US Mobile היים טעלעפאון
לעצטנס ווערט אדווערטייזט א היים טעלעפאן פלאן פון us mobile פאר $9.99, דער טעלעפאן דארף א באזונדער אשכול צוליב וואס עס איז אום-געצייטיגטע פראדוקט און עס האט אסאך פראבלעמען און קאמפליקאציעס, דעריבער האב איך געמאכט פתיחה אויף דעם אשכול אז דער עולם זאל זיך קענען צוזאם שמועסן.
ראשית כל וויל איך זאגן אז איך בין ליידער אן אפגעבריעטער וויל איך האב דעם טעלעפאן אין שטוב און איך האב חרטה דעם טאג וואס איך האב געמאכט דעם טויש צו us mobile, און איך וועל אויסרעכענען א טייל פון די פראבלעמען דערמיט.
1) די טעלעפאון האקט זיך אפּ אינמיטן רעדן.
2) ווען מען באקומט א קאל טיילמאל הערט מען רעדן אבער די אנדערע צד פון די קאל הערט גארנישט (מער שרייט העלאו העלאו און יענער הערט נישט)
3) די זייגער אויף די קאלער איידי איז פארדרייט, און עס פארדרייט די זייגער פון די טעלעפאון, (מען קען נישט נאכקוקן וויפיל אזייגער איינער האט דיר גערופען)
4) נאמען קאלער איידי ארבעט נישט