לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נעם אחרונים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:05 pm

לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אחרונים »

מיין טייערע חבר, לאמיר דיך עפעס מסביר זיין, נישט אז כ'האב עפעס קעגן דיר, נאר פארקערט כ'וויל מיך פשוט דורכרעדן מיט דיך אז דו זאלסט מיך אביסל פארשטיין, און ווי מיינע און דיינע רבי'ס פלעגן זאגן, כ'מיין מיך אליינס..

לאמיר עס צולייגן אביסל:
געווען איז עס איין טאג אינדערפרי, כ'געב מיך א כאפ אויף, אבער היינט אנדערש ווי געווענליך איז שוין געווען אביסל צו שפעט זינט איך דארף זיין שוין 10 אזייגער אין אפיס, און דא זעה איך מיך ארום קוואדער נאך צעהן נאך מיט פארקלעבטע אויגן,
אן טראכטן צוויי לויף איך ארויס פונדערהיים מיט ציקנייטשטע פיאות מיט אפענע שיך בענדל, און איך לויף אריין אין מקוה אינעם נענטסטן ס'מעדרש, און 5 מינוט שפעטער זיך שוין געזען צוריק די אנדערע זייט פונעם שטאלענעם דלת, א קאווע העט זיין מארגן מערצאשעם,
אבער דא קומט צו צו מיר א איד, גראדע נאך א חבר פון ישיבה קטנה, ער קומט צו מיט זיין געשמאק נאך ווי אמאל און הייבט אן רעדן מיטן פילסטן מאס רואיגקייט ווי כאילו ער האט עפעס א דיעל מיטן זייגער אז ס'זאל זיך גיין אפרוען פאר אפאר שעה,
און אזוי שטיי מיר דארט שוין פאר א גוטע האלבע שעה און כ'זעה נישט קיין וועג ארויס, און דער שטייט און רעדט מיט אייפער אן קיין שום צייכענעס פון א ענדע, און מיין בלוט דרוק האלט שוין ממש פאר א קראך,
איי כ'קען אים דאך זאגן אז איך האב א דזשאב און איך יאג מיך געפערליך סאוי פראביר צו מקצר זיין, אבער כ'ווייס נישט פארוואס איך קען מיך עפעס נישט אויס דריקן וואס כ'וויל זאגן, און די ווערטער קומען פשוט נישט ארויס פון מויל, פשוט כ'האב מורא אז ער זאל זיך נישט באליידיגן...

יעצט לאמיר צוגיין צום פאוינט, וואס כ'זיך שוין לאנג צו ארויסברענגען, מילא לאמיר דיר זאגן חבר טייערע,

איך האב זייער ליב צו שמועסן מיט דיך:
"ווען כ'האב צייט"
כ'האב זייער ליב צו הערן דיין מיינונג:
"ווען דו זאגסט עס מיט א רואיגן וועליום"
דו ביסט זייער געשמאק:
"אבער שטייטצעך מיט א לימיט.."
און ווען כ'זאג דיך אז דיין צווייטן קנעפל (הנקרא: מקוה קנעפל) איז אפן, איז עס נישט ווייל כ'וויל חוזק מאכן:
"נאר ס'איז א זאך וואס באלאנגט פארמאכט"
"און ווען דיין הוט איז ארום געדרייט דארפסטו נישט בלאשן ווען כ'קום עס פיקסן"
און די זעלבע זאך אויך ווען איך אדער דו יאגן זיך, איז נישט מער ווי נארמאל צו זאגן קלאר: חביבי! איך יאג מיך אביסל, סאו"י מיר וועלן רעדן אנאנדער'ס מאל,

די געדאנק איז, זיי אפן!

