין צוריק מיט א איינגעהאלטנקייט. דער עולם ענדיגט שוין צו אין מיין טעטיגער שוואגער הייבט נאכאמאל אן דעם ניגון פונדאסניי אויפן העכסטן סקעיל נוסח מצווה טאנץ

נאך א שטוינענדער רזא ווי דער בעל תפילה האט זיך געפלאגט אנייצע צו געבן מיט אריינלייגן דריי מאל ומארי דדינא אין איין מאל האט ער בשטו'מצ גענדיגט דעם דאווענען אין אוועקשפאצירט פון עמוד מיט א זעלבסט צופרידנהייט

מ'גרייט זיך צו די סעודה מיין קילער שוואגער זינגט זיך אונטער לאמיר מאכן קידוש. מיין פופצן יעריגער נעפיו כאפט זיך צו דערצו ווי א געבראטנס ווארפנדיג בליקן צו זיין פאטער באמערקט נישט זיין 'התחברות לרשעים'. דער חסיד זיצט אויפן קאוטש אנכאפנדיג זיין שטריימל אויפן שויס האלטנדיג א חנוכת התורה אין זאגט אן זיינע קינדער אז מ'טאר נישט זינגען די ניגון ווייל עפעס א שגץ 'קאלבאך' האט עס געמאכט. די קינדער זאגן עס איבער מיט ברען פאר זייערע קאזנס וואס טענה'ן אז סאסכער גוטמאן האט עס געמאכט אין ס'ווערט דערפירט צו קלעפ דער חרדי ארינטיעט זיך אין הייבט אן צו זינגען 'מ'גייט מאכן קידוש' (בניגון ר' יו'ט ערליך) דער קילער רעזינגנירט בעת דער נעפיו פרובירט אנצוהאלן ביז זיין פאטער האט באמערקט אין האט געווארפן א שטרענגן בליק אין אים פארבעטן צו קומען זיצן נעבן זיידי... גוט פאר אים... נעקסטיים דאונט בי סטופיד!

דער טעטיגער שוואגער דרייט זיך ארום מיט א קעיס וויין אין לייגט עס אנידער אויף די טישן ער שטעלט זיך אפ אין ברען פון די ארבעט מסביר'ן די מעלות פונעם הערצאג ליניערדש טערעסאנט ער זאגט אקוראט ווי יואלי לעבא אויף קולמע פורים אפטיילונג נו... צוויי פארשטייערס.....

דער עלטסטער שוואגער איז מוצא די פרויען חוץ די שוויגער וואס מוז הערן פון זיידי

מיין שוואגער דער אגעפארענער נעמט ארויס פון זיין בעג א קדם בן זמרא באטל גיי ווייס וועם ס'איז געלונגען אים איינצורעדן אז דער איז גאר א טיייער באטל שוין זאל זיין אזוי...... ער מאכט קידוש אין א גלאז צום הארצוויי פונעם שווער וואס דארף מיהאלטן די שוידערליכע ירידה

דער חסיד ברענגט ארויס א באטל קאנקארד גרעיפ ווארשיינליך ווייל ער טרינקט נישט קיין 'באמישע וויין'. דעם שווערס פנים לייכט אויף זעענדיג זיין אלטן באליבטן באטל אין בעט אויך צו קריגן א גלאז דערפון אויף קידוש אין לעקט עס אויס מיט אפעטיט

דער מארגעדש בראוקער נעמט ארויס א באטל שארדאנעי בלא בלא בלא

די טראגישע חלוקת הזיצן ווען דער כולל יונגערמאן האט זיך צוגעריקט צום עמעזאנער כדי צו נאשן פון אים אינפארמאציע בעפארן דראסטישן שפרונג אריין אין ביזנעס בקרוב הימים. בעת דער צווייטער האט זיך צוגעריקט צום מארגעדש בראקער כדי צו זיצן אינעם ביזנעס טיעם.... דער מלמד האט זיך נאטירליך צוגעזעצט צו מיין עלטסטע שוואגער דאס זעלביגע דער גרוש צום אגעפארענער ווי ס'האט זיך געפונען גאר שארפע באאנדאקס (די טייערסטע....) אין א באגאדש

ס'רוילעם גייצעך וואשן. אין די פראנט ליגט חריף מיט חריין. ביים חסיד'ס פלאץ ליגט פיש זאפט ווייל ער עסט נאר מאכלי שבת. אין די בעק ביי די שוואכע יודן נעבעך ליגט כל מיני דיפס. עפעס א בחור שטייט פאררויטלטערהייט אין פרעגט צו ער קען האבן... דער פיקח שרייט הויעך וועכע דאסטע?! דער עולם דרייט זיך אויס דער בחור זאגט אויף אזא שטיל הויעכן טאן א נעפקין.....

דער שווער זיצט מיט איין הענט אויפן שטערן מיט די אנדערע הענט נאגט ער ביינער בשעתן פירן א געמיטליכן שמועס מיטן עלטסטן איידעם. ער ענדיגט ווען דער עולם האלט נאך אינמיטן. אין זינגט א וויזשניצע תנועה לאנגווייליגערהייט אין ווארט אז דער פראגראם זאל זיך אנהייבן ווען דער עלטסטער שוואגער גייט אויפטרעטן מיט דברי פתיחה

דער שוואגער שטעלט זיך אויף מיט קאנפידענץ אין שפרייט אויס זיינע קלאמזי הענט מיט א כ'א כסליו'דיגע מינע אין שאלט אויס מיר זענעדן זיך צוזאמגעקומען בלא בלא בלא במהרה בימינו אמן יום השישי פונעם חרדי וואס איז אקארשט ארויסגעקומען פון די הייליגע הכנות

דער עולם ענדיגט צו די פיש דער שווער טרינקט אתרוג ליקער. מעינסטריעם עולם וואדקע. די קילערע באאנדאקס. דער חסיד טרינקט זעקסע ניינציגער פון די ביכער.... דער שווער פרעגט צו ער קען פרובירן אין פאלגט נאך מיט שטורעמישע הוסטן

מיין עלטסטער שוואגער האט באמערקט די לעצטע מינוט וויזוי זיין בחור האט זיך אנגעגאסן א היפשער רביעית משקה אין רופט אים צו אין זאגט אויף א מיטלגארטיגע טאן 'מעט כמלח!' אין נעמט צו דאס גלעזל אים איברגיסנדיג א פיצקי אין א אנדערע קאפ אין גיסט אריין אין זיך די איבריגע וואס טאטע'ס מעגן שוין טרינקען. אבער נישט געזארג דער באשעפער באזארגט די בחורים אויך...... קען זיין אז נישט אבער שיכור איז ער זיכער געווארן.....

דער חרדי ווערט פארבעטן צו רעדן פארווישט זיך דאס בארד מיטן האנטוך אין שטעלט זיך אויף ס'דא א באקאנט ווארט פון חנוכת התורה.....

בשעת ער רעדט זענען אלע פרויען מאביליזירט געווארן צו שניידן קאמערציאלע מאסן רעטעך. נעבעך פאר זיי ס'גייט סייווי נישט זיין גענוג אין עפעס א יונגל גייט איינרעדן פאר אלע פרויען אז מ'האט געטראפן א ווערים אין די רעטעך זיי גייען עס אוועקווארפן מיט אפשיי אין די מענער העלן זיך דערמיט דערקוויקן.... דער זיידע העט זיך געבן א צושכייכל אין זאגן 'לעב יונג איינער' אין דער עלטסטער שוואגער גייט ארויסווייזן דאס ריינקייט פון זיין נפש ניש וועלנדיג אנקוקן די רעטעך..... עניוועיס ווי זעמער פארקראכן.

דער טעטיגער ברענגט אריין די זופ קוקנדיג מיט שטרענגע בליקן אויף די אויסגעשרעטע הענט טענה'נדיג אז ס'איז הייס. ווייסעך ניש פון ווי כ'האב שוין געהאט די הרגשה אז ס'איז סתם א סקעם וכך הוה

דער חסיד איז אריינגעלאפון צווישן די פרויען פארלאנגענדיג זופ גלייך פון טאפ זיך שטעלנדיג אז ס'זאל זיין נאך פארן צוריקגיסן זיין טעללער. פארשטייט זיך אז די צווייטע מאל איז עס אויך נישט געווען הייס.. כך סופן של בעלי תאוות.....

בשעת דער אויבערשטער עולם האט זיך דערקוויקט מיט די זופ האבן די אונטערשטע עספיעט זיך צו אנטרינקען אין אויסברעכן א התעוררות מיט קארליבאך'ס ממקומך. דער חסיד האט אן ערפאלג פרובירט צו ברעכן די אפענסיווע מיט א ווארעמע כל מקדש. געמאכט א ריקצוג האט ער ווען דער שווער האט אנגעהויבן מיטצוזינגען דעם ווארעמען ניגון מיט א ערנסקייט צום שמייכל פון עפעס א כיטרע נעפיו וואס האט זיך געזוכט מיט וועם צו בלינקען כ'האב שווער קאנטראלירט מיינע אויגן נאר אים צו געבן זיין טא סענעס פילינג וואס איזעכעם וואויל באקומען

עניוועיס דער סעודה ראולט זיך ווייטער דער מלמד איז געגאנען לייגן זיינע קינדער שלאפן צו זייער אנטריסטונג אבער מ'טאר ניש זיך אפלערנען פון באמישע פעטערס. פארזיכטיגע טאטע....

מ'זינגט די צאנזער מנוחה ושמחה נאכער מ. ב. ד. תיכף דערנאך רייסט מען אויף מיט די לעבעדיגע ווי די אונטערשטע שטעלן זיך אויף טאנצן אין די פרויען קומען צולויפן קוקן. א שעפשעריי פליסטערט דורך ביי די עזרת נשים מיט א דייטליכע מעסעדש אז די מענער זענען שיכור. זיי קוקן זיך צו מיט שרעק אין מורמלען די טראדיציאנאלע תחינות וואס מ'זאגט ווען די מענער זענען שיכור. דער טעטיגער שטייט קאמפסגרייט אויב זאכן גייען ארויס פון זיין קאנטראל....

דער שווער טרייט זיי צו בארואיגן אבער זיי לאזן זיך ניש. חוץ דער שיכורער בחור וואס זיין טאטע האט אים שוין געשיקט א קלארער סיגנאל פון עפענען איין זייט פון די שלייקעס אז באלד אויבן קומט ביטערע מכות.. ער זיצט מאכטלאז אויפן קאוטש צאפלדיג פונעם פסק דין וואס קומט באלד. ס'קעמען טוהן את הנעשה אין להשיב

עמיצער נעמט זיך ברעכן דער טעטיגער קומט אן אויפגעריסטעט מיט האנטוכער. לעווארן. סאוער פיקל זאפט. גרינע עפל. אין יענעמ'ס ווייב.... מ'עט גיין צום טערעפיסט זונטאג....

עניוועיס די ביזנעסלייט זענען שוין געגאנגען שלאפן די חסידים זינגען קה אכסוף דער זיידע דרימלט ווען עס קומט אן צו ויהיו רחמיך ווערן די קילערע תארערעס'דיג אין הייבן אן צו ריעפיטן די בחורימליך שטעלן זיך צו. דער באטע ווערט טראנספארמירט צו א וויי''ב היל'ת! .... פון דארטן גייט מען צו 'ביזן קרעטשמע' בקיצור די חברה האבן די עכטע ווערטער צום אייבערשטן נישט צום גלייבן....

היצט איז נאר געבליבן די חסידישע קרייזן זיי טאנצן אז ביום השביעי דער עלטסטער שוואגער האט הנאה צו דעמאנסטרירן אז ער קען די ווערטער.....

זיי זעצו זיך אראפ אין דערכאפן זיך דאס הארץ מיט די הייליגע טרויבן וואס ר' נתן יוסף האט פארשאלטן ווער ס'איז מוציא לעז דערויף....

יעדער שלאפט שוין ס'איז דריי ביינאכט. כ'קום אראפ מיט מיינע קראקס מיטן פלאן אויסצופירן די אקציע וואס וועבט זיך שוין אין קאפ פון אנפאנג סעודה.... האפנדיג אז קיינער העט ניש כאפן. כ'גיי צו צום טשאלנט טאפ וואס קאכט זיך פאר שבת צופרי מיטן פלאן אראפצונעמען א שטיקל מנה דער טאפ זעהט אויס גאנץ ליידיג כ'האץ ס'העט זיין גענוג פאר מארגן צופרי מ'העט מיר נאך באשולדיגן. עניוועיס כ'נעם מיין טעלערל מיט שווערע געוויסנביסן אין איך שפאציר אריין אין א זייטיגן צימער וואס איז שוין אפגעשיידט געווארן פון אנפאנג סעודה פאר די אפעראציע

כ'קום אריין כ'זעה דער גאנצער עולם זיצט מיט נאכט קליידער מיט טעלער'ס טשאלנט יעדער געט זיך ווידער א צולאך אין שוין.

נעעעעעעעעבעך.......
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

אלטערנאטיווע אינספיראציע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

כשטעל באלאנסירטע טריט אכטונג געבנדיג נישט צו לייגן מער דרוק אויפן פאנגעס ווי אויפן אינגרע (חכמה ואינה מלאכה) שפאצירנדיג אראפ דעם ברייטן גאס בשעת די כוואליעס פון שפייעכץ רוישן צווישן מיינע לעפצן אין גומען כ'שפיר ווי עס שפארט ארויס פארע פון די ווינקלען פון מיינע אויערן כ'בין רויט פון עקסייטמענט

ווא גייט פאר?..... ש'מער ש'ווייניגער כ'גיי היינט אריין אין מיין נייע אמט אלס א פול טיים קאמפאזער פאר איינע פון די ניי אויפגעקומענע עשירים ס'האט אים געכאפט א ריק אז ער דארף איינער זאל זיצן א גאנצן טאג אין מאכן ניגונים פאר זיינעטוועגן אין וועם האט ער אויסגעקליבן ?... אונזער הארי'ן! הארי איז קסיירעט..... שטייצעך ס'גייט נישט זיין סתם ניגונים... מ'גייט מאכן אלטערנאטיווע (וואס?) ניגונים..... דער באס איז גאר א אלטערנאטיווע נשמה

פאר ווער ס'קען הארי ווייסט אז הארי איז גאר א טיפע נשמה מיט מורא'דיגע אינספיראציעס ס'שפריצט נשמה פון זיין פעדער

הקיצור כ'קום אן אין מיין נייע סטודיא מיינע געפילן באמבענען היינט איז דער טאג וואס הארי וועט אייננעמען די וועלט!! שוין געקויפט א גרינע טי שירט מיט קראקס (ארבעטס קליידער...)

יעצט זעץ איך מיר אריין אויפן סטודיא בענקל ס'געווען א געהעריגע סורפרייז... כ'האב א דרייעדיגע בענקל!!.... כ'ראל מיך פאר כמעט א האלבע שעה... ס'געעוען שיגענע פאן (ס'איז וויכטיג פאר די מעשה...)

ענדליך צינדט מען אן לעכט אין מען פאנגט אן צו פראדוצירן תארערעס..... אין יעפס! כ'בין רעדי אנצוהייבן...

יעצט פאנגט מען אן צו שפעקולירן אויף די ווערטער.... (די טאן דארף נישט זיין מעידשאר כ'דוע)

הייבט זיך אן :

ווי א הערש אין מאראסט (פוי!)

טאטע צו דיר איך פראסק (מחוצף)

שפינענדיג מיינע וואקאלן

מיינע אויערן טוען שטראלן

מיינע הירזשען טוט זיך צוגיסן (וויש עס אויף...)

בשעת בענקשאפט טוט פליסן

צווישן די בערג אין אלדשיריע (דער עולם זאל וואטשן ווי מ'וואקט)

אין טאלן פון תימן (רייך....)


אינספיראציע טוט זיך וועבן

בשעת מייין נשמה טוט קלעבן

פארנעפלטע ווייטאג (פילט מער ווי א ציפ אין די לעבער)

באהאלט זיך אין מיינע שיך (דער ערשטער וואס נוצט שיך פאר אלטערנאטיוו)

ווען לעכעריגע געזאנגען

פארשלייערן מיר ווי א טוך (פיקאבא!!)

צו דיר שריי איך טאטע

(יעצט קומט מטה מטה...)

כ'וויל זיין א ספרדי!!!!!


וואף!!!! ס'געהעריג סמעשינג! ווערצעך געגלייבט אז הארי גייט נאך זיין אזא אלטערנאטיוויסט....

כ'האף נאר אז דער עולם וועט כאפן ווי דער משל מיטל נמשל זענען קוצליך צוזאמגעפלאכטן........

מיין באס קומט אריין כ'שלעפ שנעל אוועק די צעטל ער זאל נאר נישט זעהן וואסערע משוגענע געפילן כ'האב.....

שנעל געמאכט א ניגון אויף אחינו כל בית ישראל אזויווי אלע קאמפאזערס מאכן.... דער אקס האט זיך מחי' געווען

אין איך זינג מיך אונטער כ'וויל זיין א ספרדי.......
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

נאט'ס!..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

מאכטפול איז נישט דאס ווארט! ער שטייט אויפן פאדיום, פון זיינע אויגן שפריצן גרעניצלאזע אויטאריטעט, זיינע מוסקלען זענען פארשטייפט, נישט נאכלאזנדיג קיין ריר פון זיין שטארקע האלטונג, ער קוקט אזוי אראפ צו די מענטשן וואס זיצן מיט די אויגן געוואנדן צום פאדיום, ער זעהט אין זיי מוריטשקעס, יא מוריטשקעס, גארנישט מער, ווי קען זיך דען דער פשוטער בירגער צוגלייכן צו זיין יעצטיגן שטאנד, ער קען ניטאמאל חלומ'ן דערפון, אלזא שטייט ער אין מיט בלויזע בלינקען מיט די אויגן דירעקטירט ער די ווייטערדיגע שריט, כאילו עס גייט נישט טוישן מענטשן'ס צוקונפט,

אזוי שטייט אונזער גבאי 'חמישי' ר' וואלף אויפן באלעמער אין פירצעך זיין וועלטל מיט שטאלץ אין אנארכיע....

פאר מ'גיימער ווייטער מוז אויסגעשמועסט ווערן דער דאזיגער פאקט אז גבאי חמישי מיינט אז ער איז דער 'פיפט' קלוגסטער מענטש אין ביהמ'ד, איך למשל בין בערך די פינף הונדרעטסטע, ס'קעמען טון..... גבאי חמישי איז בעיסיקלי גארנישט סתם אזוי, חוץ אז ער האט אפשר די שליסל פון די מקוה, אין ער לאזט 'אויך נישט' קידוש מאכן ביים לייינען....

