מיינע געדאנקען אויף די פרשה, און אלעס ארום,

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

מיינע געדאנקען אויף די פרשה, און אלעס ארום,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

פרשת אמור
ניגון מר' לוי יצחק מבארדטשוב(כל העולם כלו)

די וואך פרשת אמור,
אין א נייע זמן זעמיר,
אנגעהויבן מיט התחדשות,

דעם זימער זמן שעצן,
נישט ווערן אלט געזעצן,
דער פרישקייט ביטע וואטש עס,

דער קרבן עומר איז געקומען פון גערשטן,
עס איז א מאכל בהמה א ביליגע זאך,
דאך פון דעם א מנחה חדשה געברענגט פארן אייבערשטען,
צו ווייזן אז מקען זיך באנייען אפילו מען איז שוואך,

דעי וואך א ווארט אויסוועל-איך,
פון די הייליגע נועם אלימלך,
א טייער ווארט מיט ענק נאש-איך-עס,

להזיר גדולים על הקטנים,
אין די לעכטיגע צייטן דערמאן-איהם,
וויאזוי זיך אויפציפירן אין די חשכות,

ווייל אין די צייט וואס די נסיון ברענט אין דיר,
קען מען נישט טראכטן וואס איז ריכטיג,
דארף מען זיין שטארק אויפגעבויט פון פריער,
דאן קען מען געדענקן דעמאלטס וואס איז וויכטיג,


א גוט שבת
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: מיינע געדאנקען אויף די פרשה, און אלעס ארום,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

wow קוקסט אויס פריש!
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: מיינע געדאנקען אויף די פרשה, און אלעס ארום,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

הערליך הערליך שיין.
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

Re: מיינע געדאנקען אויף די פרשה, און אלעס ארום,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

ווען דער אייבערשטער וויל,


אז דער אייבערשטער וויל שיסט א בעזום,
אז דער אייבערשטער וויל רעדט א אייזל,
אז דער אייבערשטער וויל עפענט זיך דער ערד,
ווייל דער אייבערשטער וויל אזוי איז באשערט,


ווייל פונקט ווי ווען:


דער אייבערשטער וויל שיסט א ביקס,
דער אייבערשטער וויל רעדט א מענטש,
דער אייבעשטער וויל עפענט זיך די טיר,
ס'איז דער אייבערשטענ'ס ווילן, איז עס גוט פאר מיר,


!א גוטע וואך
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

Re: מיינע געדאנקען אויף די פרשה, און אלעס ארום,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

הוי דן את כל אדם לכף זכות

ניגון פארשטיין(מאטי אילאוויטש)



1) מזל טוב א שידוך געשלאסן,
און ביי דעם לחיים האט זיך ברכות געגאסן,
שוין פון פאראויס אויסגענומען,
און ביידע זייטן צושטומען,
א וויכטיגע ענין אין קבלת שבת,

1) מ'וועט דעם שבת פרי מקבל זיין,
צינדען ליכט נישט אינעם זמן אריין,
כאטש פיפצען מיניט לאנג,
ביפאר עס קלינגט די שבת קלאנג,
וועט זי צינדען לעכט מיט התלהבות,

2) און די ערשטע וואך די נאכט טוט שוין צופאלן,
מיט די לעצטע הכנות צום שבת זיך איילן,
זי לויפט נאך די לעצטע מיניט לכ''ש כאפן א שויער,
אבער ביים ארויסקומען זעהט זי מיט באדויער,

2) זי קוקט זי גלייבט נישט וואס קומט דא פאר,
עפעס שטומט נישט, זאכן זענען נישט קלאר,
זי באטראכט דעם שבת טיש, צו זעה איך עכט,
עס ברענט שוין אויפן טיש די שבת לעכט,

3) ביים סעודה'ס שבת זי איז אינגאנצען צושטאכן,
די מחתנס'טע זעהט און פרעגט, וואס ביסטו צובראכן,
זי ענטפערט מיט א שטיל קול,
וואס זאגן דיר איך זאל,
איך ווייס נישט צו מיר זענען א גוטע שידוך געפלעכט,

3) מיר האבן טאקע צוזאמען א קבלה געמאכט,
צו צינדען פרי לעכט נאך פאר עס ווערט נאכט,
אזוי פיל קען ער נישט פארשטיין,
אז אויב האב איך נישט געטוהן פרי זיין,
וועל איך צינדען די וואך אביסל שפעטער די לעכט,

