וועגן ליינען וויקיפידיע והדומה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2768
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

וועגן ליינען וויקיפידיע והדומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

(מיינע ווערטער באציט זיך צו א געוויסע תגובה וועגן איינעם ”מייק גרינשפאן”, אבער זיך אריינגעצויגען בנושא פון ליינען וויקפידיע והדומה, ממילא שרייב איך עס עקסטער)
בוודאי איז דא אזא ענין פון קבל את האמת ממי שאמרו, אבער ווען א קיבוצניק שרייבט עפעס איז עס אפילו נישט ווערד נאכצוזאגן, און דאס איז מיין פראבלעם מיט וויקפידיע, ווייל מען קען דארט ווערן א ריזיגע ריזיגע ידען, און נאך על טהרת הקודש (די פילטער בלאקט עס נישט, ווייל אויבן אויף איז עס כשר) אבער ווען דו ווייסט וועלכע לייזיגע מצורעים, פארשמירטע פון קאפ ביז פוס שרייבן דארט, וועסטו כאפן א גרויל, און מער נישט ליינען דארט.

מיין נייגער האט מיך געטראגן אזוי ווייט, אז כ’בין געוואר געווארן אויף איינער וואס שרייבט אסאך דארט איבער אמונות ודעות און אידישקייט בכלליות, איז א גרויסע אפיקורס + נאריש קינד. וואס פאר די ביידע סיבות וואלט איך שוין געדארפט שטיין מיין ווייט פון דארט און נישט אני קוקן בכלל, אבער ליידער די משיכה צו וויסן אינפארמאציע, און היסטאריע וכדומה שלעפט מיך צוריק אהין, נישט אז איך ליין נישט גוטע זאכן, די תוכן (אדער טוח”ן...) זעהט אויס פיין, אבער די שרייבערס... נו...

רבותי, ירא הקהל וישפוט,

וואס זאגן ענק צו מיין דילעמא איבער וויקפידיע?
צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:22 pm
דער רבי האט נישט אנגעקוקט די אמעריקאנער רעגירונג אלס א פירמע וואס פלאנצט איין טשיפס דורך וואקסינען
גור אריה
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 04, 2020 2:49 pm

Re: וועגן ליינען וויקפידיע והדומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גור אריה »

ביסט זייער גערעכט כלפי דע ענגלישע וויקיפעדיע, אדער דע העברעישע. אבער דע אידישע וויקיפעדיע איז גראדע א פארשימעלטע טריקענע פלאץ, כמעט קיינער שרייבט נישט גארנישט דארט, נישט לטוב און נישט למוטב. איך האב שוין לאנג צוריק געטראכט אז מקען עס איבער נעמען דורך דע היימישע חרדישע אידן.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וועגן ליינען וויקפידיע והדומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גור אריה האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 5:55 am
ביסט זייער גערעכט כלפי דע ענגלישע וויקיפעדיע, אדער דע העברעישע. אבער דע אידישע וויקיפעדיע איז גראדע א פארשימעלטע טריקענע פלאץ, כמעט קיינער שרייבט נישט גארנישט דארט, נישט לטוב און נישט למוטב. איך האב שוין לאנג צוריק געטראכט אז מקען עס איבער נעמען דורך דע היימישע חרדישע אידן.
עס נעמט זיך נישט אזוי איבער, יענער טריקענע פלאץ האט (נישט גוטע) כללי יסוד וויאזוי עס אפערירט און ווער עס איז באלעבאס.

אדער קען מען פשוט גיין גראד צו דער היימישער ווערסיע. דער אידישער המכלול (זע viewtopic.php?p=4888452#p4888452 ).
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וועגן ליינען וויקפידיע והדומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גוט מארגן, געוואויר געווארן די א"ב וואס מיר ווייסן שוין 25 יאר.

