וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

זבולון ווייס האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
זבולון ווייס האט געשריבן: גאט זאל באהיטן אויב טראמפ פארלירט די וואלן. ער גייט נישט ארויסגיין פון ווייסן הויז, ער גייט פאררופן מאסיווע ראליס פאר זיינע שטיצער זיך צו אננעמען פאר אים, און אז עכט האט ער יא געווינען די וואלן, נאר עס איז געפעלטשט.

אויב פארלירט טראמפ די וואלן, זעה איך א ערנסטע מעגליכקייט פאר א בירגער קריג ל"ע.

לאכט נישט. נאר קוקט איבער אייוועלט, און זעהט וויאזוי עס שרייבן די אנהענגער פון טראמפ מיט א סארט שפראך וואס קיין פרעזידענט האט נאכנישט געהאט ביז איצט. טראמפ איז עלול צו פארוואנדלען אמעריקא אין א מאנארכיע אדער דיקטאטורשאפט. איך ווייס אז מאנכע גייען אויפשטיין מיט קולי קולות. אבער דאס איז דער מציאות. קוקט איבער היסטאריע. הער נישט טראמפס ווערטער, נאר הער צווישן זיינע ווערטער, און אפי' זיינע ווערטער אויך. זיין ליבשאפט צו דיקטאטורן, זיין אויסדרוקן שעצונג צו כינעס לעבנסלענדליכע פרעזידענטשאפט, און דאס זיך באצייכענען יעדן צווייטן טאג אלס דער בעסטער אמעריקאנער פרעזידענט אין היסטאריע, אראפרייסן זיינע פיינט מיט קאדאפי שפראך, זיך ווארפן יעדן טאג מיט זיין אייגענע אדמיניסטראציע באאמטע.

יה"ר ער זאל געווינען די וואלן אדער גאר שטארק פארלירן עס זאל בכלל נישט זיין קיין מקום צו זאגן אז עס איז געוארן געפעלטשט. אבער חלילה נישט פארלירן מיט נאר אביסל ווייל דאס וועט זיין זייער שרעקעדיג.

קוק אהער צדיק.
איך גלייב אויך אז מאנכע גייען שרייען קולי קולות, נאר איי העוו ניוז פאר יו, אז עס איז מיט רעכט...

איך ווייס נישט פארוואס די שפירסט אז עס איז בארעכטיגט אין אויסגעהאלטן אפצומאלן היימישע אידען מיטן זעלבן פארב ווי דעם ווייסע אמעריקאנער טראמפ שטיצער, אזש די ברענגסט גאר א ריאה פון זיי אויפן אמעריקאנעם גוי...
די האלסט אין איין צוריק אויפברענגן די נושא, אפשר מיטן בלויזן ציל טאקע צו באקומען די קולי קולות, (אויב איז דאס דיין ציל, דאן אנפורטשענעטלי ביזטו מצליח...)
אבער איך גלייב אז רוב ליינער דא שפירען ווי די גייסט א שטאפעל צו ווייט, אין עס גרוילט זיי די וועג וויאזוי די באציסט זיך דא צו אידן וואס ליפטערן זיך מיט פאליטיק אביסעל אנדערש ווי דיר


איך האב מורא אז דו פארשטייסט מיר אביסל ראנג.

איך מיין חלילה נישט אראפצורייסן קיינעם, און מען לופטערט זיך טאקע נאר אויס אביסל וועגן פאליטיק, און יעדער מעג און זאל האבן א מיינונג.

עס איז פשוט אז איך לערן אפ די שפראך וויאזוי מען רעדט פון אים דא, וואס דאס ווייזט וואספארא סארט לופט ער האט אריינגעברענגט אין לאנד. יעדער דא איז ערליכע אידן, און נישט דאס איז מיין נושא. די נושא איז "טראמפ" און די שפראך דא אויפן וועלטל ווייזט די תוצאה פון 'טראמפיזם'.

נאכאמאל, איך רעד אויסדרוקליך נישט פון קיינעם דא, איך רעד פון טראמפ, און צו ברענגען א ראי' דערצו, ברענג איך דאס פון די שפראך וויאזוי מען רעדט דא פון אים.

שוין געווען אסאך פרעזידענטן, און יעדער האט געהאט אנהענגער, און שטארקע אנהענגער. אבער דא איז דאס אינגאנצן עפעס אנדערש. עס איז עפעס א בלינדע פארגלייבטקייט, וואס גיבט אים א גרין לייט, אז ער מעג טוהן וואס אימער ער וויל, ער מעג רעדן וועלכע סארט שפראך ער וויל, און אלע אנהענגער וועלן אים פארטיידיגן צו די מאקסימום, און זיך אננעמען פאר אים אויף א אויסערארדינטליכער אופן. ער האט א וועג וויאזוי ער מאכט מיטן גראבן פינגער וואס איז געווארן אזא טראמפ סאלוט... און נאך סימנים וואס צייגט - נישט אויף א פרעזידענט, נאר אויף א קעניג, א דיקטאטור.

