hu.ma.ne יומעין עי. איי. פּין
טעכנאלאגיע עקספערטן, שרייבער, און בלאגער זענען אין די לעצטע טעג פארנומען זיך צו לאזן הערן מיט קעגנזייטיגע מיינונוגען אין פארעם פון לענגערע און קורצערע ארטיקלן אין שפאנענדע ערווארטונג אויף די נייע דעווייס גערופן די ״עי. איי. פין״. יעדער פרובירט צו ווייזן מבינות און פאראויסשאצן דעם צוקונפט פון דעם פארגעשריטענעם נייע ווערעבעל, לויט טייל איז דאס בלויז דער אנהייב פון עפעס פיל גרעסער וואס וועט נאכפאלגן מיט פולע קאנקורענטן און א פילער עפפ סטאר, אנדערע האלטן גאר אז דאס וועט מיט א קורצע צייט גענצליך ערזעצן דעם (סמארט) טעלעפאון צוליב פולע מעלות וואס דאס האט, לויט אנדערע איז עס בלויז נאך א געדזשעט - א טאוי פאר טעק ליבהאבער, די וועלכע דארפן אייביג זיין אפ-טו-דעיט און האלטן ביים אויסגעבן איבריגע געלט צו פרובירן די לעצטע אין נייעסטע טעק אויפן מארקעט.
נאך חדשים פון הייפ, האט יומעין (humane), א סאן פראנציסקא -באזירטע ארטיפישעל אינטעלעדזשענס פירמע, געמאלדן אז קומענדיגע דאנערשטאג (נאוועמבער דעם עלעפטן) וועלן זיי ארויסקומען מיט זייער ערשטן פראדוקט: די עי. איי. פין, אַ דיגיטאלע פּערזענליכער אסיסטענט אין פארעם פון א קליינטשיק פיר קאנטיגע שטיק הארדוועיר.
אנדערש ווי א טעלעפאון וועט די פין נישט האבן קיין סקרין. די געדזשעט קומט מיט א מאגענעט וואס ״פינט״ עס ארויף אויף די (לאפעל - קראגן פון די) קליידער און דינט אויך ווי א בעטערי פעק וואס בוסט דעם פין. דער כלי קומט אויסשטאפירט מיט א קאמערא און סענסערס וועלכע סקענען און באאבאכטן דעם גאנצן ארום פון איר טרעגער כדי צו זיי גרייט צו ענטפערן אויף סיי וועלכע פון זיינע פראגן.
עס איז אומיינסטען אקטעוויזירט דורך די שטומע פונעם אייגענטומער, דאך האט עס א קליינטשיק פראדזשעקטער וואס שיינט ארויס מעסעדזשעס און אייקאנס אויף די באנוצערס האנט פלאך, און קען אויך אפליינען די תנועות וואס די האנט מאכט צו וויסן וואס צו טוען ווייטער.
די קאמפעני יומעין (Humane) איז געגרידעט געווארן בערך פינעף יאר צוריק דורך צוויי געוועזענע דעזיינערס פון עפעל; אימראהאם טשאודרי און זיין ווייב. זיי האבן געמאלדן דעם נייעם פראדוקט און אירע איינצעלהייטן אינאיינעם מיט עטליכע עקסעסעריעס דערצו.
די קאמפעני האט אויפגעטריבן איבער $200 מיליאן פון אינוועסטערס אין די אינדאסטרי אריינגערעכנט מייקראסאפט, טייגער גלאבעל, סעם אלטמאן (openAi סי אי או), און מארק בעניאף (סי אי או פון סעילספארס).
ווי ערווענט קען מען עס שוין באשטעלן אנגעהויבן פון די וואך דאנערשטאג, פאר די פרייז פון $699, פלאס א 24 דאלער׳דיגע דאטע-סובסקריפען ביי טי-מאביל.
פון א אידישע פערספעקטיוו קומט עס מיט מיט אלע פראבלעמען וואס מען האט פאראויסגעזאגט אויף עי. איי., אבער די פאקט אז עס סקרינלאז וועט זיכער פארמינערן די אדיקטיוו אספעקט דערפון. פאר היימישע אידן זעה איך נישט דערין א שטארקע פאטענציאל, צוליב די מאדנע בליקן וואס וועט באגלייטן יעדן וואס וועט אריינשפאצירן אין סיי וועלכע פובליק פלאץ דערמיט.