נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2473
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

ברדלס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:16 pm
ומגביה שפלים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:15 pm
כעלעמערחכם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:09 pm
@מערכות הקודש דארט ווי מגראבט אויף פושקנה די בנין וואס איז נאכנישט אינגאנצן פערטיג און ס'איז אלטס געווען מקובל אלטס בית החיים האט קיינער נישט מוחה געוועהן! פארוואס?!
אונטערן ציון וואס איז אלטס געוועהן מקובל אלטס ביה"ח, האט מען געבויט א בנין וואס איז די שעיפ פון א L און די בעה"ב איז פלוצלינג אוועק אין יונגע עלטער פון בערך 34 יאר, האט קיינער נישט מוחה געוועהן! פארוואס?!
נאר ביי א מקוה וואס איז קיינמאל נישט געוועהן אנגענומען אלס חלק פון די ביה"ח און ס'נישט דא "קיין איין" רב וואס האט געהערט די אנדערע צד און ארויסגעגעבן א איסור דארט רודערט מען! פארוואס?!
די געלע ליינס אויף פושקנה וואס איז געוועהן א סימן פאר כהנים ווי ממעג גיין האט מען אויסגעמעקט! פארוואס?!
ביטע אויב איר קענט ענטפערן שכוח!
די נאמען פון דעי מעשה איז:
די בעל המקוה האט נישט באצאלט
הוצאת שם רע, בלוט בלבול ערבי פסחים.
אויף א איד וואס בויעט א מקוה
כעלעמערחכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 pm
לאקאציע:כעלעם

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעמערחכם »

nodeJS האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:16 pm
פארוואס זאגסטו אז מ'האט נישט מוחה געווען? מ'האט יא!
וועגן די מקוה בינעך נישט אזוי באקאנט, עס איז אבער אינטערעסאנט אז די זעלבע וואס האבן געהאט א גרויסע יד אין די אנדערע פלעצער, וועלכע זענען קלאר א חלק פונעם ביה"ח, פירן אן דא אויך א מאסיווע קאמפיין צו פארשווייגן די גאנצע מעשה, הלא דבר הוא.
אנטשולדיגט. אבער ביי יענע בנין אויף פושקנה האט מען "נישט" מוחה געוועהן! און ביי די בנין אונטערן ציון האט מען אויך "נישט" מוחה געוועהן! ס'נישט געוועהן קיין בריוון און פאשקעווילן ביי די צוויי בנינים!
און בד"וו אויב איינער קען זיך דערמאנען די מעשה פון די בריוו וואס הגה"צ ר' שמשון שווארץ זצ"ל האט "נישט" אינטערגעשריבן.....
דאס ערשטע איז א מקוה! און דערנאך...
קאפיטל: ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ!
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2473
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

כעלעמערחכם האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 11:54 am
nodeJS האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:16 pm
פארוואס זאגסטו אז מ'האט נישט מוחה געווען? מ'האט יא!
וועגן די מקוה בינעך נישט אזוי באקאנט, עס איז אבער אינטערעסאנט אז די זעלבע וואס האבן געהאט א גרויסע יד אין די אנדערע פלעצער, וועלכע זענען קלאר א חלק פונעם ביה"ח, פירן אן דא אויך א מאסיווע קאמפיין צו פארשווייגן די גאנצע מעשה, הלא דבר הוא.
אנטשולדיגט. אבער ביי יענע בנין אויף פושקנה האט מען "נישט" מוחה געוועהן! און ביי די בנין אונטערן ציון האט מען אויך "נישט" מוחה געוועהן! ס'נישט געוועהן קיין בריוון און פאשקעווילן ביי די צוויי בנינים!
און בד"וו אויב איינער קען זיך דערמאנען די מעשה פון די בריוו וואס הגה"צ ר' שמשון שווארץ זצ"ל האט "נישט" אינטערגעשריבן.....

מיין זיידע רבי שמשון האט זיך ”נישט” געבראכן צו זיי, און אויך ”נישט” באצאלט פאר זיי.
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1481
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:23 pm
מערכות הקודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:31 pm

ווער האט געשריגן וואלף וואלף ?!
אלע גדולי ישראל פון אלע קרייזן אין שיכטן האבן זיך צוגעשטעלט צו די מערכה.
ר’ איד, איך נעם נישט קיין צד, אבער ביז אפענע שקרים.
דא האסטע א חלק פון די מכתבים פון אלע גדולי ישראל.
כ"ק מרן גאב"ד ירושלים זצוק"ל, כ"ק מרן הראב"ד שליט"א, חברי הבד"ץ עדה החרדית שליט"א, חברי הבד"ץ התאחדות הרבנים שליט"א, מנהיגי קהילות הקודש באר"י שליט"א, רבני קיהלות סאטמאר מהר"יי שליט"א, רבני קהילות סאטמאר מהר"א שליט"א, רבני ברסלב שליט"א, ושאר גדולי ישראל שליט"א מכל רחבי תבל.

