לעקציעס אויף ווארד אויף אידיש

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

חוצפה!
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12461
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ווארד האט געשריבן: מיט פאטנאוט'ס קען מען נישט צופיל דרייען, אויב האסטו צוויי קאלום'ס אין די טעקסט "וועלן די פאטנאוט'ס זיין צוויי קאלום'ס". ווי ווייט איך ווייס, און וויפיל מאל מען האט שוין גערעדט דערוועגן דא אויף אייוועלט, קען מען עס נישט מאכן אנדערש (נאר מיט פאלשע פאטנאוט'ס). און דו ביזט אויך נישט בעל הבית ווי הויך די פאטנאוט'ס אין יעדע קאלום זאל זיין.
אין איין ווארט, וואס אנבאלאנגט די פאטנאוט'ס ווערן די קאלום'ס באטראכט פונקט ווי זיי וואלטן געווען צוויי באזונדערע בלעטער.

עפעס דוכט זיך מיר אז אין די לעצטע ווערסיע פון ווארד קען מען שוין יא?
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

איך האב יעצט ארויפגעלייגט דא אן אריינפיר צו די ערשטע לעקציע.

איך בעט שטארק אז אלע הערות אויף די שיעורים זאל מען דא שרייבן און נישט דארטן.

עס האט מיר געדויערט א היפשע פאר שעה אנצוגרייטן דעם שיעור, און איך האף אז די קומענדיגע שיעורים וועלן נעמען שנעלער אנצוגרייטן...
עס איז שווער מסביר צו זיין פארוואס עס נעמט אזוי לאנג אנצוגרייטן, אבער אזוי איז, עס נעמט זייער אסאך צייט און מוח.
מיין בעל הבית זאגט אלעמאל, אז מענטשן וואס האבן נישט קיין קאמפיוטער מאכן צוויי גרויסע טעותים, נעמליך, אויף זאכן וואס זענען קלייניקייטן מיינען זיי אז עס איז א גרויסע שווערע זאך, און אויף קאמפליצירטע שווערע זאכן מיינען זיי אז עס איז בלויז א קלייניקייט...
ווער עס האט זיך שוין אמאל פארגעקוקט א שיעור וועט פארשטיין וואס איך מיין.

איך האף אז די קומענדיגע שיעור וועט נאכקומען מאנטאג אדער דינסטאג, אבער איך קען נישט צוזאגן.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

כאפענדיג א שנעלן בליק, מוז איך פאר אלעמען דיר גראטילורן פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס דו האסט אריינגעלייגט, און אזוי אויך דערקענט זיך היפש אז ס'איז אריינגעלייגט געווארן קאפ און מח אין יעדע דעטאל באזונדער.

אי"ה נאך שבת וועלן מיר מעיין זיין דערין מער בעיון.
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

אפשר לייגט מען דאס אריין אינעם זומער אויסגאבע?
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן: כאפענדיג א שנעלן בליק, מוז איך פאר אלעמען דיר גראטילורן פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס דו האסט אריינגעלייגט, און אזוי אויך דערקענט זיך היפש אז ס'איז אריינגעלייגט געווארן קאפ און מח אין יעדע דעטאל באזונדער.

אי"ה נאך שבת וועלן מיר מעיין זיין דערין מער בעיון.

RT
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע:נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

ווארד האט געשריבן: איך האב יעצט ארויפגעלייגט דא אן אריינפיר צו די ערשטע לעקציע.
שיין שיין.. זייער שיין

זייער נייגעריג האט געשריבן: אפשר לייגט מען דאס אריין אינעם זומער אויסגאבע?
אפשר טאקען

אויך קען אפשר עימיצער דא ערלעידיגן פאר אייך די זכי' צום 13 ווערסיע
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייער זייער שיין!

שרייב ארויס א געהעריגן "קאפירייט". און וועסט נאך קענען אפשר מאכן א פאר צענט ווען דו וועסט זיין פערטיג. (איין ריטעילער געב איך דיר שוין, "מעכעלטע'ס! זיי וועלן עס גערן פארקויפן (פראצענט ביטע!!))
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Silent »

זייער שיין, דאס מערסטע גלייך איך די הסבירים אויף יעדע זאך,
כ'קוק ארויס אויף די קומענדיגע.
אוועטאר
Elvin
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elvin »

אפשר איז מעגליך אויך דא עס ארויפלייגן דהיינו נישט אין א פי די עף פארמאט אזוי אז אויב מען האט עפעס א קשיא זאל מען קענען ציטירן.
א גרויסן דאנק פאר אייערע געוואלדיגע עבודה
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

יעצט געענדיגט עס איז מורא'דיג, מיר ווארטען שוין אויף די נעקסטע ...
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

Elvin האט געשריבן:
אפשר איז מעגליך אויך דא עס ארויפלייגן דהיינו נישט אין א פי די עף פארמאט אזוי אז אויב מען האט עפעס א קשיא זאל מען קענען ציטירן.
א גרויסן דאנק פאר אייערע געוואלדיגע עבודה
אפילו איך האב נישט געשריבן קיין קאפירייט (וואס אויף די ראט פון "לכתחילה אריבער" וועל איך דאס בעז"ה ביי די קומענדיגע שיעורים יא טון) מיט דעם אלעם אזויפיל שכל האב איך גענוצט עס נישט צו לייגן אויף א ווארד דאקומענט...