ס'איז העכסט צייט אראפ צו ברענגען אונזער אזוי גערופענע "איגאו"י", און זיין אביסל אפן סיי מיט זיך און סיי מיט א צווייטען,
וויפיל רויטע פענימער און וויפיל אומבאקוועמע שמועסן, וואלטן געקענט פארמיטן ווערן, ווען אונז וואלט מיר ווען געווען אביסל מער דורכזיכטיג פאר א צווייטען, און בעיקר פאר זיך!!
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, נעם די מינוט און מאך עס ריכטיג!
אוועטאר
עסטיש
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 11:34 am

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסטיש »

זייערע גוט👍
יעדע פייט איז דא צוויי שולדיגע...
אוועטאר
אייער סאלאט
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 6:45 pm
לאקאציע:טאהש

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער סאלאט »

טאמעס אפ!!!!
פיין געשריבן!!
@נעם אחרונים
מיר ווארטן אויף נאך פון דיר!!
👍👍👍👍👍👍👍👍👍
טי מיר א טובה אין געב מיר א לייק עס קאסט אייך נישט קיין געלט א דאנק.....
👍👍👍
אוועטאר
עטרת טשרנא
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 6:59 pm
לאקאציע:53 Maple ave

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת טשרנא »

פיין!!!
גוט ארויסגעברענגט!!
ס'קומט זיך דיר מער ווי א לייק!!🤣🤣
בדרך אגב
איך האלט נאך פאר פרישטאג!!!🤪🤪🤪
אוועטאר
מאיר'ל
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2024 8:27 pm
לאקאציע:75 מירון דרייוו

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר'ל »

🙏🙏🙏
מאיר איז זייער א געזונטע זאך צו עסן!!!
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

זייער א גערעכטע נקודה!
גוטן פעדער!

איך מיין אז די מקוה קנעפל, און די ארומגעדרייטע היט סיטואציע, איז אביסל אנאנדערן נקודה
יונה פון נינוה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:51 pm

איין רגע, וואס איז די מוסר השכל ?
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
אוועטאר
גרעיט עיגען
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 18, 2024 10:40 am
לאקאציע:קאיסק

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט עיגען »

נעם אחרונים האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:11 am
מיין טייערע חבר, לאמיר דיך עפעס מסביר זיין, נישט אז כ'האב עפעס קעגן דיר, נאר פארקערט כ'וויל מיך פשוט דורכרעדן מיט דיך אז דו זאלסט מיך אביסל פארשטיין, און ווי מיינע און דיינע רבי'ס פלעגן זאגן, כ'מיין מיך אליינס..

לאמיר עס צולייגן אביסל:
געווען איז עס איין טאג אינדערפרי, כ'געב מיך א כאפ אויף, אבער היינט אנדערש ווי געווענליך איז שוין געווען אביסל צו שפעט זינט איך דארף זיין שוין 10 אזייגער אין אפיס, און דא זעה איך מיך ארום קוואדער נאך צעהן נאך מיט פארקלעבטע אויגן,
אן טראכטן צוויי לויף איך ארויס פונדערהיים מיט ציקנייטשטע פיאות מיט אפענע שיך בענדל, און איך לויף אריין אין מקוה אינעם נענטסטן ס'מעדרש, און 5 מינוט שפעטער זיך שוין געזען צוריק די אנדערע זייט פונעם שטאלענעם דלת, א קאווע העט זיין מארגן מערצאשעם,
אבער דא קומט צו צו מיר א איד, גראדע נאך א חבר פון ישיבה קטנה, ער קומט צו מיט זיין געשמאק נאך ווי אמאל און הייבט אן רעדן מיטן פילסטן מאס רואיגקייט ווי כאילו ער האט עפעס א דיעל מיטן זייגער אז ס'זאל זיך גיין אפרוען פאר אפאר שעה,
און אזוי שטיי מיר דארט שוין פאר א גוטע האלבע שעה און כ'זעה נישט קיין וועג ארויס, און דער שטייט און רעדט מיט אייפער אן קיין שום צייכענעס פון א ענדע, און מיין בלוט דרוק האלט שוין ממש פאר א קראך,
איי כ'קען אים דאך זאגן אז איך האב א דזשאב און איך יאג מיך געפערליך סאוי פראביר צו מקצר זיין, אבער כ'ווייס נישט פארוואס איך קען מיך עפעס נישט אויס דריקן וואס כ'וויל זאגן, און די ווערטער קומען פשוט נישט ארויס פון מויל, פשוט כ'האב מורא אז ער זאל זיך נישט באליידיגן...