אלעס האט זיך אנגעהויבן די וואך דינסטטאג ווען ר' וואלף האט אהיימגעברענגט א צעטל אז ער איז 'שבת גבאי' אין ער זאל ביטע ברענגען זיין ווייסע העמד מיט זיין שבתדיגע גארטל די וואך אין בית המדרש, דהיינו, גבאי ראשון שני שלישי רביעי גייען נישטא זיין אויף שבת, אין ס'איז א פאסיגע צייט פאר ר' וואלף צו אויספירן זיין לעבנס טרוימונגען אין שטרעמונגען, צו שטיין אויף די דאזיגע פאזיציע פון גבאי,

די ערשטע זאך האטער שוין דינסטאג גערופן זיין קאלעגע דער גבאי שישי אין געזאגט אין אן ערנסטן טאון, אז מיר דארפן זיכער מאכן אז דער ביהמ'ד ווערט געהעריג געפירט, אלזא אנשטאט צו זיין ביזי מיט אונזערע אינערליכע רייבערייען, לאמיר זיך צוזאמנעמען מיט א צוזאמענארבעט אויף די מיסיע... מען האט שוין אפגעשמועסט אלע דעטאלן, אנגערופן די בעלי תפילות אין זיכער געמאכט אז 'שבת מעין עולם הבא תחת גדלו של הגבאי חמישי' ווערט געקרוינט מיט סוקסעס,

פרייטאג צונאכטס, ר' וואלף שפאצירט אריין אין ביהמ'ד ווי א פעפסי פלעשל, שפאצירט גראד צי צום גבאי שישי אין שמועסט דורך מיט אים עפעס גאר ערנסט, זעהט אויס ממש ווי זיי פירן אמעריקע, בקיצור ס'פליהט אהין אין צוריק, והשבת נועם הנשמות, א קלייניגקייט?.... ר' וואלף פירט די זאך דא, ער לויפט ארום פון מעכל צו קנעכל, ער בעט ווארנט סטראשעט, שווערט פארלאנגט, קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס אבער עריז ביזי...

נאכער שטעלט ער זיך אזוי אויף זיין ארט אויף מזרח צפון, מיטן פנים אויסגערייט צום ציבור, שטייט ער אזוי ווי א אינדיאנע גלח אין באקלאצט דעם ציבור מיט זיינע געבלומטע אויגן, דאווונט אזוי אויסגעדרייט צום ציבור, די וואך לאזט ער זיך מיאוס הערן, ווען זיין פייכטע שטימע פליהט ארויף צו גאר הויכע אקטאוועס אין פלאטשקעט אראפ ווי א פערד מייסטער ג' בשלח

אזוי אינמיטן לכה דודי וואקט ער צו צום בעל תפילה אין זאגט אים עפעס, אין וואקצעך אוועק מיט אזא בליק ווי לוט'ס א פאסטעך נאכן גנב'נען פאשע.... כיטרע.

עניוועיס שבת צופרי די ליינען איז געווען ממש די פיע'ק פון ר' וואלף'ס פירערשאפט, ער טיילט עליות... נישט קלאר וויאזוי עס ארבעט אבער ער שטייט ווי א קעניג, אין ווייזט מיט אלע פינגערס, ציצקעט, בלאזט, מאכט, טוט, ער איז גבאי... עניוועיס ס'קומט צו הגבה האצעכעם דערוועקט עפעס א מאדנע געפיל צו געבן פאר דעם שטילן יונגערמאן דארטן אין די קארנער, מיך, ער געבט אזא ציצקע פון זיין הויכן שטאנד ביים בלעמער, צצצצצצ.... יונגערמאן! הגבה! אופס!.... הגבה.... איי קנאו אלל עבאוט דיס סטאףף.... דיין קאלעגע דער גבאי שלישי האט געהאט די זעלבע מאדנע געפיל, פאר צווויי וואכן צוריק אין ער האט מיר אויך געגעבן הגבה, סאו יא...

בעיסיקלי איז עס בערך אז כ'שלעפ מיר אזוי אהין, אלס פארטנער האט מען מיר געגעבן א דעינדשרעס בחור, א וואקסנדע פארזעניש, דריי מאל מיין סייז, ער וועט גלילה גיין,כ'שטיי אזוי אין כ'ווארט אויף די אקעי פונעם גבאי, מ'ווארט נאך ביז דעי פארמערנדע גראבקייט גייצעך טרעפן אויבן פון די סטעפס, דער משולש איז שוין אויבן, כ'באקום אזא נאסע ווינק פון דעם צדיק, יעצט! סאו כ'הייב אויף דעם ספר, כ'דריי מיר ארום, כבין זייער צומישט, וויפיל מאל, וואו, ווער, וואס, באט שוין, ונאכדעם דארף איך מיר אראפזעצן אויף דעם אומווערדיגן צוזאמלייג בענקל, וואס קען קוים האלטן א קינד, אין באטראפן ווערן דורך די בוטשער הענט פון דעים פארזעעניש וואס איז באגליקט געווארן מיט גלילה, קוים וואס ער פיט צווישן די באלעמער אין די בענקל, ער קלאמערט מיר אזוי ארייין אינמיטן זיין גלילה אפאראציע, ער פושט אזוי... אין ער דרייט מיין הענט ביז ס'ווערט אויסגעריבן ער פאנטש ער שלעפט, פלאגט זיך אוועק מיט די מענטעלע, ער האלט מיר אין איין שיעור אראפווארפן פון בענקל, שוין דער פארזענישט האט שוין גענדיגט סתימת הגולל אין איז שוין צוריק איף זיין טאטע'ס (די טאטע פארזעעניש) שויס,

אין זיץ מיר אזוי מיט א גראבע חומש אין כ'זאג די הפטורה אין כ'הער די צוויי 'ריזיגע' גבאים זיך טענה'ן וואס מען טוט נעקסט, צו מען זאגט אב הרחמים ווער עס זאגט מי שברך, אין ווי עס פאנגט זיך אן די מוסף בעל תפילות דשאב, אינמיטן אזוי געשמאק קלאצן קומט צו א יונגערמאן מיט א ציגעלע בארד וואס האט פארשטאנען אז עס איז נישטא קיין גרעסערע כבוד פאר די תורה ווי ארויפגיין אויפן באלעמער אין דארטן צאמקושן זיין האני תורה, כ'קלאץ ווייטער אזוי געמיטלעך ביז כקהאב באקומען א פיצי גרוס פון יענעמס פיאות, אזוי נאך פאר וואס ווי ווען בין איך שוין כמעט געווען מיטן ספר אויף דר'ערד ברוך השם געראטעוועט די לעצטע מינוט פון א תענית

סאו ווילעך זאגן דער ר' וואלוון אז פון מיין זייט קענסטו הערשן מיט מאכטפולקייט אויף צענדיגער שולן, טויזנטער מענטישן זאלן ווערן אויפגעשאקלט פון דיינס א ווארט, דיי אוטאריטעט זאל דיר באגלייטן ווי דו ווילסט נאר, זאלסט קענען יעדן טאג דיסיידן ווער ס'זאל צוגיין, עולה זיין, אין וואס דו ווילסט נאר, אבער איין קליינע טובה, פון דעי הגבה גלילה קרעפ שטיי זייער זייער ווייט! איטס נאט יאר ספעשלטי,

ביי!
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

תשס"ה

אין דעעשער בית המדרש אין וויליאמסבורג דריי אזייגער פארטאגס

ר' תנחום שפאצירט אריין אין ביהמ'ד,

ר' תנחום א אכט אין פופציג יעריגער איד פון די ערשטע גענעראציע פונעם נייעם יוגנט נאכן קריג, ער האט שוין אבער א טעם זקנים, ער ברענג אלע טאג תיקון אין ביהמ'ד, היינט שפאצירט ער אריין ווי זיין טעגליכע שטייגער, מיט זיין בעקעלע מארבל קעיק, ער לייגט עס אראפ אויף די מיטלסטע טיש מאכט זיכער אז אלעס איז מסודר אין ער גייט אין מקוה ווי ער פלאנט צו פארברענגען די נעקסטע שעה'ן זיך ארומצוואשן אין אפצושיילן,

ווי נאר ער גייט ארויס קומט הייבט זיך אויף פון אונטער א באנק א שלאנקער יונגערמאן מיט די נייע בלוטוט טעכניק אין זיין אויער, ער גייט צו צום קוכן, ער לייגט דארט אריין א צעטל, אין ער לויפט ארויס,

א האלבע שעה שפעטער קומט אן דער אמיגא פון בית המדרש ער גייט צו צום קעיק, אין מיטן א שארפן בליק געבט ער עס א קוק איבער, ער שטופט אריין זיין הענט אין נעמט ארויס דעם צעטל, אין מאכט דעם וועג ארויס פון שול,

ווי נאר ער וואקט ארויס פון בית המדרש ווער ער באפאלן דורך דריי פארמאסקירטע פארשוינען, וואס נעמען אים אריין אין קאר אין פליען אוועק פון דארט אויפן העכסטן ספיד,

צוויי מינוט שפעטער קומט אן א גארבעדש טראק, עס פאלן ארויס פון די גארבעדש טראק זעקס מאנסטערישע מענטשן (?) אין קוקן זיך ארום אויפן גאנצן פלאץ, נאך א מינוט לויפן צוויי פון זיי אריין מיט איילעניש אין ביהמ'ד אין געציילטע סעקונדעס אין זאגן עפעס פארן העכסטן פון זיי, יענער געט א געשריי, 'סאפיטאקאוקראקי!' די חברה נעמען צוריק זייערע פאזיציעס אינעם גארבעדש טראק, אין דער גארבעדש טראק נעמט זיך פליען אויף אן אבנארמאלן ספיד אין ריכטונג פונעם פובליק סקול פארק צוויי בלאקס אוועק

אויבן אין אפיס זיצט ר' וואלף דער גבאי צוזאמען מיט די עף בי איי באאמטע אין בעאבאכטן די סצענע דורך די קאמערעס, גלייך נאך וואס דער גארבעדש טראק איז אוועקגעפארן איז געקומען א מעססעדש פונעם קאמאנדיר אז די אקציע גייט אריין אין קראפט,

נאכן דאווענען גייט ר' תנחום אהיים, ער ברענגט אהיים א באר הפרשה פון ר' מיילעך בידערמאן אין לשה'ק פאר זיך און אין אידיש פאר זיין ווייב, זיי זעצן זיך צוזאמען עס ליינען זי ליינט מיט א תמימות די אויבן אין פאלגט ערליך אויס יעדעס מאל ווי עס שטיייט א אות קוקט זי אונטן אין טרייט צו פארשטיין וואס די צוויי האבן א שייכות, ווידער ר' תנחום איז כידוע געריבענער אלזא קוקט ער גלייך אלע מעשיות, תורות וועט ער ליינען א צווייטע מאל,

אינמיטן ליינען אזוי געמיטלעך שפרינגען אריין אגענטן פון אלע זייטן אין פארלאנגען ער זאל אהערגעבן זיין טלית בייטל, ר' תנחום האלט זיי עס שוין כמעט ביים געבן, ווען אינדערמיט קומען אריין זעקס פארשוינען מיט געווער געצילט אלע אנוועזנדע אין פארלאנגען אז דער בייטל זאל יעצט ווערן אריבערגעפירט צו זייערע הענט, אנגעבנדיג אז זיי זענען פון די עף בי איי, די אנדערע האבן זיך שנעל ארינטיעטעט אין ארויסגעשלעפט זייערע סי איי עי בעדשעס, דא האט זיך אנגעהויבן א ערנסטע קאנפליקט, ר' תנחום שטייט אזוי פארלוירן, ער איז דא צווישן צוויי מאכטפולע רעגירונגס גרופעס, ער ווייסט נישט ווער איז דער עכטער ווער איז דער פאלשער, צו איינער איז בכלל פאלש, ער שטייט פארלוירן נישט זעהנדיג קיין וועג ארויס פונעם פלאנטער,

אין דא איז עס געשעהן....

-----

תשע"ט

אין א בעקיארד אויף בעדפארד וואלעבאוט

לאמיר אנהייבן פון אנהייב.... נאך קידוש לבנה איז געבוירן געווארן א קינד צו זיינע עלטערן, ביים ברית האט מען אים אנגעטרינקען לעולם דוד, מען האט אים א נאמען געגעבן משה יאסל, נאך דעם ערשטן שלימזל וואס האט באקומען דעם זיסן נאמען, דער פאטער איז א געשמאקער איד מיט א שיינע פאר ניקס אויף אייוועלט, אלזא האט ער אים גערופן בלשון בא'טעמטקייט ש'יאסל,

סאו... דאס איז בעיסיקלי זיין בעקגראונד, יעצט לאמיר טרייען צו גיין סטרעיט צו וואו מיר ווילן צוקומען

-----

ערגעצוואו אינמיטן זומער ווערט משה יאסל פארוואנדלט אין א לעבעדיגע שטינק באמבע, ער דרייט זיך פון מעכל צו קנעכל מיט פאני קאשעס וועגן פאטענטן צו בויען א סוכה, עניוועיס ש'יאסל באט צובראכן יעדע געזונטע נערוו פון יעדן נפש אין זיין געגנווארט אזא גוטע צוואנציג מאל, אבער וואס טוט דען נישט ש'יאסל פאר זיין סוכה, איי וועט איר פרעגן פארוואס, דער תירוץ איז ווייל ש'יאסל האט א מוירעדיגע געפיל צו מצוות סוכה,

ס'גייט צוזאמען מיט זיין דשענערל פילינג אז ער האט א ניצוץ פון ראפשיץ, (דאס איז עפעס וואס אים בייגעפאלן נאכדעם וואס ער האט אויפגעכאפט אז ער איז קלוגער וואו עוורידש) ש'יאסל דאוונט אלע יארן אין א ראפשיצער סידור, און שלוקעצט אין א ראפשיצער מחזור, וויינט אין א ראפשיצער תהילים, עסט ראפשיצער באנאנעס, עניוועיס...

סאו ווי מ'האלטמער איז אז דער ראפשיצער אורח שפילט מיטן ציבור'ס נערוון וועגן זיין סוכה, דאס איז אלעס ביז ערב סוכות, ערב סוכות פארטאגס איז ש'יאסל אינדרויסן! קאמפסגרייט! אמער... ער גייטעך בויען זיין שטורעמישע סוכה ביי זיך אין פלוין, אלזא ער נעמט זיך בויען זיין סוכה, דא קומט אריין א שטיקל פלאפ... אונזער ש'יאסל איז נישט קיין שלימזל, ער האט גראדע צוויי רעכטע הענט, סאו קיין פלאפס וועגן בויען א סוכה קעמען נישט שרייבן, וואס יא, ש'יאסל פירט זיך צו הענגען פאמפקינס אין זיין סוכה, צוויי סיבות, איינס ווייל ער גלייכט זייער שטארק די מאנסטערישע פרי, צווייטנס טוט ער עס לעילוי נשמת זיין חבר ר' אליעזר פאמפקין ז'ל

סאו הענגען פאמפקינס איז שוין נישט אזא גרינגע זאך, ס'פאדערט זיך אסאך כח אין מוח אז די פאמפקינס זאלן נישט אראפפאלן אינמיטן יו'ט אין שעדיגן מענטשן, אדער עסן חלילה
אלזא.... (צום פיפטן מאל...) ש'יאסל ברענגט אריין א טשערי פיקער אין זיין סוכה, אין נעמט זיך צום מעמד 'תליית הפאמפקינים' דער מעמד גייט אריין אין קראפט תיקף ווען ש'יאסל בענטש די פאמפקינס מיט זודיגע טרערן אין ווארנט זיי אן, 'אישי כהן גדול'....

די טשערי פיקער האט ער געדונגען פון זיין חבר 'נחום מנחם תנחום' חבירו הנ'ל האט א ביזנעס אין די קעטסקילס פון פארקויפן מיסטער קלין, מוירפי, דיבלאזיא, אין נאך געוויסע שעדליכע סובסטאנצישע פערזענליכקייטן,

ש'יאסל שטייט אויפן טשערי פיקער מיט שפריגענדיגע עקסטאז, ער האט אן זיין טיש בעקיטשע אויסגעגראדט זיין הויקער, געמאכט שיף די לעפצן, אראפגענומען די שוועמל פון קאפ, אין עווריטינג איז פולי סעט אפ פאר די 'סוכה-פאמפקין- ש'יאסל' אפאראציע, ער פאנגט אן צו האקן שטיקער, מ'הענגט איינס נאכן צווייטן, אינמיטן קומט אריין א קליינער ספאניאלא, ער גייט צו צו אונזער ש'יאסל אין פארלאנגט ער זאל פאר א רגע אראפקומען פון ס'טשערי פיקער'נען ש'יאסל טראכט פארווא נישט, אין שפאנט אראפ, נישט פארן צוריק טייט מאכן זיין פאסיק,

דער ספאניאלא גייט צו צום רעדל אין נעמט ארויס פון די ראבער אונטערן קלאטש א פיצקעלע יו עס בי, אין שפאצירט אוועק צו שאק פון ש'יאסל, פאר ער קומט אן צום טיר זאגט ער פאר ש'יאסל 'זאג דיין באסס, אז טאני איז דא געווען, אין ער זאגט אז נארטוואסער איז אין מזרח' אין ער גייט ארויס

ווי נאר ער האלט ביים טיר שפרינגט ארויס א ריזיגער מאן א שווארטצער מיט שפיגלדיג ווייסע ציינער, אין כאפט אן דעם שטינקער, פאקט ארויף אויף די אקסלען אין גרייט זיך אפצוטראגן פון שטח מיט דעם בחור אין די האנט,

יענע סעקונדע האט אויף זיין קאפ געלאנדעט א זאפטיגן פאמפקין,

פאר ער האט זיך ארינטיעטעט, זענען שוין געשטאנען ארום אים צענדליגער יונגעלייט, מיט וואלקי טאלקי'ס, אין אים אראפגעהאלטן, די ערשטע זאך האט ער באקומען א פליק אין זיין נאניע פאר ווילן צוכאפן אונזער באליבטע שול גוי, צווייטנס פארלאנגען די יונגעלייט אז זיי דארפן שוין צוריק די יו עס בי פון חמשה חומשי תורה ע'פ כ'ק אדמו'ר שליט'א, דער גוי האלט זיך ביי זיינס, דער יו עס בי גייט נישט ארויס פון זיינע הענט!

די לעצטע סעקונדע פאר די יונגעלייט שטארק זיך אויף אים לייגט ער ארויף זיין גאן אויף ש'יאסל'ס אקסל נעמענדיג אים אלס האסטעדש, די עסקנים האבן זיך גענומען שרייען וואו וואו וואו, מיטן פלאן אז דער צדיק זאל זיך דערשרעקן, אבער ס'העלפט נישט קיין כי הוא זה, (טערעסאנט פארוואס....)

