סליפ עפניע sleep apnea

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4074
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: סליפ עפניע sleep apnea

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

קריספי חלה האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 12:31 pm
איז שנאכעצן א סימפטאם פון דעים?
אזוי ווי שמחה זאגט
קען זיין אבער מוז נישט זיין
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: סליפ עפניע sleep apnea

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

שנארכעצן געשעהט ״נאר״ ווייל די לופט רער איז געווארן ריסטריקטעד און דאס ביסל לופט וואס גייט אדורך מאכט א גערידער. דאס איז 100% עפניע.

צוטעיפן די מויל... נישט דארט איז די אישו… ס׳איז גוט ווען מ׳איז אין דענייעל…. שוין אמאל געהערט פון א פאלמאנאלעדשיסט זאל עס רעקאמענדירן?!

און קורצן וואס געשעהט:
די ווייעכע שטיקל אין בעק ווי די לופט גייט אריין ביים האלז, ווערט גרעסער/גרעבער פון פעטענס. די מוסקלען פרויבירן עס צו האלטן שטייף און אפן בשעת מ׳איז וואך, אבער ווען מ׳שלאפט און אלעס איז רילעקסט, לאזן די מוסקלען נאך, און די גראבע ווייעכע שטיקל פלייש דארט אינעווייניג צעלאזט זיך מער און ״ריסטריקט״ די לופט.
ווען דאס געשעהט הייסט עס עפּניע.
אויב ווערט נאך מער פעש, קען מען אטעמען מיט א גערידער בשעת מ׳איז וואך...
על פי רוב איזעס איבערוואגיג, ביינעזאם מיט א רילעקסאר מעדיקעישנס, א שטייגער ווי קלאַנאַפּין, וכדומה. די מעדיקעישאנס העלפן שלאפן, אבער עס מאכט די עפניע פיל ארגער.

די PAP מאשין (פאזעטיוו עיר פרעשער) וואס בלאזט אריין לופט, בלאזט מיט א פרעשור צו האלטן די ווייעכע שטיקל פלייש אין די זייט און עס עפנט צוריק אויף די לופט רער.
ווי מער פונט מען פארלירט, קען מען צעביסלעך מאכן די לופט פרעשער ווייניגער.

ס׳איז דא מענטשן וואס זענען טאקע דאַר, אבער האבן פארט א ריסטריקטעד עיר-פלאו מיט ווייעכע פלייש און שוואכערע מוסקלען דארט.

היינטיגע מאשינען זענען שוין זייער פארגעשריטן, ממש כמעט מ׳הערט עס נישט! און ס׳איז ״זייער״ קליג, עס ווייסט ווען מ׳אטעמט ארויס, און דעמאלטס מאכט עס די פרעשער ווייניגער נישט צו פייטן די ארויסאטעמען און ס׳זאל זיך שפירן גרינג און נאטירלעך. די מאשין איז זייער פארגעשריטן און וועט א גאנצע צייט זיך שפילן מיטן פרעשער לויטן אטעם! עס מאכט זיכער אז די פארלאנגטע פרעשער צו האלטן די רער אפן, איז אייביג דא, פאר אריין הייבט עס אליין די פרעשער (אינסטענטלי) פאר א אטעם ארויס, קומט עס ארויס פון די לונגען מיט א געוויסע פרעשער, די מאשין רעכנט עס אויס און לויט דעם מאכט עס ווייניגער בשעת די עקסהעיל. וחוזר חלילה א גאנצע נאכט.

די בעסטע מאסק פאר א היימיש איז מיט א בארד - וואס איז כמעט נישט מעגליך צו האבן א סיעל, און ווי אויך איזעס זייער נישט בע׳טעמ׳ט צו שלאפן מיט א גראבע מאסק אויפן פנים מיט א פייפ ארויס… איז די בעסטע עצה א קליינע ווייעכע פלעסטיק וואס גייט אונטער די נוז, עס מאכט א סיעל ארום די נוז לעכער, און מ׳דארף אליין געדענקען און מ׳געוואוינט זיך צו אז מ׳שלאפט מיט די מויל פארמאכט, אויב נישט, ליקט ארויס די לופט…
ווי אויך האט די נעיזל-קאָשׁען א דינע העט-גיער וואס גייט ארויף העכערן קאפ און דארט קאננעקט זיך עס צו א פייפ וואס גייט צום מאשין.

אז עס פעלט אויס קען איך שטעלן א בילד.

