אובער טעקסי - נייע מהלך צו כאפן א טעקסי
די עפענסט אויף א קאנטע ביי זיי וואס קאסט נישט קיין שום פי, די לייגסט אריין דיין קרעדיט קארד אינפארמעישען, פין היינט אין ווייטער ווען די דארפסט א טעקסי קענסטי ביי זייער עפפ אויסוועלען וואסערע סטייל קאר די דארפסט, זיי האבן די געלע טעקסי, אין נאכדעם האבן זיי טייערע קארס, די קענסט זעהן ווי ווייט די טעקסי איז פין דיר זיי כאפן אויף דיי לאקעישען, אין זיי עסטימעיטן ווי לאנג עס וועט נעמען פאר דיין טעקסי אנציקימען ביז דיר, אויך קענסטי אריינלייגען ווי די ווילסט פארן אין זי געבן דיר אן עסטימעיט וויפעל געלט עס גייט דיר קאסטן.
ווען די ריקוועסט א טריפ וועסטי זעהן א פיקטשער ווער דיין דרייווער איז, מיט אלע זיינע קאנטעקט אינפארמעישען, זיי געבן דיר זיין פאון נאמבער אויב דארפסטי אים קאלן, ווען די ענדיגסט קענסטי אים רעיטן אין שרייבען פאר די קאמפעני ווי גוט ער איז געווען.
ביים צאלן פאר א טעקסי, דארפסטי נישט האבן קיין קעש, עס גייט אוטאמאטיש אראפ פין דין קרעדיט קארד וואס ליגט אויף דיין פראפייל, די צאלסט נישט קיין טיפ פאר די דרייווערס, אויב למשל ביסטי געפארן מיט אפאר מענטשען אין יעדער דארף זיך משתתף זיין מיט די קאסטען האבן זיי אן אפשען פען ציטיילען די געלט צי אפאר מענטשען אין אויב יענער נעמט אן די ריקוועסט וועלן זיי ציטיילען די קאסט צווישען ביידע...
עס זעהט מיר אויס ווי זייער א גוטע איידע, זיי האבן שוין זייער סערוויס ארים די גאנצע וועלט.
יעצט זעה איך גראדע אז עס נישט א נייע זאך, אין עפעס ליגעל אישוס האבן זיי געהאט אין ניו יארק...
---
פאר איך פארגעס, א נייע יאזער וואס סיינט זיך אויף קען באקימען צוואנציג דאללער אףף זיין ערשטע טריפ אויב סיינט ער זיך אויף דורך די לינק https://uber.com/invite/uber_Microssoft_Ivelt אין איינמאל האסט אויפגעסיינט קענסטי אריינלייגען ביי די פראמאשען טעב די קאוד Hipmunkצי באקימען נאך א פינעף אין צוואנציג דאללער קרעדיט, אבער מען דארף עס טין גלייך נאכן אויפסיינען.