מכתבי גדולי הרבנים שליט"א
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 12:22 pm
כעלעמערחכם האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 11:54 am
nodeJS האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:16 pm
פארוואס זאגסטו אז מ'האט נישט מוחה געווען? מ'האט יא!
וועגן די מקוה בינעך נישט אזוי באקאנט, עס איז אבער אינטערעסאנט אז די זעלבע וואס האבן געהאט א גרויסע יד אין די אנדערע פלעצער, וועלכע זענען קלאר א חלק פונעם ביה"ח, פירן אן דא אויך א מאסיווע קאמפיין צו פארשווייגן די גאנצע מעשה, הלא דבר הוא.
אנטשולדיגט. אבער ביי יענע בנין אויף פושקנה האט מען "נישט" מוחה געוועהן! און ביי די בנין אונטערן ציון האט מען אויך "נישט" מוחה געוועהן! ס'נישט געוועהן קיין בריוון און פאשקעווילן ביי די צוויי בנינים!
און בד"וו אויב איינער קען זיך דערמאנען די מעשה פון די בריוו וואס הגה"צ ר' שמשון שווארץ זצ"ל האט "נישט" אינטערגעשריבן.....

מיין זיידע רבי שמשון האט זיך ”נישט” געבראכן צו זיי, און אויך ”נישט” באצאלט פאר זיי.
איך ווייס נישט פונקטליך צו וואס איר באציט זיך וועגן נישט געבראכן און נישט געצאלט.
וועגן די בוי ארבעט אויף די בילדינגס נאנט צום ציון געדענק איך אליין עטליכע גרעסערע מעמדי מחאה, אריינגערעכנט אויף כיכר פושקינא אין די טעג בעפאר ר"ה, מער ווי איין יאר, בהשתתפות אסאך רבני ברסלב (בראשות ר"מ קרעמער, רא"נ אנשין און נאך), וויאויך מערערע אסיפות און כינוסים סיי אין אמעריקא און סיי אין אר"י.
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2701
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

דער עולם מישט דא גוט ארום צוויי באזונדערע זאכן.

אין די טעג פון ה' ו' ז' תמוז פון יאר תקכ"ח - ארום 40 יאר פאר רבי נחמן'ס הסתלקות - איז פארגעקומען א שרעקליכע פאגראם אין אומאן דורך דעם רוצח גאנטע ימ"ש, וואס האט אויפגעשטעלט א חופה אינעם הויף פונעם שול מיט א שתי וערב, ווער עס האט דאס נישט געוואלט אונטערגיין, האט מען גע'הרג'עט מיט רציחות נוראות. איינער פון די אידן וואס האבן זיך אויסבאהאלטן אין א הייל נעבן אומאן, האט זוכה געווען צו באערדיגן די אידן וואס זענען געלעגן כדומן על פני השדה, און האט באערדיגט אן ערך פון 30 טויזנט קדושים אין צוויי ריזיגע גריבער אינעם בית החיים אין אומאן. נאכ'ן באערדיגן האט זיך דארט ערווארבן אזוי ווי צוויי בערג.
רבי נחמן זייענדיג עטליכע יאר פאר זיין הסתלקות אין אומאן, האט ער געוויזן דורכ'ן פענסטער צווישן די צוויי בערג, און געזאגט אז דא איז גוט צו ליגן.
א האלבע יאר פאר זיין הסתלקות האט ער זיך ארויבערגעצויגן וואוינען אין אומאן, כדי צו קענען דארט באערדיגט ווערן.
נאך די הסתלקות האט די חברה קדישא אים געוואלט באערדיגן אינעם נייעם בית החיים, אבער רבי נתן האט דאך געוואוסט אז זיין רצון איז געווען צו ליגן דארט צווישן די צוויי בערג פון די קדושים, האט ער אינטערווענירט מיט אלע כוחות ביי די שטאט לייט, ביז ער האט מצליח געווען אויסצופירן זיין רבי'ס רצון, און מ'האט מקבר געווען רבי נחמן אין די פלאץ שאיוותה לו, וואו ער האט זיך אויסגעקליבן בחייו.