יעצט לאמיר צוגיין צום פאוינט, וואס כ'זיך שוין לאנג צו ארויסברענגען, מילא לאמיר דיר זאגן חבר טייערע,

איך האב זייער ליב צו שמועסן מיט דיך:
"ווען כ'האב צייט"
כ'האב זייער ליב צו הערן דיין מיינונג:
"ווען דו זאגסט עס מיט א רואיגן וועליום"
דו ביסט זייער געשמאק:
"אבער שטייטצעך מיט א לימיט.."
און ווען כ'זאג דיך אז דיין צווייטן קנעפל (הנקרא: מקוה קנעפל) איז אפן, איז עס נישט ווייל כ'וויל חוזק מאכן:
"נאר ס'איז א זאך וואס באלאנגט פארמאכט"
"און ווען דיין הוט איז ארום געדרייט דארפסטו נישט בלאשן ווען כ'קום עס פיקסן"
און די זעלבע זאך אויך ווען איך אדער דו יאגן זיך, איז נישט מער ווי נארמאל צו זאגן קלאר: חביבי! איך יאג מיך אביסל, סאו"י מיר וועלן רעדן אנאנדער'ס מאל,

די געדאנק איז, זיי אפן!

ס'איז העכסט צייט אראפ צו ברענגען אונזער אזוי גערופענע "איגאו"י", און זיין אביסל אפן סיי מיט זיך און סיי מיט א צווייטען,
וויפיל רויטע פענימער און וויפיל אומבאקוועמע שמועסן, וואלטן געקענט פארמיטן ווערן, ווען אונז וואלט מיר ווען געווען אביסל מער דורכזיכטיג פאר א צווייטען, און בעיקר פאר זיך!!
איך מיין אז א קורס פין אביסל זעלבסט זיכערקייט וואלט דיך נישט געשאדט יאך האב קיין שום פראבלעם נישט צו זאגן פאר איינעם אז איך יאג מיך אין קיינער פארשעמט זיך נישט אויב אין אנדערע צייטן ווען די האסט יא צייט הערסטו אים אויס מיטן פולסטן מאס רואיגקייט אין דא קומט נישט אריין קיין שום איגא''ו אז די זאגסט אים נישט אז די יאגסט זיך פון ווי זאל ער וויסן
און לגבי די די קנעפל מיטן הוט איז עס א גאנץ אן אנדערע זאך אין ס'האט נישט איינס מיטן צווייטן אבער ס'קומט טאקע נישט עס אליין צו פיקסן נאר זאגן איז גענוג (נ.ב. נישט אז איך טו עס אבער ס'דא גראדע אן ענין צו לאזן אפען די קנעפל עפעס וועגן השפעות)
נעה איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער...
איך האלט פשוט אז ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
אוועטאר
נעם אחרונים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:05 pm

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אחרונים »

קאטשקע פיס האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 10:48 am
זייער א גערעכטע נקודה!
גוטן פעדער!

איך מיין אז די מקוה קנעפל, און די ארומגעדרייטע היט סיטואציע, איז אביסל אנאנדערן נקודה
ס'איז נישט, ווייל די מציאות אז דו נעמסט זיך בלאשן ווען איך זאג דיך אזא מין זאך קומט פון דעם אז דו האסט מורא אז יענער זאל זען אז דו האסט עפעס ראנג,
לדוגמא ווען דו גליטשט זיך אויס האפסטו אז קיינער האט נישט געזען, איי ס'איז נישט פאני, אבער דאך..
און דאס איז די מדובר פון וואס איך רעד, זיי אפן, ווילאנג דו טוסט נישט ראנג!
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, נעם די מינוט און מאך עס ריכטיג!
אוועטאר
נעם אחרונים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:05 pm

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אחרונים »

גרעיט עיגען האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:28 pm
נעם אחרונים האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:11 am
מיין טייערע חבר, לאמיר דיך עפעס מסביר זיין, נישט אז כ'האב עפעס קעגן דיר, נאר פארקערט כ'וויל מיך פשוט דורכרעדן מיט דיך אז דו זאלסט מיך אביסל פארשטיין, און ווי מיינע און דיינע רבי'ס פלעגן זאגן, כ'מיין מיך אליינס..

