אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4060
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

איל_משולש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 1:37 pm
פינקע פאטעטאס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 1:34 pm
וועלכער איז געווען פון די אינגערע תלמידים...
אינגערע אדער יונגערע?
ביטע אויסשמועסן די כללים
מחלוקת הפוסקים...
איך שרייב אינגערע, @גרשון שרייבט דאכט זיך יונגערע.
מחלוקה צווישן וועלכע פוסקים?

מ'שרייבט 'אינגערע' נאר ביי קאמפאראטיוו (און 'אינגל' פארשטייט זיך).
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איל_משולש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 1:37 pm
פינקע פאטעטאס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 1:34 pm
וועלכער איז געווען פון די אינגערע תלמידים...
אינגערע אדער יונגערע?
ביטע אויסשמועסן די כללים
מחלוקת הפוסקים...
איך שרייב אינגערע, @גרשון שרייבט דאכט זיך יונגערע.
יונגער איז אדיעקטיוו; אינגער איז קאמפאראטיוו.

ראובן איז א יונגערמאן; שמעון איז זיין אינגערער ברודער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שווערמער
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

היסטאריש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 1:45 pm
שווערמער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 12:45 pm
שווערמער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:33 pm

צוויי:
עס ווענדט זיך בלויז אין די עיקרווארט, קאנווערבן און רוב פרעפיקסן וועלן נישט טוישן די די העלף־ווערב. דהיינו, אויב "גיין" קומט "איז געגאנגען" זאג אויך: "איז אהיימ געגאנגען", "איז איינ געגאנגען" וכו'. כיוצא בו איז אויך מיט רוב פרעפיקסן (אנט־, גע־, דער־, ער־, פאר־, צע־), אויב "געלאפן" קומט "איז געלאפן", זאג אויך "איז אנט לאפן". (אן אויסנאם איז "בא־", וואו עס ווענדט זיך נישט אין די עיקר ווערב).

טעות לעולם חוזר, אנדערש ווי איך האב קודם געשריבן אז פריפיקסן טוישן נישט דעם העלפוועב ('איז' צי 'האט'), טוישט עס אפטמאל יא. פאלגנד איז א ליסטע פון אלע פריפיקסן, מיט זייערע אויסנאמען:
אנט־ – אלעמאל "איז"
בא־ – אלעמאל "האט", אויסער: באגאנגען, באפאלן, באשטאנען
גע־ – אלעמאל "איז", אויסער: געווערן
דער־ – אלעמאל "איז"
ער־ – אלעמאל "איז"
פאר־ – אלעמאל "איז", אויסער: פארווערן, פארזונקען, פארשטאנען, פארשלאפן
צע־ – אלעמאל "איז", אויסער: צעזעצן


'געווערן', 'צעזעצן', און 'פארווערן' רעדסטו פון 'געווערט', 'צעזעצט', און 'פארווערט'?
Screenshot 2024-04-17 114738.jpg
Screenshot 2024-04-17 114738.jpg (10.97 KiB) געזען 924 מאל
Screenshot 2024-04-17 114955.jpg
Screenshot 2024-04-17 114955.jpg (12.3 KiB) געזען 924 מאל
צעזעצן = אויסשטעלן זיץ פלעצער פאר אן עולם. ווי ר' יו"ט עהרליך רופט עס אין זייך טעיפ לוקסוס: צעזעצונג.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

שווערמער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:54 am
Screenshot 2024-04-17 114738.jpg
Screenshot 2024-04-17 114955.jpg

צעזעצן = אויסשטעלן זיץ פלעצער פאר אן עולם. ווי ר' יו"ט עהרליך רופט עס אין זייך טעיפ לוקסוס: צעזעצונג.
1. וואס מיינט ער האט געווערן (אין אונזער אידיש)?

2. וואס מיינט ער האט פארזונקען? (האט איינגעזונקען/דערטרונקען דעם שיף?)

3. ער האט אויסגעזעצט די פארזאמלטע, זאגט מען ביי דיר ער האט צעזעצן דעם עולם?
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4060
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שווערמער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:54 am
היסטאריש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 1:45 pm
שווערמער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 12:45 pm
שווערמער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:33 pm

צוויי:
עס ווענדט זיך בלויז אין די עיקרווארט, קאנווערבן און רוב פרעפיקסן וועלן נישט טוישן די די העלף־ווערב. דהיינו, אויב "גיין" קומט "איז געגאנגען" זאג אויך: "איז אהיימ געגאנגען", "איז איינ געגאנגען" וכו'. כיוצא בו איז אויך מיט רוב פרעפיקסן (אנט־, גע־, דער־, ער־, פאר־, צע־), אויב "געלאפן" קומט "איז געלאפן", זאג אויך "איז אנט לאפן". (אן אויסנאם איז "בא־", וואו עס ווענדט זיך נישט אין די עיקר ווערב).

