פראדשעקט מענעדשמענט פראגראם - Project Management Software
עס איז דא צענדליגער סייטס און פראגרעמס אויף די מארקעט, האט איינער סיי וועלכע עקספיריענס מיט ד סארט זאכן?
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
קעניגזאן האט געשריבן: http://www.wrike.com/
אויסגעצייכענטע פראגרעם.
ווייסעך וואס האט געשריבן:קעניגזאן האט געשריבן: http://www.wrike.com/
אויסגעצייכענטע פראגרעם.
וואס איין תגובה, איין אנפראגע אויף אייוועלט טוט אויף, איך מוטשע מיך שוין עטליכע חדשים, שוין געהאט אזויפיל עגמ"נ, שוין אויס פרובירט אזויפיל פראגראמס, דערווייל האט נאך קיין איינס נישט צוגעטראפן מיינע געברויך. איין אנפראגע אויף אייוועלט, און ביז 17 מינוט האסטו א ענטפער. מי כעמך אייוועלט....
א גרויסן ישר כח בן מלך, גיימער עס אויסםרובירן און לאמיר האפן מיר וועלן הנאה האבן און עס גוט אויס נוצען.
אוהבי השם האט געשריבן: נאכן קלארער איבערליינען דיין שאלה דערמאן איך מיר פון נאך א פראגראם וואס קאסט נישט קיין געלט
asana.com
בערקא האט געשריבן: איך האב געוויסע ארבעט וואו יעדע קלייענט דארף אדורך גיין א געוויסע פראסעס פון פאפיר ווארק, איך זיך א פראדזשעקט מענעדמענט סאפטוועיר בעסער אויב עס איז/האט א עפפ, אז ווען איך לייג אריין א קלייענט אין סיסטעם זאל ער אויטאמאטיש פארלאנגען א ליסט פון סטעפס צו ווערן קאפליטעד, און איך זאל קענען גרינג אריבערלייגן פון איין שלב צום צווייטן