דער מצב איז געווארן קריטיש, דער גוי שרייט אז ער גיבט נישט ארויס ש'יאסל נאר אויב מען מאכט פריי דעם שטח, די עסקנים זאגן אז אן די יו עס בי איז נישט דא פון וואס צו רעדן, דער גוי שרייט אין די עסקנים טרייען צו מאכן סדר, שמערל פון די גאר דרייסטע עסקנים מאכט אזא פלינקע-בעוועגונג-שטויס-עמאודשי אבער משום איזה סיבה שהוא האט עס דעם גוי כלל נישט אנגעשראקן, נאך שעות פארצווייפלונג, גיסן הייסע בליי אויפן פלאץ, ווארפן פצעי אויפן גוי, אריינשמוגלען א זרוע אין ש'יאסל'ס לינקע טאש, האט דער גוי געגעבן א שטויס א פאמפקין מיט זיין פיס, אין אינמיטן די צומישעניש האט ער אויסגענוצט צו אנטלויפן, מיטן יו עס בי,

-----

פארוואס האט דער גוי געדארפט דעם יו עס בי? וויאזוי איז עס אנגעקומען צו ש'יאסל'ס סוכה? אין וואס איז די צעטל אין ר' תנחום'ס קעיק? וואס האט זיך דארט אויסגעלאזט? אויך פארוואס איך האלט די ווייסע דשעק ענד דשיל קוקיס זענען בעסער פון די שווארצע,


דאס אלעס איז ביזדערווייל א מיסטעריע.....




ווי פארשטענדליך, פונקט ווי אלע חלומות וואס מען וועקט זיך אויף אינמיטן בלייבן א מיסטעריע.

אז איך ווער ראש הקהל וועט די מיסטעריע ווערן געלייזט,

מ'ביי!
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

בויכדריקעניש אפיציעל..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

מענטשן זענען לכאורה די נארישסטע אביעקטן אויף דער וועלט.

איך בין פון די נארישסטע מענטשן אויף די וועלט.

איי דעם דאזיגן פאקט איז שוין לאנג ברייט בארימט פאר יעדן אין מיינע ד' מיל, איז וואס זאגעכעס? פשוט. ווייל דו ווילסט עס הערן...

פון ווי ווייסעך?

לאמיר אנהייבן פון אנהייב, (כ'בין מער אזא לייבוש ליש וואס הייבט אן אימיטן די דריטע דריטל...) דעם שבת צופרי שטיי איך אין שול אויף מיין פלאץ, די צווייטע באנק פון די בעק, (די זיץ איז נישט מיינס סאו גייסט גארנישט האבן פון קוקן די סטיקער. פון וועם כ'האב עס גע'גנב'ט קען זיך מעלדן צו וועם ער וויל) מיט א שרעקליכע רואיגקייט, כ'דארף דאווענען גיין צו אפאר הענט שאקלערייען אין אהיימגיין עסן, כ'זאל זיין גענוג זאט צו קענען גוט שלאפן, מיין פיאות זאל ווערן גוט פארקלעבט, אז ס'זאל זיך קיינעם פארגלוסטן מיר צו געבן גלילה ביי מנחה, ווייל ס'איז צו שווער זעך אריינצופאנטשן אין דעי פיצי שטח צווישן דעם בימה אין דעם גליקליכן בעל ההגבה.

סאו כ'בין פעסט אנגעגרייט פאר די סיטואציע מיט א סידור א חומש אין א ספר'ל צו קענען קלאצן רעספעקטפול.

דאווענען הייבצעך אן מיט ברכות פון דעם עלטסן איד פון ביהמ'ד (אזוי ליגט מיר אין קאפ פון ראש השנה...) נאכער גייט צו דער טיפיקל בעל תפילה וואס מאכט יעדע דריטע וואך פרישע עקספערימענטן אויף כולם אההההובים... קל אדון זינגט מען עפעס א לאנגע ניגון וואס נאר אזעלכע חברה ווי @סטאווי קענען, כ'עפן אויף דעם ספר'ל אין די מחשבות פארן געשמירט וועגן די לאטערי וואס כ'גיי געוואונען דעם מוצאי בעזר הבורא ושלוחו מלאך הדמיונות יאריך ימים על ממלכתו!

מיינע שכנים ווידער זיצן באקוועם ווי כאילו דער העל תפילה רעכט אפ א קאנצערטל, כ'בין אפיציעל מעיין אין א ספר מחשבה, (עז קענטס דעי פוילע שטריקעס וואס שטעלן זיך אויף ביי א שבע ברכות אין רעדן פון זאכן וואס ווערן אסאך ארומגערעדט אין ספרי מחשבה? קעי... כ'גיי אפשר זיין אזאנס. טעיקיטיזי..)

קלאצעריי פארט עפעס אויסנאם געשמירט ברוך השם אדאנק די פאוערבאלל אין נאך געוויסע פאקטארן.. גראדע בינעך געווארן אביסל אנגעצויגן אינמיטן, ווייסט ס'שטייט אסאך מאל אין דער איד ביי די הערכות אויף נפטרים, אויף מענטשן אז זיי זענען געגאנגען א הארץ אטאקע, נאכדעם איז דא דעי וואס שטארבן פון יענע מעשה נאכער איז דא דעי וואס ווערן נסתלק נאך יארן ליידן פון פארשידענע מיחושים... סאו וואס מיינט א מיחוש? למשל שטארקע רוקן ווייטאג איז א מיחוש? אויב יא קעמען אזוי שרייבן אויב כ'שטארב ערגעץ די נעקסטע שטיק צייט זאל נישט אויסגערעדט זיין אין נישט איינגערעדט זיין...

עניוועיס צוריק צום נושא. אינמיטן מיינע רואיגע מאמענטן כאפ איך אויף אז דער יונגערמאן וואס נעמט קער פון די עליות אין דעי אלע מינע זאכענעס נוצט די שארפע אויגן - וואס דער גאט האט אים געגעבן במתנה זיך צו שיצן פון פארציקנדע מענטשן אין זיין געגנווארט - צו קוקן אויף מיר.. גיי ווייס וואס דער איד וויל... אין כ'זעה דער אנדערער שכן דארט, אויך פון דעי 'יונגערמאן גיי פתיחה קראו' קוקט מיט אזאנע אויגן אויף דעם שטח וואס איך קונה שביתה געווען. קעי. פיין. וואס יעצט?

כ'דאוון ווייטער כ'מאכמער נאטורליך. ס'גייט סייווי קיינמאל ניש, אבער וואס דען זאלעך טון? די חברה האלטן אן זייער שטייפע אבזערוואציע אויף מיין פלאץ אן קיין רחמנות.

נאך שמונה עשרה פרעג מיין שכן\חבר (עה.. עריז נישט ממש מיין חבר.. אויב מ'פייגער'מער די זעלבע וואך גייט לכאורה נישט שטיין אין דער איד הנאהבים בחיים ובמותם לא נפרדו [קעי. היינט רעדט מען פון שטארבן... גיי ווייס וואס דעם צדיק האט אנגעכאפט...] יעצט דעיע) צו ער האט שוין אויך אמאל באקומען אזא מתנת השקפה? זאגט ער אז ער באקומט עס כסדר. קעי. סאו וואס טוען זיי נאכדעם? זאגטער אז אסאך מאל קענען זיי צושיקן צו מוסף, אסאך מאל געבן פתיחה, אסאך מאל פרעגן זיי דיר צו דו קענסט מצרף זיין פאר א יולדת מוצאי שבת. פיין כ'בין דיזי.


סאו דאווענען גייט ווייטער, ערשט איז עולה דער כהן ענד סאו פאר.... ביי מיין פלאץ זיצן א חבורה אידן וואס מען האט משום חסרון סלאטס או משום איזה סיבה יותר רציני נישט אויסגעקליבן צו דעם אמט פון בעל קורא, סאו דעי חברה האבן דארט אזא.. לאמיר עס רופן סופארט גרופ... זיי זיצן צוזאמען איבער איין חומש אין פאסן אויף צו זייער געלערנטער קאלעגע מאכט חס ושלום א טעות, אויב יא ווערט א שמחה אין אלע עולמות... דעי חברה נעמען זיך שרייען פארפירן מוחה זיין לויפן צי צום בימה אינמיטן ליינען אין שלעפן דעם בעל קורא'ס טלית ער זאל צוריקציען פון זיינע שלעכטע דרכים, אין איבערזאגן דעם ווארט כפי דרך המסורה לנו.

כ'זיץ ווייטער אזוי איינגעקורטשעט, כ'הייב אן צו טראכטן אז ס'קען זיין אז כ'האב נישט געצאלט קיין מעמבערשיפ סאו מ'גייט מיר איינמעלדן אז כ'גיי דארפן גיין ליגן אין הר שלום... שוין לאנג געטראכט אז מ'דארף מפנה זיין דעם ריבניצער צו אונז קיין קר'י, ביז דאן גייט אין לייבוש לאכערס 'קוקי שטיבל' נישט זיין צו געפינען קיין טשארדשער פאר א רפואה, די איינציגסטע זאך וואס דעי חברה ווילן איז אז דו זאלסט שטארבן, אין זיי זאלן דיר קענען באגראבן! עניוועיס מיינע פחדים וואקסן אויף הייוון וואס די צוויי אידן קענען ווילן פון מיינע ארימע געהירן.

שוין ביי דעם חתן תורה קידוש היינט וועל איך נישט זאט ווערן. כ'פלאן די צוויי אידן נישט מוציא צו זיין מיט קידוש. אבער ה' ירחם קוקט'ס אויף ענקער נעגל! וואקץ אראפ פון מיינע שלייקעס! אבער די צוויי חברה געבן נישט אויף. קעי. נישט. סאו וואס ווילט עטס?

נאכן דאווענען ווען די צוויי זענען זיך געגאנגען זייער וועג אן זיך מסביר זיין פארוואס איך האב אויסגעקוקט ווי א פעינטינג היינט א גאנצן דאווענען, בין איך צוגעקומען צו די מסקנא אז מעלדן פאר א יונגערמאן אז ער קען טון דעי יאמי זאך פון גיין פתיחה געבט זיי נישט גענוג סאטיספיקאציע, זיך ארומצודרייען א גאנצע וואך א זיי זענען די מושלים אויף דעם בית המדרש איז נישט גענוג ריזיג פאר אזעלכע מעכטיגע מענטשן ווי זיי. זיי דארפן אז איך זאל אנערקענען אז כ'בין בלויז א פלעינע נארישע מענטש וואס קען נישט אליינס אויסקלויבן ווען כ'קען באקומען הגבה. כ'דארף אנקומען צו זייער באפולמעכטיגונג. קעי.

סאו אין בית המדרש האלט איך עס ענק נישט ביים זאגן. אבער כ'גלייב אז אזעלכע ליידנגייערס ווי ענק ליינען זיכער אייוועלט. אלזא מעלד איך דיר דא איין. כ'בין א שוטה. האסטע...

קעי סתם געשאסן העיט לכבוד מוצאי שבת... וואס טוצעך מיט די עלעקשאנס?...

ביי!...
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

שטורעמפיש: לאָסט!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

איזעעע...

די מעשה האט פאסירט מיט מיר אין א געווענטליכע טאג (פאר דעי מענטשן וואס זענען אייביג נייגעריג אין וועלכע סיזען, העלעך זאגן, פרילינג. [אין א סייד נאוט:עטץ זענט'ס פאני פיפל])
כ'בין ארויסגעגאנען אויף א שפאנציר, ציללאז, ענדלאז, עז יוזשעל. כא געוואקנט היבש לאנג, פארטיפט אין מיינע געדאנקען, (גראדע רעדערייען, ווארום, אין וואלד קעמען דאך רעדן צו זיך אליינס, אבער כ'שעמעך עס צו שרייבן אומאויסגערינגלט.) (דראפ דעי רינגלעך! קאט!!!)

ענערוועי, נאך א היבשע ווייל, האבעך מיר דערזעהן טיף אין וואלד, פארלוירן, פלעין. פשוט. סימפל.

כ'הא מיר אנגעפאנגען ארומצודרייען רעכט'ס אין לינקס, קודם האבעך געטרייט צו נאכגיין עפעס א בת קול, למעשה איז נתגלה געווארן אז ס'קומט פון בארג סיני, ביז אהין פלאן איך נישט צו וואקן, מיט א שיף פלאנעך נישט צו פארן, א שיפס קאפיטאן פלאן איך נישט צו ווערן, כ'בלייבמער א נביא אין שוין!

אלזא, ברויך מען טרעפן א צווייטע וועג ארויס פון דא, א'ניש, גיי ווייס ווער ס'וועט נאך בלייבן א עגונה דא (כאילוי כ'קעיר...) געפרואווט נאכצוקוקן וועלכע וועג די פייגלעך פליען, מיינע אויגן זענען שוין דיזי פון זעך דרייען, אבער וואס טוט מעניש פאר די עגונה...

למעשה בינעך טאקע דערגאנגען זייער ארט, נעמליך, נעבן א בראקעלי געוויקס. פעך! שוין סאך בעסער צו זיין פארלוירן אויף א ליידיגע מאגן, אבער ווי עטץ שטעלצענק פאר, די בראקעלי האט פארשטייצעך דערמאנט פו די וואן ענד אנלי.. די עגונה, וואס איז אנגעבינד מיט שווערע קייטן צו די בראקעלי. אלזא מוז מע זיך אנשטרענגען צו טרעפן א וועג ארויס פון דא.

כ'וואק, אננמאכט, כ'זינג מיר אונטער דעי לוי יצחק ניגון פון לייבי, ווארטנדיג דעי פארברעכער זאל שוין אנקומען מיר בא'גנב'נען, אין ווייזן די וועג ארויס פון דעי סטופיד וואלד, וואס דערמאנט פון א פלעי גרופ.

אין פלוצלונג!..


איז מיר בייגעפאלן א הערליכע תירוץ אויף די סמיכות דר' תנחום, אבער אזויווי ס'ניש חנוכה העמער ענק נישט באלמוטשענען.

צוריק צום וואלד: כ'שפיר פארמאטערט, אויסגעדארשט, אזש כ'בין גרייט אויפצושניידן א הויקער פון א קעצל, אופס! נאופ. קעמל. אין אויסטרינקען איר אינהאלט.

נו.. וויזאוי געבט מענזעך שוין אנייצע דא? כ'ביו הונגעריג! אין מיין קאפ קומט ארויף דאס געשיכטע פון די ארבעה שבוים. סארי, שבועים, נעמליך אחימן ששי אין תלמי, אין זייער טאטע, פעסטע זאטע חברה וואס האבן געהאט א לאנד פון טייטלען אויפצועסן טעגליך, הלוואי! כ'זוך אויף פון צווישן מיינע ציינער, א שטיקל פאפקארן וואס ליגט נאך דארט פון 'תשמ''ח' פרובירנדיג צו זעטיגן מיין הונגער.

האמת אגיד, כ'בין טאקע א ברסלב'ער, אבער כ'האב שוין ערנסט געפלאנט אויפצוגעבן.

דא איז געקומען די ישועה, אין פארעם פון א צעטל וואס איז אנגעקומען צו מיר ממש בדרך נס.

דער צעטל איז ארויסגעשטעלט געווארן פון פופצי'ס קאמפיין הויפטקווארטירן, עס ליינט זיך ווי פאלגנד: זענט איר לאָסט אָר סטאָלען? פופצי'ס געלע באס וועט אייך ארויסהעלפן אין אייער סיטואציע, אין אייך אהיימברענגען מאפילה לאורה שנעל אין גרינג. מיט א עקספיריענס פון א געוויסע מרת ח. וואס איז שולדיג איר לעבן פאר די פופצי קאמפיין, נאך וואס זי איז געווען גע'גנב'ט אדער פארלוירן, אין נאר דער וואונדערליכער פופצי געלע באס האט איר געראטעוועט.

אלזא, האבעך תיכף געפאלאוט זייער אינסטרוקציעס, אין בעזהשי'ת ווי דער רבי זאגט: לבסוף הוציאה!..

אלזא רבותי... די מעשה האב איך אליינס געטראכט! לא ע'י מלאך, ולא ע'י קיינעמניש!

זענט איר פארלוירן? ווייסט איר נישט ווי זיך אהינצוטון? איר דרייט זיך מיט צומישענישן? ספיקות? שווערע געפילן? עמאושענעל דעמעדש? שליסט אייך אן אין די וואונדערליכע פופציגער גרופע, אין שנעלע וואונדערליכע רעזולטאטן!

די פופציגער קאמפיין פארשפרעכט צו זאגן פערציג מאל! אמר רבי בנימין פאר יעדע פארלוירענע נשמה, זי זאל טרעפ איר שוץ אונטערן פופצי קאמפיין!

ביי!...
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

הייל גרין!..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

דער עולם לאכט א גוט'ס.. וואס גייט פאר? בעיסיקלי יעדן טאג עפעס אנדערש.. ס'גייט נישט קיינעם עכט אן וואס ס'איז פאני היינט, אין וויפיל ס'מאכט אויס אויף ווייטער, דער עיקר איז, כ'האב א גוט'ס, יעדער לאכט, טאג איז געמאכט.


דאס איז מיטן אונז מעינסטריעם פיפל, ס'איז אבער דא אין די שטאטישע אפיסעס געוויסע פערזאנען, וואס זיי זענען די וויצן שאפערס... זייערע סחורה איז שלאג-ברעט פאר אלע פרישע וויצן. לעצטנס האבן זיי מיט גרויס בליעל'קייט, דורכגעטרויטן אלע זייערע גרעניצן, אין גורם געווען שרעקליכע הוללות ביי כלל ישראל. פלענער פליסן ווי (לאמיר טראכטן עפעס א גוטע לשון... יו קנא וואט!) וואסער. אין אונזער עם החזנים שטיקצעך פאר געלעכטער אינערהאלב די היימישע מקוואות.

---

זיצטצעך דער קעניג פון נעוו יארק. מר. עדעמס. אויף זיין שטול, ארומגענומען מיט שרים ושרות, זיי הייסן שטאטראט. על שם די שטאט ווי זיי וואוינען.

סתם פאר א קרישקע. מ'זוכט שוין פאר א היבשע שטיק צייט איינער וואס זאלזעך אונטערנעמען צו ווערן ראט-מיניסטער, קיינער וואגט זיך אבער נישט, צוליב די שווערע דראונגען פון די ערגסטע קרימינאלע באנדעס. מיאוסע גענגסטערס. זייער אפיציעל פי או בי איז צער בעלי חיים. מער אזא בחינה ווי קאנג. אורות נשגבות.

צוריק צו מנין. דער שטאט ראט האלט אינמיטן ראטעווען די וועלט פון אונטערגיין, אין זארגצעך פאר אונזערע אייניקלעך (וועם דען? זייערס? מוילאייזלען פרוכטבארן נישט.) וועלכע שטייען אויס צו בלייבן איין טאג, פולקאם לופטלאז. (שרעקעדיג? הע..) אין גלייכצייטיג פארוואנדלען ניו יארק סיטי, אלץ די גרינסטע שטאט אויפן כדור, אזש עס וועט ציען יו עף או'ס פון אלע פלאנעטן צו קומען וואוינען אין מארסי פראדשעקטס.

סאו מ'האלט אינמיטן סטראטעגירן מיט אפעטיט, דער עולם איז וואזשנע ב'חעס הידוע. יעדע מינוט קומט א צווייטער מיט א געדאנק. יעדער מיט די גאנצע ערנסקייט אין אפיציעלקייט, עס הערשט אזא כובד ראש ווי ביי א אסיפת עסקנים אין מקווה, ווען פירצות ווערן פראדוצירט אין פראצעסירט.