טעות לעולם חוזר, אנדערש ווי איך האב קודם געשריבן אז פריפיקסן טוישן נישט דעם העלפוועב ('איז' צי 'האט'), טוישט עס אפטמאל יא. פאלגנד איז א ליסטע פון אלע פריפיקסן, מיט זייערע אויסנאמען:
אנט־ – אלעמאל "איז"
בא־ – אלעמאל "האט", אויסער: באגאנגען, באפאלן, באשטאנען
גע־ – אלעמאל "איז", אויסער: געווערן
דער־ – אלעמאל "איז"
ער־ – אלעמאל "איז"
פאר־ – אלעמאל "איז", אויסער: פארווערן, פארזונקען, פארשטאנען, פארשלאפן
צע־ – אלעמאל "איז", אויסער: צעזעצן


'געווערן', 'צעזעצן', און 'פארווערן' רעדסטו פון 'געווערט', 'צעזעצט', און 'פארווערט'?
Screenshot 2024-04-17 114738.jpg
Screenshot 2024-04-17 114955.jpg

צעזעצן = אויסשטעלן זיץ פלעצער פאר אן עולם. ווי ר' יו"ט עהרליך רופט עס אין זייך טעיפ לוקסוס: צעזעצונג.
אלזא, ער האטפארווערט, ער האטגעווערט (וואס איך ווייס אגב נישט וואס דאס ווארט באדייט), און ער האטצעזעצט (אין וועלכן קאנטעקסט זאלסט עס נאר וועלן ניצן).
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4060
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יחליצך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 12:05 pm
שווערמער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:54 am
Screenshot 2024-04-17 114738.jpg
Screenshot 2024-04-17 114955.jpg

צעזעצן = אויסשטעלן זיץ פלעצער פאר אן עולם. ווי ר' יו"ט עהרליך רופט עס אין זייך טעיפ לוקסוס: צעזעצונג.
1. וואס מיינט ער האט געווערן (אין אונזער אידיש)?

2. וואס מיינט ער האט פארזונקען? (האט איינגעזונקען/דערטרונקען דעם שיף?)

3. ער האט אויסגעזעצט די פארזאמלטע, זאגט מען ביי דיר ער האט צעזעצן דעם עולם?
קען זיין מ'ניצט שוין נישט די ווערטער היינט אין אונזער אידיש, ער רעכנט זיי נאר אויס אין דער ליסטע פון ווערטער וואס זענען אן אויסנאם אין דער טעמע.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

וויאזוי ספעלט מען ''אגאנץ'' לעבן למשל?
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
ארגאן
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

ווי לייגט מען אויס "פרוכבארן זיך"? איך האב געלייענט "פראכבארן", "פרוכטבארן", אא"וו. די ווערטערביכער נעמען אריין "פרוכפערן זיך", איז דאס גערעכט?
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

ארגאן האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 10:17 am
ווי לייגט מען אויס "פרוכבארן זיך"? איך האב געלייענט "פראכבארן", "פרוכטבארן", אא"וו. די ווערטערביכער נעמען אריין "פרוכפערן זיך", איז דאס גערעכט?
בפשטות איז די ווארט "פרוכטבארן"
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4060
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

לחם לאכול האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:45 pm
וויאזוי ספעלט מען ''אגאנץ'' לעבן למשל?
דא דארף מען ניצן דעם קאפ. מ'מעג שרייבן אזעלכע ווערטער צוזאמענגעשטעלט, אבער נאר וואו עס קומט.

אגאנץיאר האט ער געלערנט, אבער: א גאנץיאר האט ער באקומען פאר דעם; אדאנקאים בין איך דא היינט, אבער: א דאנקאייך; דו ביסט אינגאנצןגערעכט, אבער: אין גאנצןהויז האב איך געזוכט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
טאהש'ער אייניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאהש'ער אייניקעל »

א שטענדיג צעמישטער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 9:23 pm
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:57 pm
גרשון האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 9:15 pm
ניצן/נוצן איז א מחלוקת. אני הקטן שרייב מיט א י', סיידן ווען מ'זאגט "די זאך האט א נוצן".
האסט א מאהל געהערט א ליטוואק זאגן "ניצן" ?
סתם פאר נייגעריגקייט, איר האט אמאל געהערט פארקערט?
איך געדענק נישט קלאהר איך זאל הערן זאגן נוצן אבער אזוי ליגט מיר אין קאפ

בכלל א י' און א ו' קען נישט זיין קיין מחלוקת
ס'נאר אז בא אינדז זאגט מען ביידע די זעלבע (א מלאפום אזוי ווי א חיריק) אבער די כלל ווי אזוי דארף מען דאס שרייבן איז ווי אזוי זאגן עס די ליטווישע
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:14 pm
הבה געפעלט מיר, אז עפעס האט א מקור קריגט דאס אן אנדערע באדייט.
ביי פרשת חליצה שטייט אין פסוק "ועמד ואמר לא חפצתי לקחתה". זאגט די גמרא אז מ'מוז עס נישט זאגן שטייעדיג, נאר "ועמד" איז פשוט א וועג פון רעדן. אין חז"ל טרעפט מען אסאך דאס לשון: עמדה ונישאת, עמד בעלה והלך למדינת הים, און נאך.

