די דזשורי האט שוין באקומען די קעיס און עס איז מער מסתבר אז זיי וועלן צוריקומען מיט א "גילטי" פסק הגם עס עס איז דא אסאך סברות צו זאגן אז נישט צוליב געוויסע לעכער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט דורכאויס די קעיס.
ע"פ רוב ווען א פאליטישאן ווערט אינדייטעד וועלן די פארטיי פירער לייגן אומגעהאערע דרוק אויף דעם באטראפענעם פאליטישאן ער זאל שוין זאפארט ריזיינען עס זאל מאכן ווי ווייניגער שאדן פאר די ברענד פון די פארטיי א בחינה פון בדיל ויעבור.
מענעדעז איז שוין געפרעגט געווארן אין די פארגאנגענהייט אויב ער ווערט אנגעקלאקט אויב ער וועט זיך דאנקען פון אמט? אבער ער האט זיך אפגעזאגט פון קאמענטירן.
די "גילטי" פסק קען קומען אין א גאר וויטיגע צייט פאר ביידע פארטייען. אויב מענעדעז ווערט אנגעקלאקט און ריזיינט און קריסטי וואס איז דערווייל גאווענאר פון ניו דזשערסי, ביז יאנעווער, קען ער נאך אויסקלויבן א רעפוליקאנער פאר א סענאטאר. אויב די רעפוליקאנער וועלן האבן נאך א סענאטאר און די דעמאקראטן מיט איין סענאטאר ווייניגער קענען די רעפוליקאנער אינעם סענאט אסאך גרינגער דורכפירן די טעקס רעפארם ביל און קען אפילו זיין אז זיי וועלן אפילו ארויסשלעפן דעם "אבאמא קעיר ריפיעל ביל" פונעם בית הקברות!!
אע"כ אפילו די דעמאקראטן וועלן ווילן ער זאל ריזיינען, איז זייער מסתבר אז זיי וועלן פרובירן דאס אויס צוציען ביז נאך וואס דער דער נייער גאווענאר פון ניו דזשערסי קומט אריין אין אפיס.
פאר די רעפוליקאנער אים ארויסצוווארפן פון סענאט וועט זיין זייער שווער צוליב דעם וואס זיי דארפן האבן צוויי דריטל פונעם סענאט אים ארויסצוריקן.
די רעפוליקאנער וועלן לכאורה לייגן שווערע דרוק ער זאל זאפארט ריזיינען ווייל זייער דעם זיץ אין ניו דזשערסי אפילו אויף טעמפארערי.