איצט לאמיר עס צונעמען:
1. די פערציג יאר פון תקכ"ח ביז ווען רבי נחמן האט זיך אהין געצויגן, איז זיכער געווען עטליכע יאר וואס די שטאט איז נישט געווען באוואוינט מיט אידן.
2. די סדר אמאל איז געווען אז מ'האט מקדש געווען א בית החיים ביי אן עק פון די שטאט.
3. א ביה"ח איז געווענליך א באקס.
4. עטליכע יאר צוריק ביים גרובן ביי אות ב' האט מען געטראפן געהעריגע קברים, - נישט פון די דרייסיג טויזענט קדושים, זיי זענען נטמן געווארן אין אן קבר אחים אביסל אהינצו אות ג'- האט מען געכאפט אז דאס וואס מ'האט אלע יארן געמיינט אז די גבול פון די ביה"ח איז ביז בילינסקי (אזוי זענען טאקע געווען די בילדער פון די מאפעס פון יארן פריערט) דערווייל גייט דאס ביז טשעלוסקינטסיוו גאס.

לויט ווי עס קוקט אויס האט מען געוואוינט, (ווען מ'קוקט אויף די מאפע) צו פארענט און צו לינקס פונעם בית החיים. און די בית החיים איז געווען ביי די עק פון די שטאט. אין די עטליכע יאר וואס עס איז נישט געווען אזוי באוואוינט פון אידן, האט מען אנגענומען אז די ביה"ח ענדיגט זיך ביי בילינסקי (בלויע באקס). (אין מיין הבנה האט די טעות שוין פאסירט נאך פאר רבי נחמן איז דארט נטמן געווארן, אנדערש שטימט נישט לכאורה די אלע בילדער פון די שפעטערע יארן.) לויט די עדות פון די אידן וואס האבן נאך געדענקט אומאן פאר די מלחמה איז די בית החיים אויך נאר געווען ביז בילינסקי.

למעשה האט מען אויסגעפונען אז די גאנצע רויטע באקס איז נאך אויך א חלק פון בית החיים.
די סיבה פון דעם קען זיין אז די בילינסקי גאס איז אלעמאל געווען א גאס אינעם בית החיים וואס האט אפשר אפגעטיילט צווישן ניי און אלט, אדער סתם אז מ'זאל קענען אריינגיין דארט. אדער איז די גאס געווארן שפעטער נאך וואס מ'האט געקלערט אז דארט ענדיגט זיך דער בית החיים.
ווי מ'זעט אין אסאך בתי חיים זענען זיי געווען אויף בערג, און גאנצע בילינסקי און פושקענא פון דארט ביז טשעלוסקינטסיוו איז טאקע נאך א בארג אראפ.

דאס איז זיכער אז די קדושים האט מען מטמין געווען דארט וואו עס איז אנגעצייכענט אויס ג'.

רבי נחמן האט געוויזן די בית החיים פון א פענסטער וואס מ'האט געקענט זען דעם בית החיים, וואס איז מסתבר אויף די לינקע זייט פון די בלויע באקס אות ד' וואס איז א בארג ארויף צום מארק.

אות א' זענען אלע בנינים וואס די קאמעניסטן האבן געבויעט אויפ'ן בית החיים עס אויסצורייסן.

דארט וואו עס איז דא די געלע באקסל, דארט איז לכאורה געווען די שער צום בית החיים. לויט געוויסע אנדייטונגען וואס איך האב געהערט גאנץ קראנט. אויב איז עס אמת, שטימט עס גאר גוט מיט'ן מציאות פון א בית החיים ביים עק פון שטאט. און דאס טוט אנדייטן אז ביז דארט איז געווען געהעריגע הייזער וואו מ'האט געוואוינט.
אומאן ביה''ח 2.JPG
אומאן ביה''ח 2.JPG (93.31 KiB) געזען 1879 מאל
די נייע בית החיים איז היבש ארויפציר פון טשעלוסקינטסיוו גאס עס איז די זעלבע גאס, און הייסט וויזוואליטעליוו. דאס צייגט אז אין די יארן נאך תקכח, האט מען שוין אנגעהויבן וואוינען אויך צו די רעכטע זייט פונעם בית החיים, זינט די נייע בית החיים האט מען שוין אנגעהויבן צו נוצן נאך בחייו פון רבי נחמן.
אומאן ביה''ח 4.JPG
אומאן ביה''ח 4.JPG (92.7 KiB) געזען 1879 מאל



ערשט האבן מיר אראפגעשטעלט די מציאות הדברים.

למעשה זענען דא אסאך פאליטיק אין אומאן בנוגע ווער עס זאל באלעבאטעווען אויפ'ן פלאץ, אן אריינגיין אין דעטאלן וואס איז נישט נוגע, איז אבער די מציאות אז עס איז דא א פאליטיק דערוועגן.

אין אומאן גופא, זענען אוודאי אלע מחאות געווען נאר אויף די גרובינגען וואס זענען פארגעקומען אין די שטח וואס איז פריער דערמאנט געווארן אלס אות ב', ווייל אלע אנדערע מערכות זענען שוין אינוואלווד אין פאליטיק.

