איך האב יעצט בקימען א פרינטער (א געניצטע) איך שטעק עס אריין. וואס נארמאל ווערט געדאנלאט די דרייווער. אבער דא ווערט נישט אנסטאלד די דרייווער. בין איך ארויף צי דעלל'ס וועב סייד צי דאנלאדן. האב איך דארט אויך געהאט א פראפלעם ווען איך האב געדריקט דאנלאט איז די פעיטש געווארן שווארץ. אזוי האב איך געטרייט א פאר מאל
איך האב די זעלבע פראבלעים אבער ביי מיין"ווארד פייל'ס"עס האלט זיך נישט ביים פרינטען, בדרך כלל דארף איך עס מאכן פאר א פי די עף און דערנאך פרינטען! עני העלפ?
דו דארפסט דאונלאודען די 64 דרייווערס פון די קאמפאני'ס וועבסייט (אויב זיי האבן), און טוישן דעם PORT צו די נעטווארק. מעגליך אז דו וועסט דארפן קודם אינסטאלן דעם פרינטער לאקאל ביי דעם 64 קאמפיוטער כדי צו קענען אינסטאלן די דרייווערס, און נאכדעם צוריקלייגן דעם פרינטער צום 32 קאמפיוטער און טוישן די PORT כנ"ל.
אני הקטן האב געהאט דעם זעלבן פראבלעם, איך האב עס פרובירט אייער עצה אבער עס האט מיר נישט געהאלפן. עס איז א HP 4100N כ'האב דאונלאדעד די דרייווער אבער אן קיין הצלחה איינער האט עפעס אן אנדערע אופן? יישר למפרע
איך האב די זעלבע פרינטער ווי דיר. ווען איך האב געהאט ווינדאוס XP האט עס געפרינט שנעל ווי א מזמור, זינט איך האב געטוישט צו ווינדאס 7 64 ביט, פאנפעט ער זייער אונטער מיט די שנעלקייט.
די חידוש איז אבער נאך מער, אז איך האב עטליכע קאמפיטער קאנעקטעד צו די ווינדאוס 7 קאמפיוטער דורך א נעטווארק, און די קאמפיוטער וואס ראנט אויף XP פרינט א מחי' ווי אמאל, און די אנדערע קאמפיוטער וואס ראנט אויף ווינדאס 7 32 ביט, פרינט אמאל יא, און אמאל גענצליך נישט.
איינער קען העלפן ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
גוגל האט אזא זאך ווי cloud print דאס מיינט אז איינמאל די סעיווסט א פרינטער צו דיין גוגל אקאונט קענסטו פרינטן פון ווי אימער די זאלסט נאר זיין, אפילו פון דיין סעלפאון! אן ברויכן אינסטאללן עני דרייווערס.
די קענסט ארויפלייגן פרינטערס דורך אריינסיינען צו דזשימעיל פון א קראום בראוזער און גיי צו פרעפערענסעס....
קוים 2 מעת לעת דורכגעלאפן זינט איך האב ב"ה באקומען מיין נייע טאונער, און שוין האט זיך געמאכט א פרישע פראבלעם וואס שטערט מיר פון פרינטן צעטלעך און שיקט מיר אריבער 2 מאל א טאג אדער מער צום שכן (א זאך וואס איך האס געפערליך, צו דארפן צוקומען צו יענעמס חסדים)
והנה, איינער האט זיך אנגעשטאלפערט אין די USB ווייער וואס פארבינדט דעם פרינטער צום לעפטאפ, און דער USB PORT איז לויז געווארן און האלט נישט ביים קאאפערירן
איך האב פרובירט אויפצושרויפן דעם כלי, אבער זייענדיג א בטלן מיטן ב' רבתי האב איך בלויז געפונען איין שרויף וואס האט נישט געהאלפן