שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אינהאלט | שפראך | אווער אלל

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 11:22 am

5
3%
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★★
5
3%
★★★★★
39
27%
5
3%
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
2
1%
★★★★
11
8%
★★★★★
30
21%
5
3%
★★
1
1%
★★★
2
1%
★★★★
9
6%
★★★★★
31
21%
סך הכל שטימען: 145

אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אייוועלט שרייבעריי פארמעסט תשפ״ג 21.jpg
אייוועלט שרייבעריי פארמעסט תשפ״ג 21.jpg (216.29 KiB) געזען 32010 מאל
פרק א'
ווילן די אידן ארויס גיין פון גלות?


ארץ גושן, מצרים, ווינטער ב' אלפים תמ"ו.
עזריההאט אהיים שפאצירט יענעם טאג אויסגעדראשן און צוקלאפט, מיד און אויסגעקוועטש ווי קיינמאל בעפאר, "אויך אין שמאכט לעבן זענען פארהאן שענערע טעג און ווייניגער", איז אים אדורך געגאנגען א פארביטערטע געדאנק אין קאפ… "אבער פארוואס קוקט מיר אייביג אויס אז די בעסערע טאג איז די פארבייענדע"? אינדערהיים שלאפן שוין אלע, נעבעכדיגע אומשולדיגע שעפעלעך, אינגע קינדער ניטאמאל דרייצן און שוין שמאכטן זיי אינטער די סאדיסטישע מצרי'שע שטיוול וואס צוטרעט זיי…
עזריה גיסט זיך אן א גלעזעלע וואסער "רבונו של עולם! וואס וועט דא זיין? ווען איך לייג שלאפן מיינע קינדער מיט א מעשה'לע פארן שלאפן גיין וועלן זיי איביג הערן פון מיר די זעלבע "וואס טוהט א איד וואס געפינט זיך אין א צרה? ער דאווענט צום אויבערשטן! אבער למעשה, ביים טאג טעגליכע לעבן - ווער האט בכלל כח צו דאווענען"?!

"עזריה"!! - הערט ער א קול פון איבער די פענסטער, עזריה געבט א בליק און ער זעט זיין ברודער יהוצדק ווייזט אים מיטן פינגער "קום ארויס א מינוט"... ער וויל מסתמא עפעס אדורך שמועסן און אינדערהיים קענען די קינדער זיך אויפוועקן… עזריה לויפט שטילערהייט ארויס פונעם הויז, יהוצדק פארברענגט נישט קיין מינוט און גייט גלייך צום פונקט, "עזריה, וואס זאגסטו צו די נייעס?" "וועלכע נייעס? וואונדערט זיך עזריה, פון ווען ער געדענקט זיך ווייסט ער אז קיין גוטע נייעס איז נישט פארהאן, נייעס מיינט גאר "שלעכטע נייעס" קיין אנדערע נייעס איז נישט דא, אדער שווערערע גזירות, אדער נייע פנימ'ער פון גערסערע רשעים וואס ווילן אויפווייזן פאר די באאמטע אז זיי זענענען גרעסערע פאטריאטן פאר פרעה ימ"ש… כאָטש יהוצדק'ס פנים זעהט אויס לעכטיגער ווי געווענדליך, עס שיינט ארויס אביסל האפענונג אויב איז בכלל מעגליך צו דערקענען צווישן זיינע קנייטשן פון פּיין און די וואָרצלעך פון ליידן וואס האבן באשיינט זיין פנים.

"עזריה, איר האָט נישט געהערט וועגן דעם קומען פון דער גואל? די גאנצע גאס שמועס'ט דערוועגן"!!!… "אההה"... פון עזריה'ס קרעכטץ האט ארויס געשפראצט א טיפע אַנטוישונג, אנלאנענדיג אויף א ליידיגע פאס וואס איז געזעצן פארשעמטערהייט אין די זייט קרעכטצט ער צו זיין ברודער יהוצדק. "דער בן עמרם?, כווייס נישט… איך ווער גארנישט אזוי איבערגענומען פון זיינע מעשיות… איך בין שוין אן ערוואקסענער מענטש, מיר זאל מען נישט פארקויפן קיין גאולה מעשיות, איך בין עלטער פון דעם, דאס איז גוט פאר די קינדער, און לויט מיין פארשטאנד איז ענדערשער צו אנהייבן אריין צו טראכטן און אריין קלערן אין די נייע [גארנישט נייע] מציאות און לאמיר פראבירן צו אביסל גרינגער מאכן אויב מעגליך פון די שרעקליכע פיין און לייד וואס כלל ישראל מאכט מיט דא אין מצרים.

אויב גייט מען זיין פארנומען מיט גאולה פאנטאזיעס וועט מען ערגעץ נישט אנקומען, און נאך מער! דאס רייצט אן אונזערע שכנים די מצריים און ווען זיי הערן די שפראך גייט זיי די בלוט ארויף אין קאפ און די רעזולטאטן זען אונז אויף די בלוט וואס גיסט זיך פון אונזערע צושמעטערטע הענט… לאז די אלע גאולה וישועה דמיונות אין די זייט און לאמיר פראבירן צו שתדל'ענען ביי די טובים שברשעים, איך קען איינער עפעס א מצרי וואס…
"וויאזוי רעדסטו עזריה????נעמט זיך יהוצדק שרייען מיט צארן, "פון וואו שטאמט דיין נעבעכדיגער ייאוש?? צו דען גלייבסטו נישט אין דעם גרויסן באשעפער אלוקי אבותינו וואס האט אונז אראפ געברענגט דא קיין מצרים אז ער קען אונז אויך ארויס נעמען פון דא?! אונז צו מאכן פאר קנעכט דאס האט ער געקענט, אבער צו ארויס נעמען בכבוד דאס שוין נישט?!"

"חס וחלילה!- האט האט זיך עזריה געאײלט צו פארריכטן די שלעטע אײנדרוק פון זײנע ווערטער - דורך די שוואכע לבנה שטראלן האט יהוצדק געקענט זען אויף זיין ברודער'ס פנים א שווערע האלב באהאלטענע צווייפלונג, - "אוודאי גלייב איך!! די אויבערשטער קען אלעס… אבער צווישן אונז גערעדט…. שוין באלד צוויי הונדערט יאר וואס אונז שמאכטן דא אין מצרים, די גזירות ווערן א יעדן טאג ערגער פונעם צווייטן, די מצריים טוהן מיט אונז וואס זיי ווילן, אונז זעמיר ניטאמאל ווערד ווי זייערע שאָף און רינדער ניטאמאל ווי די הינט ביים טיהר פון שטאל… אונז האמיר נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט, מ'פלעגט אייביג זאגן, אט אט נאכן זומער וועט זיין גוט… אנהייב ווינטער אפשר וועט שטארבן פרעה און דעמאלטס וועט דער גואל אנקומען און אונז אויסלייזן… און? און גארנישט.

