SEO - Search Engine Optimization
איינער האט עפעס הילף אין די נושא? צו קענט איר רעקאמענדירן א גוטע קאמפאני וואס טוט דאס, וואס איר ווייסט קלאר אז עס האט געארבעט און געברענגט רעזולטאטן?
א דאנק פון פאראויס
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
Optimizing a website may involve editing its content, HTML and associated coding to both increase its relevance to specific keywords and to remove barriers to the indexing activities of search engines. Promoting a site to increase the number of backlinks, or inbound links, is another SEO tactic.
שנאפס האט געשריבן: וויקי זאגט אז עס האט יא מיט די קאודינג
Optimizing a website may involve editing its content, HTML and associated coding to both increase its relevance to specific keywords and to remove barriers to the indexing activities of search engines. Promoting a site to increase the number of backlinks, or inbound links, is another SEO tactic.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן: וויקי זאגט אז עס האט יא מיט די קאודינג

נא זעכער!
עס האט אסאך מיט קאודינג.
לכתחילה אריבער האט געשריבן: איין סעמפל. ווי אזוי די URL פון די "פעידזשעס" ווערן געשריבן קען אסאך אויסמאכען.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן: וויקי זאגט אז עס האט יא מיט די קאודינג
Optimizing a website may involve editing its content, HTML and associated coding to both increase its relevance to specific keywords and to remove barriers to the indexing activities of search engines. Promoting a site to increase the number of backlinks, or inbound links, is another SEO tactic.
נא זעכער!
עס האט אסאך מיט קאודינג.
פאטאקי08 האט געשריבן: בינג און יאהו ניצט נאך מעטע דעטע און וועבמעסטער טולס און רענקינג הויבער מיטלען
גוגל וואלט איך געזאגט איז גוגל פלאס די זאך...
פאטאקי08 האט געשריבן: שוין דא כמה וכמה אשכולות דא וועגן SEO צוזאמגעשטעלטע ווי אויך נישט צוזאםגעשטעלטע
בליץ האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן: וויקי זאגט אז עס האט יא מיט די קאודינג
Optimizing a website may involve editing its content, HTML and associated coding to both increase its relevance to specific keywords and to remove barriers to the indexing activities of search engines. Promoting a site to increase the number of backlinks, or inbound links, is another SEO tactic.
נא זעכער!
עס האט אסאך מיט קאודינג.
די ערשטע זאך וואס א SEO מומחה וועט טון איז ער וועט באקוקן די קאודס פון די סייט צו עס איז נארמאל געשריבען אדער צו עס וועט שטערן די רענקינג פראגרעס..
אבער דאס איז נישט SEO בכלל ובפרט....
און נאכמער אויב באמערקט זיי א קאדינג פראבלעים וועלן זיי דיר שיקען צו א פראגרעמער..די SEO מומחה טוט עס נישט געווענליך!
פאטאקי08 האט געשריבן: שוין דא כמה וכמה אשכולות דא וועגן SEO צוזאמגעשטעלטע ווי אויך נישט צוזאםגעשטעלטע
A typical, "legitimate" document attracts back links slowly
שוועמל האט געשריבן: SEO אוי ....
איך מיין די צייטן זענען אווער. גוגל האט בפועל געהרגט SEO דורך א צאל טוישונגען און טאקטיקן אין די לעצטע דריי יאר. אזוי אז די אלע אלטע איינרעדענישן פון בעקלינקינג ארבייט שוין לאנג נישט און קען דיך אפילו אראפווארפן.
איין הויפט זאך איז די סקרין סייז. גוגל גיבט היינט פול מער ספעיס ("ריעל עסטעיט") אויפן סירטש רעזאלט פעיזש פאר באצאלטע עדווארדס עדס אדער באצאלטע פראדוקט ליסטינג, אזוי קומט אויס אז די עווריזש יוזער מיט א מיטלגארטיגע סקרין זעט נישט מער ווי איין-צוויי ארגעניק רעזאלטס בעפארן סקראלן (עבאוו די פאלד).
בנוגע קאוד,
מדארף וויסן סיז דא בעסיקלי דריי מינים פון קאוד אין א סייט. איינז איז די עכטע קאוד שפראך מיט וואס די פראגראם איז געשריבן למשל סי שארפ, סי פלאס, PHP, JAVA וכדומה. דער קאוד קען נישט ממש העלפן אבער עס קען שטערן אויב איז עס ניעשט גוט געשריבן כנ"ל.
דער צווייטער קאוד איז די פעיזש לעיאוט וואס יעדער זעט, דאס איז גערופן HTML אדער HTML5. דער דריטער קאוד איז סטיילינג למשל CSS.
ווען מען רעפערענצט "קאוד" צו SEO מיינט מען די לעצטע צוויי, אויב זיי זענען גוט קאארדינירט און שטעלן די ריכטיגע קאנטענט אויף די ריכטיגע פלאץ אינעם פעיזש קען עס העלפן.
פאטאקי דערמאנט גוגל+, דאס איז ווירקליך אזוי גוגל גיבט א שטערקערע רענק פאר סייטס וואס נוצן +.
מען דארף נישט יעדע פעיזש פאוסטן אויף + אבער בעיקר זאלסטו האבן לינקס צו דיין סייט, און אויך א וואקסענדע צאל סירקלס אזוי ווערן דיינע לינקס מער צעשפרייט אויפן וועב. ווייל + איז אזוי געבויט אז עס גיבט דיר מער רעפערעלס צו דיין סייט ווי די אמאליגע בעקלינקס און איז פול מער עפעקטיוו.