2) די גאנצע זאל ביים שבע ברכות איז איבער געדרייט,
צו מסביר זיין קיינער פארשטייט,
צום ערשטן מאל צינדען נרות שבת האט זי געווארט,
איר לאזן צינדען וואס האט איהם געארט,

2) אבער דער חתן שנעל כאפט זיך פונעם טעות,
מסביר זיין וועל איך דא-עס,
איך דערמאן זיך יעצט ציריק, ווען-איך,
שטיי ביים לייכטער די קנויטן אפברען-איך,

2) ווען אינמיטן מיין טאטע ביים טיר ערשיינט,
שוין צו גיין אין שוהל, איך האב גארנישט געמיינט,
מיט מיין טאטע געקומען אין שוהל דא'ווענען,
פארגעסן און געלאזט די לעכטלעך ברענען,

3) יעצט פארשטיי איך שוין, טוט די כלה זאגן,
א שאד געוועהן די גאנצע פלאגן און קלאגן,
ווען איך טראכט וועהן פון פריער,
צו דן לכף זכות זיין דיר,
וואלט די צימישעניש נישט געשעהן,

3) טייערע ברידער א לימוד פון די מעשה נעם,
זיי דן לכף זכות נישט קיין חילוק וועם,
פאר די טוסט ציריק א אקט,
וואטש! סקען זיין געוואגט,
די גוטע זייט פון יענעם פרוביר צו זעהן,

2) ווי עס שטייט הוי דן את כל האדם,
לכף זכות אויף א וועג א גראדעם,
ווי סאך שענער דער וועלט וואלט געוועהן געוויס,
ווען מ'איז יעדעם נאר דן לכף זכות,

2) סקען זיין אז ס'מאכט נישט קיין סענס,
אבער אפשר דאך, נעם נישט קיין טשענס,
נישט קיין חילוק צו דער עמך איד, דער רב אדער דער שמש,
זיין כוונה לטובה מסתם-איז.


!א גוטן טאג
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

Re: מיינע געדאנקען אויף די פרשה, און אלעס ארום,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

איך האב געלייגט די פאריגע תגובה, אויך אין אן עקסטערע אשכול,
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

Re: מיינע געדאנקען אויף די פרשה, און אלעס ארום,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

מיינע צומישטע, אבער קלארעגעדאנקען!!!

סטוט זיך נייעס העליקאפטער קראכן,
ס'פארמישט מיינע געדאנקען, כווייס נישט צו וויינען צו לאכן,
און דא אויף א איד א שלכטן גורל ליגט,
צו יענעם וועלט ווערן פארשיקט,
וואס וועט זיין מיט מירון?
היי יאר וואס וועט מען טאן??

אבער איין זאך ווייס איך יא קלאר,
אויף די וועלט ריקט זיך נישט קיין האר,
אן דעם באשעפערס פעולות,
נו רייס איך איין און בעהט תפילות,
באשעפער קוק צו אינז אראפ,
פון אלע שונאים היט אונז אפ,

די שווער צייטן זאלן זיך שוין ענדיגן,
מיט משיח'ן שוין זיך פארשטענדיגן,
ס'זאל שוין זיין א סוף צו אלע צרות,
און מיטן גוי שלאגן כפרות,
יאמר לצרותינו די,
פון די גלות ארויס ביי ביי!!!
!ביי ביי
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

Re: מיינע געדאנקען אויף די פרשה, און אלעס ארום,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

פארסט אריבער די ברידזש, געב א מיר א הוטש,

דער כולל אינגערמאן,


מיין חברותא שוין אין כולל ער ווארט,
ווען איך קום שפעט איהם ס'ארט,
איך אין מיין קליינע דירה'לע זיץ פארשפארט,
בשעת מיין חבר פון ישיבה, אין ביזנעס שוין גאלד ער שארט,
קיין געלט מער, שוין אויסגענוצט די באס קארד,
דער וועג צום בהמ''ד לאנגשטרעקיג און הארט,

קריכן די בערג אין אפסטעיט איז נישט גרינג,
איך דאנק אבער דעם באשעפער אז איך בין נאך יונג,
מיין וועג צום בהמ''ד שנעל איך שפרינג,
פלוצלונג א קאר פליט דורך ווי אן אויגן בלינג,
אה! דאס איז מיין חבר, א קאר געגעבן א דינג,
וואס פליסטו מיר דורך? קומט מיר אויפן צונג,
אבער ער איז שוין שנעל פארביי, די צער איך שלונג,

פזמון:

פארסט נאנט צו ווייט,
שפאר א צווייטנס צייט,
דרייווסט נאך א מייל?
קענסט דאך מחיה זיין א איד דערווייל,
פארסט אריבער דעם ברידזש,
געמיר א היטש,
נישט דא נאך אזא הכנסת אורחים, סהאט עס ביי פאר,
ווען א צווייטן איד מען נעמט אריין אין קאר,



דער בחור'ל,


יעדן טאג איך שטיי אוף פרי,
צו גיין אין ישיבה איך יאג זיך צו,
אבער אן עקסטער קאפוויי פארמאגן איך טו,
איך דארף פארן פון בארא פארק צו ווילי,
ביים היטש פלאץ איך שטיי ואיננו,
קיינער שטעלט זיך אפ, נאר געבט א פלי,

די זעהסט מיר ביים באס סטאפ,
געמיר נישט א קלאפ,
נאר א מצוה'לע כאפ,
שטעל דיך אפ געב א פאאאאפ,
איינער אפשר קיין וויליאמסבורג וויל געבן א האפ?

פזמון:

פארסט נאנט צו ווייט,
שפאר א צווייטנס צייט,
דרייווסט נאך א מייל?
קענסט דאך מחיה זיין א איד דערווייל,
פארסט אריבער דעם ברידזש,
געמיר א היטש,
נישט דא נאך אזא הכנסת אורחים, סהאט עס ביי פאר,
ווען א צווייטן איד מען נעמט אריין אין קאר,



דער דרייווער,

איך האב דעם צער אויך געזעהן,
כ'בין דאך א בחור אויך געוועהן,
און אלץ כולל אינגערמאן אויך געהאט פעין,
כ'האב מיך שוין דעמאלטס איינגעקריצט טיף אין ברעין,
אז געבן היטשעס יעדן טאג וועל איך כאטש פאר מענטשן צען,
און איך טו היינט טאקע אזוי פשוט און פלעין,

איי וועסטו וועלן פרעגן,
ס'דא אנדערע דרייווערס אנטקעגן,
וואס געבן נישט קיין היטשעס אויף די וועגן,
ביי מיר איז די קשיא אויך געלעגן,
די תירוץ איז, זיי פארגעסן פשוט צו טראכטן דערוועגן,
זיי אויפמערקזאם מאכן, מיר מעגן,
זיי זאלן אויך די הייליגע מצוה באוועגן,

זאג זיי: פזמון:

פארסט נאנט צו ווייט,
שפאר א צווייטנס צייט,
דרייווסט נאך א מייל?
קענסט דאך מחיה זיין א איד דערווייל,
פארסט אריבער דעם ברידזש,
געמיר א היטש,
נישט דא נאך אזא הכנסת אורחים, סהאט עס ביי פאר,
ווען א צווייטן איד מען נעמט אריין אין קאר,


אויספיר:

ב''ה מדארף זיכער דערמאנען,
אז אסאך גוטע דרייווערס זענען פארהאנען,
יעדן טאג זענען זיי אידן מהנה'ן,
זיי פירן מענטשן מער ווי די באנען,
די מצוה טוט אויף זיי זיכער שיינען,
"און ווען נישט זיי, וואלט איך נאך היינט ביים באס סטאפ געשטאנען",

פזמון:

ער פארט נאנט צו ווייט,
שפארט ער א צווייטנס צייט,
ער דרייווט נאך א מייל,
איז ער מחיה נאך א איד דערווייל,
ער פארט אריבער דעם ברידזש,
געט ער א היטש,
די גאולה וועט קומען דורך-אים,
בזכות די מצוה פון הכנסת אורחים,



א הארציגע בריוועלע פון א געטרייע דרייווער,
וואס געט היטשעס פאר סיי-ווער:

אין דו אין די בעק,
געב א טשעק,
צו די מאכסט מיר א פעין אין די נעק,
טאטש נישט מיין בעג,
דיין מויל אין קאר פארדעק,
רעד נישט אויפן פאון אן קיין עק,

איך וועל דיר מיין
ריטשארדזשער גערן בארגן,
מאך אבער זיכער איך זאל נישט פון דיר ווערן דערווארגן,
כדי איך זאל ווילן
געבן היטשעס מארגן,
די וועג גייער'ס זאלן זיך נישט דארפן זארגן,

זאג נישט איך וועל שוין צוגיין אליין,
ווייל דו ווילסט מיר נישט מטריח זיין,
זארג נישט די זאך אז מסודר און פיין,
זאג מיר פשוט ווי דו ווילסט אראפ גיין,
און איך וועל דיר צוטראגן גערן שיין,
"ברידער טייער, כ'האף דו טוסט מיר פארשטיין,"

