אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

ביבי נתניהו איז די עכטע בעני גאנץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 11:21 am
מער ווייניגער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 7:15 am
חברונער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:38 am
''נישט חאמאס נישט עבאס'' האט בעני גאנץ - די אבסולוט פירער פון די לינקע אין מדנ''י - אויסגערופן. @שלוימע הילדעסהיימער אפשר ביסטו מסביר פאר דיינע לינקע חברים אין די מדינה אז עבאס איז די פירער פון די ''סעקולער רעגירונג וואס אנערקענט....בלא בלא''
צוויי שינויים לטובה.

1) בעני גאנץ איז אויסדרוקליך נישט קיין לינקער, און זיכער נישט דער פירער פון די לינקע פארטייען אין מדינת ישראל. ער איז א צענטעריסט, וואס צילט אויף רעכטס. ער האלט פשוט נישט ווי נתניהו, און דערפאר איז ער זוכה צו באקומען דעם ׳לינקער׳ טיטל. אגב, דאס וואס ער האט נעכטן געטון איז א שענדליכער אקט, און ווייזט ארויס קלאר אז ער וויל יא אדער כאמאס אדער עבאס...

2) @שלמה הילדעסהיימער האט זיך איבערגעוויזן צו זיין אזוי ווי א ראבאט וועלכער איז נישט דא צו ענטפערן ווען מ׳טשעלענדזשט אים, ער האט נישט קיין בלאסן אנונג אין די ענינים אין וועלכן ער רעדט. חוץ טראנזאלירן העדליינס פון BBC און אלדזשאזירא, ווייסט ער ניטאמאל וואו עזה איז אויפן מאפע. (ניטאמאל זיינע ראיות אז ער שרייבט ׳שמוצריך׳ האבן זיך ארויסגעשטעלט צו שטימען מיטן מציאות...)
גנץ איז נישט קיין לינקע?

ווי אזוי רעכענט מען?

לאמיר אליין זעהן.

* ער איז דאס ליבלינג פון די לינקע.
* ער שטויסט דער רעכטע רעגירונג.
* ער סטראשעט א רעכטער רעגירונג אינמיטן א מלחמה, ווייסענדיג בעסער ווי אונז, וואס דאס קען מיינען.
* ער איז מער מחזק חאמאס, ווי זיין אויבערהאר אינ'ם רעכטער לאגער.
* ארבייט שווער אז דער רעגירונג זאל צופאלן, און ווי אלע ווייסען, אז ער וועט נאר קענען אויפשטעלן אן אייגענע רעגירונג, אויב נעמט ער אריין די אראבער.
* ווי זאגט איהר? אגב, דאס וואס ער האט נעכטן געטון איז א שענדליכער אקט, און ווייזט ארויס קלאר אז ער וויל יא אדער כאמאס אדער עבאס...

דאס איז צענטעריש אדער לינק?

אגב.
וואס מיינט צענטעריסט?
עס איז נאר א טאלקינג פאוינט, גארנישט מער.
בעני גאנץ איז נישט לינק?!?!?!

דער וואס איז געזעצן חדשים לבקרים מיט מאכמוד אבאס און געארבעט העפטיג און טעטיג צו פארריקן די צוויי שטאטן לעזונג - ער איז א צענטעריסט?!?!?

בעני גאנץ איז לינק.

לינק.

לינק.

ער פראבירט זיך צו פארקויפן אלס צענטעריסט כדי צו באקומען נאך אפאר שטימען אבער איינער וואס רעדט לינקס, טוהט לינקס און פארקויפט לינקס איז ווארשיינליך לינקס.

די אמת איז אז מדינת ישראל איז שוין לאנג נישט צוטיילט צו רעכטס אדער לינקס

די היינטיגע פאליטיק ווערט גערעכנט לויט די ר''ב און רל''ב

די מחנה הר''ב - רק ביבי זענען די רעכטע ליכוד, ציונות דתית, עוצמה יהודית, ש''ס אגודה .

די מחנה הרל''ב - רק לא ביבי - זענען די עקסטרעמע לינקע ווי עבודה, מרץ, יש עתיד, און די א''ג צענטעריסן ווי המחנה הממלכתי, די אמאליגע רעכטע וואס האבן פארקויפט זייער אידעאלאגיע למען בצע רל''ב - ישראל ביתינו, תקוה חדשה הימין הממלכתי,

די אראבער זענען מער נוטה צו די רל''ב לאגער - רע''ם, חד''ש תעל און בלד.

די מידיע פראבירט צו שטופן בעני גאנץ און אים אהערשטעלן אלס צענטעריסט און די פאסיגע קאנדידאט איבערצונעמען נתניהו - אבער די איזראעלי בירגער קויפן נישט אפ די לאקשן, אויב א שוואכעלינג א צענטעריסט איז שוין בעסער ביבי נתניהו וואס ער איז אין פאקט דאס וואס די מידיע פראבירט צו פארשטעלן גאנץ.

דאס איז אביסל א טיפע געדאנק אבער עס איז גאר אמת.

בעני גאנץ ווערט פארלוירן ווען מ'פרעגט אים אפן און גראב וועגן א פאלעסטינער לאנד, ער קען נישט לייקענען אבער ער קען אויך נישט ארויס זאגן קלאר אז ער שטיצט אזא געדאנק.

ער פראבירט זיך אהערצושטעלן אלס די מעסיגער רוהיגער - אבער אין פאקט איז ער א לינקע שלאנג וואס וואלט אלעס אוועקגעגעבן פאר די פאלעסטינער בעבור נזיד עדשים א נובעל פרייז פאר שלום...

משא''כ נתניהו וואס פראבירט זיך פארצושטעלן אלס רעכטער - ער איז גאר די מעסיגער, ער האלט אן די באלאנס צווישן די רעדיקאלע בן גביר און סמוטריטש און די מער רוהיגע ליכוד'ניקעס און די פרומע פארטייען וואס זענען אויסדריקליך נישט רעכט בכלל.

נתניהו האט אויך באוויזן זיך צו צושטעלן צו די בעני גאנץ חברה פאר לאנגע תקופות.

