דער ציגארעטל

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6324
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

דער ציגארעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

אין ישיבה נאך אינג
ביים פענסטער ער שטייט
ער מאכט עס פלינק
ווען א רויעך גייט

בעפאר זיינע טאשן מ'טאפט
א ציגארעטל ער כאפט

עלטערע בחור איז ער
דאך ער שפירט
רייכערן מוז ער
בשעת א קופקע ער פירט

פון וואו נעמט ער כח
פונעם ציגארעטל מיט איר רויעך

א שידוך אָן מ'טראגט
ער איז נערוועז גוט
אבער איין זאך ער פארמאגט
וואס בארואיגן אים ס'טוט

ווען די הויט אים ס'שינדט
א ציגארעטל ער צינדט

די חתונה שוין באלד
אזויפיל דאגות אויפן קאפ
וואו שאפט מען געוואלד
מנוחה א טראפ

ער האלט עס נישט אויס
מיטן ציגארעטל גייט ער ארויס

געבוירן א קינד
צו מזל און צו ברכה
אזוי שנעל און געשווינד
איז ער א ראש המשפחה

צווישן איין ברכה אונעם צווייטן
טוט אים א ציגארעטל באגלייטן

אין גאנצן לעבן אלעמאל
ווען ער האט סטרעס א הויפן
ווען די מצב איז שמאל
ווייסט ער וואו צו לויפן

ווען ער טרעפט זיך אין א פראבלעם
דער ציגארעטל בארואיגט אים

---

ווען ער קען שוין נישט מער
אדער דארף א שטילע קלער
אייביג איז דער ענטפער
דער ציגארעטל, נאר ער

דער ציגארעטל האלט מיט
ווען זיין רויכערער בלוט
צייטן שלעכט און גוט
אויף יעדן טריט און שריט

דער ציגארעטל דערציילן קען
פונקטליך וואס וואו און ווען
נאר צו אים רעדט מען
אבער א רגע, צי וויל ער דען?

ווען וועט דער ציגארעטל
כאפן א ציגארעטל...?
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: דער ציגארעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

צוקאש.

אגב. מיין ב"ב האט מיר אמאל געזאגט. ווען א מאן האט סטרעס, לויפט ער פאר א ציגרעטל און בלאזט זיך אויס. זיי בלייבן אבער מיט די סטרעס אין זיך..
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: דער ציגארעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

יא גיימיר ארויס פאר א סיג @שוואכער ???
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: דער ציגארעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

שיין שיין.

ברויך מען דאס ליינען מיט ציגארעטל..
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
אלטע קוגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5449
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן

Re: דער ציגארעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

@שוואכער !!
זיך טענה'ן מיט א נאַר איבערצייגט אז עס זענען דא צוויי.
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4138
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: דער ציגארעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

אן אייניקל האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 3:45 pm
צוקאש.

אגב. מיין ב"ב האט מיר אמאל געזאגט. ווען א מאן האט סטרעס, לויפט ער פאר א ציגרעטל און בלאזט זיך אויס. זיי בלייבן אבער מיט די סטרעס אין זיך..
זיי בלאזן עס אויס אינדערהיים
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: דער ציגארעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איי איי איי, ווארט נאר אויפן ציגרעטל ביים הערן פונעם ערשטן אייניקל ’זיידי’! וואס וויסן די אינגווארג!

זיסער פאעזיע, שכוח.

גיימער פאררויכערן...
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: דער ציגארעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

קיינמאל נישט געוואוסט אז א ציגארעטל איז אזוי געשמאק....
נאך קיינמאל נישט גערייכערט
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: דער ציגארעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

כ'האב יעצט גענדיגט א ציגערטל, כ'לויף שוין כאפן נאך איינס.
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
איוואן דער שיכור
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 8:40 am

Re: דער ציגארעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן דער שיכור »

צוגארעטלעך - אוי ווי געשמאק
די גרינע בלעטלעך - פון טאבאק

די רויעך - אריין איך צי
מיטן גאנצן כח - אפשטעלן דעם מיה

מיין מח דער ציושעטע - מיטן
ציגארעטל דעם פאפירענעם

די געדאנקען טויש ער - מיטן
ציגארעטל קאנראלירן - איהם

אבער אמת טאקע - מיט דעם האסטו רעכט
די ציגאר אזא געשמקע - עס בארואיגט דיר עכט

אבער די שמעק פעך - עס כאפט אהן א עקל
דיינע לונגען שווארץ ווי פעך - און א שטינק אויפן רעקל

די רויעך די זיסע-בארואיגט טאקע די הערצער,
אבער דאס איז סכנת מיתה-דאס לעבן חלילה קערצער

דיין הערליכע תקופה-מאך נישט קאליע‎‏
איך וואונטש דיר בריות גופא-ונהורא מעליא

נעם עס צום הארצן-טראכט דעם געדאנק
די לונגען ‎נישט מעהר פארשווארצן‎‏-וועסטו לעבן לאנג!!
לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטע!!!


דער עיקר אז מען שמייכלט
איין שמייכל ברענגט דער צווייטער
אוועטאר
כאפער
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 10:22 pm

Re: דער ציגארעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפער »

ש'כח @שוואכער , איך ווארט שוין לאנג אז איינער זאל ארויסקומען און זאגן "כמה מעלות". ש'כח נאכאמאל.
כאפסט?!?!?!
אוועטאר
בן גלאדעש
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: דער ציגארעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 9:49 pm
איי איי איי, ווארט נאר אויפן ציגרעטל ביים הערן פונעם ערשטן אייניקל ’זיידי’! וואס וויסן די אינגווארג!

זיסער פאעזיע, שכוח.

גיימער פאררויכערן...
why drink and drive when you can smoke and fly
אוועטאר
בן גלאדעש
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: דער ציגארעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

@שוואכער WOW! נישט דא קיין ווערטער
why drink and drive when you can smoke and fly
אוועטאר
בן גלאדעש
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: דער ציגארעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

הערליך
why drink and drive when you can smoke and fly
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”