!א גוטן טאג
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: מיינע געדאנקען אויף די פרשה, און אלעס ארום,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

wow!! ווערסט נאר בעסער @מיינע געדאנקען !
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

Re: מיינע געדאנקען אויף די פרשה, און אלעס ארום,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

Re: מיינע געדאנקען אויף די פרשה, און אלעס ארום,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

פרשת בהר


פוסט און טונקל
שטייט און ווינקל
א קערקע,

פיל מיט הערנער
ווילדע דערנער
שטארקע,

דער בעל הבית
זאגט אלעס דא-איז
הפקר,

די יאר איז שמיטה
קיינער נעמט אויף
מיין געשעפט-קער,

קומען פרעמדע
טוען נעמען-די
פירות,

סהייסט נישט רויבן
וואס זיי קלויבן
זייער-איז,

אלע גלייכע
ארעם רייכע
נעמען פאר פרי,

מגייט נישט
פלאנצען א יאר
אין א צי,

רש''י
פרעגט א קשיא
סהערט זיך ווי ניי,

מה ענין שמיטה
אצל הר סיני,

אז פונקט ווי דארטן
פרטים און סארטן
אויסגערעדט,

אויך די פרטים
פון די גאנצע תורה
ביים בארג סיני גערעדט,

בלייבט שווער ווידער
יעצט וואס אי-דיר
בעסער,

די קשיא ווערט
נאר ווייטער גרעסער,

עס קען דאך שטיין
פונקט אזוי שיין
אויף אן אנדער ארט,

און ארויס לערנען
איבעראל פון דארט,

אין ספרים שטייט
א שטארקע נקודה,

פונעם בארג סיני
מלערנט זיך א מדה,

געוועהן בענוה
הכל שוה
אזוי געטון,

דערפאר געגעבן
די תורה אהין,

דאס זעלבע קומט
אינז אויס צו לערנען שמיטה,

פיל נישט גרעסער
וועגן דיין ארבעט
גוטע,

טו נישט פלאנצן
פיל אינגאנצן
ווי אלע גלייך,

זיי בשפלות
צייל נישט וויפיל-איז
אריינגעקומען ווייניג אדער אסאך,

צום פרעמדער זאג אזוי-צו-איהם
ס'נישט כוחי ועוצם
ידי,

קום אריין
אין מיין
פעלד דא-די,

דער בעה''ב דווקא-ער
איז אלעס מפקיר
כהוגן,

אזוי האט זיך זיין גאווה
פון איהם געבויגן,

דערפאר שטייט הר סיני
נעבן דיני
שבועות,

ווייל ביידע
עולה לענין אחד כסדר
זי-איז,

זיי עניו
טו דאס אן-אויף
הער,

וועסטו וואקסן הער
מער
און מער,

!א גוט שבת
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

Re: מיינע געדאנקען אויף די פרשה, און אלעס ארום,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

ל"ג בעומר

איש אלוקים קדוש הוא,
התנא הקדוש ר' שמעון בר יוחאי,
יכול לפטור העולם נאך דערצו,


די הייליגע תנאים ר' יודא ר' יוסי און ר' שמעון,
זענען זיך אין בהמ''ד צוזאם געקומען,
אין די טיפע ימים של תורה געשווימען,
פתח ר' יודא, ער האט דאס ווארט גענומען,

כמה נאים ווי שיין זענען די רומיים'ס זאכן,
גוטע שווקים האבן זיי געטון מאכן,
בריקן פון איין פלאץ צום צווייטן דערגרייכן,
מרחצאות האבן זיי געמאכט הערליך און רייכן,

ר' יוסי איז געזיצן א שטילן,
ר' שמעון טוט דעם שטולקייט אנפילן,
און זאגט, די רומיים טוען עס פון זייער אייגענע ווילן,
פשוט די אייגענע תאות צו ערפילן,

דאס האט ר' יודא בן גרים פאר א חבר געטון פארציילן,
נישט בדווקא איז די שמועה געפארן מיילן,
צום מלכות אויערן האט זיך עס געטון איילן,
נגזר גזרה פאר ר' שמען מיתה ל''ע צו טיילן,

איז ר' שמען בר יוחאי מיט אלעזר זיין זוהן,
אנטלאפן פון דער היים מורא געהאט פונעם דין,
אין בית המדרש באהאלטן האבן זיי זיך געטון,
די ווייב האט געברענגט צו זיי עסן יעדן טאג אהין,