דער ווארט פלעסטיק בעג איז שוין פארגעסן געווארן איר באדייט, גאז אויווענעס איז שוין פארבאטן. קיייינער גייטעס מער ניש נוצן! דער מעיאר האט שוין רעקאמענדירט מען זאל סטאפן עסן פלייש, אין ווי באקאנט איז א רעקאמענדאציע פונעם מעיאר גאר א באדייטפולע זאך. יעצט דארף מען זיך פשוט נעמען אויף די פרישע פלענער, סאו הייבט מען אן אויף די סדר פון די צעהן מכות.

אלזא... דער ערשטער פלאן ווערט אויפגעברענגט. והנה: פארבאטן פרידשידערס! יעפ! פריזשידערס געבן ארויס אומנאטורליכע קאלטע לופט, דעי לופט האלצעך קאלט (פרעג מיר נישט וויאזוי...) אין ווען ס'קומט א ווינט פון תימן, טראגט עס די פריזדישידער לופט צום מעקסיקאנער גאלף, ווי עס מישט זיך אויס מיט ווארימע לופט, ס'ווערט א צונאמי, וועלכע שפריצט אויף די אייזבערג אין נארט פאול, וועלכע צולאזט זיך, אין פארשוועמט די וועלט. געפארפול!

דער פלאן איז אין פראסעס...

קעי. נעקסט.

פארבאטן פלאנצונגען, די רעקאמענדאציע צו עסן פלאנצונגען איז בלויז געווען פון פסח ביז שבועות. דער פאקט איז אז מען קען זיך נישט ערלויבן צו עסן פלאנצונגען, ווען מען ווייסט אז אין יעדע ווייצל איז אריין גאלאנען פון געז, דורך שווערע מאשינערי, ווי קאמביינס, טראקטארס, אין אנדערע גענגסטערס.

פרעגצעך די שאלה... וואס וועט מען עסן? געניאליקער זענען גלייך ארויפגעקומען מיט א פלאן. די שטאט וועט באשטעטיגן א ספענדינג ביל פון אפאר טריליאן דאללער, מאכן א מאסיווע פי אר קאמפיין מיט מעכטיגע רעקלאמעס, צו מאטיוויזרן מענטשן אין א פראגראם פון 'בלויז שוועמל דיעטע' מאשרומ'ס איז די סעלושן! גאנצע עולם וועט עסן מאשרומ'ס אין אונזער וועלט איז א גרינער. מ'העט פראמאוטן 'שוגער מאשרומ'ס' יעדער וואס עסט מאשרומ'ס פאר א וואך אין א ציה, אין ער ברענגט צוריק צעהן ליידיגע קענס, באקומט א 'מאשרום קענדי' יאממי!

דער פלאן האט זיך געהערט אויסטערליש רעאליסטיש, ביזן אנפרעגן די לאקאלע סייענטיסן, וועלכע האבן קלאר געמאכט פאר די ענטוזיאסטישע מאשרום פיפל, אז אין א גרינע וועלט מיט נאו פעלושן, ווערט נישט פראדוצירט קיין איין סינגל מאשרום! די נאטורליכע גאזן וועלכע פראדוצירן מאשרום וועלן פארטיליגט ווערן. חרמה. סאו.. אזא פלאן איז פשוט נישט מעגליך.

נאך אזא שרעקעדיגע מעלדונג, האבן רוב פרויען פון שטאטראט ארויסגעטשעקט פון די גאנצע גרין-מאכעריי פלאן.

נעקסטע פלאן איז פארגעשטעלט געווארן דורך א געוויסער פראו-היימלאזע אקטיוויסט. וועלכער איז גראדע באקאנט אלס א מענטש וועלכע לאזט זיך כמעט נישט בייגן פון קיין נגיעות.

דער פלאן לויטעט ווי פאלגענד. הערט אין שטוינט...

סטאפן בויען הייזער! האסט שוין אמאל געטראכט וויפיל פעלושן עס קומט ארויס פון קאנסטרוקציע? זאפאסן! סאיז סתם היפאקריטיש צו גיין ווייטער מיט גרינקייט פלענער ווען אין די זעלבע צייט בויט מען הייזער אין די מאסן.

חוץ מזה, צוווארפן אלע אלטע הייזער, מעינטענען א הויז איז אויך פארבינדן מיט שטארקע פעלושן פארמערער.

דא האט איינער אריינגעווארפן א באמבע קשיא! ווי גייט מען וואוינען? אופס!... אבער ניין... מ'געבט נישט אזוי שנעל אויף! מ'העט שיקן דעם עולם וואוינען אין געצעלטן. וואט'ס Wראנג?..

אבער דעי פארקילטע באבע אין די קארנער איז בכלל נישט צופרידן. ס'גייט זיין זייער קאלט, זי פארלאנגט א ביל וועלכע טיילט גאר ווארימע דאכענעס פארן באפעלקערונג. בייזע בליקן האבן גענומען שטורעמען פון אלע זייטן.. נארישע פרוי! דו וויסט וויפיל קאטשקעס עס ווערן נעבעך אויסגעקוילעט פאר יעדע דאכענע? וועלכע פרומע פראגרעסיוו שלאפט נאך היינט מיט א דאכענע?! אבער אזויווי דאס קינד לאזט נישט נאך, האט איינער פאר א מיסטעיק ארויפגעברענגט, אז מ'זאל שלאפן אין גארבעדש בעגס. אזוי העט מען שוויצן צום טויט. דא איז דער גאנצער זאל געווארן ווי א קעסל. אפילו דער מעיאר האט געווילדעוועט ווי א צעירים בחור... א פלעסטיק בעג? איר זענט ביים זינען יונגערמאן?!

אבער קיין נאראנים זענען זיי דאך נישט. יעדע זאך האט א סעלושן... מ'גייט שלאפן אין פעיפער בעגס! (פרובירטס עס אויס - אין לאזט מעך וויסן וויאזוי ס'איז געווען...)

נעקסטע אפציע. בית הכסא פארבאט. ס'איז דא גענוג פעלדער ווי דער עולם קענזעך מסדר זיין, סתם לאזן די פעלושן אין די לופט איז א עבירה. קינוח שטיינער קענט איר איינהאנדלען ביי אייער לאקאלע משמש.

אין אז מען רעדט שוין יא... אסר'ן די אידישע שלש סעודות צוזאמקנופטן. פעלושן סענסאר האבן זיך שוין פילע מאל ווילד צופיפן ביי אזעלכע צוזאמקומען. אורזאך אומקלאר.

ווער עס ווערט געכאפט מיט שלשול, איז א געפאר פאר די מענטשהייט. טויט שטראף אויפן ארט! א אויסנאם ווערט געמאכט פאר קיען, וועלכע זענען כראנישע שלשול ליידנדע. די קיען קענען ווארעם באדאנקן פאר די צער בעלי חיים גענג, וועלכע האט זיי געראטעוועט פון א זיכערן טויט.

אידישע גרופעס וועלכע גלייכן צו מאכן א קידוש האשעם (די זעלבע האשעם פון איי לאוו יו) האבן אויפגעברענגט א כיטרע פארבאט. (האבעך דיר נישט געזאגט אז אונטער זייער הודי ליגט א אידישע קאפ...) נעמליך, פארבאטן דאס זאגן 'ותן טל ומטר' א תפילה פאר רעגן.

'מען זעהט אז זינט דעם איינפיר פון די דאזיגע תפילה פאר פופציג יאר צוריק - פאכענענדיג מיט א צייטונג פון כ'ח ווי עס שטייט מתחילים לומר ותן טל ומטר - האצעך דער וועטער שרעקליך דערקייקלט, די אייזבערג זענען ממש צולאזט' ארגומענטרירט א מוסלעמענע מכשפה, וועלכע איז שטארק אין שטיצע פון דעם געזעץ, גלייכצייטיג ארויסווייזנדיג אירע קענטעניסן אין אידישע היסטאריע...

מען דארף געדענקען - לייגט צו א געוויסער פראו אביעקטן אקטיוויסט - חוץ וואס צולאזטע אייזבערג קענען פארשוועמען די וועלט, האבן אייזבערג אויך געפילן... איר ווייסט וויאזוי עס פילט ווען איר ווערט צולאזט ווי א פאקסי, אן איבערלאזן א קדיש'ל אויף די וועלט? איטס טעריבל פירט ער אויס מיט שטארקע מיטלייד.

למעשה איז דער געזעץ נישט אין קראפט נאך וואס מען האט אפגעמאכט אז מען קען עס סייווי נישט אינפארסירן. ' די אידן זענען גענוג כיטרע, אז דו וועסט נישט לאזן וועלן זיי עס זאגן שטיל' האט א אויסגערופענער חכם פון די שווארצע געמיינדע קלארגעשטעלט.

דער נעקסטער פלאן איז גראדער היבש צום זאך. דער עולם זאל אויפהערן גיין צופיס. ס'מאכט שוויצן. שוויץ איז פעלושן סטעידש 4. די איינציגע וועג פון נעוויגאציע זאל זיין ווילטשעירס. בעיסיקלי.. גאנצער עולם איצי פיצי אין ציפי זאלן זעך אריינזעצן אין ווילטשעירס, אין פארן! הענדיקעפ זענען סייווי די מערסט געשעצטע מענטשן אין די סיטי, ווי שוין געזעהן לגבי אויבנאן ביי פארקינג.

דער פלאן נעמט אריין נאך א קליינע סעיף. יעדעס מאל די וועטער איז יומיד זאל מען פאררופן א קורפיו!

קעי... ווען עטץ ענדיגטס אויספרובירן די אלע פלענער אין עטץ דארפטס פרישע, קענט עטץ מיר קאלן. אבער פליז! נאר אויף א טעלעפאון וואס ארבעט אויף מאשרום קעיבלס!

ביי!...
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

כ'געב מיר אונטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

א גוטן טאטע. כ'האב שוין זייער לאנג נישט געקוקט אויף דיין זייט. ס'איז נישט ווערד דו זאלסט מיר אויסהערן. אבער. איבערקוקנדיג אלע אפציעס. איז געבליבן די איינציגסטע אויסוואל. זיך ווענדן צו דיר.


דאס טרערן זעקל איז שוין פארנוצט. פשוט. דער טריגער איז סאך מער ווי די מאס פון דאס קליינטשיק זעקעלע.

טויזנטער קליינע דעטאלן וועלכע האבן זיך ארומגעדרייט אין מיין קאפ. ווי א כישוף ראד. זענען ערגענצט געווארן. אין פארעם פון א מייסטער פלאן. מייסטעריש איז נישט דאס ווארט. קיינער. דער גרעסטער שאך שפילער. וואלט נישט געקענט באווייזן וואס דו. כל יכול האסט באוויזן.

כ'בין פארכאפט פון אלע זייטן. די לעצטע שטיק צייט האב איך געמיינט. אז כ'פיר אליינס מיין לעבן. אין מיינע שטרעמונגען ווערן סוקסעספול דורכגעשטופט. אבער יעצט. ווען איך קוק צוריק. זעה איך. אז אלעס איז געווען אויסגערעכנט פון פריער. מיט א פונקטליכע פארהוילענע ציהל. ניין. כ'ווייס נאכנישט וואס דיין ציהל איז. אבער כ'זעה. אז עפעס ווערט דא אויסגעפלאנט גאר גרויס.

אדערווייל. זיץ איך. דער העלד פון די געשיכטע. אין ווארט מיט אגנסט. דאס געדעכטעניש זאל פארבייגיין. די וואלקענעס זאלן זיך צושפרייטן.

איך קען מיר קיין ריר געבן רעכט'ס אדער לינקס. דו האסט מיר פארשלאסן. האסט מיר נישט געלאזט קיין שום וועג ארויס. דאס שפין וועבעכץ ווערט דיקער אין געדעכטער יעדע סעקונדע. ס'איז נישטא קיין וועג ארויס פון דא. לא.

אלזא זיץ איך דא פארשפארט אין מיין גייסטישע תפיסה. מיט די קאפ אראפגעבויגן. די איינציגסטע אפציע איז פארליבן. שרייען צו דיר.

טאטע. דו ביסט מיין שאפער. מיין עקזיסטענץ. מיין ליכטיגקייט. מיין גאנץ פארמעגן ביסטו.

דו האסט געזארגט פאר מיר .פון די טאג וואס איך בין אראגעקומען אויף די וועלט. ביזן היינטיגן טאג. ווען דאס גאנצע מענטשהייט. אין אלע באשאפונגען. וואלטן דיר אינאיינעם געלויבט. פאר טויזנטער יארן. וואלט עס נאכאלץ נישט אנגעקומען צום לויב. וואס איך דארף דיר געבן. פאר יעדע פרט פון מיין לעבן.

אבער טאטע. די אלע יארן וואס דו האסט מיר גוט'ס געטון. איז דען געווען מיר צו שטאפן. ווי א גאנז פאר די שחיטה? דו האסט מיר געראטעוועט פון אלע ענגשאפטן. נאר מיר אריינצולייגן אין א מצב ווי איך בין נוצלאז? מיין תפקיד איז צו בלייבן זיצן דא. אין דיין געטליכע תפיסה. וואס דו האסט מיר אויסגעפארעמט. צו דארף איך זוכן א וועג ארויס? איך קען זוכן. אבער ווי אלע וועגן. קענסטו יעדע ערפינדענע וועג ווידער פארהאקן.

נאר דו פארשטייסט. וויאזוי עס שפירט מיין צער. א ספעציעלע צער. באשאפן געווארן פאר מיינעט וועגן. קיינער וואלט נישט געקענט אזוי צוטרעפן צום פינטל ווי דיר. טאקע ווייל דו ביסט דער פראדוצירער. פונעם פינטל אויך.

נאר דו פארשטייסט. דעם צער פון זיך פרובירן ארויסצודראפענען פון א מצב. אין זיך צוריקדערזעהן אין איר. אונטער א האלבע שעה. דאס מאל אין א נייע פארעם,

נאר דו פארשטייסט. דעם צער פון א שאקירטע ערוועקונג צום רעאליטעעט. אז זאכן קענען נישט גיין אזוי פאר אייביג.

דער צער איז געגאנגען אזוי ווייט. אז איך. דיין פארגעסן קינד. דער דערווייטערטער פרינץ. וועלכע האט פרובירט אפצורעכטן א לעבן. אן זיך דערמאנען פון דיין עקזיסטענץ. האט געמוזט נאך אלעם נעמען דאס פענע. אין שרייבן צו דיר.

ליבער טאטע. ביי דיר איז דער פארגאנגעהייט. דער צוקונפט. אין דער יעצט. איינס. דו זעהסט מיר שוין שטיין מיט א גליקליכן שמייכל. צוריקוקנדיג אויף די היצטיגע תקופה. אין זעהן. וויפיל עס האט ביישטייערט פאר מיר. וויפיל עס האט צוגעגעבן. צום גרויסקייט אין שיינקייט. וואס ווארט אויף מיר. איין טאג.

טאטע. איך ווייסט אז דו שטייסט אונטער אלעס. וואס מיט מיר פאסירט. פאר א שטיק צייט האב איך עס פארזעהן. אבער יעצט שרייט עס ארויס פון אלע זייטן. טאטע! איך ווייס אז דו ביסט עס. איך זעה דיר. איך זעה דיין געטליכקייט. אין פארעם פון א גרויסע גייסטישע שלאס אויף מיין גאנצע וועזן.אבער פון די שפאלטנס זעהט מען דיר ארויס. פון די הסתרה שבתוך הסתרה. ווערט ארויסגעזעהן א הימלישע אנטפלעקונג פון געטליכקייט. דו ביסט עס! דו ווילסט עס! דו קענסט עס אין איין רגע ענדיגן! אבער צוליב דיינע פארבארגענע פירונגען. ענדיגסטו עס נישט. פאר מיין טובה. איך נעם עס אן.

אבער טאטע. וואס טו איך יעצט? וואס איז מיין נעקסטע שריט? כ'ווייס נישט ווי איך גיי ווייטער. אפילו איין טריט.


אלזא, טאטע. כ'געב מיר איבער אין דיינע הענט. פיר מיר ווי דו ווילסט. א גוטע נאכט.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

לייצעעם!..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

חעזקי! יאסי! קומץ דעי רגע אריין! רייסט זיך זונדל אריין מיט א שטורעם אין די קופקע פון קינדער - וועלכע האלטן אינמיטן דיסקוסירן די לעצטיגע סטראטעגיעס פאר פאָטאַש פארן ממלא מקום, האפנדיג אז דער פאטענט וועט זיי פארוואנדלען אלץ מאניפולירנדע שפילער אין די קלאס פאליטישע מאפע. – ווען זיינע הייס רויטע פיאות פליען אויף אלע זייטן, זיין טלית פליסט אראפ פון די פלייצע ווי א וואסערפאל.

חעזקיאסי! שרייט ער היסטעריש צו זיינע צוויי טראן פאלגער. שוין. יעצט. אריין. אין. בית. המדרש!

זיי בליקן זיך איבער מיט וואונדער. וואס איז די פאניק אטאקע? אבער יאסי כאפט שנעל. דעי סיטואציע דערמאנט פון דוכ'נען, אופס! כ'בין נישט גרייט אויף דעם יעצט, שטיין אונטער טאטי'ס טלית איז א ערנסטע קאשמאר, עס שפירט זיך ווי אין גיהינום פורים נאכמיטאג, זינט טאטי געבט ארויס דאזעס פעלושן, אין צוגאב זיינע מיטברימערייען מיט דעי ניגון פון די כהנים. טאטי טענה'ט אז ער איז א באהאלטענע כהן, בקיצור, כ'קעניש יעצט! נאו וועי!

אבער נעה.. חעזקי טענה'ט אז מ'דוכנט נאר ראש השנה. סאו וואס קען עס זיין? אופ'ס! רישחוידיש בענטשן. קלאר.

זונדל יאגט אריין אין ביהמ'ד מיט זיינע צוויי גרויסמאכטן, וועלכע שטעלן שנעל_ברייטע באלאנסירטע טריט, צו האלטן די אקופירטע שטחים פארזיכערט.

זונדל איז שוידערליך ערנסט, צו דאווענען האטער נאכנישט אנגעיאגט, אבער רישחוידיש בענטשן, דאס קען ער נישט מוותר זיין.

חעזקי! נעם די רגע א סידור! דו ווייסט וויפיל תפילות א יונגל א יאר א האלב פאר די בר מצווה דארף האבן?!

_זעקס חדשים מיט דריי פערטלעך צוויי חלקים, אין א לאטקע, פאררעכט חעזקי דעם שוידערליכן טעות.

דער רב שטעלט זיך ביים בימה, וויקלט זיך אינעם באקוועמען טלית, נעמט דאס ספר תורה אין די האנט, אין מיט א געבראכענע שטימע הייבט ער אן, יהי רצון מלפניך..

יענע רגע ווערט דער בית המדרש איינגעהילט אין א סליחות'דיגע אטמאספערע, יללות הערן זיך פון אלע זייטן א_ווי ביים ונתנה תוקף.