היפאקריט האט געשריבן: שוועמל שרייבט פיין, א דאנק
כ'וועל נאר אביסל אויסשמועסן איין פרט, נישט ווייל ס'איז צופיל נוגע נאר סתם לצורך שמועס
לינקס לינקס לינקס..
עס איז פון אלעמאל געווען און עס איז נאך עד היום און בדרך הטבע גייט דאס אזוי בלייבן אז לינקס איז דער שטארקסטער אנווייזער פאר גוגל'ען וועלכער סייט צו רענקן, כמעט אונמעגליך פאר גוגל צו וויסן צו דער צייטונג אדער יענער איז בעסער שטארקער אדער אז איבעי אדער אמעזון זענען גרעסער ווי מיין קאמפאני אנע דעם וואס די גרויסע האבן אינבאונד לינקס.
נאר וואס? טאקע דערפאר וואס לינקס איז זייער בעסטער מעסטער, קענען זיי זיך נישט ערלויבן אז יעדער שמויגער זאל זיך גיין איינקויפן לינקס און אויסשפילן דעם סיסטעם. פאר דעם צוועק פרובירן זיי מיט אלע כוחות צו מאכן אלע גלויבן אז דאס העלפט נישט נאר אדרבה עס שטערט גאר און מוותר זיין אויף דעם טאקטיק און קאנצעטרירן אויף די אנדערע חלקים וואס העלפט אסאך ווינציגער און פארפירט זיי נישט אזוי שטארק ווי לינקס (און נישט פארגעסן, אויך ספענדן מער אויף עדווארדס וואס דאס איז זייער ביזנעס).
אבער אזויווי דער עולם האט נישט געגלויבט און ווייטער אנגעגאנגען מיט קויפן לינקס און מוליד זיין וועבסייטס און קריעטן לינק נעטווארקס וכו' וכו', האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און לעצטנס גאר שטארק גענומען די זאך אין די האנט און זייער שטרענג געווארן און ווערן קלוגער פון טאג צו טאג, אזוי אז מען קען שוין באמת זאגן אז (בדרך כלל) וועט עס נישט אויף לאנג ארבעטן און גאר באמת שעדיגן די אויסזיכטן צו רענקן.
כדי דאס צו טאן האבן זיי גענומען, איינס דיסקאונטן די כח פון געוויסע (אסאך, זייער אסאך) סייטס און צוויי אויב איז פלוני'ס בעקלינק פראפייל מער ווייניגער פון די סארט, חאפט ער א רוק פון הינטן אז ער טראסקעט מיט א געפערליכן זעץ אזש די לענדן הויבן אן ווייטאן און כמעט וואס ס'נישטא קיין וועג צוריק מבטן שאול.
נאכמער, זיי האבן מעניש געווען גאר גרויסע קאמפאניס אזוי אז עס איז דערהערט געווארן מדן ועד ביירשעבא ולא עד בכלל און קאמפאניס קענען שווער מאכן א דעסיזשן צו הייערן איינעם און גאר אסאך seo מומחים האבן זיך מיט די צייט געזען אן ביזנעס (גוגל מישן עקאמפלעשד).
דאס גייט אן שטארק און דיסקארעדגד סיי וואס א ארבעט אינעם לינק בילדינג פעלד
און דאס ערמעגליכט גוגל ווייטער זיך סומך זיין אויף לינקס רעכטס און לינקס אזויווי זייער ארגינאלע פאטענט לויטעטA typical, "legitimate" document attracts back links slowly
און דאס איז אמת. און לע"ע הגם עס זענען נאך פארהאן מהלכים צו גיין ארום און רענקן פאר א ווייל, איז עס שטארק ריסקי פאר'ן עתיד ספעציעל אויב איר טוט גארנישט וואס זאל בארעכטיגן די אנלויף פון לינקס, סטייטש, איר האט נישט גארנישט ספעציעל מער פון אייער קאמפעטישן וואס דערפאר האט דער אדער יענער סייט א לינק געטאן צו אייך און ווער זענט איר בכלל? פארוואס זאלט איר זיין אויבן אנשטאט דער אנדערער.
ממילא וואס האט פאסירט, צווישן די גרויסע ברענדס קען מען שוין נישט אריינשטופן די נאז, ווייל זיי האבן נאטירלעך אסאך און גוטע פעטע לינקס וכו' ועוד. בלייבט דער שלאכט צווישן די קליינע וואס האבן ביידע ווייניג לינקס און דארט מאכן אויס די אנדערע פאקטארן ווי סטרוקטור און הטמל טעגס וכו' וואס באמת האבן זיי גאר א שוואכער השפעה אין פארגלייך צו לינקס און בדרך כלל וועלן אזאנע טאקע נאר רענקן פאר די דאזיגע לאנגע שוואנץ שליסלווערטער וואס די גרויסע האבן נישט פארכאפט
צו דערצו קומט אז מען שטעלט די שאפפינג באצאלטע עדס און נאך אין די הייעך אזוי ארום אז די קליקס צו די אומבאצאלטע שרינקט העפטיג און ווי באקאנט האט טאקע גוגל געלייזט אשיינע פאר טוללער זינט דאן