פון די אלע גאולה גערעדעכטצערהאט זיך אויסגעלאזט א גרויסע גארנישט, און יהוצדק, עס קען גאר זיין אז די האסט קיינמאל נישט געהערט פון די וועלט בארימטע מצרי'שער גרעניץ פּאַטראָל, האסטו געהערט אמאל פון די שרעקעדיגע חיות רעות וואס זענען אריין געקריצט אין די הויעכע מויערן פון לאנד? א גאנצע מחנה כישוף מאכערס און חרטומים האבן באשוואוירן די אלע חיות אז זיי זאלן פארציקן א יעדע מענטש וואס פראבירט נאר אדורך צו שמוגלען די גרעניץ, געדענקסטו נישט די טראגעדיע מיט שלומיאל בן עכרן דער נעבעכדיגער קענכט פון דאקטאר אבו חאלילי?? ער האט נעבעך פראבירט זיין מזל און געקראכן אויפן הויעכן מויער, עס האט נישט געדויערט קיין צוויי דריי מינוט און ס'איז נישט געבליבן קיין זכר פון זיינע ביינער!! די גאנצע לאנד האט דעמאלטס גע'רעש'ט, אויש… ווי שווער איז געווען אריין צו קוקן אין די אויגן פון די מצרישע סאדיסטן וואס האבן זיך ארום געדרייט יענעם טאג ווי 'משה גרויס' און ארום געלאכט אויף אונז נעבעכדיגע אידן וואס קענענן ניטאמאל געניסן פון א נצחון אין די מצרים אז איינער איז אנטלאפן פון זיי… יהוצדק, א אייזערנע פאָרהאַנג טיילט אפ צווישן אונז און די פרייהייט! און דו נער, מיינסט טאקע אז א מענטש געבוירענער קען אונז ארויס זען פון דא?

יהוצדק האט אריין געקוקט טיפ אין עזריה'ס אויגן, "ברודער טייערער, דו ביזט טאקע אן ערליכער איד, דו גלייבסט אז די אויבערשטער האט באשאפן די גאנצע וועלט, אבער פארגעס נאר נישט אז די בורא עולמים ער איז דער וואס איז מחיה א יעדע בריה אויף דער וועלט, און זיין השגחה איז תמידית און ער פארלאזט נישט זיינע טייערע קינדער אפילו אין די נידריגסטע מצבים וואס זאלן נאר נישט זיין!!

עזריה מיט א ברוגז'דיגער טאן שרייט צוריק, "איך הער וואס דו זאגסט, די רבש"ע האלט טאקע אן אויג אויף אונז אין וואספארא מצב אונז זעמיר נאר, אבער ווי אזוי קען זיין אז ער קוקט אויף אונז, ער זעט אונזער פיין און ער טוהט ג-א-ר-נ-י-ש-ט"?!?!?

איי איי איי עזריה!- יהוצדק פארלירט שוין זיין רוהיג'קייט - עפן דיינע אויגן!! דאס טאקע רעד איך צו דיר! שמע ה' את קולינו!ער האט זיך צוגעהערט צו אונזער וויי געשריי, און טאקע הגיע עת דודים און ער האט אונז געשיקט בן עמרם אונז צו אויסלייזן!! וואס מיינסט דען? "ועבדום ועינו אותם" האט דער אויבערשטער געקענט באווייזן און "ואחרי כן יצאו ברכוש גדול" דאס קען ער שוין נישט?? עזריה!!! וועק דיך אויף!!!
עזריה פארשלאפענערהייט פטר'ט אפ יהוצדק, "ביז ווען איך זע נישט קיין ערנסטע טוישונגען דעמאלטס לאז איך מיך נישט צו די אלע שמועות. כ'גלייב נישט אין די נארישקייטן א גוטע נאכט, די נוגשים קומען שוין באלד צו יאגן צו די ארבעט"...

יהוצדק גייט אהיים אינגאנצן צושטורעמט, ער קען נישט פארשטיין וואס גייט אריבער אין זיין ברודער עזריה'ס קאפ, וואס האלט אפ זיין ברודער עזריה פון צו האפן צו גוט'ס? עזריה'ס נאכגעלאזטקייט און זיך אריינטינקען אין די ביטערע טאגטעגליכע לעבן ממש אז ער קען שוין נישט האפן צו גוט'ס, דאס האט שוין געשמעקט אביסל פון "זעלבסט האס" אבער וואס זאל מען טוהן, קען א יעדער זיך האלטן מיט די זעלבע מאס האפענונג??, א שאד. טראכט יהוצדק, אונז גייען מיר דאך סייווי איין טאג אויסגעלייזט ווערן, אבער ביי די צייט וואס איך, שמעק שוין די לעכטיגע מינוט וואס איז שוין נענטער ווי ווייטער, מיך וועט שוין מארגן זיין גרינגער צו שלעפן די שווערע שטיינער וויסענדיג אז אט אט גייען מיר פריי, מיין ברודער עזריה, זיין פיין און לייד נעמט נישט קיין עק, הלוואי ווען מיר וועלן שוין טאקע גיין פריי זאל ער קענען זען די לעכטיגקייט צווישן זיינע שווארץ קוקיגע אויגן ברעמען.

"ויהי ממחרת", יהוצדק איז געווען זיכער אז היינט וועט שוין עזריה א טייל נעמען אין זיינע געוואלדיגע שמחה און התרגשות, ערשט היינט איז פארשפרייט געווארן די נייעס אז עטליכע פון די זקני העדה זענען ארויף צו די אלטע רעבעצין מרת שרח תליט"אוואס האט זוכה געווען צו אן אבנארמאלע אריכות ימים נאכן געבענטש ווערן דורך איר זיידע יעקב אבינו ע"ה, ווען מ'האט איר געפרעגט וועגן די בשורת הגאולה האט זי זיך אנגערופן "איך האב בקבלה פונעם זיידן ע"ה אז די גואל ישראל גייט זיך מגלה זיין מיט די נוסח "פקוד פקדתי אתכם" און ממש נישט צום גלייבן, דאס איז די זעלבע נוסח וואס בן עמרם האט זיך מגלה געווען אנקומענדיג פון מדין, אט דאס האט משה געזאגט ה' אֱלֹקי אֲבֹתֵיכֶם נִרְאָה אֵלַי, אֱלֹקי אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקֹב לֵאמֹר פָּקֹד פָּקַדְתִּי אֶתְכֶם וְאֶת הֶעָשׂוּי לָכֶם בְּמִצְרָיִם:"

יהוצדקהאט אבער געהאט א ביטערע אנטוישונג, איינע פון אלע זיינע אנטוישונגען וואס וועלן זיין געבינדן צו זיין ברודער עזריה, ווי מער די נייעס וועגן די גאולה האבן זיך פארשפרייט, די צוויי הייליגע ברודער משה און אהרן בני עמרם זענען שוין אריין צו פרעה אליינס [!!] און זענען ארויס פון דארט בניסי ניסים, די עולם שמועסט אז זיי האבן געסטראשעט פרעה מיט די ערגסטע און זיי האבן אים קלארערהייט געלאזט וויסן אז די אידן גייען ארויס אן קיין שום קונצן, דאס איז שוין טאקע גוטע נייעס!! - אבער ווי נענטער די גאולה קוקט אויס אזוי ווייט פון האפענונג זעט עזריה אויס, און זיין פארזויערקייט ווערן ערגער און ערגער, יהוצדק קען נישט פארשטיין וואס שטערט פאר עזריה זיך צו שלאגן מיט זיין ביטערע נעגאטיוועטי און פון זיין נאכגעלאזטקייט וואס האט שוין אפילו זיך באגרעניצט מיט שגעון.