שוין, דערוילעם קאכט אריין, דער רב ברעטשעט זאכענעס, דערוילעם ענטפערט אמן, ...ולגשמים.. בומס! ווער דארף רעגן גאט אין הימל? יעדעס מאל ס'רעגנט גייט מכות, מענטשן זענען לעגיטים אנגעזעצט ווען ס'רעגנט, אלזא. ווען ס'העט ווען געווען גראז-וויזע-פאשע דא אין וויליאמסבורג, קענעך נאך הערן, מענטשן זאלן מוותר זיין פון זייער באקוועמליכקייט, פשוט ווייל זיי זענען סענסיטיוו צו די געפילן פון די פלאנצונגען, אין זענען גרייט צו מוותר זיין אויף זייערע באקוועמליכקייטן פאר דעם, אבער ריבונא דכולא עלמא. קיין פינטל גרינס געפונט זיך נישט אין דעם שטעטל, סאו וואס פארפירט עטץ פאר רעגן, ווען מארגן גייטעץ שרייען אז אויב ס'רעגנט נאך איין טאג טיילט מען פראסקעס! הא?

גראדע נישט אינגאנצן גערעכט. איין פלאץ אין וויליאמסבורג איז דא א אבנארמאלע שפע פון כל מיני פלאנצונגען, דאס איז נעבן דעם אנדערפעס אויף ווייט עוו.

איז ווערד אריינצוקוקן, ווער האט געזעהן פאר וויכטיג אנצופלאנצן גראז אין דעם גראז-לאזן שטאט? אין וואס זענען זיינע מאטיוון דערביי.

---

ראש השנה נאכמיטאג.

דער שטאט ווירבלט, צענדליגער משפחות, קינד אין קייט, שטראמען אראפ, אלעס איז אויפן וועג צו תשליך. יאפס! תשליך! די חלום פון יעדעס קינד. מ'גייט צו א וואסער מיט קאטשקעס אין פישן (סקעם אלערט) מ'ווארפט אריין אביסל סאוער-דאו, מ'שאקלט אויס די טאשן באהאלטענרהייט, קיינער זאל נישט באמערקן די גראבע עבירות וואס גיסן זיך ארויס פון דארט אין די מאסן (האלאו! פארוואס האלט ער זיינע עבירות אין זיין טאש? פאני..) אבער יא, גרינג אפגעקומען, געווארפן, געזאגט, געשאקלט, אין? שטא מער קיין עבירות! יעפס! אווער פאר גוד.

כאפן זיך איצל פיצל אן אינעם קערידש, די מאמע איז אין א ערנסטע געמיט, באגריסט אירע באקאנטע מיט א פרומקייט, כתיבה חתימה טובה, די קינדער בורדענען ארום ביי די זייטן, צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל וועלכע ריכטעט טריט אינעם זעלבן ריכטונג.

ביי א געוויסע פונקט אויפן וועג ווערט דער דריי יעריגער שלוימי פארקלאצט, בורטשעט אומפארשטענדליכע ווערטער, זיינע אויגן זענען אנגעשטעלט אויף א ווייטער פונקט וועלכע ווערט נענטער מיט יעדע טריט, צוביסלעך ווערן די עלטערע ארויף, ביזן זיבן יעריגן אריינגעכאפט אינעם עקסטאז, יעדנס אויגן איז געווענדעט צום אויסגעגארטן ציהל, דער שפיץ פון גליק, פארכישופ'ט ווי א קונסט ראד, אין עס ווערט נענטער.. אין נענטער..

ווי נאר די מאמע שפאצירט אריין מיטן געזונדל אינעם אנדערפעס, ברעכט אויס א הילכיגע געזאנג פון די דריי קליינע. וסיין באני, וסיין באני, ייצער ייצער טווווב!

דער געזאנג כאפט זיך אריבער צו אנדערע משפחות מיט קינדער אין דעם עלטער, דער גאנצער אנדערפעס ווערט פארוואנדלט אין א גאז קאמער, הילכיגע געזאנג פון אריבער הונדערט קינדער, פארלוירענע בליקן פון מאמע'ס, כעס פון עלטערע געשוויסטער, בקיצור. כאאס אויפן העכסטן גראד.

וואס איז דער קונץ פון דעם דאזיגן אנדערפעס, אהה... דער תירוץ איז, אז עס האט גאר א שטארקן אקוסטיק, דאס הייסט אז יעדעס גערודער באקומט צוריק א מעכטיגן ווידער קול, אין דאס איז יאמי.

סאו.. וואס יעצט?


---

אין קעלער אין די בראנקס, צווישן אויסגעטרינקענע ביר פלעשער, אין פארלאשענע ציגרעטלעך, זיצן די גרעסטע צייט שטופער, אין זייערע באקאנטע, אין שטופן צייט. פארוואס שטופן? סתם, אז דערוילעם זאל פארפאסן באסעס. נאטינג עלס. עכט האבן זיי נישט וואס צו טון מיט די צייט וואס קומט באלד אויכניש.

אינמיטן קומט אריין דער מעען פון די גרופ. דער מעען, איז א געבוירענע טענדשערין, רינדעכיג, פלאטשיג, העל-אראנדש. ווען ער וואלגערט אריין אינעם קאמער, מיינט אז אלע מיטלען זענען שוין פארנוצט, ש'טא מער קיין מהלך וויאזוי צו שטופן ווייטער.

אין אזא פאל, נעמצעך פליסן פון זיין מויל גלעצנדע רעיונות, בריליאנטענע געדאנקען, ממש איינס ביי איינס רעדי פאר קאמעדי.

היינט איז אים איינגעפאלן א מאסיווע פלאן, אין יאפס! מ'גייט עס אויספירן. אין---

---

דעם שבת נאכמיטאג, אויפ'ן וועג צו שלש סעודות אין גרויסן ביהמ'ד אויף הופער סריט, שפאציר איך דורך דעם אנדערפעס צוזאמען מיט נאך צענדליגער אידן.

פאר איך שפאציר אריין שפיר איך אזא קיצל אין די נאז, אה.. ברוך השם. דעי נארישע גראז דא האט אקטיוויזירט ראוז פיווער שטאפל צעהן.

נישט וויסנדיג וואס קומט נעקסט שפאציר איך אריין אינעם אנדערפעס. אין--- האפטשו! האפטשו! בומבאַמבימבאָם! דעי ווידערקול מאכט עס פאר א פארטייבנדער גערויש, ממש נוקלערארע קולות.

כ'קוק מיר ארום צו מעסטן די בושות. זעה איך.. עהעעם. כ'ביניש דער איינציגסטער האלב פונעם ציבור באמבעט אוועק. אלעס מאכט קולות. סניסן הערן זיך פון אלע זייטן, דערוילעם איז אומבאהאלפן, די קולות הערט זיך ווי א מלחמה זאנע, אין דער בילד זעהט אויס ווי אויף שאו. ס'באמבערט.

דעי חברה זענען טאקע שרעקליכע ליצים!..


ביי!..
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

וואס מיינט תכונת הנפש? נזיר און סוטה וואקלענישן. *הארי&שפיגל פראיעקט*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

זיצעך מיר ביים וואך נאכט, אין מיין הארץ רוהט א משכן פון פיש, תכלת, אין א שמעק פון נאסע וואל. א השראה פון זאַפאַריזשע הערשט אויף מיין געדערים, באוואכט דורך סעמי רוסישע געפילטע קאמאנדירן.

דער טעות פון שוויבאליזירן מיין קידוש אקט, איז געווען א פאטאלער, דער פלוים געטראנק האט אנטוויקלט לאנגשטרעקיגע אונטערקאנטינעטל באליסטישע שמוציגע באמבעס. ווערד פאר סאנקציע.

שלש סעודות האבעך להכעיס יא געכאפט, אין מיט דעם פארשטאפט דאס לעצטע האפענונג פאר א נאנטע ישועה, דער מתחם ההפגנות איז געווארן שרעקליך געענגט, אן לאזן קיין פלאץ, אין יוצא ואין בא. מיסטעריעז איז נאר וויאזוי אינעם שטח אליינס קענען עפעס ארומפליען ממש ווי שדים אין רוחות. נאר ווען עס קומט צו מאכן פליטה שטעלן זיי אן א תם'יש פנים: כ'קעניש.

אין מיין הארץ זינגט זיך דער קאלעמונער געזאנג. בבואו מאדום.. דער רויטער געפילטע האצעך אנגעריקט.. חמוץ בגדים.. פארזויערט מיינע קליידער... (קנעפל געשאס) זבח לו בבצרה.. דער מצב איז א פארשאכטענער, א_ווי דער אייאטאלא אין בצרה, וטבח לו בבוגדים.. ווי א שוחט אין שירצל... יעצט קומט אריין דער קווייער... ויז נצחם מלבושיו להאדים איי ייייייייייייי_אם (קעי... דעי גאנצע שטיקל ווייסעכניש וואס סעמיינט. דער טאן זאגט אבער נישט אן קיין גוט'ס..) בכוחו הגדול... מיט די גרעסטע כוחות.. יבצור רוח נגידים... איז די לופט געווארן שטיקיג.. -נאך א שטיקל חלה אריינגעקוועטש- (להלכה דארף עס זיין א כזית) טירימיימיימיימיימיימיימייימאמאמאמאם.

דער מוצאי שבת האט אויסגעשפרייט אירע פליגלען אינעם אוויר, אין א בליץ אפענסיווע. אריינברענגענדיג א התחדשות'דיגע גייסט אין דעם ציבור וועלכע פארפולט פון פריש זייערע זאפאסן מיט קללות, א_ווי יעדע וואך מוצאי.

אבער די וואך איז גאר א נייע מעשה... די וואך האמער א וואך נאכט. האלאו! חברה. מיין עידש האקט שטיקער! מיין האלב קלאס גייט צו די וואך נאכט, אלע אנגעטון מיט בגדי שבת, א שנפיסל פון געפילטע באצירט דאס אונטערשטע שטאק פונעם בערדל, ארויסשמייכלנדיג פון אונטער די גראטעס פון צוקניפעניש. עניוועי, אונז זעמער פולי רעדי צו באשיינען דעם שמחה, פונעם געלן קינד. (ברעיקינג נייעס דאס, מ'זעמער עס געוואר געווארן הערשט שבת נאכמיטאג)

כ'קום אריין מיט א שמייכל אויסגעשפרייט אויף גאנצן לענג פון די ערשטע מילי-מעטער פון מיין מויל. ווען נישט מיינע אויערן מיט זייער שטייפע שטעלונג, וואלטעך זיכער אויסגעקוקט ווי א שלאק אין אינדיע. דער טישטוך ענפאנגט מיר מיט א שמייכל אויף צוריק, אהערשטעלנדיג מיט פראכט א אויפנאמע מיט א פרישע פלעטער געפילטע. יא! כוירע א נאנטע חבר מיט דעם לעצטן וועלכע קווארטירט שוין אין מיין מאגן די לעצטע תקופה. דער געפילטע שמייכלט, ווארשיינליך צו זיין חבר אין מיין מאגן, וועלכע איך שפיר וויל ארויסטאנצן זיך באגריסן מיט זיין לאנדסמאן. איך פארקרום מיין מויל מיט אפשיי, כ'פרוביר אוועקצודרייען מיינע אויגן פון דאס גראפישע סצענע. אבער ווי כ'דריי מיר זעהט אויס ווי א פיש מוזעאום. סושי, קאני סעלעד'ס וכו'. אלס פארן פערטן סעודה, אין לכבוד דאס געהל קינד'ס וואכנאכט.

דער אבי הבן קומט צי מיט א ברייט שמייכל, באגריסט מיר, אין פארבעט מיר ארויסצוהעלפן מיטן פארציקונג אפעראציע, מיטן הויפט מאטיוו צו איבעצייגן זיין שווער, אונטער וועמענס אויפזיכט ער גייט פארברענגען די נעקסטע דריי וואכן, וויפיל חברה ער ברענגט דא צאם. האלאו! ער לויפט ארום מיט זיינע לופטיגע אראנדשע פיאות פון טיש צו טיש, ער שטאפט דעמויעלעם ווי אויבערלענדישע גענז. קוגל, געפילטע, קוגל, געפילטע. אין יא... געפילטע מיט קוגל.

דער ציבור הייבצעך אן צוזאמצוקלויבן, אלע אפגעשאכטענע פון קאמף, אויסגעמאטערטע בריגאדעס, זעלנער וועלכע האבן העלדיש דורכגעמאכט די קריטישע צייטן דורכאויס שבת נאכמיטאג, נישט נאכלאזנדיג קיין מילימעטער טערעטאריע פארכאפט ווערן. ערשטע קומט אן איין חבר, לאמערעם רופן שמילא! דער גבאי פונעם גבאי, וועלכער איז שוין יארן געטריי צו באדינען די גבאי פון די כלים גבאי. וואס גבאי'ט א_ווי קאניין גבאי האט נאכניש גע'גבאי'ט זייט גבאים גבאי'אירן. ער קומט אן מיט א ברייטע שמייכל ביי די סיעם פון זיין ערמל. אין א אנגעבלאזענע פנים. אויף זיין שטערן ווערט דערעקנט די לויפער'ס גרעיפדשוס טראפן, (וואלאווע שטייצעך, דער רבי לייגט א שטארקע דגוש) וועלכע וועלן אריינגעבן דאס איי קיו פאר די וואך, (האפנטליך וועטעס שוין איינמאל פאר אלעמאל ארבעטן) ער נעמט א טעללער טרויבן, אין ער האקט פאָר גוד.

נעקסט קומט אן א צווייטער, אליקים, לאמערעם רופן יאקי, יאקי פון בארא פארק איז געקומען האוסטן די פאדקעסט. זיינע פיאות פריש געמאכט, די אויגן וואונדערליך אויפגעקלעבט. ער דערציילט מיט פאטאס פאר זיין שכן אלע נייעס וועלכע זענען פארגעקומען דעם פארלאפענעם שבת, נישט אויסלאזנדיג קיין איין ברוך דיין האמת. נישט כאפנדיג אז ער ריטוירנט יעצט צום סענדער, יענער האט אים עס פריער דערציילט.

חאצקל איז שוין דארט געווען, נאך וואונדערליך נישט האבן קיין פלאץ אויף די ראדאשיצע העליקאפטער, אפי' נאכן זאגן טויזנט מאל ב'עמרם בן דיוואן, פארפאלן, נישט אייביג ארבעט עס. א אנלויף האצעך געשאפן ווען דערוילעם איז געקומען צוריקבעטן זייערע מאמע'ס נעמען, וועלכע ער האט גענומען מיט ברייטהארציגקייט, צו גיין מזכיר זיין ביים ראדאשיצער. (געב א קוק, דער ראדאשיצער האט ערלעדיגט אז חאצקל זאל נישט אנקומען - גארנישט אזא בטלן..)

אלטער קומט אן, אלטער איז פון די היי קלעס כעוורע, דענקעך שויניש צו אינעם ווייט האוז, צו אינעם פענטאגאן, אבער ערגעץ דארט האטער גאר א הויכע פאזיציע שמועסט מען.

זעליג זיצט מיט זיינע גארבעדש טראק'ס גרייט אריינצוכאפן, יעדעס שטיקל עסן, וועלכע געפינט זיך אויפ'ן טיש. ווייסעך נישט פארוואס, ער דערמאנט מיר פון א צפון קארעא זעלנער וועלכע פארטיידיגט שוין יארן די קארעא'ער שלאכט הייזער פון איבערפלוס.

שמשי זיצט אויף צוויי בענקלעך.

פולי עסט א רייכע מלווה מלכה, א_ווי עס לויטעט דער אינסטרוקציע צעטל, וועלכע ער פארמאגט צו וויסן וואס פונקט מ'טוט ווען. ער עסט עפעס א מאדנע סארט טשיז. ראובי נעמט אויך א שטיקל, אין ברעכט עס אויס, פארמירנדיג די איבריגע אין א טשיז באמבע וועלכע איז געזעהן געווארן אין די לופטן העכער די נעסטע טיש. אויפ'ן גרופ איז ארומגעפארן א דייטליכער מעסעדש, 'דער טשיז איז מסוכן!'

אה... דא קומט אריין דער פארזעעניש, קיינער ווייסט נישט זיין נאמען, אין קיין שום איינצלהייטן ארום זיין כאראטער. יעדער רופט אים @שפיגל . ער שטייט ביי די קארנער פון די פעקלעך, אריינרוקנדיג אין זיינע טאשן צענדליגער שטיק, ס'זעהט אויס ווי ער גרייצעך בקרוב צו מאכן א וואכנאכט. ער רעזערווירט ווי כאילו פאר א באמבע שעלטער וווי ער פלאנט צו פארוויילן פאר די נעקסטע פופצן מינוט. שפיגי לויפט גלייך צו צו די קארנער פונעם טיש, ער זעצט זיך אראפ, שווערע עקספלאדירונגען ווערן געהערט, פון אומאויפהערליכע פעקל פלאצענישן, וועלכע זענען לאקירט אין זיין בעק הויזן טאש. ער געפינט זיינס א באליבטע רייזמאנס דעניש, כאפט איר אן אין בייסט אריין אין איר מיט אפעטיט. איר איבערלאזנדיג א האלב אראנדש, צוביסענער רייזמאן אלס לעצטע זכר פארן איצטיגן קאמף. (דעי לעצטע שורה איז עפ'י קבלה. טריי נישט צו פארשטיין)

יעצט. שפיגי איז פיינע נייעס. ער האט א גרויס פיסקל, ער זעצעך אראפ גלייך נעבן מיין זעהל, ווען זיינע ווערדיגע לאפעס רוען אויף מיין אומווערדיגע בעקיטשע. פון זיין מויל גיסצעך א פלייץ פון רייד. יא? רייד? הכזאת יקרא רייד? ער זאגטעך גארנישט דארטן, א הוילער לופט מאשינקע. אבער יא! כ'האב נאכנישט געטראפן קיין פאסיגערע טיטל פאר די מאדנע סייענטיפישע ערשיינונג.

דער אבי אבי הבן וועלכער איז אקארשט געווארן א זיידע פון די מאמע'ס זייט. שיינט אויף זענדיג זיין באליבטע שפיגי זיצן אין ארויסשיסן ווערטער, ארייננעמען פאפקארן, פארכאפן דערזערטירע פאפקארן וועלכע פרובירן זיך ארויסצושלייכן צוזאמען מיט'ן רייד פלוס וועלכע זעהט אויס א ווי א איבערגעבראכענע דאמבע. ער רופט זיין זוהן, דער ניי געווארענע הערשער אויפ'ן געהל קינד, אין אלטגעזענער פארעהרער פון שפיגל'ס פערל רייד.

נאך א לענגערע מיטינג איז געבליבן אז יא! מ'גייט מכבד זיין שפיגל צו דערציילן די מעשה וואס מ'דערציילט ביי א וואכנאכט. די מעשה ווערט שוין געברענגט אויף די בעק פון דאס מז'ט פעקל.

