גלאבאלע קאנצעפטן. די זעלבע יסודות אין: ביזנעס, פאליטיק, נייעס, נפש, שרייבעריי, נגינה און... אייוועלט (7777)

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

טון למעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אין יעדן פעלד וואס א מענטש איז, איז זייער וויכטיג צו טון למעשה. מ'דארף וויסן, מ'דארף טאקע פרעגן, מ'דארף זיך טאקע אינטערעסירן, מ'דארף טאקע אכטונג-געבן, אבער אויב לייגסטו נישט אריין קיין פינגער אין קאלט-וואסער, דאן איז בכלל נישט אינטערעסאנט צו רעדן מיט דיר.

דער הייליגער ריז'ינער זי"ע טייטשט דער משנה אין אבות, אז כל שחכמתו מרובה ממעשיו..., אויב דיין חכמה איז מער ווי דיינע מעשים, איז עס נישט נאר א פראבלעם לגבי די מעשים, הלמאי דו טוסט נישט גענוג, נאר אויך דיין חכמה האט נישט קיין שום ווערד. עס איז נישט אויסגעבויט לויט עקספעריענס (נאר מן הסתם פארקערט...).
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

ווארעמקייט און גוטסקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איבעראל פאדערט זיך ווארעמקייט און גוטסקייט. מ'קען נישט זיין קיין אויטאמאט. אפילו דו ביסט אויסגעצייכנט אינעם עצם דזשאב, דאך וועלן זיך מענטשן אפשאקלען, ווילאנג זיי פילן נישט קיין הארץ דא.

PEOPLE DON'T CARE ABOUT WHAT YOU KNOW, UNTIL THEY KNOW ABOUT THAT YOU CARE.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”