אין די שפעטערע טעג, ווי נאר די טעג זענען פאריבער, האט יהוצדק'ס וואונדער זיך פארגרעסערט און באקריגן נאך קאלירן וואס האט זיך שטייטעלעך געטוישן צו א שווערע פאניק און ציטער זעענדיג אז עזריה איז גארנישט אליינס… עס האט זיך געמאכט א כוואלייע צווישן די אידן ווי לויט דעם מיינונג האבן מענטשן גע'טענה'ט אז משה טאר נישט מישן די טאפ ביי פרעה אין פאלאץ, "דריי נישט מיטן שיסל און דערווייטער זיך פונעם טאפ ווייל עס קאכט שוין צו סך" האבן די אידן געטענה'ט, "אונז ליידן טאקע, אבער משה דארף נישט יעצט קומען ווי א גאסט פון מדין און אוועק הרגענען די שתדלנות פון די צוויי דריי עסקנים וואס האבן שווער געהארעוועט צו פארשאפן עטליכע גוטע באציאונגען מיט די באאמטע אין פרעה'ס פאלאץ".
די אידן האבן מורא געהאט אז די נייע אידישע אזויגערופענע 'אפאזיציע פירער' משה וועט אריין לייגן פרעה'נען אין אן אנגעצויגענקייט, און ווי באקאנט ווען דער טרויערבארימטער קעניג שמעקט נאר א נאכשמעק פון א געפאר פאר זיין קעניגרייך, קען דאס קאסטן א ביטערע פרייז און עס האט שוין ליידער געקאסט…
אויך האבן די אידן געטענה'ט אז די סטראשונגען פון משה צו פרעה וועט זיך גאר צוריק אומקערן אקעגן די אידן ווי א בומעראנג… [א טענה וואס שפעטער האט זיך עס באוויזן ווי ריכטיג ווי לויט פרעה פארלאנג האט מען געצווינגען די אידן אליינס צו צאמנעמען די שטרוי פאר די ליים…]

יהוצדק האט זיך געטראפן צווי דריי חברים כלבבומלאי אמונה און האפענונג, צוזאמען האבן זיי נאכגעקוקט די געשעצטע רבי ר' משה דער פרישער מנהיג, יהוצדק האט אין זיין הארץ באוויינט זיין ברודער וואס האט ניטאמאל געוואלט א טרעט געבן ביים שוועל פון ר' משה'ס ביהמ"ד ווי ער פלעגט דארטן געבן חיזוק דרשות און מעורר געווען די אידן אז אט אט "הגיע זמן גאולתכם", עזריה האט עס אוועק געמאכט און געטענה'ט אז ר' משה מאכט נאר דאס פארקערטע, עזריה האט קיינמאל נישט בארעדט ר' משה אין פארענט פון זיין ברודער יהוצדק, ער האט אים נישט געוואלט וויי טוהן, אבער די נאנטע זיינע האבן געוואוסט אז ווען יהוצדק איז ווייט פון עזריה ד' אמות ווען מען הערן פון עזריה כל דבר אסור אויף ר' משה…
א יעדן טאג איז פארגעקומען הייסע געפעכטן אין די פיתום ורעמסס קאנסטראקציע זאנעס וואס האבן אדורך געדראשן די 'גאולה' סוגיה הדק היטב היטב הדק, יהוצדק איז געווען פון די ראשי המדברים, און פון די העכערע טענער וואס האבן זיך געהערט בפרט ווען די געפעכטן פלעגן זיך נאכשלעפן צו א עפנטליכע דעבאטע צווישן די צוויי ברודער עזריה און יהוצדק ווי זיי ביידע האבן געטראפן די שופרות פון די צווי זייטן, א יעדע צד האט געשאלטן די צווייטער מיט די ערגסטע קללות, עס זענען געפלויגן שמות וכינוים, מאמינים וכופרים, משיחי'סטן און גלות'יסטן, עס איז געגאנגען א רויעך…

ווען ר' משה איז אנגעקומעןצו די פיתום ורעמסס געגנט צו זען אחיו בסבלותם האבן די מעריצים אים געדארפט באשיצן פון די מתנגדים וואס האבן געטענה'ט אז די נייע גזירות זענען דירעקטע רעזולטאטן פון ר' משה'ס אנרייצן פרעה, ווי נישט ווי זיין הדרת פנים און די זכות ויחוס אבות האבן טאקע געמאכט א רושם, זיין איידלקייט "ומשה עניו מכל האדם" דאס איז נישט געווען צו אוועק צו מאכן אפילו די גרעסטע מתנגדים האבן בסתר ליבם ארויף געקוקט אויף אים, אבער די טרענד איז געווען אז משה ער איז שולדיג אין די נייע אנגעצויגענקייט אין פרעה'ס פאלאץ. דאס האט געשלעפט נאך זיך א ריזן טייל פונעם ציבור און דאס האט כסדר עזריה גענוצט פאר א שווערע טענה אקעגן זיין ברודער "יהוצדק! קוק וואס די עולם זאגט, קיינער גלייבט נישט, די ציבור זענען נישט קיין נערנים"...

פונקט אין די נקודה האבן זיך די ברודער געטענה'ט, יהוצדק טענה'ט ''די ציבור איז נישט נאריש'?! דעמאלטס וואס איז פשט די נאכגעלאזטקייט און רפיון ידים וואס הערשט ביים ציבור?? יהוצדק הייבט שוין אן צו טראכטן אז די עולם איז אפשר נישט נאריש אבער קלוג זיכער נישט….

איין נאכטזיצט יהוצדק ביי זיין שווער ר' חוני הישבי מזקני שבט דן, א קלוגער איד א בעל צורה וואס האט נאך זוכה געווען צו זען א שיינע חלק פון די בני יעקב, יהוצדק האט צו זיין וואונדער געטראפן זיין אלטן שווער פריש ווי קיינמאל בעפאר און גוט אריינגעמישט אין די אקטועלע פאליטישע אנטוויקלונגען און ממש בנהמת ליבו האט ער געשריגן ''שוין קרוב צו הונדערט יאר שטיי איך און איך ווארט מיט כלות הנפש ווען וועט מקוים ווערן די הבטחה פון די אויבערשטער צו די אבות ''ואחר כך יצאו ברכוש גדול'' און יעצט, ווען די לאנג ערווארטעטע גאולה זעט שוין אויס נענטער ווי ווייטער דערווייגן זיך אינגע ליידאקעס פוחזים וריקים פון אונזער געמיינדע צו צווייפלען אין די בפירוש'ע הבטחה פונעם הייליגן באשעפער בכבודו ובעצמו??? וואס טראכטן זיי די יונגאטשעס?! - שרייט ר' חוני - די חברה טראגן דען עפעס א מינימאלע אחריות? ווי אזוי דערוואגן זיי זיך צו אוועק מאכן די בשורת הגאולה? משה בן עמרם האט גערעדט מיט גאט ברוך הוא ביי הר סיני און ער וועט אונז אויסלייזן פון מצרים! - האט דער אלטן חוני גע'פסק'נט קלאר און שארף.