בעני גאנץ זיצט שוין אין די נתניהו רעגירונג פאר א שיינע שטיק צייט, סיי די קאראנע רעגירונג און סיי די יעצטיגע מלחמה רעגירונג.

בעני און ביבי פירן דאס זייער שיין צוזאמען און די נאנטע ווייסן צו זאגן אז זייער טעכנישע צוזאמענארבייט איז פראקטיש און טויגליך.

דא עקא
די וועלט פירט זיך דאך פאליטיש און ביידע זייטן דארפן צופרידן שטעלן זייער פאליטישע באזע, גאנץ מוז פאליטיש קלאגן און קרעכצן אויף נתניהו, ווייל אויב איז אלעס זיס און שיין - דאן איז ער א געהעריגע משת''ף א פארשאלטענע ביביס'ט! און אויב וועט ער פארפלעקט ווערן בזוהמת הביביזם דאן וועלן זיינע אנקעטעס ניט זיין אזוי שמייכלדיג.

במילא מוז דער גאנץ ארויס קומען א יעדע שני וחמישי און פליקן די שותף נתניהו - ווער עס האט מיטגעהאלטן זיינע דעקלעראציעס זינט זיין אנשליסונג אין די מלחמה רעגירונג וועט זען ווי ער חזרט איבער די זעלבע אויסגעדראשענע געדאנקען ווי "ער מאכט זיכער אז די באשלוסן ווערן נישט געטריבן פון פאליטישע אינטערעסן"
"די נתניהו חברה זענען שלעכט, רעדיקאל, מ'ברויך זיך אויפפירן דרך ארץ'דיג צו די אמעריקאנער"
"ביבי ביבי ביבי ביבי"

גאנץ וועט נישט פארפאסן די געלעגענהייט צו אריין פליקן נתניהו ווען אימער, און די מידיע כאפט זיך ארויף אויף דעם כמוצאי שלל רב - ווייל גאנץ איז זייער איינציגסטע האפענונג צו קענען איבערנעמען נתניהו און זיך דערנענטערן צו א צוויי שטאטן לעזונג - במילא וועלן זיי פארשווארצן ביבי און ארום נעמען גאנץ.

אבער די רעכטע בירגער ווייסן שוין היינט די אמת, טאקע אדאנק די סאציאלע מידיע וואס דעקט היינט אויף און קען פעקט טשעקן אלע מידיע ליגענטס, און אויך א דאנק די פאפולערע עכשיו 14 רעכטע קאנאל וואס ברענגט אריין די נייעס ללא חשש רלב''ת.

און די רעכטע זאגן קלאר אז די מעסיגער איז ביבי און נישט בעני.

די עולם איז טאקע ברוגז אויף נתניהו פארן זיין א שטיקל שוואכעלינג - אבער זיי זענען נאכנישט גרייט אויפצונעמען גאנץ וואס איז אסאך ערגער ווי ביבי, זיי זענען גרייט צו האבן א נתניהו העושה מעשי גאנץ מאשר צו האבן א גאנץ העושה מעשי יצחק רבין.

נתניהו טראץ אלע זיינע חסרונות (און עס איז דא אסאך) איז געבליבן די איינציגסטע אפציע פאר ביזדערווייל און די רעכטע בירגער נעמען דאס אין באטראכט די גאנצע וועג צו די שטים בודקעס.

"תם עידן נתניהו" #204736
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

לוינט זיך פאר סאודי אראביע צו מאכן ביזנעס מיט אמעריקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 4:26 pm
דזשאן קריבי: אמעריקא און סאודי אראביע שטייען נאנטער ווי סייווען צוא זיכערהייט פאקט

אונטער די אפמאך וועט וואשינגטאן צווישן אנדערן צושטעלן פאר ריאד פארטיידיגונג גאראנטיען און פארגעשריטענע וואפן
אין אמת'ן ארייןוואלט סאודי אראביע נישט געשלאסן קיין שום אפמאך מיט אמעריקע צוליב דעם וואס זיי זען וויפיל די אמעריקאנע הילף איז ווערד... מדינת ישראל תוכיח וואס זי ווערט טאקע ארויס געהאלפן דורך די אמעריקאנער אבער נישט אויף א אופן וואס זיי זאלן קענען ערגרייכן זיג.

אמעריקע האט ליב צו העלפן.

אמעריקע האט נישט ליב אז אירע ידידים זיגן.

זיג און שטארקייט איז א מיאוסע זאך געווארן ביי די ליבעראלע פארריקטע וועלט.

אמעריקע שנת 2024 וואס האלט אז די שטארקער איז די מערדער און די שוואכער איז די וואוילער - וועט זיכער מאכן צו זיך אוועק שטעלן ביי די שוואכער צד דאס מיינט איז אין א פאל וואס א שוואכער שונא וועט אטאקירן די שטארקער צב"ש איזראעל - וועט אמעריקע צושטעלן די נויטיגע הילף פאר איזראעל זיך צו פארטיידיגן, אבער זיכער מאכן אז איזראעל בלייבט גענוג שוואך און ח"ו נישט זיגן - ווייל א שטארקע לאנד איז ברוטאל און מערדעריש.

אלזא - אין א פאל וואס איראן וועט אטאקירן סאודי אראביע - וועט אמעריקע אפשר צושטעלן די נויטיגע הילף זיך צו פארטיידיגן, אבער נאכאלץ וועט סאודי אראביע קיין זיג נישט קענען דערגרייכן ווייל די אמעריקאנע טפסרים האסן זיג און זענען פארליבט אין דורעכפאל.

או יאמר:

דאס איז נאר שייך ביי מדינת ישראל וואס דארט איז די שנאת אומות העולם א גרויסע פאקטאר, משא"כ ווען צווי גרופעס אראבער וועלן זיך שלאגן - וועט אמעריקע נישט מאכן קיין חשבונות און לאזן סאודי אראביע אויסהארגענען די איראנער אן קיין באגרענעצונגען.

ווען די הונדערטע טויזענטע פאלעסטינער זענען דערמארדעט געווארן אין סיריע - האט די וועלט געשוויגן.

אלזא אפשר לוינט זיך יא פאר די סאודי'ער צו נאנט ווערן מיט אמעריקע?