נישט אז איך האלט אז ער גייט מארגן שיסן מענטשן אין די גאסן. אבער איך האלט יא, אז ער וואלט זייער געוואלט שיסן זיינע שונאים אין די גאסן...

זבולון קענסט שוין נעמען לאנטש
סאיז אפילו נישט אינטרעסאנט צו קאמאנטירען אויף דיין היסטעריע.
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

דער אמת איז, איך וואלט קיינמאל נישט געשריבן אזוי. איך ליין פשוט די פרישע טעקסט מעסעדזשעס פונעם פרעזידענט, און איך האב פשוט אריבערגעכאפט זיין שפראך.

איך מיין טאקע איך זאל דאס אויפהערן ליינען...
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

@זבולן, איך האב זייער הנאה פון דיין שרייבעריי. האסט ערנסטע און גוטע נקודות.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10821
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

צ/ק
שטימען פאר אים אין פיר יאר ארום.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4531
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

טערסאנט טאקע פארוואס די מאנהעטן געשעפטן פארהאקן די פענסטער מיט פליי וואוד ווייל סליגט זיי נאך אין די ביינער ווען אין די פארגאנגענע זוממער האבן די פראוד באוס און עקסטרעם רעכטע גרופעס געפלינדערט און געראבעוועט געשעפטן אין מאנהעטן און די ארכי רעכטע מעיאר האט עס גאר געמטוטיגט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

צ/ק
מאכן א לחיים אויף א פלעשל קאארס ביער וואס קילט זיך שוין
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4531
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

דעבלאזיא אז די סיטי איז גרייט אין פאל ראיאטן ברעכן אויס נעמענדיג אין באטראכט די סענטימענטן פון די ווערטער פונעם פרעזידענט


נישטא ווער סזאל לאכן ווייל זיי האבן שוין געפאקט פעק קיין פלארידא
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע:עראונד דע קארנער

Re: וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

שאר איז דא ווער סזאל לאכן. איך רויעל זיך פאר געלעכטער
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
נעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעה »

לכאורה גיי איך דעמאלטס פיין שלאפן
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע:אין פארברענגען...

Re: וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

פון וואו זאל איך יעצט וויסן?

פרעג מיר דריי יאר ארום "וואס האט איר געטון/געגעסן ווען איר האט געהערט אז טראמפ איז געוואנען?"
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

ארויף לכבוד די בעפארשטייענדע וואלן.
אוועטאר
קיארד פיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 5:01 pm

Re: וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיארד פיש »

צ’ק
שרייען אז סאיז געווען פראוד
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

קיארד פיש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:31 am
צ’ק
שרייען אז סאיז געווען פראוד
און אין אמת'ן אריין האט ער געוואונען מיט א לענדסלייד..
גאר קאנסערוואטיוו
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

ער גייט נישט פארלירן בעז"ה...
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

מסתם וועל איך זאגן אז כא'געוויסט...
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

איך וועל קרעכצן "חבל"....
אבער פאר א פאלק וואס וועלט אויס אזא ביידן, קומט זיך טאקע נישט קיין טראמפ אלס פרעזידענט.


----
איך האב אמאל געזאגט פאר א לינקע איזראעלי אז אין אמת'ן אריין האלט איך אויך אז ביבי פאסט נישט צו זיין פרעמיער מיניסטער...
ער עפנט אויף זיינע קעלבענע אויגן מיט וואונדער און איך ענדיג צו - "פאר אזעלכע מטורפים ווי ענק קומט זיך נישט אזא געלונגענע פרעמיער מיניסטער (זת''ט) עטץ דארפט א שוטה ווי יאיר לאפיד".

ער לאכט נאך ביז היינט, פערצופאל האב איך באגעגנט א לינקע וואס פארשטייט אביסעלע הומאר.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5278
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

צ"ק

פארשטיין אז דער באשעפער האט אזוי געוואלט, עס איז לטובה פון כלל ישראל

און אויב ער געווינט, וועל איך פארשטיין די זעלבע.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1588
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

וואס הייסט?? טראמפ קעעען נישט פארלירן!!! אוי די פארשאלטענע דעמאקראטישע גנבים האבן שוין נאכאמאל גערודפ'ט טראמפ און געגנבעט די עלעקשנס!! רוסלאנד איז נישט אזוי קארופטירט ווי די USA...
און יעצט גייט אנקומען דער לינקער טראלער און זאגן 'טראמפ קולט', אורח דער.. אבער נע איך נעם בכלל נישט פאליטיק צום הארצן, פשוט די דעמ. זענען אזעלכע קרומע פאלטשע חברה אזש עס עסט מיר פשוט דאס געזונט...




א טראללער דער ליטוואק, אלע ליטאים די זעלבע..
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”