יהוצדק האט אביסל מורא געהאטאריין צו גיין אין א לענגערע שמועס מיטן שווער, זעענדיג ווי ער נעמט די מצב צום הארצן און עס קען גאר שאדן זיין געזונט צושטאנד, אבער נישט קענענדיג זיך איינהאלטן פרעגט ער חוני'ען, ''וויאזוי וואלט די שווער געגעבן צו פארשטיין די ווינט וואס לויפט צווישן די עולם און ברענגט אריין פארשידענע שאלות און ספקות ממש עד כדי כך אז די עולם האט שוין מער מורא פון משה ווי פרעה''? - דער שווער גיבט א קרעכטץ, און מיט א פיקחות'דיגע שמייכל רופט ער זיך אן, ''יהוצדק מיין קינד, דארפסט פארשטיין, די מענטשן זענען טאקע נישט נאריש, און מיר ווייסן אז די מענטשליכע נאטור איז אז ער האט זיך ליב, ''אדם קרוב אצל עצמו'', און א מענטש וויל נישט זיין אינטערטעניגט אינטער קיינעם''. - ''אבער די שווער מאכט דאך פילפאכיג שווער מיין קושיא!!' אויב ווילן די מענטשן פרייהייט דעמאלטס פארוואס שטעלן זיי זיך אקעגן ר' משה דער גואל??'' - שרייט יהוצדק, - חוני גיבט א בליק מיט זיינע צוויי קלוגע אויגן טיף אריין אין דעם איידעמס אויגן - ''מיין קינד, פארשטיין זאלסטו אז וויפיל די פיזישע שעבוד מאכט שווער פארן מענטש, אזוי שווערער און ערגער איז די גייסטישער שעבוד פארן מענטש, פרעה, ער צודריקט טאקע די אידן, ער קען טאקע צושמעטערן און אויסרייסן אונזערע קערפער, ער נוצט אויס אונזערע לעצטע כוחות, אבער אונזערע דעות און מיינונגען קען ער נישט טוישן פאר קיין געלט!!! דיין קאפ האט ער נישט! משא''כ רבינו משה, ער פארלאנגט שעבוד המח והלב לעבודתו יתב''ש, ער לערנט כסדר און ער פרעדיגט אויף אמונה פשוטה ותמימה אינעם אויבערשטן! אנע קשיות און צוויפלען! און דאס ליידער, קענען מענטשן נישט דערליידן, מענטשן גלייכן מער פיזישע שעבוד ווי איידער אן השקפה'דיגער שעבוד צום באשעפער.

יהוצדק אריינטראכטנדיג אין זיין שווער'ס ווערטער, כאפט א ציטער, הייבט אן צו זען אז די מצב איז גאר ערגער ווי ער האט געמיינט… זיין ברודער עזריה איז ענדערשער גרייט צו כאפן קלעפ און שלעק פון די מצרישע נוגשים פארן זינד פון נישט ענדיגן בויען זיין ציגל קוואָטע אבער זיך אינטערטעניגן אינטער משה ואהרן דאס איז ער נישט מסוגל, וואס גייט דא זיין??


פרק ב'
די טויטליכסטע פענדעמיע אין די וועלטס היסטאריע!!


ווען די נייעס האט זיך נאר אנגעהויבן צו פארשפרייטןצווישן די מצרי'שע בירגער האבן א טייל אויפגעהויבן אויגן ברעמען "וואס? מוסא די אידישער ראאיס האט געסטראשעט אונזער מעכטיגער קעניג פרעה"?! אלעס איז אין ארדענונג מיט אים? אבער רוב מצריים האבן זיך ממש דערשטיקט פאר געלעכטער, "הא הא הא דער מוסא האט טאקע נישט וואס צו טוהן מיטן טאג? נאכן באווייזן צו אנטלויפן פון פרעה'ס שווערד איינמאל, מיינט ער אז ער גייט עס אדורך מאכן א צווייטע מאל?! דער אידישער ראאיס וויל באגיין זעלבסט מארד, נו שוין. געזונטערהייט".

אבער די טעג שפעטערהאבן נאר געברענגט מיט זיך גוטע נייעס וואס האט פארבעסערט די אידנ'ס צושטאנד פון טאג צו טאג מער און בעסער.
די גאנצע וועלט רעש'ט פון די מאדנע אינטרעסאנטע נייעס וואס קומט צו גיין פון די גרויסע לאנד מצרים, די עגיפטישע אימפעריע איז איבערגעדרייט!! אלע מצרי'שע וואסערן טוישן זיך וואונדערליך צו בלוט!!! די כיטערע אידן, גוטע ביזנעסלייט טאנצן אויף די געלעגנהייט און קומען אויף מיט היימישע פירמעס וואס פארקויפן ריינע וואסער צו טרינקען… נאך מכת כינים קומט פאר א היסטארישע געשעעניש ''די גראניאזישע בוי ארבעט אין די צווי גיגאנטישע שטעט אין מצרים ענדיגט זיך'' צוליב '' טעכנישע אורזאכן'' קענען נישט די מצריים ווייטער זיך באנוצען מיט די אידישער פאלק… עס הייבן אן ארום גיין ראמערס אז פרעה האלט זיך שוין ביים נאכלאזן פאר משה די אידישער פירער, א זאך וואס שטימט מיט די פאקט אז מ'האט אפגעשטעלט די צוואנגס ארבעט מיט די אידן, אבער פארט איז די וואונדער גרויס און די שאלה ''פארוואס שיקט זיי נישט פרעה אוועק'' הענגט נאך אלס אין די לופטן… פון איין זייט שמועסט די גאנצע וועלט אז פרעה און די עגיפטן לאדן זיך צאם צרות צרורות פון אן אינטרעסאנטע אומבאקאנטע כח וואס נעמט זיך וואונדערליך אן פאר די אידן (א זאך וואס די לעצטע 200 יאר האט מען געמיינט אז די מעשיות פון די אידן וועגן זייערע זיידעס מלחמות און נסים זענען בלויז הוילע פאנטאזיעס) אבער פון די אנדערע זייט האלט זיך פרעה פעלזן פעסט און לאזט נישט קיין איין איד ארויס גיין פון לאנד.

די עולם שטוינד מיט וואונדערפון די וואונדערליכע אותות ומופתים וואס די אידישער מנהיג ר' משה באווייזט, עס איז געווען א תקופה וואס יהוצדק [עיין פרק' א'] האט זיך שוין איינגערעדט אז נאך די גאט'ליכע מופתים וואס ר' משה האט באוויזן וועלן מער און מער אידן אריבער גיין צו די "צד המאמינים".

איינע פון די טעג, שפאצירט יהוצדק מיטן שווער ר' חוני, זיי גייען ארויס שעפן אביסל פרישע מצרי'שע לופט, שפאצירן אביסל אין די גושנ'ע גאסן, געווען איז עס אינמיטן מכת ערוב, און די שטעטעלע גושן האט מכניס אורח געווען א פולפארביגע אינטרעסאנטע קאַנוווי פון הונדערטע באשעפענישן פון גרויס ביז קליין שפאצירן געמיטלעך קומענדיג פון די ווייטע אפריקאנע דזשאנגעלען.. ווי גייען די חברה?יהוצדק כאפט א בליק און זעט ווי זיי גייען אלע אין ריכטונג פון די הויפט שטאט, ס'ווערט אים גוט…. ער זעצט אוועק דעם אלטן שווער אויף א א ריזיגע שרעקעדיגע טיגער גרעסער ווי זיי ביידע, צו זייער וואונדער בייגט זיך די טיגער מיט אן הכנעה אונטערטעניגט ווי כאילו ער וויל זאגן "עטץ זענטס מיינע הארן טוהט מיט מיר וואס איר ווילט נאר"...