ליידער מקצה המחנה זענען דא אזעלכע וואס מאכן א קוגל צווישן די אמת'ע בית החיים אין די כלומר'שטע צוגעקומענע, מיט צוויי אנדערע אינטערסען.
צד א' ווילן קענען בויען אויף די פלאץ וואס מ'האט ממש געזען קברים, און זיי נעמען די כלומר'שטע אלס א ראי' אז די אלע מעוררים רעדן סתם אין די וועלט אריין.
צד ב' נעמען די אמת'ע קברים און כדי צו קענען באלעבאטעווען אויפ'ן פלאץ נעמען זיי עס אלס א ראי' אז מ'ווייסט נישט וואו די גבולות זענען.

איצט די טענה פון @כעלעמערחכם איז, היתכן דו קערסט עולם ומלואה אויף די כלומר'שטע צוגעקומענע קברים, בו בזמן אז דו פירסט נישט די מערכה מיט צד א' וואס גרובן ליידער געהעריג.
אלע בריוון פון די רבנים וואס @מערכות הקודש ברענגט דא אז ס'איז דא עדות פון א בית החיים רעדט מען טאקע פון די אמת'ע בית החיים וואס איז מחמת איזה סיבה פארזען געווארן שוין מער פון הונדערט יאר.
אבער צד ב' מאכט איין גרויסע קוגל, און דאס וואס @כעלעמערחכם שרייעט אז מ'שרייעט וואלף וואלף הערט מען דיך שוין נישט אויס.

זאל השי"ת מאיר זיין לבם ועיניהם של ישראל.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2093
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

יז בתמוז האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 4:30 pm

ווערט נישט בארירט אין דיין תגובה, די מציאות ארום די ווייטערדיגע שטח פושקינא אראפ און טאלסטוי.
וואס אויף דעם זענען אפאר חברה דא היציג וד"ל..
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2701
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

loyodea האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 4:51 pm
יז בתמוז האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 4:30 pm

ווערט נישט בארירט אין דיין תגובה, די מציאות ארום די ווייטערדיגע שטח פושקינא אראפ און טאלסטוי.
וואס אויף דעם זענען אפאר חברה דא היציג ודי..
איך שרייב נישט דערוועגן, ווייל עס איז גענוג און נאך פארשטאנדיג פון מיין תגובה, און איך בין נישט אויסן צו טוישן מענטשן זייערע מיינונגען ווען עס איז אגאנדזשירט מיט אגענדעס. ווער עס וויל קען איצט ליינען די בריוון וואס איז ארויסגעקומען, און אליינס צוזאמענשטעלן דאס בילד.
כעלעמערחכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 pm
לאקאציע:כעלעם

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעמערחכם »


אנטיסימיטישע אנפירקלעריי דורך א יוגענטליכער אין אומאן
אטעטשמענטס
0.jpg
0.jpg (84.25 KiB) געזען 1506 מאל
דאס ערשטע איז א מקוה! און דערנאך...
קאפיטל: ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ!
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1481
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

כעלעמערחכם האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 11:41 am
היינט אין דבר יום ביומו ק"י
גילו דעת והבהרה.png
גילו דעת והבהרה.png (157.67 KiB) געזען 581 מאל
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
כעלעמערחכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 pm
לאקאציע:כעלעם

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעמערחכם »

הרה"ח ר' אפרים קעניג שליט"א האט געוויילט אין עיר הקודש פארגאנגענעם שבת מיט בני קהילתו
אטעטשמענטס
IMG-20240516-WA0311.jpg
IMG-20240516-WA0311.jpg (313.02 KiB) געזען 424 מאל
דאס ערשטע איז א מקוה! און דערנאך...
קאפיטל: ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ!
כעלעמערחכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 pm
לאקאציע:כעלעם

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעמערחכם »

אטעטשמענטס
IMG-20240516-WA0009.jpg
IMG-20240516-WA0009.jpg (97.34 KiB) געזען 421 מאל
דאס ערשטע איז א מקוה! און דערנאך...
קאפיטל: ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ!
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2701
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

כעלעמערחכם האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 11:36 am
הרה"ח ר' אפרים קעניג שליט"א האט געוויילט אין עיר הקודש פארגאנגענעם שבת מיט בני קהילתו
זיי האבן דאס יערליך דעם שבת נאך פסח, קוקט אויס אז דאס יאר האבן זיי עס אפגערוקט.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

יז בתמוז האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 3:30 am
כעלעמערחכם האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 11:36 am
הרה"ח ר' אפרים קעניג שליט"א האט געוויילט אין עיר הקודש פארגאנגענעם שבת מיט בני קהילתו
זיי האבן דאס יערליך דעם שבת נאך פסח, קוקט אויס אז דאס יאר האבן זיי עס אפגערוקט.
עס איז געווען די וואך נאך פסח.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”