דארפסט נישט ציטירן, קענסט שרייבן אויף וועלכע שטיקל דו האסט א הערה שאלה, און ווער עס פארשטייט נישט זאל עס נאכקוקן אינווייניג.
שרייב ווי פאלגענד "איך האב געוואלט פרעגן איבער דאס וואס שטייט אויף זייט ?? אין דעם שטיקל וואס הייבט זיך אן ??.. (דא שרייב דיין פראגע, אדער הערה)

איך בין נאכנישט זיכער ווען די קומענדיגע שיעור קומט, לויטן יעצטיגן פלאן האב איך אנגענומען דעם פארשלאג פון עס אריינשטעלן אין דעם זומער אויסגאבע, אבער לויט ווי עס הייסט יעצט מיינט דאס אז דער ציבור וועט דארפן ווארטן צוויי דריי וואכן אויף דעם קומענדיגן שיעור, איך ווייס נישט צו דער ציבור וועט זיך לאזן אזוי לאנג...
איך וועל זעהן אין די קומענדיגע טעג וואס איך וועל טון למעשה און איך וועל לאזן וויסן בעז"ה.
ייש"כ פאר די חיזוק
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1799
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע:אויפן טעלעפאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

י'שכ ר' ווארד מיר ווארטן שוין א לאנגע צייט פאר אזוינס ביטע אויב איר קענט עת אראפלייגן ממש פון אלף אזוי ווי פאר איינער וואס האט נאך נישט צוגערירט צו ווארד
אפי אויב אין אנפאנג וועט די הקדמות זיין פאר א טייל לאנגווייליג דאך וועט עס זיכער ברענגען כאטשיק איין נייע חידוש אין פאר די וואס האבן בכלל נישט קיין אהנוג אין ווארד וועט עס זיין א דבר השלם א שקויעך פון פראנויעס
צו געבן
כלנו לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

איך האב אנגעהויבן טראכטן, אז אפשר אין די צייט וואס די געשריבענע לעקציעס וועלן לויפן אין דעם זומער אויסגאבע, זאל איך אפשר מאכן רעקארדירטע שיעורים, אזוי ווי איינער האט שוין אמאל אנגעהויבן.
נאר איך דארף פארדעם האבן א קלארע סקרין רעקארדירער, וואס זאל נישט פאבריצירן צו שווערע פייל'ס, און דערווייל האב איך דאס נישט.
אויב איינער קען מיר צואווייזן א גוטע רעקארדירער וואלט עס געווען א גרויסע טובה (איך דארף נישט דוקא פאר אומזיסט, נאר נישט צו טייער).
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32227
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

א ריזיגן שכח הרב "ווארד" פאר די שיעורים, ס'איז שיין געשמאק און באלערנד!!

אגב: דו שרייבסט אז די שיעורים זענען געמאכט אויף ווארד 2007 און 2010, וואונדערט מיר וויאזוי דו קענסט האבן צוויי ווערסיעס אינסטאלירט אינאיינעם?! ווען איך האב אינסטאלירט ווארד 2013 האב'ך געמוזט אויפגעבן אויף 2010 שלא ברצוני!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

אינדערהיים האב איך 07' און אין אפיס 10'.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מיינעך אז מען דארף יא קענען האבן ביידע אויף איין קאמפיוטער
איך האב א שיין שטיק צייט געהאט 3 אפיסעס אין מיין קאמפיוטער, איין קלייניגייט איז נאר געווען אז ווען כ'האב געדארפט טוישן פון איינס צום צווייטן האט עס געדויערט א מינוט צוויי
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12461
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מען קען האבן ביידע און מען קען נישט האבן ביידע, דהיינו, 07 מיט 10 קען מען האבן ביידע (נישט אוטלוק.. דאס בע"כ טוישט ער צום נייערן), און 07 מיט 13 קען מען נאר 13.
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1799
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע:אויפן טעלעפאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