לאמיר עס צולייגן אביסל:
געווען איז עס איין טאג אינדערפרי, כ'געב מיך א כאפ אויף, אבער היינט אנדערש ווי געווענליך איז שוין געווען אביסל צו שפעט זינט איך דארף זיין שוין 10 אזייגער אין אפיס, און דא זעה איך מיך ארום קוואדער נאך צעהן נאך מיט פארקלעבטע אויגן,
אן טראכטן צוויי לויף איך ארויס פונדערהיים מיט ציקנייטשטע פיאות מיט אפענע שיך בענדל, און איך לויף אריין אין מקוה אינעם נענטסטן ס'מעדרש, און 5 מינוט שפעטער זיך שוין געזען צוריק די אנדערע זייט פונעם שטאלענעם דלת, א קאווע העט זיין מארגן מערצאשעם,
אבער דא קומט צו צו מיר א איד, גראדע נאך א חבר פון ישיבה קטנה, ער קומט צו מיט זיין געשמאק נאך ווי אמאל און הייבט אן רעדן מיטן פילסטן מאס רואיגקייט ווי כאילו ער האט עפעס א דיעל מיטן זייגער אז ס'זאל זיך גיין אפרוען פאר אפאר שעה,
און אזוי שטיי מיר דארט שוין פאר א גוטע האלבע שעה און כ'זעה נישט קיין וועג ארויס, און דער שטייט און רעדט מיט אייפער אן קיין שום צייכענעס פון א ענדע, און מיין בלוט דרוק האלט שוין ממש פאר א קראך,
איי כ'קען אים דאך זאגן אז איך האב א דזשאב און איך יאג מיך געפערליך סאוי פראביר צו מקצר זיין, אבער כ'ווייס נישט פארוואס איך קען מיך עפעס נישט אויס דריקן וואס כ'וויל זאגן, און די ווערטער קומען פשוט נישט ארויס פון מויל, פשוט כ'האב מורא אז ער זאל זיך נישט באליידיגן...

יעצט לאמיר צוגיין צום פאוינט, וואס כ'זיך שוין לאנג צו ארויסברענגען, מילא לאמיר דיר זאגן חבר טייערע,

איך האב זייער ליב צו שמועסן מיט דיך:
"ווען כ'האב צייט"
כ'האב זייער ליב צו הערן דיין מיינונג:
"ווען דו זאגסט עס מיט א רואיגן וועליום"
דו ביסט זייער געשמאק:
"אבער שטייטצעך מיט א לימיט.."
און ווען כ'זאג דיך אז דיין צווייטן קנעפל (הנקרא: מקוה קנעפל) איז אפן, איז עס נישט ווייל כ'וויל חוזק מאכן:
"נאר ס'איז א זאך וואס באלאנגט פארמאכט"
"און ווען דיין הוט איז ארום געדרייט דארפסטו נישט בלאשן ווען כ'קום עס פיקסן"
און די זעלבע זאך אויך ווען איך אדער דו יאגן זיך, איז נישט מער ווי נארמאל צו זאגן קלאר: חביבי! איך יאג מיך אביסל, סאו"י מיר וועלן רעדן אנאנדער'ס מאל,

די געדאנק איז, זיי אפן!