שפיגל נעמט ארויס דאס לאלי פון מויל, כאפנדיג נאך דאס לעצטע סאָק פון די פארבארגענע קאולעי וועלכע געפינט זיך אין די טיפענישן פונעם לאלי. קלארט זיך אויס דאס האלז. שפייט אויס די איביריגע פאפקארן, וואקט צו צום פאדיום וועלכע געפינט זיך אויפן פלאר, מיט זיכערע טריט. נאופ! אומזיכערע טריט, ער טרעט צוריק דריי טריט, שמוינע עשרה'דיגע שטילקייט הערשט אויפן האריזאנט (וועלכע געפינט זיך ווייט פון דא), שפיגל זעהט די סיטואציע איז אונטער זיין קאנטראל, ער עפנט דאס פיסקל דאס גרעסטע וואס שייך, אין נעמצעך דערציילן, די פאלגאנדע מעשה:

טרררררר.... האק...האק ...האק.. (צאן קלאפט צו א צאן) האק...האק...האק... און אזוי טרעפט זיך גאלדי לאקס איינזאם אליין אין וואלד, אן קיין עסן און ציטערדיגע הענט פאר קעלט.

פון דערווייטענס זעהט זי א שוואכע ליכטיגקייט אבער ס'שיינט טיף אריין אין איר הארץ, זי האט געריכטעט אירע טריט צום ליכט, א יעדע שארך פון די צוטרויטענע צווייגן האט צוריק אויפגעצאפלט איר שרעק צוטרייסלענדיג א יעדע גליד....


לאמיר אנהייבן פון אנפאנג. ס'איז געווען א הערליכע שפעט מארגן, איינס אזייגער נאכמיטאג ווען גאלדי איז אויפגעשטאנען, (זי איז אויפגעשטאנען שפעט ווייל זי איז נישט געווען א ערליכע און געדאווענט נאך חצות.) זי האט ארויסגעוואקט פון בעט, (און זיך נישט אפגעגאסן נעגל וואסער) ארויס פון איר הויז, (נישט געקושט די מזוזה) און ארויס אויפן גאס, (אן די רשות פון די עלטערן) און אנגעהויבן צו שפאצירן אויף די גאסן (נישט היטנדיג די אויגן) ביז זי איז אנגעקומען צום עק פונעם שטעטל ביים בית החיים, אוזוי וואקענדיג אין די בית החיים (נישט באהאלטעדיג אירע ציצית) (א'ה, פרעג מיר נישט וועגן גאלדי'ס ציצית,כ'ווייס נישט.!) ביז זי האט דורך שפאצירט די בית החיים (נישט מאכענדיג די ברכה פארן אריין וואקן) ביזן וואלד. אזוי ווי זי איז נאך געווען א יונג מיידל האט זי נישט געטראכט וואס זי טוט און אריין שפאצירט אין די וואלד... ברררררררררררר...........

זי האט אזוי שפאצירט אין וואלד פאר אפאר שעה. (און נישט געזאגט תפילת הדרך) נאך אפאר שעה איז די נאכט צוגעפאלן און ס'האט אנגעהויבן צו ווערן טונקל. גאלדי האט אנגעהויבן צו זוכן דדי וועג ארויס אבער זי האט עס נישט געטראפן. זי איז ארומגעלאפן פארלוירן ווי א בלעטל אבער ס'האט איז גארנישט געהאלפן, זי האט זיך גענומען וויינען אויפן קול (נישט צום אייבערשטן) אבער זי האט נאר צוריק געהערט א ווידער קול. (נישט פארשטאפנדיג אירע אויערן הערנדיג קול באשה)

פלוצלינג זעהט זי א ליכטיגקייט ווייט ווייט וויייייט אוועק זי אנגעהויבן שטעלן א פיס טריט (נישט די רעכטע פיס ערשט) אהין. זי האט אזוי שפאצירט ביז נאך חצות (און נישט געפראוועט תיקון לאה) ביז זי איז אנגעקומען צו יענע כאטקע, זי האט געגעבן דריי האסטיגע קלאפעס..


שווערע טריט האט זיך אנגגעהערט פון אינטער די טיר, א מענטש מיט א הוילע קאפ (ער האט נישט אנגעהאט א קאפל) אן קיין האר (אפילו ער איז א נזיר) ער האט אנגעהאט א שמוציגן העמד (געקנעפלט לינקס אויף רעכטס) און א לאנגע שמאלע שווארצע הויזן (וואס האט געהאט שטנז) און געהאלטן אינמיטן עסן פלייש, (וואס איז געווען אבר מן החי) אזוי איז דער דראמאטישער באגעגעניש, צווישן דעם נזיר אין די סוטה, צושטאנד געקומען!

פון זיין מויל האט זיך אנפלעקט א רייע געלע פאלטשע ציינער (וואס איז נישט געווען גע'כשרט פאר פסח) אין מיט א באסאווע שטימע דערקלערט ער: איך בין א באהאלטענע צדיק! כ'בין געקומען דיר זאגן. אז דו וועסט מיר פאלגן, וועסטו גריז באקומען.

דער באהאלטענער צדיק כאפט אן גאלדי לאקס. טוט אויס איר שיך, נעמט א דשיקסאו, (שפיגל וואק אראפ פון מיין קיבאורד! יעצט!) אין נעמצעך שניידן איר נעגל, זאגנדיג: "וויפיל נעגלעך אויפ'ן דאך, אזויפיל מאלכים אויפ'ן אויף וואך!"



אין אלע אבער אלע! רויבער'ס אין באגנבעטע האבן זיך... צעלאאאאאאאאכט!







איין שאלה נאר:


@שפיגל , האסטעך געוואוסט אז דער קינד איז געהל, קומטעך נאך א וואכנאכט מארגן, נישט געקענט ווארטן ביז מארגן מיט דיין אויפטריט? יעצט האסטו נישט קיין דריסת הרגל אויפ'ן גאנצן שטח ה'וואכנאכט. פארוואס?



געשריבן דורך:הארי&שפיגל
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

כָּל רֹאַי יַלְעִגוּ לִי יַפְטִירוּ בְשָׂפָה יָנִיעוּ רֹאשׁ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

אויגן אין ערד אריינגעשטאכן
מח צעקראכן
הארץ צעבראכן
בלוט קאכן.

צענטער פון שפאט
ווידערגעשפעניגט האט
נישט געפאלגט געבאט
דאס ווארט פון גא-ט.

בריאה מאכט שפאס
יצירה צייגט כעס
אלעס אין פלייס
שרייען מיט האס.


א קעניג ביסטו טאקע
אבער טוסט נישט הערשן
רעגירסט א מכה
פארוואס קענסטו זיך נישט באהערשן.

א געבוירענער פארלירער
דער קעניג דער יונגער
דיין לאנד האט קיין פירער
אדער אפשר די בירגער.
-

ביסט טאקע א העלד
א גרויסער גיבור
אבער געוויזן פאר קיין געלט
אויף וועם האסטו זיך געשטארקט איבער.

באקעמפט דעם מלאך
צו זיין א מענטש א פרייער
יעצט ביסטו א גלח
געשעדיגט פון פריינטליך פייער.
-

אריינגעפאלן אין אפאטיע
שפירט ווי שטיקן
געפילן פלעגן ווייזן סימפאטיע
יעצט אויסגעדרייט דאס רוקן.

אנטבלויזט און פארשעמט
אלע שיכטן אראפגעריסן
הארץ קלעמט
געפילן צעביסן.


וועלכע טייל פון מיר איז דער דאזיגער
וועלכער האט גענומען די פאזיציע אלס שרייער?
און ווער בין איך דער לויזיגער
וועלכער טראגט דעם שלעכטן שלייער?

כ'בין פארלוירן, קענסט מיר אפירזוכן
אבער ביטע, ברענג מיר נישט צו מיין טיר
דער אטאקירער טוט מיר נאכקריכן
ער איז א טייל פון מיר.
-


נישטא וואו צו גיין מער
תירוצים וויל קיינער קויפן
דער פרינץ דער ווידערשפעניגער
מוז צום טאטן לויפן.

וְאַתָּה ה' אַל תִּרְחָק אֱיָלוּתִי לְעֶזְרָתִי חוּשָׁה.

---

דיסקלעימער, ס'איז די ערשטע מאל אין לעבן וואס כ'שרייב פאעזיע. סאו אויב ס'איז אףף.. ואתכם הסליחה.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

שווער כאב א תורה..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

וואקעך דעם שבת נאכמיטאג אויף די קעטסקיליאנער גאסן, מיין גאנצער וועזן באנומען פון א שטאקעדיגער היץ, בעצם וואלטעך קיין מינוט נישט געוואקט, וואס זאלעך אבער טון אז מיין מאגן פול מיט טרייסטבארע אביעקטן שיקט שטילע כוואליעס וועלכע מוזן זיך זאפארט ענדיגן.

בעצם איזעס מיין אייגן שולד, אייגנטליך דעם גאנצן ציבור ביי מיר אין קאנטרי, וועלכע האבן מיאוס פארדרייט דעם קאנצעפט, ארגינעל קומט עס אז מען רעצעך אויס צום שטיקל בקר, מען זאגט אים אלע שוועריגקייטן, דער סטעיק ווייזט סימפאטיע, די שווערע געפילן בארואיגן זיך, און מען גייט אהיים מאכן קידוש.

למעשה זעמער דאך נאר פלייש און ביין, און ווען מען טרעפט זיך פנים אל פנים מיט א ב'חנ'טע שטיקל פלייש באגריסט מען אים ניטאמאל, מען נעמצעך בריקענען ווי וואנזיניגע, און מען לאזט דעם טרייסט פאר א צווייט מאל.

עניוועי, למעשה האבעך געפראסן ווי א רשע, געטרונקען ווי א רוסקי, און יעצט זענען די קאנסעקווענצן דא מיט א שטארקייט, אלזא האבעך מיר ארויסגעלאזט אויף א קורצן שפאציר מיט האפענונג אז דאס עפעס אויפטון אויף מיינע פארשמאכטע גלידער.

גייעך מיר, בלאנדשע איך מיר, פלוצלונג בלייבעך שטיין, שוכי וואקט מיר קעגן מיט א בעג. א בעג? וואט? כ'פרעג אים, האלאו! שטא קיין ערוב דא! ער קוקט מיר אן מיט א בלעכענע נאז, און מעלדעט איין דייטליך, 'מיין דיין לאזט טראגן' פינטל. אבער יונגערמאן, נישטא קיין ערוב דא. ער לאכט פון מיר, הערויף מיט דיינע סאטמארע שטיקעס, אונזער קהילה האלט אז ס'איז א ערוב און גוט שבת.

געמיינט האבעך אז די זיבן הימלען מיט אלע כוכבי לכת און שבת טאנצן אראפ אויף מיין קאפ, אבער דער סרוך קוקט מיר אן אזוי מיט זיין פולע נאסקייט, און וואקצעך ווייטער זיין וועג.
--

מוצאי שבת, אן אריינגיין אין די פילאזאפיע פונעם אומבאהערשנדן טרייסט וואס קומט דאן פאר, למעשה, האמער גוט געגעסן, אויסגעהערט אלע שטארקע בויכווייטאג וועלכע באטרעפן כלל ישראל'ס סעלעבראטארן אין די דאזיגע פארכטיגע מינוטן פון מוצאי שבת נחמו.

סאו איך בין בעצם צופרידן פון אפאר לייכטע סלייסעס פיצא. אבער דער שוכי איז דא מיט א פולע מעניו פון שפייז וועלכע זעהן נישט אויס משלנו בכלל. דער קרוין דערפון איז אוודאי דער אלטער מיטל פונעם יצר הרע, סושי. אויף וועלכע מיין כיתה חעס רבי האט געוויינט. אבער הו קעירס.

דאס איז אין מיינע טערמינען, קומצעך אבער אריין דער רעב יאסל פון אונזער קאנטרי. עטץ ווייסט וועם כ'מיין. א_יא? דער וואס דערציילט סיפורי צדיקים ביי מלווה מלכה, ווייסעכמיין... ער פארקרומט זיין מויל מיט א קענטיגע אפשיי. ער רופט זיך אן מיט א שטאקעדיגע מורת רוח, ר' שוכי! שושי ביי סעודתא דדוד מלכא משיחא? הע?

שוכי פאלט אריין אין א מאסיווע מוחין דגדלות, פארגלייזט זיך די אויגן, און נעמצעך נאכזאגן די פארכטיגע רייד וועלכע ער האט געהערט ביי איינע פון די שבתון'ס ווי ער האט פארוויילט 'טו געט עי בעטטער פערסאן' ער שטורעמט מיט היסלאהאבעס, מלא כל הארץ כבודו! אין יעדע זאך אויף די וועלט ברויך מען טרעפן גאט! אלעס איז גאט, גארניש דא חוץ דעם. רעב יאסל. מיט רעספעקט, אבער בשעת דו זעסט דא סושי, זעה איך דא גאט! כ'עס עס נאר ווייל ווייל כ'האב ליב גאט!

קעעעעעי... שוין.
--

מיינע מחשבות זענען צוריקגעפלויגן צום ליל שישי, א צייט וועלכע דינט אלס אינטערדאקציע צום שטורעמישן טרייסטבארן שבת. שוכי איז דאן געזיצן אונטער א באקסער בוים מיט פארמאכטע אויגן, זיין גיטאר שטייף אין די האנט, זיך געשאקלט ווי א אנארכיסט, און ארויסגעקרעכצט טיפע מעלאדיעס פון די אונטערשטע שטיקלעך פון זיין נשמה.

זיין פאון ליגט אויף א סטענד קעגן איבער זיין שיין פנימ'ל ער קוקט אריין אין איר, זענדיג מיט זיינע הייליגע אויגן די הונדערטער פאלאוערס וועלכע גייען באלד צושפילט ווערן פאר דאס הויכקייט וועלכע באהערשט זיין נשמה. (אין א סייד נאוט, מיין מיינונג איז אז שוכי'ס נשמה איז שוין א שוטה, נעמליך נאר א שוטה וואלט אויסגעקליבן אריינצוגיין אין אזא כאראקטער ווי שוכי שלנו) ער ברעטשעט מיט אזא נאגנדע שטימע, אלע פאקסיס קענען צוגיין.

און ווי א פראפעסיאנאלער שוטה, שטעלט ער זיך אינמיטן און געבט א טיפע שיעור פאר די טויזנטער צוקופנטיגע צוהערער איבער דעם ידוע'דיגן מושג אין עולם ה... בקיצור. וועגן דאס טיפע קאנעקציע וועלכע ווערט פאראורזאכט פון א גיטאר. לאודס פון השראות באכענען דאן אריין. ער שרייט ווי ביים חופה, גאט איז דא! ווי עס געפינט זיך א איד מיט א גיטאר, איז גאט דערנעבן מיט א שארפע קשר!

כ'מוז ענק זאגן, כ'האב נאך קיינמאל געכאפט אזוי גוט דעם טיפן מושג ווי דאן, ווען שוכי האט עס מסביר געווען מיט זיין טוב טעם וטפשות. יעפ, גיטאר ארבעט.
--

אה... דא ווערן זאכן קלאר. מיר ווייסן שוין פון שוכי'ס שאבעס נחמו, געהעריגע מעשה רב אויף דריי זאכענעס.

1) מ'קען קאנעקטן צי גאט מיט א גיטאר.

2) אלעס אויף די וועלט איז גאט. דאס מיינט אז אלע ראודס, קאנטריס זענען בעצם אלוקות.

3) שוכי האצעך קאנעקטעד צי גאט.

סאו השתא דאתית להכי, פארשטיי מיר אזוי, שוכי האצעך קאנעקטעד צי גאט פאר שבת, אויטאמאטיש איז ער געווארן טייט מחובר צי אלע קאנטרי'ס און ראודס.

קומטעך אויס... אז ער מעג טראגן!


סאו שווער, דעיס איז די תורה. קח ולך.


ביי!...
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

גע'פאָרקאָש'ט. דערלייכטערט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

בומס!

א הויכע אקטאווע האט אפגעהילכט אויפן גאנצן שטח מיט איר גאנצע פראכט.

שא.. דער גאנצער עולם איז שטיל, קיין פיפס הערט מען נישט, יעדער איז אונטערן רושם פונעם אומערווארטעטן פולפארכטיגן שטימע וועלכע האט זיך אריינבאקומען היצט אינעם יקום מיט איר פולן שארפקייט. די קינדער הערן אויף מיט זייערע רודערייען, די וואס שאקלען זיך האבן געכאפט א פאראליז, אלעס איז צעדרייט פון דעם הילכיגן בת קול וואס האט אפגעשטאטעט א באזוך.

אבער וואונדער איבער וואונדער, דער פראדוצירער פונעם סיטואציע, שטייט ווייטער אויסגעדרייט צו מזרח, הענט אריינגעשטעקט אין גארטל מיט ערפארנקייט, אין באוועגט זיך ווי א געבוירענער ממזר. (יויש.. קענסט איין ממזר וואס איז נישט געבוירן א ממזר?)

האב איך אפגעמאכט אז ס'איז ווערד איבערצוגיין אינאיינעם די ביאגראפיע, און רייכע היסטאריע פון דעם דאזיגן געשעהניש.

---

סאו ווי הייבמער אן? אה.. פרייטאג נאך חצות איז לכאורה איינגעפלאנצט געווארן די ערשטע קערנדלעך. פארקאש באטשי איז אהיימגעקומען פון ארבעט אין פאסיקעס פאבריק. ער זעצט זיך אראפ אויף די גרינע קאנאפע, טרינקט א מילגרוים טיי געמיטלעך, הערט אויס זיין אשת חיל'ס קשיות אויף צענערענע. זאגן זאגט ער אז די מפרשים פרעגן עס שוין. דער טיי איז אויסגעטרונקען,(נאנטע צום זיין ווייב-מאגדא נעיני ווייסן צו זאגן אז דאס באדייט אז ער האט שוין אין זיך זיין טעגליכע דאזע נערוון פילן..) און פארקאש באטשי פאלט אריין אין א צעפראסקעטע איילעניש. מען ברויך גיין אין מקוה.

סאו פארקאש נעמט זיין בעג, און וואקצעך אפ צום מקוה. ער זעצט זיך אראפ אויף זיין קביעותדיג ארט, נעבן קיטשי יאסי, און פארפירט א שמועס איבער די לעצטיגע אנטוויקלונגען, גראדע אינמיטן האט אויסגעבראכן א שטיקל געפעכט, ווען קיטשי יאסי האט געוואלט באטראכטן פארקאש באטשי'ס פאנגוס פון די נאנט, ווילנדיג וויסן צו די קריעם וואס ער האט געהייסן לייגן האט טאקע געווירקט, אבער פארקאש האט זיך שארף קעגנגעשטעלט, טענה'נדיג אז קיטשי יאסי האט דשערמס. אלזא א שטיקל קאלטע קריג איז אריין אין קראפט, אבער קיינער פארשטייט סייווי נישט קיין אונגאריש.

עניוועי, פארקאש גייט אריין אין בור, שרייט ארויס צו קיטשי יאסי, 'האלאו! די מקוה איז פיין?' יאסי ענטפערט 'עממ.. גאנץ גוט' ווי נאר פארקאש הערט געבט ער זיך א טינק אריין, און טרינקט אויס א גאנצע רביעית פון די וואסער. און מעלדט ארויס פאר קיטשי יאסי 'הממ.. טאקע נישט שלעכט' און נעמט נאך א זיפ..

