רעסטאראנט האט געשריבן: איין שאלה וואס איך פארשטיי נישט וויזוי האבן עס נישט די גרויסע מאגנעטען לאו דוקא אידן עס נישט אויסגעפייט
מ׳האט פרובירט, לאביאירט וויפול מ׳האט געקענט.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
El Rushbo האט געשריבן: @חיים אלכסנדר
א דאנק פארן ברענגן, און ס'איז הערשט נישט די גאנצע ליסטע וואס די לינקע האבן געוואלט...
די נייע עוויקשאן געזעצן, מאכט אז אפי' בנינים וואס איז שוין אויף א הויכע רענט און ווערט נישט אפעקטירט מיט די נייע העכערן לימיטס, זאלן אויך זיין אויסגעשטעלט צו קיין באנקראט, ווייל ס'איז געווארן פיל גרינגער צו בלייבן וואוינען אומזיסט..
נאך איין זאך וואס דו האסט נישט געברענגט, אז ס'איז אויס מיט די פרעפערענשאל רענט, אויב האסטו איין יאר עס פארדינגן פאר א קלענערע פרייז, בלייבט דאס די פרייז און מ'רעכנט פון דארט.
ס'וואלט געווען אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי דאס גייט זיך אויסקאכן אין געריכט (ווי דאס גייט בפשטות אנקומען בקרוב ממש)
רעסטאראנט האט געשריבן: אינטערסאנט אז שמחה פעלדער האט געוואוט פאר די בילל, ער קעירט נישט פאר די אידן?
וואס טוט זיך האט געשריבן: אוי גייט דאס בעקפייערן, כ'קען נישט פארשטיין ווי אזוי ס'האט אזוי געפעסט אינ'ם אסעמבלי און סענאט, און קאומא נאך אזוי פרייליך, סיינט עס נאך די זעלבע טאג, שאנדע און גרויל, אבער ווי אזוי זאגט מיר איינער, "האסט מזל זיי נעמען אוועק אונזערע געלט, און נישט לעבנס"...
שוין צייט אוועקמופן פון נוי יארק..
רעסטאראנט האט געשריבן: ווי איך קוק עס אן איז עס א גוטע זאך אז די ריעל עסטעיט זאל נישט קראכן כעת...איך קלער אז דאס איז די סיבה וואס אונז דארפן דאנקען די באשעפער , אפאר יאר ארום קען מען עס טוישן ווען עס וועט זיין אנדערע אויפן בענקעל ,גלגל החוזר ,כל מה דעביד רחמנא לטב עביד

אין כל חדש האט געשריבן: יא יא דערמאנט מיר די מעשה פונעם עושר וואס איז געקומען צו איינע פון די תלמידי בעל שם "רבי איך האב געקויפט אסאך האלץ, אבער די פרייז איז געפאלן און איך קען עס נישט פארקויפן מיט ריוח"
האט אים דער צדיק געענטפערט, דער זעלבער באשעפער וואס העלפט פאר ארימעלייט ווען די פרייזן זענען הויך וועט העלפן פאר עשירים ווען די פרייזן זענען נידריג!
תכלית גערעדט, רוב סעיפים פונעם נייעם געזעץ זענען זייער פארשטענדליך און העלפט ארימע און מיטלגאטיגע פארדינערס פון פיפיגע ביזנעסלייט, איז וואס? ריעל עסטעיט פלעיערס וועלן מער דארפ שוויצן פאר א גוטן דיעל?
איך האב נישט געזען די ויצעקו ווען הונדערטער הונדערטער עמעזאן סעלערס קרעכצן פון די טאריףס
איך האב נישט געזען די ויצעקו ווען הונדערטער הונדערטער אחינו בנ"י האבן אונטערגעבראכן פון די פחדיםדיגע רענט פרייזן אין ברוקלין
אבער טאקע היינו הך, די ריעל עסטעיט חברה זענען פיפיגע חברה במילא פארשטייען זיי אויך בעסער צו א ויצעקו..
אפגערעדט, פון די טענה אז שמחה פעלדער האט געזאלט שטימען אקעגן די ביל, די לעצטע פאר יאר איז דא א שטארקע העצע אז היימישע אידן צווינגן ארויס שוואכע פארדינער פון זייערע הייזער, א שטימע פון פעלדער קעגן די בילל וואלט נאר געברענגט צרות
איין שטארקע טענה וואס איך האב יא אויף דעם געזעץ, איז אז עס איז געווארן געזעץ גלייך. דאס וועט ברענגן גרויסע שאדן'ס פאר די וואס זענען אריין אין דיעלס מיט די פארשאצונגען לויט די אלטע געזעצן, מען וואלט געדארפט געבן א שטיק צייט, אז יענע זאלן פארטיגן זייערע פראדזשעקטס
אין כל חדש האט געשריבן: KMW@
איך האב פיין דורכגעטון אסאך סעיפים אין דעם געזעץ, טאקע נישט אלע, אבער אסאך, און איך בין גרייט צו אויסשמועסן מיט דיר אויב דו ווילסט שטארק, אבער פאר סתם לופטיגע תגובות האב איך נישט קיין געדולד
לאמיר אנהייבן מיט איינע פון די סעיפים וואס מענטשן שפרינגן פון די מערסטע, דאס איז די בטל מאכן 20% Vacancy allowance
דאס איז א מוראדיגע טובה פאר טענעטס וואס זוכן א דירה, אז א סטעיבילייזד אפארטמענט וועט נישט קענען ארויפגיין צו סאך, וואס גראדע קענען פילע אידן שטארק נהנה זיין דערפון
אין כל חדש האט געשריבן: וואס נאך, כמעט עלימינירן IAI אינקריעסעס?
דאס איז דאך אפגערעדט א געוואלדיגע טובה פאר טענעטס, ווען מיט דעם האט מען דיסטעיבילייזד שווערע טויזענטע דירות די לעצטע פאר יאר, בשעת וואס די ארימע מיטלגאטיגער קלאס האט קיין פראבלעם צו רענטן א שוואכערע סארט דירה פאר 900 דאללער ווי איידער זאלסט אים צושטעלן א היי ענד אפארטמענט פאר 3,500 דאללער
רעסטאראנט האט געשריבן: נייע קאנסטראקשען דעוועפלמענטס ווי איך פארשטיי האט נישט אזא פראבלעם מיט דעם, בין איך גערעכט ?
KMW האט געשריבן:אין כל חדש האט געשריבן: KMW@
איך האב פיין דורכגעטון אסאך סעיפים אין דעם געזעץ, טאקע נישט אלע, אבער אסאך, און איך בין גרייט צו אויסשמועסן מיט דיר אויב דו ווילסט שטארק, אבער פאר סתם לופטיגע תגובות האב איך נישט קיין געדולד
לאמיר אנהייבן מיט איינע פון די סעיפים וואס מענטשן שפרינגן פון די מערסטע, דאס איז די בטל מאכן 20% Vacancy allowance
דאס איז א מוראדיגע טובה פאר טענעטס וואס זוכן א דירה, אז א סטעיבילייזד אפארטמענט וועט נישט קענען ארויפגיין צו סאך, וואס גראדע קענען פילע אידן שטארק נהנה זיין דערפון
פארוואס זאל איך נישט מעגן ארויפגיין א דירה צו MARKET RENT נאכדעם וואס א טענענט האט געצאלט $750 איך בין מחויב צו צושטעלן HOUSING פאר LOW INCOME???