ס'איז העכסט צייט אראפ צו ברענגען אונזער אזוי גערופענע "איגאו"י", און זיין אביסל אפן סיי מיט זיך און סיי מיט א צווייטען,
וויפיל רויטע פענימער און וויפיל אומבאקוועמע שמועסן, וואלטן געקענט פארמיטן ווערן, ווען אונז וואלט מיר ווען געווען אביסל מער דורכזיכטיג פאר א צווייטען, און בעיקר פאר זיך!!
איך מיין אז א קורס פין אביסל זעלבסט זיכערקייט וואלט דיך נישט געשאדט יאך האב קיין שום פראבלעם נישט צו זאגן פאר איינעם אז איך יאג מיך אין קיינער פארשעמט זיך נישט אויב אין אנדערע צייטן ווען די האסט יא צייט הערסטו אים אויס מיטן פולסטן מאס רואיגקייט אין דא קומט נישט אריין קיין שום איגא''ו אז די זאגסט אים נישט אז די יאגסט זיך פון ווי זאל ער וויסן
און לגבי די די קנעפל מיטן הוט איז עס א גאנץ אן אנדערע זאך אין ס'האט נישט איינס מיטן צווייטן אבער ס'קומט טאקע נישט עס אליין צו פיקסן נאר זאגן איז גענוג (נ.ב. נישט אז איך טו עס אבער ס'דא גראדע אן ענין צו לאזן אפען די קנעפל עפעס וועגן השפעות)
קודם דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט נישט אזוי,

נאכדעם, די פאוינט וואס כ'וויל ארויסברענגען איז אז יעדע זאך וואס ווען מ'זאגט דיך עס בלאשסטו אין די צייט וואס דו האסט נישט געטוען ראנג, קומט פון א איגאוי וואס זאגט אז ס'איז נישט מעגליך אז דו קענסט זיך נאך פיקסן, און אויף דעם שרייב איך, זיי אפן!

און אויב מאכט עס דיך נישט קיין סענס, פרעג עניווא"ן מיט מענטשליכע געפילן...
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, נעם די מינוט און מאך עס ריכטיג!
אוועטאר
ממש יעצט
שר האלף
תגובות: 1956
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 11:13 pm

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש יעצט »

נעם אחרונים האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:11 am
ויפיל רויטע פענימער און וויפיל אומבאקוועמע שמועסן, וואלטן געקענט פארמיטן ווערן, ווען אונז וואלט מיר ווען געווען אביסל מער דורכזיכטיג פאר א צווייטען, און בעיקר פאר זיך!!
אז דו פרעגסט העלעך דיר ענטפערן. פיר און דרייסיג רויטע פענימער. און פינעף און פופציג אומבאקוועמליכע שמועסן'ס.

בד''וו להוי יודע נישטא קיין מענטש מיט די פולע נארמאלע רעגעלע באגעלבא סומע קאנפידענס וואס ווערט רויטליך ווען מ'דרייט ארום זיין הוט. און זיכער נישט ווען זיין צווייטע קנעפל איז אפן. חוץ אויב זיין הוט איז ארומגעדרייט אז די לאך איז פון אויבן און די האר פון הוט אונטן.
זוכה אהא אהא...
אוועטאר
נעם אחרונים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:05 pm

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אחרונים »

ממש יעצט האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 2:44 pm

דו ווייסט אויך אז מיינסטנס מענטשן בלאשן ווען מ'פיקסט זיי מיט עניטינג...

און בד"וו שכח פאר די פונקטליכע נאמבערס!!

נעם אחרונים האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 2:53 pm

אוואדי אז דו פארעכסט דיינע חברים מיט איבערגעמאסטענע זעלבסט זיכערקייט אויף פאקטן וואס זענען געבויט אויף דיינע סברות בלאשן זיי. זיי בלאשן פאר זיך?! זיי בלאשן פאר דיר.
זוכה אהא אהא...
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2574
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

עטרת טשרנא האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:32 am
פיין!!!
גוט ארויסגעברענגט!!
ס'קומט זיך דיר מער ווי א לייק!!🤣🤣
מיין לייק איז פאר דיין חתימה
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm

#_דא_דארף_מען_טראכטן
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

ממש יעצט האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 3:06 pm

אוואדי אז דו פארעכסט דיינע חברים מיט איבערגעמאסטענע זעלבסט זיכערקייט אויף פאקטן וואס זענען געבויט אויף דיינע סברות בלאשן זיי. זיי בלאשן פאר זיך?! זיי בלאשן פאר דיר.
אוועטאר
נעם אחרונים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:05 pm

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אחרונים »