סאו בעיסיקלי האט פארקאש געטרונקען אסאך בליטש די וואך, ווייל ס'איז גאר גוט געווען.

נעקסט, ער קומט אהיים א געזאלבטער, זיין פיס א געשיילטער, זיינע ברוסטן פעט פון אלע מיני לבונה'ס וועלכע זענען געריבן געווארן דארט, כוירע מיטן ציהל צו מעלדן פאר זיין שכן אין ביהכ'ס אז אין די נעקסטע שטיבל געפינט זיך א פארקאש באטשי, און עס לוינט זיך נישט איינצורייסן מיט אים.

ער זעצט זיך צום טיש, און עסט אפ א רייכע טועמיה, א פולן טעלער ווארעמע טשיק פיעס, א ביסל לעבער, אפאר לעפלעך חריף, און ווי פארשטענדליך, זיין שטייגערליכע נאכשפייז, וועלכע באשטייט פון פרענטשרייס מיט קעטשאפ, און א הויכע גלעזל אראנדש סאדע, צוויי אוצרות פון וועלכע ער איז גאר באגייסטערט געווארן נאכן צווייטן וועלט קריג, אין ער האט געכאפט א שארפע אדיקציע דערצו.

סאו מען האלט שוין ביים צווייטן שיכט.

דאן איז געקומען די סעודה פרייטאג צונאכטס, פארקאש זינגט אלע זמירות אויף די שנעלע ידיד נפש ניגון, מאכט קידוש אויף א ווארעם גלעזל בלאש טשאבליס (וויזוי ספעלט מען עס, און טרונקט מען עס. גאט אין הימל..) נעמצעך אריינשליידערן אין מאגן די חלות, וואס איר בעסטע באשטאנדטייל איז כוירע מאגדא נעיני'ס טרערן. עסט א גאנצע קאפ פון א פיש, א שיסל יויך מיט גאר אסאך מייערן און וויזויהייסטעס, א אויליגע טשיקן באטעם קריספי ווי פארקאש. אפאר באטלען ביר. און ער פאפט.

עטץ כאפטס ווי מ'האלט דא? נעה..

סאו שבת צופרי איז ער אויפגעשטאנען פירע פארטאגס, פשוט צו קענען זיין באצייטנס צום דאווענען נאכן מקוה, אריין אין מקוה פיר דרייסיג, ארויסגעראולט פון דארט ניין פופצן מיט אנגעפראסקעטע בעקעלעך פון סיפוק, נאכן פארברענגען כמעט פינף שעה אין זיין באליבטע וואסער פארק, ווי עס איז גראדע אויך דא אסאך גוטע טרינקען.. נערוועז ווי א גלח, ער לויפט צו צום עמוד, זאגט פאר ברכות. תיכף פון דארט לויפט ער צום גבאי פעגערן פאר א נ'עליה, סתם ווייל אזוי.

דאווענען אזי גראדע געווען א געפערליכן גיהנום, אפאר גאט געבענטשטע פרענקפוטערס האבן זיך געשטעלט ביי די עירקאנדישן, פארכאפנדיג דאס ביסעלע לופט צו זייערע טערטאריעס. לאזנדיג דעם בית המדרש אין שמאכט, ווי אויך שטארק אינטערגעהיצט פארקאש'ס מאגאזינען.

עולה געווען האט ער גראדע, און דוקא די עליה וועלכע רעצעך פון זיינע היימישע ענינים. דארט ביי דעי שטיקלעך ויתד תהי' על אזנך. ווארשיינליך איז נישט געווען קיין מקוה דארט.

נאכן דאווענען איז געווען א קידוש, פארקאש איז העפי ווי א פלעי גרופ טיטשער, ווער ס'מאכט עס? הו קעירס, עניוועי א ראצער. גייט אים כלל נישט אן צו איינער איז געבוירן, אדער גאר געשטארבן, דער עיקר אז פארקאש האט ראלאט קעיק. ער זיצט און פרעסט אריין טינקנדיג אין שליבעוויץ, בעצם האט ער געזוכט א לעפל פאר די הערינג, למעשה האטער ניש געטראפן, סאו האטער עס געגעסן מיט קישקע.

זיצט זיך פארקאש באטשי ביי זיין ווינקל, ער זעהט נישט קיינעם, ער עסט, טרינק, שחט, האקט, בריקעט, אלס מיט א לייכטן שמייכל אויף די צוקנייטשע באקן, און דער חורבן ווערט גרעסער און גרעסער. אבער נאך ווייט פון פארטיג.

אינדערהיים האצעך נאכאמאל אפגעשפילט די זעלבע געשיכטע פון נעכטן, מיט אפאר מינדערוויכטיגע חילוקים, כ'מיין.. גארניש אזוי מינדערוויכטיג, אייער צוויבל איז אויראניום, טשאלנט איז נוקלעאר. אבער כאפסט די פוינט.

קעי... דא האט ער שוין אנגעהויבן שפירן ווי אלע באשטאנדטיילן פון נעכטן ביז היינט טאנצן אינאיינעם, דער קנויל און זיין האלז איז שוין גוט דיק. אבער שוין, וואס קעמען טון, סיז שבת אויף דער וועלט.

שבת נאכמיטאג זיצט פארקאש אין שול, וואטשט זיינע בילקעס פאר לחם משנה, ווי אויך א באטל סעלצער. פראסקעט זיך ארום מיט זיין עידש. פינף אומשולדיגע אידן זענען צוגעקומען דורכאויסן נאכמיטאג מיטן ציל צו עפענען דעם באטל סעלצער. אלע פון זיי זענען פארטריבן געווארן מיט שאנדע.

ענדליך האלט מען שוין ביי שלש סעודות, יעדער פון פארקאש באטשי'ס שכנים ווייסט שוין צו זאגן אז ער האט אביסל צו סאך געגעסן, דער קנויל אין זיין האלז איז שארף ווי רעטעך, אבער ער ווייסט נישט פון קיינע מעשה'לעך, ער עסט דעם פולן שאלעשידעס מעניו, אלע רעבע זעכיסוי לייני פוד. און דער קנויל ווערט דיקער פון רגע צו רגע.

פארקאש איז עינגשעס. אבער וואס קען ער טון.

ערשטע מנין מעריב מוצאי שבת אין פאליש, געפאקט מיט אידן, פארקאש באטשי דאוונט אויך דארט, ער יאגט זיך אהיים, ער בענקט זיך צו זיין ווייב, ער האט שוין לאנג נישט געשריגן אויף איר. גאנץ מעריב איז ער דורך יסורי איוב, דער קנויל האט אים באמת נערווירט. ס'האט שטארק וויי געטון. אבער געב א קוק, ער איז א דשענטלמען, פאר א סיבה גייטער דאך א קוטשמע..

שמונה עשרה, ער שטייט ביים וואנט אויף מזרח, ער האט שוין עכט נישט קיין כח. דער קנויל אין האלז באדערט צום טויט. ער מוטשעט זיך עכט.

אינמיטן שמונה עשרה האטער אפגעמאכט, דעציט! ער האט מער נישט קיין כח. ער געבט א לאז ארויס א הילכיגס!

דרייצעך ניטאמאל אויס. אטעמט אפ, און ענדיגט מעריב.

פלאצן זאלט עטץ אלע!

ביי!..
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

פליזזז.. אמרי נא חמותי את..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

סאו לאמער זעהן וואסע די מעשה דא..

בעיסיקלי איזעס דער טויזנטער ארטיקל וואס שטייט דא אין וועג, דאף מענזעך פשוט א'נייצע געבן מיטעם אזויווי מ'פלעגמער טון אין אלע דוירעס.

אַבָל... (נישט דעי פון די בליציגע סגירה-פתיחה-קולות- ברקים פון נעכטן) סתם. אַבָל... הערזשע גוט צו.. מיין קאפ איז פארשמאכטעוועט, ס'פעלט מיר די מוחין, כ'ברויך א הארה, ס'איז שבירת הכלים, יו קנאו וואט! גיימער יא נוצן דעי פשוטע ווארט פון וואס כ'פארכטמעך אוועק.. איזאזוי.. עהעהעם.. כאניש וואס צו שרייבן! ס'קארני? קעי! וואס זאלעך טון?

דארפמען זיך צוריק דערמאנען וואס מען האט געלערנט ביי די טרענירונגען אויף אזא פאל.. ריפרעש.. ריפרעש.. אה.. דערמאנעכמעך צוריק וואס מיינע רעבעס פלעגן צוטאן אין אזאנע פעלער זאלניש אויסגערעדט זיין. סאו ס'איז בעיסיקלי א טיפע באגריף, בייג צו אנויער, לייג צו א געצעלט, און הערויס וואסע כ'גיידער זאגן היצט. כוירע ביסטו בכלל נישט באוואוסטזיניג צו דעם פאקט.

גיימער צום באמבע. רעדי? ''אז מען האט ניש וואס צו שרייבן, שעלט מען"

אייגנס? נעעע.. דענקעך נאך וויאזוי מיין רעבע אין חדר - זאלער זיך מיען אין מלמדים שטיבל - פלעגטעס שוין טון. ס'איז א אבוויעס קאנצעפט פאר מענטשן וועלכע האבן געווענליך נישט וואס צו זאגן.

סאו יעצט דארפמען טרעפן אויף וואס צו שעלטן.

כעלענק זאגן.. כ'האב גענוג און נאך. בעצם בינעך זייער אויפגערעגט אויף די סאוער דאו חלה. דער כאלע איז א משכילישע גיפט וועלכע קומט אריין אין די שענסטע שטיבער! פרעגמעך ניש וויאזוי. דאסלעך און יענצלעך זענען אויך געגאנגען מיט ווייסע בעקיטשעס!

צווייטע זאך, קאמיקס בוקס! ווייסט ווי נאריש דעי קאנמיקס בוקס מאכן אונז? (ווענעך זאג אונז מיינעך אונז.. טאקע די דאזיגע וועלכע ליינען איר טיף אין באהעלטעניש ווען קיינער חוץ גאט זעהט נישט) ער נעמטעך, ער מאכטעך פאר א דאמי! פלעין א שויטע! אמאל ווען האסט געליינט א מעשה פון מנחם מענדל, און ער'ט געשריבן אז איינער איז אראפגעפאלן, האסטע געמוזט נוצן דיין מח פשוט זיך פארצושטעלן די סיטואציע, היינט דער קאמיקס איז דיר מודיע.. טררראאאאך! אין אנדערע ווערטער, ס'איז דערהערט געווארן א קלאנג בשעת יענער איז אראפגעפאלן, סאו דו לערנסט זיך פשוט אויס נישט צו נוצן דיין מח.

וואסיז די פראבלעם? העלעך דיר מסביר זיין.. נעקסטע מאל דו זעהסט איינעם אראפפאלן, גייסטע פלעין נישט וויסן אז מען האט געהערט א זעץ. כאפסט?

קעי... וואסנאך? אה!.. די חלוקות וואס האצעך לעצט אריינגעכאפט ביי אונז! קוידן קאל, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס דער טיילער וויל. אפשר וויל ער אונז אלע אפקויפן, און דערנאך וועט ער אונז איינטיילן וויאזוי צו מכאנעך זיין אונזערע קינדער? טרעפיק גייטמעכאן? מיינע דורות! סידעך די שווארצקאפל פון מיין אויגנגלעזער!

חוץ מזה, באקס דרינקס? עריז נארמאל? באלד גייעך נאך דארפן מסביר זיין וואס די פראבלעם פון באקס דרינקס איז! די גאנצע שולי המחנה העט נאך ארויפשפרינגען אויף מיר, און פרעגן ווי ס'שטייט.. אבער ניש געזארגט ענק באמעס... כאב א תירוץ פאר ענק אויך... בעלזא'ער רב האט געזאגט אז ווער ס'פרעגט ווי ס'שטייט איז א נאפיקוירעס רחמנא לצלן! ביסט א אפיקורוס! כ'וויל ניש רעדן צו דיר! גיי פון דא!

פון די נעקסטע ווילעך ניש רעדן.. ס'טרעט מיר צום הארץ. אבער כעלעס אויסשמועסן אויפן שפיץ גאפל-אפ-פון-דא און כ'בעט קיינער זאל פליז נישט גורם זיין צו פארשפארן דעם אשכול.

דאס איז די נושא אויף וואס מיינע רעבעס האבן שוין געוויינט. גייסט היינט אריין אין בעסמעדרעש. זעהסט נישט קאניין יונגערמאן וואס טייטלט אין די גמרא! עטץ כאפטס ווי מ'האלט? פופציג יאר צוריק ביסט אריינגעקומען אין ביהמ'ד, יעדער האט געטייטלט! און ניין! מאכדעך נישט תמימות'דיג, דו ווייסט אז מען דארף טייטלען! דיינע רעבעס האבן עס אריינגעבאקן אין דיר! נאר דו חכם האלטצטעך קלוגער! דו פארשטייסט אז מען דארף נישט. ס'איז דיר נישט אינטערעסאנט וואס דיינע רעבעס האבן דיר אויסגעלערנט! דו מיינסט אז דו קענסט בעסער. אויבער חכם דו!


נאכער ווילעך רעדן פון דעם פראבלעם וואס האצעך אריינבאקומען דא, אז זינגערס גייען ארום צו קראנקע קינדער, און זינגען דארט טרייפענע ניגונים. זינט ווען מיינטעץ זענען זינגערס געווארן גוטע מענטשן? ס'ליגט דא א שוידערהאפטיגע גיפט. דשארדש סאראס פינאנצירט דעם פראיעקט, אז יעדער מענטש וואס שטארבט זאל הערן טרייפענע ניגונים פאר דעם, אזוי ער זאל אנקומען אויבן אין הימל מיט טמא'נע אויערן! איי העסטע מיר פרעגן, סאראס גלייבטעך בכלל נישט אין קיין אויבן אין הימל אדער עפעס אזוי? זאגעך דיר, אפאלפיקען!


סאו למעשה, כאשוין גענדיגט יעדע זאך וואס האט מיר נאר געקענט ארויפקומען אויף וואס צו שעלטן. דער זאפאס איז ליידיג. דער ארטיקל זעהט אויס ווי מאגערע זאנגען. כ'קעניש אויפקומען מיט נאכעפעס.

אלזא בעטעכענק מיינע פריינט... אמרי נא חמותי את... דאן העלעך שוין טרעפן אויף וואס צו שעלטן..

האצמער און זייצמער.. א געהעריגע ארטיקל העט נאכקומען ווען כעל האבן צייט..

ביי!..
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

א מעסעדש פארן מלאך.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

לאמיר דיר מסביר זיין איין קלארע נקודה, דו ביסט טאקע א אלטער נארישער קעניג, ביסט א שטיק פייער, דו האסט געשיקט דיין קאלעגע אויף א לענגערע לאנטש ברעיק.

דו זיצט און קאמאנדעוועסט עמי בבית, דו טריפסט אויף מיינע שוואכקייטן, מאכסט פון מיר דאס גענאר.

סאו געב א קוק, כ'האב צוויי אפציעס, אדער זיין א לוזער, זיך אונטערגעבן פאר דיינע שטיקעס, אדער פשוט לאכן פון דיר, אזויווי אלע סוקסעספולע מענטשן האבן געטון.

דערמאן דיר צוריק פונעם הייליגן בעל שם טוב, דערמאן דיר פון ר' נחמן, דערמאן דיר פונעם בארדיטשובער. זיי האבן דיר גוט אנגעפיפן!

מיינסט אז איך קען נישט? דו ווייסט בכלל פונעם רמב'ם אז יעדער איד קען זיין ווי משה רבינו? דו כאפסט וואס דא מיינט?

כ'קען מיר נישט ערלויבן דיר צו פאלגן, כ'ווייס. דו מאכסט עס גוט. אבער איך קען דיר נישט פאלגן. נישט מעגליך. דו הערסט? סטאפ צו איגנארירן. כ'טעקס דיר, ס'מאכסטעך ניש וואוסנדיג?

ס'איז עפעס א איינזייטיגע דיסקוסיע? נאר דו מעגסט רעדן? כ'זאג דיר אז כ'וויל נישט, כ'וויל ענדערש אויסקוקן ווי די אלע גרויסע אידן וואס האבן דיר געלאזט לופטערן. און האבן געהאט א פרייליך לעבן.

כ'וויל אז ווען משיח גייט קומען, און אלע צדיקים גייען וויינען פון התרגשות, זעהנדיג וואספארא בארג ביסט געווען, קענען מיטוויינען מיט זיי. און זיך ווישן די טרערן פון פרייד אז כ'האב דיר באזיגט.

כ'וויל קענען שטיין פון די זייט און זיך האלטן ביי די זייטן פון דעם ספעקטאקל וויאזוי דער גרויסער באשעפער שעכט דיר. און פארווארפט דיר צו אלע בייזע רוחות.

כ'וויל קענען גיין זאגן פאר מיינע הייליגע זיידעס נאך תחיית המתים, אז איך קליינער טוטער האב דיר באזיגט. כ'וויל זעהן די ברייטע שמייכל אויף זייער געזיכט.

כ'וויל אז מיינע זיידעס וואס האבן איבערגעלעבט היטלער זאלן זיך קענען פרייען, אז זיי האבן זיך נישט געפלאגט איבערצופלאנצן זייער שטוב מיט מסירת נפש, צו אויפשטעלן שוואכלינגען וואס פאלן פאר דיר.

אלזא, ניין. כ'פלאן דיר בכלל נישט צו פאלגן, קענסט גיין שפייען אינעם שווארצן ים, טאנצן מצוה טאנץ מיט דיין רעביצין אינאיינעם, ערגעץ אינעם פארוואלקנטן הר שעיר.

איך בלייב דא, אינעם ליכטיגן וועלט, געטריי צו מיין בורא. אויף אייביג.

ביי!
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

וויסט א קורס? האסטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

לאמיר ענק מסביר זיין וואס דא גייט פאר..

געלויבט גאט, היינט דא טויזנטער קורסעס א חודש ברוך ה'. דער אויבערשטער האט געזעהן אז אין די היינטיגע דורות גייטמען זעך דראפעווען אויף גראדע ווענט. האט דער בורא כל עולמים ברוב רחמיו וחסדיו, מקדים געווען רפואה למכה, און אראפגעשיקט גאר טאלאנטירטע מענטשן, מענטשן וועלכע זענען ספעציעל געאייגנט צו געבן קורסן.

אגב, די דאזיגע לייט ווייסן שוין פון די דרייצן אז זיי זענען געבוירענע קורס געבער, זיי ברויכן ניטאמאל לערנען עפעס דערפאר, מ'געבט א קורס, און מען קוילערט זיך אונטערן קישן. לייף איז גוד!

זיי זענען גרייט צו געבן עני קורסן אויף עני טאפיק, עניוועיר. די משפיעים זענעםן גרייט צו געבן.