אולי........
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

די יו״ר הועד המנהל פון די אוניברסיטת תל אביב אלי גלמן: "א שאד אז נתניהו איז נישט געווען צוזאמען מיט די איראנע חברה אויפן העליקאפטער"...

נאכן פארשאפן א שטורעם אין מדינת ישראל האט דער גלמן זיך אנטשולדיגט בזה"ל:

"הדברים נכתבו בקבוצה פרטית, בלא מחשבה או כוונה רעה ובעידנא דריתחא, ונמחקו תוך זמן קצר מאד. מר גלמן מצר על כך מאוד ומביע חרטה עמוקה על הדברים שכתב. למותר לציין שלא נאמרו במסגרת תפקידו הציבורי".
WhatsApp Image 2024-05-19 at 11.17.45 AM.jpeg
WhatsApp Image 2024-05-19 at 11.17.45 AM.jpeg (159.59 KiB) געזען 992 מאל
WhatsApp Image 2024-05-19 at 11.17.45 AM (1).jpeg
WhatsApp Image 2024-05-19 at 11.17.45 AM (1).jpeg (180.65 KiB) געזען 992 מאל



[ @שלמה הילדעסהיימער דאס איז ערגער פון אראפשלעפן א קאדילאק סימבאל פון א קאר אדער נישט?]
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

TAG האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 2:00 pm
די אראבער אין דזענין קלאגן אז די מיליטער וואנדאלאזירט מיטן טראקטאר אלע קאר'ן וואס זענען אויפן רויד ווי זיי פארן דארך.
וואנדאלאזירן קארן?!
דזשענעסייד למהדרין!!
די אידן אין די ווארשא'ווע געטא האבן זיך אויך באקלאגן אויף די וואנדעלעזירטע אויטאמאבילן?

נ.ב.
דזשענין איז אינטער די פאלעסטינער אויטאריטעיט, און אזוי ווילן די אמעריקאנע/גאנץ/גאלאנט אז עזה זאל אויסקוקן "ביום שאחרי".
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

רבי שמעון לכל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 8:48 am
אזוי גאר! האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 8:20 am
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 8:16 am
אזוי גאר! האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:00 am
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 12:03 am
אבל אשמים אנחנו.
שוין א פאר יאר וואס מקען כמעט נישט פייערן ל"ג בעומר אין מירון.
קאראנא, מירון טראגעדיע מיט הרוגים רח"ל, יעצט מיט כיזבאלא'ס ראקעטן.
איך פאר אין מירון כמעט מיט א יובל צוריק ( viewtopic.php?p=5105921#p5105921 באשריבן דא אביסל)
די מעשה איז, לדעתי, מירון איז געווארן אויס רשב"י!



"א און גלייך פאר איך אהיים, בשמחה ובטוב לבב, מיט א ריינעם געוויסן און ליכטיג הארץ.[/image][/b][/color]
איך וואלט געשריבען אביסל אנדערש,

טויש מירון פאר אומן
טויש ר' שמעון פאר ר' נחמן
אין לייג צו די סיבה פארוואס ר' נחמן וויל נישט מ'זאל קומען.......
איך האב טאקע געשריבן אין די ברסלבר וואצאפ גרופס די זעלבע זאך!!!
שוין א יאר.
א דאנק דיין ווארים הארציקייט, איך האב ליב דעם ריינעם אמת, אפילו אן טיף פריינדליכע עצות.
די פראבלעם איז נישט דווקא אדמו"רים און משפיעים אין דרויסן פון ברסלב, מיר ליידן גענוג פון דעם אין ברסלב גופא כולל אין וילימסבורג...

איך וועל דיר יא געבן אבער א עצה:
קבל את האמת ממי שאמרו, קוק און טראכט און קאמענט, לפי דעם ענין אליין און נישט לויט דעם מענטש וואס זאגט אדער שרייבט, מעג ער זיין א בלינדער, גרוש, ליטוואק, נידריגער אדער בעל תשובה צו א גר.
איך האב גארנישט געשריבען וועגן דיר, איך ווייס בכלל נישט ווער די ביסט

נעמען רבי'ס אין ליצנות מאכן פון וואס זיי טוען צו שטיפען א אייגענע אגאנדע, קומט נישט אריין.

א וו האסטו געזען דא ליצנות???
איך הרב גענומען א מצב און געלייגט אויפן טיש, אן קיין נעמען פון וואסערע רבי, משפיע אדער חסידות, נאר פשוט געשריבן אז אזוי איז א בזיון פאר רשב", זייער פשוט.
נישטא קיין ליצנות דא, הלוואי וואלט מען זיך געקענט ווערטלען וועגן דעם טעמע.
מקומט און מדראמאנט נישט דעם בעל ההילולא כמעט, ממאכט גיוואלדיג שטיק, די קינדער און בחורים וויסן נישט חוץ פון פארן און ווארטן און קוקן און הערן זייער רבין, אין זייער בית מדרש, איז דאס געוונטשן און גוט, נישט ביום ההילולא פון רשבי, און טאקע נישט ראש השנה אין אומאן אויך נישט.


אנדערש נעם אומאן וואס דארט טוט יעדער וואס ער וויל.
לאמיר פראבירן צו שלום מאכן צווישן די צוויי טייערע ניקס עמו''ש.

מ'קען רעדן פון די זעלבע קעמל אבער א יעדער וועט זען אנדערע פאקטן.

ראובן זעט א ריזיגע ברוינע האריגע הויעכע זאך מיט גרויסע ציינער.

שמעון זעט גאר א קליינע שווארצע פלאסטיקע זאך מיט פיצי ציינער וואס האבן גראדע אפאר האר אריין געטשעפעט אין עס....

אברהם לייב שיחי' ברענט אים די אמת, ווען ער פארט צו רבי שמעון וויל ער פארן מיט די ריכטיגע כוונות און יחודים כמקובל מרבותיו הק' דאס רעכענט אריין הכנה דרבא מקווה התבוננות והתבודדות קדושה וטהרה, זיך אויסוויינען ביים צדיק אנע מניעות אראפ מיט די מחיצות, אוועק מיט די כלים וכו'וכו'

אזוי גאר שיחי' קומט אן מיט זיין השקפה ווי גע'יונק'ט ביי זיינע רבי'ס, דורי דורות פון השתוקקות צום הייליגן רבי שמעון, רבי שמעון איז די אבי ומחולל דרך החסידות שכל כולה מיוסד ע''פ הקבלה והארי ז''ל וואס די בעש''ט הק'האט מייסד געווען די דרך החסידות ע''פ יסודות וענייני הזוה''ק ואכמ''ל....