והמבין יבין האט געשריבן: י'שכ ר' ווארד מיר ווארטן שוין א לאנגע צייט פאר אזוינס ביטע אויב איר קענט עת אראפלייגן ממש פון אלף אזוי ווי פאר איינער וואס האט נאך נישט צוגערירט צו ווארד
אפי אויב אין אנפאנג וועט די הקדמות זיין פאר א טייל לאנגווייליג דאך וועט עס זיכער ברענגען כאטשיק איין נייע חידוש אין פאר די וואס האבן בכלל נישט קיין אהנוג אין ווארד וועט עס זיין א דבר השלם א שקויעך פון פראנויעס

אויך אז איינער וואס קען נישט די בעסטע ענגליש זאל קענען מיטהאלטן
צום ביישפיל וואס מיינט ????
פאטטער'ס
אינדענט'ס
דעוויד
פרענקרהאל
בתודה למפרע
צו געבן
כלנו לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12461
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

כ'גלייב די זיכסט נישט קיין ווערטערליכע אפטייטש נאר די באדייט.
פאטטער'ס מיינט די אויבן פונעם דף. העכער ווי מען קען טייפן, דארט ווי די פעיטש נומער ליגט געווענליך.
אינדענט'ס דאס וואס מען ריקט אריין די טעקסט אוועק פון די מארדזשן ווערט אנגערופן אינדענט (אין מיינט אין... דענט איז דאס וואס מען מאכט אין א קאר?! דאס טוט מען מיט די טעקסט, מען גיבט אים אזא ריק אריין).
דעוויד איז א נאמען פון א פאנט, אין אידיש דוד...
פרענקראהל איז אויך א נאמען פון א פאנט.
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1799
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע:אויפן טעלעפאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

ייש''כ
צו געבן
כלנו לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אז רעדטסטו שוין פאטערס [נישט פאטער'ס דעי] ווילעך פרעגן [כ'מיין כאבעס שוין ערגעץ פרעגט דא און נישט באקומען קיין ענטפער]
כ'האב באקומען א פייל וואס העכער די פוטנאוטס איז געווענדליך דא א ליין וואס די ליין קען מען עמפטליך נישט רוקן, אבער אין די פייל איז העכער די פוטנאוטס האט ער א קעפל מיט ווערטער, און כ'האב שוין פראבירט אפאר מאל צו טוישן די ווערטער אדער כאטש אפילו צו מאכן לכתחלה אזוי ביי א צווייטע פייל ולא עלתה בידי.
איז דא עפעס א עצה?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12461
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די מיינסט געוויס וואס די פרעגסט דא.... viewtopic.php?p=595886#p595886
האב איך שוין דעמאלטס נישט ארויסגעהאט קלאר די שאלה.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

יאפס
העליכייך שיקן א סעמפל
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

אין יענעם שמועס ווי למעלה לינקט, איז געווען זייער קלאר אויסגעשמועסט וויאזוי מען ארבעט מיט פאוטנאוט סעפארעיטאר'ס.


והמבין יבין האט געשריבן: אויך אז איינער וואס קען נישט די בעסטע ענגליש זאל קענען מיטהאלטן
צום ביישפיל וואס מיינט ????
פאטטער'ס
אינדענט'ס
דעוויד
פרענקרהאל
בתודה למפרע

וועסט מיר מוזן אנטשולדיגן, עס איז זייער שווער "יעדע מאל" ביים שרייבן אדער דערמאנען א ווארט, עס מסביר צו זיין.
געווענליך אין א ביכל איז דא א באזונדערע פרק פאר דעם, אדער איז מען עס איינמאל מסביר ביים ערשטן מאל נוצן אדער דארט וואו מען ערקלערט וויאזוי דאס ארבעט, איך האב אויסגעקליבן די לעצטע ברירה, דערפאר ביז איך וועל אנקומען צו דעם שיעור איבער "פאטטער'ס" וועל איך מן הסתם נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט:|געווענליך פעלט עס נישט אויס וויכטיג להבנת הענין אויפן פלאץ (אויב דו באמערקסט האב איך מסביר געווען וואס דאס איז א דאקומענט, און וואס דאס איז א סעטינג, און אפילו וואס א קערעקטער איז האב איך אריינגעווארפן בתוך הדברים, קען זיין אז איך וואלט אויך געדארפט מסביר זיין וואס דאס איז א פאראגראף...?) .
אגב, עס איז מיר אין ווילדסטן חלום נישט איינגעפאלן אז עס קען זיין אזא זאך, איינער וואס פרובירט צו נוצן "ווארד" און ער טייפט זאכן אויפן קאמפיוטער, אז ער זאל נישט וויסן וואס איז דאס "דעוויד" און וואס דאס איז "פרענקראהל", איך בעט דיין אנטשולדיגונג, איך וועל פרובירן מער דגוש לייגן דערויף.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע און ערפינדונגען”