זאל מען רידעזיינען די סייט?

טעכנישע סייט הילף און אפדעיטס

אחראי: אחראי

זאל מען רידעזיינען די סייט?

יא
134
82%
ניין
30
18%
סך הכל שטימען: 164

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

זאל מען רידעזיינען די סייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך arender »

ווי געמאלדן אין די אשכול, פאלאנירן מיר איבער צו בויען די סייט אביסל, זאל מען עס אויך רידעזיינען?

פאר מער אינפארמאציע זעהט די אשכול.

אויב וועט רוב זיין יא, וועלן מיר דא אינעם פארום מעלדן מער פרטים דערויף.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

צום ערשט נאכאמאל א ריזיגן ישר כוח פארן טייערן ארענדאר פארן זיך אוועקגעבן בלב ובנפש פאר די תושבים דא
השי"ת ישלם לך כפלי כפלים

יעצט צום ענין
כ'האב געשטימט אויף יא ווייל אז מ'געט א אפציע צו פארשענערן פארוואס נישט?
אבער פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז נאר ווען די נייע דיזיין וועט זיין עפעס ספעציעל שיין קעגן די יעצטיגע (אדער ענדערש, שענער ווי פארן קראך) אבער סתם אריינצולייגן כוחות און געלט פאר מינדערוויכטיגע טוישונגען אין די דיזיין איז נישט ווערד

כ'לאז איבער דאס ווארט פאר די גרעסערע מבינים פון מיר

סיי ויזוי לאמיר האפן אז ס'וועט נישט נעמען לאנג די טויש

ישר כוח פאר אלע וואס העלפן ארויס דערצו
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

פונקטליך האט געשריבן: צום ערשט נאכאמאל א ריזיגן ישר כוח פארן טייערן ארענדאר פארן זיך אוועקגעבן בלב ובנפש פאר די תושבים דא
השי"ת ישלם לך כפלי כפלים

יעצט צום ענין
כ'האב געשטימט אויף יא ווייל אז מ'געט א אפציע צו פארשענערן פארוואס נישט?
אבער פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז נאר ווען די נייע דיזיין וועט זיין עפעס ספעציעל שיין קעגן די יעצטיגע (אדער ענדערש, שענער ווי פארן קראך) אבער סתם אריינצולייגן כוחות און געלט פאר מינדערוויכטיגע טוישונגען אין די דיזיין איז נישט ווערד

כ'לאז איבער דאס ווארט פאר די גרעסערע מבינים פון מיר

סיי ויזוי לאמיר האפן אז ס'וועט נישט נעמען לאנג די טויש

ישר כוח פאר אלע וואס העלפן ארויס דערצו

איך שטעל זיך צו צו פונקטליך.

This signature was intentionally left blank
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע:משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

פונקטליך האט געשריבן: צום ערשט נאכאמאל א ריזיגן ישר כוח פארן טייערן ארענדאר פארן זיך אוועקגעבן בלב ובנפש פאר די תושבים דא
השי"ת ישלם לך כפלי כפלים

יעצט צום ענין
כ'האב געשטימט אויף יא ווייל אז מ'געט א אפציע צו פארשענערן פארוואס נישט?
אבער פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז נאר ווען די נייע דיזיין וועט זיין עפעס ספעציעל שיין קעגן די יעצטיגע (אדער ענדערש, שענער ווי פארן קראך) אבער סתם אריינצולייגן כוחות און געלט פאר מינדערוויכטיגע טוישונגען אין די דיזיין איז נישט ווערד

כ'לאז איבער דאס ווארט פאר די גרעסערע מבינים פון מיר

סיי ויזוי לאמיר האפן אז ס'וועט נישט נעמען לאנג די טויש

ישר כוח פאר אלע וואס העלפן ארויס דערצו
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יואל ווייס האט געשריבן:

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

מי יודע האט געשריבן:
יואל ווייס האט געשריבן:
פונקטליך האט געשריבן: צום ערשט נאכאמאל א ריזיגן ישר כוח פארן טייערן ארענדאר פארן זיך אוועקגעבן בלב ובנפש פאר די תושבים דא
השי"ת ישלם לך כפלי כפלים

יעצט צום ענין
כ'האב געשטימט אויף יא ווייל אז מ'געט א אפציע צו פארשענערן פארוואס נישט?
אבער פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז נאר ווען די נייע דיזיין וועט זיין עפעס ספעציעל שיין קעגן די יעצטיגע (אדער ענדערש, שענער ווי פארן קראך) אבער סתם אריינצולייגן כוחות און געלט פאר מינדערוויכטיגע טוישונגען אין די דיזיין איז נישט ווערד

כ'לאז איבער דאס ווארט פאר די גרעסערע מבינים פון מיר

סיי ויזוי לאמיר האפן אז ס'וועט נישט נעמען לאנג די טויש

ישר כוח פאר אלע וואס העלפן ארויס דערצו

איך שטעל זיך צו צו פונקטליך.
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע:ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

אויב מיט פארשענערן די סייט מיינסטו די אויבערשטע באר ווי ס'שטייט אידישע וועלט מיט די לאגא, דעמאלס - יא, מען זאל עס רידיזיינען, אויב מיינט עס די גאנצע פארומ'ס וואלט איך פארגעשלאגן מען זאל עס לאזן.