ביי אזוי גאר האט מען אויסגעלערנט אז התקשרות לצדיקי אמת איז פון די יסודות החסידות און זיין רבי לערנט אים אויס און ברענגט אים אריין א טעם אין רשב''י.

אזוי גאר ווען ער קומט אן צו רשב''י קומט אים ארויף אלע שמועסן און תורות עובדות וסיפורים וואס ער האט זיך אנגעהערט ביי זיין הויף וועגן התנא האלוקי רשב''י.

ווען אזוי גאר שטייט בצילא דמהימנותא דארט אויפן בארג שפירט ער די מעין עולם הבא מעין די אדרא זוטא וואס די תלמידי הרשב''י האבן זוכה געווען צו שפירן בצל רבם הק'.

ר' אברהם לייב, קומט צו רבי שמעון מיט זיינע הדרכות, ביי זיין קרייז האט מען נישט זוכה געווען צו א צדיק ממשיך דרך - וטעמם ונימוקם עמם ואכמ''ל - ער האט יונק געווען מרבו אז ער קען אליינס דורך התבודדות ועיון בספרי רבו באקומען א טעם אין רשב''י.

אלזא מיינע פריינט, אבקש מעמכם אז א יעדער זאל צוריק אנטוהן זיין רעקל, טוישט אייך צוריק די אויגן גלעזער (עטץ גייט אין די זעלבע מקווה?!) און א יעדער זאל צוריק קומען קיין מירון און קוקן 'נאר' אויף זיך.

אברהם לייב זאל זיך דערהייבן מיט רבי שמעון אליינס, אזוי גאר זאל האפקענען אויפן פארענטשע מיטן רבי'ן שליט''א.

רבי שמעון לכל, די אנשי מירון זאגן אז אין מירון שפירט מען די טעם הגאולה, אלע שיכטן און קרייזן זענען זיך מאחד תחת קורת גג אחד מיט די זעלבע כמיהה וכיסופין, מ'דערנענטערט זיך צום אויבערשטען דורך די תנא האלוקי, אלע מחיצות פאלן אראפ און די שיינקייט פון כלל ישראל על כל גווניו שיינט ארויס.

מ'ברויך נאר זיכער מאכן אז ווען מ'קומט צו א פלאץ אן קיין מחיצות זאל א יעדער פראבירן צו האלטן זיינע אויגן אין זיין ד' אמות.

אויב איינער שפירט נאך אביסעלע צרות עין בחברו - זאל ער וויסן אז אין מירון איז ער נישט געווען.

און ווען חז''ל זאגן הא לן והא להו - האבן זיי לכאורה געמיינט ר' @אברהם לייב בורשטיין און @אזוי גאר! .

א יעדער מיט זיין נוסח - און אויב איינער וויל דווקא וויסן וועלכע וועג איז די דרך האמת - זאל ער דאס לאזן פאר די תלמידי הבעש''ט זאלן זיך אויסגלייכן צווישן זיך.

א פריילעכן יו''ט ויה''ר שיתמו שונאינו זממם לא תפק ונזכה לראות בישועת עולמים קענען פייערן די הילולא קדישא און בקרוב טועם זיין די גאולה האמיתית בביאת ינון בב''א.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17381
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די שאלה איז נאר פארוואס נאר ביי ר' שמעון קען מען איהם פארגעסן.. און ראש השנה פארן צו א רבי'ן (אדער להבחל"ח ביי מקום מנוחתו) פארגעסט זיך נישט דעם יום הדין?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 9:34 am
די שאלה איז נאר פארוואס נאר ביי ר' שמעון קען מען איהם פארגעסן.. און ראש השנה פארן צו א רבי'ן (אדער להבחל"ח ביי מקום מנוחתו) פארגעסט זיך נישט דעם יום הדין?
וויאזוי האט פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן געקענט הארגענען זמרי בן סלוא?
ער איז דאך געווען בלינד!
ווי האט ער געוויסט ווי אהין אריין צו שטעכן דעם שפיז?

















לייג נישט אראפ קיין הנחות וועט איר האבן ווייניגער קושיות, קיינער פארגעסט נישט רבי שמעון, אפשר רעדט מען זיך איין אז יענער פארגעסט....
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6768
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 9:34 am
די שאלה איז נאר פארוואס נאר ביי ר' שמעון קען מען איהם פארגעסן.. און ראש השנה פארן צו א רבי'ן (אדער להבחל"ח ביי מקום מנוחתו) פארגעסט זיך נישט דעם יום הדין?
זעט אויס אז די ביסט קיינמאל נישט געווען אין אומאן....

(איך אויך נישט)
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע:אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

@ראטשילד דו קומסט היינט אריין משוגע קלאר. כ'בין זיך מחי' מיט דיינע משלים און מאמרי חז''ל..

גיי אן.
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

אל תדאג האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:08 am
@ראטשילד דו קומסט היינט אריין משוגע קלאר. כ'בין זיך מחי' מיט דיינע משלים און מאמרי חז''ל..

גיי אן.
א דאנק פאר אייער פאזיטיווע פידבעק.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 9:34 am
די שאלה איז נאר פארוואס נאר ביי ר' שמעון קען מען איהם פארגעסן.. און ראש השנה פארן צו א רבי'ן (אדער להבחל"ח ביי מקום מנוחתו) פארגעסט זיך נישט דעם יום הדין?
אפשר וועגן דעם איז דא אזויפיל שוועריקייטן צו פאר צו די רבי’ס, קאראנע, מלחמות...
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: רבי שמעון לכל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

ראטשילד האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 9:26 am
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 8:48 am
אזוי גאר! האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 8:20 am
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 8:16 am
אזוי גאר! האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:00 am


איך וואלט געשריבען אביסל אנדערש,

טויש מירון פאר אומן
טויש ר' שמעון פאר ר' נחמן
אין לייג צו די סיבה פארוואס ר' נחמן וויל נישט מ'זאל קומען.......
איך האב טאקע געשריבן אין די ברסלבר וואצאפ גרופס די זעלבע זאך!!!
שוין א יאר.
א דאנק דיין ווארים הארציקייט, איך האב ליב דעם ריינעם אמת, אפילו אן טיף פריינדליכע עצות.
די פראבלעם איז נישט דווקא אדמו"רים און משפיעים אין דרויסן פון ברסלב, מיר ליידן גענוג פון דעם אין ברסלב גופא כולל אין וילימסבורג...