חוני זאגט פארן איידעם"עס קוקט אויס ווי די חיות ווייסן פונקטליך פארוואס זיי זענען דא אהער געקומען".... אבער רעד דיך נישט איין - יהוצדק - אז דאס איז דער ענדע, אונז האבן נאך גאר א לאנגע וועג צו גיין, און די אלע וואס גלייבן נישט וועלן זיך גארנישט טוישן נישט קיין חילוק וויפיל אותות ומופתים ר' משה וועט נאר באווייזן! היינט איז שוין קלארער ווי די זוהן אינמיטן העלן טאג אז די גאולה איז שוין נענטער ווי ווייטער! די שעבוד איז שוין כמעט אינגאנצן אויס, נאר וואזשע דען? די "גאולה" איז גארנישט אונזער תכלית און שטרעבונג צו ווי אונז ווילן מיר אנקומען! איז גייען גאר ערגעץ אנדערש עפעס גאר העכערס פון דעם!! אונז האבן ניטאמאל די ריכטיגע השגה צו וועלעכע דערהויבענע ארט פלאנט השי"ת און צו נעמען ע"י שליחו רבינו משה! לויט מיינע שאצונגען איז נאך אביסעלע צו פרי צו קענען וויסן לאן מועדות פנינו". "אבער וואס איז זיכער - אז די אלע וואס וועלן מיט גיין מיט רבינו ר' משה מיט תמימות, אנע פשעטעלעך און צווייפלען זיי וועלן זוכה זיין לחזות בנועם ה' און קענען דערגרייכן די דערהויבענע השגות און ריכטיג אויסגעלייזט ווערן פון די שווערע און ביטערע גלות. עס טוהט מיר לייד אבער וויסן זאלסטו אז רוב פון אונזער ציבור וויל אפשר "וואקאציע - אפרוה" אבער נישט "פרייהייט"!!

א שוידער האט אנגעכאפט יהוצדק'ן, ווער ווי ער אליינס ווייסט ווי גערעכט איז זיין שווער… די קומענדיגע חדשים האבן נאכגעברענגט מיט זיך א פּאַראַדאָקסיקאַלע סיטואַציע [אינערליכע סתירה] וואס ווי נאר די טעג זנען אריבער און די מכות האבן געדאפעלט און געדריטלט זייער קראפט און אריין געשמיסן אין די מצריים מיטן פולסטן שוואנג, די מצריים האבן אנגעהויבן צו אנטוויקלען סימפטאמען פון אויפגעבן און נאכגעבן פאר די אידישער גאט, מאסן דעמאנסטראציעס האבן זיך אנגעהויבן צו צוזאמשטעלן ווי די הונדערטע טויזענטע צעיועזשטע ווילדע יוגענט האבן זיך אוועקגעשטעלט אין פארנט פון פרעה'ס פאלאצן און געשריגן לאוזונגען ווי "בראח אל יאהוד"!! "ראטעוועט מצרים"!!! אד"ג.. און פון די אנדערע זייט שטייען עטליכע אידן און ווערן פארבלענדעט ווי נארישע ציגן וואס גייען נאך א צומישטער סקאַרעקראָוו…

"וואס וועט דא זיין"?פרעגט יהוצדק פאר עֲדֻוּלָּם הַפּוּנִי - א טיכטיגער לעבעדיגער בחור'ל פון די עסקנים אינעם רבי'נס שטוב - "רוב פונעם פאלק האלט נישט ביים אננעמען משה רבינו'ס רייד, אין אזא מצב קען מען אויסגעלייזט ווערן"??
עדולם זאגט אריין אין יהוצדק'ס אויערן, ''דו וועסט זיך אפשר וואונדערן, אבער דער אויבערשטער נויטיגט זיך בכלל נישט אין ''רוב''. למה לי רוב…. נאום ה'.... עס קען גאר זיין אז בלויז די מאמינים וועלן אויסגעלייזט ווערן… און איך האף און דאווען אז די איבעריגע טייל פאלק זאל זיך אויפכאפן און אנהייבן צו גלייבן''.

איינע פון די טעגזעט יהוצדק ווי די שכן פּוּעַן הַחֶצְרוֹנִי שמועסט מיט א צווייטע איד, "ס'ממש נישט צום גלויבן"!!! - זאגט פּוּעַן וואס האט געטראגן אויף זיין האלז א פּענדאַנט [א קייטל] מיט א קליינע לעמעלע קאפ - די מצרישע אפגעטליכע סימבאל - ''היינט צו טאגס קענען מיר געניסן פון אלע וועלטן! סיי אונז זעמיר פטור געווארן פון די שווערע שעבוד, סיי די מצריים ציטערן פון אונז פחד מוות! אונזער מנהיג ר' משה געניסט פון כבוד מלכים, אלע פעלקער האלטן מיט וואספארא שטוינענדע מופתים ער קען באווייזן, אה!! שהחיינו''!!
יהוצדק שטייט אין די זייט אינגאנצן צומישט, "דו גייסט מיט אן עבודה זרה'לע אויפן האלדז, בריש גלי, און דו שטאלצירסט מיט רבי ר' משה?!" - אזוי גייט יהוצדק אוועק צוטומלט אינגאנצן מיט צומישטע געפילן… ''אינטרעסאנטע אידן זענען פאראן''…

נאך א מאנאט איז פארביי:
די מצריים פראבירן צו כאפן די אטעם, נאך די היישעריק קאטאסטראפע וואס האט זיי אויסגעליידיגט די פולע קוואנטומען ווייץ וואס זיי האבן געהאט אנגעזאמלט, צו זייער שוידער האט מען געפונען די אלע פעסער וואס זענען אנגעפילט געווארן מיט די בארימטע מצרי'שע מארינאטעד היישעריק, [ווי נישט ווי קען מען אדורך לאזן אזא מכה נאר מיט שאדן, כאטשיג אביסל געלט מאכן צו קענען דעקן די גרויסע שאדענס….] ליידיג!!! און דאס אלעס טראץ די שווערע וואך און די הויעכע השגחה סטאנדארטן פון די מצרישע "וועד הכשרות" וואס האט זיכער געמאכט אז אלע פעסער זענען געסיעלט אזוי ווי עס ברויך צו זיין אבער מיט דעם אלעמען "ואיננו". די חגבים האבן געהויבן קלעצל און אוועק געפלויגן לעולם שכולו טוב און איבערגעלאזט די מצריים מיט ליידיגע טעלערס.

די פאליטישע אנאליזערסקומען אויף מיט פרישע אנאליזן א יעדער מיט זיין קוק ווינקל אלע דרעשן אויס די מיסטעריע וואס ליגט אינטער פרעה'ס מאדנע אומפארשטענדליכע עקשנות פון נישט ארויס לאזן די קנעכט פאלק, סעימאן אבו ראלעביצקי - פון די הויפט רעדנערס אויף "קולא מיבאסאריא"שרייעט חי וקיים אז וויבאלד די מצרישע פאלק גייען נישט ארויס שטימען צוליב דעם זענען די מיניסטארן ארום פרעה קליינע קעפ וואס קענען נישט רעכענען פאליטישע געשענישן גענוג פאראויס… אין זיין "שטאראן אבו גילאקו" אויסגאבע האט ער ברייטער אנאלאזירט די גאנצע פאליטישע קריזיס און ווי ער ברענגט ארויס כליפ און קלאר אז נאר די טוירנאוט אין די קומענדיגע וואלן רונדע נאר דאס וועט ברענגען די ענדע צו די "קאלאל איסרעיל" סאמעטוכע… פון די אנדערע זייט האט זיין קעגענער ליזארא אבו פלארידא ארויסגעשריגן מיט צארן אז די גאנצע סיבה פארוואס די מצרישע פאלק ליידט יעצט איז צוליב די "אימעגראציע מובמענט" אינערהאלב די בני יעקב פאלק וואס זיי האבן געזוכט גאלדענע גליקן אין די דערנעבענדיגע שטאטן, [די בני יעקב זענען געקומען פון כנען קיין מצרים] "בלייבט ביי אייך אינדערהיים"! שרייט אבו פלארידא בשצף קצף, "אז איר וועט זיך אריבערציען קיין כוש און דערנאך זיך טרעפן מיט העכערע שכר לימוד פרייזן וועט איר געדענקען אז ליזארא איז גערעכט געווען! מ'טוישט נישט קיין וואוין ארט צוליב אביסל שווערעקייטן! געבט עס אפאר מאנאטן און די קנעכט פאלק וועט אויספירן און למצרים הישועה"...