יעדער איז צוגעוואוינט צו דעם, עס ארבעט גוט אויף בלעקבערי אויך If it ain't broke, ain't fix it זאגט מען.

יישר כח פאר אלעם!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

קודם כל א גרויסן יישר כח, מר. ארענדאר.
מ'זעהט אויף טריט און שריט ווי דו ארבעט'סט פארן וואוילזיין פונעם ציבור.

איך האב געשטימט פאר ניין. נישט ווייל איך האב עפעס קעגן שיינקייט, כ'וועל אייך מסביר זיין.
דעם שיעור אין וועלכן איך באטייליג זיך יעדן אויפדערנאכט, איז געגרינדעט געווארן מיט א 3-4 יאר צוריק. דער סדר איז אז מ'לערנט א דריי-פערטל שעה און נאכדעם דאווענט מען מעריב.
זומער, ווען דער זמן מעריב ווערט שפעטער, האט מען יעדע פאר וואכן גערוקט דעם שיעור מיט 10 מינוט, ווען דער זמן איז געווארן פריער האט מען צוריק געריקט דעם שיעור.
אבער ס'האט זיך ארויס געשטעלט אז יעדעס מאל וואס מ'האט גערוקט דעם שיעור איז ארויסגעפאלן אפאר מענטשן פונעם שיעור. דעריבער האט מען דעמטאלט געטוישט אז פון אנהייבט זומער זמן הייבט זיך אן דער שיעור שפעטער אז מ'זאל עס נישט דארפן רוקן אינמיטן זמן.
כ'האב דעמאלט געפרעגט איינעם פון די גרויסע עסקנים למען קביעות עתים ביי אונז אין שטאט, וואס איז פשט אז יעדעס מאל וואס מ'האט גערוקט דעם שיעור זענען ארויסגעפאלן מענטשן?
זאגט ער מיר, דו ווייסט נישט? א שיעור רוקט מען נישט, ער זאגט מיר פון עקספיריענס, אז יעדע קליינע שאקל אינעם שיעור האט עס געשאדט, אפילו מ'האט גערוקט א שיעור פון איין צימער צום צווייטן אפילו סאיז געווען מער ברחוות, האט עס געשאדט.

לענינינו: מ'האלט נאך א קראך, ס'האט געקאסט אסאך, דער סייט שלאפט, צוביסלעך ערהוילט זיך עס.
אויב וועט מען מאכן סיי וועלכע טויש, קען קאסטן נאך אפאר מענטשן.

דעריבער האלט איך אז דער סייט דארף אויסזעהן אזוי ווי סאיז יעצט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

'ווער בין איך' זאגט א פונקט וואס כ'האב טאקע פארגעסן צו דערמאנען, וועגן מאביל פרענדלי,
דאס איז א וויכטיגע זאך וואס מ'דארף אינאכט נעמען צו מ'טוישט יא צו נישט אז די בלעטער זאלן זיך גרינג לאודן
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ווער בין איך? האט געשריבן: אויב מיט פארשענערן די סייט מיינסטו די אויבערשטע באר ווי ס'שטייט אידישע וועלט מיט די לאגא, דעמאלס - יא, מען זאל עס רידיזיינען, אויב מיינט עס די גאנצע פארומ'ס וואלט איך פארגעשלאגן מען זאל עס לאזן.

י עדער איז צוגעוואוינט צו דעם, עס ארבעט גוט אויף בלעקבערי אויך If it ain't broke, ain't fix it זאגט מען.

יישר כח פאר אלעם!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אונטערסאנט צו באמערקן (עכ"פ ווי עס האלט איצט), אלע וואס זענען דא אריינגעסיינט מער ווי צוויי יאר זאגן נישט טוישן, די נייערע זאגן טוישן.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ווייל ס'רוב פון די זענען שוין אריבער א טויש- פון היימישע קרעטשמע צו אייוועלט....
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ריכטיג
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך וועל אי"ה מיך פראבירען זיך צוצוגעוואונען אויב מען וועט טוישן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע:איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

אלף בית האט געשריבן: קודם כל א גרויסן יישר כח, מר. ארענדאר.
מ'זעהט אויף טריט און שריט ווי דו ארבעט'סט פארן וואוילזיין פונעם ציבור.