איך וועל דיר יא געבן אבער א עצה:
קבל את האמת ממי שאמרו, קוק און טראכט און קאמענט, לפי דעם ענין אליין און נישט לויט דעם מענטש וואס זאגט אדער שרייבט, מעג ער זיין א בלינדער, גרוש, ליטוואק, נידריגער אדער בעל תשובה צו א גר.
איך האב גארנישט געשריבען וועגן דיר, איך ווייס בכלל נישט ווער די ביסט

נעמען רבי'ס אין ליצנות מאכן פון וואס זיי טוען צו שטיפען א אייגענע אגאנדע, קומט נישט אריין.

א וו האסטו געזען דא ליצנות???
איך הרב גענומען א מצב און געלייגט אויפן טיש, אן קיין נעמען פון וואסערע רבי, משפיע אדער חסידות, נאר פשוט געשריבן אז אזוי איז א בזיון פאר רשב", זייער פשוט.
נישטא קיין ליצנות דא, הלוואי וואלט מען זיך געקענט ווערטלען וועגן דעם טעמע.
מקומט און מדראמאנט נישט דעם בעל ההילולא כמעט, ממאכט גיוואלדיג שטיק, די קינדער און בחורים וויסן נישט חוץ פון פארן און ווארטן און קוקן און הערן זייער רבין, אין זייער בית מדרש, איז דאס געוונטשן און גוט, נישט ביום ההילולא פון רשבי, און טאקע נישט ראש השנה אין אומאן אויך נישט.


אנדערש נעם אומאן וואס דארט טוט יעדער וואס ער וויל.
לאמיר פראבירן צו שלום מאכן צווישן די צוויי טייערע ניקס עמו''ש.

מ'קען רעדן פון די זעלבע קעמל אבער א יעדער וועט זען אנדערע פאקטן.

ראובן זעט א ריזיגע ברוינע האריגע הויעכע זאך מיט גרויסע ציינער.

שמעון זעט גאר א קליינע שווארצע פלאסטיקע זאך מיט פיצי ציינער וואס האבן גראדע אפאר האר אריין געטשעפעט אין עס....

אברהם לייב שיחי' ברענט אים די אמת, ווען ער פארט צו רבי שמעון וויל ער פארן מיט די ריכטיגע כוונות און יחודים כמקובל מרבותיו הק' דאס רעכענט אריין הכנה דרבא מקווה התבוננות והתבודדות קדושה וטהרה, זיך אויסוויינען ביים צדיק אנע מניעות אראפ מיט די מחיצות, אוועק מיט די כלים וכו'וכו'

אזוי גאר שיחי' קומט אן מיט זיין השקפה ווי גע'יונק'ט ביי זיינע רבי'ס, דורי דורות פון השתוקקות צום הייליגן רבי שמעון, רבי שמעון איז די אבי ומחולל דרך החסידות שכל כולה מיוסד ע''פ הקבלה והארי ז''ל וואס די בעש''ט הק'האט מייסד געווען די דרך החסידות ע''פ יסודות וענייני הזוה''ק ואכמ''ל....

ביי אזוי גאר האט מען אויסגעלערנט אז התקשרות לצדיקי אמת איז פון די יסודות החסידות און זיין רבי לערנט אים אויס און ברענגט אים אריין א טעם אין רשב''י.

אזוי גאר ווען ער קומט אן צו רשב''י קומט אים ארויף אלע שמועסן און תורות עובדות וסיפורים וואס ער האט זיך אנגעהערט ביי זיין הויף וועגן התנא האלוקי רשב''י.

ווען אזוי גאר שטייט בצילא דמהימנותא דארט אויפן בארג שפירט ער די מעין עולם הבא מעין די אדרא זוטא וואס די תלמידי הרשב''י האבן זוכה געווען צו שפירן בצל רבם הק'.

ר' אברהם לייב, קומט צו רבי שמעון מיט זיינע הדרכות, ביי זיין קרייז האט מען נישט זוכה געווען צו א צדיק ממשיך דרך - וטעמם ונימוקם עמם ואכמ''ל - ער האט יונק געווען מרבו אז ער קען אליינס דורך התבודדות ועיון בספרי רבו באקומען א טעם אין רשב''י.

אלזא מיינע פריינט, אבקש מעמכם אז א יעדער זאל צוריק אנטוהן זיין רעקל, טוישט אייך צוריק די אויגן גלעזער (עטץ גייט אין די זעלבע מקווה?!) און א יעדער זאל צוריק קומען קיין מירון און קוקן 'נאר' אויף זיך.

אברהם לייב זאל זיך דערהייבן מיט רבי שמעון אליינס, אזוי גאר זאל האפקענען אויפן פארענטשע מיטן רבי'ן שליט''א.

רבי שמעון לכל, די אנשי מירון זאגן אז אין מירון שפירט מען די טעם הגאולה, אלע שיכטן און קרייזן זענען זיך מאחד תחת קורת גג אחד מיט די זעלבע כמיהה וכיסופין, מ'דערנענטערט זיך צום אויבערשטען דורך די תנא האלוקי, אלע מחיצות פאלן אראפ און די שיינקייט פון כלל ישראל על כל גווניו שיינט ארויס.

מ'ברויך נאר זיכער מאכן אז ווען מ'קומט צו א פלאץ אן קיין מחיצות זאל א יעדער פראבירן צו האלטן זיינע אויגן אין זיין ד' אמות.

אויב איינער שפירט נאך אביסעלע צרות עין בחברו - זאל ער וויסן אז אין מירון איז ער נישט געווען.