ממש יעצט האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 3:06 pm
נעם אחרונים האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 2:53 pm
ממש יעצט האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 2:44 pm
נעם אחרונים האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:11 am
ויפיל רויטע פענימער און וויפיל אומבאקוועמע שמועסן, וואלטן געקענט פארמיטן ווערן, ווען אונז וואלט מיר ווען געווען אביסל מער דורכזיכטיג פאר א צווייטען, און בעיקר פאר זיך!!
אז דו פרעגסט העלעך דיר ענטפערן. פיר און דרייסיג רויטע פענימער. און פינעף און פופציג אומבאקוועמליכע שמועסן'ס.

בד''וו להוי יודע נישטא קיין מענטש מיט די פולע נארמאלע רעגעלע באגעלבא סומע קאנפידענס וואס ווערט רויטליך ווען מ'דרייט ארום זיין הוט. און זיכער נישט ווען זיין צווייטע קנעפל איז אפן. חוץ אויב זיין הוט איז ארומגעדרייט אז די לאך איז פון אויבן און די האר פון הוט אונטן.
דו ווייסט אויך אז מיינסטנס מענטשן בלאשן ווען מ'פיקסט זיי מיט עניטינג...

און בד"וו שכח פאר די פונקטליכע נאמבערס!!
אוואדי אז דו פארעכסט דיינע חברים מיט איבערגעמאסטענע זעלבסט זיכערקייט אויף פאקטן וואס זענען געבויט אויף דיינע סברות בלאשן זיי. זיי בלאשן פאר זיך?! זיי בלאשן פאר דיר.
בוסט א יחיד במינו......
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, נעם די מינוט און מאך עס ריכטיג!
אוועטאר
יונה פון נינוה
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:44 pm

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פון נינוה »

@נעם אחרונים, איר זענט דאך אזוי גערעכט, און איך פארשטיי בכלל נישט די קריטיק וואס הערשט דא!

איך וועל מיר ווייגן צו צולייגן מיינע דריי צענט (יאפ, צוליב אינפלאציע איז עס געווארן פילפאכיג געהעכערט משנים קאפיקעס אל שלושה קאפיקעס)
וויפיל מחלוקות וואלטן געקענט פארמיטן ווערן אויב מען וואלט געווען דורכזיכטיג?! צו ס'איז אין כיתה א', אנשטאט די זאלסט מאכן א באהאלטענע פיג אדער א באהאלטענע פעיס מאחורי הפרגד צוליב ס'האט דיר געדאכט אז מושי האלט א פייט מיט דיר.
(ניין, איך רעדט נישט ווען די קעניג פון די חדר באשליסט אז מי שאוכל את המאכל טונא לא יבא עוד בקהל, צו די ברויכסט קומען זיך טאנענן מיט איהם און עם אויפקלערן דעם אמת אז עכט איז עס יא גוט. וועגן איר גייט סייווי גארנישט אויפטיען!)
צו ס'איז במשך די חדר יארן און בעיקר די ישיבה יארן וואס אנשטאט די זאלסט ארום גיין העצן אויף פלוני ואמוני ווייל די האסט דיר געחלומט אז פלוני האט דיר פיינט שנאת מות. אדרבה, קים דיר אויסשמעוסן מיט עם, זיי דורכזיכטיג, און בדרך כלל וועט זיך אלעס אויסלאזן כשורה.

צו ס'איז נאך די חתונה ווען די ארבעטס ערגעץ און והנה און אט עפעס האט זיך צובראכן, סאה פארוואס זאלט איר זיך ארום דרייען אנגעדרייט און באשלוסן צו מאכן א שווייג און גארנישט זאגן פאר דיין אויפזעהר צו דיין מענידזשער?! די געשמאקסטע זאך איז צו זיין דורכזיכטיג און איהם גיין זאגן אהובי ידידי, איך האב פאר א מיסטעיק צובראכן חפץ פלוני, דאס איז די בעסטע זאך וואס קען נאר זיין.