אינערליכע אנקעטעסאויסגעפירט דורך די אפאזיציע פארטייען האבן געוויזן אז די מיינונג פון א מערהייט פון די מצרי'שע פאלק איז צו פטור ווערן ווי אומשנעלסטן פון דעם געשאלטענע "עמא ניבחאר" וואס נאר צרות און פלאג האבן זיי אנגעברענגט, פרעה'ס עקשנות וועט אים נאך צוברענגען א גרויסע מפלה ביי די קומענדיגע וואלן שרייען פרעה'ס נאנטע, עס קומען אריין באריכטן איבער פארהאנדלונגען צווישן ראביי מוסא צו בית פרעה, פרעה'ס מענטשען פארשלאגן אז מ'זאל ארויס לאזן נאר די מענער און איבערלאזן די פרויען און קינדער אין מצרים, ביזדערווייל טוהן די יאהוד אפזאגן די פארשאלג.

גייען אריבער נאך אפאר טעג, די מצרישע אקאנאמיע גייט נאר ערגער און ערגער, אלע סטאקס פון קאמפעניס וואס האבן נאר א מינימאלע שייכות צו איינער וואס האט אמאל געהאט פארבינדונגען מיט מצרים - קראכן בקול רעש גדול, און די עולם איז שוין זיכער אז אט אט וועט דער קעניג פרעה נאכגעבן און ארויס לאזן משה מיט זיינע אידן.
אבער ניין!!! פרעה האט אויסגעשפילט אלע פאראויסזאגערס און געלאזט וויסן אז ער פאלאזט די פארהאנדלונגען טישל און פון זיין זייט איז ער מער נישט אינטרעסירט צו זען רבי משה'ס געזיכט. מאנכע האבן אפילו געוויסט צו פארציילן אז ער האט געסטראשעט משה'ן אז ער זאל זיך נישט דערווייגן אריין קומען מער אין די קעניגליכע פאלאץ! והעיר קאַאיראָ נבוכה.

ראש חודש ניסן:
די אידישע גאס ווירבעלט און שטורעמט, פון בית אש"ל געבט מען איבער אז רבינו ר' משה גייט איבערגעבן דברות קודש בחצות היום, "איש בל יעדר"!!! די מאסן אידן וואס האבן זיך צוזאמגענומען צום גרויסארטיגן כינוס האבן געהערט פייערדיגע רייד פון רבי ר' משה ווי ער געבט איבער די באשעפערס באפעל וואס האט געהייסן אז אין 10 טעג זאל א יעדע ראש בית אב נעמען א שה לבית אבות [שה לבית] און דאס זאל מען צובינדן צו די בעט [צו די פיס פון די בעט] אזוי זאל די שעפעלע רוהען פאר א קנאפע פיר טעג! און דאן וועט מען שחט'ן די שעפעלע און די בלוט וועט מען שמירן אויף די שוועל פון די טיר ביי די מזוזה.

אין די ערשטע פאר שעהנאכפאלגנדיג די דראמאטישע מעסעדזש האט מען געקענט זען הונדערטע טויזענטע אידן שטייען ביי קיפקעלעך און טענה'ן זיך בהתלהבות און רעדן איבער די לעצטיגע דרשה.
יהוצדק האט געהערט פון די פענסטער פון זיין הויז עפעס א קול וואס האט זיך מער אויסגעהערט ווי א שלאנג ווי איידער מענטשליכע רייד אבער ער האט אויסגעשארפט זיין אויער צוהערן מה בפי אותו ראש המדברים וואס האט ער צו פארקויפן פאר זיינע צוהערער:
"וואס טראכט ער דער בן עמרם? אונז קעמער אזוי זיך רייצן מיט די מצריים?! אזוי צולייגן זייער גאט צו שפאט און צו שאנד?! וואס איז מיט אביסעלע הכרת הטוב, ווי נישט ווי אונז לעבן ביי זייער לאנד און אונז זעמיר נהנה פון זייער אינפראסטרוקטשער"... יהוצדק - נישט קענענדיג זיך איינהאלטן - האט ארויס געשריגן פון זיין פענסטער "דו קאלט בלוטיגער מאן וואס דו ביזט! הכרת הטוב?! פאר וועם?? פאר די רשעים וואס פייניגן אונז שוין באלד 200 יאר?!?! פאר די ברוטאלע מערדער וואס האבן דערטראנקען אונזע קינדער אין די יאור וואסערן?!?! עס קומט זיך זיי א גרויסע פארציע פון הכרת הרע אויב שוין"….

די געפעכטהאט זיך געהעכערט מיט א פאר טענער און אויסגעקוקט ווי א ברענעדיגע הייסע טאפ וואס גייט אט אט זיך איבערגיסן, איינע פון די באטייליגטע האט זיך שוין שטילערהייט אנגערופן צו דער הכרת הטוב מענטש "דו שייגעץ וואס דו ביזט"... אבער דער ראש המדברים האט זיך גלייך פארענטפערט "אמת, יהוצדק איז גערעכט, אונז טאר מיר נישט פארגעסן בשו"א די אלע שלעכטס וואס די מצריים האבן אונז אנגעמאכט, אבער לדעתי האבן זיי שוין גענוג געכאפט"! א צווייטער 'פיקח' רופט זיך אן "יא! 8 מכות איז שוין גענוג און נאך! נישט גענוג זיי האבן געכאפט רעכטס און לינקס דארף מען יעצט אויך נקמה נעמען אין זייער אפגאט"? - יהוצדק'ס בלוט איז ארויף אין קאפ און שיהר געלעכערט זיין ברייטע קאפל "דו?! דו ביזט דער וואס ווייסט צו שאצן די מאס פון שמייסן די מצריים? דו ווייסט וויפיל איז באשריבן אויף זיי צו כאפן? דו קענסט באווייזן כאטש איין האלבע מופת וואס משה און אהרן האבן באוויזן?? ווער האט דיר בכלל געשטעלט צו געבן דעות און מיינונגען כלפי די אויפפירונג מיט די מצריים? איר קענט זיך בכלל פארמעסטן מיט רבי משה ואהרן"?!