און ווען חז''ל זאגן הא לן והא להו - האבן זיי לכאורה געמיינט ר' @אברהם לייב בורשטיין און @אזוי גאר! .

א יעדער מיט זיין נוסח - און אויב איינער וויל דווקא וויסן וועלכע וועג איז די דרך האמת - זאל ער דאס לאזן פאר די תלמידי הבעש''ט זאלן זיך אויסגלייכן צווישן זיך.

א פריילעכן יו''ט ויה''ר שיתמו שונאינו זממם לא תפק ונזכה לראות בישועת עולמים קענען פייערן די הילולא קדישא און בקרוב טועם זיין די גאולה האמיתית בביאת ינון בב''א.
תנוח דעתך שהנחת דעתינו.
איך האב באקומען פון דיינע שורות נאך א סארט בליק.
יישר כוח.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:45 am
כאמאס טעראריסטן האבן געעפנט פייער אויף א שולע אין בת חפר אין צענטראל מדינת ישראל. זיי האבן געשאסן פון די מערב ברעג דארף טול כרם.
את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:28 am
א ווידיאו איז פארשפרייט געווארן ווי אראבער, ליגאלע איזרעלי בירגער, פירן דורך א איבערשפיל פון די אקטואבער זיבן אטאקעס, אויסשפילענדיג ווי זיי שיסן גראנאטן און קוילן, עפענדיג טירן.

די געשיכטע איז אפגעכאפט געווארן אויף א דארבעל קעמרא, אין א לאבי אין בית שמש.

https://drive.google.com/file/d/1-GmaPx ... sp=sharing

קעפל: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, ארום 1,200 קרבנות הי"ד - שמח"ת תשפ"ד
עלינו האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 9:09 am
דרייסיג אראבער האבן היינט פרובירט אריבערצוקריכן די צוים אריין אין מדנ"י נעבן טולכרם, 19 זענען געכאפט געווארן, 11 זענען אין מדנ"י.
פאר ווער עס פארשטייט נישט וואס די אינצידענטן מיינען וועל איך מסביר זיין אביסעלע גרעבער.

דאס איז די צווייטע אוק' 7 אטאקע!!!!

די מדינת ישראל מיליטער איז נישט גרייט פֿאַר א מאסן אינוואזיע דורך טויזענטע בארבארישע פאלעסטינער וואס וועלן אינוואדירן מדינת ישראל טעריטאריע ווען עס וועט זיי שמעקן היל''ת רח''ל!

אויב אלע אראבישע בירגער זענען מחליט אין איין פארנעפלטע טאג אז זיי ווילן איבערשפילן די שוידערליכע אוק'7 אטאקע - קענען זיי דאס אויספירן רח''ל זייער גרינג.

די מערב ברעג אראבער פלאס די עגיפטן און ירדענער מיט די סירישע און לעבאנעזער - השם ישמרנו ויצילנו מהם ומהמונם.

"אם ה'לא ישמר עיר שוא שקד שומר" - געלויבט השי''ת אז די סיפא פון די פסוק איז שוין מקוים געווארן אזוי זענען מיר בטוח אז די רישא איז אויך מקוים.

פון א השקפה פרעספעקטיוו איז בעסער אזוי, אז די איזרעלי מיליטער איז שוואך און מאכטלאז ראטעוועט עס אסאך אידן פון די כפירה מחשבות זרות....
לעצט פארראכטן דורך ראטשילד אום מיטוואך מאי 29, 2024 9:55 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

ראטשילד האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:33 pm

"אם ה'לא ישמר עיר שוא שקד שומר" - געלויבט השי''ת אז די סיפא פון די פסוק איז שוין מקוים געווארן אזוי זענען מיר בטוח אז די רישא איז אויך מקוים.

פון א השקפה פרעספעקטיוו איז בעסער אזוי, אז די איזרעלי מיליטער איז שוואך און מאכטלאז ראטעוועט עס אסאך אידן פון די כפירה מחשבות זרות....
פון אייערע תגובות דא במשך די לעצטע פאר וואכן האט זיך געקענט דאכטן אז איר זענט ביי ביבי אויף פעיראל. יישר כח פארן אויסקלארן!
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:32 pm
ראטשילד האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:33 pm

"אם ה'לא ישמר עיר שוא שקד שומר" - געלויבט השי''ת אז די סיפא פון די פסוק איז שוין מקוים געווארן אזוי זענען מיר בטוח אז די רישא איז אויך מקוים.

פון א השקפה פרעספעקטיוו איז בעסער אזוי, אז די איזרעלי מיליטער איז שוואך און מאכטלאז ראטעוועט עס אסאך אידן פון די כפירה מחשבות זרות....
פון אייערע תגובות דא במשך די לעצטע פאר וואכן האט זיך געקענט דאכטן אז איר זענט ביי ביבי אויף פעיראל. יישר כח פארן אויסקלארן!
viewtopic.php?p=4827359#p4827359
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

זיידי האט ליב צו מיט וויינען מיט די מיטגעמאכטע אייניקלעך.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

1.jpg
1.jpg (56.02 KiB) געזען 356 מאל
ביידן ביידן, אויף דעם האט איר געווארט!
אט יעצט קען מען ווייטער מיטפילן און די סימפאטיע טאפ קען זיך איבערגיסן, מ'קען לאזן א טרער און מיט וויינען מיט די הונדערטער טויזענטער צפון פליטים, זיידי קען שוין סטראשענען און דאנטירן, די אמעריקאנער פאלק איז קיינמאל נישט געווען אזוי שטאלץ מיט זייער הנהגה ווי יעצט בשעת כתיבת שורות אלו און די טעריטאריע פון א נאנטע אליאירטע לאנד ברענט מיט העלישע פלאמען אנגעצינדן דורך די ציווילע כיזבאללא טעראריסטן, אמממ. נאכנישט ציווילע? געבט עס א פאר וואכן, די מינוט וואס די איזראעלי סאלדאטן מארשירן אריין קיין לבנון און די גאנצע כיזבאללא ארגענעזאציע וועט ציוויליזירט ווערן בין ליל.

דאס איז עס.