און בנוגע די משל פון די איבער געדרייטע היט און די אפענע קנעפל האלט איך אז פאר ווער ס'האט די קוראזש צו מעלדן פאר יענעם די בשורה, קומט נישט אריין דורכזיכטיג. נאר פאר די בעל הקובע און די בעל הבגד ש'קנעפלעך אין לא אבל פנים בצביע אדום יש לו, וויל איך דיר זאגן, יא, יעדער האט געזעהן אז דיין היט איז געווען ארום געדרייט, און יעדער האט געזעהן אז דיינע קנעפלעך זענען אופן. סאה פארוואס בלאשטי יעצט? א מענטש איז א מענטש און פעיס פעקט, סך הכל גארטעל דיר אינטער און דריי עס ארום, און קנעפל דיר צו!
ווען איך זאג דיר אז די האסט א שמוץ אויף דיין בארד מיינט נישט אז איך האב עפעס קעגן אייך!!

און ווען דיין גוף האט דיסייטיט אז ער גייט מקיים זיין די מצוה פון וישב אויפן אימשילדיגן אייז, און והנה ויסעו ויחנו בארץ אשר לא זריעה, פארוואס ווערסטו רויט? א מענטש איז א מענטש, והא ראיה אז די גייסט צוויי מינוט שפעטער טרעפן דיינס א חבר און די גייסט איהם זאגן, פוי האסטי פארפאסט א מחזה, איך בין געליגן פשוט ידים ורגלים באמצע השוק בערם ובחסר היט, וברילן פונה לכאן והענטל פונה לכאן. איין מינוט, וואס איז יעצט געשעהן? אויב די וואלסט געוואלט האבן טויזענטער פארזאמעלט בשעת איר לייגט זיך אויף די לענג און די ברייט, זאלט איר אויסקלאפן אין ס'מדרש פאר קידוש לבנה אז יעדער זאל זיך צוזאם קומען בשעה פלוני במקום פלוני מפנה ס'קומט פיינע ווארע!
איך מיין נאר ארויס צו ברענגן אז ווען איר זעהט זיך שוין סמך לארץ, ברויכסטי נישט ווערן רויט, א מענטש איז נאר א מענטש!
און ווען די בארגסט דיין חבר'ס נייע קאר, און די בוים וואס שטייט שוין פאר זיבעציג יאר מיט א ח' אויף די זעלבע פלאץ באשלוסט אז גענוג איז גענוג און גיבט א זעץ אריין אין זיין אויטא, אנשטאט צו שטיין אנגעצויגענערהייט און טראכטן די בעסטע ליגענט וואס די קענסט איהם איינרעדן, זיי מוחל קלונג עם אן און זיי דורכזיכטיג מיט עם, ווייל די אמת איז די בעסטע ליגענט!!

און בנוגע אז ווען די האסט נישט קיין נערווען צו איינעם, צו די יאגסטיך, צו די ברויכסט אריין אין דזשאב, קענסטי עם זאגן בלאה בתך הגדולות אז איך האב זייער הנאה געהאט צו שמעוסן מיט אייך, אבער יעצט ברויך איך גיין! און אז די האסט טענות אויף דיין בעל הבית, צו די ווילסט עפעס אויסארבעטן, אדער די האסט א תשוקה פאר א רעיז, זיי מוחל שמעוס דיר אויס ווי א נארמאלע מענטש! די סארטיסטיקס צייגן אז געווענטליך בייסן נישט קיין מענטשן! אדרבה, יעדער פרייד זיך ווען די ביסט דורכזיכטיג מיט זיי און די זאגסט זיי די אמת!
איך וועל אויספירן מיט א ברכת הדיוט, טייערע יודן איבער די גאנצע וועלט, זייט דורכזיכטיג וועט אייך גיט זיין!
אדרבה איבער צייגט אייך אליין!
ווען מען הערט א פייף, מישט מען אריבער!!
אוועטאר
נעם אחרונים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:05 pm

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אחרונים »

@יונהל'ע, א גרויסע שכח פארן קאמענטירן! און פארן העלפן קלארער מאכן פאר די ליינער!!!!👍👍
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, נעם די מינוט און מאך עס ריכטיג!
אוועטאר
נעם אחרונים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:05 pm