ר' שמען האט אבער געהאט א טוב עין,
און געזאגט אז נשים דעתן קלה עליהן,
די רומיים, זייער גוט זיי דאס פארשטייען,
צווינגען די ווייב זאל אויס זאגן זיי גייען,
ווי איך מיט אלעזר טוען זיך דרייען,

ממילא לאמיר אונזער באהעלטעניש שנעל בייטן,
אוועק גיין פון דא צו א אנדערע פלאץ איך גיי-טון,
איז ר' שמעון מיט זיין זוהן געגאנגען צו א באהעלטעניש א צווייטן,
כדי די רומיים זאלן זיי חס ושלום נישט קענען וויי-טון,

האבן זיי זיך אין א מערה א הייל געטון באזעסן,
און סאיז געשעהן מיט זיי א גרויסע נס-אין,
פארנט פונעם הייל א באקסער בוים געוואקסן צו עסן,
און פון א קוואל האט הקב''ה אויך נישט געטן פארגעסן,

זיי זענען געזיצן א גאנצען טאג אין די זאמד,
אזוי זענען זיי געזיצן צוועלעף יאר און געלערנט באטעמ'ט,
אתא אליהו וקם אפיתחא דמערתא און אויס גערופן,
ווער קען זאגן פאר ר' שמעון אז דער קעניג איז אראפ פון אמט?

ר' שמעון מיט זיין זוהן ר' אלעזר האבן געטון באשטומען,
אז זיי וועלן יעצט נאך צוועלעף יאר פון מערה ארויס קומען,

אזוי גייען זיי ארום אויפן גאס זיי ביידע,
און אויף וועם זיי האבן געקוקט האט געשאדט א קפידה,

זיי האבן נישט געקענט פארשטיין די וועלט,
אלעס און אלעס דרייט זיך נאר ארום געלט,

אויף ווער ס'ארבעט איז געגאנגעו די צארן,
און פונעם קפידה זענען זיי גלייך פארברענט געווארן,

איז ארויס פון הימל א בת קול,
להחריב עולמי איז געוועהן ענקער גאול?
צוריק אין מערה ר' שמעון שוין גיין ער זאל,
זענען זיי צוריק אינעם מערה אריין אינעם חול,

נאך צוועלעף חדשים פונעם טאג יענעם,
האט ר' שמעון געמאכט א חשבון פון די משפט בגיהנום,

איז א בת קול פון הימל ארויס,
עטס קענטס שוין צוריק גיין צו ענקער הויז,

און דעמאלטס וואס זיי האבן נאר געזעהן,
מיט א גוטע אויג דן געוועהן,


שמע ר' פנחס בן יאיר אז זיי טוען זיך שוין נישט באהאלטן,
איז ער געקומען זיין איידעם זעהן א שלום עליכם ערהאלטן,
ווען ער האט געזעהן אויף ר' שמעון'ס גוף שפאלטן,

אמר לו אוי לי שראיתנו בכך,
איך דיין שווער,
זעה דיך אזוי שוואך,
אין פון זיין אויגן
פאלט א טרער,

די טרער איז געפאלן אויף ר' שמעון'ס ווייען,
און פאר ווייטאג האט ער געטון שרייען,

ענטפערט ר' שמעון: עס איז נאר א שבח,
און ער זאגט אשריך שראיתני בכך!

ווייל ווען נישט איך קוק אויס אזוי-איך,
וואלט איך נישט געוועהן אין אזא מדרגה הויעך.



די מעשה צו אן ענד קומט-זי,
פון די גאנצע זאך נמצא,

אז ווען נישט די אלע יסורים קשות,
און אלע מסירת נפשות,

און ווען ר' שמעון די הייליגע צדיק,
איז זיך נישט אין תורה אזוי מהדק,

וואלט קיין יכול לפטור העולם נישט געוועהן,
און אזא גרויסע מצב פון ר' שמעון נישט געשעהן,

ר' שמעון וואלט געוועהן אן אנדערע בריה,
עס וואלט נישט געוועהן קיין טיהר את עיר טבריה,

די הייליגע גרויסע טאג ל''ג בעומר,
ווי א אנדערע טאג וואלט נישט געוועהן אזוי-מער,



נו מיין חבר מיר אויסהער,
אפילו סאיז דיך אמאל שווער,
פון די מסירות נפש פון ר' שמעון קלער,
וועסטו וואקסן מער און מער,

ווייל נאר אזוי אנגעקומען איז ער,


!א גוט יו''ט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”