א דריטער 'חכם'רופט זיך אן, פראבירט צו מאכן שלום, "די מצרישע אפגאט, מילא, טו בעד, משה וויל אים שחט'ן אקעיי, אבער די שמירן דאס בלוט?! דאס איז היבש מאדנע! וואס גייען די נעיבארס זאגן? אונז האבן מיר נישט בעסער מיט וואס צו אנשמירן אונזערע טיהרן נאר מיט לעמעלע בלוט?? באלד וועט מען אונז נאך צווינגען צו נייען טלית באטליך מיט די לעמעלע הויט… דאס איז בזיונות. פיריעד. משה רבינו, אלס פיין און וואויל אבער ביז זיך רייצן מיט די גוים, שחט'ן מילא, דאס קען מען נאך באווייזן שטילערהייט אינדערהיים, אבער גיין ארויס שרייען חוזק פון זייער אפגאט און נאך אנשמירן אויף די טיהר? נעווער.

א פערדע מחוכםרופט זיך פרעכערהייט "בכלל וואס האט דאס אויסגעפעלט פאר ר' משה, די אלע מצריים האבן אים געגעבן כבוד, א יעדער האט געשמועסט איבער זיין קעניגליכע אויסגעצייכענטע מידות, אפילו די רעכטע רעדיקאלע פאנאטישע עולם האט שוין אויך איינערקענט אין משה'ס גרויסקייט, סאו פארוואס קומען און אלעס חרוב מאכן מיט די שחט'ן סאמעטוכע? ס'נישט פאליטיקלי קארעקט. "און בכלל - שרייעט עפעס אן אזויגערופענע 'קנאי' - און וואס איז מיט התגרות באומות? סתם זיך רייצן מיט די גוים"?!

און ווייטערהערט יהוצדק די נארישע אויסגעדראשענע טענה "וואס פעלט אונז יעצט אויס ארויס גיין פון מצרים? ביז ווען אונז זעמיר שוין ארויף לגדולה און אונז שמאכטן שוין נישט, וואס פעלט אונז אויס אפצולאזן אלעס אין די צייט וואס אונז קענען מיר בלייבן דא און זיין אדוני הארץ"?
דא האט יהוצדק קלאר ארויסגעהאט ווי גערעכט איז זיין שווער געווען ווען ער האט אין געזאגט נאך בעפאר די מכות האבן אנגעהויבן צו קומען "עס זענען פאראן צווי אידן וואס ווילן אויסגעלייזט ווערן פון מצרים, איינער ווייל - "עבדים היינו לפרעה במצרים" - די טעכנישע שעבוד הגוף דאס קוועטשט אים, און די צווייטער צוליב - "מתחילה עובדי עבודה זרה היו אבותינו" - די שווערעקייט פון זיך אומקערן צום אויבערשטן און אים צו דינען, און נאך מער ווי דעם, די ווייטאג פון צו זען די צער השכינה וואס באגלייט אירע קינדער בכל צער וצער, דאס איז זיין ווילן אויסגעלחייזט ווערן".
און דעמאלטס איז אנגעקומען די ניינטע מכה!!

אזא מכה האט מען אין די וועלטס היסטאריע נישט געזען, און אויך יעצט האט מען עס נישט געזען ווייל ס'איז געווען - טינקל.
א שרעקעדיגע געדעכטע טינקלקייט האט זיך אויפאמאל אראפגעלאזט אויף גאנץ מצרים! און מיט דעם ברוטאל אפגעשטעלט די לעבן פון ביליאנע עגיפטישע בירגער, די געשעפטן זענען טאקע געבליבן אפן - וויל ס'איז נישט געווען ווער עס זאל זיי צושפארן, די גאסן זענען נישט ליידיג געווארן - ווייל מענטשען האבן נישט געטראפן זייער וועג אהיים, סארעאליסטישע עפיזאדן האבן זיך אפגעשפילט אין די גאנצע לאנד וואס זענען כאילו גענומען געווארן פון א צווייטע פלאנעט, די וואסער טרעגער איז געבליבן געשטראנדעט געבויגענערהייט העכער די ברינע, אין די בארימטע שערן קליניק פון מיסטער אבו שערה האט מען אפגעהאקט עטליכע קעפ בלויז צוליב דעם וואס מ'האט נישט באוויזן צו טרעפן די פונקטליכע ארט ווי די טשופיקע געפינט זיך…. די מצרישע מאמע'ס האבן זיך געטראפן אנע עצה וויאזוי זיך אומ'קערן מיט די קינדערלעך וואס האבן געוויינט פאר מורא "מאמי!!! ס'איז טינקל!!!!!!!!!!! - און די מאמע שטילערהייט האט אויך מ-ו-ר-א!!

וליהודים?היתה אורה! ושמחה? - ווענדט זיך ביי וועמען...

א טויטליכע שרעק האט אנגעזייעט אן אנגייסט און מורא ביי די אידישע געגענטער, א מיסטעריעזע מגיפההאט פלוצלונג אטאקירט די אידישע געמיינדע און האט אנגעהויבן רייסן שטיקער! די אידן זענען געפאלן ווי פליגן און די נומערן פון טויטע האבן זיך געהעכערט פון מינוט צו מינוט! די פאניק איז געווען אויפן העכסטע פארנעם אנדרייענדיג א שרעקליכע כאאס און די עסקנים האבן זיך געטראפן הילפלאז אן קיין שום וועג צו קענען באערדיגן אזויפיהל טויטע אין אזא קורצע צייט אפשניט, די יללות האבן זיך נישט געהערט הויעך צוליב דעם וואס די אידן האבן גלייך געזען פון וועלכע שיכטן און קרייזן זענען די טויטע…. ליידער האבן די אלע חכמים בעיניהם און די מבינים וואס האבן פארשטאנען בעסער פונעם מנהיג רבי משה, געהאט אזא ביטערן ענדע, די ערליכע אידן האבן זיך אינטערגעגארטלט און גלייך זיך גענומען באגראבן די טויטע, אריין געלייגט שווערע אומבאשרייבליכע ארבעט צו קענען באערדיגן אלע אידן וואס האבן נעבעך נישט זוכה געווען צו איבערלעבן די שווערע מגיפה.

רחל,די געטרייע נוות ביתו פון יהוצדק איז געשטאנען צוטרייסעלט אינגאנצן, פון איר פענסטער זעט זי ווי אירע שכן'טעס ווערן געפירט אין ארונות צו זייער לעצטן רוה… "ניטאמאל איינער זאל דאווענען אויף זייער קבר" טראכט זי מיט ווייטאג ווישענדיג די טרערעלעך וואס פליסען פון אירע אויגן, "אונז גייען שוין ארויס פון דא און ווער וועט פון זיי געדענקען"?
פון רבי ר' משה'ס הויזאיז איבערגעגעבן געווארן אז די אויבערשטער ברוב טובו האט אויסגעפירט די מגיפה פונקט אין די צייט וואס עס הערשט א חושך ואפילה ביים שכן די מצרי - דאס איז צו פארמיידן די גרויסע חילול ה' וואס אזא מגיפה ביי די אידן קען צוברענגען, צוליב דעם האבן די עסקנים זיך איבערגשטרענגט מיט אבנארמאלע כוחות צו ענדיגן די מלאכת מצווה און אניאגן אלעס נאך פאר די מכת חושך וועט זיך ענדיגן.
די נומערן וואס זענען געהערט געווארן פון די חברא קדישא מעמבערס האבן דערציילט וועגן מאסן באגראבענישן פון שווערע טויזענטע אידן אין אפאר געציילטע טעג!! אין די ענדע פון די מגיפה האט די צאל טויטע דערגרייכט די טראגישע נומער פון 2,400,000 ה"י לעו"ע!