אבער, ביי די מקבלים ווערט א פראבלעם, א קינד קומט אהיים פון חדר, זיין רבי האט אים געשלאגן, ווייל ער האט אויסגעגאסן מילך אויף זיין חבר, וואס האטעם געטשעפעט, אז זיין נאז זעהט אויס ווי נגע.

סאו, דאס איז זיכער, א קלארער פאקט, אין חולק. דא מוז מען נעמען א קורס.

זיצן די קארפן קעפ מיט די סעלמאן קעפ אינאיינעם, און מוטשען זיך. ווער און ווען דארף נעמען וועלכע קורס?

מ'קען זאגן אז דאס קינד ברויך גיין צום קורס וואס לערנט אויס וויאזוי זיך איינהאלטן פון גיסן מילך אויף א חבר. הגם דער קלאס איז שוין כמעט פול, קעמען לכאורה נאך אריינשטופן.

אדער אפשר ברויך דאס קינד גיין צו א קורס וואס לערנט אויס זיך נישט צו באליידיגן ווען איינער זאגט אז זיין נאז זעהט אויס ווי א נגע. אדער, זיין שטאלץ דערמיט.

ער דארף גיין צו א קורס וואס לערנט אויס נישט צו גלייבן ווען איינער זאגט אז די נאז זעהט אויס ווי א נגע, (קען זיין אז א שיעור אין מעקסיקא סיטי אויף הלכות נגעים קען זיין הילפבאר.)

אדער קען ער גיין צו א קורס נישט צו ווערן פארלוירן ווען זיין רבי שלאגט אים, אבער דאס גייט מאכן ער זאל דארפן גיין צו עטליעסט נאך צעהן קורסן. נישט אז ס'איז א פראבלעם. סתם.

--

אקעי, אבער מעגליך אז דאס קינד איז בכלל נישט די פראבלעם דא. קען זיין אז דער מלמד דארף גיין צו א קורס.

א קורס וויאזוי מען שלאגט.

א קורס וויאזוי מען נעמט קעיר פון קינדער אן שלאגן.

א קורס אים אויסלערנען רעדן, ער זאל נישט מוזן ניצן הענט.

א קורס וויאזוי אויפצואווישן מילך.

א קורס וויאזוי צו מאניפולירן קינדער זיי זאלן אויפווישן מילך.

א קורס צו אנאליזירן נעזער, צו עס זעהט טאקע אויס ווי א נגע, פשוט צו וויסן צי ס'קינד זאגט ליגנט.

א קורס אפצוהאלטן קינדער פון זיך שלאגן.

--

קעי, אויך, אבער אפשר דארף דאס אנדערע קינד גיין צו א קורס.

א קורס נישט צו ווערן אינגאצן פארריקט ווען ער זעהט א נאז וואס זעהט אויס ווי א נגע.

א קורס צו פונאנדערשיין די חילוקים פון א נאז און א נגע.

א קורס צו באהאנדלען געפילן פון אויסגעגאסענע מילך.

א קורס נישט צו שלאגן.

--

מעגליך. אדער דארף דער טאטע גיין צו א קורס.

א קורס וויאזוי צו באהאנדלען א קינד וואס וויינט.

א קורס וויאזוי צו בויען קאנפידענץ פון זיין קינד.

א קורס וויאזוי צו שרייען אויפן מלמד.

א קורס וואס צו ענטפערן פאר די וויייב ווען זי קאלט משוגע מאכן.

א קורס פון פראגרעמינג, אינזשענירונג, אקאונטינג, איי טי, גרעפיקס, וחילי וחילי. צו מאכן גענוג געלט צו קענען געבן א טיפ פארן מלמד ער זאל זיך אננעמען פאר זיין זוהן. (קען זיין אז דער מלמד ברויך אויך נעמען אזא קורס, און ארויסטשעקן פון מלומדות עסעפ..)

--

אדער דארף די מאמע גיין אויף א קורס.

א קורס וויאזוי צו זיין א שטארקע מאמע.

א קורס וויאזוי משוגע צו מאכן די מאן.

א קורס וויאזוי צו בארואיגן דאס קינד.

א קורס וויאזוי אויפצוהערן האבן קינדער מיט פאני נעזער.

א קורס וויאזוי מען קאלט א פרעמדע פרוי נישט איר עידש, סטעידש, און דרייען א קאפ אז איר קינד האט געשלאגן דיינס.

א דייעט קורס. פשוט די קינדער זאלן זיך נישט שעמען מיט די מאמע ווען זי קומט אויפפיקן דאס אנגעפאטשט יונגל.

א קורס וויאזוי צוזאמצולייגן וועש. אירע קינדער זאל נישט אויסקוקן פאני.

א קורס פאר האום ארגענייזינג. די קינדער זאלן נישט זיין צעמישט.

א קורס וויאזוי צו איבערצייגן דעם מאן ער זאל גיין צו א קורס.

א קורס זיך צו מאכן ווי מען גלייבט דעם מאן אז ער איז דארט געווען, הגם מ'ווייסט אז ס'איז שקר ווי די נאכט.

עכט, פרויען קענען נעמען סתם א קורס. נאו טאפיק, סתם. ווייסעכמיין..

--

אלזא הערץ נאר מיינע טייערע אידן, איך האב דעם לעזונג. איך עפן א קורס ווי מען גיין ערקלערן ווער עס דארף ווען גיין צו וועלכע קורס.

זייט דאס ערשטע מאל טועם קלארקייט אינעם צעמישעניש, ספיקות, שווערע געפילן, טראמא, וואס איר טראגט פון די קורסן סומאטוכע, און קומט צום 'כל הקורסן' קורס.

קורס געבער זאלן זיך פארבינדן אראפצוגעבן קאמישן.

פלעצער זענען ענג. ביטע גייט אויף דייעט.

--

ווילט איר גיין צו א קורס? שווערע געפילן? עמאושענל דעמעדש? איר ווייסט נישט וואו צו גיין?

תורה מעזואים!

---

כ'ווייסניש וויזוי כא פארגעסן; ביי!..
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

סוד של פלאטשקע!..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

זיינע מעכטיגע טריט לאזן איבער טיפע אפדרוקן אין די הארטע ברוינע זאמד. זיינע מוסקלען פארשטייפט, זיינע אויגן אנגעשפיצט, ער שפאנט אין א אטאקירנדע פאזיציע. זיין קרבן קען זיך שוין געזעגענען. נישטא קיין שאנס ארויסצוקומען א גאנצער פון זיינע ברוטאלע הענט.

אזוי שפאנט 'ספעציעלער אגענט דשאן וואן' מיט צוועקפולע טריט, צווישן די באן שינעס אינעם צענטראלן קווארטל 'מיטע' אין בערלין, הויפשטאט פון גערמאניע, דייטשלאנד.

די גאסן רוישן, אלע טריט זענען געוואנדן צום דייטשעס 'ספארטפארום' פריער גערופן 'רייכסספארטפעלד' אין וועמענס צענטער עס שטייט מיט פראכט דער לעגענדארער סטאדיום דער 'אלימפיסטאדיאן' אין וועלכן עס וועט היינט פארקומען א מוזיקאלישער קאנצערט די גרעסטער זינגער וועלן ערשיינען, זינגען די בעסטע דייטשע שטיקלעך.

צום קאנצערט איז אויך ערווארטעט דער קאנצלער מיט די גאנצע סוויטע, וועלכער וועט בעאבאכטן דעם קאנצערט פונעם דעזיגנירטן שטאק.

דשאן וואן איז אויך אויפן וועג אהין, וויצלדיגערהייט טענה'ט ער אז ער האט באמת ליב דייטשע מוזיק. עס דערמאנט אים פון די רויעך וואס איז געזעהן געווארן בשעת מעשה ארויסשפארן פון די קרעמעטאריום'ס.

אבער קיין צייט אויסצוהערן מוזיק גייט נישט זיין, ער איז דא צו ערפילן א וויכטיגע מיסיע, אויף וועלכע זיין גאנצער אגענטור לייגט האפענונג, זייער אידעאלאגיע שטייט סאך העכער ווי קליינקעפיגע דייטשע יונגען וועלכע לאזן זיך וואוילגיין מיט מוזיק פון 'מוצארט' און 'באך', זיי זענען דא צו טוישן די וועלט, פאר אייביג.

דשאן וואן מאכט זיך באקוועם אויף זיין פלאץ, אלעס איז גרייט, ער ווארט ביז דער זינגער וועט אנקומען צום באשטימטן נאט, וועלכער איז אפגעמאכט צו זיין דער אנהייב פון עקשאן!

א מינוט פארן באשטימטן נאט, טוט דשאן אויס זיין רעקל, ער דראפעט זיך פלינק ארויף אויפן זויל פונעם פראדשעקטאר, ער איז קאנצעטרירט און אנגעשפיצט פארן פייף. פלוצלונג, א בליץ רגע פארן באשטימטן נאט---

פלאטשקע!

***
דיינע קוקיס זענען עקלדיג! עס גייט אויפן אונטערשטן שעלוו! די ווערטער קלינגען איבער און איבער אין שמשי'ס אויערן.

שמשי איז געווען א וואויל קינד, נישט אזא געלונגענער, אויב געווען צייטן ווען ער האט געשיינט, איז עס געווען ניין טעג ווען נאר ער האט געמעגט גיין אין שאוער, ווייל אפילו זיין שלאף רבי האטניש געקענט פארנעמען זיין 'משוגעים נתנו ריח, ועל אפינו קול בגדים'. ער איז געווען א קלאסישער דורכפאל, מיט מעדאלן פון הויכע ראנגען אין פרעש פאנגעריי.

זיינע קינדער יארן זענען אריבער ווי א טרעילער וועלכע ווארט אויף אפיקומן, מיט א היבשע פאר פייפערייען אינמיטן, אבער איז למעשה דורך. צו?

בחור'ישע יארן, גארנישט בעסער. סתם, ער האט באקומען פון זיין טאטע א סענסע וואס האט נישט קיין עס די סלאט, לאודעד מיט שיעורים איבער היסטאריע, א שווארצע רעקל, צוויי פעטש, און געפלויגן אין ישיבה. זיין טאטע האט שפעטער צוריקגעכאפט. דער מגיד שיעור האט צוריקגעגעבן..

ישיבה גדולה האטער זיך איינגעשאפט א שטיקל קראוד, בעיסיקלי נאך אפאר 'דריטע וועלט בחורים', זיי פלעגן אינאיינעם פירן גאר טיפע שמועסן פאר שעות ארוכות, זיי האבן געהאט אינערליכע דשאוקס, בקיצור, זיי האבן געשפילט קראוד, יעדער פון זיי האט עכט געכאפט די דשאוק, חוץ שמשי... ער מיינט נאך היינט אז ס'איז עכט געווען א קראוד פונקט ווי פלעין. נעבעך.

נאך די חתונה האט שמשי פרובירט אפאר פאכן, קודם האטער פרובירט פארט טיים, אנגעהויבן ביים מאכן די טיי סענס אין פאפא, שניידן קעיק ביים ציון, זאגן ויהי נועם ביי לוויות. למעשה האטעם זיין ביזנעס קאנסאלטענט, (זיין פעטערס טענענט..) געראטן אז ער מוז גיין פול פארס! סאו איז ער געגאנגען פון מלומדות ביז שיילן עפל. אלעס איז בעצם געווען געמאכט פאר אים, אבער ער האטניש געשפירט קיין סיפוק, אזוי האבן אים די בעלי בתים מסביר געווען.

אלזא איין העלן טאג, (העל מיינטניש ממש העל, אזוי מער צו די העלע זייט, שטעלדעך ניש אויפן ווארט!) טאנצט שמשי ארויס פון בעט מיט פרישע כוחות! ענערגיש, מאטיוויזירט. ער גייט ווערן א קעיק מאכער! ער גייט באקן אלע מיני קוקיס, קעיקס, המן טאשן שניידערס, און נאך.

חשבון איז פשוט: ער האט זייער ליב קוקי'ס, זיינע חברים האבן אויך ליב קוקיס, זיינע קוזינס מיינטער אויך, סאו וואס קען זיין בעסער, ער מאכט קוקיס, יעדער העט קויפן, און אלעס איז מחיה.

אלזא ער גייט קויפן קוקי שעיפ'ס, א מיקראוועיוו, א ספעשל הענטשוך, און: מזל טוב!

נאכוואס אלע זיינע באקאנטע האבן עס פארזוכט, האבן זיי פה אחד גע'פסק'נט, דאס דארף גיין אין די געשעפטן אויף די פאליצעס, ניש צו אונז אינדערהיים. שמשי נעמט אן זייער ראט, שיקט די קוכן אין געשעפט, באקומט צוריק סוף וואך אפאר מטבעות, לעבן גייט.

איין טאג ווערט דער קוכן מאכער שאקירט, ער שפאנט אריין אין געשעפט, ער זעהט אז זיינע קוקי'ס ליגן אויף די אונטערשטע שעלוו, ער איז איינגעגאנגען פאר צער, רופט צו דעם ספאניאלא ארבעטער, ער בעט אים ער זאל לייגן זיינע קוקי'ס אויבן, דער גוי עפנט א מויל: 'דיינע קוקיס זענען עקלדיג! עס גייט אויפן אונטערשטן שעלוו!'

שמשי הערט מער גארנישט, ער שפאצירט ארויס פון געשעפט פאר'צער'ט, זיינע טריט געוואנדן צום וואסער, ער גייט מאכן א סוף! נישטא קיין אנדערע ברירה! זיין לעבן איז א שטיק דורכפאל, אפילו זיינע קוקי'ס זענען עקלדיג, נאו מאר טשענסעס, ער ענדיגט דא. ניטאמאל א מנחה נעמט ער.

ער שטייט ביים וואסער אזוי אין ענגשאפט, זיינע מחשבות קאכן, זיין בלוט זידט, ער טראכט נאך איינמאל, ער מאכט אפ, דאס איז עס! ער גרייט זיך צו נעמען שריט.

א רגע בעפאר ער עספיעט צו באגיין. פלוצלונג---

פלאטשקע!

***

געציל פארנבאך לעבט! ער שפאנט אין די פראג'ער גאסן, מיט בענדעלע אינאיינעם!

נישט קיין חלום, נישט קיין דמיון, דער פארשטארבענער געציל פארנבאך איז דא, ער רייט אויף א מוילאייזל, אין זיין הענט האלט ער א קעיס, און פראקלאמירט פארן גלח: דאס ליגט א נוקלעארע באמבע! עס גייט געווארפן ווערן פורים נאכמיטאג!

האמת אגיד, כ'ציטער נישט! עני נוקלער סיטשועישן פאר איך אין קאנטרי! פלאץ.

אבער דאס איז די געשיכטע, געציל דרייצעך ארום מיט נוקס, בענדעלע לויפט אונטער, און דרייט אים אונטער אויף כוחות.. פלוצים וואקסט ארויס הרב עיב, ער זאגט א שם, ווארפט א טאמאטע, אין געציל פאלט א טויטער, די נוקס זענען אין קאבאליסטישע הענט!

ער עפנט דעם באקס מיט א לשם יחוד, גרייצעך צו ווארפן דעם נוק צו אן אומבאקאנטן ציהל, אבער מיטאמאל קומט אן דער קדושת ציון, זינגט א ניגון, עיב טוט תשובה, דער נוק בלייבט אויפן פרייען פעלד.

איך גרייטמעכעס צו גיין נעמען, און ווארפן אויף אונזער וועלט, מאכן א סוף צום זינדיגן וועלט, אבער דער טשיפ וואס בילי האט געפלאנצט אין מיר לאזט מיר ניש וואקן.

אמנון יצחק האטניש גענומען די וואקסין, סאו ער קענעס נעמען, און ווארפן אויף שוועקי.. אבער לעצטע רגע קלערט אים סעם העריס אויף מה התפוצץ, אז עכשיו אני מבין, טוצעך אן ציצית, אויס די קאפל, און פוצט אפ..

נישט פארן פארקויפן דעם נוק פאר שבח סטודיאס, וועלכע גייטעס נוצן אויף א קינדער טעיפ, אבער בהוראת הרבנים קעמען נישט אריינלייגן אזא ווילדע שטיקל, אלזא טוישט עס הענט.

יעצט ליגט עס ביי גרעג אבאט ער נוצט עס צו נעגאשיעיטן מיט נעטא. אבער פאר וואס ווען ווי, מעלדן די מעקסיקאנע אז זיי טשעקן ארויס פון טעקסאס, זיי זענען נישט אינטערעסירט צו דאווענען אין איין שול מיט בען שאפירא, סאו גרעג גייט לופטערן מיט זיין אגענדע, אז ער וויל קענער גיין קיין ווערמאנט, דארט גייען יעצט די מעקסיקאנע פאר א מדינה,ער זאל אבער פליז געדענקען, בערני איז דארט..

אלמוג איז אפעטיטליך, ער טראכט אויפצועסן דעם נוק, אבער למעשה דארף ער קודם איינמעלדן פאר אלע טי ווי שאוס, אינצווישן איז דער נוק גאן..

סאו דער נוק גייט אריבער צו ליבערמאן, ער פלאנט עס צו ווארפן א קראס די סטריט, סתם, אויסצוגעבן זיין כעס. אבער בן גביר'ס חברה פארכאפן עס די לעצטע רגע.

זיי פלאנען עס צו שיסן אויפן על אקצא, אזוי וועלן זיי אינאיינוועגס טרעפן דעם ארון הברית, אבער מאטי טשעקט אריין די לעצטע רגע. ער צוזאמען מיט זיין גריכישע חבר רוקן ארויס דעם ארון פון דארט. סאו סתם שיסן דעם נוק אן פישינג לוינצעך ניש.

סאו דערווייל ליגט עס ביי אנטאניא גוטערעזש ער נוצט עס צו מאכן סטעיטמענט, שיסן פארדאמונגען, ער טראכט עס אפשר צו שיסן אויף בן גוריון'ס מדינה, וועלכע וויל עובר זיין אויף גענאסייד..

אבער ביז וואס ווען וואו איז די יו ען א קערפערשאפט פאר די היסטאריע ביכער, פירערשאפט פון די וועלט ארדענונג איז צעטיילט צווישן ראשיד, און מעט געיץ. דער נוק איז דערווייל אריינגעפאלן ביי די איטאליענע מאפיא.

די מאפיא שיקט אלעקס מיט זיינע צוויי געהילפן טראספארטירן דעם נוק פון לארענטשיני'ס ארסענאלן, צום וואטיקאן, דער ריאד פיליאלע פון די לארענטשיני באנק וועט רייכער ווער מיט אפאר הונדערט מיליאנען, איינמאל דער וואטיקאן איז אין די אדמה.

אלעקס - עריק - זעליג - דשעי. שפאנט אויפן מיט זעלבסט צופרידנהייט זיינע צוויי געהילפן טראגן דעם קעסטל, זיי זענען שוין אויפן בריק נעבן דעם וואטיקאן, דער פראכטפולער 'סעינט'אנדשעלא בריק'. ווען אינמיטן הערט זיך---

פלאטשקע!

***

מיסטעריעז. אלץ פלאטשקעט.

גיימער;

ביי!...
שרייב תגובה

צוריק צו “מפתחות”