קיין פלאץ פאר א היימישער איד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: וועגן ליינען וויקפידיע והדומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

די פוינט איז נישט ווער די ספעציפישע שרייבער זענען, נאר אז די ענגלישע און העברעישע וויקיפעדיעס טוהען דעליווערן אלץ פאקטן אלעס וואס איז אנגענומען אין די מערב אקעדעמיע, און דאס איז ווי פארשטענדליך גאר ווייט פון די ערליכע אמונות ומסורות!

ירוחם פישל האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 8:04 am
די פוינט איז נישט ווער די ספעציפישע שרייבער זענען, נאר אז די ענגלישע און העברעישע וויקיפעדיעס טוהען דעליווערן אלץ פאקטן אלעס וואס איז אנגענומען אין די מערב אקעדעמיע, און דאס איז ווי פארשטענדליך גאר ווייט פון די ערליכע אמונות ומסורות!
משא"כ די אידישע?

איז פארפוילט משרשו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: וועגן ליינען וויקפידיע והדומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

farshlufen האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 8:24 am
משא"כ די אידישע?

איז פארפוילט משרשו.
די אידישע איז סתם א שטיק ליצנות, איך האב געמיינט לאפוקי אפשר טשייניזע און אראבישע

עריכה: איך האב יעצט באזיכט די אידישע וויקיפעדיע, נאך א לאנגע צייט, און איך זעה אז עס איז למעשה דא דארט נארמאלע ענטריס, בנוסף צו די נארישע פאליטיק וכדו', ממילא צו איך צוריק
לעצט פארראכטן דורך ירוחם פישל אום דינסטאג מאי 14, 2024 9:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דברי יואל הצלה
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:33 pm

Re: וועגן ליינען וויקיפידיע והדומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברי יואל הצלה »

.
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: וועגן ליינען וויקפידיע והדומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

farshlufen האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 7:58 am
גוט מארגן, געוואויר געווארן די א"ב וואס מיר ווייסן שוין 25 יאר.

קיין פלאץ פאר א היימישער איד.
עס איז אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט אז דו ווייסט שוין 25 יאר בו בזמן וואס וויקיפעדיע איז נאכנישט געווען געבוירן 25 יאר צוריק...
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: וועגן ליינען וויקפידיע והדומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

מנחם נחום האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 9:11 am
farshlufen האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 7:58 am
גוט מארגן, געוואויר געווארן די א"ב וואס מיר ווייסן שוין 25 יאר.

קיין פלאץ פאר א היימישער איד.
עס איז אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט אז דו ווייסט שוין 25 יאר בו בזמן וואס וויקיפעדיע איז נאכנישט געווען געבוירן 25 יאר צוריק...
ער רעדט פון די 'הדומה'.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וועגן ליינען וויקפידיע והדומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מנחם נחום האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 9:11 am
farshlufen האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 7:58 am
גוט מארגן, געוואויר געווארן די א"ב וואס מיר ווייסן שוין 25 יאר.

קיין פלאץ פאר א היימישער איד.
עס איז אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט אז דו ווייסט שוין 25 יאר בו בזמן וואס וויקיפעדיע איז נאכנישט געווען געבוירן 25 יאר צוריק...
וואס ווייסן די אינגווארג...

ער רעדט שוין פון Nupedia וועלכער איז געווען דער פארגייער וועלכע איז אריינגעוואקסן צו וויקיפעדיע. יענץ איז שוין יא 25 יאר...
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שווערמער
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: וועגן ליינען וויקיפידיע והדומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

האט איר שוין געליינט דעם אכשול דא? viewtopic.php?t=1732&hilit=%D7%95%D7%95 ... 7%93%D7%9C
זיי צעלייגן אויף קליין-געלט וואס די מהות פון די שימל דארט איז.

די דיסקוסיע איז פארגעקומען ארום 17 יאר צוריק.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: וועגן ליינען וויקפידיע והדומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 7:02 am
דער אידישער המכלול
https://yi.hamichlol.org.il/%D7%90%D7%9 ... 1%D7%93%22 .
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”