די מעסעדזש איז געווען זייער קלאר און ווייטאגליך, משה רבינו איז געשיקט געווארן אויסצולייזן די אידן פון מצרים ע"מ זיי זאלן מקבל זיין אויף זיך צו זיין "דעם אויבערשטענס פאלק"- דעמאלטס וועט דער אויבערשטער זיין זייער גאט און ער וועט באווייזן וואס ער קען! ווען עס איז טאקע געקומען די צייט, האט די אייבערשטער ארויס גענומען נאר די אידן די גליקלעכע מאמינים, ליידער זענען זיי געווען נאר א מינאָריטעט, א ס"ה פון 20% פון די אידן אין מצרים [!] זעקס הונדערט טויזענט ערליכע אידן וואס האבן געהאט די זכיה נאכצוגיין משה רבינו די געטרייער פאסטוך אויפן וועג צו די גאולה השלימה!
זיי האבן געהאט די זכיה צו זינגען און טאנצן, דאנקען און לויבן אויף זייער זכיה צו אנערקענען אין די חילוק פון אויסגעלייזט ווערן מיט די ריכטיגע כוונה פון "ועכשיו קרבנו המקום לעבודתו"

דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע:במקום שאין איש

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

Wow wow wow
5
5
5
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער שיין ערשט קלאסיג
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
נייע צייטן
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 19, 2022 1:47 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע צייטן »

שכח. הייליג אין גיט.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

א שיינער ארטיקל פאסיג פאר די פרשיות הבעל''ט
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6323
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
א שיינער ארטיקל פאסיג פאר די פרשיות הבעל''ט
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2977
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

זייער שיין!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

555
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7259
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

וואה וואה! הערליך שיין און מלא תוכן!

א גרויסן ש'כח!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
א שיינער ארטיקל פאסיג פאר די פרשיות הבעל''ט
★★★★★
אוועטאר
ענדשוי
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 3:26 pm
לאקאציע:אינעם מיסט קאסטן

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדשוי »

זייער א גוטע געשמאקע ארטיקל! הנאה געהאט!
ווען די ווילסטעך באדאנקן אויף א ארטיקל וואס איך האב געשריבן, ביטע לאזט דיר הערן דורך א תגובה.

בילד
[email protected]
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6587
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

זייער זייער גוט געשריבן, געפילט עכט די שיעבוד מצרים!

איך לאוו די קולא מיבאסאריא, אוי ביזטו גוט מיט ראלעביצקי און מיט שטאראן אבו גילאקו + ליזארא אבו פלארידא. ליצי ליצנות

זייער הנאה געהאט.

נאר איין זאך ווי אזוי קען זיין אז די שווער זיינער האט נאך געקענט די בני יעקב ווען ער האט געלעבט ביי די מכות? האט ער געלעבט איבער 200 יאר?
בסדר גמור
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 02, 2021 2:08 am

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסדר גמור »

דבר בעתו מה טוב.
גאר גאר געשמאק אראפגעלייגט.
זענט איר נישט אפשר א מלמד? די קינדער וואלטן זיך מחי' געווען.

שרייב נאך אויף די ווייטערטיגע פרשיות אויך. (ווארט נישט אויף די פארמעסט).
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע:ספרינג וואלי יצ"ו

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

קען איינער לייגן ביטע אויף א PDF?
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם !!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן !!!!!


מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4098
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

מאנסי געבוירענער האט געשריבן:
קען איינער לייגן ביטע אויף א PDF?
viewtopic.php?f=3&t=59118#p4039208
דא האט איר אלע ארטיקלען פונעם פארמעסט אין א פי די עף
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

הערליכע שריפט און דראמאטישע שילדערונג!!!

נעמען אזא פשוט'ע באקאנטע נושא און אראפליייגן אזוי דראמאטיש איז א קונץ.

5
5
5
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18973
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

סופער
555
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שבתון
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:59 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתון »

555
מיט א געשמאק
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 6:23 am
לאקאציע:הר הקודש מירון

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א געשמאק »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
הערליכע שריפט און דראמאטישע שילדערונג!!!

נעמען אזא פשוט'ע באקאנטע נושא און אראפליייגן אזוי דראמאטיש איז א קונץ.

5
5
5
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

לפי עניות דעתי האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
נייע צייטן האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
און שוין! האט געשריבן:
הארי פלארי האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
ענדשוי האט געשריבן:
יעקב פריינד האט געשריבן:
בסדר גמור האט געשריבן:
מאנסי געבוירענער האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
שבתון האט געשריבן:
מיט א געשמאק האט געשריבן:
א דאנק אייך אלע פארן קאמאנטירן מיין ארטיקל.
ואי"ה בשמחתכם ישמח ליבי גם אני!
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

נו, וווער קומט אריין לייקענען מיין ארטיקל?
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
בערל סוני
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 14, 2020 2:03 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל סוני »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 1:20 am
נו, וווער קומט אריין לייקענען מיין ארטיקל?
יישר כח פאר'ן ארטיקל,
כ'פארשטיי נישט
איר ווילט קשיות אדער לייקס?
דבר בעתו מה טוב.
גאר גאר געשמאק אראפגעלייגט.
זענט איר נישט אפשר א מלמד? די קינדער וואלטן זיך מחי' געווען.
איר לאזט מיר עס ניצן פאר די קליינווארג, אן א נאמען?
כ'קען זיי פשוט נישט דערציילן סיפור יציאת מצרים בשם 'אחשוורוש'...
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

יעקב פריינד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 15, 2023 4:20 pm
זייער זייער גוט געשריבן, געפילט עכט די שיעבוד מצרים!

איך לאוו די קולא מיבאסאריא, אוי ביזטו גוט מיט ראלעביצקי און מיט שטאראן אבו גילאקו + ליזארא אבו פלארידא. ליצי ליצנות

זייער הנאה געהאט.

נאר איין זאך ווי אזוי קען זיין אז די שווער זיינער האט נאך געקענט די בני יעקב ווען ער האט געלעבט ביי די מכות? האט ער געלעבט איבער 200 יאר?
בימים ההם איז אריכות ימים נישט געווען קיין זעלטענע ערשיינונג
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6587
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 8:09 am
יעקב פריינד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 15, 2023 4:20 pm
זייער זייער גוט געשריבן, געפילט עכט די שיעבוד מצרים!

איך לאוו די קולא מיבאסאריא, אוי ביזטו גוט מיט ראלעביצקי און מיט שטאראן אבו גילאקו + ליזארא אבו פלארידא. ליצי ליצנות

זייער הנאה געהאט.

נאר איין זאך ווי אזוי קען זיין אז די שווער זיינער האט נאך געקענט די בני יעקב ווען ער האט געלעבט ביי די מכות? האט ער געלעבט איבער 200 יאר?
בימים ההם איז אריכות ימים נישט געווען קיין זעלטענע ערשיינונג
געדויערט ווילאנג די תירוץ איז אנגעקומען. איי געס דו האסט געווארט אויף די איבריגע שעה ביים רוקן די זייגער...
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #21 - ווילן די אידן ארויסגיין פון גלות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

ארויף לכבוד די פרשיות השבוע.
PDF
https://drive.google.com/file/d/1BDeL93 ... p=drivesdk
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”