די ביידן אדמיניסטראציע האט עס ארויס, זיי האבן זיך געלערנט צו אריין בייסן אין די סענדוויטש פון ביידע זייטן, מחד וועט מען שרייען און שעלטן כאמאס, פארדאמען מיטן גאנצן כח און מאידך וועט מען אריין שיקן גאנצעטע טראק קאנאוויס אנגעלאדענט מיט בערג פון הומאניטארישע הילף פאר די כאמאס בארבארן, א גאנצע פארט האט מען באוויזן צו אויפשטעלן ביז ווען עס איז פארשוועמט געווארן אין די ברויזענדע קראקעדייל טרערן כוואליעס...

אמעריקע וויל שטיצן מדינת ישראל!

אמעריקע וויל שטיין פאר מדינת ישראל איר האלטן בעת דחקה.

אמעריקע וויל נישט אז מדינת ישראל זאל זיגן.

פארוואס?

ווייל זיג איז א געמיינע זאך!

שטארקייט איז עקלדיג און פאוער איז א גראלל.

שוואכקייט איז הייליג און רחמנות איז שיין.

בלוטיגע נהרות איז שיין און זיס, מ'קען א טרער לאזן, א קרעכץ געבן און זיך שפירן וואויל און הומאניטאריש, מען 'זארגט זיך' פאר די 'מענטשהייט' פאר די ציווילע באפעלקערונג וואס די איינציגסטע געלעגענהייט וואס די נשים רחמניות טיילן אויס מיני מגדים באקלאוות פאר זייערע עוללים - איז ווען א טראגעדיע/טעראר אטאקע באטרעפט די איזראעלי באפעלקערונג.

די נייע אמעריקאנער זענען אנגעלאדענט מיט רחמנות, זיי לעבן ליידער אין א געפערליכע שטענדיגע קאנפליקט וואס איז ברייט באקאנט אלס די "טעאריע און פאקט קאנפליקט"

זיי כאפן נישט אז די מעשיות פון רבה בר בר חנה זענען בלויז משלים וואס קומען אונז לערנען עפעס (לפי מהרש''א) זיי ווילן זייער שטארק חלומען אז די ערד און שיינע גראז וואס וואקסט אויף די פישיגע רוקן - זיי וועלן פראבירן צו קאכן עפעס א געקעכטס, עס וועט אנהייצן און פארברענען די אומשולדיגע פיש, די פיש קערט זיך איבער וואלגערט זיך פאר ייסורים, אלע חלומות און פאנטאזיעס ווערן פארשוועמט און דורכגעווייקט נאס - אבער עוד אכלם בפיהם שרייען זיי אז די פיש איז שולדיג אין די קאטאסטראפע, א לאנד אויף איר רוקן איז נאכאלץ די לעזונג און זאל קאסטן וואס עס זאל קאסטן, ברענען זאל די פיש ברענען אבער א לאנד וועט דארטן זיין.

(תוכחת מגולה פאר די ציונים אבער אין זה המקום להאריך…)

העי אמעריקאן פרעינדס, די טעמפעראטור אין די מיטל מזרח וועט אייך אנטוישן ווידער און ווידער, עס גייט נישט ארבעטן.

אבער די אמעריקאנער האבן זיך פארליבט אין די לינקע זיסע חלום, די אלע פעטש און שלעק וואס זיי כאפן פון אלע ריכטונגען וועקט נאכאלץ נישט אויף דעם לינקע פגר, שיכורים ולא מיין, מתי שוא במלוא מובן המילה, ליידיגע שטרוי קעפ מארשירן און האבן א ווארט איבער די דעת הקהל אבער אם אין דעת בלייבט איבער א קהל שוטים א באנדע אידיאטן.

אמאל האט מען געוויסט אז טויט איז א שטראָף. אין די אלטע חוקי המדינה וועט מען טרעפן די אלטמאדישע טויט שטראָף עונש, אבער ווען מ'האנדלט מיט א פאלק וואס טויט איז פאר זיי די ווערדפולסטע געשאנק זאל מען זיי הארגענען?!?!

א פאלק וואס איז עדיקטעד צום מוות ווי האנטער צו זיינע געווירצן - אזא פאלק היילט מען מיט די עדיקציע זיינע?! ער וויל דאך שטארבן, אלזא פארוואס אים געבן זיין ווילן?

אמעריקע שענקט ביליאנען דאלארן פאר וואפן און אמוניציע - ביידן לאזט הארגענען די כאמאס טעראריסטן - אבער פון די צווייטע זייט געבט ער זיי זייער לעצטע וואונטש - א לאנד!!! די פאלעסטינער לאנגיעריגע חלום וועט ענדליך אנטוויקלט ווערן, זיי האבן פארדינען די צוויי ציהלן די פארשמייליגטע מות קדו-שים און זייער חלקת אדמה וואס וועט באשטיין פון א גרויסע חלק אדמת מדינת ישראל און מיט די צייט וועלן זיי דאס פארברייטערן ביז ענדגילטיגן תכלית פון די טייך ביזן ים.

די בעל התל ובעל החריץ זענען קיינמאל געווען אזוינע גוטע פריינט ווי יעצט.

זיי זענען צופרידן, ביידע. סינוואר און ביידען. א יעדער האט געפיטערט זיין הונגעריקע מאגן - סינוואר האט א מחנה שאהידן און א לאנד און ביידן האט א פאס מיט בלוט, טויזענטער ציונים און קברים ווי צו קומען וויינען, ער האט פארדינט ביליאנע מעשי צדקה וחסד פולע זעק קמחא דפיחסא פאר די כאמאס, אסאך שטיצע פאר די איזראעליס, אזוי קען ער זיך שפירן ווי די צדיק פון סדום.

פארוואס אטאקירט נישט מדינת ישראל די לעבאנעזע מחוצפים ? זייער פשוט, זיי קענען.

ווען מדינת ישראל וואלט נישט געהאט די יכולת צו זיגן - וואלט אמעריקע געלאזט מלחמה האלטן.

אמעריקע האלט צוריק מדינת ישראל - ווייל אמעריקע ווייסט אז מדינת ישראל קען ח''ו זיגן.

און בילדער פון חרובע לעבאנעזער דערפער איז נישט געשמאק צו זען.