איך האב געשטימט פאר ניין. נישט ווייל איך האב עפעס קעגן שיינקייט, כ'וועל אייך מסביר זיין.
דעם שיעור אין וועלכן איך באטייליג זיך יעדן אויפדערנאכט, איז געגרינדעט געווארן מיט א 3-4 יאר צוריק. דער סדר איז אז מ'לערנט א דריי-פערטל שעה און נאכדעם דאווענט מען מעריב.
זומער, ווען דער זמן מעריב ווערט שפעטער, האט מען יעדע פאר וואכן גערוקט דעם שיעור מיט 10 מינוט, ווען דער זמן איז געווארן פריער האט מען צוריק געריקט דעם שיעור.
אבער ס'האט זיך ארויס געשטעלט אז יעדעס מאל וואס מ'האט גערוקט דעם שיעור איז ארויסגעפאלן אפאר מענטשן פונעם שיעור. דעריבער האט מען דעמטאלט געטוישט אז פון אנהייבט זומער זמן הייבט זיך אן דער שיעור שפעטער אז מ'זאל עס נישט דארפן רוקן אינמיטן זמן.
כ'האב דעמאלט געפרעגט איינעם פון די גרויסע עסקנים למען קביעות עתים ביי אונז אין שטאט, וואס איז פשט אז יעדעס מאל וואס מ'האט גערוקט דעם שיעור זענען ארויסגעפאלן מענטשן?
זאגט ער מיר, דו ווייסט נישט? א שיעור רוקט מען נישט, ער זאגט מיר פון עקספיריענס, אז יעדע קליינע שאקל אינעם שיעור האט עס געשאדט, אפילו מ'האט גערוקט א שיעור פון איין צימער צום צווייטן אפילו סאיז געווען מער ברחוות, האט עס געשאדט.

לענינינו: מ'האלט נאך א קראך, ס'האט געקאסט אסאך, דער סייט שלאפט, צוביסלעך ערהוילט זיך עס.
אויב וועט מען מאכן סיי וועלכע טויש, קען קאסטן נאך אפאר מענטשן.

דעריבער האלט איך אז דער סייט דארף אויסזעהן אזוי ווי סאיז יעצט.

איך האב נישט געוואט ווייל איך בין אויך מסופק איך מיין אז אפילו די צוויי טעג וואס סאיז געווען פארמאכט האט זיך דער עולם געלייגט שלאפן אין ווי זאגט דער וועלט "איין שלאף ברענגט די צווייטע"
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אין אנדערע ווערטער זאל מען אביסל קלארער מסביר זיין וואס דאס מיינט רידעזיינען. מעגליך אז א רידיזיין קאנטעסט וועט אויפוואכן עטליכע דא פון זייער טיפסטן דרימל.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אלף בית האט געשריבן: קודם כל א גרויסן יישר כח, מר. ארענדאר.
מ'זעהט אויף טריט און שריט ווי דו ארבעט'סט פארן וואוילזיין פונעם ציבור.

איך האב געשטימט פאר ניין. נישט ווייל איך האב עפעס קעגן שיינקייט, כ'וועל אייך מסביר זיין.
דעם שיעור אין וועלכן איך באטייליג זיך יעדן אויפדערנאכט, איז געגרינדעט געווארן מיט א 3-4 יאר צוריק. דער סדר איז אז מ'לערנט א דריי-פערטל שעה און נאכדעם דאווענט מען מעריב.
זומער, ווען דער זמן מעריב ווערט שפעטער, האט מען יעדע פאר וואכן גערוקט דעם שיעור מיט 10 מינוט, ווען דער זמן איז געווארן פריער האט מען צוריק געריקט דעם שיעור.
אבער ס'האט זיך ארויס געשטעלט אז יעדעס מאל וואס מ'האט גערוקט דעם שיעור איז ארויסגעפאלן אפאר מענטשן פונעם שיעור. דעריבער האט מען דעמטאלט געטוישט אז פון אנהייבט זומער זמן הייבט זיך אן דער שיעור שפעטער אז מ'זאל עס נישט דארפן רוקן אינמיטן זמן.
כ'האב דעמאלט געפרעגט איינעם פון די גרויסע עסקנים למען קביעות עתים ביי אונז אין שטאט, וואס איז פשט אז יעדעס מאל וואס מ'האט גערוקט דעם שיעור זענען ארויסגעפאלן מענטשן?
זאגט ער מיר, דו ווייסט נישט? א שיעור רוקט מען נישט, ער זאגט מיר פון עקספיריענס, אז יעדע קליינע שאקל אינעם שיעור האט עס געשאדט, אפילו מ'האט גערוקט א שיעור פון איין צימער צום צווייטן אפילו סאיז געווען מער ברחוות, האט עס געשאדט.

