סקענן א פייל פון צוויי זייטן

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

משה רויד
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 10, 2016 5:18 pm

סקענן א פייל פון צוויי זייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה רויד »

א גוטן
איך האב צוויי הונדרעט בלעטער, געדרוקט אויף ביידע זייטן. איך האב א סקענער וואס קען אריין נעמן צוויי הונדרעט בלעטער, אבער עס סקענט נישט מער ווי איין זייט. וויל איך עס אריין לייגן ישר והפוך, און דערנאך אטמאטיש אריין לייגן דף ב' נאך דף א', דף ד' נאך דף ג', וכן הלאה. איך וויל עס מאכן אטאמאטיש.

האט ACROBAT א וועג דאס צו טון? אדער אן אנדערן פראגראם?

ייש"כ גדול.
מיט א נער חתמ׳ט מען נישט, אפילו אויף עשרת הדברות. ממילא גיי איך נישט חתמנ׳ן מיט זיך.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32347
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: סקענן א פייל פון צוויי זייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

משה רויד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 4:03 pm
א גוטן
איך האב צוויי הונדרעט בלעטער, געדרוקט אויף ביידע זייטן. איך האב א סקענער וואס קען אריין נעמן צוויי הונדרעט בלעטער, אבער עס סקענט נישט מער ווי איין זייט. וויל איך עס אריין לייגן ישר והפוך, און דערנאך אטמאטיש אריין לייגן דף ב' נאך דף א', דף ד' נאך דף ג', וכן הלאה. איך וויל עס מאכן אטאמאטיש.

האט ACROBAT א וועג דאס צו טון? אדער אן אנדערן פראגראם?

ייש"כ גדול.
קענסט עס סקענען צו צוויי PDFס, ישר פאר די ערשטע זייט און הפוך פאר דער צווייטער זייט, און דאן גרינג צאמשטעלן מיט א טאאל ווי https://www.sejda.com/alternate-mix-pdf (מאך זיכער צו אויסוועלן אז דער איווען זייט איז פארקערט, זינט אזוי וואלט געווען דער הויפן פאפירן ווען דו סקענסט דער בעק זייט.)

דער פאקסיט PDF רידער פלעגט האבן א גוטע סקענער אפציע וואס האט אטאמאטיש געפרעגט צו מען וויל ביידע זייטן און צאמגעשטעלט ביידע, אבער זיי האבן עס אראפגענומען אין די נייערע ווערסיעס. קענסט פרובירן דער עלטערע ווערסיע פון דא http://cdn01.foxitsoftware.com/product/ ... _Setup.exe (מאך זיכער נישט צו אפדעיטן.)
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע און ערפינדונגען”