דראפבאקס - Dropbox
זיי האבן לעצטענ'ס צוגעלייגט א נייע פיטשער, כ'בין עס היינט געוואויר געוווארן א דאנק "זייער נייגעריג" יהא שמו מבורך לעולם, אז מ'קען אנשטעלן אז ווען די שטעקסט אריין א פארטעבעל דיווייס אין קאמפיוטער, אדער דורך די עפפ אויף א סמארט פאוין, קען מען אנשטעלן אז ס'זאל זיך פון זיך אליין אפלאוידן די פיקטשערס און ווידיאויס צו דראפ באקס, און כדאי אז מ'זאל האבן גענוג פלאץ געבן זיי צו פאר יעדע 500 מעגא בייט וואס מ'אפלאויד דורך די קעמרא ראויל, נאך 500 מעגא בייט פאר פרי, ביז א טאטל פון 3 גיג, נישט קיין סאך אבער אויך עפעס, מ'קען עס נאך דעם אויסמעקן, און די פלאץ בלייבט דיינ'ס, און פארשטייט זיך אז דאס איז נאר ווען מ'אפלאויד די פיקטשערס דורך די קעמרא ראויל, אז מ'וועט אריין לייגן סתם פיקטשער'ס אינעם פיקטשער פאלדער וועט עס נישט העלפן, און וויבאלד ס'איז א נייע פיטשער מיז מען אפדעטן די פראגרעם, אדער די עפפ, ווייל אין די אלטע איז עס נישט דא, די פראגרעם האלט יעצט ביי ווערשען 1.4.12
אנצושטעלן אז די פיטשער זאל ארבעטן דארף מען מאכן א רייט קליק אויפען אייקאן אינעם טרעי, גיין צו פרעפערענס, ביי דשנעריל איז דא א אפשען טשענדש אויטא פלעי סעטינגס אזוי ווי איר קענט זעהן אויפען בילד דא גיי דארט אריין און שטעל אן ביי פיקטשערס און ביי ווידיאויס, אז ס'זאל זיך אימפארטן צו דארפ באקס אזוי ווי דעם און מאך זיכער אז די באקס דארט אויבן איז געטשעקט, און סעב עס.
איך האב ביזדערווייל נאר עקספעריענס מיט א sd קארד.
דא קענט איר עס זעהן ערשט האנטיג.