לענינינו: מ'האלט נאך א קראך, ס'האט געקאסט אסאך, דער סייט שלאפט, צוביסלעך ערהוילט זיך עס.
אויב וועט מען מאכן סיי וועלכע טויש, קען קאסטן נאך אפאר מענטשן.

דעריבער האלט איך אז דער סייט דארף אויסזעהן אזוי ווי סאיז יעצט.

אחרי קריאת דברי הרב אלף בית שטים איך מיט מיט אים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

ווער בין איך? האט געשריבן: אויב מיט פארשענערן די סייט מיינסטו די אויבערשטע באר ווי ס'שטייט אידישע וועלט מיט די לאגא, דעמאלס - יא, מען זאל עס רידיזיינען

שמערי בערי האט געשריבן: אין אנדערע ווערטער זאל מען אביסל קלארער מסביר זיין וואס דאס מיינט רידעזיינען. מעגליך אז א רידיזיין קאנטעסט וועט אויפוואכן עטליכע דא פון זייער טיפסטן דרימל.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

יעדער קען זיך צוגעוויינען צו א נייע סייט, אויב עס איז בעסער און געשמאקער ווי די פאריגע.

די עיקר נישט שווערער מאכן פאר די עולם דא, ווי זיך דארפן נאכאמאל איינשרייבן וכדומה.

און בעיקר צוריקברענגען אלטע שרייבערס לכבוד דעם נייע סייט.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע:זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

א מאבייל ווערסיע וואלט געווען א געשמאקע זאך
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

איך האלט אז די אויסשטעל פון אונזער וועלטל איז די שענסטע און בעסטע אויסשטעל, אקעגן פיל אנדערע בלאגס וכל שום וחניכא דאית ליה,
ס'איז זייער שיין, אנגענעם און פראקטיש צו ליינען און צו שרייבן, ממש א מחי'.

דעריבער אויב רעדט מען פון א ערענסטע טויש וואלט איך עס נישט רעקאמענדירט,
אביסל שענער מאכן די יעצטיגע, פארוואס נישט.

און פאר איך פארגעס: א גרויסן שכוח ארענדער אויף אלע דיינע שווערע ווערק.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך arender »

איך זעה אז דער עולם האט מיך נישט פארשטאנען אויף עטליכע ערטער איינס דערפון דא.

ווען איך רעד פון רידעזיינען, מיין איך נישט ממש טוישן די גאנצע פארמאט פון די פארום, ערשטענס עס איז נישט אזוי מעגליך צוליב די סאפטווער, צווייטענס פארוואס פארעכטן אזאך וואס איז נישט צובראכען, נארוואס דען, די רעדע איז פון אביסל שענערע קאלירן, מעגליך די לאגא איבער-פעינטען, עס גייען קומען מער אפטיילונגען אין די סייט וואס וועלן במילא מוזן מער דיזיינט ווערן, וכדומה וכדומה.

אין אנדערע ווערטער מער גלייך צו א פרישע שיכט פעינט.

בנוגע א מאביל פריינטליכע ווערסיע, דאס איז מער א פיוטשער ריקוועסט ווי א דיזיין, אבער עס איז דא פלענער דערויף.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

אויף שענער איז קיינמאל נישט דא קיין שיעור,
און אויב כבוד ארענדער איז גרייט דערפאר, פארוואז'ע נישט.

אבער ביים טוישן קאלירן און שענער מאכן ביטע נעם אין אכט, אז די יעצטיגע אויסשטעל איז געוואלדיג!
איך רעד פון די קאלירען, וועלכע זענען ליכטיג און איידל, פראקטיש צו טייפן און געשמאק צו ליינען,
די אפציעס זענען ממש אין די ריכטיגע ארט, גוט צוטיילט, וכו' וכו',
ס'איז באמת א מחי'.

און איך האב א משהו מורא אז אויב וועט מען צופיל פרובירן שענער צו מאכן וועט מען אביסל קאליע לייגען מיט די פרט,

אבער די ארום און ארום, די העדער, די לאוגו, די זייטיגע זאכן, די זייטיגע צימערן, פארוואס נישט?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

האב איך געשטימט אויף יא, כאטש איך בין ווייט פון א מבין אויף גראפיק און דיזיין. ווייל ווינקל זאגט דאך אז די נייע וכו'...

אין א זייטיגע נאטיץ, פארשטיי איך נישט פארוואס די דאזיגע אנקעטע האט דא קונה שביתה געווען.
און צו איז דער באדייט דערפון אז נאר מבינים זענען ערלויבט צו שטימען. (מיין שטימע איז גראדע געהעריג אדורך).
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ואגב מעג מען שוין רוקן די אוואטארס צו רעכטס -אזוי ווי אינדערהיים אין אלטשטאט, ס'איז פיל פיל באקוועמער און פראקטישער פאר'ן אויג.
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנישע ווינקל”