אין חדר האט מען געטייטשטמיט טענץ. אזוי זאגט בפשטות דער אונקלוס,בְּתוּפִּין וּבְחִנְגִין. אבער רב סעדיה גאון טייטשטבדפוף וטאבול, וואס ר' יוסף קאפח זאגט אז איינס איז א געהעריגער פויק און איינס איז א האנט פויק.(אזוי האב איך געזען אין שערי אהרן. אבערדאזע איך די גירסאבדפוף וטנאביר, וואס מיינטלויט גוגלעפעס אנדערש.)
אינ'אמת'ן זעט מען שוין אזוי אין מכילתא, אז מחול איז א סארט כלי שיר:
וכי מנין היו להם לישראל תופים ומחולות במדבר? אלא הצדיקים היו מובטחים ויודעים שהקב"ה עושה להם נסים וגבורות עת שיוצאין ממצרים, והתקינו להם תופים ומחולות.
אינעם פסוק אין שופטים מיינט עס ווארשיינליך טענץ. אזוי אויך אין ירמיה, וואו יונתן בן עוזיאל זאגטבְּסִיעַת מְשַׁבְּחִין. מצד שני אין די צוויי פסוקים אין תהלים ווערט עס אויסגערעכנט מיט אנדערע כלי זמר, א שטארקע אנדייטונג אז דאס איז אויך א כלי שיר. דער פסוק אין שמואל אין לו הכרע.
ס'לאזט זיך אלזא זאגן אז מחול קען מיינען ביידע, סיי א טאנץ און סיי א סארט פויק. די פארבינדונג איז ווייל דער פויקער הייבט די טענצער אין דער לופטן. ווען מ'שפילט אויפ'ן מחול טאנצט דער עולם, און ווען דער עולם טאנצט איז מסתמא דא א מחול וואס קלאפט.
ביי אונז אין פסוק איז געשמאקער צו טייטשן אז ס'מיינט א כלי שיר, וויבאלד יגיד עליו ריעו דער תוף. מ'קען אפילו זאגן אז חִנְגִין וואס אונקלוס זאגט מיינט אויך דאס, און דער כלעזמער הייסט אזוי וויבאלד ס'מאכט דעם עולם טאנצן. ס'איז אבער נישט מוכרח, און מ'קען אויך זאגן אז ס'טייטשט טענץ.

ר' גרשון, דו זאגסט גוטע דיבורים, איך וויל אבער זאגן מיט אביסל אן אנדערע שניט. ביידע "מחולות" האבן איין שורש, נישט בלויז אז מען ניצט א מחול ביים מאכן מחולות.
האמת אגיד, כ'ווייס בכלל נישט וויאזוי עס זעט אויס דער כלי "מחול", אבער כ'קלער צו זאגן אז דאס איז דער רונדעכיגע כלי וואס מען האלט אין איין האנט און מען קלאפט דערמיט אויפ'ן אנדערן האנט הנקרא Tambourine, און דעריבער הייסט עס טאקע "מחול" ווייל עס איז א רינג. און דאס שטימט גוט מיט דעם אז דער פסוק זאגט עס צוזאמען "הללוהו בתוף ומחול", ווייל עס איז פון די פויק פאמיליע אבער נישט פונעם נבל וכינור, און דו ברענגסט דאך אויך פון ר' יוסף קאפח אז איינס איז א געהעריגע פויק און איינס א האנט פויק.
אגב נישט אלע מפרשים לערנען ביי הללוהו בתוף "ומחול" אז עס איז א כלי שיר, עס איז דא וואס זאגן אז עס מיינט טענץ. און ווידער בתופים "ובמחולות" וואס מ'טייטשט אין חדר טענץ, האב איך געזען אז דער מצודות שרייבט אין נ"ך "מחול שם כלי שיר כמו בתופים ובמחולות".
אחר שכתבתי זאת האב איך געכאפט א בליק וואס גוגל זאגט אויףTambourine, און זיי זאגן "תוף מרים", אינטערעסאנט. אע"פ שאין ראי' לדבר...
וויאזוי זאגט מען אור אייניקל אין "לשון הקודש", נישט אין עברית
איך ווייס אז אין עברית הייסט עס נין אבער בלשון הקודש מיינט נין א זוהן נישט א אור אייניקל,
עיין בראשית פרק כא פסוק כג ועתה השבעה לי באלהים הנה אם־תשקרלי ולניני ולנכדיכחסד אשר־עשיתי עמך תעשה עמדי ועם־הארץ אשר־גרתה בה: ברד"ק שםלי ולניני ולנכדי, שהם שלשה דורות. 'נין'הוא הבן ,ו'נכד'- בן הבן; וכן אמר "והכרתי לבבל שם ושאר נין ונכד" (יש' יד , כב).
אין חדר האט מען געטייטשטמיט טענץ. אזוי זאגט בפשטות דער אונקלוס,בְּתוּפִּין וּבְחִנְגִין. אבער רב סעדיה גאון טייטשטבדפוף וטאבול, וואס ר' יוסף קאפח זאגט אז איינס איז א געהעריגער פויק און איינס איז א האנט פויק.(אזוי האב איך געזען אין שערי אהרן. אבערדאזע איך די גירסאבדפוף וטנאביר, וואס מיינטלויט גוגלעפעס אנדערש.)
אינ'אמת'ן זעט מען שוין אזוי אין מכילתא, אז מחול איז א סארט כלי שיר:
וכי מנין היו להם לישראל תופים ומחולות במדבר? אלא הצדיקים היו מובטחים ויודעים שהקב"ה עושה להם נסים וגבורות עת שיוצאין ממצרים, והתקינו להם תופים ומחולות.
אינעם פסוק אין שופטים מיינט עס ווארשיינליך טענץ. אזוי אויך אין ירמיה, וואו יונתן בן עוזיאל זאגטבְּסִיעַת מְשַׁבְּחִין. מצד שני אין די צוויי פסוקים אין תהלים ווערט עס אויסגערעכנט מיט אנדערע כלי זמר, א שטארקע אנדייטונג אז דאס איז אויך א כלי שיר. דער פסוק אין שמואל אין לו הכרע.
ס'לאזט זיך אלזא זאגן אז מחול קען מיינען ביידע, סיי א טאנץ און סיי א סארט פויק. די פארבינדונג איז ווייל דער פויקער הייבט די טענצער אין דער לופטן. ווען מ'שפילט אויפ'ן מחול טאנצט דער עולם, און ווען דער עולם טאנצט איז מסתמא דא א מחול וואס קלאפט.
ביי אונז אין פסוק איז געשמאקער צו טייטשן אז ס'מיינט א כלי שיר, וויבאלד יגיד עליו ריעו דער תוף. מ'קען אפילו זאגן אז חִנְגִין וואס אונקלוס זאגט מיינט אויך דאס, און דער כלעזמער הייסט אזוי וויבאלד ס'מאכט דעם עולם טאנצן. ס'איז אבער נישט מוכרח, און מ'קען אויך זאגן אז ס'טייטשט טענץ.
ראביי דויטש פון תורה מוזעאום, טענה'ט אויף א געוויסע כלי שיר אז דאס איז דער מחול.