עס איז ענדערשער אז די בילדער וואס צירקולירן אויפן געוועב זאלן זיין פון רויטע פלאמעדיגע איזראעלי שטעט - ווי איידער צו זען די זוועות ביי די אראבער.

איזראעל איז דאך אמעריקעס פריינט, און אין אמעריקע איז מען היינט קלוגער און שענער, אין אמעריקע איז שוין היינט נישט אין סטייל צו הארגענען, נאר צו שטאַרבן.

דא עקא - אסאך איזראעליס זענען נאכנישט גענוג מערב וועלט געשטימט, אין מדינת ישראל איז נאך דא א קומץ אידן וואס ווילן לעבן, עטליכע פון זיי שטימען בכלל נישט, און די שוואכערע שטימען פאר די רעכטע פארטייען.

ביבי איז קיין רעכטע עקסטרעמיסט בכלל נישט.

ביבי נתניהו איז די פארהאסטע און פאפולערסטע פריים מיניסטער אין די מדינת ישראל היסטאריע - בלויז ווייל ער וויל לעבן (ויה''ר שיחזור בתשובה שלימה דאן וועט ער זען וואס מיינט געלעבט)

ער איז נישט גרייט צו אויפגעבן אויף די אייגענע לעבן און צו שטארבן שיין און ריכטיג אזוי ווי די אנדערע פאליטישע נערים ווילן און שטרעבן.

אלזא טייערע אידן אין אמעריקע - מה בצע אין אלע נוקלעארע שפיצן וואס אונזער מעכטיגע ארמיי האט אויב זיי וועלן דאס קיינמאל נוצן? (נישט אז איך וויל ח''ו נוצן די שעדליכע וואפן, איך וויל נאר ארויס ברענגען די געדאנק)

אויב אייער לאנד איז נאר שטארק אקעגן די שטארקע (טראמפ) אבער אקעגן אלע 'שוואכע' טאג טעגליכע מערעדער און ראיאטיררער איז מען שוואכער ווי שוואך - מה בצע בספינות וערים בצורות בשמים? אמאל איז א גוטע ווערטל געקענט זיין אז די אייזענהאוער עירקרעפט קאריער זינקט, היינט איז דאס בכלל נישט קיין ווערטל, עס איז קרוב למציאות אין א וועלט וואס שוואכקייט צייגט צו זיין שיין און הייליג, זיס און לעכטיג, געשמאק און פריינטליך איידל און בא'חנ'ט.

אלזא אלע שיינע און בעסערע לויטע - עטץ קענט אלע באגיין זעלבסט מארד - איך וועל בלי נדר שרייבן א שיינע הספד און א הערליכע נוסח המצבה, אלע וועלן וויסן צו זאגן אז עטץ זענט אויסגעגאנגען על מזבח הליבעראליזם און אנו את נפשנו הצלנו, לאזט אונז צו רוה און שלום על ישראל.


און צו וואס וויל איך אנקומען?

איך ווייס נישט…. איך שרייב און איך שרייב, איך געב ארויס מיינע צופלויגענע הרהורים עלי גליון - זאלן אנדערע אויך זען וואס איך טראכט.

אויב איר טראכט אנדערש האלט אייך נישט אפ פון קאמענטירן.





פארוואס האב איך ארויס געשלעפט דעם קעניג פון זיין סינדראם שלאף?

ווייל די ארטיקל האלט זיך נישט ביים רוקן און אז פרעשור ארבעט נישט - אפשר וועט מען טרעפן די אנדערע וועגן וויאזוי צו צוענדיגן די מלאכה.
לעצט פארראכטן דורך אחשוורוש דער דריטער אום דינסטאג יוני 04, 2024 3:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5385
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

@אחשוורוש דער דריטער !!!!
ס'גוט דיר צו זעהן.

אבער פארוואס אויפגעבן אויפן ארטיקל? חבל..
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אבנר בן-נר האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 9:18 pm
@אחשוורוש דער דריטער!!!!
ס'גוט דיר צו זעהן.

אבער פארוואס אויפגעבן אויפן ארטיקל? חבל..
מ'געבט נישט אויף ח''ו, מען לאזט נאר נאך פון די פרעשור.

(דאס קומט נאך ווען איך האב באמערקט אז @ראטשילד פאנגט אן צו באקומען ענקזייעטי פון זיין טויזענט תגובות....
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5385
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

זייער שיין און ווייטאגליך, אבער ליידער אמת ויציב!
אמעריקע איז טאקע א מעכטיגע לאנד מיט די שטערקסטע מיליטער, אבער עס איז נישט ווערד לצור על פי צליחות.. אמעריקע גייט קיינמאל נישט קענען באזיגן אירע שונאים, פינטל.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אבנר בן-נר האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 9:30 pm
זייער שיין און ווייטאגליך, אבער ליידער אמת ויציב!
אמעריקע איז טאקע א מעכטיגע לאנד מיט די שטערקסטע מיליטער, אבער עס איז נישט ווערד לצור על פי צליחות.. אמעריקע גייט קיינמאל נישט קענען באזיגן אירע שונאים, פינטל.
אפשר מיט די איבערגעדרייטע פאן וועלן זיי עפעס קענען מאכן....
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19282
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איך קען נישט מער ווי צושטימען!

הלוואי ביבי זאל האבן די שטארקייט צו טון וואס עס איז ריכטיג, און נישט זיך ברעכן פון די טעראר מבית ומחוץ.

און פארשטייט זיך אז ער זאל תשובה טון...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18973
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זיידי האט ליב צו מיט וויינען מיט די מיטגעמאכטע אייניקלעך.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ברוך מחיה מתים…
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 9:17 pm
אין אמעריקע איז שוין היינט נישט אין סטייל צו הארגענען, נאר צו שטאַרבן.
👍
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

בד''וו - איך בין נישט ברוגז אויף @ראטשילד פארן אינוואדירן מיין אשכול, סה''כ רעדט ער צום זאך.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
געגאנגען
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:02 pm
בד''וו - איך בין נישט ברוגז אויף @ראטשילד פארן אינוואדירן מיין אשכול, סה''כ רעדט ער צום זאך.
וואלסטעך סאך מער געפריידט ווען איך טוה עס
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”