און דאס איז די ענין פון די מספר התגובות, אמאל קומט א נייע ניק אריין און זעהט אז דער און יענער האלט ביי תגובה נאמבער דריי א האלב טויזענט.
און דער נייער ניק קלערט צו זיך 'אוי וויי,, ווען וועל איך אנקומען דא?' און ער נעמט זיך האקן תגובות אלעס צו בויען זיין נאמען און ער ווייסט נישט אז די נאמען ווערט נישט געבויט מיטן מספר. א ניק וואס שרייבט גוט און אינטערעסאנט וועט מען אנערקענען אפילו ער שרייבט ווייניג. איך קען געבן משלים ביז מארגן און נישט פארטיגן, ס'איז דא אזויפיל ניק'ס וואס זייער מספר איז אונטער הונדערט און יעדעס מאל זיי שרייבן טרונקט מען זייערע ווערטער מיט דורשט. איך מאך נישט אוועק ווען איינער פילט אז ער וויל זיך אויסגעבן און ער זעצט זיך אריין אין פארברענגען און שמועסט זיך אויס מיט די געשמאקע אידן וואס מיר פארמאגן דא, נאכדערצו לעצטענס ווען עס דרייט זיך אין פארברענגען אזאנע געשמאקע אידן יודע ספר אז ס'איז א נחת. אבער געדענקט, די נאמען בויט מען זיך מיט די קוואלעטי נישט מיט די קוואנטעטי. און אויב ווילט איר יא הייבן אייער נאמען זאל עס זיין אך ורק נאר דארט.
נאך א קלייניגקייט, צומאל שרייבט איינער עפעס א קלייניגקייט וואס ער מיינט באמת גארנישט אבער איינער טייטש דאס אויס כאילו מען מיינט אים, וואס געשעט נאכדעם דארף מען קיינעם נישט זאגן. ס'פאנגט זיך אן א 'ציטט'עכץ און מ'מאכט באלד די ווערטער און מ'ענטפערט שפיזיג, דער ערשטער בלייבט אויך נישט שולדיג און ענטפערט ווייטער, אזוי פארט די גאנצע אשכול אין תהום אריין פאר גארנישט און ווער ליידט דערפון? יעדער! די ליינערס פארעקלן זיך, די מנהלים האבן ארבעט פאר גארנישט און צומאל נעמען זיי די גאנצע אשכול און פאקן עס איין אין אן אייער באקס און שיקן עס מיט יו פי עס קיין מעקסיקאו. און אלעס ווייל מיט איין ווארט האט איינער געמיינט אז ער מיינט אז יענער האט געמיינט וכו'. אויב זעט מען אמאל א ווארט וואס קען זיך דאכטן אז עס טויג נישט איז דא צוויי וועגן, די נארמאלע וועג איז, שיקן יענעם אן אישי פרעגן וואס ער האט געמיינט ( ווער עס פארמאגט נישט די אישי אפציע זאל זיך מעלדן צו וויכטיג מאכער) רוב מאל אויב יענער האט טאקע גארנישט געמיינט וועט ער עס גערן פאררעכטן און שלום על ישראל. אויב יענער האט יא געמיינט עפעס וואס קען אייך באדערן אדער איז קעגן די תקנות קען מען גיין צו איינע פון די מנהלים אדער אחראים און זיי וועלן גערן אריין קוקן דעראין, און אויב זעען זיי אז איר זענט גערעכט וועלן זיי טון וואס זיי דארפן, גאראנטירט! אבער געדענקט, די מנהלים זענען אידן וואס ארבעטן פאר זייער ברויט אין שטוב, פראביר צו פארקוקן אויב גייט עס נישט פרעג יענעם, אויב דאס העלפט אויך נישט וועלן די מנהלים טון אלעס וואס פעלט זיך אויס. אבער נעמען אן אשכול און פארדרייען מיט הוילע טענה'רייען איז נישט גערעכט און עס ברענגט אראפ די ניווא פאר גארנישט. יעדער וואס דרייט זיך דא א שטיק צייט וועט קענען אנווייזען אויף אשכולות וואס זענען אפגעשפארט אדער אפגעליפערט געווארן ווייל צוויי דריי קינדער האבן נישט געקענט האלטן זייערע פינגערס ביי זיך.
און נאך איין קלייניגקייט וואס איך וויל בעטן אז איך האב שוין סייווי די מייק. דא דרייען זיך ביי אונז זאפטיגע גוטע שרייבערס פארוואס נישט שרייבן די זאכן מיט א שמייכל? פארוואס נישט אריין ווארפן א זיס ווארט דא און דארט? מיר זענען פארט אין היימישע קרעטשמע אביסל הומער קען מען ניצן אפילו ווען מען פרעגט אן עצה אדער מען שרייבט א נייעס. ווען מען קוקט צוריק צו די אלטע אשכולות פון אפאר יאר צוריק (און איך בין פון די אידן וואס פארנעמען נישט ווען מען שרייט אז אמאל איז געווען א וועלט..) וועט איר זען אז יעדער האט אייביג אריין געווארפן א גוט ווארט מ'זאל קענען שמייכלען צו איז דאס א יישר כח אדער אן ארטיקל אייביג איז עס געווען מיט ספייס, היינט פעלט דאס. היינט איז אלעס אזוי ערענסט אזוי גראד. פארגעסט נישט, איר שרייבט אין היימישע קרעטשמע, שרייבט ווי עס פאסט פאר א קרעטשמע מיטגליד.
און שוין.........