און וואס טוט זיך מיט "הנה אנכי הולך למות"? גראדע טייל ראשונים טייטשן אז ער גייט אין פעלד פאנגען חיות. אבער רש"י טייטשט סתם על שם עפעס וואס ער גייטטון.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:15 pm
ביי פרשת חליצה שטייט אין פסוק "ועמד ואמר לא חפצתי לקחתה". זאגט די גמרא אז מ'מוז עס נישט זאגן שטייעדיג, נאר "ועמד" איז פשוט א וועג פון רעדן. אין חז"ל טרעפט מען אסאך דאס לשון: עמדה ונישאת, עמד בעלה והלך למדינת הים, און נאך.

און וואס טוט זיך מיט "הנה אנכי הולך למות"? גראדע טייל ראשונים טייטשן אז ער גייט אין פעלד פאנגען חיות. אבער רש"י טייטשט סתם על שם עפעס וואס ער גייטטון.
וועלכע רש"י מיינסטו?
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
פינקע פאטעטאס
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 17, 2023 1:35 pm
לאקאציע:ווענדט זיך ווען

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינקע פאטעטאס »

מעזבוז איז גוט געספעלט?
א גאלדענע קו, אפילו ער איז גאלד, איז ער נאכאלץ א קו
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פינקע פאטעטאס האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:00 pm
מעזבוז איז גוט געספעלט?
viewtopic.php?p=2645230#p2645230
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:16 pm
פינקע פאטעטאס האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:00 pm
מעזבוז איז גוט געספעלט?
viewtopic.php?p=2645230#p2645230
מעזבוז איז אויך א ריכטיגע ווערסיע.
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
אוועטאר
nobody
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

athiests
חיים שרייבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 2:50 pm
דער באלעבאס איז א משלנו וואס האט אפגעריפט א דרייפערטל שטאט און דערנאך געמאכט א ויברח מיט די לא יחרץ געלט... וואטעווער...'
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אטעאיסטן
כופרים ימ"ש
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4060
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:38 pm
אטעאיסטן
כופרים ימ"ש


(אבער דאס ענגליש ווארט איז atheist.)
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

איך האב אלס געמיינט אז די ווארט 'דער' איז א לשון זכר און 'די' איז לשון נקיבה, למעשה ביים ליינען אין פארשידענע מאגאזינען זעה איך אז עס זענען דא וואס באנוצן (באניצן? וואס איז דער כלל?) זיך נאר מיט א 'דער' אפילו ביים שרייבן 'דער הקהילה' און 'דער משפחה' וכדו'

בין איך Wראנג?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4060
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

לאנטש טיים האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 5:20 pm
איך האב אלס געמיינט אז די ווארט 'דער' איז א לשון זכר און 'די' איז לשון נקיבה, למעשה ביים ליינען אין פארשידענע מאגאזינען זעה איך אז עס זענען דא וואס באנוצן (באניצן? וואס איז דער כלל?) זיך נאר מיט א 'דער' אפילו ביים שרייבן 'דער הקהילה' און 'דער משפחה' וכדו'

בין איך Wראנג?
אדער איז עס א טעות, אדער איז עס אין דאטיוו, וואס דאן שרייבט מען 'דער' ווי ביי א זכר אין נאמינאטיוו. (ביי דיינע ביישפילן קען זיין דארף מען יא שרייבן 'דער משפחה זשורנאל'.)

איבער 'באניצן/באנוצן' פרעג ניטאמאל, כ'מיין אז קיינער איז נישט קלאר.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

היסטאריש האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 5:14 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:38 pm
אטעאיסטן
כופרים ימ"ש


(אבער דאס ענגליש ווארט איז atheist.)
אמאל וואלט מען טאקע געשריבן: אטהעאיסט (אבער עטס לאזטס דאך נישט).
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4060
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 6:57 pm
היסטאריש האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 5:14 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:38 pm
אטעאיסטן
כופרים ימ"ש


(אבער דאס ענגליש ווארט איז atheist.)
אמאל וואלט מען טאקע געשריבן: אטהעאיסט (אבער עטס לאזטס דאך נישט).
פארוואס זאל מען אזוי שרייבן?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

TH = טה.
אבער באמת האב איך נישט געכאפט דיין נקודה אין דיין פריערדיגער תגובה.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4060
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 6:59 pm
TH = טה.
אבער באמת האב איך נישט געכאפט דיין נקודה אין דיין פריערדיגער תגובה.
th - ט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”