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אחרונים »

און פאר אלע איבעריגע, לאמיר זיך אביסל מסביר'ן,
ס'איז דא צוויי זייטן פון זיין "דורכזיכטיג", קודם פארן לאמיר אים רופן "זאגער", זײ דורכזיכטיג מיט דיין זאגן, ווען דו ווילסט עפעס זאגן, דו האסט עפעס צו זאגן פאר איינעם, זאג עס מיט א זיכערקייט!! (שטייטצעך מ'ברויך אביסל וואטשן אויף יענעם'ס כבוד..)

און יעצט פארן "הערער", ווען איינער זאגט דיך עפעס, הן איבער דיין פערסאנאליטי, און הן איבער א שריט וואס דו האסט געטון, נעם עס אן אפן און דורכזיכטיג!
די לעבן גייט גרינגער פאר ביידע צדדים ווען ס'איז דא א קריסטאל קלארע אפענקייט.

און דאס איז בעיסיקלי נוגע פאר יעדעם, טאקע ביי יעדעם כאפט עס אויף א צווייטע פלאץ, אבער בכלליות האט די נושא פון זיין אפען ביי יעדעם א פלאץ אין מוח.

כ'האף אז ס'איז אביסל קלארער..
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, נעם די מינוט און מאך עס ריכטיג!
חטף פתח
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 4:11 pm

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חטף פתח »

יאפ ברוך השם זייער קלאר!!
זייער א טיפע שיינע נקודה!
@נעם אחרונים, אריינגעקומען מיט א נושא וואס איז שוין צעקלאפט און ציבלוטיגט פון אזוי פיל ווייטאגען וואס דאס האט געברענגט פאר מענטשן, אבער קיינער האט עס נישט געקענט אנרירן צוליב פארמאכטקייט!!
#דורכזיכטיג

שכח!!
כלל ישראל איז א זיסע ליכטיגע זאך!!!!
חטף פתח
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 4:11 pm

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חטף פתח »

@ממש יעצט @גרעיט עיגען @שווארמאל,
אביסל פאזיטיוויטי ביטע...
כלל ישראל איז א זיסע ליכטיגע זאך!!!!
אוועטאר
נעם אחרונים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:05 pm

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אחרונים »

חטף פתח האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 1:20 am
@ממש יעצט @גרעיט עיגען @שווארמאל,
אביסל פאזיטיוויטי ביטע...
טענקס!!!👍
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, נעם די מינוט און מאך עס ריכטיג!
אוועטאר
גרעיט עיגען
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 18, 2024 10:40 am
לאקאציע:קאיסק

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט עיגען »

נעם אחרונים האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 1:05 pm
חטף פתח האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 1:20 am
@ממש יעצט @גרעיט עיגען @שווארמאל,
אביסל פאזיטיוויטי ביטע...
טענקס!!!👍
ס'טוישט אבער נישט די מציאות
נעה איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער...
איך האלט פשוט אז ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

נעם אחרונים האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 3:27 pm
(שטייטצעך מ'ברויך אביסל וואטשן אויף יענעם'ס כבוד..)
מ'ברויך 'אסאך' וואטשן כצ"ל
ויש להאריך בזה טובא ואין הפנאי מספיק כעת ועוד חזון למועד בס"ד.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
נעם אחרונים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:05 pm

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אחרונים »

דער מענעדזשער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:49 am
נעם אחרונים האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 3:27 pm
(שטייטצעך מ'ברויך אביסל וואטשן אויף יענעם'ס כבוד..)
מ'ברויך 'אסאך' וואטשן כצ"ל
ויש להאריך בזה טובא ואין הפנאי מספיק כעת ועוד חזון למועד בס"ד.
דאס איז זיכער, אז זיין אפן (דורכזיכטיג) מיינט נישט טרעטן אויף יענעם'ס געפילן, פארשטייט זיך אז מ'ברויך זייער אפבאכט געבן דערויף.
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, נעם די מינוט און מאך עס ריכטיג!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”