עס לוינט זיך צו וויסן וויאזוי מ׳קען אליין אריינגיין אינעם ״קליניקעל״ מעניו, און אליין קענען טוישן די פרעשער. למשל מ׳איז פארקילט און די נוז איז פארשטאפט…

די אלע היינטיגע מאשינען זענען APAP. די A מיינט אטאמאטיק. מ׳שטעלט אן די מינימום נומבער פרעשער וואס מ׳מוז, און מ׳לייגט אריין די מאקסימום, און די מאשין וועט אליין ארויפגיין און אראפגיין לפי הצורך.

ניצן די היומידיפייער עקסעסארי און א היטעט פייפ (וואס אינשורענס באצאלט נישט אייביג) איז זייער וויכטיג פאר א קאמפטערבל נאכט שלאף. ענדערש באצאל עס אליין. די נוז דארף ווארעמערע און נאסערע לופט. טריקענע קאלטע/רום טעמפ לופט אריינשיסן אין די נוז איז געמאכט פאר אלע שונאים….

ווען מ׳אטעמט אליין, וועט די נוז אדער מויל מאכן די לופט נאטירליך נאסער און ווארעמער. מיט א מאשין וואס שיסט לופט מיט א דרוק, קען נישט די נוז ארבייטן אזוי שנעל, מוז די מאשין עס טאן. אויב האט מען נישט קיין היטעט פייפ, וועט די לופט זיך אויסקילן אינעם פייפ און זאגאר ווערן וואסער טראפעלעך, זייער נישט באקוועם - מילד גערעדט. מיט א היטעט פייפ איז עס באקוועם און משלאפט זיך אויס איינמאל פאר אלעמאל.

גוטע נאכט.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: סליפ עפניע sleep apnea

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

א היים סטאדי איז אקעי. ווילאנג די אינשורענס באצאלט עס. מאך נאר זיכער צו האנדלען מיט א דאקטאר וואס איז א פאלמאנאלעדשיסט. סתם א העלט סענטער דאקטאר איז נישט געמאכ דערפאר.

אויב וויל מען נישט ווארטן ביז מ׳קריגט אן אפוינטמענט מיט א פאלמאנאלעדשיסט, ענדערש נעם א פּרעסקריבשאן פון עני דאקטאר כדי זאלסט קענען שאפן א מאשין, און קענסט אייביג פארזעצן מיט א פאלמאנאלעדשיסט. אפילו איין נאכט אן א מאשין מיט עפניע, קען זיין - אנשולדיגט פארן שרייבן אזוי שארף - כמעט פאטאל.
די אקסידשען לעוולס דראפן צו דעינדשערעס נומבערס! די הארץ נעמט זיך ווילד קלאפן און וועקט אויף די מענטש ווייל מ׳איז אין א סכנה פון - - - -!
אויב נעמט מען סליפ מעדיקעישן איז די סכנה פיל גרעסער. די הארץ קען ווערן געשעדיגט, די מוח מיט ווייניג אקסידשען, און בעסער איך שרייב נישט ווייטער.

פאר א סיבה ניצט מען די מאשין שבת ווי געהעריג! ס׳איז נישט קיין וויץ!
אוועטאר
קריספי חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:13 pm

Re: סליפ עפניע sleep apnea

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קריספי חלה »

א נאנטע משפחה מיינע וועקט זיך אויף יעדע נאכט עטליכע מאל און ווען שלאפט יא שנארכעצט אסאך.
איז שטארק אין דינייעל און טרעפט כסדר נייע תירוצים פארוואס עס געשעהט פונקט יעצט. און וויל נישט הערן פון sleep apnea.
עני עדוויס ווי אזוי צו משפיע זיין אויף יענעם זיך צו גיין אויסטשעקן?
איך שיהיה
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 05, 2016 3:56 pm

Re: סליפ עפניע sleep apnea

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך שיהיה »

מען דארף אין ערגעץ נישט גיין מ'שיקט אהיים א דיווייס צו אים וואס ער טוט אן ביים שלאפן און טשעקט אים ווי אזוי ער שלאפט
פעם התבטא כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע ואמר בדרך צחות שעשיו דיבר יודיש כמו גוי שאמר ולמה זה לי בכורה שפירושו 'פארוואס דאס מיר בכורה' - (אוצר מאמרים משולחן רבותינו א' עמ' 222)
אינוואלווד
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:35 am

Re: סליפ עפניע sleep apnea

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינוואלווד »

ווייז אים אן וואס די געזונט וועלט שרייבט וועגן די ריסקס פון דעם
Estimates indicate that sleep apnea increases the risk of heart failure by 140 percent and the risk of coronary heart disease by 30 percent. Sleep apnea patients are 2 to 4 times more likely to experience an irregular heartbeat or arrhythmia

https://sleepcenterinfo.com/blog/can-sl ... a%20stroke .
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”